סקאט, איך האב דיך געווארענט..., דו האסט דיך היבש פארפלאנטערט
מיט דיינע נארישע תגובות, און אצינד מאטערסט דו דיך ארויס צו קריכן
פון דעם פלאנטער וואס דו האסט דיך אריין געלייגט, דרייסט רעכטס, דו
דרייסט לינקס, שרייבסט נאך מיינע ציטאטן, אביסל צו סעיוון פעיס, אבער מיט
דיין פראבירען צו בארעכטיגן דיין שטאנדפונקט, קריכסטו מער אריין אין די בלאטע,
דער זאלי בית החיים איז טאקע נישט קיין מקום בזוי, און די וואס ליגן דארט
קענען זיין גאנץ וואוילע אידן, דאס איז געזאגט געווארן פאר די אלגעמיינע נפטרים
וואס ליגן דארט, די אידן וואס זענען דארט מרצונם הטוב, אבער די אידן וואס ליגן
דארט בהכרח געצווינגענערהייט, וועט גורם זיין אז דארט "מאחורי הגדר" וועט
זיין א געגנט פון אידן וואס אויף איין מצבה וועט שטיין " שימש בקודש את
מרן רבינו הקדוש בעל ויואל משה זי''ע עשרות בשנים" אויף די צווייטע מצבה
וועט שטיין שימש בתור גבאי את מרן רבינו הקדוש בעל ברך משה זי''ע"
אויף די דריטע מצבה וועט שטיין יד ימינו של הברך משה ובונה עולמות של
תורה בבנית השיכון קרית ויואל משה בירושלים עיה''ק, אויף איינעם וועט שטיין
כיהן כראב''ד בקהלתינו קהל יטב לב, אויפן נעקסטן וועט שטיין חבר הבית דין
דקהלתינו, אופן אנדערן מצבה וועט שטיין רב ואב''ד זענטא בנו החביב של רבינו
בעל ברך משה זי''ע, אא''וו, און מענטשן וואס וועלן דארט אריין וואנדערן וועלן פרעגן,
וואס גייט דא פאר? קינדער וועלן פרעגן די עלטערן היתכן די נאנסטע מענטשן
פון דעם דברי יואל און דעם ברך משה ליגן עפעס מחוץ למחנה, פארוואס ליגט
נישט זריאלע גליק לעבן רבי יוסף אשכנזי?, פארוואס ליגט נישט יאנקל כהנא לעבן
רבי לייבוש לעפקאוויטש?, פארוואס ליגט נישט דער גז''ל און ליפא לעבן זייער טאטע?,
וועט מען בהכרח דארפן ענטפערן אז קהל האט נישט געלאזט ליגן הולכי בערכאות
אינעם בית החיים ווי רבותינו הקדושים ליגן, צו דאס הייסט לחרפון ולדראון עולם?
ענטפער דו אליין...
און קים מיר נישט מיט א ענטפער אז מען וועט מסביר זיין פאר די קינדער וואס פרעגן די פראגעס,
אז די נעאלאגן אבער ליידער פארכאפט דעם בית החיים, ווייל כל זמן רובא דרובא ערליכע
אידן זענען בוחר צו ליגן אין אלטן בית החיים, איז דער תירוץ נישט אנעמבאר, און עד
היום ווען מען פארט אויף די איר אלטע בתי חיים אין די אלטע היים ווי מען האט געמאכט א מחוצה
המבדלת צעווישן די ערליכע אידן און די נעאלאגן, ווייסט א יעדער ווער עס איז אין ערליכן בית החיים
און ווער עס איז מאחורי הגדר, און די סיבה פארוואס ער ליגט דארט,
עס קען זיין אז דאס גייט זיך אמאל טוישן?, און מען וועט אראפ נעמען דעם צוים? מעגליך!!!
אבער עס איז גאנץ מעגליך אז נישט.., אין לנו אלא מה שעינינו רואות, איך רעד נאר פון היום
יום, און לעת עתה זענען די וואס ליגן דארט, ליגן "מאחורי הגדר", און דער וואס ליגט דארט
געצווינגענערהייט, בהכרח, ווייל קהל וויל זיי נישט נעמען ביי אונז, דער איז דארט מאחורי הגדר
בתור עונש ובזיון.
ר' יונה האלפערט וואלט זיכער געוואלט ליגן נאנט צו רבותינו זי''ע, און נאנט צו זיינע נאנטע
ידידים, אין גאנץ פאללאק איז נישטא קיינער אין דעם קאליבער פון ר' יונה האלפערט, דער
נענסטער איז ר' אליעזר חיים טייטלבוים ע''ה אבער אויסער ר' אליעזר חיים האט קיין שום
עלטערער איד וואס איז געווען אדוק ומקושר לרבותינו הק' זי''ע זיך אויסגעוועלט צו ליגן דארט
אפגעזינדערט מאחורי הגדר, און גלייב מיר מידי שבוע בשבוע, טראץ דעם פרעשער פון די
זאליס אז מען זאל דייקא פארלאנגען און אינטערשרייבן אז מען זאל ליגן דארט מאחורי הגדר,
קומען צו פרישע מעמבערס, וואס זאגן אז אינטער גרויס דרוק און מעכטיגן לחץ באצאלן זיי
פאר די זאליס, און שרייבן אפילו אינטער אז מען זאל זיי לייגן ביי פאללאקס לאט, אבער למעשה
זאגן זיי פאר קהל, אז זיי האבן מוסר מודעה געווען פאר די קינדער אז זיי ווילן אויסדריקלעך
ליגן אינעם בית החיים צוזאמען מיט רבותינו הקדושים זי''ע, (ר' יעקב חיים רוטנער ז''ל ור'
אהרן הערש וויינבערגער ז''ל יוכיחו),
און מיין נישט אז איך בין נאאיוו, איך ווייס זיכער אז עס וועלן זיין גאנץ פיינע אידן ערליכע אידן,
וואס וועלן באשליסן דארט צו ליגן, די שנאה צו די אהרונים און צו כ''ק אדמו''ר שליט''א וועט
איבער וועגן די זכי' פון ליגן במחיצת רבותינו הקדושים, סוף כל סוף, די בני יואל, וואס זענען
געווען אזוי אדוק ומקושר צום הייליגן דברי יואל זי''ע, אזוי ווייט אז זיי האבן שולל געווען די גאנצע
איידיע פון האבן א ממלא מקום, די שנאה צום ברך משה איז געווען נאר ווייל ער איז געווארן
דער ממלא מקום, עם כל זה האבן זיי נישט געהאט קיין שום פראבלעם צו הייסן זיי מטמין זיין
אפאר מייל אוועק פון הייליגן דברי יואל, איז זיכער אז היינט צו טאג וועלן זיין מאנכע מענטשן
וואס וועלן יא באשליסן צו גיין צו פאללאקס לאט, אבער וויאזוי מעסט מען דעם דורעכפאל פון די
זאליס, איז אזוי: עס איז זייער קלאר אז אלע אהרונים וועלן אלע פארלאנגען צו ליגן אין אלטן בית החיים,
פארוואס? פשוט, ווייל זיי באלאנגען דאך דארט, די זאליס וועלן פארלאנגן צו ליגן אין פאללאק,
ווייל זיי באלאנגען דאך דארט, איז ביז רובא דרובא נייטראלע מענטשן, וועלן קומען צו די אהרונים,
איז דאס א דורעכפאל פאר די זאליס, היינט צו טאג האלטן מיר דארט, קיין איין אהרוני וועט זיכער
נישט גיין צו די זאליס אינטערן פלויט, נייטראלע מענטשן קומען כמעט הונדערט (100) פראצענט
צו די אהרונים, און לעת עתה קומען אפילו רובא דרובא פון די זאליס, (די וואס מען נעמט יא אן ביי
די אהרונים) צום אלטן בית החיים, און דאס א ביטערער פיל פאר די זאליס אראפ צו שלינגען, איין
ר' יעקל שווארץ ע''ה און ר' וואלף לעפקאוויטש ע''ה איז אסאך א גרעסערער דורעכפאל פאר די זאליס
ווי דער געווינס פון האבן ר' מרדכי פריעדמאן ז''ל אדער ר' משה אפרים הערשקאוויטש ז''ל, און ביז
עס וועט זיין אפילו נאר יחידים פון די זאליס וואס וועלן פארלאנגען צו ליגן אין אלטן בית החיים וועט
ליגן אין פאללאקס לאט זיין א געוואלדיגער פחיתת הכבוד.
דאס וואס די פראבירסט מינימייזן דעם דורעכפאל און פארלוסט פון די זאליס ווען זיי האבן אזוי
מיאוס פארלוירן דעם בית החיים, און דו פראבירסט דאס מדמה זיין צום פארלוסט וואס די אהרונים
האבן געהאט מיט פארלירן ראדני, וויל איך דיר זאגן אז ס'איז בכלל אינו דומה, אמת די אהרונים
האבן געהאט א גרויסן פארלוסט מיט פארלירן די בנינים, איז דאס אבער בכלל נישט גלייך,
בנינים איז א באקוועמלעכקייט, א גרויסע קהילה מיט מוסדות דארפן האבן בנינים, אבער בנינים
איז ריפלעיסעבל, גלייבסט נישט? געב א קיק די אהרונים אין וויליאמסבורג? מען האט ב''ה
בנינים פאר בתי מדרשות, פאר תלמוד תורה, בית רחל, וכו', ס'קומט שווער אן? יא, אוודאי,
און טאקע דריבער שרייען מיר געוואלד אז מען זאל זיך שטעלן לדין תורה, און אויב דער באשעפער
וועט העלפן און דאס וועט זיך איבערדרייען, וועלן מיר דאך צוריק האבן די בנינים, און אויב חלילה
נישט, האבן מיר דאך נייע בנינים, דער גרויסקייט פון אינזער רבי איז בכלל נישט געוואנדן אין
ראדני, אדער עטרת אברהם, קיינער אין די וועלט זאגט נישט אז ר' זלמן לייב איז גרעסער פון
רבינו שליט''א ווייל ער האט ראדני, ראדני איז נישט דער באראמעטער צו מעסן דאס גדלות פונעם
רבי, און דער דברי יואל זי''ע איז נישט געווארן אויס רבי ווען היטלער ימ''ש האט עהם צו גענומען
זיינע בנינים אין די שטאט סאטמאר, ער האט אלע בנינים ריפלעיסט אין אמעריקא ביתר שאת
ויתר עוז.
אבער ביים בית החיים איז עפעס אנדערשט, דארט טוישט זיך גארנישט, מען מאפט נישט פון
דארט צו א נייע חלקה, מען לייגט איינעם אריין און דארט בלייבט ער, מארגן, איבער מארגן,
נעקסטע יאר, און צענדליגע יארן, מען בלייבט דארט פערמענענט, דער פלעק פון ליגן מאחורי
הגדר קען זיך נישט אפ ווישן, ס'איז א מעוות לא יוכל לתקן, און דאס איז ווייטער א בחינה פון
"חרפון ודיראון עולם", לאמיר גיין איין טריט ווייטער, לאמיר זאגן אז א יאר ארום גייט זיך איבערדרייען
דאס בעלות אין בית החיים, און די זאליס גייען דאס צוריק באקומען, משה גבאי וועט ליגן לעבן
רבי יוסל אשכנזי, יאנקל כהנא מיט שאול פערלשטיין וועלן ליגן לעבן ר' לייבוש לעפקאוויטש און ר'
סענדער דייטש, אלעס וועט ווייטער זיין ביים אלטן, מען וועט אראפ נעמען דעם כותל המפריד און ס'וועט
באמת זיין איין בית החיים, אבער... די אייניקלעך פון ר' יונה האלפערט וועלן ארויס פארן ביים יארצייט
און פרעגען די עלטערן פארוואס ליגט זיידי אזוי ווייט פון ברך משה? ער איז דאך געווען דער גבאי?
וואס וועט מען ענטפערן? וואס פאר א פנים וועט מען טראגן?, (גראדע ווייס איך דער ענטפער, מען
וועט זיי ענטפערן דעם באקאנטן תירוץ וואס מען נוצט אויף אלע קשיות, פארוואס טאנצט מען אויף
חתונות בשנת האבל?, פארוואס איז נישטא קיין ישיבה פארטאגס?, פארוואס האבן מיר שוואכערע
ווייץ אויף מצות לפסח?, פארוואס עסן מיר מפוקפק'דיגע פלייש?, דאס אלעס האט איין תירוץ,
"אהרן טייטלבוים איז א שייגץ", דער תירוץ איז גילטיג אויף אלע קשיות). אבער דער פלעק וועט בלייבן.
איך האף, אז אצינד פארשטייסטו שוין מיין ערשטע תגובה, אז נישט יעדער וואס ליגט "מאחורי הגדר"
איז דאס א עונש, טאקע נאר ביי אזעלעכע אידן ווי ר' יונה האלפערט, ולהבחל''ח ר' עזריאל גליק,
וואלי פריעדמאן, ר' ישראל חיים מנשה, מאסרי, הערש מיילך כהנא, ראזנער, און די גאנצע גרופ.
ביי זיי איז דאס א עונש, אז זיי האבן נישט די זכי' צו ליגן במחיצת רבותינו הקדושים,
_________________