די צוויי יאקאבאוויטשלעך רוצחים האבן זיך גענומען שפילן מיט די נערוון פון א אלטן איד און זיך גענומען רייטן אויף אים אז ער דארף אינטערשרייבן אז ער גייט ליגן אין פאללאקס לאט, דער איד האט זיך געבעטן ברחמים, וואס ווילט איר פון מיר, מיין ווייב ע''ה ליגט דארט, מיין זון ז''ל ליגט דארט און איך וויל אויך ליגן אין זעלבן בית החיים, האבן זיי ארויס גענומען דעם פסק פון די לישקע דיינים אז למעשה איז דאס איינס מיטן אלטן בית החיים, נו, אויב איז דאס איינס פרעגט דער איד, קען איך דאך ליגן אין אלטן, ס'איז דאך במילא איינס, אבער מיר דארפן חיזוק, מיר האבן נישט קיין עלטערע נשואי פנים, אפילו די וואס האבן זיך מתחייב געווען צו ליגן ביי אונז, לויפן צו רבנים מבטל זיין זייער התחייבות, איר האט א דזשאב ביי אונז, אייער זון האט א דזשאב ביי אונז, מיר דארפן חיזוק, זיי האבן עם מבטיח געווען א בכבודיגע פלאץ סמוך ונראה צו ר' עזריאל גליק און ישראל גאלדבערגער, און זיי האבן ארויף געלייגט דעם איד'ס א זון אויפן טעלעפאן ווי ער האט געפסקעט, אז ער איז מחוייב אינטער צו שרייבן אז ער גייט ליגן ביי פאללאק, דער איד האט נעבעך נישט געקענט ביישטיין דעם לחץ, און בדלית ברירה אינטער געשריבן אז ער איז מסכים צו גיין ליגן ביי פאללאק מאחורי הגדר, אצינד ווארט מען ווען מען קען אריין גיין צו רבי יחזקאל ראטה שליט''א מבטל זיין די התחייבות, אזוי ווי רובא דרובא אלטע אידן האבן לעצטענס געטון.
יא, שיעור נישט פארגעסן, אברהם בער יאקאבאוויטש האט פארשפראכן דעם איד אז בשכר זיין התחייבות, גייען זיי שיקן א לימאזין עם צו טראגן צו זייער דינער/סעודת הודאה צערעמאניע, רבותי דאס אלעס איז היינט צו טאג פארגעקומען, מען צאפט דאס בלוט פון אומבאהאלפענע אלטע אידן, און דערנאך באשולדיגט מען גאר די אהרונים אין טעראר, שעם דיך אברהם בער, שעם דיך יודא לעיזער, די שפייעכטס וואס דו האסט אנגעשפיגן די טאכטער פון דעם איד פארן מוחה זיין אויף די צער ועגמת נפש וואס איר האט גורם געווען פאר איר טאטן וועט זיך זייער שנעל אויסטריקענען, אבער דער פלעק פון אייער רציחה וועט אויף אייך בלייבן אויף אייביג, די וועלט איז נישט הפקר, אית דין ואית דיינא, אויב גלייבט איר נישט, קענט איר פרעגן אייער יאקאבאוויטש משפחה, וואס האבן אויך געשאקלט מיט די וועלט און ליידער איז די גאנצע משפחה מיאוס אפגעווישט געווארן.