היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » סאוט 8 ביהמ"ד - קאורט אפדעיט

סאוט 8 ביהמ"ד - קאורט אפדעיט

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2833970
בלאט: 1 2

פייוויש » 8/10/2010 17:21

פרייטאג פרשת נח.

יעצט קומט פאר די הירינג אין געריכט ווי מ'איז דן וועלעכע ריכטער זאל נעמען די קעיס.

דער ריכטער וויל זיך דערווייל אפזאגן פון די קעיס וויבאלד ער האט נישט געוויסט אז ס'איז שוין אלטע קעיס פון עטליכע יאר צוריק צווישן ר' משה יוסל ווערטהיימער און די זאלי'ס.

פרטים יבואו.

פייוויש » 8/10/2010 17:28

די זאלי'ס טענה'ן אז דאס איז אינגאנצן א נייעס קעיס און האט גארנישט מיט די אלטע. ווידעראום די אהרונים טענה'ן אז דאס איז נאך די זעלבער אלטער קאנפליקט פון עטליכע יאר צוריק (דאן האט ריכטער שמידט גע'פסק'ט אז מ'דארף גיין צו דין תורה, נאר עס איז קיינמאל נישט אנגעקומען דערצו)

פייוויש » 8/10/2010 17:37

אפדעיט:

ריכטער ראכעלסמאן האט זיך אפגעזאגט פונעם קעיס און האט דאס צוריקגעשקיט צום אלטן ריכטער, ריכטער שמידט.

יעצט ווארטן ביידע צדדים ביי ריכטער שמידט צו הערן אויב ער נעמט עס אן.

פייוויש » 8/10/2010 18:23

ברעקינג אפדעיט:

ריכטער שמידט האט אנגענומען די קעיס!

דאס איז א מאסיווער דורכפאל פאר די זאלי'ס.


תוקן על ידי פייוויש ב- 08/10/2010 18:26:16

פייוויש » 8/10/2010 18:38

ריכטער שמידט האט פארארדענט א קאנפרענץ מיט ביידע צדדים אויף קומענדיגע וואך מיטוואך 2:30 נאכמיטאג.

מלך_מלכים » 8/10/2010 18:48

איין קליינע פונקט. TRO בלייבט אין עפעקט ונראה מה יהי' בחלמותיו.
נאך איין קלייניקייט, מיר קענען קוים ווארטן צו הערען די פרישע פראדיקשנ'ס פון די ארונים, עס העלפט אסאך צו


תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 08/10/2010 18:51:31

אסעמבלי » 8/10/2010 19:20

די זאליס ציטערן פין ריכטער שמיד האבן זיי איינגעלייגט וועלטן ס'זאל נישט צי אים אנגעקומען
דינטאג גייט ריכטער שמיד אפהאלטן א זיצנונג אין ער וועט אפמאכן צי ער דארף דעם קעיס

אויך הערט אז די ריכטער איז משוגע געווארן פין די זאלי'ס ניי ליעגל טיעם

קודם דעם שיינעם ראבון יוסף האלענדער וואס מיט זיין כח החכמה קען ער איבער קערן א וועלט
אויכט אליעזר ליפא ווייס מיט שמוען ישראל פויזען מיט מסור קלמן שוארץ
ווי ס'קוקט אויס האט זיי שלום דייטש איבער געגעבן דעם כבוד

kootointy » 8/10/2010 19:24

‎​הבדלה, וואס פארענטפערסטע דיך דא?? האט איינער געזאגט אז די זאליס האבן אים נישט געפאלגט?? נאר וואס דען, מ'זעה מיר וואספארא קדחת די זאליס האבן פאר ריכטער שמידט, איז זעלבסט פארשטענדליך ווער עס האט אים נישט געפאלגט...

אסעמבלי » 8/10/2010 19:26

ראבון יוסף האלערנדער איז אויף געלייגט
[בילד – נישט אפגעהיט]

kootointy » 8/10/2010 19:28

‎​און ביי דע וועי הבדלה, אפשר ברענגסטו מיר די minutes ווי מ'זעהט די ארונים פארלאנגן אראפצונעמן די TRO... ווי ווייט איך ווייס, איז דאס ניטאמאל דערמאנט געווארן ביי די היינטיגע סעסיע

הבדלה_מנין » 8/10/2010 19:36

יא יא אסעמבלי, א דאנק פאר די בילד פון די אלע "דעפרעסטע זאלי" עסקנים פון דעם סאוט 8 שול בשמחה ובצהלת פנים.

קטונתי, איך האב קיינעם נישט פארענטפערט, נאר מסביר געווען פארוואס ענקער ספין אז קהל האט מורא פון ריכטער שמידט מאכט נישט קיין סענס.

מלך_מלכים » 8/10/2010 19:48

מיין פרעדיקשן, די ארונים גייען לייקענען אז די משוגאס פון רובין/ווערטהיימער האט עפעס מיט זיי, זיי גייען אפיציעל זאגן אז עס איז פריוואטע פייט, וועיט ענד סי

kootointy » 8/10/2010 19:50

אסעמבלי טייערער, זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן אבער עס איז אבסעלוטלי ראנג צו באשמיצן די יונגעלייט. זיי זענען וואויל און באליבט ביים גאנצן ציבור סאוט אכט מתפללים, ארונים (60%) און זאליס (40%) צוגלייך! ר' קלמן שווארץ איז קיין מסור.. סך הכל איז ער א עסקן פארן שול שוין יארן לאנג. ער האט שוין פארשאפט שווערע טויזענטערס פון זיין אייגענגם טאש און נדבנים.. ער פילט זיך פשוט פערזענליך פארראטן... און קורצן, 99% מתפללים זענען וואוילע און גוטהארציגע אידן (א חוץ פון די צוויי דריי פארביסענע וואס איז נישט ווערט צו דערמאנען קיין נאמען..).

טראכטן » 8/10/2010 19:52

א נייע מעשה! מען גייט אין קארט, מען איז מרים יד בתורת משה, אין די נעמסט זיך נאך אן פאר זיי?

אז ער איז אזא וואוילער צדיק קען ער רופן צו דין תורה, אז ער גייט אין קארט איז ער א  ר. ש. ע.

נישט איך זאג עס, דער ש"ע זאגט עס


תוקן על ידי טראכטן ב- 08/10/2010 19:54:19

טראכטן » 8/10/2010 19:57

ראובן יוסף האלענדער
אליעזר ליפא ווייס
שמעון ישראל פויזען
קלמן שוארץ

ווער זענען די איבריגע מוסרים דארטן?

טראכטן » 8/10/2010 19:59

באקומען אין אישי, דער רויטער הייסט אליעזר לייב ווייס

תוקן על ידי טראכטן ב- 08/10/2010 20:03:30

rebyankel » 8/10/2010 20:05

אינטערסאנט
יוסלע האט ארומגעשיקט אז די היתר צו גיין אין קארט איז
וויבאלד ס'איז אלטע קעיס צווישען ר' משה יוסל ווערטהיימער אין שענהפעלד
אין היינט האבען זיי מיט אלע כוחות פראבירט אויפציווייזען אז זיי רופן דא די ארונים אין קארט פאר א נייע קעיס...

הבדלה_מנין » 8/10/2010 20:27

פריינדליך, מען רעדט פון דעם ארגינעלר קאורט וואס משה יוסף ווערטהיימער איז אריין 6 יאר צוריק.

rebyankel » 8/10/2010 20:50

די זאלי'ס האבען אדאפטירט די שכל פין זייערע שותפים די בני אלטא פיגא
אז דער ''תובע'' איז  דער וואס איז געווארען געקאלגט דורך די זאלי'ס
אפי' אין קארט הייסט דער ''תובע'' ''אנגעקלאגטער'',

13Hooper » 8/10/2010 22:12

א שרעקליכע גזרה מען צווינגט די זאלוינים צי גיין צי דין תורה ר"ל מען מיז מאכען א יום תפלה
 
עס דערמאנט מיך די פאלגענדע מעשה
 
א פרייער האט זיך אדורך גערעדט מיט א נאהנטען חבר זיינע אז עס איז עיהם זייער ביטער אויפען הארץ זיין טאכטער וויל חתונה האבען מיט א דתי אין ווערן פרום
זאגט עיהם זיין חבר

"ער זאל בודק זיין זיינע מזוזות"

רבי_יונה » 8/10/2010 22:48


קודם כל א הולך בערכאות איז נישט קיין מסור ומלשין, און איז קלאר נישט חייב מיתה. און נאך איינמאל איך זע דא א תגובה אין דעם גייסט ווערט יענער אויסגעשפארט אויף אייביג!

דער מנהל


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 08/10/2010 23:39:57

רבי_יונה » 8/10/2010 23:00

נאך אזאך ר' זלמן לייב ט"ב איז די פרעזידענט פון די קאנג. ויואל משה, און ער אליין קלאגט דא אין קארט הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער ני"ו.

פריינדליך » 10/10/2010 08:16

טראכטן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ראובן יוסף האלענדער
אליעזר ליפא ווייס
שמעון ישראל פויזען
קלמן שוארץ

ווער זענען די איבריגע מוסרים דארטן?
פארן זיין אין קאורט האוז צו סופארטן זייער זייט(ביהמ"ד) ווערט מען נאכנישט קיין מסור. מאך עס נישט מער ווי עס איז

צום_ענין » 10/10/2010 19:20

איך בין מוחה אויפן פארשפרייטן בילדער פון אומשולדיגע אינגעלייט וואס האבן קיינמאל מיט די פאליטיק קיין שייכות נישט געהאט, זיי זענען נישט קיין מוסרים און גאר חשובע אינגעלייט, בפרט ר' חיים קלמן שווארטץ וואס האט נאך אין זיין לעבן נישט געטשעפעט קיין פליג.
ער האט אריינגעלייגט אין סאוט 8 שול איבער 100 אלפים אייגן געלט, און עס איז זייער מסתבר אז ער זאל יעצט זיין אביסל אויף די אפענסיווע זיך צו ראטעווען, איך זעה נישט פארוואס עס קומט אים דעם חותם מסור.
מיר אלע ווייסן אז די מסירה שטאמט פון אויבן און נישט פון די קליינע קינדערלעך אין דעם שול.
ר' אליעזר לייב ווייס איז נישט מער ווי א איד וואס קומט פון אנטווערפן און איז חזן אין דעם ביהמ"ד ער טשעפעט נישט קיין אידן און עס קומט אים נישט.
ר' ראובן יוסף האללענדער איז דער בעל קורא, און ווייטער די זעלבע מ'נוצט זיי אלע סתם אויס יעצט אויף די הייסע מינוט, זיי זענען אין גוטן מיט אלע ארוינים אין דעם שול און זיי זענען קרבנות צו די גרויסע מסירה וואס דא גייט פאר
איך רעקאמאנדיר און בעט דעם חשוב'ן מנהל אראפצונעמען די בילדער פון די אידן.

פריינדליך » 10/10/2010 19:30

איך שטים צו 100 פראצענט. יעדער וואס האט נאר אמאל געדאווענט אין סאוט 8 ווייסט די אלע זאכן. בכלל איז דאס א ביהמ"ד וואס דארף ווען זיין א מוסטער פאר א יעדע ביהמ"ד. עס באלאנגט פאר רז"ל דער דיין איז א זאלי. און וע"כ איז עס האלב ארונים און האלב זאליס(וואס דעמאלט האט קיינער נישט מורא צו פארטיידיגן זיין זייט) און דאך האט מען ביז יעצט קיינמאל נישט גערעדט פאליטיק דארט. סך הכל איז עס א ביהמ"ד ווי איעדער לעבט ב"ה אין גוטן מיטן אנדערן. עס איז ממש א שאד אז פונקט דאס האט געדארפט ווערן די צענטער פון די פאליטיק יעצט. מען קען זעהן אז דער שטן קען ממש נישט דערליידן אז עס איז דא אזא סאטמארע שול

shia550 » 10/10/2010 20:09

איך פארשטיי באמת נישט?

אויב די שוהל געהערט צו די זאלונים אין איינער שרייבט עס אייבער צו זיין נאמען איז א שאלה צו מען זאל גיין און קוארט צוריק צולייגען על מקומו?
קענסט מיר ברענגען איינער וואס איז בכלל מפקפק? וואס דען איז דער רמ"ע מפאנו?

פארשטייט זיך אז נאך דעם וואס ער ווערט צוריק מוחזק אין יענער רופט אים צו דין תורה איז ער מחויב צו גיין

kootointy » 10/10/2010 21:27

פריינדליך, צום ענין, און חשובער מנהל,

גם אני מצטרף לבקשת הנ"ל!  ביטע אראפנעמן די בילד(ער) און נישט צולאזן באשמוצן סתם וואוילע יונגעלייט.

THANKS 

יוסלע_פליט » 10/10/2010 21:40

איך בין מחולק מיט ענק אלע! נישטא קיין איינע פון די א.ג. 'וואוילע אינגעלייט' וואס מיינען לשם שמים די גאנצע קאורט געגייעכץ! אויב האבן זיי סיי וואסערע טענות אדער תביעה איז די פלאץ נישט אין ערכעות! און אזוי ווי זיי זענען געגאנגן אין ערכעות 'אן רשות בית דין'!!! און אן רופן צי דין תורה, זענען זיי די זעלבע הולכי בערכעות ווי זייערע אויברהארן! און זיי האבן א דין אין ש"ע ווי א מסייע! און זייערע בילדער דארפן פארשפרייט ווערן ווי מער! זאל א יעדער זעהן די וואס האבן א תביעה אקעגן אידן און זענען געלאפן פארלייגן זייער תביעה אין ערכעות בלי רשות בית דין! און אן אפילו איינמאל רופן צי דין תורה! ירא הקהל וישפוט! דאס איז די פרייז פון א הולך בערכעות! מ'בעט ווער עס קען זאל ארום שיקן די בילד ווייטער! אפשר וועט דאס העלפן אז די יעניגע וועלן זיך בארעכענען און גיין דן זיין דאס ענין ביי א בי"ד בישראל או בזבל"א!!

רעדאקטער » 10/10/2010 23:03

פריינדליך קטונתי און צום_ענין - די פיקטשער דארף מען לאזן צוליב מפרסמין עושי מצוה - די חשובע יונגעלייט האבן אוועקגעגבן פון זייערע טייערע צייט מקיים צוזיין די געוואלדיגע מצוה פון גיין צו ערכאות של עכו"ם - די זכות זאל זיי אודאי ביישטיין

היראים » 10/10/2010 23:28

ס'איז צום שטוינען פין די שיינע לשונות אויף הולכים בערכעות אין מחללי ש''ש
אנשטוט צו שיקען א הזמנה לדין תורה איז מען מרים יד בתורת משה אן קיין שום היתר שבעולם
(מ'זעהט אז די אלע שרייבער קומען פין זאלי פארום)
ווער ס'האט אינטערגעשריבן די תביעה אדער שטיצט עס אדער מחפה איז א ''הולך בערכעות'' נישט קיין חילוק צו ער איז בעל קורא אדער דיין.

אז מ'רעדט שוין
קוקט ווי זייער געבעקס באקומט שוין דיטאלען גאר פין א''י/אירופה
(סוג פין זאלי פארום האט דאס  געשריבן מוצש''ק אין אירופה אדער אום שב''ק אין ניו יארק)

ממש שקר במילתא דעבידא לגלי'

נאר צו דערמאנעם דעם ציבור
אז ביי דעם קעיס פאר 6 יאר צוריק, ווי משה יוסל ווערטהיימער האט דערלייגט גענצליך, האט דער ריכטער שמידט געבעטן אז מ'זאל גיין צו דין תורה, און די פארשטייער פונעם צד השני האבן גלייך מסכים געווען, און דער ריכטער איז געבליבן און זיין אפיס ביז 8:00 ביינאכט און האט אויסגעווארט אז משה יוסל זאל קומען אונטערשרייבן שטרי בירורין, אבער ואיננו משה יוסל האט געלאזט ווארטן דעם שופט און איז נישט אנגעקומען.
זאל נאר יעדער וויסן ווער עס ווייל גיין צו דין תורה און ווער נישט.
--------------------


שקרים איינס נאכען צווייטען
ווער געדענקט
ווער ס'האט דעמאלטס גענטפרט אז ער וויל די קארט  זאל פסקנ'ן??????????
אין אויף וועם דער אראטאדאקסיער ריכטער האט געשריגען ''די אלטע שגץ''??????

רעדאקטער » 10/10/2010 23:39

 ? איז מעגליך צו באקומען די מינוטס פון די אלטע קעיס

ערענסטער » 11/10/2010 01:33

זענען האלענדער אין פויזען געגאנגען אין ערכעות של עכו"ם יא אדער ניין?,

ווי דרייען זיי זיך ? ווי ארבעטען זיי? ווער זענען זיי?
 
ווער ס'האט א השפעה אויף זיי זאל זיי בעטען אין ווארענען אז זיי זאלען שוין ארויס גיין פון די גויאישע געריכטען  תיכף ומיד פאר זייער אייגענע טובה.

די וועלט איז נישט הפקר ח"ו. ס'איז דא א הייליגע תורה.

פריינדליך » 11/10/2010 03:18

יוסלע. היראים. ערענסטער. און רעדאקטאר עס קוקט אויס אז איר ווייסט גאר ווייניג איבער דעם ביהמ"ד סאוט 8 בכלל. און איבערן קאורט בפרט. די פיר מענטשן וואס מען זעט אויפן בילד האבן גארנישט מיטן קאורט. פארוואס זיי זענען דארט געווען קען זיין 2 זאכן איינס. פרעגט איך נאך ביי די מתפללים וועט איר זעהן אז דיע מתפללים האבן אינוועסטירט אין דעם ביהמ"ד אסאך מער ווי קהל(ארונים און זלונים) עס איז אזויווי א פריוואטע ביהמ"ד אויף קהלס נאמען. וועגן דעם איז זייער פארשטענדליך אז זיי זאלןגיין באשיצן זייער געלט(אויב קהל געוואונט גייען די זאליס פון דארט זיכער גארנישט האבן. משא"כ אויב בלייבט ווי ביז יעצט גייען ביידע בלייבן מיט וואס זיי האבן) צוויי. אפילו זיי האבן גארנישט דערמיט מעגן זיי נאכאלץ אראפגיין. ווען די מעשה איז ווען פארקערט אז די זאליס ברענגען בילדער פון אונזערע מענטשן. וואלטן זיי געווען די גרעסטע אכזרים. מאי חזית דדמי דידך סומק טפי??? דאס איז א זאלי מידה!

רבי_יונה » 11/10/2010 03:26

די מענטשן וואס זענען אפען בילד האבן גארנישט אריין געלייגט דארט.

די סאוט 8 ביהמ"ד האט מנדב געווען ר' מנחם גרשון לעבאוויטש, ר' שמואל אויבערלענדער, ר' יצחק ראזענבערג, ר' משה יוסף ווערטהיימער, און ר' יעקב הערש שענפעלד ע"ה.

גיי נאך איצט אריין אין סאוט 8 ביהמ"ד וועט מען זעהן זייערע נעמען הענגען אויף די וואנט.

קיין איינע פון די וואס זענען אפען בילד, האבן קיין פעני נישט געגבען, זיי זענען אפאר שלעכטע מוסרים זאליס, וואס זענען זאליס און ארבעטן מיט אלע כוחות אז די זאליס זאלן בלייבן מיט די גניבה פונעם ביהמ"ד.

אדרבה אז זיי מיינען די טובה פונעם ביהמ"ד זאלן זיי העלפן קהלתינו הק' איבער נעמען די ביהמ"ד, ווי יעדער פארשטייט וועט די ביהמ"ד זיין לשם ולתפארת פי כמה, ווען עס וועט זיין אין די הענט פון קהלתינו הק'.

אדער זאלן זיי זעהן אז די זאליס און קלמן שווארץ זאלן קומען אונטער שרייבן שטרי בירורן ביי א בי"ד אזוי ווי א איד איז מחיוב צו טאן, עס מיינט נאך נישט ווייל זיי קנייטשען זיך איין דעם שטערן, און שרייען אז זיי מיינען נישט די זאליס, נאר די סאוט 8 מתפללים, מעגן זיי פארדעם עסן טריפות און מחלל שבת זיין, דאס זעלבע טארן זיי נישט גיין אין קארט.

און פאר דאס וואס וויינען אז די ביהמ"ד איז גאר נייטראל....

לאמיר אויסרעכענען די נייטראל קייט דערפון...

ר' דוד עקשטיין שליט"א האט געהאט א שמחה אין דעם ביהמ"ד האט ער אן עליה נישט באקומען!

ר' שמואל אויבערלענדער שליט"א האט געהאט א שמחה אין דעם ביהמ"ד האט ער אן עליה נישט באקומען!

אלע זאלי פאשקאווילען קעגן קהלתינו הק' הענגט אין סאוט 8 ביהמ"ד!

נאר זאלי צעטלען מעגן הענגען אויף די ווענט!

אלע אהרונים צעטלען ווערן אראפ געריסען פון די ווענט!

יעדע מי שברך זאגט מען פאר ר' זלמן!

א מי שברך פאר רבינו שליט"א טאר מען נישט מאכן!

אנשי שלומינו ווערן גערוידפט אין ביהמ"ד דורך חיים קלמן!

וכו' וכו',

אזא נייטראלקייט...


תוקן על ידי רבי_יונה ב- 11/10/2010 12:17:14

רעכטער » 11/10/2010 03:36

רעדאקטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פריינדליך קטונתי און צום_ענין - די פיקטשער דארף מען לאזן צוליב מפרסמין עושי מצוה - די חשובע יונגעלייט האבן אוועקגעגבן פון זייערע טייערע צייט מקיים צוזיין די געוואלדיגע מצוה פון גיין צו ערכאות של עכו"ם - די זכות זאל זיי אודאי ביישטיין

[בילד – נישט אפגעהיט]

עס איז ממש נישט צום פארשטיין וויאזוי אידן שומרי תורה ומצות שעמען זיך נישט אן קיין טראפן בושה צו אריינגעבן א קלאגע אין געריכט אן קיין שום הוא אמינא צו גיין אין די"ת. און נאכדעם קומען זיי דא נאך שרייען אויפן פארק היות מ'פובליצירט די נעמען.

עס זענען די זעלבע וועלכע זענען געגאנגן פראטעסטירן קעגן א רבן של ישרא' אלס א "מלחמת מצוה", און דערנאך געווען מלא טענות פארן מפרסים זיין די עושי מצוה.

א הולך לערכאות איז א מרים יד בתורת משה, נישט קיין חילוק צו ער האט יא אריינגעלייגט געלט צו נישט. דער שו"ע רעדט טאקע צו אט די פערזאנען. 

רבי_יונה » 11/10/2010 03:51

קלמן שווארץ איז סיי א הולך לערכאות!
 
און קלמן שווארץ איז א מסור ומלשין!

דער הולך לערכאות קלמן שווארץ
האט אריין געגבען א פארלאנג אין געריכט, חוץ די קלאגע וועגן די דיד פונעם ביהמ"ד, און בשאט ונפש עובר געווען אויף אן איסור דאורייתא פון ואלה המפשטים אשר תשים לפניהם.

וועגן דעם איז ער א הולך לערכאות!

און ווערט אנגעריפען מרים יד בתורת משה, און מדרש תנאים (דברים טז) שטייט "כל ההולך לדין אצל אומות העולם כאלו עובד עבודה זרה!!

דער מסור ומלשין קלמן שווארץ האט אריין געגעבען אן עקסטערע קלאגע קעגן קהלתינו הק', און ר' אברהם רובין, ווי ער קלאגט פאר דעמיטש פון 750 טויזענט דאלער, וואס על פי הלכה ווי עס ווערט געפסקנט אין שו"ע אז יעדע תובע ממון קעגן א איד ווערט אנגעריפען מסור ומלשין. ווי אויך קלאגט קלמן שווארץ זיי אויף קרימינאל פראד, אז זיי זענען קרימינאלען פארן מאכן א פראד דיד.

וועגן דעם איז ער א מסור ומלשין!

אין שולחן ערוך חושן משפט (סימן שפח ס"ט) ווערט געפסק'נט אויף אים שהמוסר ישראל ביד עובדי כוכבים בין בגופו בין בממונו ואפילו היה רשע ובעל עבירות ואפילו היה מיצר לו ומצערו אין לו חלק לעולם הבא. ובגמרא (פרק קמא דראש השנה ועבודה זרה כו, ב) עוד דהמסורות יורדין לגיהנם ונידונין לדורי דורות וגופן ונשמתן כלה.

דאס איז וואס ווערט געפסקנט אויף קלמן שווארץ!! וועם עס געפעלט נישט אדער האט טענות דעראויף קען נעמען דעם שו"ע אין צורייסען.

איך וועל באלד אריין לייגן די שרעקליכע קלאגע.


תוקן על ידי רבי_יונה ב- 11/10/2010 04:06:47

יוסלע_פליט » 11/10/2010 06:03


ר' יונה איז גערעכט!
I AGREE WITH HIM A 100%

קלמן שווארץ מיט די אנדערע א. ג. נייטראלע זאליס האבן א דין מוסרים והולכים בערכעות סיי ווי אזוי ס'זאל נאר נישט זיין!

אפילו לויט די פאר ניקס וואס שרייבן אלע אין קווינס פארום און שפילן פארטיי האבן אויבן געשריבן אז די אידן זענען נוטראל און מיינען די שול,און אז זיי האבן אינוועסטירט אין די שול אסאך געלט, האבן זיי קיין שום רעכט געהאט אריינצוגיין אין קאורט און אוודאי נישט אריינגעבן א קלאגע אקעגן פערזענדליכע יחידים!
לויט ווי איך האב שוין אויבן דערמאנט:
זאלן די אלע נייטראלע אינוועסטערס גיין צו דין תורה! נישט פארהאן קיין שום היתר צו גיין אין געריכט ווי נוטראל זיי זענען נאר נישט! און נישט קיין חילוק צו זיי האבן אריינגעלייגט א ביליאן צו א טריליאן דאלער אין דעם שול!.. (אזוי נישט מיר נישט דיר האבן די פאר נייטראלע אידן קיין איין איינציגסטן רויטן גראצער נישט געגעבן פאר דעם שול! אבער לאמיר זאגן אז יא).

און צו דיר פריינדליך, אויב האסטו אזוי רחמנות אויף די בלוט פון די בלוט דורשטיגע זאליס וואס זיי זענען אנגעטרונקן מיט אידיש בלוט פון די לעצטע 10 און א האלב יאר קענסטו זיי גיין זדשוינען בכבוד גדול!
אזוי ווי די שטעלסט זיך אהער פאר אזא נאנטער ידיד און אויסקענער מיטן שול סטעף, זיי אזוי גוט און געב איבער די פאלגענדע מעסעזדש פאר דיינע נוטריילע זאלי אינוועסטירער פון דעם שול וואס מיינען נעבעך נאר די טובה פון די שול.. און האבן אזוי שטארק מורא פון בילדער:


1)  אויב מיינט איר די טובה פון די שול גייט זאפארט ארויס פון ערכעות און שטעלט אייך צו דין תורה ביי א בי"ד כשר בישראל או בזבל"א!

2)  אויב שוינט איר אזוי אידיש געלט וואס איר האט אומשילדיג אינוועסטירט אין דעם שול, פארוואס שוינט איר נישט די געלט פון ראשי וחברי הנהלת קהילתינו און פון אנשי שלומינווואס האבן אינוועסטירט אין דעם שול אסאך פאר אייך און איר האט דאס אזוי אפען אוועק'גע'גזלט מיינענדיג דערביי די טובה פון די שול..???

3)  אויב האט איר אזוי מורא פון בילדער אזש עטץ האטס אנגעדרייט צו האבן עטליכע ניקס פון קווינס צו שפילן פארטיי און אזוי ארום רחמנותדי'גע'הייט אראפ זעהן די בילדער ווי איר שטייט גוט אויפגעלייגט אין קאורט ווייל איר שעמט זיך דערמיט, זארגט נישט! קיינער וועט מילא נישט גלייבן די ארונים אז איר זענט געגאנגן אין קאורט מסר'ן ר' משה יוסל און ר' אברהם רובין, איר זענט דאך פיינע אידן, איר מיינט דאך נאר אייער געלט...


 ווען ר' יצחק ראזענבערג ר' משה יוסל, ר' אברהם רובין און אלע אנדערע הנהלת הקהילה מיינען זייער געלט,זענען זיי געווארן קשר בוגדים, מוסרים, וכל מיני לשונות הלישקע, ווען אנשי שלומינו האבן אינוועסטעט צענדליגע טויזנטער דאלארן צו קויפן זיצן אין נייעם ביהמ"ד אויף ראסס איז זייער געלט געווען גארביזדש,  נאר קלמן שווארץ'ס פריוועט געלט איז הקדש

ווי פירט נאר פריינדליך אויס אין זיין לעצטע רחמנות'דיגע תגובה,

דאס איז א זאלי מידה!!

פריינדליך טייערע, געדענק דיינע לעצטע פאר ווערטער און געב דאס אויך איבער פאר די חברה!
דאס איז א זאלי מידה!!!


פריינדליך » 11/10/2010 07:09

קלמן שווארץ לייקן איך נישט. און דאס אז מען זאל לייגן א בילד באדערט אויך נישט. עס איז קיין פראבלעם. די פראבלעם איז די קאמענטארן. כאילו ווייס האלענדער און פאזען זעננען די מוסרים פונעם יאר הונדערט. סך הכל זענען זיי געגאנגען סופארטן זייערע מענטשן. עס איז אזויווי א זאלי זאל זאגן אז יעדער ארוני איז א רשע. ווייל ער סופארט די וואס גייען(לשיטתם אין קאורט). און בכלל איז זייער שיין פון איך אז איינער וואס האלט אנדערש ווי דיר איז א זאלי. און דאס איז אויך די זאלי מידה...(קוק אין זייער פארום יעדע צוויי מינוט. ווער עס איז אביסל ערנסטער ווערט א ארוני)

טראכטן » 11/10/2010 19:02

איך ווייס נישט וואספארא געשעפטן די פירסט מיט די זאליס, איינער וואס גייט אין קארט, אדער וואס איז מסייע דערצו, איז א ר ש ע,

דאס אלעס, נישטא קיין תיריצים אין דער וועלט, סיי ווי ווער עס קען די חברה ווייסט שוין וואס פאר א צדיקים זיי זענען, עני וועי, איך וויל נישט דא אריינגיין, אבער טאמער עס וועט אויס פעלן וועל איך מיט דערצייט פארציילן אביסל סודות פון חדר,

ערענסטער » 11/10/2010 22:33

סוי, פויזען האט נישט מרים יד געווען בתורת משה ח''ו, אין נישט געגאנגען אין קארט אריין ?

נאר ער איז א מסייע לעוברי עבירה. אדער דאס אויך נישט?

הבדלה_מנין » 12/10/2010 08:24

רבי_יונה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 
און פאר דאס וואס וויינען אז די ביהמ"ד איז גאר נייטראל....

לאמיר אויסרעכענען די נייטראלקייט דערפון...

אנשי שלומינו ווערן גערוידפט אין ביהמ"ד דורך חיים קלמן!

וכו'וכו',

אזא נייטראלקייט...


יונה, פאר קנאפע צוויי וואכן צוריק האסטו דאס געשריבן:

"ליצנות  אין א זייט.
ר' חיים קלמן מאכט נאר דעם אנשטעל אזוי. איך ווייס קלאר אז שטילערהייט ארבעט ער מיט די ארונים..."

געב מער אכטונג אז דיינע ליגענטס זאלן שטימען.

הבדלה_מנין » 12/10/2010 10:01

קען מיר איינער מסביר די פאלגענדיגע:

1)וואס איז דער עוולה פון ר' חיים קלמן שווארץ פון גיין אין קאורט, עטץ האטס דאך אליין דא געשריבן חול המועד אז הרב ר' חיים קלמן גוטמאן, דער דיין פון דעם שול, האט איהם געגעבן א היתר.

2) ווי איז ענקער וויי געשריי איבער ווערטסהיימער גיין אין קאורט אן א היתר בית דין לכתחילה מיט 6 יאר צוריק ווען דער סיכסוך האט זיך אנגעהויבן?

3) ווי איז ענקער וויי געשריי איבער ווערטסהיימער און רובין פארן נישט גיין צו דין תורה איבער זייער סיכסוך איבער די בעלות פון דעם שול?

4) ווי איז געווען ענקער וויי געשריי ווען די קינדער פון ענקער רבין מיט זייערע קאזין'ס זענען געגאנגען אין קאורט אנטקעגן זייער גרויסן זיידען דער ברך משה זצ"ל?

5) ווי אזוי זענען די יונגעלייט וואס זענען געגאנגען צוקוקען
(חול המועד האלטן) אין קאורט געווארן מוסרים אדער מסייע לעוברי עבירה, האבן זיי געקלאגט איינעם, געשריבן די קלאגע אדער אפילו געהאלפן שלעפן די פאפירן?

kleinekup » 12/10/2010 16:00

4) ווי איז געווען ענקער וויי געשריי ווען די קינדער פון ענקער רבין מיט זייערע קאזין'ס זענען געגאנגען אין קאורט אנטקעגן זייער גרויסן זיידען דער ברך משה זצ"ל?


וואס האבן די אייניקלעך געקלאגט דעם "גרויסן זיידען"?
ס'האט אים גיווארט תפיסה חלילה?
די וועלט ווייסט דערפון?

יוסלע_פליט » 12/10/2010 17:38

איינער קען דא ביטע ענטפערן דעם קליינעם 'הבדלה' קאפ?? א טיפיקעל זאלי סטעיטמענט; קאורט! ברך משה! תפיסה?.... (נישט פארהאן ווער זאל לאכן...) זאג נאר, אפשר פארציילסטו פאר יעדן די סודות וואס דו ווייסט און קיינער ווייסט נישט?... פארצייל פאר יעדן איינעם וואס די קלאגע איז געווען אקעגן דעם ברך משה, און וויפיל יאר ס'האט אים געווארט תפיסה... וואס האט מען אים געקלאגט פאר?....

תוקן על ידי יוסלע_פליט ב- 12/10/2010 17:41:50

rebyankel » 12/10/2010 17:50

וויאזוי קען ער געבן א היתר צו גיין אין קארט????
אז איך האב פיינט איינעם מעג איך געבן א היתר צו גיין אין קארט קעגן אים
אין שנאה א היתר אויף די גאנצע תורה???
די גאנצע היתר וואס א ''בית דין'' גיט איז ווען יענער איז מסרב אדער א גבר אלים וואס פאלגט נישט די פסק פין בית דין, אבער סתם געבן א היתר צו גיין אין קארט, איז סיי דער מתיר אין סיי דער הולך בערכעות א מחלל ש''ש כו' ווי עס שטייט אין שו''ע

די קארט פין 6 יאר ציריק ווייס איך נישט פינקטליך,
אבער אויב איז עס  געווען א פריוואטע קעיס צווישען ר' משה יוסף ווערטהיימער מיט די זאליס האט דאס דאך גארנישט מיט קהל, טראץ וואס קהל וויל יעצט אינפארסירן יענע פסק
אין אויב איז קהל געשטאנען אינטער דעם
איז עס געווען די זעלבע היתר ווי די גרויסע קארט, וואס קהל האט שוין געצייגט פאר עטליכע רבנים ות''ח ובתוכם כ''ק ווינער רב שליט''א, אין הג''ר ישראל דוד הארפענעס וכו'  (וויאזוי רופן ענק עס נאר: שיפלאד...) נאכדעם וואס ענק האבען מסרב געווען פין זיך שטעלן צו די''ת אויף די 3 הזמנות פין  קהל.
ביים בי''ד איז סאוט 8 געווען אריינגערעכנט אין די הזמנה פינקט ווי אלע נכסים פין קהל יטב לב, אין ביי קארט איז דאס נישט געווען אינקלאדעט ווייל דאס איז געווען איבערגעשריבן אויף קהל ויואל משה, האט מען געפענט א עקסטע קעיס

אין פארוואס דארף יעצט רובין גיין צו דין תורה? ער האט ענק גערופן אין קארט? אז די פארלאנגסט ער זאל גיין צו דין תורה? די קענסט אים נישט הייסן ער זאל ענק רופן צו דין תורה?

אין וועגן די ברך משה קעיס ביזטו פשוט אנגעפיקעוועט פין היידפארק, ווי קליינקאפ האט שוין געשריבן
די ווייסט אפשר וויפיל יאר תפיסה עס האט געווארט דעם ברך משה ז''ל וועגן דעם? אין אז די ווייסט דאס ווייסט אפשר פארוואס ר' זלמן לייב אין ר' ליפא האבען  זיך דארט נישט געוואלט שטעלן צו דין תורה טראץ וואס זיי האבען געשיקט א התראות פין יחיאל יצחק גליק?
יא ר' זלמן לייב אין ליפא האבען נעבעך ג'חלום'ט דעמאלטס אין די הויכע ספערן אז 'יעצט גייט מען עס מאכען' מ'וועט אים אזוי באשמיצן אז....
די ריזיגע פיקטשער אויפן דעקל פין דער איד, אין מ'האט זיך  געשוואירן א בריוו פין בד''ץ העדה החרדית, אין אויסגעלאזט האט זיך עס מיט א פרישע פאשקעוויל פין די פורים בית דין.
(ברום זכור לטובה, דער חכם אין גאון וצדיק ר' מאיר בראנסדארפער ז''ל מיט הגה''צ ר' משה האלבערשטאם אין להבחל''ח הגה''צ ר' משה  שטערנבוך שליט''א ראב''ד, וועלכע האבען זיך פעסט געהאלטען,
הגאוה''צ הרב פריינד, הרב יאראוויטש, הרב פרענקל זענען נאך דאן נישט געווען אין די עדה, אויב געדענק איך גיט)

רבי_יונה » 12/10/2010 18:28

אזוי אויך איז דא א געסיינטע דאקומענט אין קארט פון 6 יאר צוריק, צווישען הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער, און ר' יעקב הערש שענפעלד ע"ה, ווי זיי שרייבן אונטער אין קארט, אז זיי גייען זיך שטעלן צו דין תורה ביי בדי"צ מכון להוראה אין מאנסי.

נאר די זאליס קאנג. ויואל משה בראשות די פרעזידענט ר' זלמן, האבן נישט געוואלט בשום אופן אונטער שרייבן.

און פאר 6 יאר צוריק האט קהלתינו הק' געהאלטן נאך דריי הזמנות, און 100דערטער בקשות צו די זאליס זיך צו שטעלן צו דין תורה, און מען האט גערעדט צום וואנט, האט קהלתינו הק' מיטן שליח ר' משה יוסף ווערטהיימער, אריין געגעבען אן ערעור אויף די פאלטשע דיד וואס די זאליס האבן דעמאלס געמאכט אויף די סאוט 8 שול, און געוואלט נעמען א מארגיטש און ב"ה מען האט דעמאלס אפגעהאלטן די זאליס פון נעמען די מארגיטש.

צום_ענין » 12/10/2010 20:52

טייערער ר' יונה לאמיך דיך אינפארמירן מיט אינפארמאציע וואס קען זיין וויכטיג צו וויסן פאר מען שרייבט וואס מען ווייסט נישט

די האסט געשריבן  "די מענטשן וואס זענען אפען בילד האבן גארנישט אריין געלייגט דארט." דאס איז א אפענער שקר, צוויי פון די מענטשן האבן אפשר נישט אריינגעלייגט קיין געלט אבער דער רוב דארט האבן אסאך געלט אריינגעלייגט, און בפרט קלמן שווארטץ וואס האט אין דעם ביהמ"ד דערלייגט זיינע הויזן. 

די שרייבסט ווייטער "די סאוט 8 ביהמ"ד האט מנדב געווען ר' מנחם גרשון לעבאוויטש, ר' שמואל אויבערלענדער, ר' יצחק ראזענבערג, ר' משה יוסף ווערטהיימער, און ר' יעקב הערש שענפעלד ע"ה. "
ר' מנחם גרשון האט טאקע מנדב געווען א ארון קודש, ר' שמואל אבערלענדער האט אפשר געוואלט עפעס מנדב זיין אבער אפי' זיין איידעם איז דארט דיין האט ער ביזדערווייל נישט מנדב געווען גארנישט, ר' יצחק רויזנבערג האט נישט מנדב געווען גארנישט, ואחרון חביב ר' משה יוסף ווערטהיימער איז שולדיג געלט פאר דעם ביהמ"ד פאר ווער עס ווייסט. און ר' יעקב הערש ז"ל איז דער איינציגסטער וואס האט אויך אריינגעלייגט זיין גאנץ פארמעגן אין דעם ביהמ"ד. (איך זאגט נישט אז די אלע האבן געדארפט געבן, זיי זענען קיינעם גארנישט שולדיג, אבער זאג נישט אז זיי האבן געגעבן ווען זיי האבן קלאר נישט געגעבן)

די שרייבסט ווייטער "גיי נאך איצט אריין אין סאוט 8 ביהמ"ד וועט מען זעהן זייערע נעמען הענגען אויף די וואנט. "
ווייז מיר די וואנט ווי ר' יצחק רויזנבערג מיט ר' שמואל אבערלענדער הענגען, איך האב מורא אז די ווייסט נישט פון וועלכע ביהמ"ד מען רעדט.

די שרייבסט ווייטער:
קיין איינע פון די וואס זענען אפען בילד, האבן קיין פעני נישט געגבען, זיי זענען אפאר שלעכטע מוסרים זאליס, וואס זענען זאליס און ארבעטן מיט אלע כוחות אז די זאליס זאלן בלייבן מיט די גניבה פונעם ביהמ"ד.

איך קען דיר נישט ענטפערן מער ווי אז די זאלסט דיך בארעכענען צו נאכגיין אינפארמאציע פאר די שרייבסט אזוי געמיין אויף זיי. (און ביי די וועי, איך בין אויך א חסיד פונקט ווי די און איך זוך בכלל נישט אז זיי זאלן בלייבן דארט, איך זאג נאר א סיבה פארוואס זיי נעמען עס צום הארצן און עס קומט זיי נישט מיתה פאר דעם)

די שרייבסט ווייטער "אדרבה אז זיי מיינען די טובה פונעם ביהמ"ד זאלן זיי העלפן קהלתינו הק' איבער נעמען די ביהמ"ד, ווי יעדער פארשטייט וועט די ביהמ"ד זיין לשם ולתפארת פי כמה, ווען עס וועט זיין אין די הענט פון קהלתינו הק'."
איך הער וואס די זאגטס, קען זיין אז זיי האלטן אנדערש.....

ווייטער שרייבסטו:

און פאר דאס וואס וויינען אז די ביהמ"ד איז גאר נייטראל....

לאמיר אויסרעכענען די נייטראל קייט דערפון...

ר' דוד עקשטיין שליט"א האט געהאט א שמחה אין דעם ביהמ"ד האט ער אן עליה נישט באקומען! (שקר ווי די עבודה זרה, ער האט יא באקומען, עס איז נאר געווען א סקאנדאל אז איינער וואס דאוונט נישט דארט קיינמאל האט געגעבן א לויף צו און עולה געווען, און ר' דוד האט אים גאר געקויפט א מתנה פארן מבזה זיין)

ר' שמואל אויבערלענדער שליט"א האט געהאט א שמחה אין דעם ביהמ"ד האט ער אן עליה נישט באקומען! (שקר וכזב מען איז גראד געגאנגען דאווענען אין ברכה סימא ווייל מען האט נישט געוואלט ס'זאל קומען דערצו, איך זאג נישט אז עס איז גערעכט אבער דער באפעל איז געקומען זייער קלאר פון פיצי יאקאבאוויטש און כת דילי' און מצד דעם סאוט 8 ביהמ"ד קען אפילו דער רבי קומען דארט עולה זיין)

אלע זאלי פאשקאווילען קעגן קהלתינו הק' הענגט אין סאוט 8 ביהמ"ד!

נאר זאלי צעטלען מעגן הענגען אויף די ווענט!  (וואס איז די דאפלט לשון? נאר אנצופילן נאך א שורה, און איך ווייס נישט פארוואס די פארשטייסט נישט אז מען הענגט נאר זייערע צעטלעך, ענד פאר יאר אינפארמעישן פאר יעדע דרשה ווי שבת שובה און שבת הגדול הענגט דארט מיט אלע צעטלעך פון די אנדערע בתי מדרשים אויך אונזער צעטל פונקט ווי יעדער, די איינציגע וואס הענגט דארט נישט איז די דירעקטע קהל'ישע ענינים וואס ווי פארשטייט זיך איז עס קאנפיוזינג און איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן ביי אונז אין בהמ"ד הענגען א זאלי צעטל)

אלע אהרונים צעטלען ווערן אראפ געריסען פון די ווענט! (טריפלט לשון, ועין לעיל)

יעדע מי שברך זאגט מען פאר ר' זלמן! (ביזדערווייל איז עס אינטער זלמן לייב אבער דאס איז נישט וואס מאכט דעם ביהמ"ד נייטראל, די איינציגע וואס די אלע שרייבער'ס ברענגען ארויס איז אז דער ביהמ"ד איז נייטראל ווייל מ'רודפט נישט קיין ארוינים און מען האט דארט געהעריג אלעס אן קיין פראבלעם און מען קריגט זיך נישט ארום, איך זעה נישט ווי די מי שבירך מאכט דאס אויס נייטראל)

א מי שברך פאר רבינו שליט"א טאר מען נישט מאכן! (טאקע א פראבלעם אבער מ'האלט אין איין מאכן דארט מי שבירך'ס פארן רבי'ן, כמעט יעדער חסיד אין דעם שול האט שוין דארט געמאכט מי שבירך'ס פאר'ן רבין, און מען הערט נישט קיין מוק)

אנשי שלומינו ווערן גערוידפט אין ביהמ"ד דורך חיים קלמן!  (נאט דעט איי נוי אף, די איינציגסטע פאל וואס ר' חיים קלמן האט געהאט צו טון מיט אנ"ש איז געווען ווען מען האט אין א שמועס זיך צופייערט און ער האט גערעדט וואס ער האט נישט געדארפט, עס קומט אים נישט צו פארענטפערן ער דארף גיין איבערבעטן דעם רבי'ן אבער צו זאגן אז דאס איז דער רוטין איז א פרעכער אויסגעשפראכענער ליגנט, ר' חיים קלמן איז נאענט מיט די חסידים פון רבי'ן [אויסער ווער עס וויל נישט])

וכו' וכו',

אזא נייטראלקייט

טייערער ר' יונה איך מיין אז איך האב יוצא געווען ידי חובתי און איך האף אז איך וועל מער נישט ענטפערן אויף דיינע שטותים, די איינציגסטע זאך פארוואס איך שפיר פאר א פליכט זיך מטפל צו זיין מיט דעם איז ווייל איך האב אינסייד אינפארמעישן וואס איז דירעקט פארקערט, האב מיר א גוט יאר און פרוביר צו פארשטיין וואס איך זאג, אז די אלע געמיינע לשונות פאסט נישט פאר אונז און מיר דארפן נישט ליגנט זאגן צו זיין גערעכט מיר זענען גערעכט אפילו ווען מיר נוצן דעם אמת.

היראים » 12/10/2010 22:56

צום ענין
איך וועל מיך נישט אריינמישען אין דיין פייט מיט ר' יונה
די האסט דא א אפענע אגענדע צו פארענטפרן די תובעים בערכעות פין סאוט 8

אבער די שרייבסט א גאנצע לאנגע תגובה אין די ביזט אפווענדן יענעם ווערטער אין די ברענגסט ניטעמאל 1 ראי' צו דיינע ווערטער, ווייז מיר איין טעוועלע מיט די נעמען פין תובעים בערכעות אין די אלטע סאוט 8 שול
איך מיז זיין משוגע צו גלייבן וואס די שרייבסט
והעיקר, ווייז מיר ווי עס ווערט ג'פסקנ'ט אז איינער וואס גיבט געלט פאר שול מעג תובע זיין בערכעות של עכו''ם

צום_ענין » 13/10/2010 02:54

היראים!
לאמיך דיר קלארשטעלן אויב די האסט שלעכט פארשטאנען
איך וויל פונקט ווי די און יעדן אז די גניבה זאל צוריק גיין צום בעל הבית, און איך ווייס פונקט ווי די אז די מוסרים האלטן זיך נישט אפ פאר גארנישט, מיין איינציגסטע נקודה דא איז: פארוואס אטאקירן די קליינע מענטשעלעך ווען דער פיש שטינקט פון קאפ? פארוואס זאלן מיר זיך נישט האלטן צו א ליניע וואס קען באמת נישט ווערן אפגעפרעגט ווען מען רעדט פון זאכן וואס זענען אומאפפרעגבאר, און נעמען א ליניע פון באשמוצן מענטשן וואס ווער עס ווייסט דעם אמת ווייסט אז יעדעס ווארט וואס איך האב געשריבן איז אמת (לפי ידיעתי, וואס איך האב גאנץ אסאך אינפארמאציע אין דעם ענין)
און וואס די פרעגסט וועגן ראיות וויל איך דיר זאגן איך קען ברענגען ראיות כאטש ס'וועט מיר שווער זיין צו גיין צוזאמקלייבן ווייל איך טו דאס נישט פאר פרנסה, אבער דאס איז נאר שייך ווען ר' יונה וואלט געברענגט ראיות, איך האב נישט געזעהן ער זאל ברענגען קיין שום ראיות מוכיחות און פארוואס פארלאנגסטו פון מיר ראיות?
אלנספאלס לאמיך דיר אין קורצן זאגן מיין שטעלונג:
1) אמת אז סאוט אכט איז קלאר א חלק פון די גרויסע גניבה פון קהל נישט קיין חילוק צו פריוואטע אידן האבן געאפפערט זייער לעבן דערפאר
2) עס איז אויך קלאר נישט דא קיין תירוץ פאר די הליכה בערכעאות פון די מוסרים
3) עס איז אויך מעגליך אז די אידן אין סאוט 8 ווערן אריינגעשלעפט אין א דבר האיסור (איך וועל דאס לאזן פאר די לומדי תורה און רבנים) וואס דאס וועל איך מיך נישט מישן ווייל מיר איז נישט נוגע ווער עס איז דער מסור אדער ווער עס איז דער גנב דער עיקר איז דא איז קלאר א גניבה אין וואס סתם עמך אידן זענען פארמישט געווארן זייענדיג פון די אפעקטירטע איז מעגליך אז זיי טוען וואס איז נישט גוט
4) פון דעסטוועגן דאך וואלט געווען לאגיש צו זאגן אז די אטאקע דארף נישט און טאר נישט גיין קעגן די אידן (וואס אויף זיי קען מען ברענגען קלארע ראיות אז זיי זענען נישט די מוסרים) און מען דארף זיך האלטן "צום ענין"
5) ווי אויך איז קלאר אז נוצן ליגנט אראפצוברענגען דעם בילד פון א ביהמ"ד אינגאנצן אנדערש ווי באמת עס איז איז אויך נישט "צום ענין"

איך האף אז די פארשטייסט מיך קלארער, און אויב די דארפסט ראיות פאר מיינע ווערטער שיק מיר אין אישי איך בין נישט זייער ספאוקסמען.

ערענסטער » 13/10/2010 03:38

צום ענין
איך גיי יעצט נישט אריין אין דיינע טענות , אבער ס'קוקט אויס ווי די דרייסט זיך לעבען פיצי פריעדמאן, ווייל די זאגסט נאך ווארט ביי ווארט זיינע שטותים אין ליגענטס. (ער האט אויך גראדע אייביג אינסייד קלעסיפייד אינפארמערמעשן אויף יעדע הינזיכט).
פערצופאל מיינט ער אייביג אויך די טובה פון סאטמאר.
בלאט: 1 2