היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » סאוט 8 ביהמ"ד - קאורט אפדעיט

סאוט 8 ביהמ"ד - קאורט אפדעיט

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2833970
בלאט: 1 2

פריינדליך » 13/10/2010 05:20

רבי יונה. היראים. ערענסטער. אין איין ווארט. זענט איר מתפללים אין דעם ביהמ"ד אז איר זאלט קענען די טאג טעגליכע ווירטשאפט דארט? איינער טענה'ט אז ער קען דעם ענין. אפשר איז ער גערעכט?

זכר_באנדל » 13/10/2010 21:03

געגעבן געלט, אינסייד אינפארמעישאן, חיים קלמן איז יא פרענד מיט די ארונים, נישט א פרענד.. די העק וויט אלל דיס אינפארמעישאן! ס'איז גאנץ ווייניג נוגע, צום ענין, במחילת כבודך, ענטפער מיר אין איין ווארט; איז דא ערגעץ אין די גאנצע תורה איין היתר צו גיין אין קאורט ווייל די גאנצע צו האלבע שול איז נוטראל? איז דא ערגעץ אין די גאנצע תורה א היתר צו גיין אין קאורט אן רופן צו דין תורה דריי מאל און די נתבע זאל נישט וועלן גיין ווייל מ'האט אריינגעלייגט אפילו טריליאן דאללער אין א שול (וואס הייבט זיך נישט אן, קיין איין פעני נישט געזעהן פון די 'איידעלע הולכים בערכעות')? איז דא ערגעץ אין די גאנצע תורה א היתר צו גיין אין קאורט ווייל מ'מיינט נאר די שול'ס אינטערעסע? איז דא ערגעץ אין די גאנצע תורה א היתר צו גיין אין ערכעות מסר'ן אידן מיט פרייוואטע ענינים, ווייל זיי האבן פראבירט צוריק צו נעמען א בנין וואס באלאנגט צו זיי? ועוד ועוד ועוד.. איך זאג דיר שוין, אויב גייסטו אפשרייבן א גאנצע תשובה בין איך שוין נישט דא! איך וויל א 'יא' אדער א 'ניין' (האלט דיך 'צום ענין'...)

צום_ענין » 13/10/2010 21:13

ניין!
ישר כח

זכר_באנדל » 13/10/2010 21:22

ישר כח פארן ענטפערן ווי א מענטש! יעצט זאג מיר איז דא ערגעץ אין שלחן ערוך ווי מ'זעהט אז מ'דארף פארטיידיגן א הולך בערכעות? אדער ווערט גאר געפסקנ'ט די הארבסטע זאכ'ן אויף אזוינע געמיינע מענטשן?

יוסלע_פליט » 13/10/2010 21:40

פיינעלי, ענדליך זעהט מען שוין דא איינעם רעדן ווי א מענטש, זכר בונדל גוט ארויסגעברענגט, אפענע קשיות צום פוינט. צום ענין, שכוח פארן ענטפערן נארמאל, דערווייל ביזטו די איינציגסטע פון די אלע אנדערע אין די דעבאטע פון פריער וואס ענטפערט וואס מ'פרעגט.. אנטשולדיג פארן אריינהאקן, אבער איך וויל אביסל ארויסהעלפן. ביזט דאך מודה אז די זאליס האבן נישט געהאט קיין שום היתר צו גיין אין געריכט, נו, די אלע וואס זענען געגאנגן אין געריכט פון ביהמ"ד סאוט 8, נישט קיין נפקה מינא צו זיי האבן א נגיעת ממון, זענען א ריכטיגע מסייע! און די זענען פונקט אזוי שולדיג אינעם חילול שם שמים, און אויב האבן זיי די מינדערסטע געפיל פאר זייער אייגן ביהמ"ד זאלן זיי זעהן אז מ'זאל ארויסגיין פון קאורט און קומען צו דין תורה, דאס אז זיי זענען אליין אראפגעגאנגן אין קאורט פארגאנגענע וואך איז נישט נאר משמע אז שמע מינה דקא ניחה לי', נאר זענען נאך די אפיציעלע שטיפערס דערצו, זיי זענען געהעריג בפועל אינוואלווד! און זיי טראכטן נישטאמאל פון א אפשען צו קומען צו דין תורה! פארדעם זענען זיי די זעלבע ווי זייערע אויבערהארן און משלחים אליינס, אינקלאדונג: הרב הגז"ל, יאקאבאוויטש ענד קא.! מוסרים און הולכים בערכעות! אגב, ווייסט איינער ווי עס האלט דארט?

צום_ענין » 13/10/2010 23:15

אקדמות מילין ושריות שותא: קודם וויל איך זיך באדאנקען פארן אויפנעמען מיין ענטפער געהעריג, און איך בין גרייט צו ענטפערן אויף אנדערע פראגע'ס אויב איז ענק (יוסעלע און זכר באנדל) נאך עפעס שווער, אבער איך וואלט זייער געוואלט אויך זיך האלטן אין די ראמען פון נארמאלקייט, דערפאר זאגט מיר וועלכע פון ענקערע שאלות איז נאך נישט פארענטפערט געווארן פון מיין פריערדיגן תגובה און איך וועל פרובירן צו ענטפערן.
אויך אויב איז דיר עס נוגע קען איך ענטפערן פארוואס איך נעם זיך אן און איבער שמועסן דעם ענין און פארשטיין געבן ווי ווייט אייניג איך האלט מיט ענק אלע און ווי ווייט אונז זענען מיר פון זיך נישט פארשטיין, איך זעה נישט קיין שום קאנפליקט צווישן וואס איך זאג און וואס ענק זאגן ביזדערווייל. אויב זעהט איר יא דעמאלס ליינט איבער וואס איך האב געשריבן אדער פרעגט מיר איך וועל ענטפערן אי"ה לפענ"ד.
ביי די וועי: איך בין נישט קיין פאטראן פאר זלמן לייב אין קיין שום וועג, און איך האב נישט קיין שום נגיעה צו אים, איך בין אלעמאל געווען א חסיד פון רבי'ן און איך האלט פונקט ווי ענק אז די גניבה וואס דא איז פארגעקומען מיט די הליכה בערכאות מוז ווערן אפגעשטעלט.
Any other questions?

יוסלע_פליט » 13/10/2010 23:37

קאורט U/D: זדשאזדש שמידט צו די זאליס: פארוואס ווילט עטץ נישט גיין צו די תורה?
א חרפה און א בושה!! די חילול שם שמים פאטשט אין פנים פאר די זאליס! זדשאזדש שמידט האט יעצט געענדיגט די הירינג וואס ער האט פאררופן אויף היינט, דערווייל נאכנישט דא קיין דיסיזדשען אויב ער נעמט די קעיס, ער האט געגעבן נאך א דעיט. ווי גרויס איז געווען די בזיונות ווען דער ריכטער האט זיך אויסגעדרייט צו די הגז"ל טייטלבוים'ס און קלמן שווארץ'ס לויערס פארהאלטענדיג הלמאי פארוואס אין די וועלט ווילט עטס נישט גיין צו דין תורה???? ס'איז צום האפן אז זיי וועלן זיך בארעכענען יעצט נאכדעם וואס דער זדשאזדש האט זיי אזוי אריינגעשניטן אין פנים אריין, און וועלן צוריק צוען די תביעה פון ערכעות און זיך שטעלן צו דין תורה!

טראק » 14/10/2010 01:00

ברעקינג!

קארט אפדעיט היינט מיטוואך.

קודם האבן די זאליס נאכמאל געטאנעהט אז די סאוט 8 קעיס האט גארנישט מיט די זאלי פייט...

נאר קלמן שווארץ קעגן מיט אברהמי רובין פאריוואט...
 
די לויער האט נאכמאל געוויזען פארן ריכטער ווי עס שטייט אז ר' זלמן לייב איז פרעזידענט פון די קאנג. ויואל משה, וואס האט גע'גנב'עט די סאוט 8 שול, די ריכטער האט גערעכט געגעבן, און געזאגט אז א אפילו בלינדער זעהט קלאר אז עס האט מיט די גאנצע סאטמאר פייט.

ריכטער שמיט האט פארלאנגט אז מען זאל גיין צו דין תורה אויף גאנץ סאטמאר, ער האט געזאגט אז דאס גיין אין קארט איז א שרעקליכער חילול ה' שמים, און מען צוטרעט די תורה, די אהרונים האבן גלייך געזאגט אז זיי זענען מסכים, ריכטער שמיט האט געפרעגט צו עס איז דא די הסכמה פון רבינו שליט"א, די לויער האט געזאגט יא, דער ריכטער האט געפרעגט צו ער קען אריבער גייין צו רבינו שליט"א און אים אליין פרעגען, די לויער האט געזאגט יא, אז די ריכטער קען אריבער קומען צו רבינו שליט"א.

ריכטער שמיט האט געפרעגט די זאליס, צו זיי זענען מסכים צו גיין צו דין תורה, די זאלי לויער האט געזאגט ניין בשום אופן, שמיט האט געפרעגט פארוואס? האט די לויער געזאגט אז זיינע מענשטען לאזן נישט, און אויך ר' זלמן לייב וויל נישט, די ריכטער האט געזאגט אז ער וויל שוין פארן קיין ווילי, און גיין צו ר' זלמן לייב און אים פרעגען פארוואס ער וויל נישט גיין צו דין תורה, די זאלי לויער האט געזאגט אז ר' זלמן לייב קען יעצט נישט אויפנעמען.

האט שמיט געזאגט דעמאלס לאמיך רעדן צו אים אפען טעלעפאן, האט ער געזאגט אז ר' זלמן לייב רעדט נישט אפען טעלעפאן...
 
האט שמיט געזאגט איך קען אריבער שיקן מיין חברותא אז ער זאל גיין רעדן צו ר' זלמן לייב, די לויער האט געזאגט אז ר' זלמן לייב איז זייער ביזי... און ער ער ווייסט נישט ווען ער וועט זיין אוועליבאל אויף צו נעמען.

די ריכטער האט געזאגט אז ער גיט די זאלי לויער ביז מאנטאג אים צו קאלן, צו ר' זלמן לייב האלט אים ביים אויפנעמען, און טאמער יא, ווען.

דער ריכטער האט געגעבען די נעקסטע דאטום ווען מען דארף צוריק קומען אין קארט OCT 28.

מען האט בכלל היינט נישט גערעדט פון קיין TRO.

רבי_יונה » 14/10/2010 03:16

איך וויל נישט מעלה גרה זיין, ווייל מען ברויך לערנען אין כתה א' צו פארשטיין אז ביהמ"ד איז נייטראל...

נאר איך וויל איבערחזרן אפאר פונקטן וואס די ביסט מודה אז די "נייטראלע" האבן עס געטאן, נאר עס איז "נייטראל"...

נייטראל 1) ר' דוד עקשטיין ני"ו האט געהאט א שמחה אינעם ביהמ"ד ער האט נישט באקומען קיין עליה.

נייטראל 2) ר' שמואל אויבערלענדער ני"ו די שווער פון ר' חיים קלמן גוטמאן האט געדארפט באווארפען אין סאוט 8, האט מען געמיזט אוועק טראגן די באווארפען, ווייל ר' שמואל קען אן עליה נישט באקומען.

נייטראל 3) נאר די זאלי שיעורי תורה מעג הענגען אין סאוט 8, און קיין שום שיעורי תורה פון די אהרונים.

נייטראל 4) יעדע מיאוסע שמוציגע זאלי פאשקאוויל קעגן קהלתינו הק', און קעגן רבינו שליט"א בפרט, הענגט אין סאוט 8 אויף די וואנט.

נייטראל 5) מען מעג מאכן א מי שברך נאר פאר ר' זלמן, און מען טאר נישט מאכן פאר רבינו שליט"א.

נייטראל 6) ר' חיים קלמן גוטמאן רעדט צוזאם כל דבר אסור קעגן רבינו שליט"א, אזוי ווייט אז זיין טאטע הרה"ח רבי יצחק שליט"א האט אים אמאל געזאגט ביים הערן שעלטן, אז ער האט דין פון כל המבזה תלמיד חכם אין לו רפואה למכתו.

נייטראל 7) ר' חיים קלמן האט אראפ געווארפן די תפילין פון א אינגערמאן אן אהרוני אויף דער ערד רח"ל.

נייטראל 8) אהרונים באקומען נישט קיין עליה כיבוד וכו' אין סאוט 8, נאר די גאר שטילע אהרונים.

נייטראל 9) דער גבאי "ווינער" וואס איז א גאר שלעכטער מענטש, טיילט אויס צרות צרורות פאר יעדן אהרוני.

נייטראל 10) אן אפיל פאר אהרונים מאן דכר שמיה.

נייטראל 11) עס הענגט א מיאוס צעטיל קעגן ר' משה יוסף און אברהם רובין אין נייטראלען סאוט 8.

נייטראל 12) די מוסרים וואס זענען געגאנגען אין קארט אין טרעטן אפען שולחן ערוך איז מען מכבד בכיבוד רב.

נייטראל 13) די אלע וואס שרייען אז די ביהמ"ד איז נייטראל זענען זאליס...

וכו' וכו'

איז טאמער דאס הייסט נייטראל, דעמאלס איז ר' זלמן די נייטראלסטע מענטש....

יוסלע_פליט » 14/10/2010 05:10

די זאליס זענען צובראכן און צישאסן! איך האב פריער געטראפן איינעם א זאלי, ער זאגט מיר אז איין זאך באדערט אים געפערליך פונעם היינטיגן טאג, שלום דייטש האט נישט קיין שכל נישט ארויסצושיקן אזא מעסעזדש אויף HQ??... (זעהט אויס אז ער שעמט זיך צו זאגן אז זייער ספאוקסמען איז א בחור א ראצער'ל פון די 1000 מצוינים פון קווינס....) ס'איז אים נישט בייגעפאלן צו מאכן א שווייג אז שמידט וויל אריבערקומען צום רבי'ן(...)?... נאר סתם אגב, יעדער קען זעהן ווי אזוי עס קוקט אויס די קווינס פארום א טאג נאך וואס זיי האבן עפעס א שטיקל חיי שעה געווינס... דערווייל איז די הויפט העדליין וועגן די מיינעס אין טשילע.. און עס פאלגט נאך א רייע מיט אשכולות אקעגן די ישיבה.. דא דארט שטארט ארויס עפעס א לעבעדיג געווינס אז די TRO בלייבט אין אפעקט... כאילו אויף דעם איז די גאנצע קאורט...

משהלע » 28/10/2010 22:48

וואס איז געווארן אין קארט? היינט איז דאך OCT. 28
בלאט: 1 2