וואס מיינט "דין תורה" ביי די אהרונים?
עכטער חסיד, לייג ארויף די פאפירן.
עס ווייסט יעדער דער ווייטאגליכער מציאות, ווער זענען די וואס האבן גענומען דער לעדער העד קהל יטב לב ד'סאטמאר און טוהן פראקלאמירן דערמיט דין תורה דין תורה, ס'איז פארהאן אזא סארט זאך אז ווען א מענטש ווען נעמען א הוילער שקר און ער וועט עס האלטן און איין איבערזאגען און איבער חזרן וועט עס ווערן מיט די יארן א פאקט, אבער פארשטייט זיך נאר ביי די מענטשן וועלכע וועלן פארמאגען די זעלבע נגיעות ווי דער וואס האט דאס ערשטע ארויסגעלאזט דער שקר.
אט דאס שטעלט זיך ארויס אינעם 10 יעריגע חילול השם וואס עטליכע יחידים האבן גענומען דעם סאטמאר'ע ציבור און געשפילט מיט זיי דריידל, און מיט א יעדעם איז עס געפאלן אויף א אנדערע זייט.
עטליכע פאקטן וואס מען דארף חזרן און חזרן:
ס'איז געווען א רבי זי"ע בעל דברי יואל, א מלאך מן השמים וועלכע האט צוריק אויפגעבויעט דאס צושפליטערטע כלל ישראל נאך ביטערן חורבן, אידישע קינדערלעך זענען געווען צוגעבינדן צו אים ווי א קינד צו א ליבליכע פאטער, און ווען דער ביטערע טאג איז אנגעקומען און דער בעל דברי יואל איז נסתלק געווארן האבן מענטשן דאן געשפירט ווי דער וועלט גייט אינטער גיין, און וויפיל מיר זאלן עס הערן פון די אידן וועלכע האבן דאס מיטגעלעבט וועלן מיר נישט קענען פארשטיין די געפילן.
געוויסע יחידים וועלכע זענען געווען מקורב למלכות צוליב פארשידענע אורזאכן... האבן דאן געזעהן אין זייער געדאנק א אוממעגליכקייט פאר א מ"מ, עמעצער וועלכע זאל קענען ערזעצן דעם חלל וואס האט זיך געשאפן מיט דעם רבינס פטירה.
אבער צווישן די אידן זענען אבער געווען מאנכע פארשטענדליכע און באזעצענע לייט וועלכע האבן מיט זייער קלארער דעת געוואסט און איינגעזעהן אז כדי סאטמאר זאך האבן א קיום איז פשוט פארשטענדליך אז דא דארף זיין איינער וועלכע זאל געקרוינט ווערן אלס סאטמאר רבי.
וויאזוי עס האט זיך ארויסגעשטעלט ווייסט יעדער אז דער בעל ברך משה איז געווארן דער סאטמאר רבי, קיינער זאט נישט אז דער וואס נעמט איבער דארף זיין אינעם די זעלבע בחינה ווי דער וואס איז געווען פריער, אבער די קלוגערע קרייז האבן פארשטאנען אז פאר קיום דארף מען טוהן די ריכטיגע שריט און מיט אלע כוחות זעהן אז די אלע כוחות וואס דער בעל דברי יואל האט אריינגעלייגט זאל נישט ח"ו פארפאלן גיין, און ארויסהעלפן דעם נייעם רבין.
ווי עס ווייסט יעדער האבן אבער באלד די יחידים אינטערגענומען א וויסטע העצע קאמפיין אנטקרעגען דער בעל ברך משה, וואסענדיג דער פאקט אז קיינער קען נישט ערפילן דער חלל, און מיט זייער קורץ געבינדענע דעת פארזעהן אז די ווייטערדיגע דורות דארפן ווייטער בליען און מיט עטליכע קליינע שוהלן אין שטאט וועט קיין אויטאריטעט נישט זיין וועלכע זאל אינטערהאלטן דאס אידישקייט, און עס פארלאנגט זיך זיך זאפארט א ממלא מקום.
ב"ה, מען האט אדורכגעשוויצט די אלע ביטערע יארן, סאטמאר איז געוואקסן און געבליעט, דער בעל ברך משה האט געפירט דער גאלדענע אימפעריע מיט גרויס סייעתא דשמיא, אריינעמענדיג אין זיך די אלע בליטיגע שפיזן וועלכע זענען כסדר געפלויגען אין זיין ריכטונג, אין די זעלבע צייט האט מען באשולדיגט אז מען נעמט אומשילדיגע קינדער בחורים'לעך ווי די תלמידים וועלכע זענען אריין לערנען אין דער בני יואל אנשטאלט און מען אטאקירט זיי, מען ווארפט שטיינער א.ד.ג. וואס אז מען וועט נעמען דער שפאקטיוו און כאפן א טיפער בליק אינעם מציאות, און זיך עטוואס אפשיידן פון די נגיעות פארשטייט יעדער אז ווען די פאר געלט-גייציגע יונגען, און שלעכטע מענטשן וואלטן ווען זיך צוזאמגעליבן פונעם בראך און וויטער מיט געשטאנען מיטן בעל ברך משה וואלט קיין שטיינער נישט געווען, נאר מיט זייער וויסטע קאמף וואס זיי האבן אינטערגענומען האבן זיי אריינגעשטעלט אין געפאר די אלע קרובי המשפחה וועלכע האבן געליטן אדאנק דעם וואס סאטמארע חסידים האבן נישט געקענט צוקוקן די צער פון זייער רבי'ן, און אזוי ארום האבן געליטן טובים ורעים...
דאס ליבשאפט, די אויסטערלישע אהבה וואס דער פעדער איז צו ארעם איר צו שילדערן פונעם ברך משה צו זיין מסירות נפש'דיגע זון ר' אהרן וועלכע אגב זיינע היינטיגע שונאים וואס ער פארמאגט האט ער בלויז צוליב'ן זיך אננעמען פאר זיין טאטענס כבוד, חוץ די וועלכע זענען ארויסגעווארפן געווארן פון די ישיבה וועלכע האבן בלויז גענאסן פון די געשמאקע מאכלים א.ד.ג. און נישט צוגעגעבן גארנישט צו די רוחניות'דיגע טייל פון די ישיבה.
אין שאטן פון די רבינו בעל ברך משה איז שטענדיג געשטאנען דער גבאי וועלכע האט געשעפט חיונה פון זיין פאזיציע, מיט זיין ליבליכע שמייכל צו יעדן האט ער געוואונען און זיינער צייט רעספעקט וואס דער פאקט איז אינעם טאג-טעגליכן לעבן אז ווען מען נעמט אויף א מענטש מיט א שמייכל און צו דער זייט א איינגענעמע קלאפ אויפן פלייצע דאן האסטו אויף דיין זייט דער מענטש, און דאס איז אנגעגאנגען פאר יארן, און קיינער האט ניטאמאל געחלומט אז דער "קלאפ" איז גאר א "מערדערליכע זעץ" וואס די קאנסקעווענצן דערפון וועט זיך שפירן יארן שפעטער...
א אינטערסאנטע פאקט וואס איך גלויב אז קיינער מעגליך האט זיך נאכנישט ערלויבט דאס זאגען, און איך ווייס אויף פאראויס אז אוי וועט מען מיר באהאגעלן פאר זיך וואגען ארויסצושרייבן אזא געמיינער מאדנע "קאנספיראציע", ווייל דאס איז א ווייטאגליכער מציאות, אז די אלע באציאונגען וואס דער גבאי האט פרובירט אלע יארן צו פארמאגען מיט ר' אהרן, שמייכלן, חנפנען, און צייגען געטריישאפט אויף געוויסע פראנטן איז געווען ווייל ער האט געוואסט פונעם פאקט דאס אבנארמאלע קשר און שטארקע ווארט וואס ר' אהרן פארמאגט אויפן טאטן, און אזוי ארום האט ער פרובירט צו האבן א איינפלוס ביים רבין.
אבער עס איז געקומען צו א פוינט וואס דער גבאי האט געשפירט אז דער ר' אהרן שפירט דער געמיינעם פרצוף, און ער האט אנגעפאנגען באמערקן אז דער טאטע דער בעל ברך משה הויבט דאס קאפ פונעם זון און עס איז געקומען צו א קלימאקס ביי דער הנחת אבן הפינה פונעם ביהמ"ד החדש ווען דער ברך משה האט געזאגט מיט אזא סארט נעימות אז דאס ביהמ"ד באלאנגט פאר מיין זון ר' אהרן, און עס ווייסט יעדער זייער גוט וואספארא אויסטערלישע כוחות ר' אהרן האט אריינגעלייגט אינעם ביהמ"ד.
דאן האט ער באשלאסן אז ער מוז דא אנפאנגען וועבן פינסטערע פלענער וויאזוי אפצושיידן דעם טאטן פון זון, ווי עס ווייסט יעדער די פארברעכערישע מיטלן וואס ער האט געטוהן מיט א רבן של ישראל פארקויפט פאר די וועלט צענדליגע בריוון וועלכע זענען פובליצירט געווארן וואס דער בעל ברך משה האט געשריבן קעגען זיין זון ר' אהרן, און ווען מאנכע האבן באמערקט אז אויף דער פאפולערער בריוו וואס איינע פון די גרעסטע לאבעטאריעס אין אמערקי האבן אויפגעדעקט איר פאלשקייט סיי ווי סיי, געפינט זיך נישט קיין בעזהשי"ת אדער בס"ד אדער כאטש ב"ה, אבער די ליצים באלד געגעבן זייער אנטווארט אז דער רבי איז געווען אזוי אויפגעברויזט אז ער האט באלד אנגעפאנגען ס'בריוו... סארא ליצים...
און נישט איינמאל האבן זיי געליטן זייערע ביטערע נידערלאגע ווען נאך יארן פארקויפן פארן המון עם אז דער גרך משה וויל נישט הערן פםון זיין זון ר' אהרן האט זיך ארויסגעשטעלט ביי די חתונה פון ר' זלמן לייב ווען מען האט נישט צוגעשטעלט קריין בענקל פאר ר' אהרן האט זיך אנטפלעקט פארן ציבור דאס אומגלויבליכע: דער רבי אליין האט זיך אויפגעשטעלט, און צוגעריקט זיין בענקל פאר זיין זון ר' אהרן, און די בזיונות איז געווען עין לשער, כאפט נאר א בליק אויף דער גבאי אויפן בילד ווי ער פארבייסט ס'ליפן ביז בלוט...
נאכן אנערקענען איבער דער שרעקליכע און אומאיינגענעמע דורכפאל האט מען ביי די קומענדיגע געלגענהייט ווען ר' מענדל טייטלבוים האט א שידוך געטאן און דער גבאי האט באשלאסן זיי אריינצולאסן צום זיידן, האט מען אבער זיך אויסגענומען און פארלאנגט אז קיינע גבאים אשער נאכלויפער וועלן נישט קענען אריינקומען אינעם ציבור צום לחיים נאר ממש לויטער פאמיליע, אבער זיי האבן פארזעהן דער פאקט אז אין אמת'ן באלאנגען דאך די קאמערע אפאראטן צו די עזרת נשים וועלכע האבן געכאפט היסטארישע בילדער ווי דער בעל ברך משה שלעפט זיין זון ר' אהרן צו זיך, שטראלט, שמייכלט, שיינט, לייכט, נעמט ארום זיין הענט מיט א אויסטערלישע ליבשאפט, און באלד האט די וועלט געזעהן, כ'מיין די וואס האבן זיך נישט פארדעקט די אויגען וואס דאס גייט פאר אין די ווירקליכקייט.
מיין ציל דא איז נישט אריינצוקריכן אין די גענויע פאקטן, און אין די אלע דעטאלן, נאר בלויז די אלע יסודות'דיגע דעטאלן וואס שפיגלט בלויז אפ די געשעהנישן וואס ווערן פארגעסן מיט די צייט, און די אינטערשטע און אויבערשטע שורה איז, אז עס איז די רעדע פון אידן מיט א געוויסע "מהות" עס איז קלאר א די אלע מתנגדים זענען נישט פאראינטערסירט אין קיין רבי, א מדריך, א אויטאריטעט, זיי זוכן פרייהייט, דאס איז א מהות, מיין חבר האט זיך איינמאל אויסגעדרוקט אויף זיי: אז ער וואלט פאר די חברה נישט געבארגט קיין געלט..." א טאטאלער אומבאלאנסירטער מהות וועלכע דורכגעווייקט מיט היפאקריטיע און אומצופרידענקייט...
טאטאל, נעמט עס אריין און מיינד, און ווען קיינער זעהט נישט, אויפדערנאכט ווען מען לייגט זיך אריין אין בעטל און מען קלערט זיך איבער די סארט געדאנקן וואס מען וועט אין לעבן קיינמאל נישט מיטטיילן מיט א צווייטן ווייל מען שעמט זיך, ( ווייסעך מיין???) באטראכט וויאזוי די מתנגדים באטראכטן און כאפן זיך ארויף אויף א יעדע סארט זאך וועלכע קוקט אויס צו האבן עפעס וועלכע קען צונוץ קומען פאר ר' אהרן, אינטערשטע שורה: א זאלי איז נישט קיין רבי מיט חסידים, נישט קיין פירער מיט א פארטיי, א בלויזע טרוקענע אומבאלאסירטע מהות, וועלכע ווערט געטריבן פון "פרייהייט" וואס שלעפט אראפ א מענטש, וואס דער פאקט איז אז ווען א מענטש האט צופיל פרייהייטן איז ער אומצופרידן און נישט העפי, ביי א גוי ווען ער פארמאגט זיינע אלע תאוות דאן וועט ער זיין גערעגט און ער וועט ווערן זייער שנעל אומצופרידן, דאס זעלביגע איז מיט די "מהות גרופע" זיי זוכן פרייהייט, זיי פירן זיך פריי, דעריבער ווערן זיי שנעל גערעגט, אומצופרידן, מען םפארלירט דער שמחות הנפש, בקיצור, עס פארלאנגט זיך א באזונדערע מאמר וואס איך האף צו פארעפטליכן אין די צוקונפט איבער די מהלך החיים, און יסודות הנפש פון די זאליס, און זייער פונדאמענט: זייער מהות!
איך האב אראפגעגעבן מיינע שורות, איצט פאנגט צו ענטפערן און צייגט אייער מהות...
[דאס איז די בעסטע אשכול וואס איך האב געפונען וואס האט א שייכות צו די וומ"ב סאטמאר דין תורה]
דער_אקס: אויב ער האט עס אמאל געזאגט ! זאג נאר זיין געשריבענע צוואה וואס ער האט אינז איבער געלאזט גלייבסטו אויך?
סקאטמאלען: אויף וואסערע סמך זאל איך דן זיין 2 ערליכע אידן, בחזקת כשרים, אלס שקרנים, וואס זאלן משקר זיין פארנט פון א ארון קודש,
די געשריבענע צוואה האט איין גרויסע פאטאלע פראבלעם, אז דער ברך משה האט דאך למפרע מבטל געווען כדת וכדין אלע נאכפאלגענדיגע צוואות וואס איז בניגוד צו זיין ארגינעלע צוואה, אנגעבענדיגע אז ער האט מורא אז ער וועט פארגעסן, און כידוע איז דער געשריבענע צוואה פראדוצירט געווארן אין די סארט עפאכע,
פריש: שששאאאאאא רבותי! דער עולם זאל זיך האלטן שטיל און לאזן דעם תלמוד חכם עצום רעדן! סקאטמאלען פארקויפט בקיעות אין חושן משפט...
זאג נאר סקאט דער ברך משה האט למפרע מבטל געוון כדת וכדין אלע נאכפאלגענדיגע צוואות? מיינט ביי דיר כדת וכדין 'הלכות חושן משפט' אדער סתם אהרוינישע לאזונגען?
דאכט זיך אז די כדת וכדין פון וואס די רעדסט איז אינם זעלבן חלק שולחן ערוך ווי ס'שטייט אז טאנצן אהין און צוריק איז א עמעראצעס און טאנצן אויף איין פלאץ איז א גאונות...
סקאטמאלען: רעד נישט צו מיר, דאס האט דער ברך משה געטאן, ער האט עס למפרע מבטל געווען, נישט הורוויץ און נישט צוויבל, ער האט נאך אזוי גוט געוויסט עניני חושן משפט והמסתעף ווי סיי ווער, און אויב ער האט דאס געטאן, בין איך מיך סומך אויף זיין בקיאות אין שכל הישר אז דאס איז אויסגעהאלטן כדת וכדין.
דער_אקס: סאיז אינטערסאנט דע ליצנות וואס ליגט אין די ווערטער
פריש: לאמיר לערנען מיט סקאטמאלען דער תלמוד המחכים את רבו בפרט אין סוגיא פון מתוך א שטיקלע גמרא וואס רוב 10 יעריגע אינגעלעך לערנען אין חדר...
עדות כשירה אלא בשנים...
קומט מען צוגיין צו בי"ד מיט א צעטעלע וואס זענען גע'חתמ'עט מיט 2 עדות, און ס'קומט א יחיד און איז מעיד אז פאר אים האט יענער געזאגט פארקערט?! וועם גלייבט מען?...
rebyankel: נו, פארוואס האט איר מורא צו קומען צו א געהעריגע בית דין של זבל''א?????
ווער_איז: אפשר איז ער גערעכט אז איך גיי עם שרייבן אין זיך וויסענדיג מאכן פין זיין געשרייבאכטץ אבער יעצט איינמאל אין נאמער בל"נ.
אפשר פרעגסטו הגה"צ ר' משה מנחם טירנוער שליט"א ווער סוויל נישט קימען צי דין תורה
סקאטמאלען: דער אמת איז אז דער פראגע געהער פאר א בי"ד כשר,
אבער אז די פרעגסט יא, וואלט איך געזאגט אז אויב מ'קען גלייבן ביידע דארף מען גלייבן ביידע, דהיינו זענען אמת'ר רצון איז טאקע געווען וויזוי ער האט לכתחלה מצווה געווען פאר די 2 אנשים כשרים - ווען ער איז נאך געווען מוחזק אז ער איז געווען בדעה צלולה - אז טאקע "הוא ולא אחר", איי שפעטער האט ער געזאגט פארקערט, דאס האט ער ממילא מבטל געווען למפרע, ממילא דער צווייטער צוואה ווערט נדחה ובטל פון די ערשטע.
ווי געשמועסט, כל הנ"ל איז לפוטפטי בעלמא, ואילו זכינו וואלט עס פארגעלייגט געווארן פאר א בי"ד כשר ומרוצה, אזוי ווי באבוב און סאטמאר בארא פארק וכדומה, ויקוב הדין ההר.
שפריט אייך פריי צו ממשיך זיין
די דין תורה וועגן סאטמאר אין אלגעמיין איז אזוי, די השתלשלות איז א שאד איבערצוקייען. פאקט בלייבט פאקט, בערל פריעדמאן מיט יצחק ראזענבערג זענען געווען די ערשטע צוויי פערזאנען וואס האבן אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט בנוגע דעם סכסוך, פינטל. דא הייבט זיך שוין אן די מיינונגס פארשידענהייטן, די אהרונים טענה'ן אז זיי האבן א היתר בית דין, אבער דאס קיינמאל נישט געוויזן אויף די גאס, לשיטתם ליגט עס ביים וויענער רב אין שופלאד. ווידער די זאליס זאגן אז די אהרונים זענען געגאנגען אין קאורט אן קיין שום היתר בית דין. פון דארט און ווייטער איז דער קארט אין סאטמאר געפארן ווי א ראלערקאוסטער, די צדדים האבן זיך געפונען מער אין געריכט הויז ווי אין בית המדרש.
אוודאי קען מען ביי יעדן געריכט אנהייבן פריש שוקל זיין ווער עס איז געווען דער קלעגער און ווער דער אנגעקלאגטער. פאקטיש די איינמאל וואס די זאליס זענען יא אריין אין קאורט, ביי ריכטער אמבראזשיא, האבן זיי געוויזן לעין כל זייער היתר בית דין. אפילו די אהרונים קענען טענה'ן אז דאס זענען פון די זאליס אייגענע רבנים, למעשה האבן די אהרונים ווען זיי זענען אריין אין קאורט ניטאמאל צוגעשטעלט אזא היתר.
לאמיר גיין א שטאפל ווייטער, די אהרונים זענען צענדליגער מאל אריין אין קאורט במשך די יארן אן קיין שום דעקונג פון אפילו א הזמנה לדין תורה. די לעצטע פאר יאר האבן זיי זיך גענומען שפרינגען אין אלע גאסן "דין תורה", נאכן פארלירן אלעס אין קאורט, האבן זיי באשלאסן צו פרובירן אויף נאך א וועג צוריקצובאקומען די מאכט אין וויליאמסבורג, דורך א דין תורה.
במשך פון די יארן זענען שוין צענדליגער פארמיטלער געווען פארמישט אין שלום פרואוון אין סאטמאר. די פארלאנג פון די אהרונים איז געווען מ'זאל זיך שטעלן צו דין תורה. אויף דעם האבן די זאליס אייביג געענטפערט אז דין תורה איז ביי דעם פאל א זאך וואס איז לפנים משורת הדין, ווארום די אהרונים זענען דאך שוין געגאנגען אין קאורט אויף די אלע נכסים. אבער לפנים משורת הדין זענען זיי זיך גרייט מתדיין צו זיין ביי א בית דין, בתנאי אז קרית יואל ווערט פונקט אזוי פאררעכנט אלץ חלק פונעם סכסוך. מ'דארף קיינעם נישט צו זאגן אז די פארהאנדלונגען זענען תיכף געקומען צו א ענדע ווען די אהרונים האבן בשו"א נישט געהאלטן ביים גיין צו דין תורה אויף קרית יואל צוגלייך. ביי זיי איז דין תורה א זאך וואס מ'נוצט נאר ווען ס'קומט אויס גוט, און די רגע קרית יואל איז אויפן טיש, איז דער מושג "דין תורה" מער נישט אינטערעסאנט, ווייל מ'קען דאך דערלייגן א בילדונג, צוויי אין קרית יואל, און דאס קען דאך נישט קומען אין באטראכט.
דארט האלט עס יעצט מיט דין תורה אויף אלגעמיין סאטמאר. די אהרונים שרייען דין תורה נאר אויף וויליאמסבורג, די זאליס זאגן זיי זענען גרייט אויף דין תורה, אבער נאר מיט קרית יואל. והכל על מקומו יבוא ב...
יעצט צו דאס וואס מ'האט ערווענט דא וועגן דין תורה ארום די צוואה פון רבינו בעל ברך משה זצ"ל; לפי ידיעתי, האט ר' אהרן טייטלבוים קיינמאל נישט גערופן זיין ברודער צו דין תורה וועגן די צוואה. די זאליס זענען זייער צופרידן מיט די צוואה בכתב ידו פונעם ברך משה, און זיי האבן נישט קיין פראבלעם מיט דעם וואס צוויבל און הורוויץ זאגן אנדערש. דעריבער, אהרונים טייערע, איידער איר הייבט אן מישן צווישן די צוויי דין תורה'ס, נעמטס די פאקטן אין די הענט, און נאכער הייבטס אן זינגען אין א כאר "דין תורה"... איך פארשטיי עס איז בכלל נישט בידכם צו נוצן אביסל מח און מחשבה, ווייל דעמאלטס צופאלט ענקער גאנצע בנין נערים. אבער פאר איר הייבט אן דעם נארישן "דין תורה" געשרייעריי מאכטס אייך זעלבסט קלאר מיט די פאקטן
_________________
איה"נ, די ארונים זענען טאקע צו ערשט געגאנגען אין געריכט, קיינער לייקנעט עס נישט,
דא קומט אבער אגרויסער "אבער",
די אהרונים האבן מזמין געווען לדין תורה כמעט א יאר פריער, און די זאליס האבן אפען און קלאר געזאגט דין תורה איז אויסגעשלאסן, ווייל דער רבי איז בעה"ב, און אויב מ'וויל קען מען גיין צו ר' יצחק מאנדל אדער ר' ישראל חיים מנשה, די היינט אלעמען באקאנטע "תהלוכי הקהלה" באבע תירוץ, אזאך וואס קיין שום חסידות האט נישט געהאט די העזה צו אויפקומען מיט אזא לצנות, ס'אט קיינעם אין באבוב נישט בייגעפאלען אז רב טויבער זאל פירן די באבובער דין תורה אפי' צד מהרב"צ,
נו אז דער בעל דין איז מודה אז ער האלט נישט ביים קומען צו דין תורה, איז זעלבסטפארשטענדליך אז הקולר תלוי בצאוורם,
די קרית יואל זאך וואס די זאגסט איז לכאורה א ליגנט, לישע הורוויץ האט מפורש געהאלטן אין איין זאגן און געשריבן אז ער איז גרייט צו דן זיין אלעס אין די וועלט, נאר זאל זיין ביי א נארמאלער בית דין,
תיובתא דחסיד_52 תיובתא
אבער, אויף דעם וואס דו זאגסט וועגן די בתי דינים וואס מיר האבן ארויסגעשטעלט איז אזוי, ווי עס שיינט בוסטו א שטיקל בקי און הלכות חושן משפט, און דער דין איז אז דער תובע איז הולך אחר הנתבע. ווען די אהרונים האבן גערופן צו די דין תורה, האבן די זאלונים מתחילה ארויסגעשטעלט 3 בתי דינים וואס זיי זענען גרייט זיך צו מתדיין זיין איבער דעם סכסוך: ר' יחזקאל ראטה'ס (היינט צוטאגס, רוטה) בית דין, ר' יצחק מאנדל'ס בית דין און בית דין משפט שלום. די אהרונים האבן געאייסערט אז זיי ווילן נאר דווקא בית דין בית יוסף - דער נווארדארקער בית דין. און דאס איז נישט אזוי פשוט ווי דו שטעלסט אהער אז די זאלוינים האבן נאר געוואלט גיין צו דיינים וואס ווייסן די תהליכי הקהילה. דאס איז איינס.
והשנית, איך האב מיך באצויגן צום היתר בית דין צו גיין אין קאורט, נישט צו מ'האט גערופן צו דין תורה בעפאר צו נישט. און איך ווידערהאלט: די אהרונים האבן קיינמאל, אבער קיינמאל, נישט ארויסגעשטעלט א בית דין אדער א רב ברבים וואס זאגט אז ער געט זיי דעם היתר דערצו. דאס איז חוץ די אנדערע קאורטס, ווי למשל הצלת רבינו, וואס זיי האבן אנגעהויבן אן קיין שום דין תורה פון בעפאר.
דאס וואס דו זאגסט אז מאנרא איז לכאורה קיינמאל נישט געווען א אפהאלט, ווייל אלישע הורוויץ האט געזאגט אז די אהרונים זענען מסכים צו גיין צו דין תורה אפילו אויף קרית יואל, איז א מחלוקה צווישן צוויי היידפארק שרייבער, איך זאג אז יא דו זאגסט אז נישט. דעריבער זע איך נאכנישט וויאזוי עס ציהט זיך אזא לומד'ישע מסקנא ווי תיובתא חסיד_152 תיובתא.
אבער דאס ניי וועג ווי אזוי איינער ריפט דעם צוייטען צי דין תורה איז נישט דורעך שיקען א הזמנה
פשוט מען לייגט אריין אין די בלאט וואך איין אין וואך אויס די ווערטער
ביטע שטעלט זיך צי דין תורה
דאס האבען די נערוינים אויסגעטראפען
אין אויב ענטפערט מען נישט אויף דעם מיינט דאך דאס מתערב לדין תורה
ממילא מעגען דאך די נערוינים גיין אין קארט
לכאורה האט דאס געדארפט זיין אין די אשכול פין ביי די ליצנות אפטיילינג אבער ליידער דאס איז די פאקטען אזוי קיקען אויס די נערוינים
כהיום, האלט איך נישט אז דאס איז א זאך ווא מען קען דעבאטירן סתם פון אויסענווענדיג. פונקט ווי קיינער נעמט זיך נישט אונטער ארויס צו האבן אלע תורהדיגע טענות ביי א געווענליכע שכנים דין תורה, הוא הדין דא. דאס אז מען האט נגיעות צו א זייט, מאכט נאך נישט פאר א גרעסערע ת"ח און פארשטייער אין עניני דין תורות.
|
ווער_איז
איך דארף אים נישט פרעגן
כ'קען פרעגן דא לאקאל א רב וואס האט זיך נישט געמישט אין פאליטיק
הרה''ג ר' ישראל דוד הארפענעס ער זאל מיר זאגען וועס עס וויל נישט קומען צו די''ת
אויב גלייבסטו אים נישט קענסטו פרעגן די ריכטער אין אראנזש קאונטי וואס ער האט ג'פסקנ'ט אין ווער ס'האט עס אפעלירט
דא אין דעם פארום זענען קאנצעטרירט די זאליס - דערפון גאר געלערנטע שרייבער
אין איך בין נישט גרייט אויף א פארהער
אזוויפיל וויל איך יא
צייגען עטליכע שקרים אדער פארקערטע פוינטס וואס דא ווערט ארויסגעברענגט
די אהרונים דא טאנצן ארום צווישן צוויי דין תורה'ס. עס איז דא די דין תורה אויף די אלגעמיינע סאטמארע סכסוך; און דערנאך איז דא דער דין תורה, וואס איך הער היינט צום ערשטן מאל דערוועגן, וועגן די צוואה פון רבינו בעל ברך משה זצ"ל.
גערעכט לפענ''ד איז דאס עקסטערע דין תורה'ס
די דין תורה וועגן סאטמאר אין אלגעמיין איז אזוי, די השתלשלות איז א שאד איבערצוקייען. פאקט בלייבט פאקט, בערל פריעדמאן מיט יצחק ראזענבערג זענען געווען די ערשטע צוויי פערזאנען וואס האבן אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט בנוגע דעם סכסוך, פינטל. דא הייבט זיך שוין אן די מיינונגס פארשידענהייטן, די אהרונים טענה'ן אז זיי האבן א היתר בית דין, אבער דאס קיינמאל נישט געוויזן אויף די גאס, לשיטתם ליגט עס ביים וויענער רב אין שופלאד. ווידער די זאליס זאגן אז די אהרונים זענען געגאנגען אין קאורט אן קיין שום היתר בית דין. פון דארט און ווייטער איז דער קארט אין סאטמאר געפארן ווי א ראלערקאוסטער, די צדדים האבן זיך געפונען מער אין געריכט הויז ווי אין בית המדרש.
די עיקר לאזטו אויס, אנגעהויבן האט זיך עס מיט 3 הזמנות פין ביד''ץ יוסף - די זעלבע וועם די זאליס אין ב''פ נוצן יעצט קעגן זייער שכן,
די ענטפר איז געווען ביי א אסיפה אין ברכה סימא אז די בי''ד זענען פוחזים ורקים, {פעלט נישט אויס קיין קאמענטראן, עס רעדט פאר זיך}
אין די אנטווארט פין קהל איז געווען אז מ'מוז נישט קומען דוקא צום בי''ד המזמין אין קהל וועט זיין ציפרידן פין סיי וועלכע נייטראלער בי''ד אדער זבל''א - ווי געווענליך אין אזא פאל
ווי די מציאות איז פאקטיש אין די פלעצער ווי די ארונים זענען מוחזק (ב''ב אין ב''פ) איז מען אויך ביי זבל''א.
אין אוודאי איז קהל געווען די ערשטע צו גיין אין קארט, נישט אזוי גייט עס?,
אז די תובע עפנט די קעיס,
אבער די רבי ז''ל שרייבט אז די חילל ש''ש ליגט ביד המסרב וואס איז ליידער דער באקאנטער מסרב לדין,
וועגן די היתר בי''ד האבען קהל געגבן א פארשטענדליכע הסבר פארוואס זיי קענען עס נישט ווייזען פאר די גאס אין להלכה זענען זיי נישט מחיוב עס צו צייגען,
אין בהסכמת ביידע צדדים האבען זיי עס געוויזען פאר ווינע'ר רב שליט''א וואס באשטעטיגעט עס עד היום הזה לכל מאן דבעי למדע
(אגב, קהל האט עס אויך געוויזען פאר הגאון ר' ישראל דוד הארפענעס אין הרב שווייד, אין די אלע רבנים וואס האבען פראבירט צו ברענגן די סיכסוך צו די''ת)
והעיקר, קהל האט שוין צענדליגע מאל פארגעשלאגען אז טאקע דאס זאל זיין די ערשטע דיון ביים בי''ד, אויב זיי זענען אריין אין קארט מיט א היתר צו נישט
אויב בי''ד זאגט אז קהל האט נישט קיין היתר געבן זיי אויף אלע טענות.
אוודאי קען מען ביי יעדן געריכט אנהייבן פריש שוקל זיין ווער עס איז געווען דער קלעגער און ווער דער אנגעקלאגטער. פאקטיש די איינמאל וואס די זאליס זענען יא אריין אין קאורט, ביי ריכטער אמבראזשיא, האבן זיי געוויזן לעין כל זייער היתר בית דין.
איך האב עס נאכנישט געזעהן, אדרבה ברענג די היתר אויף די אמבראזיא קארט.
די איינציגע געקינצילטע א''ג היתר וואס ענק האבען איז ביי די בית החיים קארט ווי דארט זענט איר אויך די 'תובעים'
אבער אויף דעם איז דא 2 קשיות
1)וויאזוי קענט איר האבען אפי' א היתר צו גיין אין קארט אן פראבירן אפי' צו שיקען א הזמנה צו א בי''ד
2)פארוואס מיינט די ווערטער ''אז מ'דארף טוהן וואס מ'קען צו ראטעווען'' א היתר פאר ערכעות, פארוואס מיינט עס נישט שיקען א הזמנה?
אין א די''ת ביי ענק בכלל נישט אין באטראכט?
אפילו די אהרונים קענען טענה'ן אז דאס זענען פון די זאליס אייגענע רבנים, למעשה האבן די אהרונים ווען זיי זענען אריין אין קאורט ניטאמאל צוגעשטעלט אזא היתר.
לאמיר גיין א שטאפל ווייטער, די אהרונים זענען צענדליגער מאל אריין אין קאורט במשך די יארן אן קיין שום דעקונג פון אפילו א הזמנה לדין תורה. די לעצטע פאר יאר האבן זיי זיך גענומען שפרינגען אין אלע גאסן "דין תורה", נאכן פארלירן אלעס אין קאורט, האבן זיי באשלאסן צו פרובירן אויף נאך א וועג צוריקצובאקומען די מאכט אין וויליאמסבורג, דורך א דין תורה.
די אלע קארטס איז געווען אויף די זעלבע נכסים וואס איז געווען נכלל אין די הזמנה לדי''ת, אין איז נכלל אין די היתר בי''ד, אין מ'דארף נישט שיקען פאר יעדע קארט א הזמנה ווי לאנג ס'רעדט זיך פין איין סוכסוך
די 'ניגון' דין תורה וואס קהל זינגט האבען זיי נישט אנגהויבן פין היינט, נאר ווי שוין געזאגט האט זיך עס אנגעהויבן פין די ערשטע מינוט מיט 3 הזמנות
אין קהל איז אייביג געווען גרייט דערויף אפי' אין צייטן וואס האט אויגקוקט ווי קהל געווינט,
לדוגמא ביי ראזענוואסער,
אין אפי' נאך היינט איז קהל גרייט זיך צו מתדיין אויפן ביה''ח ווי זיי האבען די פולע קאנטראל ב''ה
.
במשך פון די יארן זענען שוין צענדליגער פארמיטלער געווען פארמישט אין שלום פרואוון אין סאטמאר. די פארלאנג פון די אהרונים איז געווען מ'זאל זיך שטעלן צו דין תורה. אויף דעם האבן די זאליס אייביג געענטפערט אז דין תורה איז ביי דעם פאל א זאך וואס איז לפנים משורת הדין,ווארום די אהרונים זענען דאך שוין געגאנגען אין קאורט אויף די אלע נכסים. אבער לפנים משורת הדין זענען זיי זיך גרייט מתדיין צו זיין ביי א בית דין,
דאס איז אלעס אויב האט קהל נישט קיין היתר אבער ווי געזאגט האט קהל מציע געווען אז דאס זאל די בי''ד דן זיין די ערטשע זאך ביים די''ת, אין עמיר זעהן אויב זיי האבען געהאט א היתר צו נישט.
בתנאי אז קרית יואל ווערט פונקט אזוי פאררעכנט אלץ חלק פונעם סכסוך. מ'דארף קיינעם נישט צו זאגן אז די פארהאנדלונגען זענען תיכף געקומען צו א ענדע ווען די אהרונים האבן בשו"א נישט געהאלטן ביים גיין צו דין תורה אויף קרית יואל צוגלייך. ביי זיי איז דין תורה א זאך וואס מ'נוצט נאר ווען ס'קומט אויס גוט, און די רגע קרית יואל איז אויפן טיש, איז דער מושג "דין תורה" מער נישט אינטערעסאנט, ווייל מ'קען דאך דערלייגן א בילדונג, צוויי אין קרית יואל, און דאס קען דאך נישט קומען אין באטראכט.
קהל אין קרית יואל האט קיינעם נישט 'געווארפן' פין קהל אין אויב יא זאל יענער שיקן א הזמנה, זיי האבען קלארגעשטעלט אז אין פאל וואס סיי ווער שיקט זיי א הזמנה זענען זיי גרייט צו גיין צו עני נייטראלע בי''ד אדער זבל''א אן קיין שום אויסרייד.
אין בכלל ווי קומט דא אריין קרית יואל, אין וומ''ס האבען ענק ארויסגעווארפן בכח הזרוע די ראשי הקהילה אין זיי ווילן דאס דן זיין אין ווי קומט קרית יואל אין די בילד?
פארוואס האט ר' אהרן וועלץ נישט געמעגט פארלאנגען ביי די ב''פ די''ת אז ער גרייט זיך מתדיין צו זיין בתנאי אז מ'איז אויך דן וומ''ס אין פארוואס האט ר' משה חיים ווייס נישט געקענט פארלאנגען אז ער וויל דן זיין די נכסים אין ירושלים אויך? איז די מין טענה נאר שייך ביי ענק?
יעצט צו דאס וואס מ'האט ערווענט דא וועגן דין תורה ארום די צוואה פון רבינו בעל ברך משה זצ"ל; לפי ידיעתי, האט ר' אהרן טייטלבוים קיינמאל נישט גערופן זיין ברודער צו דין תורה וועגן די צוואה. די זאליס זענען זייער צופרידן מיט די צוואה בכתב ידו פונעם ברך משה, און זיי האבן נישט קיין פראבלעם מיט דעם וואס צוויבל און הורוויץ זאגן אנדערש. דעריבער, אהרונים טייערע, איידער איר הייבט אן מישן צווישן די צוויי דין תורה'ס, נעמטס די פאקטן אין די הענט, און נאכער הייבטס אן זינגען אין א כאר "דין תורה"... איך פארשטיי עס איז בכלל נישט בידכם צו נוצן אביסל מח און מחשבה, ווייל דעמאלטס צופאלט ענקער גאנצע בנין נערים. אבער פאר איר הייבט אן דעם נארישן "דין תורה" געשרייעריי מאכטס אייך זעלבסט קלאר מיט די פאקטן
ווען די ארונים זאלען האבען א הו''א אז די זאליס וועלן קומן צו די''ת וואלטען זיי שוין לאנג געשיקט א הזמנה
_________________
די שטר פין ר' שמעון ווייס וואלט ווען געווען אסאך מער ניצבאר אין בג''ץ ווי ביים בי''ד
אבער, אויף דעם וואס דו זאגסט וועגן די בתי דינים וואס מיר האבן ארויסגעשטעלט איז אזוי, ווי עס שיינט בוסטו א שטיקל בקי און הלכות חושן משפט, און דער דין איז אז דער תובע איז הולך אחר הנתבע. ווען די אהרונים האבן גערופן צו די דין תורה, האבן די זאלונים מתחילה ארויסגעשטעלט 3 בתי דינים וואס זיי זענען גרייט זיך צו מתדיין זיין איבער דעם סכסוך: ר' יחזקאל ראטה'ס (היינט צוטאגס, רוטה) בית דין, ר' יצחק מאנדל'ס בית דין און בית דין משפט שלום. די אהרונים האבן געאייסערט אז זיי ווילן נאר דווקא בית דין בית יוסף - דער נווארדארקער בית דין. און דאס איז נישט אזוי פשוט ווי דו שטעלסט אהער אז די זאלוינים האבן נאר געוואלט גיין צו דיינים וואס ווייסן די תהליכי הקהילה. דאס איז איינס.
משוגע זענען זיי צו גיין צו די בתי דינים
אין פין די טשויס וואס איר האט זיי געגבן קען מען קלאר זעהן ענקער ציל,
ווייל ענק האבען גיט געוויסט אז אויב די ארונים זאלען מסכים זיין צו גיין צו די פאלגענדע בתי דינים איז עס סוסייד
לאמיר גיין אין א סדר
ר' יחזקאל ראטה'ס האט עטס פארלאנגט, אז שטיין מוז זיין דער ראב''ד - היינט איז שוין פאר יעדן באקאנט זיין אהבה צו די ארונים, אין ס'פעלט נישט אויס מאריך צו זיין
מאנדעל, איז אויך באקאנט אלס איינער פין די הויפט רעבעלן אין ק''י, נאכדערצו אז מ'האט אים אפגעזאגט פין זיין פאסטען אין ישיבה - כ'גיי נישט אריינגיין אין די סיבה פארוואס, אבער דאס איז ידוע לכל
משפט שלום, איז א שאד צו רעדן, כ'קען נאר אזוופיל זאגען ווערטס מיר געוואר פארוואס די בי''ד איז פארמאכט, אין ברענגט אהער די בריוו פין די 10 גרעסטע בתי דינים אין ניו יארק ווי זיי באשטעטיגן אז זיי זענען מקבל שוחד אין מ'טאר נישט אננמען זייערע פסקים
נו, פארשטייט איר שוין פארוואס די זאליס האבען מציע געווען דווקא די בתי דינים
דעמאלטס פארשטייט איר פארוואס די ארונים האבען נישט געוואלט זיך דארט מתדיין זיין - ווי די זאליס האבען זיך גערישט לכתחילה
והעיקר, די זאליס האבען גאנץ קורץ דערנאך צירוקגעצויגען פין די אפער
אין געגבן די אפשען בלויז פין אייגענע דיינים וואס זאגען פאר יעדן אז זיי קענען נישט אין פסק'ן נישט קיין חו''מ, אין זיי זענען אויף ענקער פעיראל, - די ליצנות דערפון רעדט פאר זיך אליין'ס
והשנית, איך האב מיך באצויגן צום היתר בית דין צו גיין אין קאורט, נישט צו מ'האט גערופן צו דין תורה בעפאר צו נישט. און איך ווידערהאלט: די אהרונים האבן קיינמאל, אבער קיינמאל, נישט ארויסגעשטעלט א בית דין אדער א רב ברבים וואס זאגט אז ער געט זיי דעם היתר דערצו. דאס איז חוץ די אנדערע קאורטס, ווי למשל הצלת רבינו, וואס זיי האבן אנגעהויבן אן קיין שום דין תורה פון בעפאר.
זיי האבען יא,
צווישען אנדערע איז געווען הגר''מ פרידמאן, דעלמאסטיגער דיין אין סאטמאר 10'טע עוו, הג''ר יוסף הערש סופר מו''ץ אין קרית יואל, הגה''צ זקן הרבנים ועמוד ההוראה מאדווארי זצ''ל הכ''מ, ובראשם הגאון האדיר ר''מ בראנסדארפער זצ''ל, אין נאך רבנים.
דאס וואס דו זאגסט אז מאנרא איז לכאורה קיינמאל נישט געווען א אפהאלט, ווייל אלישע הורוויץ האט געזאגט אז די אהרונים זענען מסכים צו גיין צו דין תורה אפילו אויף קרית יואל, איז א מחלוקה צווישן צוויי היידפארק שרייבער, איך זאג אז יא דו זאגסט אז נישט. דעריבער זע איך נאכנישט וויאזוי עס ציהט זיך אזא לומד'ישע מסקנא ווי תיובתא חסיד_152 תיובתא.
וויאזוי קענסטו עס לייקענן ער זאגט עס ברבים
די טעיפ איז צו באקומען
איך האב פאר דיר גרויס נייעס, די זאליס זענען גערן גרייט אז די 2 א.ד. זאלן טרעפן עפעס א משהו סיבה זיך משתמט צו זיין פון דין תורה, און נישט וועלן קומען. ווייסט פארוואס? ווייל די קעיסעס שטייען אפן אין געריכט, און די זאליס וועלן זיין מער ווי צופרידן צוריק צו גיין אהין (בהיתר פארשטייט זיך). פארשטייסטו שוין פארוואס זיי קענען דאס נישט טענה'ן?
איך האב דאך געשריבן נאך 2 סברות פארוואס מען זאל נישט קענען אריינמושען קרית יואל
|
איך ווייס נישט פונקטליך וואס דו מיינסט צו זאגן, אבער איך מיין ס'איז סאך הארבער צו מאכן א שטר מזויף פאר א בי"ד בישראל ווי פאר בג"ץ. פון דעם זעט מען צו עטס ווילטס א דין תורה אדער א דין מרומה!
|
תוקן על ידי חסיד_152 ב- 22/11/2010 06:34:27
|
הייסט דו האסט אפילו איין הו"א אז די בריוו איז אמת?
טאמער יא, האט ער דאך תשובה געטון, נו וואס איז דעמטלטס די פראבלעם אז רז"ל האט אים מספיד געווען? אדער אפשר זאל די בי"ד אויף דעם אויך דן זיין? נעבעך...
לויט די הלכה פון תובע הולך אחר הנתבע, זע איך נישט פארוואס די זאלונים זאלן נישט טארן פארשטעלן א בי"ד וואס באשטייט פון משה גבאי, יעקב שמשון גאלד און יוסל וואלדמאן, ווילאנג זיי זענען א בי"ד כשר בישראל.
לאמיך דיר זאגן איין זאך איך בין נישט קיין בקי אין חושן משפט און אפשר ווייס איך נישט פונקטליך וואס ס'מיינט תובע הולך הנתבע, אבער איך קען דיר גאראנטירן טויזנט אין איין פראצענט אז דאס מיינט זיכער זיכער נישט תובע הולך אחר הנתבע, אויב יא קענסטו אויסרייסן גאנץ חושן משפט, דאס איז די אלף בית פון א דין תורה אז קיין שום צד זאל נישט שפירן אז נסתמו טענותיו, יעדער זאל זיך שפירן באקוועם און ער האט די זעלבע פארצוג
לגבי די היתר, מהיכי תיתי אז די ארונים האבן נישט קיין היתר? דערווייל איז נאר נישטא קיין שום סיבה בעולם עס צו מפרסם זיין פאר די גאס, ווען פאר די גאס זענען זיי ממילא געדעקט מצד ענקער אפענע השתמטות. אויסערדעם, וואס מאכט עס א חילוק לגבי ענקערע טענות, צו די ארונים האבן יא א היתר צו נישט, ענק שרייען דאך ממילא "תהלוכי הקהלה", אז ענק זענען פטור פון דין תורה, ממילא פארוואס זאלן זיי ענק ווייזן א היתר, ווען ענק זאגן מתחלה אז ס'וועט גארנישט אויסמאכן.
|
האסט פארגעסן צו שרייבן ר' מלכיאל קאטלער, ר' נתן געשטעטנער זצ"ל, בעל שבט הלוי ....
|
בעל שבט הלוי קען מען נישט שרייבן ווייל ער לעבט ב"ה לאויש"ט...
|
|
לאמיך דא קלארשטעלן
כ'האב קלאר נישט אויסגערכנט אלע רבנים מיט וועם קהל איז געווען אין קאנטאקט בנוגע דעם ענין
נאר אזעלכע וואס כ'קען פראווען
אבער אז די רעדסט יא וועל איך דיר אויסרעכנט נאך 2 גרויסע תלמידי חכמים וואס האבען מיטגעהאלטן די גאנצע צייט
1) דער גרויסער גאון ר' משה האלבערשטאם ז''ל חבר בד''ץ וועלכע האט שטארק געשיצט קהל
2) איז דער גרויסער גאון קרית יואל'ער דיין שליט''א, וואס מ'האט זיך נישט גערירט אן זיינע הוראות
נאר ווי כ'האב שוין געשריבן וויל איך דערווייל נישט שטעלן קיין פרוף,
אבער אזוויפיל קען איך ענק יא זאגען אז ווינער רב שליט''א האט דאס אלעס מברר געווען
אין אויב מהרז''ל וועט זיך ברעכן זיך צו שטעלן צו די''ת וועט דאס קהל בעזהשי''ת אויפווייזען פאר'ן בי''ד
סקאטמאלען האט דיר שוין קלאר גענטפרט
זיינע ווערטער זענען אזוי קלאר
נאר ווי כ'האב שוין געשריבן וועל איך צילייגען מיינע שירות צו אויפווייזען פין וואס פאר א שקרנים מ'רעדט דא
די אהרונים האבן געאייסערט אז זיי ווילן נאר דווקא בית דין בית יוסף - דער נווארדארקער בית דין. און דאס איז נישט אזוי פשוט ווי דו שטעלסט אהער אז די זאלוינים האבן נאר געוואלט גיין צו דיינים וואס ווייסן די תהליכי הקהילה. דאס איז איינס.
דא בין איך ווידער מחולק מיט מציאות הדברים, איך האב צאללאזע מאל געליינט אין געהערט פון צד הארונים נאך איידער די קארט אז זיי זענען אלס געווען מוכן זוך צו שטעלן צו א נייטראלע בי"ד מרוצה או בזבל"א
ווייטער א מחלוקה צווישן צוויי היידפארק שרייבער, דעריבער צו נישט קיין מסקנות.
די לייקענסט שמש בצהרים מיט די תירוץ א מחלוקה צווישען היידפארק שרייבער?
והשנית, איך האב מיך באצויגן צום היתר בית דין צו גיין אין קאורט, נישט צו מ'האט גערופן צו דין תורה בעפאר צו נישט. און איך ווידערהאלט: די אהרונים האבן קיינמאל, אבער קיינמאל, נישט ארויסגעשטעלט א בית דין אדער א רב ברבים וואס זאגט אז ער געט זיי דעם היתר דערצו. דאס איז חוץ די אנדערע קאורטס, ווי למשל הצלת רבינו, וואס זיי האבן אנגעהויבן אן קיין שום דין תורה פון בעפאר.
לפענ"ד איז דער פאקט אז מ'האט גערופן צו דין תורה, און דער נתבע איז מודה קבל עם אז זיי האלט נישט ביים גיין צו א נארמאלע בית דין, איז טויזנט מאל וויכטיגער ווי מפרסם זיין א היתר, דאס געבט זיי הונדערט פראצענט דעקונג, פארן גיין אין קארט, ווייל ס'פארשטייט יעדער בר דעת אז פאר א דבר מפורסם ברויך מען זיך נישט פארענטפערן פאר די גאס, איך זאג נישט, בינם לבין קונם זאלן זיי זיכער מאכן אז ס'אויסגעהאלטן עפ"י הלכה, אבער אזא סארט נתבע וואס איז א פרעכער משתמט, דעזערווט נישט קיין היתר בי"ד אין ס'נישט זייער עסק, ווייל די האלטסט דאך ממילא נישט ביים זיך שטעלן צו דין תורה,
כן נרא' לפע"ד השפל, והבן.
דא קומסטו מיר ווייטער מיט דיין "לפע"ד" און "ס'פארשטייט יעדער בר דעת" וכו', ע"פ הלכה קען זיך נישט דער תובע אויפשטעלן און זאגן: איך האב שוין גערופן דעם נתבע צו דין תורה, איך האב מפרסם געווען בראש כל חוצות אז זיי האלטן נישט ביים קומען צו דין תורה, געלייגט אפענע רופן צו זיי אין "דער בלאט" אז זיי זאלן זיך שטעלן צו דין תורה, דעריבער שפיר איך זיך פריי צו עפענען קאורט קלאגעס איינס נאך די צווייטע אן קיין שום היתר בית דין, און דער נתבע דעזערווט ניטאמאל א היתר. קומען מיר ווייטער צוריק צו די פראגע: וואו איז דער היתר צו גיין אין קאורט?
און אויב ווילסטו איך זאל דווקא אז איך זאל דווקא יא אויפפרישן דיין זיכרון, וועל איך דיר דערמאנען אז דער זעלבער ביד"ץ בית יוסף, וואס האבן לשיטתך נישט פיינט ר' אהרן, ארויסגעגעבן א בריוו וואו זיי שרייבן אז זיי האבן נישט געגעבן קיין שום היתר פאר די אהרונים צו גיין אין קאורט
דער תובע האט זיך נישט אויפגעשטעלט זאגען כ'האב גערופן אין צו דין תורה דורך דער בלאט
קהל האט געשיקט 3 הזמנות כדת וכדין ביי ביד''ץ בית יוסף - וועם ענק ניצן יעצט אין ב''פ
אין דער בי''ד האט קיינמאל נישט צירוקגעצויגען פין זייער היתר צו מעקל זיין בערכעות, זיי האבען געשריבן אז זייער היתר איז נאר געווען אויף מעקל זיין אין נישט מער ווי דעם
אויף וואס קהל האט גענטפרט אז אויף די היתר פין ערכעות האט מען זיך סיי וויי נישט פארלאזט נאר אויף בית יוסף
אין מיר האבען א היתר פין היימישע רבנים, ווי ווינער רב שליט''א האט באשטעטיגט
די אלע שקרים אין געבעקסן אין סיליפום ווי תהליכות הקהילה וכו' שרייען ענק שוין 10 יאר
קהל האט געגבן וועגן דעם זייער א גרינגע פארשלאג
אז ביידע צדדים זאלן חתמנ'ן ש''ב ביי א בי''ד של זבל''א אין די בי''ד זאל די אלע זאכען דן זיין נאך פאר אלעם
(ווי תהליכות הקהילה, קרית יואל, ש''ב, אין נזקקין כו')
אין אויב פסק'נט די בי''ד אז ס'דא אזא מין דין ווי תהליכה הקהילה בלייבט עטס ידו על העליונה
כ'דארף קיינעם נישט זאגען אז מ'ווארט נאך יעצט אויף א ענטפר
|
איך ווייס נישט אויב מען דארף אויף דעם דן זיין, ס'דא א פסק "בכתב" פון הגר"י ראטה, און הגר"יי פישער, בעל ברך משה, ועי' בספר מלחמת מצווה (סיגוט) אז אויף דעם דארפן דן זיין דייני הקהלה.
איך זע דו קענסט זייער גוט נאך פלאפלען די בלאט, איך ברענג דיר פסקים פון רבנים בכתב, און דו ברענגסט נעמען פון אלע נפטרים אז ס'האלט שוין ביי הגר"ם האלבערשטאם, (ווער געדענקט נאך ווען יצחק רז"ב האט געזאגט נאך ר' אברהם לייטנער זצ"לס פטירה אז ער האט געהאלטן אז רז"ל איז א מסרב לדין), און אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן זאגסטו מ'זאל אויף דעם אויך דן זיין. און טאמער גייט מען שוין יא צו דין תורה, פעלטשט עטס בריוון, און נאכדעם זאגט עטס אז מ'דארף אויף דעם אויך דן זיין. שיין זעמיר אויס...
און וועגן די מחלוקה אין סיגוט, איז געווען א קהלישע מחלוקה, איך זע נישט די חילוק צווישן די צוויי.
יעצט ביטע ענטפער נאר צום זאך ווייל איך האב נישט אזוי פיל צייט
תוקן על ידי וויליבאג ב- 23/11/2010 21:23:29
|
כ'ווייס נישט אויב איך פלאפעל נאך די בלאט אדער די שרייבסט זיכער נאך שטיקער היידפארק
כ'האב דיר געשריבן אז וועגן דעם רעכן איך נישט אויס הג''ר משה ה''ש ז''ל ווייל ער האט עס נישט געגבן בכתב, כ'קען דיר נישט ברענגן קיין שום ראי' אז ער האט דאס געזאגט, אנדערש איז אבער די אנדערע רבנים וואס כ'האב יא אויסערעכנט.
און ווי כ'האב געשריבן אנפאנג
איך בין נישט קיין בקי אין חו''מ, אין איך בין נישט דא זיך צו פארהערן אין 'ענקער' פארום, אין בדרך כלל
האט ענק סקאט זיי גיט גענטפרט, אין קלאר ארויסגעברענגט טרוקענע פאקטען וואס פאר א פרעכע מסרבים ענק זענען, אין אויף זיינע ווערטער האט עטס דערווייל נישט וואס צו ענטפרן,
כאפטס עטס ענק ארויף אויף 'פרטים' פין מיין תגיבה, כאילו מיט דעם ווערן ענק אויס מסרבים אין פרעגטס אפ די עיקר.
אין בנוגע די הצעה פין קהל האב איך נאר אזוופיל בארירט
אז די קומסט מיר פרעגן פרטים אויף היידפארק פרטים וואס כ'בין נישט אזוי באקאנט
פרעג איך דיר
פארוואס ווילט איר נישט אננעמן די הצעה פין קהל
דהיינו, מ'זאל שטעלן א נייטראלע בי''ד אדער זבל''א אין מ'זאל בלויז דן זיין די אלע סילופים אין פרטים וואס ענק ניצן אויף סירוב לדין ווי תהליכות הקהילה וכו', אין איין מאל די בי''ד וועט פסקנ'ן וויאזוי דער די''ת דארף אנגיין ווען מען אנהייבן א געהעריגע די''ת
דארפסט פארשטיין אין ב''פ אין און ב''ב האבען די ארונים פינקט אזוי געקענט קומען מיט די אלע סילופים ווי תהליכות הקהילה אין דאך זענען זיי גרייט פין די ערשטע מיניט זיך צו שטעלן צו די''ת (כ'רעדט נישט יעצט פין היידפארק מעשיות כ'רעדט וואס די אין איך ווייסן אין הארץ)
נו, אויב האבען ענק די מינדעסטע אויסעהאלטענע טענה וואס גיבט גערעכט פאר ענקער סירוב לדין, שטעלט עס פאר ביי א בי''ד אין זאל עס א בי''ד דן זיין
דאס קען נישט דער נתבע אפמאכן אין מיט דעם מסרב זיין.
יעצט אויב פלאנסטו זיך צו שטעלן אויף איינצעלנע פרטים פין מיין תגובה, דאן איז א שאד יעדעס ווארט אין ליין ענדערש איבער מיין תגובה, אבער האסטו א נארמאלע תירוץ אויב די פרעכע סירוב לדין,
ענטפר אויף סקאט'ס תגובות.
אבער לאמיר זעהן אויב די האסט צו ענטפרן אויף די די עיקר
ליינט די תגובות פין סקאט אין ענטפר
rebyankel אפשר קענסטו מוחל זיין אין מסביר זיין געהעריג איבער די דין תורה פון וואס דו רעדסט און וויאזוי דו שלאגסט פאר אז עס דארפט געפירט ווערן, אפשר זאגסטו מיר פון וועלכע די"ת דו רעדסט.
ווער רופט וועם צו דין תורה און וואס איז זיין טענה?.
לפע"ד איז מיין ארגינעלע טענה א טענה נצחת און נישט בארירט געווארן קיין כי הוא זה, אדרבא דער כותב איז שיין געפאלן צו מיין טענה און זיך נאך טיפער באגראבן, מיטן מודה זיין אז לשיטתם קען אפי' משה גבאי מיט יאסל וואלדמאן זיין דער בית דין,
זאג די מיר ווען איינער האט די העזה צו זאגן אז דער כמעט בעל דין אליין קען זיין דער בית דין, און דאס מיינט נאך "תובע הולך אחר הנתבע", זאג דו מיר צו א נארמאלער יושר'דיקער רעכטדענקער תורה'דיקער מענטש, זעהט נישט אין דעם א קלארע קאראפציע און לצנות, קלארע סיסטעמאטישע השתמטות לדין מיט אלע ערליי דריידלעך און מאפיאנערישע באבע תירוצים פון תהלוכי הקהלה וכדומה,
און די זעלבע קליקע האבן נאך די העזה צו פארלאנגען אז זיי וויל זעהן א היתר בית דין, א מין אומפארשעמטקייט! דו ווילסט זעהן א היתר בי"ד? קודם קום צו דין תורה ווי אלע אידישע קינדער, שרייב אונטער שטרי ברורין, דאן וועט מען דיר לאזן פארלייגן דיינע טענות היתכן די אהרונים זענען געגאנגען און קארט, דאן וועט מיר דיר ווייזן אלע היתירם, וואס זיי וועלן זיין געפלעפט דערפין, אבער כל זמן עטס שרייטס "תהלוכי הקהלה", האסטו נישט קיין שום זכות צו פארלאנגען צו זעהן די היתר,
תוקן על ידי rebyankel ב- 24/11/2010 22:24:40
די זאליס שעמען זיך מיט דעם? פארוואס שמייסן זיי נישט צוריק יעדעס מאל מיט דעם?
יעדעס מאל וואס די אהרוינים זאגן דייני הקהלה וואלט איך גענטפערט "דריי בתי דינים".
תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 24/11/2010 22:43:20
די טענה פין 2 בתי דינים ווערט דא דערמאנט אין אפגעפרעגט
_________________
תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 24/11/2010 22:48:49
|