_________________
_________________
תוקן על ידי משפל_גאים ב- 11/07/2010 09:30:55
איך שוין נעבעך ד' אליעזר חיים ע"ה אזא טייערע איד (לויט ווי איך האב אים געקענט) אז ער דארף נעבעך אנקומען צו ליגן דארט מאיזה סיבה שיהי'.
אבער זייט וויסן, אז אין אזעלכע פעלער זאגט קהל, מיר האבן נאר פארדינט!, ווייל געווענליך די סארט אידן האבן רוב ימיהם געצאלט מעמבער שיפ, און אפילו געקויפט קרקע, און יעצט נעמען זיי נישט זייער ערליך פארדינטע קרקע צוליב ... (וואסערע סיבה ס'זאל נישט זיין), נו, האט מען פארדינט נאך א שטיקל קרקע.
איך זע נישט וואסערע שאדן קהלתינו זאל האבן פון זייער ביה"ח, רבותינו הק' והרבנית ליגן במקומם הראוי, מער פון דעם, וועם גייט אן ווער ס'גייט אהין?
גייט איינער וויינען אז ר' עזריאל ליגט נישט ביי אונז? (חוץ ער אליין?)
פין תיבה אישית
אויב קענסטו שרייבן אויף היידפארק לייג עס ביי די תגובה פין טיטלבוים
איך בין געווען מנחם אבל זיין אין מאנסי ביי די טיטלבוים משפחה אין איך האב געפרעגט יעקב שמואל מיט אנדערע קרובי משפחה וואס האט ענקער טאטע אין זיידע ענק שלעכט געטוהן אז מען האט געמאכט מיט אים אזא ניוויל המת אין אים באערדיגט אין פלאץ וואס איז געגרינדעט נאר פאר מחלוקת אין ערכעות אין אויב עס איז אמת אז ער האט געזאגט אז ער וויל דארט ליגען
האט ער מיר געזאגט אז עזריאל האט גערעדט מיט אים שוין א לאנגע צייט וועגן דעם אין זיי האבען נישט געוויסט פונקטליך וואס. ווען זיי זענען געוואר געווארען וואס ער וויל מיט אים טוהן האבען זיי אנגעהויבן צו רעדן מיט אים האט ער פארציילט וואס פאר א ליגענטס מען האט אים געזאגט. מען האט אים אויפגעוויזען גרונגערהייט די אלע ליגענטס אין ער האט קלאר געזאגט אז אויב אזוי וויל ער נישט דארט ליגען אין ער וויל ליגען מיט זיין ווייב אין די געהעריגע בית עלמין.
מיט דעם אלעם האט גלייך נאך די פטירה האט איין ברודער אנגעהויבן פארפירען (ער האט מיר נישט געזאגט ווער אבער איך וועל דיר באלד זאגען ווער דאס איז. שרייב עס נישט אויף היידפארק) אז מען גייט לייגען אין פאלאקס.
זאגט ער מיר גלייב מיר אז מצידי האב איך געטוהן וואס איך האב געקענט איך האב פראבירט בדרכי נועם אינאיינעם מיט מאיר יוסל. אין אפילו קלמן האט שוין געקענט באשטיין למעשה איז צום סוף יא געלונגען פאר זיי צו מאכען דער ניוויל המת
איך וויל נישט שרייבען מער ווער ווי דעם ווייל איך וויל נישט אויפראקען א חשובע משפחה ברבים.
פייוו, זיי נישט אזוי ווילד. ביד"צ דסאטמאר קומט איגאנצען נישט אריין אין בילד. ס"ה האט קהל מודיע געווען פאר ווער ס'וויל הערען, אז זיי אסר'ן זיך צו באנוצען מיט זייער קרקע. דער בי"ד האט גארנישט מוסיף געווען. (אגב, יעדער געדענקט דא ווען ענקער קהל האט פרובירט זייער נארישער מצה/חופה גזולה קאמפיין.) משא"כ סידור קידושין האט דאך הגאון הגדול דיין לאוב ציזאמען מיט ריעו ועמיתו הגאון הגדול דיין לאנדא - וואס דער וועלט איז נאך מסופק וועלעכער ס'גרעסער - קאמפליטלי גע'אסר'ט די קידושין אלס כלא היה און מ'דארף איבערמאכען די קידושין. אזוי אויך האבען די א.ד. גאונים - וואס די בי"ד עדה החדית שטעלען זיך אויך פאר זיי - גע'אסר'ט א טייל צונעמען ביי די חתונות.
למעשה, גייט ר' אליעזר חיים ע"ה ווערען אריינעשריבען אינעם פנקס?
מעג מען גיין מנחם אבל זיין?
תוקן על ידי Lechtiger ב- 13/07/2010 02:31:04
מ'זעהט דא כסדר ווי די ארונים רופען אן די נייע חלקה דקהל יטב לב (מהרז"ל) מיט אלע מינע לשונות: פאללאק, מאחורי הגדר, אינטערען פלויט, ביז גאר א קבורת חמור. מ'האט גענוצט דער פאקט אז די ערשטע פאר דרייסטע משפחות זענען געווען נעבעך ביי יונגע מענטשען, מסביר צו זיין דא אז קיין שום נערמאלע מענטש וועט נישט לייגען זיינע עלטערען אינעם נייעם ביה"ח, אין נאר אויסגעשפילטע מיט מאנ... לייגט מען דארט. אינטערסאנט איז נאר אז די וואס פארופען זיך גאר אלס די וואס טוען מכלומר'שט פאר די "ספעציעלע קינדער", אבער ווען זיי ווילען זענען זיי גאר די וואס רופען אן די קינדער מיט נעמען וואס ווערט באטראכט היינט צוטאגס אלס גאר געמיין. נאכ'ן גוט אנ'חזר'ן די תורות זענען זיי יעצט מיט די פטירה פון ר' אליעזר חיים געכאפט געווארען אין שאק. הייבט זיך אן א פרישע קייט מיט מעשיות. ר' אליעזר חיים איז אינגאנצען נישט געווען קיין זאליבאנער, (אבער וואס פארא גרויסע חסיד אין וואס ער האט געהאלטען פון מהר"א, דאס פארציילט מען נישט,) אין זיינע קינדער זאגען אלע אז ער האט נישט געוואוסט בחייכון פון די נייע ביה"ח. איי דעמאלט פארוואס האבען זיי געטאן אזא "ניוול המת", האיך יתקיימו שניהם? דא קומט שוין ר' עזריאל גליק אריין אינעם בילד אין מען נעמט זיך אים שעלטען. איי איז דען ר' עזריאל בעה"ב? האט דען דער איד נישט געהאט קיין קינדער? קומט איינער אין ריפארט אז איינער פון די קינדער האט עפעס יא פרובירט בדרכי נועם. פארשטיי איך נישט, אפצוהאלטען אזא דרגא פון "ניוול המת" איז עפעס בדרכי נועם גענוג??? אין ווי זענען געווען די אנדערע קינדער, גייט זיי עפעס נישט אן זייער טאטע'נס כבוד?
נאר דא קומט אריין די ארונישע וועג פון טראכטען.1) א מציאות מיינט ביי זיי גארנישט. ווי לאנג ס'פאטשט נישט אין פנים אזוי היליכיג כאפ'ן זיי נישט קיין מציאות. 2) זיי לערנען זיך זירא פונעם עבר. די כללים זענען נוגע נישט נאר ביי א בית עולם, אבער וויבאלד דאס איז דא די רעדע, לאמיר עס ניצען אלס משל. ווען עס איז נפטר געווארען האשה החשובה אשת הרב החסיד ר' שמעון ווייס ז"ל האט הנהלת בני יואל באשלאסען אז ס'שוין צייט צו האבען אן אייגענע ביה"ח ווייל אלס א זעלבסטשטענדיגע קהילה קומט צו האבען א אייגענע חלקה פאר אנ"ש לאחר מוע"ש. ס'געווען צוויי פראבלעמען. 1) טעכנישע וואס די "חסידים" האבען אינטערגעשטעלט, וואס דאס איז מען ב"ה בייגעקומען. 2) די געפיל אין די געוואוינטקייט צו די אלטע חלקה. פון די 2'טע פראבלעם האבען שוין די ארונים אליין קער גענומען, זיי האבין זיך אויפגעפירט טאקע אויפען בית עולם זעלבסט ווי וואנזיניגע מטורפים אז א חלק מענטשען האבען באשלאסען נישט צו ליגען דארט לאחר מוע"ש. מ'האט נישט געדארפט זיין א בני יואל פאר דעם. דער אייגענער מחותן פונעם ברך משה דער איהעלער רב האט אנגעזאגט אז ער וויל נישט ליגען אין סאטמאר. נישט נאר אין מאנרא נאר אפילו נישט אין ניו דזשערסי ווי עס ליגען אלע זיינע ברודער אינאיינעם. ער האט נישט געוואלט זיין אינטער די חיות.
דערפאר איז זייער פשוט אז נאך וואס די ארונים האבען באקומען דעם פאקטישען קאנטראל אויפ'ן ביה"ח האט יעדער געוואוסט אז ס'איז א פראגע פון צייט ווען די זאליס וועלען האבען אן אייגענעם חלקה. ס'איז זיי געלונגען צו קויפען שטח הארט נעבען די אלטע חלקה וואס סענטימענטעל איז עס א געוואלדיגע זאך, אבער זיי וואלטען עס געטאן אפילו מ'קען נישט האבען ממש דערנעבען. דער פאקט איז אז מ'האט געקויפט די שטח נאך פאר די פלוצימ'דיגע פטירה פון ר' עוזיאל פערלשטיין ע"ה, ס'איז נאר געווען א פראגע פון צייט. דא זענען שוין די ארונים געקומען צוהילף אין זיך אויפגעפירט ווי עס פאסט פאר זיי, אין מ'האט מקדש געווען די ביה"ח. יעדער האט פארשטאנען אז פון אנפאנג וועט זיין שווער, ובפרט ביי עלטערע מענטשען, וואס א טייל פון זיי האבען ארונישע קינדער אדער וואס מאן/ווייב ליגען שוין דארט. אבער ביי די ארונים האט מען געוואוסט אז קיינער גייט זיך נישט דארט לייגען ווייל ס'איז ממש א בזיון ווי א.ד. ס'האט זיי צוגעשפילט אז די ערשטע פאר זענען טאקע ליידער געווען אינגע מענטשען. ווען ס'האט זיך געמאכט אז מ'האט דארט געלייגט אן עלטערע איד פון איבער די אכטציג האבען זיי זיך נישט צירוקגעהאלטען פון ליצנות מאכ'ן פון א נפטר. שפעטער ווען מ'האט דארט געלייגט א אשה זקינה וחשובה, א מחותנת פונעם ברך משה, האט מען פשוט אייגענומען א שווייגעניש. יעצט מיט די פטירה פון הרב החסיד הישיש ר' אליעזר חיים ע"ה האט די גאנצע באלון געפלאצט אין מ'ווייסט נישט וואס צו זאגען.
זייט וויסען: אז ס'דא צענדליגער עלטערע חשוב'ע אידען וואס האבען אנגעזאגט אז נאך די 120 ווילען זיי ליגען אינעם נייעם חלקה דקהל יטב לב (מהרז"ל).
איך וואונטש א ברכת הדיוט אז די אלע אידען זאלען האבען אריכות ימים ושנים אין די פנקס שרייבער פונעם ביה"ח זאלען נישט האבען קיין ארבעט, משא"כ די פנקס שרייבער פון די חתונות זאל האבען ארבעט איבערען קאפ.
תוקן על ידי Lechtiger ב- 14/07/2010 02:40:15
|
תוקן על ידי היראים ב- 15/07/2010 01:45:08