| די_אמת כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | למען 'האמת' גערעדט, איז די עיקר ווי מ'ליגט אויבן אינעם עולם 'האמת', אין יעדע נפטר ווייסט דאס... קוקט אויס אז ר' אליעזר חיים ע"ה האט דאס געוויסט, בעסער געזאגט, 'געגלייבט' אביסעלע פאראויס, קוקט אויס אז ער האט פאראויס געזעהן וואס פאר א שטורעם ס'וועט אנמאכן ביי די ארונים, און ער האט געקענט באשטיין מיט צונעמען דעם זכות אינעם עולם 'האמת'...
און יענקעלע טייערע, יא! די זכות וואס ר' אליעזר חיים ע"ה נעמט מיט, וועגט איבער וויפיל לעכט זיינע אייניקלעך וועלן נאך צינדן ביי זיין ציון! ס'איז שוין צייט זאלסט אנקוקן זאכן מיט אן ערוואקסענעם און ערענסטע בליק. |
|
עפעס רעדן מיר נישט פון זעלבן ר' אליעזר חיים, דער ר' אליעזר חיים וואס
איך האב געקענט האט נישט געוואלט מאכן קיין שטורעמעס, ער האט נישט
געוואלט צופיקסן די אהרונים, און בכלל איז ער נישט געווען קיין צופיקסער, ער
האט קיין פליג נישט געטשעפעט, אדרבה, איך בין זיכער אז דער ר' אליעזר חיים
וואס איך האב געקענט, ווען ער האלט אז ער טיט וויי די אהרונים וואלט זיכער נישט
פארלאנגט צו ליגן ביי פאללאק, ער ליגט דארט ווייל "ער" האט אזוי מחליט געווען,
פארוואס? ווייס איך נישט, אבער אז ער האט געוואלט טשעפען איז זיכער אז נישט.
איך וויל דא זייער קלאר מאכן אז איך בין נישט דא משפיל זיין כבוד ר' אליעזר חיים ע''ה
און לאמת, עס טיט מיר נישט אזוי שטארק וויי אז ער איז נישט ביי אונז, איך שוין עהם אז ער
האט געמאכט אזא נארישן באשלוס ווען דער איינציגער פארלירער איז זיין אייגענע נשמה,
למה הדבר דומה, ווען איך זעה א אורחי פורחי אויף די גאס אינמיטן ווינטער ווען עס איז
ביטער קאלט אויף די גאס אין דער דרייט זיך ארום מיטן בלויזן העמד, איך לויף שנעל אהיים
כאפ עפעס א אלטן ראק און לויף צו צו דעם איד און דערלאנג עהם דאס, דער איד שרייט
צוריק, איך וויל גיין מיטן העמד, און איר קענט מיך נישט צווינגען אן צוטון א ראק, נו, טיט דאס
מיר וויי?, געוויס אז ניין, איך שוין נעבעך דעם פערזאן אז ער האט נעבעך נישט קיין שכל, אבער
דאס איז זיין החלטה און איך קען גארנישט טון, כן הדבר הזה, איך שוין דעם איד אז צוליב
סיבות וואס איך ווייס נישט האט ער געמאכט א החלטה וואס א באזעסענער מענטש האט
עד היום נישט געמאכט, במילט טיט דאס מיר עכט נישט אזוי וויי, אויב רעדט איר פון וויי טון, טיט
מיר באמת וויי אז ר' זלמן גראסבערג ע''ה וואס איז געווען א נאבעלער מענטש, א עוסק במצוות
תדיר, און האט קלאר געזאגט פאר זיין ברודער אז ער וויל ליגן אין אינזער בית החיים, און צוליב
געוויסע סיבות האט עהם די משפחה געדאמפט מאחורי הגדר, דאס טיט מיר וויי, (אגב, קלאפן
זיך שוין די משפחה דעם קאפ אין וואנט פאר דעם טפשות און רשעות וואס זיי האבן געטון פאר
זייער מאן/טאטע) אבער דאס טיט מיר וויי, און אויך טיט מיר אסאך מער וויי אז ר' אביגדור
יאקאבאוויטש ע''ה ליגט ביי אינז אין בית החיים אויף א מקום מכובד, ווען ער וואלט יא געדארפט
דארט ליגן מאחורי הגדר, אבער דאס אז מיר האבן נישט ר' אליעזר חיים איז אדורך צוטראגן,
קיינמאל קיין ערגערס,
עס וואלט מיר פיל פאכיג מער וויי געטון ווען רבי יוסף יושע גראס ז''ל און רבי שלום נחמן פיליפ ז''ל
וואלטן ווען געדארפט ליגן אין א בית החיים וואס די אהרונים וואלטן ווען געדארפט קויפן אויב שאול
פערשטיין'ס פלאן וואלט פארווירקטליכט געווארן, איך דאנק דעם באשעפער, אז ונהפוך הוא,
בדבר אשר זדו עליהם הרשעים האלו, שאול פערלשטיין האט פראלאמירט אז אויב צאלט מען
זיי נישט קיין מעמבערשיפ פארלירט דעם זכות קבורה אין ''הייליגן'' בית החיים, ונהפוך הוא...
מיר טאנצן פאר שמחה און מיר שרייען מיט א שבח והודי' אז "יענער" ליגט מאחורי הגדר
אבי נישט אונז...