טעסטינג, טעסטינג, וואן טו, וואן טו, וואן טו טרי,
ס'ארבעט?
יא יא
אלרייט,
עהעהעם
קודם וויל איך געבן א הערצליכן דאנק פאר מנהל זז"ג פארן מיך אריינלאזן דא אין געבן דער רשות הדובר...
מורי ורבותי!!!
רדני קינג!!!
א שווארצער מאן פון לאס אנג'לס קאלפורניע, איז אין יאר 1992 מיס צישלאגן און צימזיק'ט געווארן דורך א גרופע כעס'יגע פאליציאנטן, נאך א הויכער ספיד קאר געיעג וואס האט געגרייכט צו 115 מפ"ש,
די פאליציאנטן וואס האבן אנגעגריפן קינג'ן זענען אלע געשטעלט געווארן פאר א געריכטליכער פראצעס,
אלע פאליציאנטן זענען גענצליך פרייגעשפראכן געווארן דורך א לאס אנג'עלעס דשורי,
דער באפרייאונג האט ארויפגעברענגט דאס בייזבלוט פון די שווארצער המון, און עס האט אויסגעבראכן די טרויעריגע בארימטע לאס אנג'לעס ראיאטן ווי א ציושעטער המון שחורים האבן זיך ארויסגעלאזט אויף די גאסן פלינדעווען און ראבעווען פאר 4 טעג אין א צי.
בעת די ראיאטן איז אונזער רדני געווען חרוב ונחרב, ער האט לעולם נישט געזיכט זאל ארויסקומען געוואלדאטן, און ער האט זיך אויס געדריקט בלב נשבר ונדכה דער היסטארישן באקאנטן פראזע:
Why Can't We All Just Get Along?
פארוואס זאלן מיר זיך נישט קענען אויסקומען?
דאס פונקטליך, טייערע פריינד, איז מיין אגענדע דא, איך וויל זעהן צו אפשר איז דא א תקוה איז אולי יחוס אידישע ברודער וועלן זיך נישט אזוי פיינט האבן.
איך האף צו אנרייכערן אייער פורום מיט טייערע פערל רייד, און דברים המושכים לב הציבור
דער אייבישטער זאל העלפן......עם עם....וואט די העק!!! אגוטן טאג!!!