היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » פורים ליצנות היפקראצוויע ! ר' דוד קאהן אין א באקס

פורים ליצנות היפקראצוויע ! ר' דוד קאהן אין א באקס

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2784062
בלאט: 1 2

סטעלט » 2/5/2010 20:13

ס'איז שווער ארויס צי ברענגן אויפן שריפט דאס ליצנות וואס האט זיך אפגעטיען היינט .אין מירון
ר' דוד קאהן שרייט חדשים אז ס'גייט גארנישט פאר נישט דא קיין קברים אלעס איז מותר אלע כהנים מעגן לכתיחלה ארויף גיין

למעשה איז ר' דוד קאהן ארויף מיט א באקס א אוהל חצוץ

שטעלט זיך די שאלה וואס האבן אלע אנדערע כהנים געטיען וואס האבן זיינע קינדער געטיען
זיי מעגן יא ארויף גיין געהעריגדא  איז עפעס ח"ו שתי רשיות
זיי מעגן זיך יא מטמא זיין.

[בילד – נישט אפגעהיט]

סטעלט » 2/5/2010 20:14

ארונו של דוד
[בילד – נישט אפגעהיט]

הולך_לבגץ » 2/5/2010 20:40


און לאמ יר אלע שרייען הויך און קלאר איך בין א ערליכער איד - איך מעג אלעס טוהן

איך האב היינט געשריבן אז לצים זאגן אז א כהן מעג זיך מטמא זיין צו באגראבן א ברודער

אבער יעצט מיין איך אז ער האט נישט באגראבען זיין ברודער נאר זיך אליין און מ'דארף פרעגען די גרויסע תלמידי חכמים (ר' יצחק ראזנבלאט וחבריו) צו א כהן מעג זיך מטמא זיין אויך זיך אליינס צו באגראבן אפשר דער אינטערנעט מלקט וועט האבן א תשובה אויף דעם

אדםאמיתי » 2/5/2010 20:45

ראיות ראיות רבותי! בריינג א בילד ווי ער קריכט ארויס פון דעם "מעזשיק באקס"!

 עס איז א ליידיגער באקס וואס די תו"א חסידים טראגען דארט לסמא את העיניים.

ער איז געפארען מיט א צה"ל העליקאפטער!

הולך_לבגץ » 2/5/2010 21:01


קרעדיט וויינשטאק פון די קינדער פארום

פורים אין מירון: תו"א רבי קומט אן מיט חב"ד'סקער קאסטן...!

פורים אין מירון, דער עולם ליגט אויף דער ערד פאר גרויס געלעכטער, דער כהן גדול בדורינו און חאכאם ר' דוד קאהן ס"ט דער תולדות אהרן רבי האט באשלאסן אז להגדיל הטראסק קומט ער אן מיט א חב"ד'סקער קאסטן, וואס פירט געווענליך ארום דעם מלך המשיח זאל לעבן, אויף א שיינעם פיקאפ טראק צו זיין יערליכע הדלקה צערעמאניע.
 
ווי שוין באקאנט איז דאס יאר פארגעקומען א העפטיגע מערכה אויב כהנים מעגן ארויפגיין אויפן בארג אין מירון נאך וואס מ'האט דארט געטראפן פיל מיט עצמות פון מתים. דער תו"א רבי קען דאך נישט אויפגעבן אויף דעם גרויסארטיגן פורים שפיל וואס ער פירט אן יעדן ל"ג בעומר אין מירון האט באשלאסן יעבור עלי מה, ער גייט ארויף מיט א איסור צו אן א איסור.
 
יעצט קומט דער פורימ'דיגע באריכט אז ער איז אנגעקומען אויף א פיקאפ טראק אין א פארמאכטן קאסטן, אנגעבליך א אהל וואס זאל דינען ווי א מחיצה פאר כהנים, ווי בלויז שוקי לרר איז ערלויבט געווען מיט צופארן צו כאפן בילדער פון די נאנט וויאזוי דער באבא רבי דאוויד ס"ט גייט אפרעכטן די עבודת הקודש.
 
יעצט ווארט מען נאר צו זעהן צו דער רבי וועט ארויסקומען פון קאסטן צו שפרינגען ביזן הימעל און זיך שפילן מיט די פייער און אויסטוהן דעם שטריימעל, צו ער וועט זיך באגעניגן בלויז מיט גרויסע סקרינס אויף די גאס וואס וועלן צייגן וואס דער רבי ארבעט אריין בעבודת הקודש בקאסטן פנימה...
 
כלל ישראל שאקעלט זיך פאר געלעכטער און ווארט מיט פרייליכע געמיטער אויף דאס קומענדיגע!

הולך_לבגץ » 2/5/2010 21:40


און דא האט איר א שיינע בילד פון דעם ארון של דוד פון אינעווייניג

[בילד – נישט אפגעהיט]

יקרבו » 2/5/2010 21:48

דער פויפסט להבדיל פארט אויך אזוי
[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/05/2010 00:44:29

דעקלעראציע » 2/5/2010 21:59

דער בלאט איז געווען גערעכט
[בילד – נישט אפגעהיט]

באבע_מעשה » 2/5/2010 22:09



פאר ווער ס'ווייסט נישט דער גאנצער פירער פון דעם קאמפיין קעגען כהנים און מירון זענען צוויי אידן פון די גרויסע חסידים פון דער יפו'ער איינער הייסט נחום אטיק און איינער הייסט מנשה פרץ וואגשאהל זיי זענען ביידע שטארקע מתנגדים פון רבינו שליט"א און זיי זענען די פירער'ס פון די מערכה און מירון בכללות און יעצט בענין די כהנים און מירון

און פאר ווער ס'קען דאס ביטע איבער געבען פאר די אלע זאלי'ס וואס ווילן דאס מאכן א מחלוקות פון ארונים זאלונים דער תולדות אהרן רבי זיכט שוין די לעצטע שטיק צייט א וועג וויאזוי שלום צו מאכן מיט די אהרונים ווייל פון די זאלונים פון ירושלים האט ער דע גאנצע צרות יגון ואנחה אבער אונז זיכן נישט צו נעמען איינער וואס האט אונז און די ערשטע יארן אזוי געשטויסן, אבער פאר די אלע זאלונים פיל איך א חויב מודיע צו זיין אז זיי ווייסן נישט דעם דעת תורה פון דער יפו'ער זיי מיינען אז דער רמב"ם האט מחדש געווען דעם חידוש פון דעם איסור פאר כהנים ארויף צו גיין.

און דאס מיינט קעלבעלעך, חלה דעקלעך, וכו' וואס שרייבן וויאזוי די ווינט בלאזט אן קיין שום אחיזה און מציאות און ווייסן נישט זייער אייגענע פאליטיק

FiveBoro » 2/5/2010 23:13

איך מוז אייך זאגן: אויף אזאנס האב איך נישט גע'חלומ'ט!

שוין נאך עטליכע וואכן וואס תו"א האט באצאלט תבין ותקילין פאר אלע פראפאגאנדע מיניסטארן (ביודעי ומכירי קאימנא!), אלע איזרעלישע חרדישע מידיע צענטערן, אינקלאדעט אונזער בחדרי חרדים, און אזוי אויך די היינטיגע נייעס סטאנציאנען וואס דאס זענען די "האט'ליינס", און אלע גבאים ומשמשים וראשי קהילות, אלע זענען קאנטראלירט געווארן, פון אלע זייטן האט מען געארבייט אויף 2 פראנטן, איינס, אז קיינער זאל זיך נישט וואגן ארויסצוקומען מיט א קלארן איסור, און צווייטנס אז די נייעסן זאלן כסדר באריכטעט ווערן לטובתם, און אזוי ארום האבן זיי אנגעדרייט א ערנסטע ווינט ווי כאילו די גאנצע זאך איז א נארישער חשש אן קיין אונטערהאלטונג.

ווייטער האבן די נייעסן - אינקלאדעט קול הציבור (פון וואו אונזער קול מבשר האט - ווארשיינליך - גענומען זיינע נייעס) געמאלדן די "באצאלטע" שקר-אנאנסן, ווי כאילו די עדה איז ארויסגעקומען מיט א "היתר" פאר די כהנים ארויפצוגיין, א זאך וואס איז לא היה ולא נברא. (איר פארשטייט אליינס אז תו"א האט אויך אויף דעם געארבעט אימערמידליך אז עס זאל ארויסקומען א פסק להיתר, און אויב איז דאס נישט געשעהן איז ברור אז די חששות זענען גארנישט אזוי פשוט).

און, אחד היה אברהם, "דער בלאט" וועלכע האט נישט אנגענומען קיינע געלט-אנבאטן בכדי צו פיטערן דעם ציבור מיט באבקעס, האבן געשריבן די גענויע אמת אז "טויזנטער כהנים וועלן זיך אפהאלטן פון ארויפגיין", (און דאס איז קלאר, טראץ די גאנצע פראפאגאנדע להיתר, אז א כהן א ירא שמים וואס איז ארויף, איז געווען לבו נקפו.) און מאנכע - וועלכע זענען געווען אונטערן איינדרוק פון די נייעס סטאנציעס - האבן דאס אנגעקוקט ווי זייער א קאנטערווערסיאלע שריט, אין די צייט וואס אין די גאס דארף עס הייסן אז אלע רבנים - און אזוי אויך די עדה - האבן מתיר געווען.

אצינד קען מען זאגן בפה מלא: דער בלאט איז ארויס א זיגער!

היראים » 2/5/2010 23:17

אוי נעבעך....
מ'גייט זיך צינאר לייגען אלעס פאר די הדלקה אויבן אויפן בארג

מ'שמיעס אז די זאלי'ס גייען דינגען די בודקע פאר כ''ו אב פאר זייער שטריק

צודערזאך » 2/5/2010 23:34

ל"ג בעומר שמח...

אויששש » 2/5/2010 23:42

היכי תמצי, א סוכה אינמיטן די ספירה טעג ?
כ'הער זאגן אז ר' דוד קאהן האט פארן צינדן געמאכט הויעך די ברכה פון 'לישב בסוכה'

די הנהלה פון תולדות אהרן ווילן הארגענען די ארוינים מיט די זאלוינים
די ארוינים, צוליב די מעכטיגע פראסק ווס זיי האבן געכאפט פון דער בלאט
די זלוינים, צוליב די שטרענגע אפענע החרמה ביי די ירושלימער זאליס נישט אנטייל צונעמען אין די הדלקה צערעמאניע, עד כדי כך אז זיי האבן - אויפן פרעזענליכע הוראה פון ר' חיים הערשעלע - אפגעזאגט פאריגע וואך דאס דונגען די שטח פון תולדות אהרן אין מירון

הולך_לבגץ » 2/5/2010 23:44


ביי אונז און טעקסעס פירט מען זיך אז מע לייגט אריין קוהען און א באקס

הולך_לבגץ » 3/5/2010 00:09


ליידער דער טריפה'נער צייטונג ידיעות וואס די תולדות אהרן'ער לצים זענען נאכנישט אנגקומען צו זיי ווייסן אויך צוזאגן אז די עדה החרדית האט גאסר'ט און אסאך פרייע אידן וואס ליידער היטן זיי נישט שבת האבן דאס יאר נישט ארויף געגאנגען צום ציון הק' ווייל די עדה החרדית לאזט נישט און דאס איז א איסור תורה (לכל הפחות ווי עפענען א פארקינג לאט שבת אדער אריין לייגען א מאמע און תפיסה)

דא האט איר א קליינע אויסצוג פון דעם צייטונג מיט א לינק צום באשרייבונג
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-3883451,00.html

כשראה שגם השנה אני מתלבט, שאל אותי חבר אם אני כהן, שעל-פי פסק הלכה שיצא לאחרונה בעדה החרדית אסור בכניסה למושב מירון מחשש לטומאת מתים. "כהן? אני? מה פתאום, בקושי ישראל," עניתי,

ובושה תכסה ענינו ווען דער ערליכער איד האט בשאט נפש עובר געווען אויף וואס כהנים און אסאך א שוואכערע מצב זענען נישט עובר,

ארגינעלער » 3/5/2010 00:17

ר' דוד קאהן האט נישט געוואלט גיין באזיכן דעם סקול דיסטריקט ווייל ס'איז דא ספיקות
אבער ב"ה יעצט האט ער שוין נישט קיין פראבלעם ער וועט קענען אריין גיין אין א באקס אין אזוי גיין באזיכן.

אדםאמיתי » 3/5/2010 00:43

היכי תמצא מען זאל לייענען די מגילה אין ל"ג בעומר?








אין דעם באקס איז פורים שחל בל"ג בעומר ווייל עס איז דאך א רשות בפ"ע.

הולך_לבגץ » 3/5/2010 01:24


ארויס פון די באקס און פאברענט זיך די הענט מיט אסאך כבוד און א איינגעבוגענע קאפ

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]

דיןתורה » 3/5/2010 01:26

עס קוקט עס ווי מ'רעזעווירט יענע סטעפס  פאר די בילדער מאכער

הזאת נעמי?

תוקן על ידי דיןתורה ב- 03/05/2010 01:28:11

FiveBoro » 3/5/2010 01:27

הולך, פארשמיר נישט דיין פעדער.

monroe06 » 3/5/2010 01:31

[בילד – נישט אפגעהיט]

monroe06 » 3/5/2010 01:32

[בילד – נישט אפגעהיט]

דיןתורה » 3/5/2010 01:33

ווער איז דאס?

[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 3/5/2010 01:42

רבן דקרו די טמאנע משטרה גיסט אויל ביי אין תולדות אהרן

שעם דיך ר' דוד קאהן

ארגינעלער » 3/5/2010 02:04

ווי מען שטייט אין מען גייט אין די באקס דאס געלעכטער פין שטאט.

האורח » 3/5/2010 02:26

סטעלט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
למעשה איז ר' דוד קאהן ארויף מיט א באקס א אוהל חצוץ

שטעלט זיך די שאלה וואס האבן אלע אנדערע כהנים געטיען וואס האבן זיינע קינדער געטיען
זיי מעגן יא ארויף גיין געהעריגדא  איז עפעס ח"ו שתי רשיות
זיי מעגן זיך יא מטמא זיין.


כ'בין באמת נישט נוטה דא צו קיינעם בנוגע די פאליטיק. אבער די בריעף האט מיר איינער צוגעשיקט, און אליבא דאמת מיין איך זענען אלע תמיהות און ליצנות וכו' פארענטפערט. (פאר דער וואס וויל דעם אמת)
[בילד – נישט אפגעהיט]

לאגיש » 3/5/2010 02:53

רוטס איין, הערטס אויף ליצנות צו מאכן פין א ערליכע יוד

הבדלה_מנין » 3/5/2010 05:48

אין די צווי בילדער פון דעם באקס פון דער הייעך זעהט מען א הוט אויפן מענטש אינעם באקס, אלע בילדער פונעם תולדות אהרן רבי'ן גייט ער מיט א שטריימעל!

איז דא א בילד פון דעם רבין אין באקס?

אדמיראל » 3/5/2010 07:28

מן הסתם קומט ער ארויף מיט א הוט, אין ביים חצר טוט ער אויס דעם אין טוט אןי דעם שטריימל.

zeidel » 3/5/2010 07:57

ווער איז נישט ארויף?

הולך_לבגץ » 3/5/2010 18:16


קיין איין כהן איז נישט ארויף פינסק קארלין ספינקא ב"ב תוא"י און אלע ערליכע (און אויך נישט ערליכע ווי פרייע אזוי ווי איך האב שוין פריער געברענג פון דעם פרייען צייטונג ידיעות אז זיי ווייסן אויך אז מע טאר נישט ארויף גיין) כהנים זענען נישט ארויף
חוץ די גאר ערליכע הייליגע אידן פון תולדות אהרן וואס פאר כבוד המדומה און געלט זענען זיי ארויף ווי למשל תו"א רבי'ס קינדער וואס האבן נישט באקומען א באקס ארויף צו גיין

הולך_לבגץ » 3/5/2010 18:52


אזוי ווי דער מנהל האט גהייסן דאס איבער לייגן דא לייג איך דאס איבער

די נייע קהילה קדושה תולדות הארון


דאס ליצנות איז איין לשער מיט א קיין באזוך און די אנדערע פארום בחדרי חרדים זעט ווי די משנה זאגט והכבוד מוצאים את האדם מן העולם און פאר אבילס כבוד איז א מענטש זיך מוכן צו מבזה זיין

דא האט איר אפאר בילדער פון די ארונות וואס מע גרייט אן אויף נעקסט יאר קוק און האט הנאה

[בילד – נישט אפגעהיט]
דא זעט מען די חברים גרייטן זיך ארויף צו טראגן כהנים מיט ארונות
[בילד – נישט אפגעהיט]

דא איז א כהן א ציוני וואס האט געוואלט האבן א דגל אויך און האט נישט געהאט א קאר האט ער געדונגען אפאר גוים ארויף צו טראגען
[בילד – נישט אפגעהיט]

כאפט אייך אריין און דעם לינק צו קענען פארשטיין די ליצנות, גרייט אן א בענקעל פאר דעם

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2784122&forum_id=771

דיןתורה » 3/5/2010 19:08

הולך
אלעס האט א שיעור, גענוג געווען
כ'מיין מ'קען שוין שליסען דעם אשכול

עירהתורה » 3/5/2010 19:18

געהערט פון א מו"ץ און די העדה החרדית: "צו באגראבן א אייגענעם ברודער מעג זיך א כהן מטמא זיין" וד"ל

עירהתורה » 3/5/2010 19:27

טרעף די לכה"פ 10 חילוקים.... (באקומען און מייל)
אנטשולדיגט, אלעס האט א שיעור, ווייניגסטנ'ס קומט אים א להבדיל אלף אלפי הבדלות, אפילו אויב ער וואלט נישט געווען קיין חשוב'ער אדמו"ר!


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 04/05/2010 03:45:32

FiveBoro » 3/5/2010 20:53

איך שפור אז איך מוז מיך דא אנרופן, ווייל אז נישט וועט עס אזוי אנגיין:
דאס צווייטער חלק פון דעם אשכול איז זייער נאריש און אומאויסגעהאלטן. דאס זעהט אויס ווי א זאלי-פארום-אשכול.

כאפט אייך צוריק, און הייבט אן צוריק שרייבן באזעסן און ערוואקסן, און מיט א מאס. וסייג לכחמה שתיקה.

אדםאמיתי » 3/5/2010 21:56

לכב' הר"ר דין תורה און הר"ר fiveboro כאו"א לפי מהללו יבורך

דוכט זיך אז חוזק צו מאכן פון ספק טומאת הכהנים דאורייתא צוליעב קריגען זיך מיט א ברודער האט אויך א שיעור!

את לרבות תלמידי חכמים איז דורך א ריבוי, אבער טומאת הכהנים שטייט בפירוש אין די תורה הקדושה וואס מען האט געלייענט ערב ל"ג בעומר.

ס'איז כמעט נישטא א פלאץ וואו מען טראגט זיך נישט ארום מיט דעם בילד פון ארון !

וואס מיינט "סייג לחכמה שתיקה" וואס ר' fiveboro שרייבט?

געווארט » 4/5/2010 01:59

איך פארשטיי נישט פארוואס תו"א רבי האט געמיזט אלץ אוהל חצוץ זיצן אין א באקס
ער וואלט דאר געקענט זיצן  אינעם קאר געהעריג איז דאך עס אויכט א אוהל חצוץ אפילו אן א באקס.

ארגינעלער » 5/5/2010 01:49

פארוואס ער טוט זיך אויס דעם שטריימעל ווייסטו דשוין יא ?

גביר_אדיר » 5/5/2010 07:47

איך שעם זיך מיט דעם נארישן אפגעריסענעם אשכול.

איך ווייס פשוט נישט וואס צו זאגן, עטץ זענטץ טאטאל פאריקט.

די נארישע מערכה מיט תולדות אהרן מעג זיך שוין ענדיגן, מען מעג אמאל האבן אביסל שכל אויך. ווער עס קען מיינע תגובות ווייס זייער גוט וואס איך האלט אין דעם סאטמאר'ן סכסוך, אבער מיט דעם נארישן מערכה מאכט זיך אליינס צונאר.

יעצט הייבט אן שרייען אויף מיר אויך

למען_האמת » 5/5/2010 15:37

דער ריינער אמת איבערן באקס איז זייער פשוט, אזוי ווי די ליידיג גייער וואס פירן די העץ קאמפיין קעגן דעם תו"א רבי'ן וואלטן פאר יעדן פרייז "געטראפן" קברים אויף דעם וועג וואס דער תו"א רבי וועט ארויפגיין, האט דער תו"א רבי מחליט געווען זיי צו פארשפארן די ארבעט פון נעבעך ארבעטן אזוי שווער ביז זיי וועלן זוכה זיין עפעס צו טרעפן... משא"כ פאר די אנדערע כהנים האט ער גע'פסק'נט אז היות אויף דעם דרך מהדרין האט מען בודק געווען און נישט געטראפן קיין קברים קען מען גיין.

עכ"פ פאר ווער ס'וויל פארשטיין דעם אמת'ן טעם איז עס קלאר, די כהנים האט ער מתיר געווען צו גיין אויפ'ן דרך מהדרין  נאכדעם וואס די דיינים אין תולדות אהרן האבן קלאר מברר געווען אז ס'איז נישטא קיין איסור, אבער פאר זיך האט ער געוואוסט אז אויב ער וועט דארט גיין וועט מען בכל מחיר עפעס טרעפן, האט ער מחליט געווען ענדערש לאכט פון מיר יעצט ווי איידער עטץ זאלטס מיר שרייען און אפאר חדשים אז מ'האט געטראפן קברים.

אויף א וויץ לאכט מען אפאר טאג, אין א וואך ארום איז עס נעכטיגע נייעס, אבער אויב מ'וואלט געטראפן דארט קברים, וואס ווער ס'קען די וואס דרייען אן דעם קאמפיין זענען מעיד אז זיי וואלטן שוין באגראבן עפעס אן אראבער אלעס כדי צו טרעפן א קבר...

מצות » 5/5/2010 16:13

מאנטאג איין טאג נאך ל"ג בעומר, אין ביהמ"ד דחסידי תולדות אהרן ירושלים, ביים ליינען די תורה, די גבאי / שמש רופט אויס הויך אויפן קול: יעמוד מורינו ורבינו ר' דוד בן הרב אברהם יצחק הלוי ...

די צווי ברודער תוא"י און תו"א האבן זיך צוטיילט מיט די ירושה, תוא"י האט געגעבן פאר זיין יונגערע ברודער די "בכורה" און תו"א האט געגעבן פאר זיין עלטערע ברודער די "כהונה"


תוקן על ידי מצות ב- 05/05/2010 16:15:48

מישמאש » 5/5/2010 20:55

ס'גרעסטע ליצנות איז נאך אז ביים וועג אראפ איז תולדות אהרן רבי אראפ אן א באקס פלעין אין די קאר

פארשייט איינער וואס די חילוק איז צווישן די וועג ארויף אין די וועג אראפ ?

עירהתורה » 6/5/2010 21:44

פון בית השחיטה איז איבער געגעבן געווארן:
אז עס איז נישטא קיין שום חשש ווייל ביי אונז און טעקסעס שעכט מען אין א באקס...

SatmarBum » 10/5/2010 01:12

הבדלה_מנין כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אין די צווי בילדער פון דעם באקס פון דער הייעך זעהט מען א הוט אויפן מענטש אינעם באקס, אלע בילדער פונעם תולדות אהרן רבי'ן גייט ער מיט א שטריימעל!

איז דא א בילד פון דעם רבין אין באקס?



אדמיראל כתב:
[בילד – נישט אפגעהיט]

מן הסתם קומט ער ארויף מיט א הוט, אין ביים חצר טוט ער אויס דעם אין טוט אןי דעם שטריימל.




דער היט איז דער גאבי . תו"א טראגט א שטריימעל. קוק אויף בילד:

[בילד – נישט אפגעהיט]





תוקן על ידי SatmarBum ב- 10/05/2010 01:26:18

יענקי123 » 12/5/2010 16:25

ווער געדענקט נאך ווען דער ברך משה זכר צדיק וקדוש לברכה איז געזעצן צוזאמען מיט דעם הויפט קצין פון משטרת ירושלים אריה עמית (וואס האט געהאקט שטיקער פון די פרומע אידן ביי די הפגנות אין בר-אילן) און אים געגעבן די האנט און באדאנקט פאר אלעס וואס די ירושלימער פאליציי האט געמאכט פארן ביקור אין ארה"ק.

איך מיין אז קיינער האט נישט פארגעסן די בילד פון די משטרת ישראל אויף די הויכע פערד וואס איז געפארן פארויס און געמאכט פלאץ דעם הייליגן בעל ויואל משה זכר צדיק וקדוש לברכה ביי זיין ביקור אין ארה"ק.

קומט א ייד א תינוק שנשבה (גראדע איז ער א פאליס מאן) און ער גיסט אריין שמן ביי זיין הדלקה קיינער האט אים נישט געהייסן, קיינער האט אים נישט געבעטן, (ס'קען זיין אז מוואלט יא געדארפט בעטן, מקען גארנישט וויסן וואס דאס קען מאכן בא א ייד ווען ער זעהט אזא מין התעוררות דקדושה וואס דארטן איז פארגעגאנגען).

ברוך השם מ'האט געטראפן אן עבירה אויפן תולדות אהרן רבין א פאליסט האט אריין געגאסן שמן אן זיין הדלקה, איך מיין אז ס'איז אלס בעסער ווי צורופן אאאאייייייעעעעעעעדדדדדדדדןןןןןןןןןןןן     צו קוקן אין די כלי, און ער דרייט נאך מיט די הענט און לויפט פון איין זייט צום צווייטן כאילו ער האלט דא אינמיטן א שיעור כללי (איך גלייב אז בא זיין באקאנטע עפרא לפומיה דרשה האט ער אויך געדרייט מיט די הענט און פיס און געשמייכלט פון מויל צו אויער פון זיין טיפע גרויסע חכמה.) און ער זאגט דאס איבער נאכאמאל אזויווי איעדע חכמה וואס ער זאגט "איך רוף איעדן צו קוקן אין די כלי", געוואלדיג געוואלדיג.

רבי_יונה » 12/5/2010 18:00

ס'קען זיין אז ס'איז נישט קיין פעלער אז די ציונים מאכן א הדלקה.
ס'קען זיין אז ס'איז אויסגעהאלטן אז די משטרה זאל גיסן שמן אויף תולדות אהרן'ס הדלקה.

אבער וויאזוי איז דאס א גירא בעינא דשיטנא?
וויאזוי פלאצן די ציונים ווען מ'איז זיי מכבד צו גיסן שמן לע"נ רבי שמעון בר יוחאי?







וויאזוי פלאצט דער "סמך מם" ווען א איד פרעסט חזיר רח"ל?

יענקי123 » 12/5/2010 18:44

דער אייבערשטער האט געהאלפן, אז אונזערער א פארבלאנדזשעטער ברודער איז אליין געקומען גיסן אויל אפילו מ'האט אים נישט גערופן, און ער האט זיכער געהאט פון דעם א הרהור תשובה ווען ער האט נאכדעם געזעהן דעם צדיק גיסט זיך אויס דאס הארץ ביים גיסן די אויל, און ס'גיסן אים טייכען טרערן אויסצופויעלן ישועות און רפואות פארן כלל און פארן פרט, און נאכדעם די גרויסע שמחה ביים אנצינדען די הדלקה ווי טויזנטער מענטשן זענען געשטאנען צושטיפט און געטאנצט "לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי" "תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו".

ס'איז באוואוסט אז ר' עמרם בלוי זצוק"ל פלעגט אהיים בעטן שבתים נאך די הפגנות אויף חילולי שבת די שוטרים פון ירושלים וואס זענען געקומען שלאגן די ערליכע אידן צו אים אינדערהיים און זיי געגעבן צו עסן טשולענט און קוגל.

באבע_מעשה » 12/5/2010 18:54


יענקי איך געדענק דיר נאך פון ירושלים ווען די האסט גארנישט געהאט מיט סאטמאר און סתם געשריבן ווי איינער פון די עדה החרדית
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2764635&forum_id=16386
דא האסטו דערמאן דיך פאר די שרייבסט א ליגענער דארף האבן א גוטע זיכרון

גערעכט » 12/5/2010 20:50

הרה"ג החכם בארזים ר' "באבע מעשה" - קענסטו אפשר זאגן אוואו ר' יענקי שרייט דא אז ער האט יא מיט סאטמאר? הוא אשר דיברתי, נישט אין יעדן אייטעם - נושא - סכסוך - דין ודברים - בין איש לאשתו - בין אב לבנו - בין איש לאחיו - הלכהדיגן ויכוח - אפרייוועט פראבלעם, דארף ארינקומען - זאליס - ארויניס - וחוזר חלילה.

ר' יענקי שרייבט אנושא פון תו"א מיט א באקס - אין דו ר' באבע.....שרייסט ס-א-ט-מ-ע-ר,  טענו בחיטים - וקישקשו בקש
בלאט: 1 2