היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » פורים ליצנות היפקראצוויע ! ר' דוד קאהן אין א באקס

פורים ליצנות היפקראצוויע ! ר' דוד קאהן אין א באקס

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2784062
בלאט: 1 2

באבע_מעשה » 12/5/2010 21:40



דא האסטו די ראש לשועלים וואס יענקי האט געשריבן און קען זיין אז די קענסט נישט די סטמארע פאליטיק איז קיינער נישט שולדיג

ברוך השם מ'האט געטראפן אן עבירה אויפן תולדות אהרן רבין א פאליסט האט אריין געגאסן שמן אן זיין הדלקה, איך מיין אז ס'איז אלס בעסער ווי צורופן אאאאייייייעעעעעעעדדדדדדדדןןןןןןןןןןןן     צו קוקן אין די כלי, און ער דרייט נאך מיט די הענט און לויפט פון איין זייט צום צווייטן כאילו ער האלט דא אינמיטן א שיעור כללי (איך גלייב אז בא זיין באקאנטע עפרא לפומיה דרשה האט ער אויך געדרייט מיט די הענט און פיס און געשמייכלט פון מויל צו אויער פון זיין טיפע גרויסע חכמה.) און ער זאגט דאס איבער נאכאמאל אזויווי איעדע חכמה וואס ער זאגט "איך רוף איעדן צו קוקן אין די כלי", געוואלדיג געוואלדיג.

יעצט געב איבער דיין אויבער האר משה יוסל צימעט זאל בעסער לערנען די סאטמארע פאליטיק פאר ער שיקט איינעם שרייבן דא אויף הייד פארק

רבי_יונה » 13/5/2010 00:38

מכבד געווען די מדינה הטמאה, און געוויזען פאר טויזענטער אידן אז מען דאנקט און מען גיט אפ די כבוד פאר די טמא'נע ציוניסטישע משטרה, דאס הייסט געטראפן א עבירה.

און דאס איז נישט געווען קיין פערצופאל ווי די פרובירסט עס אראפ צו לייגן, דארט אפען סטעטש ווי די הדלקה איז געווען האט קיינער נישט געקענט צו קומען, קיינער האט נישט געקענט גיסן סתם אויל, נאר וועם תולדות אהרן האט געלאזט עשירים, רבנים, וכו', מיטן גרעסטן כבוד האבן זיי מכבד געווען און אויפגענומען די משטרה.

נעם די גאנצע ויואל משה און צופליק עס.

אז מען שטיצט הולכי לבג"ץ הציוני, און מען טרעט אויף אן איסור דאורייתא ר"ל פון טומאת כהנים, מיט א ליצנות באקס נאר פאר איין וועג, איז מכבד זיין משטרה געטראפען א עבירה... 

גערעכט » 13/5/2010 02:40

מכבד געווען די מדינה הטמאה, און געוויזען פאר טויזענטער אידן יא יא איך ווייס און אלע אונזערע "ידידים" ווייסען אז דע טויזננטער מענטשן דאס וואס אונזערע "ידידים" האלטן נישט אויס און פארגינען נישט, אויף דעם איז שוין דא א אלטער פסוק און זאג דאס מיט גרויס כוונה "יייצצצאא עעעיייננניייךךך" אז מען דאנקט און מען גיט אפ די כבוד פאר די טמא'נע ציוניסטישע משטרה, דאס הייסט געטראפן א עבירה.

און דאס איז נישט געווען קיין פערצופאל ווי די פרובירסט עס אראפ צו לייגן, דארט אפען סטעטש ווי די הדלקה איז געווען האט קיינער נישט געקענט צו קומען, קיינער האט נישט געקענט גיסן סתם אויל, נאר וועם תולדות אהרן האט געלאזט עשירים, רבנים, וכו', הרה"צ ר' יונה - עס וואלט געפאסט פאר אזא הויכגעשעצטן פערזנליכקייט וויא אייך צו שרייבן פארלעסליכע אינפארמיישען נישט סתם שיסען אין דער וועלט אריין, אלס מיטאלטער פון דעם הדלקה, פון דער נאנט, קען איך דיר זאגן אז ווער אימער עס האט געוואלט צו גיין גיסען אויל לייגן וואטע, האט געקענט דאס טוהן, אן קיין שום אפאהלט, אק נישט אין קאפ אריין מיט פאדרייטע פאקטן,  אסאך אינפראמיישן וואס איך קויף און פארקויף אין כל מיני זאכן נעם איך פון דיינע שרייבעכטצער דא, אויב דע אלעס וואס די שרייבסט, איז אזוי מבורר וויא דעם עניין, האב איך פאלארן אמקור פון "ריכטיגע" אינפארמיישען מיטן גרעסטן כבוד האבן זיי מכבד געווען און אויפגענומען די משטרה.

נעם די גאנצע ויואל משה און צופליק עס. וואס קומט דא אריין ויואל משה? מיינסטו צו זאגן אז ווען דער ויואל משה - און דער ברך משה זענען געקומען קיין ארץ ישראל, זענען די משטרה הציונית געקומען באגלייטן די גאנצע פאראדע

אז מען שטיצט הולכי לבג"ץ הציוני, ווער שטיצט דע הולכי בגץ - סך הכל שטעלן זיי נישט אריין קיין עדס אינעם הייליגן "בלאט" און מען טרעט אויף אן איסור דאורייתא ר"ל פון טומאת כהנים, איך מיין הרה"ג פוסק דורינו ר י--ו--נ--ה  מען האט זיך מיט דיר הויכגעשעצטער ראב און פוסק נישט דורעכגערדט דעם ענין - און איר האלט אז דאס איז א איסור דאורייתא? מיט א ליצנות באקס אויך דע כהנים וואס פלעגן פארן ביי געוויסע פעלער אין דע צייטען פון ביהמ"ק אויף חמורים מיט א "אוהל חוצץ" האבן געמאכט ליצנות? (הא אנטשוליגדט איך האב געמיינט צו פרייגען אויב זיי האבן אריין געשטעלט עדס אינעם "בלאט" נאר פאר איין וועג, האסטו אליינס געזעהן? איז מכבד זיין משטרה געטראפען א עבירה... 
בלאט: 1 2