היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מילך בהכשר הבג"ץ בקרוב

מילך בהכשר הבג"ץ בקרוב

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2781763

הולך_לבגץ » 26/4/2010 05:21


לויט ווי איך הער גיין די כת ההולכים בבג"ץ בקרוב ארויס קומען מיט א נייע מילך פאברעצירט ביי מחמירים מילך קאמפעני.
 
נאכדעם וואס טויזנטער מענטשען (ברבובבתינו) קויפן שוין די גאר אויפגעכאפטע גרעפ דשויס שירה, וועלן יעצט די מחמירים בכשרות, וואס עסן נאר וואס דער רביזכרוונעברכע האט געגעסן, און ח"ו נישט קיין פלייש מיט שטיין זאלץ אדער אריזונע ווייץ, און דארפן נישט קיין חומרת, האבן מילך אן קיין שום חומרות ח"ו אבער נישט פון גאלדן פלוא,
איך ווייס נישט אבער דער רביזכרוונעברכע האט נישט געטרינקן פון מחמירים מילך, צו מע וועט מעגען טרינקן די מילך, למנשה סילוף וגעלער בדחן הפתרונות, קען זיין אז און מושיען חלק ט"ו וועט שטיין אז דער רביזכרוונעברכע האט געטרינקען מילך דווקא פון מחמירים קאמפעני 

תוקן על ידי הולך_לבגץ ב- 26/04/2010 05:25:19

היראים » 26/4/2010 18:24

מחמירים האט שוין א מילך מיט די הכשר פין וועד הכשרות דק''י, מיטן נאמען טויבער'ס

גייען זיי צישטעלן א מילך פאר יעדע קהילה אין פארטיי?

-------------

אגב, גייט די נייע מילך אויך האבען די סייעתא דשמיא, וואס די מופקרים ניצן אלס?

באבע_מעשה » 26/4/2010 19:08


ווייסט איינער וועלכע מילך האט דער רבי זי"ע געטרונקען?

FiveBoro » 26/4/2010 19:31

היראים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מחמירים האט שוין א מילך מיט די הכשר פין וועד הכשרות דק''י, מיטן נאמען טויבער'ס

גייען זיי צישטעלן א מילך פאר יעדע קהילה אין פארטיי?


איך מיין אז דו מאכסט א טעות (נישט זיכער).

טויבער'ס איז געווען פון די "פרעש ענד העלטי קאמפאני", וועלכע האט זיך שפעטער צוטיילט צווישן צוויי שותפים, און איינער האט געטוישט צום נאמען טויבער'ס, און געבליבן מיטן הכשר פון ועד הכשרות.

הולך_לבגץ » 26/4/2010 20:05


מחמירים האט מילך פון קר"י הכשר מיטן נאמען טויבער

און פרעש הנד העלטי האט מילך פון קר"י מיטן נאמען דבש

FiveBoro » 26/4/2010 20:17

יו אר מיקסד אפ.

לאגיש » 26/4/2010 20:34

האסט א טעות. פרעש ענד העלטי האט גארנישט מיט דבש, וואס איז א קאמפאני פאר זיך און מעלקט זייער מילך אין באסטאן.
 
פרעש ענד העלטי איז געווען מיט טויבער אבער די צוויי האבן זיך צוטיילט נאך א סכסוך און יעצט גייען זיי עקסטער.

היראים » 26/4/2010 21:10

פרעש ענד העלטי מילך איז נאך דא?
כ'מיין אז זינט זיי האבען מער נישט די הכשר פין וועד הכשרות זעהט מען עס כמעט נישט

לויט ווי איך האט דער געוועזנער דיסטריביוטער פין ניו סקווירא געגאנגען צו מחמירים אין דארט געפענט טויבערס

ניו סקווירא איז געגאנגען אין אליין געפענט פרעש אין העלטי, אין ס'האט זיך פארמאכט אין האט דאן געפענט דבש מיט א שותף אבער זיי האבען זיך ציטיילט,

דבש, אין פאקטיש זייער פיינע מילך, א שאד אז זיי מאכען נאכישט אין קליינע באטלעך אין די גרויסע בעגס פאר די בי מדרשים
(מחמירים אין טויבער'ס ווייס איך נישט)

אמת דעירי, איז א דריטע קאמפעני וועלכע האט אפגעקויפט פין די באנק די פארם פין ניו סקוווירא, אין איז שטארק אין קראון הייסט.

allgood1s » 26/4/2010 23:31

ווער האט דעמאלטס געגלייבט אז גאלדען פלאו וועט נאך דארפען לייגן פילע עדס אויף קול מבשר א.ד.ג. און אין אלע צייטונגען און יא אפי' אין דערבלאט

FiveBoro » 27/4/2010 00:22

היראים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

דבש, אין פאקטיש זייער פיינע מילך, א שאד אז זיי מאכען נאכישט אין קליינע באטלעך אין די גרויסע בעגס פאר די בי מדרשים
(מחמירים אין טויבער'ס ווייס איך נישט)



לידיעתך, זיי האבן שוין ביידע.
(איך האב שוין אפאר טעג ביי מיר אינדערהיים א קליינע מילעך פון דבש).

טאטלע » 27/4/2010 01:13

אפאר טאג נישט מער ווי א קליינע באטעל מילעך IS BED

הולך_לבגץ » 27/4/2010 01:53



איך שטיי און שטוין ווי דער גאנצער אשכול איז אריבער א נושא וועלכע מילך איז גוט מחמירים דבש טויבער ווער האט קליינע באטלעך וכו' נישט דאס איז דער נושא

איך וויל וויסן פון וועלכע קאמפעני האט דער רבי ז"ל געטרינקען יעדער צופרי מילך און די קאווע און צו די חברי הבג"ץ גייען צו לייגען חומרות אויף די מילך פון רבי'ן ז"ל צו נישט

ביטע נישט פארפירן דעם נושא

allgood1s » 27/4/2010 07:45

[quote]ווער האט דעמאלטס געגלייבט אז גאלדען פלאו וועט נאך דארפען לייגן פילע עדס אויף קול מבשר א.ד.ג. און אין אלע צייטונגען און יא אפי' אין דער בלאט [/quote] http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2031730&forum_id=16386

Palin12 » 27/4/2010 17:13

קלאר צו מאכען אביסעלע די פאקטען בנוגע די מילך קאמפאניעס

א. גאלדען פלאו (בהשגחת התאחדות, קהל קהלת יעקב פאפא)

ב. משה באיאן (דער אמאליגער בעל הבית פון אהבה, ניו סקווער, מארנינג סעלעקט) היינט מאכט ער 1) פרעש ענד העלטי (אמאליגע טויבער'ס פון מאנסי, בהשגחת מרדכי אונגאר), 2) דבש (בהשגחת וועד הכשרות דקר"י)

ג. מחמירים (אסטרייכער, בהשגחת סקווירא, נירבאטור, או יו), טויבער'ס (פון מאנסי, בהשגחת וועד הכשרות דקר"י),

ד. אמת (די אלטע פלענט פון אהבה, אפגעקויפט דורך ביסטריצקי, בהשגחת סקווירא, ביד"צ דקראון הייטס)


די זאלונים גייען לפי השמועה מאכען מילך ביי אמת.

הולך_לבגץ » 27/4/2010 18:22


איך האב היינט געטשעקט און גראסערי אויף די באטלעך שטייט ווי מע מאכט דאס אין די ביסט גערעכט דבש מיט פרעש הנד העלטי איז איינס מחמירים מיט טויבער'ס איז איינס

אבער צוריק צום פוינט וואספארע מילך איז געלעגן יעדען טאג און רבי'ן ז"ל'ס קאווע ביטע ווער עס קען פרעגען איינע פון די הויז בחורים

FiveBoro » 27/4/2010 18:48

Palin12 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

ד. אמת (בהשגחת סקווירא, ביד"צ דקראון הייטס)


די זאלונים גייען לפי השמועה מאכען מילך ביי אמת.


אויב וועלן די זאלונישע מילעך אויך האבן די הכשר פון ביד"ץ סקווירא, דאן וועט עס זיין כשר למהדרין. (ומכלל הן וגו').

היראים » 21/7/2010 18:49

ברעיקינג!!!

היינט איז מותר געווארען חדש....
פין היינט אין ווייטער מעג מען שוין זאגען מהודרת אין ס'וועט נישט הייסען אז מ'איז פרומער פין די רבי ז''ל
אנגעהויבן פין היינט , וועלן די זאלי'ס האבען סיעתא דשמיא אפי' ווען מ'איז משנה...

ענדליך האט די אמת מילך פאבריק וועלכע איז בעיקר באקאנט אין קראון הייטס ביי די חסידי ליבאוויטש
מסכים געווען צו לאזען לויפן א ליין וואס מ'וועט לייגען זייער וועד הכשרות סטיקער, אינאיינעם מיט נאך א הכשר.
(נאכדעם וואס כמעט קינער אפי' פין זייערע מענטשן ווייסען אז צו נעמען זייער וועד הכשרות הכשר איז פונקט ווי די רבנות הראשית אין א''י, אין האט די שוואכסטע טראסט אין די גאס.)
האבען זיי יעצט געמאכט א דורכבראך אין די זאלי'ס וועלן בויקאטירן זייער אייגענע פארטיי מענטש ''ר' מרדכי גוטמאן'' פאר די חטא פין נישט וועלן לייגען זייער כשרות סימבאל אויף די מילך באטלעך)
(עס איז כדי צו באמערקן אז די פאפא קהילה גיבט שוין יארען לאנג א הכשר אויף גאלדען פלוי, אין דאך פארשטייען זיי אז ער וויל נישט לייגען זייער כשרות לאגא אויפן באטעל, כ''ש די זאלי'ס וואס זייער הכשר לאגא קען נאר ברענגן שאדען)

עס איז נאך מער קאמיש
ווייל ע''פ רוב איז די סדר, אז א יוד עפענט א ביזנעס פין עסן 'נעמט ער א הכשר', אבער דא האט די הכשר גערופן די ביזנעס

בלייבט נאר איבער צו זעהן וויאזוי די מסלפים וועלן דא זעהן אז מ'איז נישט משנה...
אין ווי עס וועט ווערן 'מהודרת' בלויז ווייל מ'מאכט (האפענטליך) געלט אין פרעסטיזש.

הולך_לבגץ » 21/7/2010 20:06


לויט ווי איך האב גהערט פון זרילע איז דאס די מילך וואס דער רבזכרונברכא האט יעדען טאג געטרונקען פון תרכ"ג ביז תשמ"ח ביי יעדען קאווע האט דער רבי מקפיד געווען אויף די מילך דוקא מיט'ן ליבאוויטשער הכשר
און אויב אזוי איז דאך דאס נישט קיין חדש
[בילד – נישט אפגעהיט]

העלד » 21/7/2010 22:41

איך ווארט שוין קוים צו הערן פון ר' אהרן אז ס'איז גרויסע צרות מיט זייער מילך
 איך האב ארויסגעקוקט פון די פענסטער כ'האב געזעהן......... מיט נאך אזעלעכע שיינע פערל ווערטער.

א_לעמעלע » 21/7/2010 23:05


איז ער נישט צוזאם געפאלן נעכטען? אזוי הער איך

פשווארסק » 22/7/2010 19:21

LevFarms.com
Steve Bistritzky
214 west 92nd st - suite 2A
New York, NY 10025
(917) 612-8164
steve@isgco.com

IsgCo.com
The Infinite Solutions Group
656 Atkins Avenue
Brooklyn, NY 11208
Bistritzky, Schneur

Ifinite Solutions Group Ltd
800 Snediker Ave
Brooklyn, NY 11207
(718) 257-0111 Fax: (718) 257-0222

היראים » 22/7/2010 23:42

זעהט אויס אז די בעלי בתים ווייסען ווי גיט די זאלי הכשר איז האבען זיי פארלאנגט מ'זאל צולייגען אויך זייער הכשר אויף די באטלעך

אזווי וועט די זאלי מילך האבען די הכשר פין..
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2811645&forum_id=16386

היראים » 19/8/2010 19:59

וואס גייט פאר מיט די ליבאוויטשע מילך פארם?
http://www.watertowndailytimes.com/article/20100818/NEWS05/308189957