גאלדען פלאו: א נייע ערא (!) ביזנעס קיין פאליטיק !
35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2031730
דער באלעבאס פון "גאלדען פלאו" איז גאר א חשוב'ער איד, יעדער קען אים
ער איז א תלמוד חכם עצום
ער איז א יודע ספר
ער איז א יחסן גדול
ער איז א גרויסער מיליאנער
ער איז א גרויסער בעל מדות
ער האט די בעסטע מילך אין די גאנצע וועלט
אבער נעכטן האט ער זיך געלערנט א נייע טרענד אין לעבן:
ביזנעס איז נישט קיין פאליטיק.
הערט און שטוינט:
גאלדען פלאו, איז א מיליאן דאלארדיגע ביזנעס, ער פארקויפט מילך און דזשוסעס פאר יעדן און אלעמען
חוץ פאר די נייע מוסדות...
ווען מ'האט גערופן זיין קאמפאני צו מאכן ארדערס, האט עפעס גאלדען פלאו נישט רעספאנדעד. כאילו אונזער געלט איז נישט גרין, אדער אונזערע קינדער זענען "ווערעמדיג"...
אז גאלדען פלאו קומט נישט. NO PROBLEM, רופט מען ניו סקווער.
ניו סקווער איז געקומען מיט א גאנצען טראק מיט מילך און אראנדזש דזשוס, און די קינדערלעך האבן זיך ב"ה מחיה געווען...
מה עשה הקב"ה... גאלדען פלאו איז געקומען צו פליען... מיט א טראק סחורה... כאפצעם... !
איך האב מילך... איך האב דזשוס.... איך געב ענק פאר די זעלבע פרייז? פארוואס גייט עטץ צו די טריפה'נע ניו סקווער...
מ'האט אים שיינערהייט מסביר געווען, אז דעם טראק סחורה, קען ער דערווייל אראפשטעלן ביי LEE COR KEEP, ווייל דערווייל האבן מיר שוין געמאכט א דיעל מיט ניו סקווער, און ב"ה זייערע מילך און דזשוס איז נישט פארדארבן... און עס האט ב"ה גאנץ א גוטען טעם...
אלזא, דער חשוב'ער תלמוד חכם און פיקח עצום ר' מרדכי שליט"א
האט זיך ביי די 60 יאר עפעס אויסגעלערנט.
ווי זאגט נאר די וועלט:
BETTER LATE THAN NEVER
בעסער פריער ווי קיינמאל.
שוין אריבער א וואך וואס גאלדן פלו מאכט משיגע אינזער מוסד אז מארגן אין מארגן אין מארגן וועט מעט צוריק קאלן אדער מ'קען נישט פאר ענק מאכן אן אקאנט ביז אינזער הנהלה האט נעכטן געמאכט א סוף דערצו מ'האט גענימען נו סקווער
אבער איך פארשטיי גאלדן פלו p
ער זעהט אויף די זאלי היידפארק אז אינז האבן נאר 312 קינדער אין אז די טשעקס קראכן אין ער איז פין די נארישע זאליס וואס גלייבן יעדן ווארט דארט משוגע דארף ער זיין צו שיקן פאר א מוסד פין 312 קינדער וואס די טשעקס קראכן
ער האט דאך אליין געזעהן ווי קראסנע פארדינגט נישט די לאט
דער קלוגער ביזנעסמאן ר' מרדכי גוטמאן פון GODEN FLOW כאפט זיך יעצט...
העי... די ארדערס וואס 82 גיט מיר זענען עפעס מיט 40 פראצענט קלענער ווי ביז היינט...
וואס גייט דא פאר?
TOO LATE MR. GUTMAN
וועסט דיך צוגעוואוינען אז:
אונזערע דאלארן זענען גרין
איך בין זייער נייגעריג אויב די מעשה מיט גאלדן פלאו איז אמת,
ווייל איך קען פשוט נישט גלייבן אז א ביזנעסמאן זאל זיין אזא בהמה,
ס'איז דאך פאר עם ממש סאעסייד,
ווייל נישט נאר ואס ער פארלירט א גרויסן מוסד,
נאר מיט אזא טאט איז ער מעורר חמת האהרונים
וואס לכל הדעות ציילן א שיינער מספר
סיי אין וויליאמסבורג סיי אין קרית יואל און סיי דאהי אין בארא פארק,
וואס אויב איז דאס אמת, פארשטיי איך אז א גרויסער עולם
וועלן זיך צוריקהאלטן פון נוצן זיינע פראדאקטן,
אבער מען דארף באמת מברר זיין צו ס'איז 100% קראנט
נישט חלילה מקפח זיין א פרנסה פאר א איד על לא עוול בכפו,
ס'איז א גרויס אחריות אריין צו מישן פאליטיק מיט פרנסה,
אויב אבער איז ער דער וואס האט אריין געמישט פאליטיק אין
זיין מסחר, זאל ער ליידן די קאנסעקווענצן.
איז גאלדען פלא מיט מהדרין jj די זעלבע זאך?
וויפיל איך ווייס, האט עס גראדע נישט מיט קיין פאליטיק,
גאלדען פלאו פילט זיך פשוט אז ער האט די "מענאפעלו" פין די מילך ביים היימישען ציבור, און ער האלט אז מ'דארף סייווי צוקימען צו אים, אשר על כן לאט ער זיך ווארטען,
ער האט געלערנט א לעסען.
מהדרין JJ זענען א אנדערע קאמפאני ווי גאלדען פלוי
די מעשה איז שקר, ווער עס קען מרדכי גוטמאן ווייסט אז ביי איהם איז א פאר דאללער פאר אלעם.
אויב ס'איז איז אמת אז ער וויל נישט פארקויפען פאר די אהרונים,
פארוואס פארקויפט ער פאר 13 הופפער?
פאר באר התורה קרן התורה שער התורה היכל התורה? (וואס האבין יעצט באצאלט די בילס פין פאריאר זוממער)
מחנה בית רחל?
מתיבתא קרית יואל (וואס איז נאך אלטס שולדיג געלט פין 4 יאר צוריק)
מוסדות אין קרית יואל אא"וו.
פארקערט אויב עפעס האבין די זאליס אין מאנסי (אנטשולדיג חיים יהושע) איהם אנגעזעצט מיט געלטער און געלאפען צו אהבה מילך.
קהל אין קרית יואל
אדרבה פרעגט י.ג. צו מ'האט געוואלט פארקויפען מילעך צו נישט, אין מען האט קיינמאל נישט אריינגערופען מיט קיין ארדערס
גיי פרעג אין אפיס וויפיל מאל זיי האבן געקאלט גאלדן פלו פאר זיי האבן באשטעלט ביי נו סקווער
אוודע יעצט ווען י.ג. זעהט אז מ'האט גענימען ביי נו סקווער זאגט ער אזוי
וועןאיךזאגי.ג.מייןאיךנישטיואלגוטמאן,נארג......
אראפגענומען די נאמען לויט בקשה פין עטליכע גולשים.
תוקן על ידי - hotwire - 06/09/2006 23:43:12
די מעשה מיט גאלדען פלאו איז 100 פראצענט אמת.
יעצט האט ער חרטה...
JUST TOO BAD
פאר וואס שרייבסטו נעמען?
קענסט גראדע עם אויך גיין פרעגן
אויב וואס hotwire שרייבט איז אמת, האט די גאנצע זאך נישט צו טון מיט פאליטיק נאר פשוט א ביזנעס אישו/
עס מאכט טאקע נישט קיין סענס אז אזא גרויסע קאמפאני זאל באגיין זעלבסטמארד און שפילן פאליטיק, די צייטן האבן זיך ב"ה
געענדיגט
עכטע נייעס, איך שרייב נישט קיין נעמען, נאר אזויי מען קען זעך טועה זיין וועלכע י.ג. מ'רעדט דא, ווי די אליינס האסטיך טועה געווען, האב איך געוואלט קלאר מאכען.
אריגנעלער מיט דעם וואס די שרייבסט אז עס איז 100 פראצענט אמת מיינט נאך נישט אז עס איז אזוי.
די בעל בית פון גאלדן פלאו מרדכי גוטמאן איז א פארברענטער זאלי, ער האט פיינט שנאת מות די אהרונים, ער האט אסאך געלט געגעבן פאר די זאלי'ס איבערהויפט פאר די קארט.
אזוי אויך געט ער געלט פאר מנשה פריעדמאן וואס גיט די הכשר קלאמפיש אויף די מילך, און ער גיט דערפאר פאר די זאלי קהל גרויס געלט, אויך שטעלט ער נישט אריין קיין עדס אין דער בלאט נאר אין דער איד.
זאל ער זיך גיין מיט זיינע קיען פאר אלדע רוחות!
מען דארף אים בויקאטען אין אלע סאטמאר מוסדות אין גיין צו ניו סקווער, וואס איז אגב אויך פיל ביליגער.
נגחל, די קענסט מרדכי גוטמאן, אדער די רעדסט סתם אזוי פאר פייער און וואסער.
ער איז טאקע א שטיקעל זאלי (נישט ספעציעל פארברענט) ער איז א תלמיד פון הרמ"א פריינד גאב"ד ירושלים ממילא קיין אהרוני איז ער נישט. געלט פאר קיין קארט האט ער אין לעבען נישט געגעבן, ווייל כמעט וואס ער געט נישט פאר די מוסדות, ער איז נישט קיין גרויסער ווארפער פין געלט ווער עס קען איהם.
ער געט פאר הגריח"מ פר"מ די זעלבע געלט וואס ער באקומט שוין יארען, נאך פין גערטנער'ס צייטען, און די זעלבע באקומט פאפא וכו', די אלע השגחות וועס געבען השגחה אויף גאלדען פלאו.
ער לייגט נישט קיין עדס אין ערגעץ נישט, חוץ איינמאל א יאר פאר פסח אין דער יוד, ווייל אזוי האט גערטנער איינגעפירט, ער אדווערטייזט נישט אין די צייטונג, המודיע אד"ג. אויך נישט.
איך האב דאבעל געטשעקט די מעשה איז אמת ער שלעפ שוין ארים מיט זיי איבער א וואך ביז זיי האבן באשטעלט ביי נו סקווער
אבער ס'האט מן הסתם נישט מיט פאליטק נאר
גאלדען פלאו פילט זיך פשוט אז ער האט די "מענאפעלו" פין די מילך ביים היימישען ציבור, און ער האלט אז מ'דארף סייווי צוקימען צו אים, אשר על כן לאט ער זיך ווארטען,
תוקן על ידי - עכטע_נייעס - 06/09/2006 23:47:07
די הכשר האט גארנישט מיט יח"מ פריעדמאן נאר מיט פאפא, יא יא מיר אלע פארלאזן זיך אויף פאפע רבי אז ער גיט אלע אידן מילך
שוין צענדליגער יארן אזוי, קיינער פרעגט נישט עס פארט א באן
די פראבלעם מיט גאלדען פלוי איז איבעראל אז ער טוט ביזנעס מיט איינעם וואס אנערקענט אז ער טוט איהם א טובה
ער מיינט אז יעדער איז איהם פשוט מכיר טובה
די פראבלעים זיינע גייט ווייטער ווייל אויב א קינד געוואונט זיך צו צי א מילך דאן וועט ער שוין אלעמאל דאס קויפן
דער ר מ גוטמאן איז א וואולער איד אבער א זאלי- און דאס איז א דיגמה פון א זאלי ווען איהר זיכט א פשוטער זאלי האט איהר וועם צו ווייזן
איך קען זייער גיט מרדכי גוטמאן און איך האב אים שוין צענדליגער מאל געהערט שעלטן רבינו שליט"א מיט קללות נמרצות, און איך זאג דיר נאכמאל:
די בעל בית פון גאלדן פלאו מרדכי גוטמאן איז א פארברענטער זאלי, ער האט פיינט שנאת מות די אהרונים, ער האט אסאך געלט געגעבן פאר די זאלי'ס איבערהויפט פאר די קארט.
ער איז נישט קיין גרויסער ווארפער פאר געלט אבער פאר די זאלי קארט גיט ער געלט.
ער שפילט פאליטיק מיט זיין ביזנעס מיט דעם וואס ער אדעוויטייזט נאר אינעם טמא'נעם איד, עס איז א שיינע באבע מעשה צו זאגן אז גערטענער האט עס איינגעפירט.
עס איז אזוי ווי די זאלסט זאגט אז גערטנער האט איינגעפירט אין גאלדן פלאו טייפ רייטעראון מען טוישט נישט צו קיין קאמפיאטערס דארט...
און איך זאג נאכמאל מען דארף אוועק גיין פון גאלדעם פלאו אים מאכן א דיל מיט ניו סקווער וואס איז אויך ביליגער!
שור,
ביסט גערעכט אז ער איז א גרויסע זאלי,
ביסט גערעכט אז ער עדווערטייזט נאר אין דער איד,
ביסט גערעכט אז ניו סקוועיר איז ביליגער,
אבער דא האט עס נישט געהאט מיט קיין פאליטיק,
ער האט פשוט געמיינט אז ער האט צייט, די אהרונים וועלן אים שוין נאכלויפן, ער איז דאך דער איינציגסטער מיט די הכשר פין התאחדות,
ווי גייט די שפריך ווארט: א מענטש טראכט און פין הימל מ'לאכט..
BTW מ'האט אנגעפרעגט די וועד הכשרות פון קרית יואל, און זיי האבן געזאגט אז עס איז נישטא קיין שום פראבלעם אלץ די הכשר.
עפעס שטימט נישט דא
יארן האט מען אין קרית יואל נישט געזען פאר די אויגן סקווער מילך
אפילו אין די גראסעריס געזאגט האט מען אז גאלדען פלוי געט עס סך ביליגער אלץ צושטייער פאר די מוסדות וועגן דעם האבן די גראסעריס אויך גענומען פון גאלדן פלאו
די לעצטע האלבע יאר זעט מען שוין נוי סקווער אין די גראסערי אבער זייער ווייניג אבער אין די מוסדות זעט מען נאר גאלדן פלאו
סאו וואס גייט דא פאר?
אפשר האט זיך געטוישט בעל בתים דארט?
קרית יואל אין בארא פארק מוסדות נעמען שוין אויך ניו סקווער אין מ'גייט צי זאמען אויפהאלטן א אייגענע משגיח
געהערט פון א קראנטע מקור
די מעשה איז געווען אז ער האט געוואלט באצאלט פון פריער ווייל ער הייבט אן מיט א נייע מוסד אבער מען האט געזאגט שיינערהייט אז ער איז נישט די איינציגסטער אויפן מארק און סאיז גוט נוי סקווער אויך
צי ער האט געמיינט פאליטיק צו ער האט געמיינט געלט ווייס איך נישט
אגב עס איז דא הער איך 4 שותפים דארט
פאטאקי זיי נישט אזוי דום סעפענען זיך יעדן טאג אויף נייע סטארס רעסטראנטן אין קיינמאל מאכען זיי נישט קיין פראבלעמען
אגב איז דא 2 שותפים אבער גאטמאן (שלעכטמאן) בעה''ב אין האט די לעצטע ווארט
פאטאקי. עס האט גארנישט געהאט מיט געלד און נישט מיט פאליטיק. נאר ער מיינט אז מ'קען קויפן נאר ביי גאלדן פלו אין ער האט געשלעפט איבער א וואךער האט געזאגט מארגן מארגן....... מיטן עפענען די אקאונט אפילו מ'האט עם געזאגט מאנטאג אז מ'דארף עס שוין אויף דינסטאג איז עם נישט אנגעגאנגן האט מען געמיזט מאנטאג שנעל באשטעלן ביי נו סקווער דעטס איט.. יעצט איז ער שוין יא גרייט.
עכטע
זיך אליין פאפן ביז מ'וועט שוין אזוי אליין האלטן קומט נישט פין חכמה, איך האב גערעדט צי י.ג.
דער בייער אין גד''פ האט זיך מיט אים פשוט אין פראסט ביליג ארום געשפילט ס'איז געווען ווי מ'זאגט ''סאמטינג ביהיינד די סין''
פאטאטע
סקען זיין ער האט געמיינט פאליטיק באט די מעשה איז אזוי געווען
און איך גלייב אז ער האט ביטער חרטה דערויף
פאטעטעלע
פאטעטאוס זאלסטו געבן פאר א צווייטן
עס איז זייער קלאר, אז דער טראק דרייווער מרדכי גוטמאן האט באקומען א גוטן לעסאן
די פראגע איז נאר, אויב ער האט נישט געכאפט א פערמענאנטן שאדן
מעשה שהי' כך הי'
פונקט ווי מען האט געקאלט יעדן סופלייער און פונקט ווי יעדע מוסד האט סאטמאר וויליאמסבורג
[76 ראטלידזש] געקאלט גאלדן פלאו צו באשטעלן א ארדער פאר מילך און אראנדזש דזשוס, מרדכי
גוטמאן האט געמאכט קונצן מיט פראגן און חכמה'לען, וואס די הויכפונקט איז געווען, פרעגנדיג
ווער איז גאראנטי, האט מען אים געענטפערט די מוסד און די הנהלה איז ר' מנחם גרשון, ר' אלעזר
קליינבערגער, ר' שאול שמואל און ר' אלעזר סטראלאוויטש, נ
נו טראק דרייווער גוטמאן האט צוריקגעקאלט אז דאס איז נישט גענוג ער דארף איינער וואס זאל אים
מעלדן אלץ א פערסאנעל גאראנטאר, נוסח באנק אדער ווייסעך וואס, ווייל אלעס בילדער, סופלייער,
אידן ווי גוים, אהרונים ווי נייטראלע ווי שונאים יעדער ווייסט און פארשטייט אז מען רעדט דא
פון א מוסד וואס איז פעסט, וואס וועט אי"ה שטיין ביז משיח'ס טאג, און אויב די הנהלה באשטעלט
עפס זענען זיי פאראנטפארטליך
אבער נישט ביי דעם גראבן טראק דרייווער גוטמאן, ער דארף מער, ער דארף א פערסאנעל גאראנטאר, ער
וועט ווייזן פאר די אהרונים, אז ער איז א חכם
נו, וואס האט איר געמיינט, מער האט מען נישט געקאלט גאלדן פלאו, מען האט געקאלט ניו סקווער,
און ניו סקווער האט פונקט ווי יעדער סופלייער און קאנטראקטאר אנגענומען דעם ארדער
מאנטאג פרשת כי תבא הערנדיג - ער ליינט מן התסם נישט די בלאט - אז סאטמאר עפענט שוין, און
זעהנדיג אז זיין חכמה איז געווארן איבערגעקליגט האט ער געהייסן זיין בענאק שמעון קאלן פרעגן
ווי מען קען דערליווערן די מילך, ער האט שוין נישט געדארפט קיין פערסאנעל גאראנטי,
אבער זיין עיקר פראבלעם איז, אז מען האט א פראבלעם טראכט מען פון עצות
און ווען סאטמאר האט געהאט א פראבלעם, האט מען געטראכט פון עצה
און איין עצה איז געווען, אז סאטמאר זאל אנהייבן געבן השגחה אויף ניו סקווער מילך, צו מיט דעם
נאמען צו מיט אנדער נאמען, - ניו סקווער מילך האט דאס שוין פארגעשלאגן פאר א צייט צוריק -
און יעצט איז עס צוריק אויפגעקומען, און נאכמער אז אלע סאטמארע מוסדות וועלן נעמען אינאיינעם,
פאר א גוטע פרייז, און אויך אז די עלטערו וואס שיקן די קינדער אין סאטמאר וויליאמבורג, בארא
פארק קרית יואל וועלן אויך אנהייבן טרינקן מילך מיט די השגחה פון סאטמאר, דאס איז יעצט א
שטארקע מעגליכקייט
און אויב דאס וועט זיך אויסארבעטן וועט מרדכי גוטמאן קענען דאנקן זיך מיט זיין רעבע ר' זאלישל
עס האט מיר איינער געזאגט וואס האט געכאפט א שמועס די לעצטע טעג מיט הרה"ח ר' מרדכי גוטמאן הי"ו, און האט עם אנגעפרעגט אויף וואס עס טוט זיך.
האט ער עם גענטפערט אזוי, "די אהרונים אינטערנעט שרייבן ווי עס טוט זיי נישט ווי אז זיי האבן נישדט קיין מילעך פון מיר, אבער פאר מיר פערזענליך וויינען זיי און בעטן זיך מיט אלע מינע הפצרות, שיק אונז מילעך, איך האב זיי גענטפערט, איך באהאנדל אייך פונקט ווי סאטמאר, גוט מיר א פערסנאל גראנטירער וועט אלעס זיין און ארדענונג".
מען בעט ווער עס האו א השפעה אויף גאלדן פלאו זאל צוליב טאן און זיך בעטן בתחנונים ער זאל אונז געבן מילך
אולי יחוס!...
איך מיין אז מיר האבן א רעקארד
פעשי דערקלערט אז ער האט גערעדט צו איינעם וואס האט גערעדט צו מרדכי גוטמאן
בקיצור נישט אז ער אליין האט גערעדט צו מרדכי גוטמאן
דאס ערשטע מאל, וואס פעשי האט מקיים געוועם דעם הרוצה לשקר ירחיק
דאכט זיך אז מיר זעהן היסטארי
בכל אופן פעשי און מרדכי גוטמאן
איך מיין אז איר קענט זייער גרינג פויעלן אז מיר זאלן נישט נעמען קיין מילך פון ענק
און די עצה איז:::::::::::::
מאכט קונצן נאך איין מאל, און דאן וועלן אלע טעלעפאן רופן פון שמעון גוטמאן צו זיין שוואגער
אין קרית יואל זיין ווערט .............
אדרבה, מאכט אונז גרינגער די ארבעט,
פעשי
די זעהסט מיר אויס צו זיין א גיטע ביזנעסמאן די פארשטייסט גיט צו ביזנעס
שיק מיר אין אישי דיין טעלפאן נאמבער איך וויל מאכן ביזנעס מיט דיר
עפעס הער איך אז ''משפט שלום '' קומט ארויס מיט א שארפע בריוו אין א עיקול אויף נוי סקווער מילך...
וואס גייט דא פאר!!!
ווער איז צוקריגט מיט גאלדען פלוי, די ארונים צו די זאליס.