היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » א שאד - סאטמאר משלוח מנות קיין בעלז

א שאד - סאטמאר משלוח מנות קיין בעלז

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2764635

יענקי123 » 8/3/2010 16:29

אונז דא אין ירושלים עיה"ק אידן וואס געהערן צו די עדה החרדית אינטרעסירט גאנץ ווייניג די פאליטיק אין סטמר ביי אונז זענען ביידע גלייך ביידע זענען מנהיגים פון די גרעסטע קהילות אין די וועלט, אבער מיר שפירן אז דער סאטמארער רבי ר' אהרן שליט"א האט אונז אריין געשטאכן א מעסער און הארץ מיטן שיקן שליחים מיט א משלוח מנות צו דעם בעלזער פון אגריפס.

מיר קענען נישט פארגעסן וויאזוי דער אגריפסער האט געשאטן פעך און שוועבל אויף אלע קדושי עליון אנגעהויבן פון דעם הייליגן ברך משה זצוק"ל און למעלה בקודש דער הייליגער ירושלימער רב בעל מנחת יצחק זצוק"ל און ווייטער דער הייליגער בעל ויואל משה - דברי יואל.

מיר קענען נישט פארגעסן די טעראר וואס ער האט אנגעמאכט פארן הייליגער בעל מנחת יצחק זצוק"ל ס'איז נישט שייך צו דערמאנען אלעס וואס זיי האבן אים געטשעפעט און גערודפט.

מיר קענען נישט פארגעסן די רדיפות וואס ער האט אנגעמאכט פאר יעדן ערליכן איד וואס האט זיך געהאלטן פעסט אין די שיטה הקדושה פון הייליגן סטמר רב זצוק"ל.

מיר קענען נישט פארגעסן די אלע חירוף וגידוף וואס ער האט צאם גערעדט אויף גדולי ישראל.

מיר קענען נישט פארגעסן די אלע גדרים וסייגים וואס גדולי ושרפי עולם האבן איינגעפירט דא אין ירושלים עיה"ק און ער איז געקומען במחי יד אלעס אוועק געמאכט מיט ליצנות.

מיר קענען נישט פארגעסן די אלע איסורים און חרמות וואס גדולי ושרפי מעלה (רק יענקעלע מפשעווארסק זצוק"ל תולדות אהרן רבי בעל דברי אמונה זצוק"ל דער וואוידיסלאווער רב זצוק"ל ר' יידעל'ע זצוק"ל ר' משה אריה פריינד זצוק"ל דעמאלס ראב"ד ירושלים, בית דין העדה החרדית וכו' וכו') האבן ארויף געלייגט אויף אים און אויף זיינע הכשרים און אויף אלעס וואס געהערט צו אים.

איז ווען מיר האבן געהערט די בשורה האבן מיר נישט געוואלט און געקענט גלייבן, און מיר האבן געשפירט ווי א טיפער מעסער איז געווארן אריין געשטאכן אין הארץ פון די ירושלימער אידן וואס האלטן זיך פעסט ביים דרך פון הייליגן סטמר רבין. מיר האפן אז ס'איז געשעהן א טעות און ס'וועט ווערן פארראכטן.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 08/03/2010 16:32:32




תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 15/03/2010 18:33:56

allgood1s » 8/3/2010 16:57

שוין דא אן אשכול איבער דעם

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2762440

ד"א יענקי וואס זאגן די אידען איבער די הליכה לבג"ץ און די מסירה'ס דארט?

איז דער עולם פארווייטאגט איבער די מאסא מלכות???

יענקי123 » 8/3/2010 16:59

אין ירושלים עיה"ק ווייסט קיינער נישט פון קיין הליכה לבג"ץ און אויב ס'איז ריכטיג איז דאס אמת'ע שייגעץ שטיק, אבער דאס איז אזאך וואס יעדער ווייסט און יעדער האט געזעהן בילדער.

יענקעלע11 » 8/3/2010 16:59

זאג נאר יענקי, אויב זענען ביי דיר ביידע גלייך, פארוואס הערט מען פון נישט קיין מוק
אויף דעם הייליגן בעל מרבה ממזרים ופגומים וואס האט אריין געשטאכן א מעסער
אין רוקן פון רבותינו הקדושים און האט זיך צו געשטעלט צו די מחריבי קרתא אין קרית יואל
טראץ דעם שארפן איסור פון אלע היימישע רבנים בארץ ובגולה, הא?

דו געדענקסט טאקע ווי דער בעלזער האט געשאטן פעך און שוועבל אויף אלע קדושי עליון?
אפשר קענסטו מיר זאגן ווער די קדושי עליון זענען? און וואס האט ער אויף זיי געזאגט?
ווען די מחלוקה מיט בעלז איז צושטאנד געקומען ביסטו נאך מסתמא נישט געווען אויף
די וועלט, און אויב יא, ביסטו געווען אין די ווינדלען, און די יאמערסט אזוי!, האסטו פון עם
געהערט א ווארט זייט תשל''ט? האט ער אמאל עפעס צוריק גענטפערט?, אז דער איסור
פון תשמ''ט אויף די בני המן האט שוין עקספייערט טראץ וואס זיי האבן קיינמאל נישט
געסטאפט מיט זייער הריסה, זייער חוצפה והעזה שטייגט היינט צו טאג פיל פאכיג מער ווי
בשעת דער איסור איז ארויס געקומען, אבער ביי אייך האט יעדער איסור א עקספערישאן
דעיט, נו, פארוואס האט דער איסור אויף בעלז נישט עקספייעערט? ער שטערט קיינעם נישט,
מען הערט פון עהם נישט קיין ווארט, ער טשעפעט קיינעם נישט, אויב מעג דיין רבי געבן די
האנט און שמייכלען צו א חבר הכנסת, פארוואס טאר רבינו שליט''א נישט שיקן משלוח מנות
פאר א שוואגער? ובפרט אז דער שוואגער האט קודם געשיקט!,

יענקי, איך וואלט דיך אנגערופן "היפאקראט", אבער איך וויל נישט פארשעמען די עכטע היפאקראטן...

יענקי123 » 8/3/2010 18:01

יענקעלע11 טייערער, איך ווייס נישט וואס די ביזט אזוי ארויס פון די כלים, ווילאנג דער בעלזער גייט נישט איבער בעטן די גדולי וקדושי עליון וואא האבן געלעבט דעמאלס וואס ער האט געטשעפעט אין טעראריזירט, און ווילאנג ער גייט נישט איבער בעטן די גדולי וקדושי עליון וואס האבן שוין נישט געלעבט דעמאלס וואס ער האט געשפעט פון זיי און געלאכט פון זיי, ווילאנג ער פארעכט נישט אלע גדרים וסייגים וואס צדיקים ושרפי מעלה האבן מיט דמים תרתי משמע מתקן געווען און ער האט מחריב געווען האט ער נישט קיין מחילה, און אפילו דעמאלס דארף ער קומען צום בית דין צדק פון די עדה החרדית זיי זאלן אראפ נעמען פון אים די אלע איסורים.

און וואס די זאגסט מיין רבי האט געגעבן די האנט פאר א חבר כנסת, דערווייל ווייס איך נאך נישט וועלכער רבי דו מיינסט ווייל איך האב נאך דערווייל נישט קיין רבי, מיינע רביס זענען די רבנים ודיינים חברי ביד"צ של העדה החרדית.

איך האף אז דו וועסט זיך שנעל בארוהיגן, און איך האף אז די גאנצע מעשה פון די משלוח מנות איז נאר כשגגה היוצא מפי השליט.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/03/2010 04:59:18

קושקע » 8/3/2010 18:05

וואס די היינטיגע אינטערנעט טעכנאלאגיע קען נאר נישט באווייזן,

קען זיך זיצן א ראציגער בחור צו יונגערמאנטשיק, ביי זיין לעפטאפ און זיין שלאף צימר, א פאלנער זאלי פון וומ"ב צו ווי, מאכט זיך א פרישער היידפארק ניק, און והנה, אין און, ער איז א ירושלמיר וואס אינטערסירט נישט סטמר.

בענאנע » 8/3/2010 18:06

יענקי האסט נאך נישט געפעסט די טעסט, ווען מען וויל שפילן ירושלמי דארף מען כאטש האבן אן איינונג וואס עס מיינט ירושלמי, מען דארף וויסן ווי זוי די ירושלימע שרייבן, סאטמער שרייבסטו וואו א אומשילדיגער ירושלמי סטמר, אבער בעלזא שרייבסטו בעלזא, און די זעלבע זאך אויפען קעפל פינעם אשכול האסטו געלאזט דיין אמעריקאנער הבארה. זיי מוחל טרייב לצנות פין אנדערע נישט פין אונז דא, איך גלייב אז די וועסט אינז נישט קענען אנווייזען ווער עס איז געווען רב אין ירושלים פאר'ן מנחת יצחק, און די תנאים וואס מען האט זיך מיט אים אויסגענימען ווען ער איז געגאנגן נאך געלט און חוץ לארץ, און איך בין זיכער אז די ווייסט נישט פארוואס דער בעלזער רב איז געווארן פין איין מיניט אויפן צווייטן ברוגז, ער איז דאך נאך געווען אין בעיקערטאון פאר א באזיך, א קיצור פאר דיין יארגאנג קענסטו פארקויפן אז ער איז ארגער וואו הרב מארגענשטערן אבער נישט פאר אינז, מיר ווייסן די השתללשלות מיר געדעקן ביידע פארוואס זיי זענען פליצלינג געווארן שונאים, זיי האבן ביידע געוואלט ממלא זיין דעם זעלבן מקום, נאר איינער אין ארץ און איינער אין חוץ לארץ.

ראפאגאש » 8/3/2010 18:24

וואס איז ארגער גיין און דעם ציוניסטישען בג''ץ, וואס איז ביהרג ועל יעבר, אדער ציריק שיקן א משלוח מנות, פאר א שווגער, וואס איז גראדע א שטיקל ציוני?

יענקי123 » 8/3/2010 18:33

בענאנע טייערער, ס'טהוט מיר זייער לייד אז די ביזט געווארן אזוי געטשעפעט איך האב נישט געמיינט קיינעם צו טשעפען איך האב געשריבן פאקטן וואס טהוט זיך דא אין ירושלים, איין זאך האט איר זיכער אויף געטאן אז די בעלזער בחורים זענען ארום געלאפן פרייטיג צונאכט אין אלע ירושלימער גאסן או צאם געקליבן אלע צעטליך וואס ס'איז געפלויגן וועגן די פרשה, און איך האב הנאה געהאט אז די סטמרער בחורים האבן געהאט שכל זיך נישט צומאכן וויסנדיג פון דעם און מ'האט זיי נישט געזעהן. און מיר האפן אי"ה אז ס'איז געווען א וייטאגליכער טעות די גאנצע מעשה.

אינדפנדנט » 8/3/2010 18:40

פארוואס א טעות?

בשום אין אופן, אויב עפעס איז א טעות אז מען האט זיך נאכנישט צוזאמגעזעצט מאכן שלום מיט בעלז.

דער בעלזער רבי שליט"א האט געטאן זייער אסאך זיך איבערצובעטן מיט סאטמאר, און איך זע נישט פארוואס מען קען נישט איינגיין אויף א נארמאלן שלום.

יענקי123 » 8/3/2010 18:47

קוק די תגובה וואס איך האב געשריבן אויבן פאר יענקעלע11 וועסטע וויסן פארוואס סטמר רבי האט נישט קיין שום רעכט צו מאכן שלום מיט דעם בעלזער.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/03/2010 05:00:24

אינדפנדנט » 8/3/2010 18:55

אזוי גאר? ער האט נישט קיין רעכט?

און וואס וועסטו טאן אויב ער וועט יא מאכן שלום מיט בעלז?

וועסט עפענען אן אייגענעם זאל אין וואדבערי בשכינות פון קרית יואל? וועסט מאכן אן אייגענעם בית החיים? וועסט לויפן אין דעם ציוני'סטישן בג"ץ?

זאג מיר פארוואס ער דארף זיך רעכענען מיט דיין מיינונג. וואס גייסטו אים דעליווערן אויב ער וועט נישט שלום מאכן מיט בעלז און וויאזוי גייסטו נקמה נעמען אין אים אויב ער וועט יא שלום מאכן מיט בעלז?

יענקעלע11 » 8/3/2010 18:57


מורא'דיג, מורא'דיג, מען פרעגט דעם פימפענאטער א נורמאלע פראגע, 
און ביי עם הייסט דאס אזוי ארויס פון די כלים, יענקי, אז דו האסט נישט
וואס צו ענטפערן, מאך א שווייג אזוי ווי דו טיסט מיט דיין אנדערן ניק, אבער האק
נישט צוריק ווי א אייזל, 

די חברי הבית דין צדק בירושלים האבן זיך שוין געטראפן מיט בעלזער רבי'ן, זעט אויס אז
זיי האבן זיך שוין איבער געבעטן, יעצט זעה אז דער גרז''ל זאל אויך גיין מפייס זיין
די חברי הבית דין צדק אין ירושלים ווי ער האט זיי אריין געשטאכן א מעסער אין רוקן
מיט זיך צו שטעלן צו די מהרסים ומחריבים וואס האבן אזוי ביטער מצער געווען זיין
אייגענעם טאטן, און אפילו לאחר פטירתו ווילן זיי עם ארויס שלעפן ממנוחתו בבזיונות
עצומים, און זיי זענען היינט צו טאג די חברים פון "דיין" רבי, שעמסט דיך מיט עהם,
אמת?, איי דונט בלעים יו, ווען ער וואלט געווען מיין רבי וואלט איך מיך אויך געשעמט!!!

איך בין פראוד פון מיין רבי שליט''א, עהם אינטרעסירט בכלל נישט וואס יענקי וכת דילי האלטן,
וויאזוי האט דער געלער בדחן געזאגט?, נאכדעם וואס רבינו שליט''א איז געגאנגען
באזוכן דעם קלויזנבורגער רבי, אז אהרן פאפט זיך אריין אין אונז, ס'אינטערעסירט עהם נישטאמאל
וואס מיר וועלן זאגן, זענען מיר פארטיג, און פארטיג זענט איר ביג טיים!, אז מען לאזט נישט 
א זיידן גיין צו די בר מצוה פון א אייניקל אין וויליאמסבורג, קען מען נישט גיין צו די בר מצוה פון א 
אייניקל אין ירושלים, מידה כנגד מידה, פרעג נאר דיין רבי...  

אגב, אויב איז דער ענטפער אז דיך אינטרעסירט בכלל נישט אז דער גרז''ל האב געגעבן די
האנד פאר א חבר הכנסת מיט אזא חביבות ווייל ער איז נישט דיין רבי, נו, וואס אינטרעסירט דיך
וואס מיין רבי טיט?, ער איז דאך נישט דיין רבי,

יענקי123 » 8/3/2010 19:03

אפשר קענסטע מיר דערציילן וועלכע חברי הבד"ץ האבן זיך געטראפן מיט דעם בעלזער?


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 15/03/2010 18:31:36

אינדפנדנט » 8/3/2010 19:05

אגב, איך קען א איד וואס "האט געשאטן פעך און שוועבל אויף אלע קדושי עליון" ווי למשל ר' אברהם לייטנער, וויזניצער רבי שליט"א (הצילנו נא מיד אחי מיד עשיו), ר' יואליש מארגנשטערן, קאשויער רב, הגאון רבי יחזקאל ראטה שליט"א, כ"ק אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א, ועוד ועוד, און ער שטייט אויפן אויבנאן אונטער ר' זלמן לייב טייטלבוים ביי יעדן טיש, ואין פוצה פה ומצפצף.

איך קען א איד וואס "האט געשאטן פעך און שוועבל אויף אלע קדושי עליון" ווי דעם ברך משה אויף וועמען ער האט געשריגן כומעיני און אנדערע מיאוסע לאזונגען, און ר' זלמן לייב האלזט זיך מיט אים און קושט זיך מיט אים.

איך קען א קהלה וואס האט בועט געווען און "האט געשאטן פעך און שוועבל אויף אלע קדושי עליון", אריינגערעכנט אויף זיין אייגן טאטן, דעם ברך משה זצ"ל, און ר' זלמן לייב עסט קוגל מיט זיי און טרעט אריין אין זייערע געאסרטע בילדינגס.

זייט ווען איז שיטן פעך און שוועבל אויף קדושי עליון א פראבלעם ביי די זאליס?


תוקן על ידי אינדפנדנט ב- 08/03/2010 19:07:27




תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 15/03/2010 18:32:30

יענקי123 » 8/3/2010 19:12

נו האסט די פולסטע רעכט אים אויך צו מחרים זיין און ווער ס'וועט וועלן וועט דאס אננעמען און ווער ס'וועט נישט וועלן וועט דאס נישט אננעמען, אבער מיר רעדן דא פון פריערדיגן ביד"צ מיטן מנחת יצחק ר' יענקעלע ר' יידעלע תולדות אהרן רבי ז"ל און נאך און נאך וואס האבן געשריבן אז מ'טאר נישט האבן קיין שום מגע ומשא מיט מהרס דער בעלזער.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 15/03/2010 18:32:56

וואלןסח » 8/3/2010 19:17

 

יענקי123

שתי תשובות בדבר:

אחת, קעגן וועמען האט דער בעלזער מחרף ומגדף געווען?

 

רבינו הקדוש בעל דברי יואל

מרן בעל מנחת יצחק

מרן בעל עטרת יהושע

מרן רי"מ דושינסקיא

ועוד וואס זענען דאן געווען פון חברי הביד"ץ

 

קעגן וועמען האבן די בני המן מחרף ומגדף געווען?

 

רבינו הקדוש בעל דברי יואל (אויסער בכלליות וואס זיי צוברעכן זיין קהלה, איז בפרטיות זיי לאכן זיך אויס פון זיין סידור קידושין בריוו, און קומען מיט א מהרש"ג וואס איז אגב אויך נישט אזוי לטובתם)

מרן בעל מנחת יצחק

מרן בעל עטרת יהושע

מרן רי"מ דושינסקיא

ועוד וואס זענען דאן געווען פון חברי הביד"ץ

וואס די אלע האבן אונטעגעשריבן קעגן בני יואל

 

נו מה שנא דדמיך סמיק טפי

(בדוחק וועט מען ענטפערן הא לן והא להו)

 

והשנית, בדרך צחות

מיר האבן זיך טאקע אפגעטיילט פון בעלזא, ווייל זיי האבן געוואלט צוברעכן די כח פון עדה החרדית, אבער אז מיר זענען געוואר געווארן עטליכע וואכן צוריק פון די שרי הלישקע אז במקום שיש קהלות נפרדות מעג מען, נו וואס האט בעלזא חוטא געווען?

 

(בדוחק וועט מען ענטפערן הא לן והא להו)

 

 

און דאס מערסטע וואס געפעלט מיר ווי דער פימפענוטער שרייבט, "ער האט נישט קיין רעכט", איך הער!!!, גיב מיר דיין נומער מען וועט דיך אנרופן, כ'מיין, מען קען נישט טון א שריט ווייטער פאר מען רעדט צו יענקי123...

sammy » 8/3/2010 19:21

יענקי.
המנחת יצחק זצ"ל גם החרים את הבני יואל. נא?
הא לן והא להו!

אגב. יענקי הוא חכם הרואה את הנולד, הוא מחכה לצק של כ' סיון.

יענקי123 » 8/3/2010 19:23

רבותי איך זעה אז ס'איז נישטא מיט וועמען צורעדן דא מ'געט ארויס דעם ווייטאג פון דא אין ירושלים וואס אידן טהוט וויי מפרעגט בוידעם און מ'ענטפערט קלאץ. זייט מיר געזונט און שטארק איר קענט ממשיך זיין מיט אייערס איך גיי שוין אוועק פון די ארבעט און ביז מארגן וועל איך סייווי סיי נישט זעהן וואס איר שרייבט האט מיר א גוטע נאכט.

sammy » 8/3/2010 19:25

"איך גיי שוין אוועק פון די ארבעט"
נאך א סימן אז ער איז נישט פון ירושלים.

וואלןסח » 8/3/2010 19:29

ואחרי ככלות הכל פארגעס נישט יענקי (אפילו ווען דו ביסט נישט ביי "ארבעט"...), דא רעדט מען פון א שוואגער

האט רז"ל איינמאל זיך אנגענומען פאר זיין טאטנס כבוד ביי זיינע שוואגערס, אין די הייסטע צייטן ווען זיי האבן געטרינקען בלוט, איז דער געגאנגען טאנצן מיט זיי מצוה טאנץ אינדערהיים כידוע לזוכרים

 

 

אינדפנדנט » 8/3/2010 19:35

יענקי, האסט זיך פארמישט, אין ארץ ישראל האט מען גערוקט די זייגער. מען גייט דארט אהיים ערשט א שעה ארום.

אבער נישט גע'דאגה'ט. קענסט אלעמאל ווייטער שרייבן מיט דיינע אפיציעלע "אמעריקאנער" ניקס.

אגב, פארוואס עפעס זאל פאר אונז אנגיין וואס פאר אידן אין ירושלים באדערט? אז ירושלימ'ער אידן וועלן זיין צופרידן וועלן מיר עס קענען איינקעשן אין די באנק?

ווען אמעריקאנער אידן ווייטאגן וויאזוי די ירושלימ'ער אידן גייען אין בג"ץ און זענען מבזה בשאט נפש דעם הייליגן רבי'ן זי"ע זיצן די ירושלימ'ער אידן רואיג און פרעסן זיך אן אויפ'ן חשבון פון אנקל סעם.

סאו זאלן זיך די ירושלימ'ער עסן דאס געזונט און דער סאטמארער רבי שליט"א וועט טאן וואס ער איז מחויב צו טאן ע"פ תורה.

נ.ב. איך ווארט נאך אויף אן ענטפער ווען טשעפען גדולי קדושי עליונים איז יא א פראבלעם און ווען נישט?

אויששש » 8/3/2010 20:32

 
יענקי123
איין זאך האב איך הנאה צו זעהן פון דיין גאנצע 'תמימות-נאטראל-קנאות' אשכול
אז דו ווייסט אויך גאנץ גוט אז אויב מ'וויל עפענען א אשכול איבער א נושא פון קנאות
דארף מען באהאלטן דאס זאלישקייט און טראמפייטערן נאטראלקייט
 ווייל יעדער וועט דיר גלייך צומאכן דאס פיסקל און שרייען:
- צום ערשט זאל ר' זלמן ארויסגיין פון די בג"ץ הציוני און צוריקציען פון זיין קלאגע אין געריכט אין מדינת ישראל
- צום ערשט זאל ר' זלמן נישט ארויסגיין אין קרית יואל קעגן א איסור פון די קדושי עליון בעל מנחת יצחק וכו'

טראק » 8/3/2010 20:56

די זעלבע סיבה פארוואס די עדה החרדית ובראשם מרן בעל מנחת יצחק זי"ע הבאן געאסרט די בני המן, פאר די זעלבע סיבה האבן זיי געאסרט בעלזא.

בני המן האט געוואלט צוברעכען די כוח פון סאטמאר.

בעלזא האט געוואלט צוברעכען די כוח פון די עדה החרדית.

בני המן האט מבזה געווען רביה"ק בעל דברי יואל, ורביה"ק בעל ברך משה זיעועכי"א.

בעלזא האט מבזה געווען רביה"ק בעל דברי יואל, ורביה"ק בעל ברך משה זיעועכי"א.

זאלן די זאליס מסביר זיין פארוואס ביי בעלזא שפירנגען זיי.

און פארוואס מיט די בני המן טאנצען זיי און פריידן.

לעבעדיגער » 8/3/2010 22:44

איך טראכט שוין ערענסט אז יענקי123 איז אן אהרוני וואס האט געזוכט ס'בעסטער וועג ארויסצוברענגען ווי נידעריג די זאלי'ס ובראשם זייער רבי זענען, און וואספארא היפאקריטן זיי זענען.

יענקי123 עס קומט דיר א קלאפ אין פלייצע. בעסער ווי דאס האסטו נישט געקענט טוען, אזוי גוט ארויסגעברענגט די נידעריגקייט פון רז"ל און זיינע אנהענגער. אייזן!!

איר זענט בסדר.

קונצען » 8/3/2010 22:52

יענקי123 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אפשר קענסטע מיר דערציילן וועלכע חברי הבד"ץ האבן זיך געטראפן מיט דעם בע....?



יענקי123

די ערשטע וואס האט זיך געטראפן מיט כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א (נאך דו מחלוקה האט אויסגעפלאצט) איז געווען דער "בעל מנחת יצחק זצ"ל, וואס האט דאן געחתמת די הסכם שלום צוזאמן מיט בעלזא וואס איז נתפרסם געווארן און "בטאון העדה ווי אויך און "מחנה החרדי". (און איז צושטערט דעווארן אדורך דו באוויסטע אינשי דלא מעלי (וד"ל)

דער היינטיגער גאב"ד העדה"ח האט זיך אויך כמה פעמים געטראפן מיט כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א (איידער ער איז געווארן גאב"ד)

 

וואס איז מיט די גדולי ישראל וואס דו ריפסט (גדולי ושרפי מעלה) וואס האבן געחתמת און דערנאך איבער געבעטן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א?

פוסק בדור "בעל שבט הלוי שליט"א

אב"ד קרלסבורג שליט"א (ר' יחזקל ראטה שליט"א)

אב"ד אודוורי שליט"א

און נאך.

 

דא איז א טיילווייזע ליסטע פון רבנים וואס האבען זיך געטראפן מיט אדמו"ר מבעלזא שליט"א אין/מיט רבני ודייני בד"ץ קהל מחזיקי הדת בא"י.

 

הרה"ג ר' מאיר ברנדסדורפר זצ"ל

הרה"ג ר משה הלברשטאם זצ"ל

הרה"ג ר' נפתלי הלברשטאם שליט"א

בעל שבט הלוי הרב וואזנר שליט"א

כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א

כ"ק אדמור מתולדות אברהם יצחק שליט"א

כ"ק אדמו"ר מדושינסקי שליט"א

 

 

יענקי?

אויף די פסק פין די אזוי געריפענע בי"ד (לישקע) דקהל יטב לב (וואס אנערקענט למפרע אז בעלזא האט געהאט אלע רעכטן צו עפענען אן אייגענע קהילה) קאכט זיך אויך און ירושלים?????????????????????

נפל » 8/3/2010 23:07

איך פארשטיי שוין די היתר אויף בעלזא, איין זאך פארשטיי איך נישט... לויט די אלע פשעטלעך איז דאך "גענוי די זעלבע" היתר דא אויף בני יואל, פארוואס קענגן בני יואל זענט איר ממשיך די מלחמה?

לעבעדיגער » 8/3/2010 23:25

בכדאי צו זיין אביסל קלארער און וויסן ווער יענקי123 איז, און ווייט זיין "אומפארטייאישקייט" גייט, וועל איך אראפברענגען עטליכע אויסצוגען פון אלטע תגיבות וואס ער האט געשריבן אין עטליכע פורמים.

1) ווען איינער האט אום געבעטן עפעס א אינטערסאנטער בילד פון תו"א רבי האט ער גענטפערט:
"איך קען ברענגען די טייפ ווי ר' אהרן זאגט עפרא לפומיה "

2)דער נייטראלער וואס האט 'גארנישט מיט סאטמאר' האט געפינען פאר וויכטיג צו שרייבן אין א אשכול אז:
"דער הייליגער בעל ויואל משה איז גליקליך צוזעהן ווי די שטאט קרית יואל האט זיך אזוי שיין אנטוויקלט און ס'איז דארטן דא אזויפיל בתי מדרשים וואס גייען אין די שיטה הקדושה."

3)רעדענדיג איבער די בויען פונעם נייעם בנין אין ירושלים עיה"ק האט ער געשריבן:
"ר' אהרן שליט"א איז געקומען מיט גרויס פאמפע דראמפע וכו' וכו' אבער... נישט מ'בויעט און נישט מגייט בויען סשטייט און ס'רירט זיך גאר נישט."

4)ווייטער שרייבט ער דארט:
"גלייב מיר איך האב ביידן סיי די ארוינים און סיי די זאליס אין בוידעם, (כאטש איך גלייך די זאליס מער ווייל ר' זלמן לייב האט נישט גיזאגט אויפן צדיק הדור דער הייליגער קאשויער רב עפרא לפומיה)."

5)רעדענדיג איבער דאס התקשרות פון אדמו"ר מתולדות אהרן מיט רבינו שליט"א פארענטפערט ער תו"א רבי:
"למען השלום איז ער מוכן אפילו צוקומען צו ענקער צדיק הדור טראץ וואס ער האט געשפעט פון אים און אים גערופן ערב שבת צען מינוט פארן זמן און כאטש ער האט געזאגט אויפן אמתן צדיק הדור דער הייליגער קאשויער רב זצוק"ל עפרא לפומיה.

דוכט זיך מיר אז אזעלכע ווערטער זאגט מען נישט אפילו אויף גאנץ פראסטע אידן נאר אויף די ראשי משכילים אדער אויף אזעלכע רשעים וואס האבן געוואלט מעביר זיין על הדת ערליכע אידן.

נישט אומזיסט האבן אלע ערליכע רבנים און רבי'ס אפגעאטעמט ווען מען האט געהערט אז ער איז נישט דער איינציגער סאטמערער צדיק הדור און ער מוז זיך זוכן צושטעלן צו אלעמען ווייל ער האט שוין היינט א קאמפעטישן און ער וועט שוין נישט קענען שטיין העכער אלע רבי'ס און רבנים אזווי א טראקטור ווי ער פלעגט דאס טהון ווען ער האט געמיינט אז ער איז דער מושל בכיפה און אלע דארפן אנקומען צו אים.
"


נו, זעהט איר דאך אליין אז ער האט גארניקס ממש מיט סאטמאר.. עס טוט אום נאר לייד דעם משלוח מנות געטראגאכטס.

יענקי123 אייער ניק האט אייך פאראטן.

יענקעלע11 » 8/3/2010 23:25

נו, ענטפער נייפעלע, ווייל, נא....
שעמסט דיך? אה קיי, זאג מיט מיר,
ווייל די בני יואל האלטן פון אחטא ואשוב ואחטא,
און פון בעלז האט מען זייט די באקאנטע שטייענדיגע תורה
נישט געהערט קיין שום ווארט צו טשעפען,
איז עס גענוג א גיטער תירוץ?

טראק » 8/3/2010 23:25

קיינער האט בעלזא נישט מתיר געווען, בעלזא איז ווייטער אסור.

ווילאנג זיי וועלן נישט איבער בעטן מרן רביה"ק בעל דברי יואל וברך משה זי"ע, און די עדה החרדית.

דאס זעלבע איז מיט בני המן זיי זענען ווייטער אסור חזיר טרייף.

ווילאנג זיי וועלן איבער בעטען מרן רביה"ק בעל דברי יואל וברך משה זי"ע, און אפשפארען זייערע גע'אסר'טע מוסד און קהלה.

קונצען » 8/3/2010 23:27

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך פארשטיי שוין די היתר אויף בעלזא, איין זאך פארשטיי איך נישט... לויט די אלע פשעטלעך איז דאך "גענוי די זעלבע" היתר דא אויף בני יואל, פארוואס קענגן בני יואל זענט איר ממשיך די מלחמה?


ב"ה אז דו פארשטייסט שוין.

[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

דוד46 » 8/3/2010 23:32

די אהרונים קוקן מיר אויס ווי די אינדיאנער וואס האבן נאכנישט געוואוסט אז אמעריקע איז שוין נישט זייערס...

זיי ווערן נעבעך הייזעריג פון אזויפיל מאל שרייען בני המן און אלע מיני לשונות של גנאי.

זיי כאפן זיך נישטאמאל וואסערע געלעכטער זיי זענען.

ענקער באן איז אפגעפארן, קינדערלעך!

ווען מרן רבינו הברך משה זצוק"ל וואלט היינט געלעבט וואלט ער בלי ספק געשעפט תענוג ונחת וויאזוי עס קוקן אויס די ריכטיגע תלמידים פון רבינו הקדוש זי"ע.

יא! די "בני המן" (זיי שעמען זיך ב"ה נישט דערמיט, ווייל זיי גייען ב"ה נישט מיט קיין געהאקטע בערד וד"ל) האבן אויפגעשטעלט ערליכע שטובער אויפן הייליגן דרך פון רבינו הקדוש זי"ע האט געפאדערט און וויאזוי מרן רבינו הברך משה זצוק"ל פלעגט מאנען פון אונז.

קונצען » 9/3/2010 02:55


http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?whichpage=1&topic_id=1208307&forum_id=771

נשלח ב-5/12/2004 21:09
פגישה משולשת: בעלזא-גאב"ד העדה-תו"א

בכניסה לשמחת השבע ברכות בבית טשרנאביל, התקיימה פגישה מרתקת: גאב"ד העדה החרדית והאדמו"ר מתו"א היו בדרכם החוצה כאשר הבחינו בכ"ק האדמו"ר מבעלזא נכנס. שניהם נגשו אליו ואיחלו לו בחום ברכת מזל טוב לרגל השמחה במעונו, בלידת נכדו.

קונצען » 9/3/2010 03:31



הנהלה שומרי החומות גייען צו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א

די באוויסטע הנהלה פון כולל שומרי החומות איז געגאנגען נעמען א הייליגע ברכה פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2330288&forum_id=16386

קונצען » 9/3/2010 03:39

הרה"ג ר' מאיר ברנדסדורפר זצ"ל געט די הענט פאר כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט] 
[בילד – נישט אפגעהיט]

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2475406&forum_id=771




תוקן על ידי קונצען ב- 09/03/2010 04:19:38

נוטראלער » 9/3/2010 03:58

ווער געדענקט נאך די בילד?

[בילד – נישט אפגעהיט]

קונצען » 9/3/2010 04:21

האדמו"ר מבעלזא בביקור אצל הגר"י שיינברג

האדמו"ר מבעלזא בביקור אצל הגר"י שיינברג

האדמו"ר מבעלזא ביקר כעת אצל ר' יוסף שיינברגר מראשי העדה החרדית המאושפז בבית החולים שערי צדק

וכשנכנס אליו התרומם הרב שיינברגר טיפה ממיטתו לחץ את ידו של האדמו"ר מבעלזא והזכיר את שמו ושם אימו וביקש מהאדמו"ר מבעלזא שיתפלל לרפואתו

תוקן על ידי -
moty100 - 31/07/2005 22:00:32

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=1495678&forum_id=771



תוקן על ידי קונצען ב- 09/03/2010 04:22:01

shia550 » 9/3/2010 04:49

איך ווייס נישט ווי עס קומט דא אריין ירושלים
דאס איז א מחלוקת צווישען סאטמאר אין בעלז

אדרבה דער דעמאלטדיגער ירושלימער רב דער מנחת יצחק האט געמאכט א הסכם שלום מיט בעלזער רבי בכתב אין האט זיך דערנאך געטראפען מיט אים אויף א שלום אויף בעלזער וויין אין עס איז געווען בילדער אין מחנה החרדי איך געדענק עס ווי היינט
נאר דער סאטמארער רבי דער בירך משה האט אריבער געשיקט זיין גבאי ר' משה פרידמאן מיט ר' אליעזר קעסטענבוים דאס אפשטעלן אין מען האט מבטל געווען דעם הסכם לכבוד סאטמאר

אבער ירושלים קומט דא נישט אריין

קונצען » 9/3/2010 07:40

shia550 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך ווייס נישט ווי עס קומט דא אריין ירושלים
דאס איז א מחלוקת צווישען סאטמאר אין בעלז

אדרבה דער דעמאלטדיגער ירושלימער רב דער מנחת יצחק האט געמאכט א הסכם שלום מיט בעלזער רבי בכתב אין האט זיך דערנאך געטראפען מיט אים אויף א שלום אויף בעלזער וויין אין עס איז געווען בילדער אין מחנה החרדי איך געדענק עס ווי היינט
נאר דער סאטמארער רבי דער בירך משה האט אריבער געשיקט זיין גבאי ר' משה פרידמאן מיט ר' אליעזר קעסטענבוים דאס אפשטעלן אין מען האט מבטל געווען דעם הסכם לכבוד סאטמאר

אבער ירושלים קומט דא נישט אריין


קעסטענבוים?
האט דאס עפעס א שייכות?
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=1917788&forum_id=16386

נשלח ב-15/5/2006 00:01
אליעזר קעסטענבוים איז דעם שבת געגאנגען צום טיש פונעם בעלזער רבי'ן אין ירושלים, ווי מען האט אים מכבד געווען און אריינגעזעצט צו טיש.

911zalis » 9/3/2010 09:30

ס'איז היבשער בושות אז הגה"ק מסאטמאר שליט"א זאל שיקען משלוח מנות פאר איינער וואס האט זיך געוואגט אונטער צורייסען מרן רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל אין די בית דין הגדול פין ירושלים אבער איך האב געהערט עס איז דא א שטיקל אפמאך אז בעלזא גייט איינגיין אויף די שיטה ....

פאריאר האט שוין בעלזא געווארפן פאשקעווילען אין וויליאמסבורג מיט א בילד ווי כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא מכנובקא שליט"א טוט רצון קדשו פין זיין הייליגער פעטער הרה"ק מהר"א מבעלזא זצוק"ל אין אפגעחוזקט פין אים פארן טוהן זיין רצון אין זיי האבן נאך אפעלירט אויף די פאשקעווילן מען זאל נישט שטיצען די בעלזא מכנובקא מוסדות ווייל זיי גייען אויפן דרך וואס הרה"ק מהר"א מבעלזא זצוק"ל האט איינגעפירט,

ענתיק » 9/3/2010 13:30

מיש נישט אריין אונזער חסידות, בעלזא מכנובקא, אין דעם בילד. מיר האבין ליב סאטמאר (ביידע...) פונקט ווי זיי האבין אונז ליב...
ביי אונזערע שטיבלעך וועט איהר אויך נישט טרעפען קיין איין 'ויואל משה'... און א וודאי נישט דעם 'ברך משה'...

קונצען » 9/3/2010 18:17

גאב"ד העדה בעל המנחת יצחק זצ"ל מיט כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, נאכן הסכם שלום
[בילד – נישט אפגעהיט]

יענקי123, דארפסט נאך??

בכורשוטה » 10/3/2010 15:07

כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א שיקט שוין פיר יאר משלוח מנות פאר'ן בעלזער רעבי'ן (געהערט פון א בן בית)