היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » U TURN אין סידור קידושין מערכה. גרינגע וועג ארויס.

U TURN אין סידור קידושין מערכה. גרינגע וועג ארויס.

73 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2763555
בלאט: 1 2

נפל » 5/3/2010 01:00

U TURN אין סידור קידושין מערכה. גרינגע וועג ארויס.

1.   דער בלאט האט אויפגעהערט מפרסם זיין די נעמען פון די כלה'ס. אנשטאד עדווערטייזן זיי נאר די נעמען פון די רבנים מסדרי הקידושין.
2.   די פנקס האטליין האט אפגעפייגערט עס האלט שוין ביים דריטן טעלעפון נומער אבער די דריטע חתונה האבן זיי נאכנישט "אנגעיאגט" אריינצולייגן, נאכדעם וואס די ערשטע צוויי האבן זיי ארויפגעלייגט תיכף נאך די חופה.

עס זעט אויס ווי די אהרוינישע פירער האבן זיך ענדליך געכאפט אז זיי זענען ארויפגעקראכן אויף צו א הויכע בוים און זיכן די וועג אראפ.

איך האב שוין לאנג א שאלה וואס זיצט נאך דערווייל בלי פטרון:

דאס איז זיכער אז בני יואל'ע אדער זאלי'ס און לכאורה אויך תו"א טאהש ספינקא וכו' די אלע וואס האבן בתי מדרשים אין קרית יואל וועלן זיך נישט אפהאלטן פון חתונה מאכן ביי בני יואל אויב ווילן זיי נישט ר' אהרן זאל זיין די מסדר קידושין. לדעת די וואס מאכן דארט חתונה איז דאס קיין פראבלעם. די פראבלעם איז נאר לדעת ר' אהרן. אויב אזוי איז זיכער אז ביז עטליכע יאר וועלן וואוינען אין קרית יואל "טויזענטער" פסולע קינדער! א קורצע חשבון פון 10 משפחות וואס מאכן דארט חתונה (עס האלט שוין ביי דריי) מיינט ביז עטליכע יאר 100 קינדער (בערך 10 פער משפחה). 100 חתונות מיינט שוין "טויזענט" קינדער! דאס איז א זאך וואס ר' אהרן קען בשום אין אופן נישט אפהלאטן.

אויב אזוי ווי נעמט ר' אהרן אויף זיך די אחריות? (פארשטייט זיך לדעתו אז עס איז דא א פראבלעם בכלל). פארוואס אין אזא פאל זאל ער נישט זאגן בפה מלא "אין בין מוותר"? אזוי ווי די גמרא זאגט אין מסכת יבמות (דף סה ע"ב), אמר רבי אילעא משום רבי אלעזר בן רבי שמעון, כשם שמצוה על אדם לומר דבר הנשמע כך מצוה על אדם שלא לומר דבר שלא נשמע

דאס איז אמאל זיכער אז דער עולם וועט זיך נישט אפהלאטן, ווי נעמט ער די אחריות פון (לדעתו) "טויזענטער" פסולים? איז דען נישט מער אויסגעהאלטן כלפי שמים "מוותר" צו זיין?

די שאלה איז שטארק פאר זיך און איך ווארט אויף א גוטע תשובה.

חוץ מזה איז דאס לכאורה די בעסטע וועג פאר ר' אהרן ארויס פון דעם פלאנטער. "רבותי מיר האבן געטון וואס מיר קענען מיר האבן יוצא געווען, היות זיי זענען עומדים במרדם בין איך מוותר און דערמיט פארמינער איך טויזענטער פסולים איך טו דאס כלפי שמים" אפשר וועט אים מיט אזא מהלך אויך געלונגען אפצו-ווישן אביסל פון די שמוץ וואס האט זיך אנגעזאמלט לעצטנס.

 

אגוטןטאג » 5/3/2010 01:08

דיין קשיא איז אייזן:
אבער אויב רא"ט וואלט געקענט ארויסזאגן פון זיין מויל די ווערטער "איך בין מוותר" (עכט, עכט, עכט, עכט)
וואלט ער מסתמא היינט געווען דער איינציגסטער מסדר קידושין אין קרית יואל.

סאטמארפלעק » 5/3/2010 01:27

נפל: דיין קשיא איז אייזן
אגוטןטאג: דיי תירוץ איז פעלזן פעסט
סקאט: ?????
פינעווער: ?????
גערעכטער1: ?????
כל אהרונים כולו: ?????

סעננדר » 5/3/2010 01:40

סאטמארפלעק כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נפל: דיין קשיא איז אייזן
אגוטןטאג: דיי תירוץ איז פעלזן פעסט
סקאט: ?????
פינעווער: ?????
גערעכטער1: ?????
כל אהרונים כולו: ?????

 בג"ץ בג"ץ בג"ץ

FiveBoro » 5/3/2010 03:01

ווייטער ככלבים שבים אל קיאם. (איך זאג עס נאך דערווייל מיט א כ"ף הדמיון...)

עס גייט פאר די ארונים גאנץ ווייניג אן וויפיל און וואו גרויס די ליסטע גייט זיין, איך שיהי' וועלן זיי "יא" מפרסם זייין די ליסטע, כדי ערליכע אידן וואס די "תורה" איז ביי זיי העכער ווי "פאליטיק" זאלן וויסן און געדענקען די נעמען פון די משפחות וועלכע זענען נישט כשר חתונה געהאט, און וויסן מיט וועם זיך נישט צו אויסמישן, און "וכל בני ישראל הכשרים יעשו הבדלה והפרשה מהאנשים הרשעים במעשים המכורעים כאלה".

ווידעראום די צווייטע "באמבע קושיא" (אויף וואס אלע אינאיינעם זענען אויפגעשפרינגען ווי הונגעריגע אויף אן פארפוילטע פאטעטא שאלעכץ) אז רבינו שליט"א זאל "מוותר" זיין אויף די "חרם הקדמונים", - אדער גאר מוותר זיין אויף זיין מרא דאתרא'שאפט צו וואס ער איז ערוועהלט געווארן דורך די טובי העיר צום פרייד פון רוב תושבים בימים ההם, און אוודאי בזמן הזה ביתר שאת, - דאס איז שוין א גאונות שאין כמוהו. ס'טייטש, וויבאלד "יענער פורק עול" גייט ווערן א איש פסול צוליב זיינע אייגענע מעשים, דעריבער זאל "איך" אפטרעטן פון מיין אמט. ממש גאונות.
וואס איך וואלט אבער געוואלט, איז עפעס א גוטער מראה מקום אויף אזא דערהער. ביזדערווייל איז געווען איין מראה מקום וואס "נפל" האט געברענגט, ווי פאלגנד:
אזוי ווי די גמרא זאגט אין מסכת יבמות (דף סה ע"ב), אמר רבי אילעא משום רבי אלעזר בן רבי שמעון, כשם שמצוה על אדם לומר דבר הנשמע כך מצוה על אדם שלא לומר דבר שלא נשמע
ווען איך וואלט געווען נפל'ס רבי אין חדר, וואלט ער באקומען א מיינעס אויף דעם פארהער. ווער קען איבערטייטשן די גמרא אין אידיש און דערנאך צושטעלן אונזער מציאות?

סקאטמאלען » 5/3/2010 03:22

טאקע א גרויסע קשיא, פליאה עצומה מאוד, אין להשיב,

איך האלט אז דער קשיא איז נאך שטערקער אויפן ר"ת, פארוואס אנשטאט אריינלייגן אין חרם אריין ערליכע אידישע קינדער, וואלט ער געקענט פסק'נען אז דער מרא דאתרא זאל מוותר זיין.

צע"ג

אמיגא » 5/3/2010 03:38

בארא טייערער, ס'וועט קיינער נישט ברוגז זיין ווען דו וועסט זאגן אן א כ"ף הדמיון. עטס האטס שוין געזאגט און געשריבן פיל פיל ערגערע זאכן ווי דאס, און ס'האט קיינעם נישט געקימערט.

און לגוף הענין, וויל איך נאך איינמאל פרעגן: פארוואס האט דער בלאט-קהל אויפגעהערט צו לייגן די נעמען פון פסולים?

ביטע ענטפערן נאר אויף דעם. צע"ג.

סאטמארפלעק » 5/3/2010 04:04

סקאט, סוואלט געמעגט קומען א בעסערס נאכן לאזן ווארטן אזוי לאנג
אויב ר' אהרן טוט זיך אויף מיטן זיין פרומער פון רביה"ק בעל ויואל משה, נו וואס וועט שוין זיין געפערליך צו זיין פרומער פונעם ר"ת?.... העכסטנס וועט ער האבן וואס זיך צו קלאפן אויפן בויך נעקסטען פורים.
אבער ערנסט גערעדט, די ר"ת זאגט אן הלכה, דאס מיינט נישט אז מען טאר נישט מוותר זיין, אדרבה, קענסט מיר ברענגן די פנקס פון ממזרים וואס די ר"ת האט אהער געשטעלט? אפשר ברענגסטו מיר די פנקס פון די טויזנטער ממזרים וואס רביה"ק דער בעל ויואל משה האט אהער געשטעלט? 


תוקן על ידי סאטמארפלעק ב- 05/03/2010 04:04:32

אמיגא » 5/3/2010 05:55

נו, סקאט, איך בעט דיך ווער נישט יעצט פארשווינדן.

אלץ ביים סאמע שפיץ, דעמאלט געסטו דיך א לאז ארויס און שווימסט אריין אין א צווייטן אשכול.
דאס איז נישט מענטשליך.

סקאטמאלען » 5/3/2010 06:12


דיסקלעימער: איך טוה עפעס אנדערש אין מיין לעבן אויסער זיך ענדשויען אויף היידפארק, איך עס, שלאף, דאווען, לערן, און גיין אין ביהכ"ס, אויב איר האלט אז איך ענטפער נישט ווייל איר האט מיך מנצח געווען פארגין איך אייך דעם קורת רוח מיטן גאנצן הארץ, ותהא זה שכרי.


יעצט לענינינו, ווען האט ר' אהרן זיך אויפגעטאן אז ער איז פרומער ווי דער אלטער רבי זצ"ל? לפי ידיעיתי האט ענקער רב לייטנער ז"ל מיט זיינע שווארצע געזאגט 'רבינו סר מן הדרך', נישט רב אהרן

דאס איז איינס, צווייטענס, איך פארשטיי באמת נישט וואס די גרויסע חכמה מיט די מוותר זיין איז, א נייער מין מושג, לויט דעם קענט עטס אויסרייסן דעם גאנצען חרם דר"ת

בכלל ענקער גאנצער רומערייען אז היות ס'דא גרויסער ציבור פורצים ממילא פארדעם זאלן די ר' געציל מיט די אהרונים נאכלאזן זייער מחאה און זייער דעת תורה, איז דאס טאקע דרך התורה?

איך זאג ענק שוין, די אהרוניס האבן גרייט א גרויס גראבער פנקס פון דער ערד ביזן הימל און האבן נישט קיין פראבלעם צו פארשרייבן אפי' 100 טויזנט נעמען, און מפרסם זיין די נעמען זיי האבן די געלט אין צייט דערצי, ענק לאכן זיך דאך ממילא אויס, אזוי זאגט עטס דאך, נו לאז זיי שרייבן אין פנקס, און מאכטס ווייטער ענקערע חתונות דארט.


וואלןמה » 5/3/2010 08:07

קיינער האט נישט גערעדט פון מוותר אויפן רבינו תם מיטן חרם הקדמונים, דא איז נישט דא וואס צו מוותר זיין,

מ'האט גענומען א רבינו תם מיט א כנסת יחזקאל און מ'מאכט פון זיי ליצי ליצנות במלוא מובן המלה, דע צביעות איז שוין לאנג נתברר געווארן דורך א מנין מורי הוראות, און אויסער פנקס שמינקעס הערט מען נישט פון זיי פאר א רפואה א הסבר פארוואס זיי האבן אריינגעלערנט פשט אין די אוסרים אז זיי רעדן ווען דער מסדר איז א מורה הוראה יודע בטיב גיטין וקדישין א רב פון א קהילה אין דעם שטאט מיט אייגענע דיינים, שחיטה, מקוה,
 אפשר ווייסט איינער ווער האט אים בכלל געגעבן רשות זיך צו רופן מרא דאתרא? מ'האט אמאל געפרעגט די תושבים צו זיי זענען מסכים? וואס איז דאס טיטול "מרא דאתרא" ווער האט דיך געפרעגט? דו ביסט נישט ראוי בכלל צו זיין א תושב אין קרית יואל, די מייסד הקריה רבינו הקדוש זי"ע האט נישט געלאזט וואוינען א משפחה וואו מ'רעדט די טמא'נע עיברית, זיי יא מוותר און גיי דיר מיט דיין פרוי לחיים ולשלום דארט ווי עטס באלאנגטס    

סקאטמאלען » 5/3/2010 16:21

איך האלט אז FiveBoro איז זייער טיף גערעכט מיט זיין טענה אז דא קייט מען איבער די זעלבע געמויזעכט 1000 מאל, מיטן ציל צו פשוט האבן דאס לעצטע ווארט, דאס איז נישט מיין ציל, איך זיך נישט צו האבן דאס לעצטע ווארט,

קוקט למשל דעם תגובה, זאל מיר איינער זאגן צו ממש יעדעס ווארט דא האט נישט לכה"פ 15 אשכולות, איך וועל ענטפערן בקיצור, וירא הקהל וישפוט

וואלןמה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קיינער האט נישט גערעדט פון מוותר אויפן רבינו תם מיטן חרם הקדמונים, דא איז נישט דא וואס צו מוותר זיין,

הוא אשר דברנו

מ'האט גענומען א רבינו תם מיט א כנסת יחזקאל און מ'מאכט פון זיי ליצי ליצנות במלוא מובן המלה,

אין מקום לומר על ר' געציל שליט"א זה, שיש לו היסטורה ארוכה, לעמוד מן הצד במקום שיש חשש פוליטיק, ממילא מחוייבים אנחנו לעמוד על חזקתו שלשם שמים נתכוון

דע צביעות איז שוין לאנג נתברר געווארן דורך א מנין מורי הוראות,

הדיינים הללו, או הם מהכת הלז, שכבר חלקו מאז בעת שכל העולם הי' כנגדם, או הם פליפ פלאפערס ללא נאמנות וללא סייעתא דשמיא, שהם בעצמם אסרו המוסדות הפורשים, או הם סתם הדיוטים קופצים בראש, שלא נשמע מעולם.

און אויסער פנקס שמינקעס הערט מען נישט פון זיי פאר א רפואה א הסבר פארוואס זיי האבן אריינגעלערנט פשט אין די אוסרים אז זיי רעדן ווען דער מסדר איז א מורה הוראה יודע בטיב גיטין וקדישין
 
התקנת ר"ת מפורש אפי' עם הוא רב יודע טיב גיו"ק, שצריך דוקא רב הנבחר בעיר הזאת

א רב פון א קהילה אין דעם שטאט מיט אייגענע דיינים, שחיטה, מקוה,

הקהלה הלז נסדו באיסור, ואין משגיחין בהוק-אפס ומכתבים מ'מיאמי, כהוראת הרב מסטרופקוב ז"ל, ור' איציקל גווירצמן ז"ל

אפשר ווייסט איינער ווער האט אים בכלל געגעבן רשות זיך צו רופן מרא דאתרא? מ'האט אמאל געפרעגט די תושבים צו זיי זענען מסכים? וואס איז דאס טיטול "מרא דאתרא" ווער האט דיך געפרעגט?

כבר נתברר עשרות פעמים, בשנים האחרונים, שרוב העיר בוחר בהרב שליט"א

דו ביסט נישט ראוי בכלל צו זיין א תושב אין קרית יואל, די מייסד הקריה רבינו הקדוש זי"ע האט נישט געלאזט וואוינען א משפחה וואו מ'רעדט די טמא'נע עיברית,

מהיכן דנתנו, זה תורה חדשה, אדרבא הן הן גברותיו, שאדם גדול הוא, שנשא אשה ממשפחת האגודאים, ועמד בצדקו, הוא וכל בניו ויוצאי חלציו הולכים בשיטת רבינו בלי שום שינו זוז כ"ש, 

זיי יא מוותר און גיי דיר מיט דיין פרוי לחיים ולשלום דארט ווי עטס באלאנגטס    

ורוב בני העיר קוראים בקול רם שמקומו של רב אהרן הוא בקרית יואל על כס הרבנות, ואחרי רבים להטות

שלעק » 5/3/2010 18:53

סקאט, דו קלערסט אז ווען די שרייבסט דיינע שקרים אויף ל"ה קופט עס דער עולם בעסער?

סעננדר » 6/3/2010 00:06

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האלט אז FiveBoro איז זייער טיף גערעכט מיט זיין טענה אז דא קייט מען איבער די זעלבע געמויזעכט 1000 מאל, מיטן ציל צו פשוט האבן דאס לעצטע ווארט, דאס איז נישט מיין ציל, איך זיך נישט צו האבן דאס לעצטע ווארט,

קוקט למשל דעם תגובה, זאל מיר איינער זאגן צו ממש יעדעס ווארט דא האט נישט לכה"פ 15 אשכולות, איך וועל ענטפערן בקיצור, וירא הקהל וישפוט
 

וואלן אנטשוליג פארן זיך אריינמישן, אבער במקום שאין איש, אפשר האלסטו נאך אינמיטן פרישטאג..

קיינער האט נישט גערעדט פון מוותר אויפן רבינו תם מיטן חרם הקדמונים, דא איז נישט דא וואס צו מוותר זיין,

הוא אשר דברנו

הוא אשר אדבר

מ'האט גענומען א רבינו תם מיט א כנסת יחזקאל און מ'מאכט פון זיי ליצי ליצנות במלוא מובן המלה,

אין מקום לומר על ר' געציל שליט"א זה, שיש לו היסטורה ארוכה, לעמוד מן הצד במקום שיש חשש פוליטיק, ממילא מחוייבים אנחנו לעמוד על חזקתו שלשם שמים נתכוון

ר' געציל איז טאקע נישט קיין פאליטישן און זיין פסק איז געבויט אויף הלכה, און פארדעם האט מען דא געברענגט א משפט ישרים אז א דיין וואס שטאפט זיך צו די אויערן און וויל נישט הערן וואס מ'רעדט צו אים איז דבריו נתבטלין, דא איז דא שאלות און פירכת פון א מנין מורי הוראות מיט 10 מראי מקומות, און ווען מ'רופט אים אן האקט ער אראפ דעם טעלעפאן כן נראה לי בעיני, זיין פסק איז צריך עיון גדול  
דע צביעות איז שוין לאנג נתברר געווארן דורך א מנין מורי הוראות,

הדיינים הללו, או הם מהכת הלז, שכבר חלקו מאז בעת שכל העולם הי' כנגדם, או הם פליפ פלאפערס ללא נאמנות וללא סייעתא דשמיא, שהם בעצמם אסרו המוסדות הפורשים, או הם סתם הדיוטים קופצים בראש, שלא נשמע מעולם.

דיינע ווערטער איז א מדרש פליאה, יעדער דיין קען חוזר זיין, די גאנצע חז"ל איז פיל מיט הדרה ביה, יעדע מציאות טוישט זיך און יעדער מענטש טוישט זיך און ס'טיפשות צו זאגן אז א מצורע בלייבט א מצורע  א גאנץ לעבן ווייל דער כהן האט אמאל געזאגט אז ער האט קרעץ 

און אויסער פנקס שמינקעס הערט מען נישט פון זיי פאר א רפואה א הסבר פארוואס זיי האבן אריינגעלערנט פשט אין די אוסרים אז זיי רעדן ווען דער מסדר איז א מורה הוראה יודע בטיב גיטין וקדישין
 
התקנת ר"ת מפורש אפי' עם הוא רב יודע טיב גיו"ק, שצריך דוקא רב הנבחר בעיר הזאת

התקנת ר"ת מפורש שלא יקפח פרנסת הרב, דע אלע מחותנים פלעגן ביז היינט חתונה מאכן אין מאנסי ווימ"ס, דער חתונה זאל מחוץ לעיר גייט אים נישט צונעמן קיין פעני, און דעס אלעס איז ווען ער איז נבחר געווארן נישט נקבע געווארן, און על אחת כמה וכמה ווען די ווערטער אין די קאנסוס, בשם מאות תושבי קרית יואל איז שקר גמור, מ'קען ציילן אויפן פינגער וויפל מענטשן ס'האבן דעמאלטס משתוקק געווען אים צו האבן פאר זייער מרא דאתרא 

א רב פון א קהילה אין דעם שטאט מיט אייגענע דיינים, שחיטה, מקוה,

הקהלה הלז נסדו באיסור, ואין משגיחין בהוק-אפס ומכתבים מ'מיאמי, כהוראת הרב מסטרופקוב ז"ל, ור' איציקל גווירצמן ז"ל

לפי דברי המהרש"ג אז א נוגע בדבר קען נישט מתיר זיין א חלוקה איז פשוט אז פונקט ווי א נוגע קען נישט מתיר זיין א חלוקה קען א נוגע אויך נישט אסר'ן א חלוקה, קיינער איז זיך נישט טועה עכ"פ א דרויסענדיגער וואס האלט מיט, אז יענע איסור איז געווען פשוט להצלת הדת יהודית אן קיין נגיעות מיט די מלוכה! ומה גם שהנסיון הוכיח על זה במשך דע 20 יאר האט זייער עקסטיזענץ נישט געשאדט נישט לתורה נישט לעבודה און נישט אין גמ"ח אויב עפעס האבן זיי מוסיף געווען פי כמה און אלע 3  און וואס דארף מען מער דאס סיי ר' משה ארי' ז"ל סיי ר' יצחק טובי' שליט"א האבן און זענען מכיר די צווייטע צד אין קרית יואל ואתם עמם טייל חברי בד"ץ קיינער זעט נישט היינט דערין א מכשול לדורות א חוץ... 

אפשר ווייסט איינער ווער האט אים בכלל געגעבן רשות זיך צו רופן מרא דאתרא? מ'האט אמאל געפרעגט די תושבים צו זיי זענען מסכים? וואס איז דאס טיטול "מרא דאתרא" ווער האט דיך געפרעגט?

כבר נתברר עשרות פעמים, בשנים האחרונים, שרוב העיר בוחר בהרב שליט"א

לשיטתך שאתה מברר ששנים אחרונות אינו מבטל האיסור של השנים קדמוניות, גם זה לא שאני, וחסידי האחרוניות אינו מהפך התנגדות ההתמנות מכשנים הקדמוניות ומה גם אפילו כהיום אי אפשר להביא ראיה מהבחירות שהשתתפו בה בחורים וגם נשים שאינן מכריע רק ע"פ חוקי המדינה ולא על חוקי התורה, ואדרבה כל אחד מצד השני הם מוכנים עד היום הזה לסדר בחירות באופן שהיתה במאנטריאל שכל אחד ראה אז מי הם הרוב ומי המועט  

דו ביסט נישט ראוי בכלל צו זיין א תושב אין קרית יואל, די מייסד הקריה רבינו הקדוש זי"ע האט נישט געלאזט וואוינען א משפחה וואו מ'רעדט די טמא'נע עיברית,

מהיכן דנתנו, זה תורה חדשה, אדרבא הן הן גברותיו, שאדם גדול הוא, שנשא אשה ממשפחת האגודאים, ועמד בצדקו, הוא וכל בניו ויוצאי חלציו הולכים בשיטת רבינו בלי שום שינו זוז כ"ש,
 
 

הוא אשר דברנו, עמד בצדקו מ'רעדט ווייטער עיברית.. און דאס איז בכלל נישט קיין תורה חדשה.. און טאקע דאס איז די חורבן איז אז זי רופט זיך סאטמארע רעבעצין, אזא שטוב פארנעמט נישט קיין ארט אין דעם הייליגן שטעטל  

זיי יא מוותר און גיי דיר מיט דיין פרוי לחיים ולשלום דארט ווי עטס באלאנגטס    

ורוב בני העיר קוראים בקול רם שמקומו של רב אהרן הוא בקרית יואל על כס הרבנות, ואחרי רבים להטות

רבינו ז"ל למד אותנו שאין מקבלין טענה זו, זהו מה השהמציאו הציונים ימ"ש בעת הקמת המדינה 

סקאטמאלען » 7/3/2010 05:44

זיכער קען א דיין חוזר זיין פון זיין אייגן פסק, אבער נאר אויב דער מציאות טוישט זיך, ווי למשל אויב סאטמאר איז געווען קעגן קלויזנבורגער ז"ל, שפעטער ווען דער קלויזנבורגער רבי איז נסתלק און מ'רעדט פון זיינע קינדער מיט איידעלע כאראקטערס איז נישטא קיין סיבה זיך ווייטער צו קריגן, אדער אויב למשל דער בעלזער רבי האט מחליט געווען זיך איבער צי בעטן מיטן דברי יואל לפי כבודו אין זאגט חטאתי עוותי פשעתי, איז אין לך דבר העומד בפני תשובה, משא"כ דא, דער מציאות איז אז בני יואל פון היינט איז דער זעלבער בני יואל פון אמאל, די זעלבע מורדים ופורשים, זיי האבן קיינמאל נישט חוזר געווען מדרכם הרעה, זיי זענען ווייטער עמדם במרדם, נאך עד היום זענען זיי מחרף ומגדף דעם ברך משה מיט זילזולים, זיי זענען נישט מכיר אין די הנהגה פון ברך משה, נו, ווי איז דער היתר פאר די הייטיגע דיינים צו מבטל זיין דער פסק פון דעם ברך משה אין די ביד"צ בירושלים, אזוי לאנג מ'רעדט פון פונקטליך די זעלבע גע'אסרטע קהלה וואס עדיין עומדים במרדם.

ר' געציל האט באמת נישט צופיל וואס זיך מסביר צו זיין ס'איז זייער גרינג צו פארשטיין, קהילות בני יואל ודומיהם [קהילות רז"ל] איז לכו"ע לכתחלה געווען אסור ע"פ פסקו של הברך משה והבי"ד בירושלים, און פארוואס עפעס זאל זיך עס טוישן? צוליב א הוקופ פון מיאמי?


תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 07/03/2010 05:45:18

כלהנערים » 7/3/2010 06:40

יעדע קהלה נפרדה אין די היסטאריע האט געהאט אוסרים דער מנחת יצחק ובית דינו האט נישט געבראכן רעקארד מיטן אסרן בני יואל און בני יואל האט נישט געבראכן רעקארד מיטן אינגנארן זיין איסור, ס'איז א דערהערטע זאך קהל בני יואל איז נישט אנגענומען אין די וועלט אלס א פסולע מוסד, יעדער האלט מיט וואס דא טוט זיך, יעדער ווייסט דאס ס'איז נישט קיין נייעס, זייט מתן תורה איז געווען זה בונה וזה סותר זה אוסר וזה מתיר, דער מנחת יצחק האט געאסרט בני יואל, נו, די תורה שטעלט זיך נישט אפ ביים אוסר.

כלהנערים » 7/3/2010 07:09

יוסף וואלדמאן אין די סיקסטי מיניטס האט נישט גענוצט אזא געמיינעם שפראך אויפן ברך משה ווי דער קלויזענבורגער אויפן רבין, יעדער ווייסט זיינע אויסדרוקן אויפן רבין ואכמ"ל,

יעצט וויאזוי ארבעט עס ווער קען יא פאלן צום פיס און ווער נישט?? נאך בחייו פונעם ברך משה האט יוסל וואלדמאן זיך איבערגעבעטן ער האט נאר נישט געפעסט די פראבעישן, אבער אז ער קומט יעצט צוריק און איז דערווייל וואויל, דארף מען אים ענדערש צוריקקאפען ווי דער קלויזענבורגער?

ס'איז דאך הא בהא תליא ר' זלמן לייב איז א שגץ ווייל ער טאנצט מיט יוסל וואלדמאן, נו,פארוואס דא קען מען  נישט נוצן דעם 'איבערבעטן' געשעפט וועט אלעס זיין מסודר?
 
סקאט ביסט א גוטע בעל הסבר זיי מסביר וויאזוי ס'ארבעט

נפל » 7/3/2010 20:19

איז דען דא א הווא אמינא אז בני יואל וועט נישט חתונה מאכן אינם נייעם זאל? איז דען דא א הווא אמינא אז די זאליס וועלן נישט בויען ווייטער זייער אייגענע זאל? זיכער אז נישט! בני יואל וועט ווייטער חתונה מאכן אין זייער זאל און די זאלי'ס וועלן ווייטער בויען און דערנאך חתונה מאכן אין זייער זאל!

דאס מיינט אז אין "איין" דור פון היינט זענען "האלב" פון די קרית יואלער אינגווערג (די וואס שטייען אויף שידוכים) לשיטת האהרוינים פסולים! (עס איז איבריג זיך צו טענה'ן אויף די "פונקליכע נומערן" רופן קען מען דאס זיכער "האלב").

א.   האט ר"ת אזוי געהאלטן "בנידון דידון"? ווען עס איז דא אין שטאט א באזונדערע קהלה? אדער האט ער גערעדט פון יחודים יוצאים מן הכלל? האט ער אזוי מתקן געווען וועגן מלחמות צווישן קהלות אדער א גדר קעגן מסדרי קידושין וואס קענען נישט די הלכות? איז געווען א הווא אמינא ר"ת זאל פסלן "האלב" אידענטום (מדקדקום בקלה כבחמורה, ערליכע אידן) וועגן טענות צווישן קהלות? אדער האט ר"ת אזוי געהאלטן לגבי גודר זיין אז עס זאל נישט זיין א הפקרות בעניני קידושין עס זאל נישט מסדר קידושין זיין נאר א רב וואס איז בקי בטוב גיטן וקידושין?

ב.   דאס איז קלאר אז א "מרא דאתרא" איז נישט "מחוייב" צו זיין דער מסדר קידושין! עס איז נישט דא קיין שום פוסק וואס האט געהאלטן אז דער "מרא דאתרא" מיז מסדר קידושין זיין. סך הכל האט מען איינגעפירט אז א מרא דאתרא קען אפהאלטן אנדערע פון מסדר קידושין זיין כדי צו קענען הלאטן "כשרות המשפחות" אינטער קאנטראל! דער מרא דאתרא קען אויך שטעלן א פארטרעטער (לדוגמא אין קרית יואל ווי ר' אהרן האלט אז ער האט די אויסשלוסליכע כח אויף סידור קידושין אף על פי כן איז ר' געציל דער דיין מסדר קידושין). אזוי איז ר' אהרן אויך בכח צו מאכן א שווייג און לאזן סיי וועם מסדר קידושין זיין, ער איז אפילו בכוח צו זאגן אז ער איז מסכים אויף געוויסע רבנים. למעשה פירט ער א בלינדע מלחמה אז יעדער זאל ניצן דווקא אים אדער זיין פארטרעטער אין דעם איז אויך אריינגערעכנט זיינע שונאים און אינדעם איז אויך אריינגערעכנט אלע ערליכע אידן וואס ווילן אים דווקא נישט ווייל זיי הלאטן אז ער איז נישט ראוי צו זיין א מסדר קידושין.

סך הכל מאכט ער יעצט "דעם זעלבן טעות" וואס ער האט געמאכט ביי די הכתרה פון ר' זלמן לייב אלס וויליאמסבורגע רב. ווען עז זאל זיך דאן צושטעלן און העלפן דעם ברידער וועלט ער היינט געווען דער אויסשלוסליכער רבי אין סאטמאר און ר' זלמן לייב וועלט געווען אין וו"ב בערך וואס זיין שוואגער בעריש מייזליש איז אין ב"פ"... ר' אהרן וואלט געקענט זיך ווייטער האלטן מיט זיין "כח" אויף סידור קידושין און פונקט ווי ער איז "מסכים" אז ר' געציל זאל מסדר קידושין זיין וואלט ער געקענט "מסכים" זיין אז שארמאשער רב, טשאטער רב און ר' זלמן לייב זאלן מסדר קידושין זיין ביי חתונות פון בני יואל אדער זאלי'ס, און אפהלאטן דרויסענדיגע רבנים פון מסדר קידושין זיין דארט, אזוי וואלט ער געהאט מער טשענס אויסצופירן. יעצט שיסט ער זיך אין די פיס, אמת אויפן מינוט קומען נישט קיין פרעדמעד רבנים אבער ביז עטליכע יאר וועלן זיי יא קומען. (פונקט אזוי ווי שאפראנער רב דאווענט היינט אין די רבצינס שול, אמאל נאכן איסור וואלט ער נישט אריין דארט, היינט יא).

לפי זה פרעג איך נאכאמאל איבער מיין קשיא. איך מיין אז יעצט וועט סקאטמאלען בעסער פארשטיין די קשיא


--


1.   דער בלאט האט אויפגעהערט מפרסם זיין די נעמען פון די כלה'ס. אנשטאד עדווערטייזן זיי נאר די נעמען פון די רבנים מסדרי הקידושין.
2.   די פנקס האטליין האט אפגעפייגערט עס האלט שוין ביים דריטן טעלעפון נומער אבער די דריטע חתונה האבן זיי נאכנישט "אנגעיאגט" אריינצולייגן, נאכדעם וואס די ערשטע צוויי האבן זיי ארויפגעלייגט תיכף נאך די חופה.

עס זעט אויס ווי די אהרוינישע פירער האבן זיך ענדליך געכאפט אז זיי זענען ארויפגעקראכן אויף צו א הויכע בוים און זיכן די וועג אראפ.

און דאס צייגט אז זיי האבן נישט באמת א פראבלעם מיט די כשרות פון די משפחות ווייל אויב יא פארוואס האבן זיי אויפגעהערט עדווערטייזן די משפחות? פארוואס עדווערטייזן זיי די נעמען פון די מסדרי קידושין? אויף אפצוהלאטן "ערליכע איד" פון זיך משדך זיין מיט "פסולים" דארף מען עדווערטייזן דווקא די משפחות נישט די רבנים המסדרים. דאס צייגט אז זיי מיינען נישט "כשרות המשפחות נאר דווקא א כבוד מערכה".

איך האב שוין לאנג א שאלה וואס זיצט נאך דערווייל בלי פטרון:

דאס איז זיכער אז בני יואל'ע אדער זאלי'ס און לכאורה אויך תו"א טאהש ספינקא וכו' די אלע וואס האבן בתי מדרשים אין קרית יואל וועלן זיך נישט אפהאלטן פון חתונה מאכן ביי בני יואל אויב ווילן זיי נישט ר' אהרן זאל זיין די מסדר קידושין. לדעת די וואס מאכן דארט חתונה איז דאס קיין פראבלעם. די פראבלעם איז נאר לדעת ר' אהרן. אויב אזוי איז זיכער אז ביז עטליכע יאר וועלן וואוינען אין קרית יואל "טויזענטער" פסולע קינדער! א קורצע חשבון פון 10 משפחות וואס מאכן דארט חתונה (עס האלט שוין ביי דריי) מיינט ביז עטליכע יאר 100 קינדער (בערך 10 פער משפחה). 100 חתונות מיינט שוין "טויזענט" קינדער! דאס איז א זאך וואס ר' אהרן קען בשום אין אופן נישט אפהלאטן.

אויב אזוי ווי נעמט ר' אהרן אויף זיך די אחריות? (פארשטייט זיך לדעתו אז עס איז דא א פראבלעם בכלל). פארוואס אין אזא פאל זאל ער נישט זאגן בפה מלא "אין בין מוותר"? אזוי ווי די גמרא זאגט אין מסכת יבמות (דף סה ע"ב), אמר רבי אילעא משום רבי אלעזר בן רבי שמעון, כשם שמצוה על אדם לומר דבר הנשמע כך מצוה על אדם שלא לומר דבר שלא נשמע

דאס איז אמאל זיכער אז דער עולם וועט זיך נישט אפהלאטן, ווי נעמט ער די אחריות פון (לדעתו) "טויזענטער" פסולים? איז דען נישט מער אויסגעהאלטן כלפי שמים "מוותר" צו זיין?

די שאלה איז שטארק פאר זיך און איך ווארט אויף א גוטע תשובה.

חוץ מזה איז דאס לכאורה די בעסטע וועג פאר ר' אהרן ארויס פון דעם פלאנטער. "רבותי מיר האבן געטון וואס מיר קענען מיר האבן יוצא געווען, היות זיי זענען עומדים במרדם בין איך מוותר און דערמיט פארמינער איך טויזענטער פסולים איך טו דאס כלפי שמים" אפשר וועט אים מיט אזא מהלך אויך געלונגען אפצו-ווישן אביסל פון די שמוץ וואס האט זיך אנגעזאמלט לעצטנס.

 




תוקן על ידי נפל ב- 07/03/2010 20:38:47

KJ » 7/3/2010 20:31

כל הנערים, סאיז שוין פיל מאל געווארען ארויפגעברענגט אז "דער מנחת יצחק זצ"ל האט קיינמאל נישט אונטערגעשריבען קעגען בני יואל, ליידער ווען דער קול קורא איז ארויסגעקומען איז דער מנחת יצחק געלעגען על ערש דוי, ער איז שוין נישט געווען ביכולת דאס אונטער צו שרייבן, דעריבער קענסטו אויפזוכן א אנדערע משל, אפשר פון "מאשין מצות".

סקאטמאלען » 8/3/2010 04:11

כלפי שמיא, איז לכאורה גענוג גוט אז ער זאגט יעדע נאכט, הריני מוחל...ולא יענש שום אדם בסיבתי...מעגליך טאקע אז בינו לבין עצמו איז ער טאקע מוותר, און ער מוז עס נישט מפרסם, שלא יהא חוטא נשכר, ולא יהא תורות ר"ת והקדמונים כחוכא וטלולא, אזוי איז אלעס מסודר, קיין ממזרים איז נישטא, און די פורצי גדר ברויכן ווייטער א כפרה בינו לבין קונם.

דער_אקס » 8/3/2010 04:19

KJ כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
כל הנערים, סאיז שוין פיל מאל געווארען ארויפגעברענגט אז "דער מנחת יצחק זצ"ל האט קיינמאל נישט אונטערגעשריבען קעגען בני יואל, ליידער ווען דער קול קורא איז ארויסגעקומען איז דער מנחת יצחק געלעגען על ערש דוי, ער איז שוין נישט געווען ביכולת דאס אונטער צו שרייבן, דעריבער קענסטו אויפזוכן א אנדערע משל, אפשר פון "מאשין מצות".

 
אין נאך מער אינזער חבר מרץ סקאט. זאגט דאך אייביג אז מקען זיך נישט רעכענען מיט איינעם'ס מיינונג אויף דער עלטער

סקאטמאלען » 8/3/2010 04:32

דער_אקס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
כל הנערים, סאיז שוין פיל מאל געווארען ארויפגעברענגט אז "דער מנחת יצחק זצ"ל האט קיינמאל נישט אונטערגעשריבען קעגען בני יואל, ליידער ווען דער קול קורא איז ארויסגעקומען איז דער מנחת יצחק געלעגען על ערש דוי, ער איז שוין נישט געווען ביכולת דאס אונטער צו שרייבן, דעריבער קענסטו אויפזוכן א אנדערע משל, אפשר פון "מאשין מצות".
 
אין נאך מער אינזער חבר מרץ סקאט. זאגט דאך אייביג אז מקען זיך נישט רעכענען מיט איינעם'ס מיינונג אויף דער עלטער


אונזער חבר מר. סקאט האט דאס קיינמאל געזאגט,

מיט דאנק

סקאטמאלען

FiveBoro » 8/3/2010 04:32

האמיר דא נאך צוויי ניק'ס וועלכע נעמען אן אז דער איסור אויף בני יואל\סאסמאן איז נישט נשתנה געווארן.

דער_אקס » 8/3/2010 04:43

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

 
אין נאך מער אינזער חבר מרץ סקאט. זאגט דאך אייביג אז מקען זיך נישט רעכענען מיט איינעם'ס מיינונג אויף דער עלטער

אונזער חבר מר. סקאט האט דאס קיינמאל געזאגט,

מיט דאנק

סקאטמאלען



איך וועל דיר אראפ ברענגען אביסל ווי די זאגסט יא דעס

אין דאס איז די לשון פין סקאט
"רצון פון ברך משה? גיי ווייס,

דאס איז כו"ע מודה איז ביז די 85 יאר איז זיין רצון געווען פונקט קאפויער, וואסי געווען נאכדעם איז פארנעפלטע מעשיות אין בעסטן פאל"

אין נאך אביסל פין די פעדער פין סקאט (איך רעדט נישט פין דע זילזול אויף רבי מיט וואס זיינע ווערטער גערעניצן זיך)

וואס?? ביסטו אינגאנצן מכחיש אז דער ברך משה איז נישט געווען אין די פעדערן סוף ימיו





סקאטמאלען » 8/3/2010 05:43

יא יא גערעכט, דאס האב איך טאקע געזאגט, און טאקע נישט וויזוי איר זאגט,

דער חילוק איז כרחוק מזרח ממערב


מיט דאנק,

סקאטמאלען

כלהנערים » 8/3/2010 22:26

דע תירוץ 'עלטער' איז נישט קיין ארטיקל מיינע חברים, אפילו א שכיב מרע וואס קען נאר ארויסזאגן הן הן לאו לאו נעמט מען אויך אן להלכה אלע זיינע ווערטער אפילו ס'איז פארקערט ווי ער האט אייביג געזאגט קוק אריין אין שו"ע הלכות ירושה,

איך וויל נאר סתם מברר זיין דעם איסור אויף בני יואל, כ'האב שוין אנגעהויבן צו רעדן ס'טוט מיר לייט מ'אינגנארט מיר, כ'וועל עס איבערזאגן אביסל ברייטער,

איך האב גיהערט ס'דא א איסור פונעם מנחת יצחק ובית דינו בין איך געגאנגען נאכקוקן אין שו"ת מנחת יצחק כ'האב דורכגעמישט איינמאל און צוויימאל אבער כ'האב נישט זוכה געווען,

כ'האב אריינגעקוקט אין שו"ת חת"ס האב איך געטראפן אויף עטליכע פלעצער ווי ער אסר'ט א קהילה, כ'האב אריינגעקוקט אין שו"ת דברי חיים האב איך געטראפן ווי ער אסר'ט מאשין מצות כ'האב אריינגעקוקט און שו"ת דברי יואל און אין ויואל משה האב איך געזען גאנצעטע בירורים ווי ער אסרט א מדינה, אבער דעס איז זייער מאדנע מ'זאגט נאך אויף א פוסק אז ער האט געאסרט א געוויסע זאך און מ'קוקט אריין אין זיינע תשובה ספרים זעט מען נישט לא מניה ולא מקצתיה,
 
ס'מוז זיין אז דע איסור פון וואס מ'רעדט איז די קול קורא, א שטייגער ווי א קול קורא אז מ'זאל אריינקאלן שתדל'ן וועגן גראסמאן אדער א קול קורא מ'זאל גיין צו א פראטעסט וכדו' יעצט ברויך מען פארשטיין פון וואסערע איסור מ'רעדט דא,

ס'איז א שטיקל חילוק נישט קיין גרויסע, א איסור וואס ווערט געברענגט אין א תשובה ספר מיט א גאנצע בירור, אדער א איסור וואס בי"ד גיט ארויס נאכן הערן 2 צדדים, אדער איז דא אזוי ווי דער איסור אויף בני יואל וואס באשטייט פון א קול קורא,

 ס'איז נישט דא קיין שום מקום צו זאגן אז די קול קורא וואס מ'האט בשעתו ארויסגעגעבן איז בתוקפו עד שיבוא אליהו, מ'דארף נישט מער ווי דעם אז ר' משה ארי' ז"ל וואס האט כידוע שטארק מקרב געווען די בני יואלע ציבור, ווי אויך גדולי תורה אין חו"ל ווי כ"ק אדמו"ר מקאשוי ז"ל וואס איז ווי באקאנט געווען א שטארקע חסיד פון סאטמאר רב, ער ברענגט אים אסאך אין זיין ספר ברכות שמים, האט כידוע אויך שטארק מקרב געווען די בני יואל, מאנטאווידעא רב ז"ל וואס פלעגט בכלל פירן אלע שאלות אין די בני יואלע קהילה, ווי אויך החיים איתנו דער קאלעסבורגער רב שליט"א אזוי קען מען אויסרעכענען א לאנגע ליסט, אדמורי''ם רבנים וואס זענען מדקדק בקלה כבחמורה, האבן מקרב געווען און געשטיצט מוסדות בני יואל,

ס'איז אמת אז א בי"ד קטן קען נישט מבטל זיין א פסק דין פון א בי"ד גדול, און דעס איז די טעות פון די וואס שרייען אז מ'איז עובר אויפן איסור קיינער קען דאס נישט מבטל זיין, מ'קען דאס נישט מבטל זיין אבער מ'קען מחלק זיין, נישט א יחיד אבער א פוסק יא מ'קען אסאך טרעפן אין תשובה ספרים ווי מ'איז מחלק אסאך הלכות אין שו"ע ווערן מבואר אין די פוסקים מ'קען אסאך מאל איבערדרייען א הלכה מקצה אל קצה און מ'רעדט פון א בפירוש'ן מחבר, כש"כ דא ווען דער גאנצער איסור איז מיוסד אויף א קול קורא און ווען מ'געט א קוק פון וואסערע קהילה מ'רעדט דא א קהילה פון גאטספארכטיגע אידן זיי האבן נאך נישט משנה געווען קיין קיצו של יו"ד פון וואס רבינו הק' מייסד הקהלה האט אונז געלערנט, זיי גייען מיטן כלל פון חתם סופר וואס ער האט געזאגט אויף די מתחדשים אין זיין דור, "חדש אסור מן התורה" און מיט דעם וועלן זיי אקעגן גיין קעגן רבינו לעתיד לבוא, מ'וועט אים קענען איבערגעבן צוריק דעם פקדון אזוי ווי ער האט עס אונז איבערגעגעבן מיט די זעלבע מצות, מיט די זעלבע פלייש, מיט די זעלבע חינוך אן קיין סקולערע פראגראמען, אלעס אזוי ווי ער האט אונז גילערנט, און הערשט דעמאלט וועט מען זען וועם דער מנחת יצחק האט געמיינט מיט זיין איסור !     

FiveBoro » 8/3/2010 23:36

כלהנערים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דע תירוץ 'עלטער' איז נישט קיין ארטיקל מיינע חברים, אפילו א שכיב מרע וואס קען נאר ארויסזאגן הן הן לאו לאו נעמט מען אויך אן להלכה אלע זיינע ווערטער אפילו ס'איז פארקערט ווי ער האט אייביג געזאגט קוק אריין אין שו"ע הלכות ירושה,

אין "דער איד" איז די וואך געווען א בירור פארקערט ווי דיר (ביי די ארטיקל וועגן די קאטשקעס). די אינטערנעט-רב שרייבט דארט אויף איינע פון די פוסקים וועלכע האבן מתיר געווען די מוסקאווי קאטשקעס, אז ער איז שוין דאן געווען העכער די ניינציג און מ'קען נישט אננעמען זיין פסק.

עיי"ש ודפח"ח... (אויב מעגליך ברענג אויך א קאַפי, וירא הקהל)

נפל » 8/3/2010 23:41

Boro מיט די אלע טענות קעגן בני יואל, בפרט מיט די טענות כאילו כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר וו"ב וואלט געדארפט ממשיך זיין די מערכה פון אדמו"ר מק"י מאכט איר אליינס גרעסער די קשיא היתכן אדמו"ר מק"י חנפה'ט אדמו"ר מבעלזא!

בפרט ווען כמעט אלע אין בני יואל האבן שוין היינט זיך איבערגעבעטן מיטן ברך משה און געווען אויפן קבר אויב נישט 10 מאל דאן 50 מאל, משא"כ דער בעלזער!

אבער לאמיר נישט פארקריכן, וואס איז פשט אז איר האט אנגעהויבן פירן א מערכה קעגן די רבנים מסדרי הקידושין במקום מפרסם זיין די נעמען פון די משפחות פון וועם מען דארף זיך (לשיטתכם) אכטונג געבן?

FiveBoro » 8/3/2010 23:52

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

בפרט ווען כמעט אלע אין בני יואל האבן שוין היינט זיך איבערגעבעטן מיטן ברך משה און געווען אויפן קבר אויב נישט 10 מאל דאן 50 מאל


הייסט דאס אז דער זאלי וואס האט מיר נאכגעשריגן אפאר וואכן צוריק: "די פסולע משפחה אהרן טייטלבוים פון קרית יואל בן משה טייטלבוים פון סקאנעמאנק דארף מען ארויסווארפן פון קרית יואל" איז א ארויסגעפאלענער...

הער איך. (איך האף אז דו אליין גלייבסט נישט דיינע ווערטער)

נפל » 8/3/2010 23:55

עס זעט מיר נישט אויס אז די האסט אפגעפרעגט וואס איך האב געשריבן אויך נישט גענטפערט אויף וואס איך האב געשריבן, וואס ווילסטו, סתם פארדרייען די שמעוס?

סקאטמאלען » 9/3/2010 00:34

כלהנערים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דע תירוץ 'עלטער' איז נישט קיין ארטיקל מיינע חברים, אפילו א שכיב מרע וואס קען נאר ארויסזאגן הן הן לאו לאו נעמט מען אויך אן להלכה אלע זיינע ווערטער אפילו ס'איז פארקערט ווי ער האט אייביג געזאגט קוק אריין אין שו"ע הלכות ירושה,

קענסט אפשר אויך נאכקוקן פאר מיר דארט אין הל' ירושה, וואס דער דין איז ווען דער אלטער איז קאנטראלירט מיט גבאים מיט אן אגענדע און לאזן נישט צו קיין שום מענטש וואס שטימט נישט מיט זיי, און קוק אויך נאך צו א הוק-אפ איז נאמן, און צו מען דארף גלייבן אלעס וואס דער גבאי זאגט,

איך וויל נאר סתם מברר זיין דעם איסור אויף בני יואל, כ'האב שוין אנגעהויבן צו רעדן ס'טוט מיר לייט מ'אינגנארט מיר, כ'וועל עס איבערזאגן אביסל ברייטער,

איך האב גיהערט ס'דא א איסור פונעם מנחת יצחק ובית דינו בין איך געגאנגען נאכקוקן אין שו"ת מנחת יצחק כ'האב דורכגעמישט איינמאל און צוויימאל אבער כ'האב נישט זוכה געווען,

כ'האב אריינגעקוקט אין שו"ת חת"ס האב איך געטראפן אויף עטליכע פלעצער ווי ער אסר'ט א קהילה, כ'האב אריינגעקוקט אין שו"ת דברי חיים האב איך געטראפן ווי ער אסר'ט מאשין מצות כ'האב אריינגעקוקט און שו"ת דברי יואל און אין ויואל משה האב איך געזען גאנצעטע בירורים ווי ער אסרט א מדינה, אבער דעס איז זייער מאדנע מ'זאגט נאך אויף א פוסק אז ער האט געאסרט א געוויסע זאך און מ'קוקט אריין אין זיינע תשובה ספרים זעט מען נישט לא מניה ולא מקצתיה,
 
א נייע סברה, איך האב יעצט געזוכט איך האב אויך נישט געפינען די איסור קעגן בעלזא.

ס'מוז זיין אז דע איסור פון וואס מ'רעדט איז די קול קורא, א שטייגער ווי א קול קורא אז מ'זאל אריינקאלן שתדל'ן וועגן גראסמאן אדער א קול קורא מ'זאל גיין צו א פראטעסט וכדו' יעצט ברויך מען פארשטיין פון וואסערע איסור מ'רעדט דא,

ס'איז א שטיקל חילוק נישט קיין גרויסע, א איסור וואס ווערט געברענגט אין א תשובה ספר מיט א גאנצע בירור, אדער א איסור וואס בי"ד גיט ארויס נאכן הערן 2 צדדים, אדער איז דא אזוי ווי דער איסור אויף בני יואל וואס באשטייט פון א קול קורא,

 ס'איז נישט דא קיין שום מקום צו זאגן אז די קול קורא וואס מ'האט בשעתו ארויסגעגעבן איז בתוקפו עד שיבוא אליהו,

פארוואס נישט? בשלמא אויב דו אידן זענען חוזר מדרכם הרעה, פארשטיי איך, אבער סתם אזוי, מה נשתנה?

מ'דארף נישט מער ווי דעם אז ר' משה ארי' ז"ל וואס האט כידוע שטארק מקרב געווען די בני יואלע ציבור, ווי אויך גדולי תורה אין חו"ל ווי כ"ק אדמו"ר מקאשוי ז"ל וואס איז ווי באקאנט געווען א שטארקע חסיד פון סאטמאר רב, ער ברענגט אים אסאך אין זיין ספר ברכות שמים, האט כידוע אויך שטארק מקרב געווען די בני יואל, מאנטאווידעא רב ז"ל וואס פלעגט בכלל פירן אלע שאלות אין די בני יואלע קהילה, ווי אויך החיים איתנו דער קאלעסבורגער רב שליט"א אזוי קען מען אויסרעכענען א לאנגע ליסט, אדמורי''ם רבנים וואס זענען מדקדק בקלה כבחמורה, האבן מקרב געווען און געשטיצט מוסדות בני יואל,

אין משגיחין ב'גאסן מעשיות

ס'איז אמת אז א בי"ד קטן קען נישט מבטל זיין א פסק דין פון א בי"ד גדול, און דעס איז די טעות פון די וואס שרייען אז מ'איז עובר אויפן איסור קיינער קען דאס נישט מבטל זיין, מ'קען דאס נישט מבטל זיין אבער מ'קען מחלק זיין, נישט א יחיד אבער א פוסק יא מ'קען אסאך טרעפן אין תשובה ספרים ווי מ'איז מחלק אסאך הלכות אין שו"ע ווערן מבואר אין די פוסקים מ'קען אסאך מאל איבערדרייען א הלכה מקצה אל קצה און מ'רעדט פון א בפירוש'ן מחבר, כש"כ דא ווען דער גאנצער איסור איז מיוסד אויף א קול קורא און ווען מ'געט א קוק פון וואסערע קהילה מ'רעדט דא א קהילה פון גאטספארכטיגע אידן זיי האבן נאך נישט משנה געווען קיין קיצו של יו"ד פון וואס רבינו הק' מייסד הקהלה האט אונז געלערנט,

די מיינסט עפעס אז די בעלזע אידן זענען עפעס משומדים.

זיי גייען מיטן כלל פון חתם סופר וואס ער האט געזאגט אויף די מתחדשים אין זיין דור, "חדש אסור מן התורה" און מיט דעם וועלן זיי אקעגן גיין קעגן רבינו לעתיד לבוא, מ'וועט אים קענען איבערגעבן צוריק דעם פקדון אזוי ווי ער האט עס אונז איבערגעגעבן מיט די זעלבע מצות, מיט די זעלבע פלייש, מיט די זעלבע חינוך אן קיין סקולערע פראגראמען, אלעס אזוי ווי ער האט אונז גילערנט, און הערשט דעמאלט וועט מען זען וועם דער מנחת יצחק האט געמיינט מיט זיין איסור !

בעת דער מנחת יצחק האט זיי גע'אסרט האבן זיי געהאט די זעלבע ענינים וואס די רעכנסט דא אויס, און כ"ז די בני יואל מצדם טוישן זיך נישט איז דער איסור בתקפו עד שיבא אליהו, איים סארי איי קענט העלפ יו.



 

נפל » 9/3/2010 00:42

זעעט אויס אז ווען עס איז אומבאקוועם צו רעדן וועגן די סידור קידושין U TURN נעמט ער זיך רעדן וועגן די בעלזא U TURN

כלהנערים » 9/3/2010 03:23

סקאט כ'האב נישט געטראפן אין הל' ירושה וואס די הלכה ווען מ'איז ארומגענומען מיט גבאים, און איך האב טאקע נישט גערעדט פון דעם פאל, כ'האב גערעדט לגבי די חתימה פונעם מנחת יצחק ז"ל, ועוד חזון למועד אין דע סובזשעקט,

האסט נישט געטראפן איסור אויף בעלז מסכים, מ'וועל מיר עקסטער דיסקאסען די חילוק פון זיך אפטיילן פון מענטשן וואס מיר זעמיר אינאיינעם געזיצן אויף איין באנק ביי די של"ש תורות, ווי זיך אפטיילן פון מענטשן וואס האבן אייביג באררעדט און באררעדן נאך אלס אונזער רבין שוין נאכן איבערבעטן גיי אריין אין זייער קאווע שטיבל..

בני יואל האט טאקע נישט חוזר געווען ווייל ס'איז נישטא פון וואס, דע איסור האט מען געמאכט אויף דע נייע חדר פון 6 קינדער וואס אויבן אויף האט דאס אויסגעזען ווי א סכנה פאר די גאנצע ארבעט וואס רבינו הק' האט אריינגעלייגט אין אינז, למעשה שטעלט זיך ארויס אז אויב איז דא איינער וואס גייט נאך אינעם רבין'ס דרך איז דאס 'בני יואל' במילא איז דער גאנצער חשש מעיקרא נישט רעלאווענט

ביטע עקספלעין וועלעכע חלק דו מיינסט 'גאסן מעשיות' איך פארשטיי נישט מיט רמזים

איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז די פראבלעם מיט בעלז איז ווייל זיי זענען משומדים

 

סקאטמאלען » 9/3/2010 05:17

איך וועל דיר זאגן גאר קורץ,

דער איסור פון בני יואל איז דער זעלבער קאטעגאריע ווי דער איסור קעגן בעלז, דער בעלזער רבי האט 30 יאר צוריק איינמאל פוער פיו געווען, ביי א געוויסער מוצאי שמח"ת קעגן דעם ערשטן סאטמארער רבי דער דברי יואל, ווידער בני יואל זענען עד היום הזה  מחרף ומגדף קעגן דעם צווייטן סאטמארע רבי דער ברך משה, ערב ובוקר וצהרים, אויף א מיליאן מאל אן ערגערע פארנעם ווי דער אנטשטענדיגער בעלזער חסיד אויפן דברי יואל זצ"ל, טראץ וואס מיר ווייסן אלע אז דער דברי יואל איז געווען גרעסער ווי דער ברך משה, אבער לגבי דעם ענין איז דער חטא דער זעלבער,

נו זאג דו מיר וואו פונקטליך איז דער היתר צו מבטל זיין דעם איסור, אזוי לאנג זיי זענען ווייטער מזלזל אין די הנהגה פון דעם סאטמארע רבי זצ"ל נשיא העדה החרית?

אגב, אן אינטערסאנטע מעשה, קעגן אהרן וואסי נישטא קיין איין איינציג איסור, איז אין שלום לרשעים, מיט איהם דארף מען פירן מלחמות עד ביאת הגואל, אבער קעגן בני יואל וואס איז יא גע'אסרט דורך די גרעסטע גדולים בימיו, און זענען עודנו עומד במרדם, פארשטייסטו עפעס נישט פארוואס מ'קריגט זיך נאך.

אגוטןטאג » 9/3/2010 05:25

דער ברך משה האט אראפגענומען דעם איסור.
והפה שאסר הפה שהתיר.

די אלע רבנים האבן ארויסגעגעבן דעם איסור איז געווען געבויעט אויפן ברך משה'ס איסור, אבער וויבאלד דער ברך משה אליין האט אראפגענומען דעם איסור איז  אויטאמאטיש בטל אויך אלע אנדערע אוסרים

FiveBoro » 9/3/2010 05:27

עיין ב"דער איד" בענין מוסקאווי קאטשקעס, פוסק להדיא שאין לינקוט למעשה פסק דין של אחר התשעים.

FiveBoro » 9/3/2010 05:32

אגוטןטאג כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

די אלע רבנים האבן ארויסגעגעבן דעם איסור איז געווען געבויעט אויפן ברך משה'ס איסור,

וואו זעהסטו דאס?

[בילד – נישט אפגעהיט]

מאןדפליג » 9/3/2010 16:27

פארוואס דערמאנען זיי נישט דעם מרא דאתרא פון קרית יואל?

אגוטןטאג » 9/3/2010 16:46

"מרידה בסמכות התורה... תחת הדרכתו והנהגתו של גאון ישראל ופארו הגאון הקדוש צדיק יסוד עולם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א"...
בשעת ר' אהרן האט אנגעפירט א אייגענע מרידה בסמכות התורה קעגן זיין טאטע דעם גאון ישראל ופארו הגאון הקדוש צדיק יסוד עולם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר בעל ברך משה זצ"ל. האט דער ברך משה געגעבן רשות צו עפענען עקסטערע קהלות און מוסדות. 
ממילא איז בטל דער דער גאנצער איסור קעגן בני יואל.

נפל » 9/3/2010 18:47

האלוי? בני יואל יא אסור נישט אסור בעלזא ארויף בעלזא אראפ... קענט איר מיר ענטפערן פארוואס איר האט אויפגעהערט "מפרסם זיין" די משפחות "פסולות"? וואס איז פשט אינם U TURN?

FiveBoro » 9/3/2010 20:05

נפל, לפי ידיעתי איז היינט דא 'סטיקערס' אין די קרית יואלער גאסן מיט די נעמען פון די משפחות.

איך וועל פרובירן צו שאפן א בילד.

כלהנערים » 9/3/2010 20:12

ברוך שכוונתי, כ'האב געשריבן אז די קריאה ואזהרה איז געשריבן געווארן צוליבן חשש אז דע בני יואלערס וועלן מאכן א פירצה והירוס בחומת הקדושה שהקים רבינו הק' לשארית פליטת ישראל סבא גענוי וויאזוי עס שטייט אינעם אויבערדערמאנטן קריאה (איימעסארי 'איסור') היצטערט דארף מען צו זיין בלינד אויף ביידע אויגן צו זאגן היינט דע ווערטער אויף קהל בני יואל, ווי געשמיעסט האבן זיי ווייט נישט משנה געווען קיין זוז כל שהוא בחומת הקדושה שהקים רבינו הק' לשארית פליטת ישראל סבא, ווייטער, בנוגע וואס ער שרייבט תחת הדרכתו של כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אויף דעם איז דא סיי דער בריוו, און סיי אידן וואס זענען גרייט עדות זאגן ביי א בי"ד אז דער רבי האט סוף ימיו מוחל געווען די 'מצורעים' אז די האלסט אז דאס קומט פון די אגענדע ארום דעם רבין, דאס איז א שיינע סברא, אבער איך זאג א אנדערע סברא און דיין סברא קען נישט מחייב זיין, (ביסט דער זעלבער נוגע ווי איך) 

FiveBoro » 9/3/2010 20:35

זיי מיר מוחל, אבער דו לערנסט א שטיקל מנחת יצחק זייער קרום.

קיינער האט נישט געמיינט אז בני יואל גייט אויסרייסן דעם רבין ז"ל במעשה. זייער שרייבן די ווערטער מיינט אז זיי זעען מיט זייער דעת תורה אז דאס עפענען א אפגעטיילטע קהילה אין קרית יואל "דאס" איז א הירוס אינעם רצון און ציהל פונעם רבי'ן.
און דאס איז בתוקפו עד היום הזה.

נוטראלער » 9/3/2010 20:41

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נפל, לפי ידיעתי איז היינט דא 'סטיקערס' אין די קרית יואלער גאסן מיט די נעמען פון די משפחות.

איך וועל פרובירן צו שאפן א בילד.


נא ווי איז דער בילד
אז די ווילסט קען איך דיר געבן די נומערן פון עטליכע גראפיקער וואס וועלן דיר פאר א גיטן פרייז צושטעלן בילדער!!!

אזוי אויך ווארט איך אויף אן ענטפער פארוואס מען האט צוגעמאכט די האט ליין פון די נעמען.
עס קען דאך חלילה ארויסקומען שרעקליכע מכשולות, מען וועט זיך נאך חלילה משדך זיין מיט זיי.
שנעל, שנעל, מאך אליין אויף א האט-ליין, געדענק עס איז דא א חיוב ערבות מציל צו זיין אידן

FiveBoro » 9/3/2010 20:48

אלעס ארבעט ווי ביז היינט.

[בילד – נישט אפגעהיט]

כלהנערים » 9/3/2010 20:52

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווידער בני יואל זענען עד היום הזה  מחרף ומגדף קעגן דעם צווייטן סאטמארע רבי דער ברך משה, ערב ובוקר וצהרים,

 קען זיין דו דרייסטוך דארט מער פון מיר וועגן עם ביסטו אזוי באקאנט וואס ס'טוט זיך סא קען איך דיר נישט ענטפערן, אבער לויט מיין ידיעה האט זייט נט' זיך אויסגעדרייט די גאנצע מערכה פונעם ברך משה צו ר' אהרן ביז דאן פלעגט מען שרייען ס'דער ברך משה האט אויפגעשטעלט א פובליק סקול וכו' וכו' פון נט' און ווייטער איז די מלחמה אריבער צו ר' אהרן, ווייל מ'האט אנערקענט ווער ס'איז געווען דער כרם מתולעת, און דאס זעט מען טאקע מער און מער ערב ובוקר וצהרים, קיינער איז שוין נישט מסופק ווער ס'איז געשטאנען אונטער אלע גארביטש, און דער ברך משה האט דאס אויך געשפירט ווען ער האט באמערקט אז שארמאשער רב קומט צוריק, וואס איז געשען מיט די 'שונאים'? מענטשן וואס זייט מה' פלעגן זיי נישט אריינקומען מיט א קוויטל האבן מיטאמאל זיך צוריק אנגעהויבן זיך באווייזן, איך הק' האב מיטגעהאלטן ווי זיין פנים האט געלויכטען ווען אלטע שונאים זענען אריינגעקומען מיט א קוויטל, למשל ביי שארמאשער רב האט מען כמעט געזען טרערן ווען זיי האבן זיך געגעבן שלום, שארמאשער רב איז באמת געווען א ידיד פארן ברך משה, און דער ברך משה האט נישט געדארפט מאכן קיין שווערע קאלקולאציעס וואס ס'האט געברענגט די אוהבים (שונאים בלע"ז) זאלן אוועקלויפן פון אים, און אונז דארף מיר נישט מאכן קיין שווערע קאלקולאציעס וואס ס'האט אים געברענגט צו געבן זעלבסשטענדיגע רעכטן פאר זיינע אלטע פריינט.

איך זאג נישט אז בני יואל איז היינט נקי פון שונאים, אבער דו קענסט אויך נישט זאגן אז בני יואל איז די זעלבע ווי אמאל. 

FiveBoro » 9/3/2010 21:00

נו אויב אזוי, גיב עס נאך 20 יאר און ר' אהרן איז צוריק א צדיק. אלעס איז ר' מענדל.

ס'מאכסטעך דא צונאר?! קומסט מיט גרויסע נייעס אז אלעס האט זיך אויסגעדרייט צו ר' אהרן?? אוודאי אזוי. אז דער ברך משה איז שוין נישטא, איז נישטא מיט וועמען זיך צו קריגן אויב נישט מיט ר' אהרן. נו אוודאי איז די מערכה קעגו ר' אהרן. אבער "שנאה"?! איך קען זיך גוט מיט עטליכע בני יואלע "און אסאך זאליס", און איך הער וויאזוי זיי רעדן פונעם הייליגן ברך משה ז"ל. פאפ דיך נישט! ס'וועט דיר נישט העלפן. דער מציאות איז זייער קלאר: אלע שונאין פון סאטמאר זענען היינט ביי רז"ל, און האבן געביטן פונעם קאמפיין אז "קיינער טאר נישט פארטרעטן דעם רבי'ן ז"ל" צו "יעדער דארף [צוזאמען] פארטרעטן דעם רבי'ן ז"ל".

(א אנטשולדיגונג פאר'ן שרייבן אביסל שלא על הסדר, איך יאג מיך יעצט)

כלהנערים » 9/3/2010 21:00

בארא, איך שרייב נאך זיין לשון, און די זאגסט וואס ער האט געמיינט, ווער ווייסט אפשר ביסטו די מנחת יצחק אליין?!

כלהנערים » 9/3/2010 21:06

איימעסארי כ'האב פארגעסן חוה''מ פסח נט' איז דער רבי אלט געווארן און אראפ פון זינען, אמעסארי, פארדעם האט די בני יואלערס אים אפגעלאזט נט',
 
וטעות לעולם חוזר 

כלהנערים » 9/3/2010 21:13

כ'האב נישט געזאגט אלע אבער אסאך שונאים זענען צוריקגעקומען נט' ווען דער כרם מתולעת האט פארלוירן די מאכט, און דע זענען פארשטייטזוך אריבער צום ברודער וואס האט זיי קיינמאל נישט געטשעפעט
בלאט: 1 2