היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » U TURN אין סידור קידושין מערכה. גרינגע וועג ארויס.

U TURN אין סידור קידושין מערכה. גרינגע וועג ארויס.

73 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2763555
בלאט: 1 2

וואלןמה » 9/3/2010 22:53

דע חברה זענען גוט מסודר זיי וועלן ארומדרייען דע שמועס אלעס ארום אויסער וואס מ'פרעגט זיי,

FIVEBORO האסט ארויפגעלייגט א האטליין נאמבער, כ'וויל זאלסט מיר ארויסהעלפן וועלעכע עקסטענשן אדער וועלעכע 206 נאמבער מ'הערט די מסדר קידושין מיט די פסולים פון די לעצטע חתונה

דו ביסט א מומחה צו זען און הערן זאכן וואס קיינער קען נישט..

FiveBoro » 10/3/2010 00:20

וואלן, דו פרעגסט יעצט א "נייע" שאלה, דהיינו, פארוואס מ'הערט נישט די נעמען פון "דעי" חתונה.

ווארשיינליך האט דאס א גוטע סיבה. אבער למאי נפק"מ?
נפל האט דאך געוואלט ציען א מסקנא אז "מ'האט געמאכט א יו-טוירן!" פארשפארט די האטליינס, מ'מעלדט מער נישט קיין נעמען, וכו', ועל זה תגובתי אז אלעס גייט אן און גארנישט האט זיך נישט געביטן.

FiveBoro » 10/3/2010 00:22

נוטראלער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

נא ווי איז דער בילד

ערהאלטן איינס
[בילד – נישט אפגעהיט]

וויכטיג » 10/3/2010 00:29

ווילסטו טאקע בלויז באשטעטיגן אז דא שטייט ווייטער נישט די נעמען פון די דריטע פארפאלק? דו מאכסט זיך נאר שווערער, דו ענטפערסט נישט אויף וואס מ'פרעגט דיך שוין דא א וואך צייט...

FiveBoro » 10/3/2010 00:49

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וואלן, דו פרעגסט יעצט א "נייע" שאלה, דהיינו, פארוואס מ'הערט נישט די נעמען פון "דעי" חתונה.

ווארשיינליך האט דאס א גוטע סיבה. אבער למאי נפק"מ?
נפל האט דאך געוואלט ציען א מסקנא אז "מ'האט געמאכט א יו-טוירן!" פארשפארט די האטליינס, מ'מעלדט מער נישט קיין נעמען, וכו', ועל זה תגובתי אז אלעס גייט אן און גארנישט האט זיך נישט געביטן.

וויכטיג » 10/3/2010 01:42

אבער קיין ענטפער דערויף האסטו נאך אלס נישט געגעבן..

FiveBoro » 10/3/2010 03:07

און אויך האב איך נישט קיין ענטפער פארוואס היינט איז געווען אין מקוה אין הופער אביסל א לויליכע מקוה.
און אין קליימער איז היינט נישט געווען קיין קרן עזר צעטלעך.
און אין קרית יואל/מאנסי איז געווען זייער אסאך וואסער-פלוס'ן אין די סוער'ס.

וואלןמה » 10/3/2010 19:42

ס"ה זענען מיר ארויסגעקומען מיט בארא 3 סיבות פארוואס מ'האלט שוין ביי די 3טע האטליין נאמבער און מ'האט נאך נישט אנגעיאגט ארויפצולייגן די נייע נעמען וואס ביי די ערשטע 2 איז שוין געווען תיכף נאך די חופה (שאילת פותח האשכול)

1) דער בעלזער האט געמאכט א U-TURN מילא איז נישטא קיין פראבלעם צו שיקן שלוח מנות

2) די איסור פונעם מנחת יצחק אויף בני יואל איז נאך בתוקפו

3) אין קרית יואל/מאנסי איז היינט געווען אסאך ווסער-פלוס'ן אין די סוער'ס

אין אמת'ן איז דא א פערטע תירוץ וואס ער האט פארגעסן ארויפצולייגן

4) וויבאלד מ'הייבט שוין אן אוועקצולייגן די חלה דעקלעך אויף פסח, און די אייגענע פאטעיטע קאפ קען נישט נאכקומען. 

א_בני_יואל » 10/3/2010 20:18

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

נא ווי איז דער בילד

ערהאלטן איינס
[בילד – נישט אפגעהיט]

פארוואס טאקע די מסדר קדושין פין די דריטע חתונה שטייט אבער נישט די פארפאלק?

סקאטמאלען » 10/3/2010 20:37

וויכטיג כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אבער קיין ענטפער דערויף האסטו נאך אלס נישט געגעבן..

איך ווייס נישט, און דו ווייסט אויך נישט, דאס גאנצע וואס דו ווייסט איז ריינע שפעקולאציעס אז מסתמא איז עס א סיגנאל א זיי פלאמען צו מאכן א יו טורן פון זייער שטעלונג, ביסט ענטייטלט צו די שפעקולאציעס,

וואס מיין שפעקלאציע איז? (איך בין דאך פונקט אזוי בארעכטיגט צו מאכן שפעקולאציעס), אז ס'מיינט גארנישט, זערא, זיי האבן נישט קיין שום פלאן צו חוזר זיין פון זייער שטעלונג, קיין אינטש נישט, קען זיין אפשר זיי וועלן טוישן די טאקטיקן וויזוי זיך אומציגיין, וואס דאס איז נישט מעלה ומוריד, ס'מיטאמאל ווערד צי דעבאטירן.

כלהנערים » 10/3/2010 20:42

בני יואל, וואס איז געשען מיט דיר? האסט פארגעסן אז די נייע קאפל האט שוין איבערגעמאכט די קידושין....?

סעננדר » 10/3/2010 21:15

אויב שפוקעלאציע, פארוואזשע נישט געענפערט ביי די ערשטע תגובה.....

אזויפיל מאל זיך טענהן הין און צוריק צו הערן ס'בלויזע שפעקולאציע.......?

סקאטמאלען » 10/3/2010 21:32

קענסט מיך רופן צו די"ת

סעננדר » 10/3/2010 21:43

אה אה, ווי האט איינער דא געשריבן מ'האט שוין אוועקגעפאקט די חלה דעקלעך אויף פסח

סקאט פלעגסט ענטפערן קלוגער

סקאטמאלען » 10/3/2010 21:47

"חלה דעקל" איז טאקע א גאניאלער בליציגער ענטפער! פארוואס איז מיר דאס נישט בייגעפאלן? וואס זאל איך טאן איך בין נישט אזוי קליג ווי דיר. 

סעננדר » 10/3/2010 21:56

אקעי גירעכט, יעצט צוריק צום ענין,

סקאטמאלען » 10/3/2010 22:43

גירעכט, נחזיר לענינינו, ווי האלט מיר טאקע דא...

יא יא, האלט מיר דא אינמיטן פושט זיין אן אבעי' :

פארוואס קעגן אהרן'ען וואסי נישטא קיין איין איינציג איסור, איז אין שלום לרשעים, מיט איהם דארף מען זיך ארומרייסן לנצח נצחים, אבער קעגן בני יואל וואס איז יא גע'אסרט דורך די גרעסטע גדולים ומנהיגים בימיו, און זענען עודנו עומד במרדם, פארשטייסטו עפעס נישט פארוואס מ'קריגט זיך נאך.

נו ווער קען דא פושט זיין די הארבע אבעי' וואס דער עולם מיטשעט זיך דא אזוי.

א_בני_יואל » 10/3/2010 22:49

כלהנערים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
בני יואל, וואס איז געשען מיט דיר? האסט פארגעסן אז די נייע קאפל האט שוין איבערגעמאכט די קידושין....?

פאר דעם האט מען געלייגט פענט אויף די קאר?

וואלןמה » 11/3/2010 03:37

דע אבעי' איז שוין איטליכע מאל נתברר געווארן אין דע אשכול, היצט ברויך מען מברר זיין דעם נושא פונעם אשכל, נעמליך פארוואס לאזט מען צו אזא הארבער איסור שוין איבער א וואך צייט וואס מ'האט נאך נישט מפרסם גיווען די נעמן פון די נייע פסולע משפחה? שפוקלאציע ארויף שפוקלאציע אראפ מה יאמרו הבריות מותר אדער אסור?

דאס איז די נושא פונעם אשכול און דאס איז נאכנישט פארענפערט גיווארן

FiveBoro » 11/3/2010 03:44

סעננדר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אקעי גירעכט, יעצט צוריק צום ענין,

דו מיינסט לכאורה צום ענין פון אנהייב.

איז אזוי, דער אשכול האט א קעפל "יו טורן אין סידור קידושין מערכה - א גרינגע וועג ארויס", דאס הייסט אז די ארונים האבן געזוכט א וועג ארויס, און זיי האבן געמאכט א יו טורן.

איז אויף וואס איז דאס אויפגעבויט? האט זיך די האטליין פארשפארט? נין. האט זיך די צעטלעך אויפגעהערט? ניין. האט ר' געציל חוזר געווען? ניין. האט די וועד משמרת צוריקגעצויגן פון די פלענער אויף ווייטער? ניין.
נאר וואזשע דען? וואס האט געברענגט דעם שפוציגן קאפ צו די החלטה אז די מערכה איז אויסגעלאשן? ווייל מ'האט "נאכנישט" ארויפגעלייגט די "פרישע" נעמען.

על כגון דא נאמר: 1 + 1 = [אלע צוזאמען:] מצה טאש!

טייערע קינדער; לאזט'ס אפ די נארישקייטן, די איינציגסטע וועג צו געווינען איז ווי דער איד האט אונז געלערנט: קליפות! עמלק! סטרא אחרא! כת המולך! מוסרים! רשעים! נעלויגן! מאכילי טריפות!, און פארטיג.

וואלןמה » 11/3/2010 04:09

ס'שוין נישט פריש ס'אלט א וואך צייט, און ס'יש דברים בגו! לאז שוין אפ די נעלויגן מיט די רשעים

FiveBoro » 11/3/2010 04:36

נו לאמיר הערן דיין מיינונג, ס'פשט?

בארא » 11/3/2010 18:12

אז מ'האט גימאכט א יו טוירען, געזעהן וואסערע ליצנות מאיז אין אלע גאסען, מ'שרייט אויס "איך בין א גרויסער לאזער", און ס'פאסט שוין נישט פאר די דעפרעסטע חברה אזויפיל פלאפס אויף איינמאל,
בלאט: 1 2