ר' יושע ע"ה איז געווען א טייערער איד, נאר א קוק אויף זיין צורה האט מען יראת שמים געקענט שעפן.
ליידער די לעצטע פאר וואכן האבן זיך די זאליס ארויף געזעצט אויף ר' ישוע מיט די גרעסטע אכזריות און רציחה, און אים געבעטען אז ער זאל גיין ליגן מיט די מאנגאס ביי פאלאק.
יעקב כהנא איז געווען ביי אים פאר חנוכה, שאולי פערלשטיין מיט יודא אליזער האבן אים געמיטשעט טאג איין טאג אויס.
ווילאנג ר' יושע האט געזעהן אז ער ווערט נישט פטור פון די רוצחים, איז ער געקומען צו חברה קדישא דקהלתינו הק', ווי ער האט געשריבען א צעטיל אז ער וויל ליגן אויסדריקליך נאר אין בית החיים דקהלתינו הק', און קיינער האט נישט די רעכט איבער זיין גוף לאחר פטירתו נאר ר' שלמה שמש.
ווי אויך האט ירמי' טייטלבוים די מנהל פון די זאלי בג"ץ מוסדות שווער גערבעט אויף ר' ישוע די לעצטע חדשים.
ווייל מיט 10 יאר צוריק האט ר' יושע געשריבען א צוואה פאר ירמי' טייטלבוים אז זיין דירה וואס ער האט געהאט אין א"י, זאל גיין לאחר פטירתו פאר מוסדת יטב לב.
און זייט די זאליס און ירמי זענען געגאנגען אין בג"ץ האט ער צוריק געצויגען דערפון, און געשריבען ביי א לויער אז עס גייט צו זיין ברודער אין בני ברק, און נישט צו בג"ץ יטב לב.
ער האט געזאגט פאר ירמי אז ער וויל נישט שטיצען א מוסד וואס גייט אינעם טמא'נעם בג"ץ, ירמי' האט איינגעלייגט וועלטן די לעצטע פאר חדשים אז ר' יושע זאל עס געבן פאר יטב לב, רז"ל האט אים עטליכע מאל געקאלט און גערעדט צו אים דערוועגן, 2 מאל איז ער אריבער צו אים פרעזנדליך מיט ירמי', אבער ער האט געזאגט אז ער וויל בשום אופן נישט שטיצען א מוסד וואס גייט אין בג"ץ.