ר' געציל: כהאב נישט געוויסט פון דער מהרש"ג
איר געדענקט נאך ווען ער האט מודה געווען אז ער גיבט נישט די הכשר אויף די בית השחיטה?
גייטס אן
דע בריוו ליגט ביים היינטיגן מונקאטשער ער איז עס גרייט צו פארקויפן פאר גרויס געלט איך וואלט דיך געראטן דו זאלסט עס אפקויפן און מבער זיין מן העולם ווייל ס'הייסט אז בני יואל קויפט עס אפ און ס'גייט בקרוב ארויסקומען לאור עולם,
מ'זעט אז דו לערנסט שוין די סוגיא פון ונהפך הוא...
|
נו לאמיר זען צי מונקאטשער רבי וועט גיין מסדר קידישין זיין ביי די בני יואל, אגב איך האב א בריף פין דברי יואל ווי ער שרייבט אויף רבי אהרן והוא ישב על כסאי ויאריך ימיו על ממלכתו הוא ובניו עד ביאת גואל צדק, אין איך האלט אז איר זאלט דאס אפקויפן וייל די אהרונים וילן צאלען פאר דעם גרויס געלט אין ווען דאס קימט ארויס זענט איר פארטיג, אלזא לעטס מעיק א דיל.
|
גאלאנען ביטערניש אין הארץ עסעניש גיסט זיך פון יעדעס ווארט, אין איך פארשטיי דיך, סוף כל סוף איז דיין רבי זייער דערביטערט אז עס איז דא אין ק"י יודן וואס זעען נישט איין אז ער איז דער מרא דאתרא, אין זיין ביטערניש גיסט ער אן אלע זיינע חסידים, איטס אקעי, אבער פארוואס זאגסטו אז מיר זענען דערביטערט, מיר זענען ב"ה זייער צופרידן אין זייער בשמחה אז מיר דארפן שוין מער נישט אוועק פארען חתונה מאכן, פארוואס זאל אונז וויי טון אז מיר האבן געבויעט א זאל? ווען עס וואלט אונז וויי געטון וואלטן מיר עס נישט געבויעט, דו קוקסט אויס ווי יענער וואס האט געמאכט גרויזאמע קולות, פרעגט אים איינער מיט א רויאיגקייט, פארוואס שרייסטו? ענפערט ער: איך שריי נישט דו שרייסט, אזוי קוקן זיי אויס נעבעך.
תוקן על ידי שלעק ב- 15/02/2010 23:48:14
|
איך אגרי מיט דיר! אוואדאי האט אינזער היילגן רבי בעל ויאל משה.. געוויסט פין די מהרש''ג! אין סאיז בכלל נישט דא א מחלקה צוישען רבין זצ''ל אין צוישען די מהרש''ג! די רביןס בריוו וואס די ארונימלך.. זענען ביזי.. רעדט זיך ווען סאיז דא אין שטאט נאר איין קהילה! אין דער מהרש''ג רעדט זיך ווען סאיז דא צווי קהילות אין ער באווארענט טאקע אויך אז די גאנצע איסור איז נאר ווען סאיז דא איין קהילה אין שטאט...
סא קאט די קרעפ....
אין נאך א זאך פאר איך גיי....! אלץ גיטע חבר קענסטי מיר אפשר זאגען וואס איז געשען מיט די אלע זאלען אין ווילאמסביורג?... ויאל משה..עטרת אברהם..בית רחל... געדענקסט נאך? אז טאמער מען געבט נישט פאר די ארונים די געלט איז די קידושין נישט חל...ווייל סאיז אין א געגאנבעטע זאל..ווי לאנג האט עס אנגעהאלטען?..אזו לאנג ווי די מצה גזילה...ממילא האלט איך אז סאיז א שאד די צייט מען דארף ענק אפילו נישט ענטפערען..איך מיין אז מען דארף ענק לאזען אויס געבען ענקער ווייטאג אויף הייד פארק..אדער אין דער בלאט..אין נאכדעם וועט זיין שטיל..
|
כא..כא..כא..זיי נשט בייז..איך קען נישט אויפהערען צי לאכען...זאג נאר די אמת...וואלסטי דיך נישט געוואלט טוישען מיט מיר?
איך זאל געווינען אלע קארט קעסיס..אין די זאלסט בלייבען מיט אלע בינינים ווערט אין די עטליכע הינדרעט מיליואן דאלאר?...איין זאך קען איך דיר יא זאגען איך וואלט מיך נישט געוואלט טוישען...דיין באבען קענסטי איין רעדען אז די ביסט העפי....
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 16/02/2010 01:05:57
|
בעיסיקלי זעה איך דא א מענטש וואס איז אזוי צופרידן ווי דער ס"ם אליינס, ער האט אלעס, צען מאל האט ער אויסגערעכענט די ווארט מיר האבן, איך מיין אז ער איז ר' אהרן אליינס, עס שמעקט פון זיינע דרשות, עני וועיס, ווען איך בין בשמחה פליט נישט פון מיין מויל אזעלעכע אויסדריקן ווי שוטה שבעולם, אדער די טיפש וואס דו ביסט, סאיז אקעי, איך האב מורה אז דיי סקרין גייט באלד צושאסן ווערן פון גרויס כעס, (סאררי פון גרויס צופרידענקייט) ממילא וועל איך עס לאזן ביי דעם, איך וואלט דיר נאר געראטן זאלסט זיך פארשטעלען פאר א בני יואל, אין געבען א היטש פאר ר' געציל, אין אים אליינס פרעגן וואס ער האלט, סוועט דיר שווארץ ווערן פאר די אויגן.
אגב, האט איר טאקע גארנישט מיך אפציווענדן נאר שרייען אז איך שעלט? וואט א באנטש אוף לוזערס... אויב האט איר אלע בנינים אין וויליאמסבורג וואס האבן מיר אין קרית יואל, ? אין וואס האבן מיר אין בארא פארק? אין אויב שראבט מען דאס אין מען האט נישט וואס צי ענטפערן שרייט מען אז מע שעלט, נעבעך נעבעך, וואס א פארשפארטע קרעטשמע קען גורם זיין.
|
קוק ווי שיין גערעכטער1 האט איבער געזאגט דיין גאנצע קול סאטמאר ביילאגע און אפאר קארצע פאריגרעף,
ונשענתם שיהו דברי הבאי מחדדים בפיך, שאם ישאל. לך אדם דבר,
תוקן על ידי זמן_כפרה ב- 16/02/2010 17:39:29
|
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 16/02/2010 18:05:31
איך האב שוין געזען,
די הנאה וואס ער האט, ווען עס קומט ארויס פרישע פיינע קיען זאפט, איז אומבאשרייבלך,
וואס הייסט, ער האט אריין געלייגט גרויסע כוחות געגעבן פיינע גראז און נאך פארשידענע מינע ווייטעמינן,
און ענדליך זעט ער די פירות איז עס געשמאק,
אלזא שמואל [בילד – נישט אפגעהיט]
אבער א גרויס רחמנות איז אויף די מענטשן וואס מען מאכט זיי פאר צוויי פיסיגע קיען (בלשון פארמעגליך חלה דעקל)
ווען ער וואלט ווען געוויסט אז מען ווייסט פון די מהרש"ג וואללט ער אנדערש גערעדט
דער ר' געציל איז ידוע האט זייט די אהרוני/זלוני סאטמארע מחלוקה, נישט געגעבן קיין איין איינציגע חתימה איבער סיי וועלעכער ענין וואס האט א שייכות צו די מחלוקה, ער האט זיך געהאלטן זויבער ווי א זייף, ער האט געהאט אומצאליגע געלעגנהייטן צו באמת ארויסהעלפן די ארויניס ביי אסאך מער קריטישע ווענדפונקטן ווי דער סידור קידושין, אבער האט זיך אלס געהאלטן פעסט צו שטיין ווייט ווייט פון מחלוקת,
יעצט ביי די סידור קידושין מעשה , האלט מען זיכער שוין לאנג נישט אין געפערליכע ווענדפונקט פון די מחלוקה , די טיילונג איז שוין כתב וחתום, די זאלוינס אין בני יואל בויען אין זיך אין קרית יואל, צו מיט סידור קידושין צו אן, די גאנצע זאך בלויז א מאראלישע זאך, דאס מיינט אז אויב וואלט ר' געציל טאקע געמיינט פארטיי, וואלט ער זיך געדארפט לאזן הערן סאך פריער, ביי מצבים וואס וואלט געקענט עפעס טוישן למעשה, נישט יעצט 10 יאר שפעטער ווען די טיילונג איז פארזיגעלט אין א סידור קידושין גייט גארנישט טוישן למעשה.
נאך מער, אויב עטס האטס געליינט דער בלאט אפאר וואכן צוריק ווען זיי האבן געשריבן זייער ערשטער עדיטאריעל וועגן דעם סיכסוך נאך איידער דער ערשטער בני יואל חתונה, און איידער ר' געציל האט געהאלטן זיין דרשה, איז דער גאנצער הילוך פון יענעם עדיטאריעל געווען אז אפי' זאלן זיין טויזענעטער מענטשן וואס וועלן מסדר קידושין זיין שלא ברשות המרא דאתרא, נעמט עס נישט אוועק פונעם חומר הדבר, דאס מיינט קלאר אז דער בלאט (און איך גלייב אז יעדער ארוני) האט לכתחלה קלאר געהאלטן אז זיי גייען קיינמאל נישט קענען מונע זיין דער סידור קידושין,
וואלט דאך יעדער רעכטדענקער מענטש ווען געקלערט, אלס פארטיי אין פאליטיק אויס איז ממש סועסייד זיך צו שטעלן אויף אזא זאך, פארוואס בידים זיך אליינס אנמאכן א דורכפאל, אלס פאלטיק אויס וואלט מען געקענט זאגן, אז היות ס'איז א וואדבערי איז אלעס פיין, און זיך מער נישט וויסענדיג מאכן,
אלא מאי מוז זיין אז דער ר' געציל איז א איד וואס קוקט נישט אויף קיין פארטיי און פאליטיק, ווען ער האלט בשיטה אז מ'טיט אזאך נגד התורה וועט ער לאזן הערן חוות דעתו, אפי' ער הארגעט אוועק זיין פארטיי דערמיט.
מכל מלמדי השכלתי!
דער צוויטער פשט איז, אז דער רא"ט וואס חלשט פאר סידור קידושין ווי א קינד פאר א שטיקל פאפקארן, האט איינגעמאלדן פאר ר' געציל אז דאסמאל טאמער גייט ער נישט רעדען ווי עס דארף צו זיין, וועט ער האבן אזא סוף גענוי ווי די אנדערע סאטמערע דיינים וואס האבן אים נישט צופרידן געשטעלט, ווער עס האט אמאל חתונה געמאכט אין קרית יואל, אין ער האט געהאט איינעם וואס ער האט געוואלט מכבד מיט סידור קדושין, אין האט געפרעגט רשות פונעם רא"ט, וועט קענען עדות זאגן דערוף.
תוקן על ידי שלעק ב- 16/02/2010 20:05:58
ממילא תיובתא ד'צווייטע פשט תיובתא
1) די סידור קידושין איז פאר רא"ט דאס וויכטיגסטע זאך, זאכן וואס ער האט ביז יעצט זיך צוריק געהאלטן פון טון טוט ער יעצט יא, איקלאדינג טעראר, אין יא, אינקלאדינג צווינגן ר' געציל.
2) ער מאכט נישט די חשבון אז עס איז א פארלורענע קאמף, ער גייט מיטן קאפ אין וואנט.
סאיז בכלל נישט תיובתא
|
מהיכי תיתי? יא, איך שטעל מיך פאר אז ס'באדערט איהם,
אבער 'דאס וויכטיגסטע'? נאך 10 יאר פון א בלוטיגע מחלוקה זאל פונקט דאס זיין די וויכטיגסטע?
ס'האט קיין שום סברא.
אבער וויבאלד ער האט אויפגעטרעטן ביי א גענעראל פארזאמלונג וואס יעדער בעל שכל וועט מודה זיין אז עס איז גארנישט ווערט, ווייל ווער עס פאלגט ר' געציל'ס פסקים וועט דאך נישט טון אזא זאך, אין עס איז גענוג וואס ער לאזט הערן זיין מיינונג בכתב, אין די מענטשן וואס מאכן יא דארט חתונה וועט דאך אוודאי נישט העלפן אפילו צען גענעראל פארזאמלונגען, סוי וואס איז געוועזן דער פשט פון מאכן א גענעראל פארזאמלונג, דאס איז די סיבה פארוואס איך האלט אז עפעס אן אנדערע סיבה ליגט אינטער דעם.
תוקן על ידי שלעק ב- 17/02/2010 00:11:53
דאס אז ר' געציל האט קיינמאל נישט ביז היינט געגעבן קיין שום חתימה איבער סיי וועלעכער ענין וואס האט א שייכות מיט די די מחלוקה איז א 'השערה' אדער א 'פאקט'?
דאס אז דער בלאט האט געשריבן אין זייער עדיטאריעל, נאך איידער די חתונה און פאר ר' געציל'ס דרשה אז זיי ווייסן קלאר אז ס'גייען זיין טויזנטער סידור קידושין'ס בלי רשות המרא דאתרא איז א 'השערה' אדער א 'פאקט'?
דאס אז יעצט נאך 10 יאר פון די מחלוקה וואס דער טיילונג איז שוין לאנג פארזיגלט און א סידור קידושין גייט קיינמאל נישט צוריק דרייען די זייגער און אפהאלטן די זאלויניס און בני יואל פון זיך ווייטער בויען אין מאנרא, איז א 'השערה' אדער א 'פאקט'?
די איינציגע השערה וואס איז געבליבן איז אז ר' געציל איז א צדיק פון א איד.
וואספארא מין סברה איז דאס אז וויבאלד ער האט געזאגט א דרשה ברבים ממילא איז עס געצווינגען, ווי דאס געהערט געווארן? מעשים בכל יום אז רבנים ואדמורים האבן שטענדיג געהאלטן דרשות בעניני הדת, א מין גערעדעכטס?
היינט זעה איך אז ס'שוין ארויסגעקומען א בריוו פון די וומ"ב דיינים אויף פארקערט, מערק איך טאקע א שטארקע חילוק צווישן די 2 בריוון וואס טוט שטארק אינטער שטיצן מיין אנאליז, בעת וואס ר' געציל שרייבט נישט און רעדט נישט קיין איין ווארט איבער די מחלוקה פון ר' זלמן לייב און ר' אהרן, ער שרייבט בלויז דער ענין פון מסדר קידושין בלי רשות המרא דאתרא, דער חרם דר"ת, וכו', זענען די וומ"ב דיינים דארט ווייטער ביזי ווי געווענליך מיט די מחלוקה חאזעריי, אז דער ברך משה האט געשריבן אז ער איז מועל בשליחות, וכו'
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 17/02/2010 18:02:58
|
ביסט נעבעך אזא תמים.. דו ווייסט גארנישט ווער ער איז.. אבער דו ווייסט יא ווער זענען די "גאר פאפולערע" לאוב און שנעעבאלג?
אפשר דאס אפשר יענס, מ'טרייט בדוחק צו אויפקומען מיט קריאזע השערות, געצווינגען, ראזענפעלד, וכו' איז טאקע נישטא קיין שום מעגליכקייט אז אפשר מיינט ער עס ריין לשם שמים, ללא חשש פוליטיק ומחלוקת ח"ו? איז דאס טאקע אינגאנצן אויסגעשלאסן?
איז דאס טאקע נועם המידות?
אונז געפין מיר א מעשה אין חז"ל ווי א געוויסער תנא האט דן געווען איינעם לכף זכות אויף זייער א עקסטרעמע אופן, דא זעה איך פארקערט, טראץ דער שכל הישר זאגט אז א איד וואס האט א זויבערע רעקארד אין עניני מחלוקה, און שרייבט און רעדט נאר די הלכה'דיגער פונקט, בארעדט נישט קיינעם פערזענליך, דערמאנט נישט קיין ווארט פון קיין מחלוקת, וועט מען ענדערש אויפקומען מיט קריאזע דוחקים אים דוקא דן צו זיין לכף חובה