ר' געציל: כהאב נישט געוויסט פון דער מהרש"ג
יעצט פרעג איך ענק איז דאס טאקע געווען די מטרה פון סאטמארע רבי ווען ער האט מייסד געווען די שטעטל צו סתם בויען נאך א אידישער געגנט ווי מאנסי אדער בארא פארק, מיט זעלבסשטענדיגע קהלות אן קיין שום הנהגה אויפן שטאט? איז דער רבי סתם געווען א ריעלעסטעט דעוועלאפער?
איז נישט ר' געציל 100% גערעכט אז ס'קלאר אז דער רבי האט זיכער נאר געוואלט זאל זיין א שטעטל ווי אינדערהיים מיט איין הנהגה, און א מרא דאתרא.
באמת טראכט אריין.
|
רוב בני העיר האלטן אז יא, ואחרי רבים להטות
COME ON
אז זאל זיך יעדער עפענען קהלות נפרדות? אזוי ווי וומ"ב ווי איש כל הישר בעניו יעשה? זאל זיין הפקרות?
פארדעם וואלט ער דאך געקענט בלאבן אין וומ"ב.
וואס האלט צוריק זאל זיך נישט עפענען אין קרית יואל א חב"ד האוז קהלה נפרדות, אדער א מזרחי קהלה נפרדות, אדער א רעפארמער קהלה נפרדות, סדארף נאר זיין נאך אפאר יאסל וואלדמאן מיט קאנעקשנס מיט די פאליס, און די האסט קהלות נפרדות כחול הים
איז דאס טאקע געווען זיין רצון? האט ער פארדעם זיך טאקע מוסר נפש געווען?
מאכסטעך סתם לצנות.
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 17/02/2010 23:32:53
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 17/02/2010 23:34:51
|
נאך א מזל ר' אהרן האט נאכנישט געהאט אין מה' א ישיבה מיט 800 בחורים, מיט שערי חמלה און המספיק פאציענטן, ווען יא וואלט ער געוואונען מיט 1000 שטימעס און מיר וואלטן אלע געווען אויף צרות
חסדי ה'
זייער א פשוט'ע פראגע, למשל אויב חלילה אז עס וואלט זיך געמאכט אז דער סאטמאר'ער רב זי"ע האט געעפנט א שטעטל, מיט'ן ציל אז אידן זאלן דארט זיך פירן על פי תורה, ויהי היום עס איז געלונגען פאר איינעם צו ווערן בעל הבית אין שטעטל, און ער פירט עס נישט על פי תורה, וואס וואלט געווען דעם סאטמאר'ן רבי'ן זי"ע מיינונג, אז מען זאל זיך לאזן פירן פון דעם מענטש, כדי עס זאל זיין אחדות, און מען זאל זיך "האלטן צוזאמען", אדער די ערליכע אידן זאלן זיך צוזאמען נעמען און מאכן א קהלה נפרדת על פי התורה?
און אזוי איז טאקע געווען אינדערהיים,
אויב די הויפט קהילה האט זיך נישט געפירט ווי עס דארף צי זיין,
האט מען זיך אפגעטיילט פון זיי אינגאנצן,
ווען דער רבי בלייבט ווען און וויליאמסברג,
און עס שטייט אויף אזא הגה"ק,
וואס וואלטן די אלע אזוי געריפענע שונאים געטון?
קיינער וואלט זיך נישט געפלאגט צו בויען א נייע קהילה,
א יעדער וואלט זיך פלאצירט ערגעץ און איינע פון די עקזסטירנדע בתי מדרשים,
און געשיקט די קינדער און שאפראן, צעלעם, קראלע, וכדומה,
וואס וואלט געבליבן פון סאטמאר?
סאטמאר אליין איז דאך געווארן וויזניץ וכדומה,
און די אנדערע וואלטן זיך ציזייט און ציוואסערט און שטאט,
אזוי ארום האט די רבי געמאכט א שטעטעל עס זאל זיין אזוי ווי אינדערהיים,
און די אלע אידן וואס האבן נישט מסכים געווען צי די אלע שנוים פון הגה"ק,
און זיי האבן געוואלט ווייטער אנגיין מיטן אלטן דרך אן התחכמת,
זיי האבן נישט געהאט ווי ציזייט און ציוואסערט צי ווערן,
נאר זיי האבן זיי האבן זיך געדארפט אליין בויען קהילת נפרדות, וכך הוה
תוקן על ידי זמן_כפרה ב- 18/02/2010 00:08:12
לו יצויר די רבי האט נישט געוואלט קרית יואל זאל האבן מער ווי 1 רב, איז אבער די שאלה וואס ברענגט דיך צו טראכטן אז די רבי האט געוואלט אז דער איינער זאל זיין ר' אהרן ? סא לאמיר שוקל זיין דע צוויי ספיקות, 1 צד שרייט די רבי האט געוואלט 1 מרא דאתרא און די אנדערע צד שרייט גערעכט אבער מן יימר אז ער איז דאס,
דעריבער אלס ארוני, רעד ליבערשט נישט וואס די רבי האט יא געוואלט און וואס ער האט נישט געוואלט....
איך וויל צולייגן איין זאך,
אויב ער געט אויף די רבנות איז דאך ווייטער דא נאר איין רב און שטאט,
ווייל שארמאשע רב האלט אויך נישט אז ק"י איז אזוי ווי וויליאמסברג, והראי' ער האט געפרעגט רשות פון דעם וואס ער האלט איז די מרא דאתרא,
במילא סקאט זיסער די פרעגסט א קשיא
איז דאס טאקע געווען זיין רצון? האט ער פארדעם זיך טאקע מוסר נפש געווען?
איז דער תירץ אויף דעם כזה,
וואס קען מען טון און אזא צייט ווען עס האט זיך אריין געריקט,
נאך איינער וואס איז אנערקענט אלס א ק"י רב
און די רבי האט געוואלט נאר איינס,
וואס איז בידו פון הגה"ק וואס גייט אויס פארן רצון פון רבין צי טון אז עס זאל נאר זיין איין בעל הבית און ק"י
ער קען אפטרעטן דאן וועט אלע פראבלעמן זיין געסאלפט,
תוקן על ידי זמן_כפרה ב- 18/02/2010 00:23:38
דער לאמפ באלייכט דיר ווען אימער עס פעלט דיר נאר אויס,
פארוואס ארויפשמירן אויף עם, און עם פארגלייכן צי ארונים,
|
טאקע אויף האט דער רבי זיך אויסגעדריקט, איך האב גארנישט אויפגעטאן אויף דעם וועלט אן א שטעטל, די קהלות נפרדות האט איהם געדריקט!
1+1=חלה דעקל
סקאטמאלן גיי שנעל זיך אונטערזוכן ווילאנג מ'קען נאך ראטעווען
איך וועל זאגן דעם אמת, איך האב אזוי איבערגעטראכט די טענות ומענות דא איבערן ענין פון מרא דאתרא און דער מטרה פון סאטמארע שטעטל, איך קען פארשטיין די טענות פון מתנגדי ר' אהרן, און איך רעד אינגאנצן נישט סארקאסטיש, איך ווייס די חסידי ר' אהרן וועלן עס נישט גלייכן אבער איך האלט עטס וועטס איינזעהן אז ניכרים דברי אמת. דאס זעה איך זענען אלע דא מודה אז מתחלה ווען ס'עלה במחשבה פון סאטמארע רבי צו מייסד זיין א אייגן שטעטל, האט ער אוואדי און אוואדי געוואלט אז זאל האבן איין הנהגה, איין קהלה, וואס ווערט געפירט מיט דעם סאטמארער שיטה וויזוי דער רבי האט געוואלט, און זאלן נישט זיין דא קיין ערבוביא פון כל מיני קהילות און קרייזן, ווי קיינער איז משועבד צו קיין שום הנהגה. דאס איז אלעס פיין אין וואויל ווען דער איינער הנהגה איז מרוצה לכל, פירט זיך טאקע, לפי דעת תושבי הקרי' חסידי סאטמאר, אויפן דרך פונעם אלטן רבי'ן און יעדער איז משבחים ואומרים אויף די הנהגה, דאן איז דער מטרה פונעם רבי'ן פארפולקאמט, א סאטמארע שטעטל וואקסט אין בליט אפגעזונדערט פון אנדערע קרייזן ודעות. אבער וואס טוט זיך לו יצויר ווען דער איינער מאנאפאלער הנהגה פירט אוועק דער שטעטל פון סאטמארער שיטה, איך זאג נישט אז ס'איז אזוי במציאות אין קרית יואל, די בני יואל וועלן זאגן אז יא, און די אהרוניס נישט, אבער לו יצויר ווען למשל אזא איינער ווי דער בעלזער רבי זאל מאיזה סיבה ווערן רב אין קרית יואל און זיך רופן סאטמארער רבי, איז שוין אטאמאטיש דער גאנצער מטרה פונעם שטעטל חרוב, דער חלום פון סאטמארער רבי זצ"ל איז שוין חרוב, אדרבא, דער רבי וואלט שוין אין אזא פאל ווען ענדערש געבליבן אין וומ"ב, ווי מ'איז נישט געצווינגן צו זיין אונטער איין הנהגה וואס איז מנוגד פון די סאטמארע שיטה, ממילא צו זאגן אין אזא פאל אז די נפרדים מאכן חרוב דעם רבי'נס מטרה פון שטעטל, איז מהפך הקערה על פיה, ווייל אדרבא דער חורבן האט שוין לאנג פאסירט ווען דער גאנצער שטעטל ווערט אראפגעפירט פונעם רבי'נס שיטה, זיי פרובירן נאר בלית ברירה צו אפשוינען אז עכ"פ א חלק פון די תושבים זאלן זיך ווייטער פירן בדרכי רבינו. יעצט די חסידי ר' אהרן וועלן אוואדי טענה'ן אז די גאנצער ארגומענט איז נישט נוגע אהער ווייל לשיטתם איז ר' אהרן יא א קנאי און פירט זיך יא בשיטת סאטמאר בלי שום שנוי כ"ש, קען זיין יא קען זיין נישט, דאס איז א זאך וואס מ'קען זיך טענה'ן פון היינט ביז איבערמארגן אין קיינמאל פערטיגן, איך פערסענעלי האלט אויך אז ער איז א קנאי און די אלע טענות קעגן איהם בעניני ציונית איז שטותים, אבער דאס איז לעולם נישט קיין שום נפק"מ, ווייל אויב א גרויסער ציבור אידן אין קרית יואל, האלטן אז ער פירט זיך נישט בדרכי רבינו יואל, לשיטת הזאלויניס דער רוב, אבער אפי' זיי זאלן זיין דער מיעוט, אויב דער ציבור אידן איז א מיעוט דמינכרא, א ציבור פון הונדערטער אידן יראים ושלמים, קען מען אויף אזא גרויסער ציבור נישט ארויפצווינגען א געוויסער הנהגה, אפי' זיי זאלן זיין נאר א פערטל פון שטאט, אויב א גרויסע ציבור אידן האלטן אז דער הנהגה איז נגד התורה נגד וויזוי דער מייסד שיטה איז געווען האבן זיי א רעכט זיך אפציטיילן. איך האלט אז דער ברך משה, צו משה גבאי, האט געמאכט א גרויסער חורבן מיטן איינשטעלן אזא מין סיסטעם פון אריינשטעלן זיינע קינדער און אלע סאטמארע צענטערן בלויז פארן סיבה אז זיי זענען זיינע קינדער, איך האלט אז די 2 זאכן פון אדמורו"ת און רבנות וואלט געדארפט זיין 2 גענצליך אפגעטיילטע ענינים, דער אדמו"ר זאל טאקע גיין בירושה, צו דורך די קהלה, אבער דער ענין פון מרא דאתרא אין לאקאלער רבנות, וואלט יעדער לאקאל אין סאטמאר ווען געדארפט זיך אליינס ערוועלן א פרעמדער רב, לויט זייער געשמאק, אזא גאטונג ווי רב וואזנער אין לאנדאן, איינער וואס איז סיי מרוצה פאר די אנשי הקהלה און סיי נכנע אונטערן אדמו"ר, אזוי וואלט אסאך אסאך מחלוקה ווען פארמיטן געווארן איך ווייס אז חסידי ר' זלמן לייב זענען זייער פארליבט אין משה גבאי פארן צישטאנד ברענגען ר' זלמן לייב'ן אלס רב אין וומ"ב, אבער דער אמת איז אז אין א פערפעקט וועלט, וואלט ר' זלמן לייב זיכער נישט געווען דער ערשטער אויסוואל, אזא איינער ווי דער יאוואזשנער רב אדער ר' שמעי' גרינבוים, וואלט לכל הדעות ווען געווען א בעסערע קאנדידאט, נאר אזוי ווי מ'האט געמוזט אפשלאגן ר' אהרן האט מען געמוזט בע"כ נעמען איין אנדערן זוהן, דאס איז פונקט ווי א קינד זאל אויסגיסן א גלעזל מילך און זיך נאכדעם גרויסן אז ער האט עס אפגעווישט, גיס נישט און וויש נישט, ווען קרית יואל האט ווען א פרעמדער רב, און וומ"ב האט ווען א פרעמדער רב, (איך מיין נישט א נישט סאטמארע איך מיין נישט קיין זוהן) און דער אדמו"ר וואלט בלויז געווען דער וואס געבט נאר די פיינעל הסכמות און ברכות פאר יעדע זאך, נישט זיין אינוואלווד אין יעדער דיטעיל, וואלט סאטמאר ווען אסאך שענער אויסגעקוקט, און זיך פארמיטן אסאך מחלוקת, עגמות נפש, און חורבונות. איך האלט אז די 2 סאטמאר צדדים זאל זיך לערנען א לעקציע פון דעם, און זיך איבערטראכטן זייער אלטער דרך פון ממנה זיין רבנים, די מחלוקה צווישן ר' אהרן און ר' זלמן לייב איז שוין דערנאך דאס קען מען שוין לכאורה נישט צוריקדרייען, אבער קוקנדיג אויף פאראויס, יעדער חסידות פאר זיך דארף זיך טראכטן פון זייער עתידות. איך בעט חסידי ר' אהרן זאלן נישט מיך אראפרייסן, איך האלט אז איר וועט גוט אריינטראכטן וועט איר איינזעהן אז ס'ליגט אסאך אמת דא.
תוקן על ידי בעלהסבר ב- 19/02/2010 04:08:02
|