אזוי ווי הרה"ג הדומ"ץ בקהל יט"ל (ארונים) אין ק"י [בעל אגלי דבש], האט נישט אין זיין ספרים שראנק די שו"ת מהרש"ג, ע"כ טוען מיר אפעלירן אז עס ווערט געזוכט א נדבן דערפאר.
עצה טובה, מען קען עס שיקן קומענדיגן פורים פאר משלוח מנות
וועט איר דאך אוואדאי פרעגן, פון ווי ווייס איך אז ער האט נישט די מהרש"ג, ווייל הער אויס די דרשה ביי די גענעראל פארזאמלונג אין די ביהמ"ד 7 גארפילד, ווי ער האט דארט אויפגעטרעטן מיט א דרשה, בתוך הדברים זאגט ער דארט אז ער האט נאכגעזוכט אין אלע שו"ת, און נישט געטראפן קיין היתר צו מסדר קידושין זיין אין ק"י, אנעם רשות פון מהר"א,
איך בין חלולה נישט חושד רג"ב אז ער זאל זאגן ליגענט, איי וואס טוט זיך מיט די מהרש"ג, ע"כ מיז איך זאגן אז ער האט דאס נישט, ממילא לויפט און קויפט שו"ת מהרש"ג חלק ה', און טראגט דאס פאר א מתנה פאר הרה"ג רג"ב.
לערנט גיט אדורך קודם תשובה סימן ס"ח ווי ער איז מבאר אז א קהילה וואס האט מחלוקת מעג מען זיך צוטיילן, אויב מען קען נישט לעבן בשלום אינאיינעם, [וואס אזוי איז דאך די מצב אין ק"י, נישט קיין חילוק ווער עס איז שולדיג, צוטיילן מעג מען זיך], נאכדעם לערנט אדורך סימן ס"ט, אז א קהילה וואס איז צוטיילט געווארן בהיתר (ווי דערמאנט אין סימן ס"ח, ווען מען מעג זיך צוטיילן), מעג מען אליין מאכן סידור קידושין. מערקט אן זיין אינטעסאנטען לשון "שהכריזו הבי"ד שאינן קידושין, זה וודאי דבר בטל הוא, ואי אפשר להאמין כזאת על ת"ח.
[נ.ב. אויך איז אינטערסאנט אדורך צו לערנען סימן ס"ז, ווי ער פסק'נט אז אייגענע מוסדות קומען פאר "כולל שומרי החומות", ווי עס זעהט אויס האט מהר"א אויך נישט דעם מהרש"ג ווייל ווען יא וואלט ער עס דערמאנט ביי זיין דרשה, (חוץ אויב ער קען נישט די אלע ספרים פון זיין ספרים שראנק)]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]