היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » קר"י בית השחיטה פארברייטערט זיך

קר"י בית השחיטה פארברייטערט זיך

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2757411

סקאטמאלען » 15/2/2010 07:38

 
פרישע נייעס:

איך האב געהערט פון גאר קראנט אז צוליב דעם וואס רובאשקין פארלירט די היימישע ווייסמאנדל הכשר, און אויך זיי האבן די לעצטע פאר וואכן באקומען נייע גרויסע קונדען, איז די נאכפראגע נאך קר"י עופות פילפאכיג געשטיגן אין זיי גייען אנהויבן צו שעכטן 5 טאג א וואך, אזאך וואס קיין איין היימישער בית השחיטה טוט.

ס'איראניש ווי די חסידים פון רז"ל מיט די בני יואל, האבן שוין געשפרינגען פאר שמחה, אז די KJ קאלדקאטס בלייבט ליגן אויף די שעלפס, אלע קעיטערערס האבן זיי איבערגעלאזט, ממש זיי האלטן פאר באנקראט, וכו' וכו', 

פאנטאזיעס

מיין מיינונג איז אז די קאטשקע סקאנדאל האט אביסל געבעק פייערט ר' זלמן לייב מיט זיינע שטיצער, ווייל זיי זענען זייער ווילד צוגאנגען דערצי, מ'האט גראד געזען אז זייער מיסיע איז נישט צו אפשוינען אידן פון טריפות, נאר זייער אלטער הייליגער מיסיע צי ציפיקסן אהרןען, זיי פארגינען פשוט נישט ר' אהרן אז ער האט אזא סוקסעספול בית השחיטה.

די גאנצע שערוריא האט זיך אנגהויבן מיט א העפטיגער שמיץ קאמפיין אויפן אינטערנעט מיט זינגערייען פון "סייעתא דשמיא" מיט "נאמנות" וכו' וכו', הערשט 10 טאג שפעטער ווען זיי האבן שוין אנגעשטינקען די גאס האבן זיי זיך דערמאנט אז מ'גייט אנרופן די ארטיגע בעלי מכשירים

צו זייער באדויער האט נישט געדארט קיין 24 שעה, זייט מ'האט זיך פארבינדען מיט די בעלי מכשירים אין מ'האט געמאכט דעם ריקאל, דאס האט בעסיקלי ארויסגעלאזט די גאנצע לופט פונעם באלון, ווייל זייער גאנצער פלאן איז נאר געווען געבויט אויפן סמך אז קרית יואל גייט זיך עקש'ענען, אין פאאאאף.

דער בלאט גייט שוין אביסל מער עקסטערם, און קומט אויף מיט א גאנצער קאנספירעסי טעארי, זיי האלטן אז ס'זייער מעגליך אז דער רב שטיין האט לכתחלה שוין געוויסט מער אינפארמאציע וועגן די קאטשקעס, און ער האט עס לכתחלה במכוון אויסבאהאלטן, אזוי אז קרית יואל זאל זיך נישט איילן פון מאכן די ריקאל, אין נאכדעם וועט ער ארויסקומען מיט זיין באמבע לעבערטארי, אבער ווארשיינליך האב זיי דאך קר"י אויסגעשפילט, און תיכף ביים ערשטן מיטינג געמאכט דעם ריקאל, שפעטער ווען ער איז געקומען מיט זיין לעבעראטארי צעטיל, איז שוין געווען 3 וואכן נאכן ריקאל, מיט א געמעקטע דאטום ווי א שירעם נאכן רעגן, זיי האלטן אז דער דאטום איז פארדעם געמעקט ווייל ער האט שוין געהאט די רעזולטס פון די ערשטע רגע, און דאס איז געווען די סיבה וואס רב שטיין איז געווען אזוי קאנפידענט מיט זיין קאמפיין

למעשה קוקט מיר אויס איז עס געווען א גרויסע סייעתא דשמיא פון ר' אהרנ'ען פערזענליך צו מאכן דעם ריקאל, ווייל פארגעסט נישט ווען ער האט געמאכט דעם ריקאל, האט מען נישט געהאט קיין לעב צעטיל, צו חושש זיין אז מ'האט געשאכטן מוסקאווי איז געווען א חשש רחוק מאוד, א בית השחיטה וואס שעכט שוין 10 יאר צו וויפיל איז א ווייטער חשש מ'זאל שחט'ן א סארט עוף וואס קוקט אינגאנצן אנדערש אויס ווי די געוועליכע,

די זאלויניס טענה'ן אז ר' אהרן האט פרובירט צו פארדעקן עס צוליב פארטיי, דער אמת איז דער טענה גייט פארקערט אויך, אז דער גאנצער שטינק און א"ג סקאנדאל, פון דער איד, קוקט אויכעט אויס ווי ס'אלעס פארטיי, ווייל לאמיר אריינטראכטן ווי 'דער איד' האט אזוי שרעקליך מחמיר געווען אין דעם, ממש זיי האבן בשום אין פנים ואופן געקענט טרעפן א מקום להקל, ס'ממש ווי פינקל, דאס איז קלאר איבערגעטריבן, א נארמאלער מענטש טראכט, דא רעדט מען פון א בדיעבד, און א סארט עוף וואס זענען דא מתירים, בנוסף צו א ספק צו מ'האט עס בכלל געשאכטען,

בשלמא איינער וואס איז ידוע צו זיין א געפערליכער מחמיר ווי א בריסקער חסיד, פיין אין וואויל, אבער דא פלוצלינג פונקט אלע שונאי ר' אהרן האבן בשום אין פנים ואופן געקענט טרעפן א מקום להקל, האט מען געטענט אז די פראבלעם איז בלויז מסורה, זענען זיי געלאפן נישטערן אויפן אינטערנעט מיט הוכחת אז ס'טמא, האט מען גע'טענה'ט אז קען זיין ס'געמישט, האט מען שוין געהאט גאנצעטע מומחים אז ס'קען נישט אזא זאך אין אמעריקע, אלס זיך גע'עקשנט אז ס'עק וועלט, די אלע עקשנות איז קלאר געווען 'פארטיי'

ממילא האלט איך אז צוליב כל הנ"ל האט דער אלגעמיינער גאס זיך נישט  געקימערט מיט די קאטשקע מעשה, אדרבה מענטשן האבן יעצט מער טראסט, פשוט ווייל ס'א אלטע כלל א פלאץ ווי ס'אלעמאל כשר וישר קיינמאל קיין פראבלעמען מיינט אז מ'ווישט דארט אוועק אסאך מער פראבלעמען ווי מ'ווייסט, און קר"י ווען ס'דא א פראבלעם וועט עס יעדער וויסן און מ'וועט דילן מיט עס.

אזוי האלט איך, אבער איר קענט זיך אלע מחולק זיין אין קומען מיט אנדערע סברות פארוואס קר"י בית השחיטה פארברייטערט זיך.

אסעמבלי » 15/2/2010 07:47

זייער גוט געשריבן.

כ'האב געהערט פון א חשוב'ן תלמיד חכם, איינער פון אונזערע דיינים, בנוגע די סידור קידושין שערוריה, אז קרית יואל וואלט געקענט מאכן א גוטן פי-אר מאוו און קלעימען וויקטארי, דורך זאגן אז די בני יואל זאל איז דאך אין וואודבערי און דעריבער בלייבט דער רבי דער איינציגסטער מסדר קידושין אין קרית יואל, און אזוי וואלט מען ארויסגעקומען על העליונה.

אבער דער זעלבער תירוץ וואס איז געווען ביי די קאטשקעס איז אויך דער תירוץ ביי סידור קידושין, ביי אונז איז א הלכה א הלכה. אויב ס'איז דא א ספק ספיקא אויף די קאטשקעס מאכט מען א ריקאל, אפילו אויב ס'וואלט געווען בעסער פאר פי-אר צו זאגן אז ס'איז נישטא קיין שום הלכה'דיגע פראבלעם, און דאס זעלבע איז ביי סידור קידושין אויב איז ע"פ הלכה אסור פאר אן אנדערן רב מסדר קידושין צו זיין דארט וואו ס'איז דא א מרא דאתרא דארף מען פייטן דערפאר אן קיין שום פשרות.

וואלןסח » 15/2/2010 15:47

די גרעסטע פליאה פון די גאנצע שערורי' איז נאך דער מי אתם מחליפים במי

נניח אז ביי חומרות איז אין שיעור למעלה, קרית יואל בית השחיטה איז דער גרעסטער בעל מחמיר, נניח אז מקום יש להחמיר יותר, ממילא קומען אן אידן און זאגן איך עס מער נישט פון קרית יואל'ע שחיטה, פשוט, איך בין א שטארקער בעל מחמיר, און איך וויל עסן ממש 100 פראצענט כשר, און ביי אים איז קרית יואל לפי חומרותיו נאר 90 פראצענט כשר.

מען געט אבער א קוק וועמען פארטוישט מען, מען נעמט פון א בוטשער וואס מען ווייסט נאך עד היום נישט ווער עס איז דער בעל מכשיר, ווייל אויפן בוטשער אליין האט דאך הגה"צ דער דיין (ריח"מ) שליט"א (כבודו הגדול במקומו מונח) געשריבן אז זיין הכשר איז נישט אויף די שחיטה, אויף דעם פלייש פון מיל מארט איז דאך שוין געווען אזויפיל רינונים שאי אפשר לפורטם כי רבים המה, נו וועמען וויל מען איינרעדן אז 82 שחיטה איז מהודר ווי קרית יואל.

עפן אליין א שחיטה, לאז יעדן אריין, און דעמאלט קענסטו פרובירן צו זאגן איך בין מער מהודר, אבער צו זאגן אויף א שחיטה וואס הונדערטער אידן זענען מקפיד שוין יארן נישט צו עסן פון דארט, זאגן אז דאס איז גאר די מהוד'רדיגע

אתמהה

רעכטער » 15/2/2010 17:53

פון די לצני הדור קען מען נישט אויפהערן צו שמייכלען.

פון די גאר מהודר'דיגע בשר בהמה פון די קרית יואל'ע שחיטה אין טעקסעס טאר מען בשום אופן נישט עסן, ווארום די פארטיי לאזט נישט. אבער פון די איבערגעבליבענע בהמות - וואס צוליב פארשידענע חומרות לאזט מען דאס איבער פאר מיעל מארט - דאס איז שוין למהדרין מן המהדרין.

אזוי קוקט מען ליידער אויס ווען מען גייט מיט די קאפ אין וואנט אריין.

און דער סיבה פארוואס די צאל קונים פונעם בית השחיטה וואקסן, איז טאקע צוליב דעם וואס דער אלגעמיינער גאס זעהט וויפיל אויגן עס ליגן אויפן בית השחיטה, א זאך וואס טרעפט זיך נישט אויף אן אנדערן ארט.

פאראלעל » 15/2/2010 19:06

דאס האלטן דאך די זאליבאנצעס, מיט די קרעשמע פארטריבענע נישט אויס,

גייט אריין אוו 82 בוטשער, און פרעגט, ווער די בעל מכשיר איז, ווען מען אייך זאגען,

אויף דעם פאליצע איז דער בעל מכשיר, הרב שטיין, פון דער אונטערנעט,
אויף דעם פאליצע איז דער בעל מכשיר, עמיצער רב כץ, פון בארא פארק, 
אויף דער פאליצע  איז דער בעל מכשיר דער רב טייטעלבוים פון באטור, וכו' וכו' 

און יא, די עצם סטאר, די פרידשעדער, מיטן רעשעסטער, איז דער בעל מכשיר דער דיין ר' מנשה שליט''א, (דאס איז אויף יודיש דער אפטייטש פון ממליחה ואילך) 

און אויב ווילט איר רעדן מיט עמיצען, פון די א''ג בעלי מכשירים, דאן שטעלט אייך אראפ קעגן די וואנט, און רעד וואו פול איר ווילט,

אויב ווילט איר רעדן צו א פארזאן, וועט מען אייך ענפערען 101 תיריצים פארוואס מען קען נישט,

דער דיין לערענט איצט זוהר,

היינט פאסט ער, וועגן ער האט געמיזט געצווינגענער הייט געבן א צעטיל אז דער סקול דיסטריקט איז מותר,

ער האלט און מיטן שרייבן א ''בוגדים צעטיל'',

ער לערענט אצינד ירושלמי, צילב וואס דער מנוח וויגדער האט אים פארזארגט מיטן רבנות און ירושלים, וכו וכו,

להבדיל בן אלף אלפי הבדלות, און דער בית השחיטה, ווייסט יעדער אז די השגחה שטייט אונטער כ''ק רבינו שליט''א, פון אנפאנג ביזן סוף,

רבינו שליט''א איז דארט יעדן איינציגען וואך, און כל דבר הקשה יביאון אליו,

און ועל כלם, יעדע איינציגער רב, אדער דיין קען אריין שפאצירען אונעם בית השחיטה, און אלעס זען מיט די אויגן, און יעדע הערה לטובה, ווערט ערענטסט אנגענימען,
און אויב איז געשען עפעס א מכשול ווערט דאס מתוקן תיכף ומיד אן קיין חכמת, עס ווערט א פראבלעם מיט צומות גידין, נעמט מען תיכף אויף משגיחים, עס ווערט א קאשקע פראבלעם, מאכט מען תיכף א ריקאל,

עס איז כמעט נישט מעגליך פאר די אלע וואס ווילן אונטערברענגן סאטמאר, זאלן זיך קענען אויף עפעס ארויף כאפן,

איין זאך וואס זיי קענען טאן,  איז צו שיקען דעם שטאט'ס משומד, ווארפן פאשקעווילען, זה הוא!

מלך_מלכים » 15/2/2010 20:20

פאראלעל, וויפיל טעג מען שעכט אין קעי דשעי פאלטרי ווייס איך נישט, אבער פון דיינע געשרייבעכטצער קוקט ניקס אויס אז ענק שטייען צו גוט

פאראלעל » 15/2/2010 20:22

ומי יבוא אחר המלך..........

נפל » 15/2/2010 20:23

נאך אביסל גייט יונה ארויפלייגן א אשכול "נאך 3 זאלן געפענט אין קרית יואל"

טראק » 15/2/2010 20:23

אין 82 בוטשער קומט אריין כל הבא לידם וואס איז ביליגער.

טשיקען פלייש נעמען זיי פון מארוויד מאנטריאל, מיעל מארט, וויינלאנד, יעדן טאג פון אצווייטען עס ווענט זיך ווער עס איז ביליגער.

בהמה נעמען זיי פון שיגאגא, אוראגוויי, קאסטאריקא, עס ווענט זיך וועלכע איז ביליגער.

און אלעס גייט אז דער ד.. י....י...ן געט א הכשר ממליחה ואילך.

שוין לאמיר זאגן אז ביז מליחה דארף נישט קיין הכשר...

וואס טוט זיך אבער נאך מליחה??????? און ואילך??????

ווען איז דער דיין געווען אין מאנטריאל?

ווען איז ער געווען אין אוראגוויי?

ווען איז ער געווען אין שיגאגא?

ווען איז ער געווען אין וויינלאנד?

די תירוץ איז איין ווארט: קיינמאל!

rebyankel » 15/2/2010 21:51

פין אימעיל


כ'האב געהערט פין א מקור נאמן

וויינלאנד ווערט געפירט דורך עלטערע יוד זייער נישט קיין היימישער - אבער א שומר שבת ער וואינט דארט אין וויינלאנד אין גייט אן א בארד. ער הייסט מר' ראב

ער האט אמאל געזאגט פאר איינעם אז די גרעסטע פרלאבעם וואס קרית יואל האט איז אז זיי לאזען אריין יעדן איינעם אין זייער פלענט
אין ביז ווילאנג זיי וועלן נישט אוילפהערן מיט די נערישקייט פין אריינלאזען יעדן {אזווי ביי אינז אין וויינלאנד} וועלן זיי נישט קענען מצלחיח זיין....

היינט צו טאגס איז דער אלטער יוד שוין היבש שווארך אין זיין זון האט דארט איבערגענועמן די לייצעס אין די שוחטים זאגען אז ער איז ניטמאל קיין שומר שבת

אין אויף אז מענטש פארלאזען זיי זיך......

שומי שמים


תוקן על ידי rebyankel ב- 15/02/2010 22:14:59

rebyankel » 15/2/2010 21:59

עס קומטל באמת א יש''כ פאר נחום רז''ב אין י' שטיין אין זייערע נאכשלעפער די זאלי'ס
פאר די גיטע אדוערטייזמענט
ווי צווישען אנדערע האבען זי אראפגעשיקט די OU זאל זיך אליין איבערצייגען די שטרענגע חומרת והדירום פין די בית השחיטה

ישר כח

כ'האף בקרוב פאר א פרישע סקאנדאל

באבע_מעשה » 16/2/2010 01:37

דאס איז נאכדעם וואס דע בית השחיטה האט צוגענומען נאך 2 שוחטים און זיי האלטן יעצט ביי 14 שוחטים 5 מאל א וואך

allgood1s » 16/2/2010 02:14

נפל די האסט נישט קיין שום קאנעקטשאנס ביי די ארונים צו מברר זיין וויפיל טעג משחט דארט???

דיין פאפא חבר וועט אפשר וויסען ווייל זיי שעכטען בשכינות פון ק"י...

דרך אגב וואס טוט זיך מיט די נייע טאהשע שחיטה וואס איז געמאלדען געווארען אין זאלי פורום,

די ביסט דאךא טאהשער פארצייל אונז מער איבער דעם און וועלכע פלייש זיי פלעגען ניטצען ביז יעצט?

rebyankel » 16/2/2010 18:09

כ'האב נישט געוויסט אז כלל ישראל גלייבט נישט אין טראסט נישט די פארביסענע זאלי'ס
וואס זענען גרייט צו באשמיצן מיט שקרים אין טיפשות די מהודר'דיגסטע שחיטה פאר שנאה וקנאה

למעשה האבען נישט קיין שום השפעה אויף די גאס
אין זייער גאנצער סקאנדאל האט ג'בעקפייערט זיי מיט לענדלייד
א ספעציעלע דאנק קומט זיך פאר י' שטיין אין נחום ראזעבערג פאר'ן אנדרייען די זאל'ס פאר דעם נערישען סקאנדאל

למעשה היינט צו טאגס שעכט מען אין ק''י מער פין GG אין וויינלאנד אינאיינעם

ק''י 5 טאג ארום 35 טויזענט עופות
וויינלאד 3 טאג ארום 30 טויזענט עופות
זשי ענד זשי 2 טאג ארום 30 טויזענט עופות
בליעה''ר



תוקן על ידי rebyankel ב- 16/02/2010 18:11:55

באבע_מעשה » 16/2/2010 18:57

ר' יענקעל די ווייסט אפשר נישט אבער און ק"י שעכט היינט 39 טויזענט עופות א טאג ווייל זיי האבן צוגעלייקט נאך 2 שוחטים יעדן טאג פאר א חודש צוריק

און פארגעס נישט דעם גוגל הדור

דוד46 » 17/2/2010 03:33

ווייסט איינער וויפיל עופות עס ווערן טעגליך געקוילעט אין די שעכט הייזער אין ניו יארק?

rebyankel » 17/2/2010 18:20

פין אישי

אז די וועסט גיט קוקען וועסטו זעהן אז אלע יר''ש עסן דווקא נאר פין קרית יואל שחיטה המהודרת אין נישט פין קיין אנדערע שחיטה.
אין אלע זאלי'ס עסן ''פין סיי וולעלכע שחיטה'' חוץ קרית יואל

דאס הייסט השנאה מקלקלת את השורה, שנאה קומט ליידער פאר כשרות, ה''י

ברוך הוא אלוקינו וכו'

rebyankel » 17/2/2010 21:11

צו זיין א זאלי'ס דארף מען זיין היבש אביסל בארירט
די בית השחיטה גייט ב''ה אן מיט א זעלטענע הצלחה אין סייעתא דשמיא
אזש זיי קענען נישט נאכקומען די פארלאנג ב''ה

אין אינעם זאלי' פארום פראבירט מען נאך צו מאכען נערישע קינדערישע ספין'ס


זיי לעבן אין א באזונדערע עולם הדמיון.....[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 17/2/2010 22:28

די לעצטע ספין פין די זאלי'ס
ליינט אין האט הנאה

נעכטן מאנטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען א שווערן געפעכט צווישן ר' מאיר הירש און ר' געציל בערקאוויטש,
ר' מאיר הירש וויל ר' געציל זאל ארויסגעבן א בירור איבערן שערוריה פון די קאטשקעס און זאל שוין יא ארויסשרייבן מער די מעשה וואס דא איז פארגעגאנגען, ווי סתם מחמיר זיין ער פארשטייט שוין אויך זעט אויס אז דעס איז א פארנעפעלטע תשובה און מאכט נאר א טונקעלערן שאטן אויף די גאנצע שערוריא, און דאס איז פארשטייצעך נישט קיין גוטע אפשען פאר די ביזנעס, ר' געציל זאגט אז ער קען נישט מאכן ליצנות פון זיך אליינס ער האט שוין איינמאל געשריבן אז ס'איז בלויז להחמיר און דע בירור וועט זיין א גרויסע סתירה צו זיין ערשטע תשובה, למעשה האט ר' מאיר הירש נעכטן גארנישט געקענט פועלן ביי ר' געציל, און ביי דעם איז עס געבליבן, אבער איך הער אז ר' מאיר הירש רוהט נישט און ר' געציל איז אין פרעשור, דער סוף גייט לכאורה זיין אז ר' מאיר גייט אויספירן,



לאכטס נישט, אויב גייט למעשה ארויסקומען א בירור פין דיין, גייט דער בחור'ל טראמפירן ''כ'האב דיר געזאגט!!!''

rebyankel » 9/3/2010 04:29



קרית יואל איז יעצט ב''ה ווידער אין א שווערע פראבלעם, ''זיי קענען שוין ווייטער נישט נאכקומע די פאלאנג אויף יו''ט בליעה''ר'' {- א פראבעלם וואס זיי האבען געהאט ממש לעצטענס פאר זיי האבען געדאפעלט די בית השחיטה.}

פאריגע וואך האט מען שוין ג'שחט'ן מיט ציגעלייגטע שוחטים אפי' פרייטוג ביז חצות  בליעה''ר

איך ווייס נישט פארוועם די קרעדיט קומט זיך,
אדער פאר די ממכירה ואילך בוטשער וועלכע האט פראבירט די דורךגעפאלענע סקאנדאלען אין נאמען פין א 'חשוב'ע רב פין לעיקוואד' אדער פין א אינטערנעט וועבסייט....
צו פינעם פרישען סקאנדאל פין מאסקאווי'ס אין וויינלאד, אדער די רוף בי''ד ארחות משפט אז זיי האבען נישט קיין נאמנות.

סיי וויאזוי, זאלט איר כאטש זעהן וואס פאר א פנים זייערע סקאנדאלען האבען, אין ווי יעדע סקאנדאל בעקפייערט מיט א לענדלייד,
ס''ה: כלל ישראל טראסט זיי במילא נישט, אין כלל ישראל האט א גיטע שמעק ב''ה.

shia550 » 9/3/2010 04:45

עס איז א אינטערסאנטע זאך

ווייל עס איז דא לעצטענס גרויסע קאמפעטישען אין אלע בתי שחיטה שניידען טעג אין שעות

אדםאמיתי » 11/3/2010 03:46

שחיטה טעקסעס
וואס זאל איך ענק זאגען, רבותי.......רבינו שליט"א האט סייעתא דשמיא שלא כדרך הטבע.

ווי גערעכט איז ער געווען מיט איינפירען די אייגענע שחיטה אויף גסות אין טעקסאס.

דא האט איר א העתק פון דרשת הרה"ג אבדק"ק בני ברק שליט"א דעם סוף חודש שבט תש"ע לכבוד די יארצייט פון זיין טאטען ז"ל.

לייענט ווי ער רעדט זיך אף אויף די אלע קולות פון די אמעריקאנער שחיטה, אין סאוט אמעריקע און אויך אין אמעריקע מיט די פערצענט גלאט.......רחמנא לשיזב-ה. פון וועמען מיינט איר רעדט ער....יא פון מיעל מארט און די השגחה זייערע. דאס האט מען נעבעך אונז געפיטערט ביז היינט.

ברוך שהבדילנו מן התועים, מן הטריפות, ספק טריפות, וכו' וכו'

[בילד – נישט אפגעהיט]




[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי ב- 11/03/2010 03:51:26



תוקן על ידי אדםאמיתי ב- 11/03/2010 03:55:07

הטוב_וחסד » 11/3/2010 06:17

אני לא יודע מדוע לא הזכיר לטובה בדרשה זו את בית השחיטה המהודרת בקרית יואל
כי לאנשים פרטיים שנוסעים לאמריקה הוא מציע להשתמש בהיותם בארץ ניכר אך ורק בשחיטת קרית יואל