היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » גענעראל פארזאמלונג באריכטן

גענעראל פארזאמלונג באריכטן

120 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2754655
בלאט: 1 2 3

מנחם_מענדל » 8/2/2010 03:50

דא וועל איך פרובירן צו אפדעיטן באריכטן פונעם גענעראל פארזאמלונג.

-----

מקען עס יעצט מיטהאלטן אויף קול סאטמאר
212-444-9899
#311

מנחם_מענדל » 8/2/2010 03:52




תוקן על ידי מנחם_מענדל ב- 08/02/2010 04:31:37

מנחם_מענדל » 8/2/2010 03:58

יושב ראש: הרה"ג בנציון לאוב שליט"א

--

ביהמ"ד הגדול אפן מיט אלע פאליש'ן, פול מקצה אל הקצה.

מנחם_מענדל » 8/2/2010 03:58

בעפאר האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אברהם וויעדער, ראש הקהל וראש העיר.

מנחם_מענדל » 8/2/2010 04:02

הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א הייבט אצינד אן די דרשה


תוקן על ידי מנחם_מענדל ב- 08/02/2010 04:04:05

מנחם_מענדל » 8/2/2010 04:07

הדומ"ץ: מ'טרעפט אסאך גדרים וסייגים ביי חז"ל, אבער "אזאנע שארפע לשונות", זעהט מען נישט ביי קיין שום אנדערע ענין!!!

מנחם_מענדל » 8/2/2010 04:09

הדומ"ץ: איינער וואס איז נישט געשטעלט אלס רב אין שטאט, טאר נישט מסדר קידושין זיין "מעג ער זיין דער גרעסטער רב"!... איך שיהי', ער איז א פורץ גדר!!!

מנחם_מענדל » 8/2/2010 04:13

הדומ"ץ: רבינו הקדוש האט געמאכט די שטאט ווייל ער האט געוואלט עס זאל זיין ווי די שטעט אין איירופע. שאל אביך ויגדך, אינדערהיים, אז איינער זאל מסדר קידושין זיין אן רשות, אזא מושג איז נישט געוען!

היעלה על הדעת אז אזא הארבע זאך - האט די רבי געוואלט - זאל אין די שטאט זיין הפקר??!!



תוקן על ידי מנחם_מענדל ב- 08/02/2010 04:30:49

מנחם_מענדל » 8/2/2010 04:17

הדומ"ץ: ס'איז שווער צו זאגן, אבער איך שפור פאר א חוב, אזוי ווי רביהקוה"ט האט מיר געזאגט איך זאל ארויספארן זיין מורה הוראה אין די שטאט, צו זאגן חוות דעתי, נאכן מעיין זיין זיין אין די הלכה, אין די פוסקים און אין אלע פריערדיגע ספרים:

ס'איז קלאר, אז דא אין די שטאט, און אויך אין די גאנצע "גלילות" איז אסור בהחלט מסדר קידושין זיין אן רשות פון מרא דאתרא כ"ק רבינו שליט"א!

תוקן על ידי מנחם_מענדל ב- 08/02/2010 04:23:48

מנחם_מענדל » 8/2/2010 04:20

דער יושב ראש גיט איבער נאך פרטים וואס איז אויסגעשמועסט געווארן ביי א אסיפה ביים דיין אין שטוב, בעפאר די גענעראל פארזאמלונג.

באלאנד » 8/2/2010 04:36

דער רבי האט ממנה געווען רבי יחזקאל ראטה אלס דיין, רבי יח"מ פריעדמאן אלס דיין, ר' משה פרידמאן און ר' שלמה מיכל האט אויך דער רבי געשטעלט אלס טובי בעיר און דאך האט מען זיך געטרויט מחולק זיין מיט זיי, נו פארוואס טראכט נישט דער אגלי דבש אז מען וועט אויף אים אויך מחולק זיין?

צווייטענס, וואס האט צו טו דאס אז דער רבי האט אים געשטעלט מיט דעם צי זיין ווארט איז מער בינענד פאר סיי וועמען ווי דעם שארמאשער רב?

און אז דער רבי האט אים געשטעלט איז דאס טייטש אז רבי ארי' ראזענפעלד קען מיט אים נישט מחולק זיין און האלטן אז מהר"א איז נישט דער רב?

באלאנד » 8/2/2010 04:37

איך האלט אז ער האט ניטאמאל דערליווערט פאר די ארונישע פארטיי וואס זיי האבען געווארטעט צו הערן און זיכער נישט פאר די האלבע שטעטל וואס האלט אז מהר"א איז נישט מרא דאתרא

באלאנד » 8/2/2010 04:41

עס איז אמאל געווען אז רבי משה פיינשטיין האט אמאל געשריבן א תשובה און דארט איז געשטאנען אנדערש ווי דער חתם סופר. ווען מען האט אים אויפמערקזאם געמאכט דערוועגען, האט ער געבעטן א תשובת חתם סופר ווייל ער וויל אריינקוקען אינעוויייניג. און נאכן מעיין זיין אינעווייניג האט ער צוגעשריבען צו זיין תשובה, ולא כחתם סופר.

און דא זאגט דער שארמאשער רב: ולא כאגלי דבש, און פטור אן עסק.



תוקן על ידי באלאנד ב- 08/02/2010 04:42:45

על_הגאולה » 8/2/2010 04:42

באלאנד, וואס לדעתך וואלט ר' געציל געדארפט זאגען אז ער זאל יא האבין דעליווערט פאר די אהרונישע פארטיי??????

מנחם_מענדל » 8/2/2010 04:43

סארי באלאנד, האסט א טעות גדול. מ'האט נישט פרובירט "דיר" עפעס צו איבערצייגן. נישט צו דיר האט מען גערעדט. קענסט גיין שלאפן רואיג.

אויב וועגן דעליווערט פאר אונז, האט דער דיין געזאגט דא א דרשה וואס ער האט נאך אין זיין לעבן נישט געזאגט!
איך האב נישט געגלויבט אז ער וועט נאך אמאל רעדן אזוי קלאר און שארף!

באלאנד » 8/2/2010 04:44

אז די קידושין איז נישט קיין קידושין, די קינדער וועלן זיין פגומים, און אויך עפעס  קללות ווי עפרא לפומיה, שניידן אין זיבעטן ריפ...

באלאנד » 8/2/2010 04:46

פאר די ארונים האט ער גארנישט געדארפט זאגן. פאר זיי איז דאך ברור אז נאר מהר"א מעג מסדר קידושין זיין, און ווידעראום פאר די אנדערע העלפט שטעטל, זענען זיינע ווערטער נישט מחייב ווייל זייערע דיינים זענען נאך אזוי גרויס בתורה ומיראת שמים ווי דער אגלי דבש. זייערע דיינים האבען נאכנישט מאכיל טריפות געווען במזיד ובליצנות. איי עם סאררי


תוקן על ידי באלאנד ב- 08/02/2010 04:47:38

על_הגאולה » 8/2/2010 04:48

אז די קידושין איז קיין קידושין האט ער דאך געזאגט אין פארגעליינט פון דעם בריעוו, און ממילא זענען די קינדער וכו'

מנחם_מענדל » 8/2/2010 04:49

אוי באלאנד. שארמאשער זאגט "דלא כאגלי דבש"? ס'פארא חידוש דו האסט דא מחדש געווען...

אייגנטליך, די ווערטער פונעם שארמאשער (לייען: מחלל קידושין) גייט אביסל אנדערש: וואס? יא? דו הייסט מענדל? דער משמש? יא? דער ר' ברוך יא? אזוי? אהא. יא, יא, יא נאך פאר מ"ה? נאך מ"ה? יא, יא, אהה, נאך די שריפה, אהא, נאך די שריפה, אהא, נישטא קיין קאנצעליי, אהא, א גוטע בשורה! א גוטע בשורה!

די דשאוק אוו די טאון!!!

באלאנד » 8/2/2010 04:50

דער אמת איז אז רבי געציל האט באקומען א העכערן געהאלט און צוגאב א דרייווער. און דאס איז אקוראט "פעיראל"!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

דער אגלי דבש איז אויפן פעיראל און פטור אן עסק

באלאנד » 8/2/2010 04:54

אין קרית יואל וואוינען מערערע דיינים וואס קענען אזויפיל לערנען ווי דער אגלי דבש און האבען נאכנישט מאכיל טריפה געווען און זיי האלטן אז דער מהר"א איז נישט דער מרא דאתרא

מנחם_מענדל » 8/2/2010 04:55

באלאנד, פארפאלן! די ארונים האבן געהאט מער שכל!
 זיי האבן נישט אראפגעברענגט דעם מושג פון פעיראל דיינים אזוי ווי אייך! זייערע דיינים האבן נישט אונטערגעשריבן קיינע מחאות יעדן שני וחמישי. זייערע דיינים האבן נישט געשריבן קיין התירי ערכאות אין יעדן פאל פון נויט! זייערע דיינים זענען נישט געשטאנען אויבן פונעם שמוץ טאפ!!. דעריבער, באלאנד, ר' געציל'ס א ווארט איז נאך עפעס ווערט היינט! יא! דאס איז עס.

העמיר זעהן וויפיל גאסן אידן (סתם אידן) ס'וועלן גיין צו די חילול קידושין חתונות!

תוקן על ידי מנחם_מענדל ב- 08/02/2010 04:56:46

באלאנד » 8/2/2010 04:55

ווער האט גענוי די וועטער וואס דער אגלי דבש האט געזאגט אויפן מאנטעווידעיר רב ז"ל ביי זיין לוי'? ווייל רבי אברהם האט געהאלטן אז יעדער רב מעג מסדר קידושין זיין אין קרית יואל

מנחם_מענדל » 8/2/2010 04:56

באלאנד, דו מוזט דא אננעמען "איין" מהלך. מ'קען נישט שפרינגען און דרייען לפי המצב...

באלאנד » 8/2/2010 04:56

מנחם מענדל שרייבט, העמיר זעהן וויפיל גאסן אידן (סתם אידן) ס'וועלן גיין צו די חילול קידושין חתונות!
 
דו קענסט דעם אגלי דבש? פאר פופציג טאלער פון מחותן וועט ער זיין דארטן...

באלאנד » 8/2/2010 04:58

נישט נאר פאר פופציג טאלער, נאר פאר א טריפהנע קאטשקע אויך

מנחם_מענדל » 8/2/2010 04:58

מנחם_מענדל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
באלאנד, דו מוזט דא אננעמען "איין" מהלך. מ'קען נישט שפרינגען און דרייען לפי המצב...

מנחם_מענדל » 8/2/2010 05:00

באלאנד, יעצט באמערק איך אז אין ענקער קווינס פורם הערשט א אומבאגרעניצטע שוים-שפריצונג אין ריכטונג פון רבי געציל. ס'פשט??.....

באלאנד » 8/2/2010 05:00

איך פיר מיך ווי דער אגלי דבש, פאר יעדן איינעם זאג איך אנדערש. עס ווענד זיך אינעם זמן און אינעם מקום און פארוועמען...

באלאנד » 8/2/2010 05:03

דו מוזט פארשטיין אז רבי געציל איז נאך קיינמאל נישט געווען אין אזא שפל המצב ווען מען האט אים געכאפט פארדעקן א סקאנדאל פון מאכיל זיין טריפנה קאשטעקעס. און פון דעם סקאנדאל האט ער נישט גערעדט איין ווארט און פאר דעם סקאנדאל האט מען נישט געזען וויכטיג צו מאכן א גענעראל פארזאמלונג. ווייסט פארוואס, ווייל ער איז א פאני באלאני

נוטראלער » 8/2/2010 05:05

איך הער אז דער אגלי דבש האט גערעדט פון א חרם דרבינו תם
ווער עס קען אביסל היסטערי ווייסט ווער עס איז געווען דער ערשטער עובר צו זיין אויף א חרם דרבינו תם

פאר ווער עס ווייסט נישט, עס איז פארהאן א חרם דרבינו תם אז מען טאר נישט מערער זיין אויף א גט, ד.מ. אז אויב מען האט מסדר געווען א גט טאר מען עס נישט איבער מאכן.

ע,כ ווער איז אין חרם?

מנחם_מענדל » 8/2/2010 05:05

Help Wanted !!
עס ווערט געזוכט א בחור, מוז נישט זיין צו קלוג, טאר נישט זיין העכער פופצן, דארף האבן א קיבארד, וועלכע זאל פירן א שמועס מיט א היידפארק ניק "באלאנד".

עני העלפ? קאנטאקט מי אין אישית.

נוטראלער » 8/2/2010 05:06

ענדליך געטראפן
"מנחם מענגל"

רעכטער » 8/2/2010 05:07

דער קרית יואל דיין שליט"א האט גאר שארף ארומגערעדט איבער דעם חומר הענין פון א פורץ גדר.

דער דיין שליט"א האט גאר שטארק ארויסגעברענגט אז ער זאגט בלויז דער הלכה, און ער טוט שטעלט זיך אויסריפען דעם הלכה נאר כדי אויסצופירן דעם שליחות פון רבינו הקדוש והטהור זי"ע.

דער דיין שליט"א האט צוגעענדיגט מיט א האפענונג אז ילמדו תועים בינה, און אז דאס וועט חלילה מער נישט פאסירן.

דער עולם ווערט געבעטן נישט זיך וויסענדיג מאכן פון די אלע עזות פנימער, עס ווערט ערווארטעט א ווילדער און גרויליגער קאמפיין קעגן דעם דיין שליט"א וואס רביה"ק זי"ע האט אים געשטעלט אלץ דומ"ץ דמתא.

דער דיין שליט"א האט זייער גוט געוויסט אז ער גייט אריינכאפן פעך און שוועבל פארן לאזן הערן דעם דבר ה' זו הלכה, אבער כדי אויסצופירן דעם שליחות פון זיין הייליגן משלח רביה"ק זי"ע איז ער גרייט אריינצונעמען די חיצים ובליסטראות אז קרית יואל זאל קיין שטח הפקר חלילה נישט ווערן.

באלאנד » 8/2/2010 05:08

ברעיקינג!
דער אגלי דבש האט שוין געזאגט פאר א בני יואל אז אלעס איז געווען א וויץ...

באלאנד » 8/2/2010 05:08

דער אגלי דבש האט דער רבי געשטעלט? נאר אים? און וועם נאך האט ער געשטעלט?

געלעכטער » 8/2/2010 05:15

דער בעל אגלי דבש האט געזאגט פאר איינעם די וואך וואס די חילוק פון צישפארן א שול אין סידור קדישין?
האט ער זיך צישמייכעלט כדרכו בקודש אין געזאגט אז צישפארן די שול איז געווען מיטן רשות פונעם מרא דאתרא אבער סדור קדישין איז נישט געווען מיטן רשות פונעם מרא דאתרא

באלאנד » 8/2/2010 05:19

באמת איז דאך דער אגלי דבש ארויסגעקומען מיט אן איסור קעגן די בני יואל נאר פאר צוואנציג יאר צוריק און דאך האבן זיי אים נישט געפרעגט און זייערע דיינים האבן געהאלטן אנדערש, נו פארוואס זאל זיך איינער אפהאלטן וואס דער אגלי דבש זאגט איצט ווען זייערע רבנים זאגם אנדערש לגבי סידור קידושין?

סוכ"ס איז ער נאר דיין אין איין קהילה אין קרית יואל, אנדערע קהילות האבן דיינים נאך אזעללכע צדיקים ות"ח ווי אים, נו פארוואס זאל זיינע ווערטער אויסמאכן ביי אנדערע קהילות?

רעכטער » 8/2/2010 05:20

די סיבה פארוואס די עזות פנימער זענען אזוי צובראכן איז קיין סוד נישט, דער קרית יואלער דיין איז פאקטיש שטארק רעספעקטירט ביי יעדן (פארשטייט זיך אויסער פאר די קווינס בחורים און יאשקע מיט זיינע אנהענגער דא אויף די אינטערנעט), און זיין פסק איז גאר שטארק אנגענומען אין די גאנצע אידישע וועלט.

ס'איז ערווארטעט אז די עזות פנימער ווילן זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט צו באשמיצן הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א.

באלאנד » 8/2/2010 05:21

אפילו ביי די קאטשקע פלייש האט דאך האלב קרית יואל מחולק געווען אויפן אגלי דבש. דער אגלי דבש האלט אז מען מעג מאכיל טרפיות זיין פאר אידן און אנדערע קהילות אין קרית יואל האלטן אז מען טאר נישט. און וויבאלד ביי די קאטשקעס האט מען זיך נישט גערעכנט אז דער רבי האט אים געשטעלט, רעכענען זיי זיך אויך איצט נישט

FiveBoro » 8/2/2010 05:23

באלאנד, כ'האב אביסל מגיה געווען דיין תגובה:
באלאנד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
באמת איז דאך דער מנחת יצחק ז"ל מיט אלע חברי הבד"ץ ארויסגעקומען מיט אן איסור קעגן די בני יואל נאר פאר צוואנציג יאר צוריק און דאך האבן זיי אים נישט געפרעגט און זייערע דיינים האבן געהאלטן אנדערש, נו פארוואס זאל זיך איינער אפהאלטן וואס דער אגלי דבש זאגט איצט ווען זייערע רבנים זאגם אנדערש לגבי סידור קידושין?



ביסט רעכט גערעכט....

געלעכטער » 8/2/2010 05:23

רעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די סיבה פארוואס די עזות פנימער זענען אזוי צובראכן איז קיין סוד נישט, דער קרית יואלער דיין איז פאקטיש שטארק רעספעקטירט ביי יעדן (פארשטייט זיך אויסער פאר די קווינס בחורים און יאשקע מיט זיינע אנהענגער דא אויף די אינטערנעט), און זיין פסק איז גאר שטארק אנגענומען אין די גאנצע אידישע וועלט.

ס'איז ערווארטעט אז די עזות פנימער ווילן זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט צו באשמיצן הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א.



ווי ווייט האלטסטו גייען זיי אים אראפברענגן אזוי ווי זיי האבן אראפגעברענגט  ר' ישראל חיים מנשה אדער מער?

FiveBoro » 8/2/2010 05:26

פיו הכשילו!
געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

ווי ווייט האלטסטו גייען זיי אים אראפברענגן אזוי ווי זיי האבן אראפגעברענגט  ר' ישראל חיים מנשה אדער מער?


יא! די זעלבע "זיי" האבן אראפגעברענגט די כבוד פון ר' ישראל חיים מנשה.. ווי איינער האט שוין אויבן ערווענט.

געלעכטער » 8/2/2010 05:28

אין פארן בירך משהן ווער האט באשמיצט אין גערופן אין קארט ?

באלאנד » 8/2/2010 05:29

א גרויסער טייל פון סאטמאר האלט אז דער אגלי דבש טאר מער נישט פסקענען קיין שאלות ווייל ער האט פארלוירן זיין הוראה דורך במזיד פארדעקן די קאטשקע סקאנדאל

באלאנד » 8/2/2010 05:38

מען פארגעסט אינגאנצן אז רבי משה שטערנבוך האט גערעדט. פון אים רעדט קיינער נישט? האט ער געלאזט פאלן באמבעס?

רעכטער » 8/2/2010 05:42

ביטע נישט זיך וויסינדיג מאכן פון די ספינס און לצנות פון די עזות פנימער.

די גרעסטע ווייטאג פאר די עזות פנימער איז דאס וואס זיי ווייסן זייער גוט אז דער דיין שליט"א שטייט ווייט פון יעדן סארט פאליטיק, און זיין חוות דעת איז בלויז הלכה וואס קיינער קען נישט אפווענדן.

ווי דער דיין שליט"א האט פערזענליך ארויסגעברענגט אז ער האפט אז די אלע וועלן זיך איבערקלערן אין וואס פאר א הארבן ענין זיי לאזן זיך אריין, והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל.

געדענק » 8/2/2010 05:42

באלאנד איז צו'נפל'ט און רעדט פונקט ווי די דאון סינדראם גאנציגער

מנחם_מענדל » 8/2/2010 05:43

פון אישי:
קול סאטמאר האט שוין איבערגעלייגט די גענעראל פארזאמלונג פון א קלארע סידי, ביי די מסיבות אפטיילונג (נומער 5) דערנאך נומער 3

באלאנד » 8/2/2010 05:45

איך הער אז "די וועלט" איז אויף. "די וועלט" ציטערט פארן אגלי דבש'ס ווערטער
בלאט: 1 2 3