היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » גענעראל פארזאמלונג באריכטן

גענעראל פארזאמלונג באריכטן

120 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2754655
בלאט: 1 2 3

יעקב_שמשון » 8/2/2010 05:55

מה דאך ווען ר' געציל דערלווירט נישט שפרינגן אין טאנצען די זאליס, ק"ו בן בנו של ק"ו ווען ער רעדט ווען יא ווי זיי וואלטן דעמאלס געטאנצן.

דעס אז ר' געציל איז פעיראל דיין פארקויפט זיך נישט אזוי גוט אויף ווי ר' ישראל חיים מנשה וואס אלע זיינע פסקים זענען קארפטירט אין פאלש אין א רעכטער מגלה פנים בתורה שלא כהלכה.
 
אויף ר' געציל פארקויפט זיך דאס נישט אין די זאליס וויסן דאס זייער פיין .

סקאטמאלען » 8/2/2010 06:05

 
אנביליוועבל!

פארוואס ווען א דיין וואס האט דער זויבערסטע רעקארד פון אלע דיינים אין סאטמאר, שטעלט זיך אויף אין זאגט בלויז זיין מיינונג, מיינט עס שוין 'שעלטן, שרייען, בייסן די קארפעט',

און ווען די זאלויני דיינים יעדן שני וחמישי, ביי יעדע קליינער אנטוויקלונג און די סאטמאר חאזעריי מחלוקה, קומען זיי ארויס מיט חרמות וארורים מיט קול קורות, רעכטס אויף לינקס, דעמאלטס איז עס הייליג אין טייער, תורה הקדושה, רבי ז"ל, וכו' וכו'...

היפאקריטן!

נוטראלער » 8/2/2010 06:09

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 
אנביליוועבל!

רעכטער » 8/2/2010 06:29

די עזות פנימער זענען קלוגער ווי רביה"ק זי"ע, זיי זענען עפעס נישט מסכים מיטן רבי'ן ז"ל אז ער האט געשטעלט הגאון הגדול רבי געציל בערקאוויטש שליט"א אלס דומ"ץ הרקי'.

אויב ביי איז זיי רביה"ק זי"ע נישט מער ווי א שטיקל היסטאריע און זיינע פסקים זענען קיינעם מחייב, איז זייער פארשטענדליך וויאזוי זיי זענען ליידער אנגעקומען אינעם ציוניסטישן בג"ץ ר"ל, און עס איז זייער פארשטענדליך וויאזוי זיי ציטערן נישט פון זיין קלארן פסק איבער סידור קדושין.

מי יגלה עפר מעיניך רביה"ק, אז די וואס פארריפן זיך אונטערן נאמען "סאטמאר" זאלן ליידער אנקומען אויף אזא נידריגן מצב ל"ע.

מנחם_מענדל » 8/2/2010 06:40

פון אישי:

ס'איז גוט צו וויסן וויפיל מענטשן ארום ניו יארק האבן מיטגעהאלטן די גענעראל פארזאמלונג אויף קול סאטמאר,


עס איז געווען 27,094 קאלס.



תוקן על ידי מנחם_מענדל ב- 08/02/2010 07:39:18



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/02/2010 06:02:03

לעקסינגטאן » 8/2/2010 15:17

באלאנד באלאנד!! די בן בנו של אותו באלאנד!!

סוועט אייך קיינע קללות וויצלעך שמיי דרייס גארניקס סוועט אייך נישט העלפן קיין סאך

אנו רצים והם רצים אנו רצים לאורו של הגאון הגדול ר' געציל בערקאוויטש שליט"א ביחד מיט מערערע חשובע רבנים ודיינים אינעם שפיץ פונעם רבין זאל זיין געזונט און שטארק

והם רצים מיט דעם חכימא דיהודאי מארגנשטערן אינאיינעם מיט יאסעלע וואלדמאן מיט זיין קעמערע אינאיינעם בענאזאם מיט שלום ציק פון בריטאניע מיט מענדל ברילל

דער סארדזשענט איז שוין נעבעך אומגעקומען על חילול השם - איינע פון די ערשטע קרבנות פונעם שארמאשער

רבותי סקומט א פארמעגליך ארטיקל א לענגס און א ברייטס

לויט ווי אינסייד אינפארמעישאן גיבן איבער גייען זיי עס אריין דרוקן אין א ספעציעלן ביילאגע אינעם דזשיד

דעקלעראציע » 8/2/2010 17:10

די זאלי'ס זענען ממש צי'חוש'ט איך קען עס נישט גלייבן זיי קענען דעם ר' געציל נישט אראפ שלינגען אין נישט אויס שפייען זיי ווייסן נישט וואס צי טיען פאר כעס.

ראפאגאש » 8/2/2010 17:25

איך הער איצט אז דער שארמאשער שילדקרויט, ארבייט איצט אויף א תשיבה אפצוענפערן דעם דעם ''פסק הלכה'' פון הגאון הגדול דער דומ''ץ שליט''א וואס איז אגב דער איינציגסטע דיין היינט צו טאגס און סאטמאר וועם רבינו הקוה''ט זי''ע בכבודו ועצמו האט געמאכט  פאר דיין,

ר' יח''מ האט רבינו הקוה''ט נישט געמאכט פאר דיין, מען האט אים אויף גענימען פאר א פאלנער  שיעור זאגער, און דערנאך האט אים קהל געמאכט געמאכט פאר דיין

 

, הרב פילאף (דער וואס זיצט אויפן אונטערנעט, ) מיט הרב וויינבערגער פון פייע, זענען נאך היינט נישט קיין דיינים און סאטמאר, זיי זענען מוצי''ם און די סאחדעס, זיי ארבייטען פאר ר' איצא זאל זיין געזינט,

דער לוחם, הרב כ''ץ פון בארא פארק, האט אויך נאר קהל אויף גענימען, און דער ברך משה האט נישט געוואלט, ער האט געוואלט א צווייטען,

 

אזוי מען האט געזאגט פאר'ן ברך משה זי''ע, אז ער איז א תלמוד פון רבינו שליט''א, האט דער ברך משה מסכים געווען, און געזאגט אין אדם מעיז בפני רבו, ער וועט האבן דרך ארץ פאר'ן רב, (אזוי פרעגט דער ברך משה זי''ע ריפן  רבינו שליט''א דער רב סתם, און ר' זלמן האט ער געגליכען צו רופען כסיל יודא, וסוד ה' ליראיו,)

צום ענין: איצט גייט מען זען וואו הרב שילדקרויט וואס איז היינט צו טאג'ס דער סימבאל פון די עבריינים, די קרעשמע פארטריבענע, מיט די זאליבאנצעס און אלע אנדערע מרעין בישין,  גייט זיך אויס לאכען בשאט נפש פון רבינו הקוה''ט זי''ע,  רבינו הקוה''ט זי''ע, האט געוואלט אז דער דיין שליט''א זאל זיין דיין, און דער שטאט, און ער האט זיך פארלאזט אויף אים, קימט דער הרב שילדקרויט און שרייט, ניין! איך פארשטי בעסער פון רבינו הקוה''ט זי''ע, ''איך'' גיי מיך פארמעסטען מיטן דיין וואס רבינו הקוה''ט זי''ע האט געשטעלט פאר דיין, איך גיי מיך שלאגען מיט זיינס א פסק,

 

אפגעזען פונעם פאקט, אז דער דיין שליט''א פאקט איין דעם הרב שילדקרויט טויזענט מאל,

 

, מי יגלה עפר מעיני רבינו הקוה''ט זי''ע, די ''הייליגע''רבי זיכרונעלברכה יודן, וואס 'גייען מיט די זעלבע מאס שיך וואס רבינו הקוה''ט זי''ע איז געגאנגען,

 און זיי עסען אלעס לויט די פארגעשריבענע רעסעפיס, פונעם מחזור דברי יואל,

און שרייען און מיטן די נענעים, או!!!!!!!!,

און דאווענען נאך חצות,

לאכען זיך אויס  בשאט נפש פון רבינו הקוה''ט זי''ע


וואו זיס איז דאס צו צוזען, מיר האבן דערלעבט!

 

דער רבי דער ברך משה זי''ע פרעגט אלס זאגען אויף דער דאזיגער כת, ''זיי ווילן אויסרייסען אלעס וואס דער פעטער האט אויפגעבויעט'' עכלה''ק

דאן האבן מיר דאס נישט געהעריג פארשטאנען, ווייל די דאזיגע עבריינים, האבן זיך אלע מאל פראבירט אהערצושטעלן וואו ''קינדער פונעם רבי'ן'' ביזדערווייל זעט מען אז דער ברך משה זי''ע האט גוט פארשטאנען, צו די דאזיגע עבריינים, און ער האט געשריגען אז מען דארף זיי ריפן ''בני המן''

 

אין אדם עומד על דעת רבו....

 

מישמאש » 8/2/2010 17:43

הער ראפארגאש!

וואס טיט זיך מיט גיין און בג''ץ????

מען האט צו געמאכט א קרעשמע, א ריכטיגע מושב ליצים, קימען אלע קרעשמע שיינע יודן, דיינים, מוהלים, שוחטים, ראשי כוללים, ארויס מיט א שטורימשע מחאה,

און ווען מען גייט און בג''ץ,? אויף וואס די הייליגע רבי זי''ע, וואס אויף דער שוהל וואו ער האט געדאווענט, זאגט מען נאך קינות ביז איצט, שרייבט אז גיין און בג''ץ איז ביהרג ועל יעבור, הערט מען דען א פיפס פון די עבריינים?

נפל » 8/2/2010 17:46

5 שאלות

1) דיין בערקאוויטש האט קובע געווען אז הרה"ק מ'סאטמאר האט אהערגעשטעלט ק"י מיט אלע מנהגים פון אונגארן, אויב אזוי מיט וועלכע רעכט זאגט הגה"ק אז מנהגי אונגארן זענען נישט מחייב די אידן וואס וואינען אין אמעריקע?

2) דיין בערקאוויטש האט קובע געווען אז אין ק"י איז שייך א מרא דאתרא, האט ער אויך קובע געווען "ווער" דער הלכה'דיגער מרא דאתרא איז?

3) דיין בערקאוויטש איז אויף פעיראל ביי די אהרוינישע פארטיי, איז דען א הווא אמינא אז זיינע פסקים זאלן זיין בינדער אויך אויף די וואס געהערן נישט צו די אהרוינישע פארטיי?

4) די סידור קידושין אין קרית יואל (ביז פארגאנגענע וואך) איז געווען איינגעטיילט צווישן הגה"ק און דיין בערקאוויטש, קען ער פסק'נען דארט ווי ער איז אליינס א נוגע בדבר?

5) ווער איז דאס אגלי דבש?

ראפאגאש » 8/2/2010 17:53

דאס אז די דאזיגע

טרעטען אויפן אייבישטען!
טרעטען אויף די הייליגע תורה!
טרעטן אויף די פריערדיגע צדיקים זי''ע
טרעטען אויף זייער אייגענעם רבי'ן זי''ע

דאס איז שוין א אלטע זאך,

דאס אז די דאזיגע זענען ערשט קלאסיגע היפאקריטען, דאס זעט דדאך יעדער נארמאלער מענטש,

נאר וואס זיי טיען איצט, צילוב דאס דארשט צו שטילן זייער נקמה געפילען, וואס ברויזט און זייער אנגעווייטאגטע הערצער, אז זיי נעמען א דיין וואס ''זייער רבי '' האט געשטעלט און די שטאט, און זיך פולשטענדיג פארלאזט אויף אים, און זיי טרייען צו פארקויפן, אז זיי זענען גרייט צו גיין און פייער פאר'ן רבי'נס א ווארט, און טרעטען דעראויף בשאט נפש, ברענגט ארויס א שמייכל אויף די לעפצען

א_בני_יואל » 8/2/2010 17:56

לויט ווי איך הער נאך האט ר' געציל קלאר געזאגט נעכטן אז די גאנצע זאך ווען סטאר נישט קימען א רב מסדר קדושין זיין אין א שטאט איז נאר ווען סאיז דא א

 "דערוועלטע רב אין א שטאט"

קימט אויס פין עם להלכה ווי באקאנט בנידן דידן איז יעדער מודה אז אין ק"י איז קיינער נישט דערוועלט קען יעדער מסדר קדושין זיין אין קיינער קען נישט ברעגן פין די פריעדיגע פסקים ווייל יענע פסקים איז נאר אויף ערוועלטע רבנים אבער נישט אויף אזעליכע וואס זענען נישט ערוועלט

סאיז באמת אינטרסאנט צי זעען די דיפלאמאטישקייט אין ערליכקייט פין ר' געציל ער האט גערעדט אין גארנישט גערעדט נאר פינקט פארקערט ער האט אינז מחזק געווען (דעס איז אויזער וואס ער נאך זימער געזאגט פאר אינזער הנהלה אז נישט אינזער זאל מיינט ער) אין טאקע וועגן דעם האט ער נישט געזאגט אז די קדושין איז א פראבלעם אדער אז מטאר נישט גיין צי א חתונה דארט אין אזוי ווייטער

אשריך ר' געציל איר האט זיך געקענט האלטן אפי' אין אזא הייסע צייט !!! 



תוקן על ידי א_בני_יואל ב- 08/02/2010 18:01:07

מישמאש » 8/2/2010 18:00

נייפעלע!

אנשולדיגט פארן ענפערען!

אויף דיין אלע גוטע קישיות, איז נישט דא קיין תירץ, עס איז לית נגר בר נגר וואס קענען ענפערן די טיפזיניגע, זאכלישע קישיות,

נאר אויף די פיפטע קען מען אפשר פראבירן צו ענפערען,

דער אגלי דבש, איז א טיפזיניגע תשיבה ספר, וואס האט אויפגשטורעמט דער עולם התורה, און אלע גדולי הדור האבן עס מפליא געווען,

יא!

און דער מחבר איז נישט הרב שילדקרויט, נישט הרב טענענבוים, נישט הרב וואלדמאן, נישט הרב שטויבער,

דוד46 » 8/2/2010 18:05

הגאון רבי געציל שליט"א האט געזאגט גענוי וואס ער האט געדארפט זאגן אלס "פעיראל" דיין.

יעדער פארשטייט אז אויב נישט איז זיין פאזיציע איינגעשטעלט.

פון וואו נעם איך דאס?

ומעשה קאטשקע יוכיח! וואו ער האט זיך געלאזט הערן ערשט נאך 4 וואכן שפעטער...

בענאנע » 8/2/2010 18:08

באלאנד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווער האט גענוי די וועטער וואס דער אגלי דבש האט געזאגט אויפן מאנטעווידעיר רב ז"ל ביי זיין לוי'? ווייל רבי אברהם האט געהאלטן אז יעדער רב מעג מסדר קידושין זיין אין קרית יואל
באלאנד אנטשולדיג מיר אבער ווען עס קומט צו שאלות און יסוד טהרתן של ישראל האט ר' אברהם א שטארקע נגוע און מען קען נישט טראסטן זיין פסק, עס איז קלאר פאר יעדעם אז ר' אברהם'ס רצון מרבה צו זיין ממזרים בישראל איז נישט געקומען פון פארדארבענקייט, עס איז פשוט געווען ווייל ער האט משום סובה געצויגן צו ממזרים און פגומים, סאו פין אים קענסטו קיין ראי' נישט ברענגן.

מישמאש » 8/2/2010 18:08

דוד! וואס האט ער געזאגט? וואס האט דער דיין געזאגט?

נפל » 8/2/2010 18:09

איך האב פריער גערעדט מיט איינער פון די גרויסע מורה הוראה בדורינו, איך האב אים געפרעגט ווער איז דאס דער אגלי דבש און ער האט נישט געוויסט צו זאגן.

ביי די אהרוינים איז שוין א אלטע שיטה אנצוקליידן די "גאנצע וועלט" מיט זייערע מיינונגען. רוף אן פאפא דיין אין וו"ב אדער ב"פ און פרעג אים ווער איז דער "בעל אגלי דבש"...

א_בני_יואל » 8/2/2010 18:14

נאכאמאל איך פארשטיי ענקער ווייטאג מהאט שוין 2 וואכן געהאפט אז ר' געציל זאל ענק עפעס געבען אבער ב"ה ר' געציל האט געטיען וואס ער האט געדארפט אין ענק גארנישט דעליווערט פינקט פארקערט ער האט געפאסקענט להלכה: אז דא אין ק"י איז נישט קיין שום פראבלעם צי קימען מסדר קדושין זיין איי פיל יאר פען אבער דאס איז עס אין לאמיר צירוק גיין צי די טויטע קאטשקעס אין אוועק גיין פין די לעבעדיגע קאטשקעס

דוד46 » 8/2/2010 18:27

הגאון רבי געציל שליט"א כבודו במקומו מונח.

אבער וויבאלד דער בלאט האט שוין גע'פסק'נט אז א דער פסק פון א "פעיראל" דיין איז נישט מאסגעבנד, מוז ער דאך אננעמען זייער פסק...

א_בני_יואל » 8/2/2010 18:33

אבער ווען ער פסק'נט אקעגן זיין אייגענע קהילה ווי למשל נעכטן ווען ער האט געפסק'נט מיט זיין כח וואס ער האט באקימען פין רבי'ן ז"ל: אז יעדער מעג מסדר קדושין זיין אין ק"י איז ער יא באגלייבט אפי' לויט די בלאט אפגערעדט פין אינז וואס ער האט אלטץ געהאט א כח

דוד46 » 8/2/2010 18:37

קיינער האט נישט געקענט נעמען דעם גאון רבי געציל שליט"א און מאכן פון אין א חוכא וטלולא, ווי זיינע אייגענע מענטשן

רעכטער » 8/2/2010 18:38

ראפאגאש, איך קען דיין ארטיקל נישט ליינען צוליב א ווערטער צומישעניש.

ביטע איבערלייגן.

ווי עס קוקט אויס הערשט א גענצליכער צומישעניש ביי די עזות פנימער, זיי ווייסן נאכנישט וואס פאר א 'טון' אראפצושטעלן.

דער שרייט דאס, און דער צווייטער שרייט פונקט פארקערט, און דער דריטער שעלט סתם אזוי קללות נמרצות.

מישמאש » 8/2/2010 18:43

עס איז פשוט א נחת צו צוזען, וואו דער ''פסק הלכה'' פונעם דיין שליט'א האט צושרויפט די קרעשמע זיצער, מיט די זאליבאנצעס, מען קען מיט האלטען דא אויפן פארק, דער זאלי שרייט אז דער דיין שליט''א'ס פסק איז גארנישט ווערט, אפי' רבינו הקוה''ט האט אים געשטעלט פאר דיין,

דער בני יואל שרייט גאר אז דער דיין שליט''א האט געזאגט אז יעדער מעג זיין סידר קדושין און קרית יואל,

דער זאלי פון די מרחקים פרעגט גאר אפ דעם דיין שליט''א

עס איז פרייליך  מיט די משוגעים, דער פסק הלכה פונעם דיין שליט''א האט געשלאגען טיפע ווארצלען, און אויף געשאקעלט די חברה! 

א_בני_יואל » 8/2/2010 18:46

דוד46 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קיינער האט נישט געקענט נעמען דעם גאון רבי געציל שליט"א און מאכן פון אין א חוכא וטלולא, ווי זיינע אייגענע מענטשן


אויב מיינסטו די נעכטיגע דרשה איז פינקט פארקערט ער איז געשטיגן אין מיינע אויגן נאך מער נישט אז איך האב עם נישט געשעצט ביז יעצט נאר יעצט איז עס מער אז ער האט געהאט די קאראש אין געקענט ארויס קימען נעכטען אין פראנט פין זייערע מענטשן אן ארויס זאגן די פסק הלכה מיט אזא פעסקייט: אז אין ק"י מעג יעדער מסדר קדושין זיין ווייל סאיז נישט דא קיין ערוועלטע רב דעס וועט עם נאר מאכן אין די ערליכע וועלט אסאך שטערקער ווי ביז יעצט

דוד46 » 8/2/2010 18:55

לאמיר מאכן א קלארן סך הכל:

מיט 20 יאר צוריק האט דער מאנראוער צדיקל אנגעדרייט א מערכה קעגן די בני יואל – און א מלחמה כבידה האט אויסגעבראכן צווישן ביידע צדדים עד כדי הכאה, און גוטע ידידים זענען געווארן צעקריגט.

מיט 10 יאר צוריק האט מען זיך אנגעהויבן צו קריגן ווער עס איז געווען שולדיג פאר די דורכגעפאלענע מערכה.

היי יאר האט דער מאנראוער צדיקל אנגעדרייט א פרישע מערכה קעגן די בני יואל – און א מלחמה כבידה האט ווידעראמאל אויסגעבראכן צווישן ביידע צדדים עד כדי הכאה, און גוטע ידידים ווערן ווידער צעקריגט.

אין 10 יאר צוריק וועט מען זיך נאכאמאל אנהייבן צו קריגן ווער עס איז געווען שולדיג פאר די דורכגעפאלענע מערכה.

א_בני_יואל » 8/2/2010 18:56

מישמאש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]


דער בני יואל שרייט גאר אז דער דיין שליט''א האט געזאגט אז יעדער מעג זיין סידר קדושין און קרית יואל,



איך זאג אזוי? דער דיין ר' געציל האט אזוי געזאגט נעכטען טי מיר א טובה אין הער עם אויס אין הער וואס דער רעדנער נאכדעם פארבירט צי פארדרייען זיינע ווערטער ווייל ער איז געבליבן שאקט פין די שטארקייט וואס ר' געציל האט ארויס געוויזן ווי א עכטער ערליכער דיין וואס זאגט וואס ער האלט: אז יעדער מעג מסדר קדושין זיין אין קרית יואל !!  

תוקן על ידי א_בני_יואל ב- 08/02/2010 18:57:53

פאראלעל » 8/2/2010 19:01

דער סך הכול איז:

אז אונזער רבי רבינו שליט''א איז א תלמוד פון רבינו הקוה''ט זי''ע:

און ענקר רבי ר' זלמן איז א תלמוד פון ר' שימעלע דשיגאן

עטץ גייט'ס און דער ציוניסטישע בג''ץ, טראץ דעם וואס רבינו הקוה''ט האט געשריגען אז עס איז ביהרג ועל יעבור:

עטץ זענט'ס עובר אויף א פסק פון הגאון הגדול דער בעל אגלי דבש שליט''א, וועם רבינו הקוה''ט האט ממנה געווען דיין און קרית יואל: און זיך פארלאזט אויף אים מיט אלע עניני הוראה און די שטאט:

דאס איז דער סך הכול:

נוטראלער » 8/2/2010 19:20

א פשוטע שאלה, וואס יעדער ארוני בלייבט מיטן צינג ארויס ווען מען פרעגט אים דאס

נוטראלער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

איך הער אז דער אגלי דבש האט גערעדט פון א חרם דרבינו תם
ווער עס קען אביסל היסטערי ווייסט ווער עס איז געווען דער ערשטער עובר צו זיין אויף א חרם דרבינו תם

פאר ווער עס ווייסט נישט, עס איז פארהאן א חרם דרבינו תם אז מען טאר נישט מערער זיין אויף א גט, ד.מ. אז אויב מען האט מסדר געווען א גט טאר מען עס נישט איבער מאכן.

ע.כ. ווער איז אין חרם?



נ.ב. ווער עס האט די צעטיל וואס מען האט דעמאלט פראשפרייט, ווערט געבעטן דאס דא ארויפצולייגן, אדער קען מען עס מיר שיקן אין אישי

רעכטער » 8/2/2010 19:24

די עזות פנימער זענען גענצליך צושרויפט, זיי שעלטן צוזאם משה מאנרויער פארוואס די קהילה האט ערוויילט דעם סאטמאר'ן רבי שליט"א אלס מרא דאתרא.

זיי ווייסן נישט וואו זיך אהין צוטון מיט דעם קלארן פסק הלכה פון דעם קרית יואל דיין שליט"א וועם רביה"ק זי"ע האט געשטעלט אלס דומ"ץ הקרי'.

זיי ווייסן נישט וואס צוטון מיטן פסק הלכה פון רביה"ק זי"ע און די זעלטענע שארפע לשונות איבער סידור קדושין אנעם רשות פונעם מרא דאתרא.

דוד46 » 8/2/2010 19:24

נעמטס עס אריין אין ענקערע קעפעלעך:

די גאנצע מערכה איז א דורכגעפאלענע זאך!

א באנדע לוזערס!!!!!!!

עס גייען זיין אי"ה הונדערטער חתונות אין דעם יעצטיגן זאל, און אי"ה בקרוב אינעם זאל פון די סאטמארער תלמוד תורה!!!

און יא! יעדעס מאל וועט אנגעפירקעלט ווערן די גאסן אין ק"י, און טראף ווידעראמאל א חתונה.

מאכטס זיכער אז עס זאל זיין יעדן טאג פרישע פאשקעווילן, פרישע אנגעפירקלעכטס אין די גאסן, אבער ב"ה מען איז פטור געווארן פון די סידור קידושין אנשיקעניש.

און באדעם ליין: נאך 25 יאר אלס "רב" אין ק"י, איז נאך דא א ריזיגער ציבור אידן יראים ושלימים וואס זענען נישט מקבל מרות פון אים.

דנער עיקר אז ער איז ראשכעבעהאג...

מישמאש » 8/2/2010 19:30

און באדעם ליין: נאך 25 יאר אלס "רב" אין ק"י, איז נאך דא א ריזיגער ציבור אידן יראים ושלימים וואס זענען נישט מקבל מרות פון אים.

דנער עיקר אז ער איז ראשכעבעהאג...


נא? וואס איז דען? איך האב מיטגעהאלטען און א געוויסע קהלה וואס כמעט די גאנצע קהלה איז געווען קעגן דער א''ג נייער רב, ווען ער איז אריין געקימען מיט די פאליציי און בית מדרש האט די גאנצע ביהמ''ד רבנן ותלמידיהון זקינים ונערים, געשריגען באנאזאם ''זאלי''

און מיט דעם אלעם רפסטו אים ''רבי'' און די ווייקסט דיך ביי זיינע שקל שלום תורות, און די גייסט צו זיינע וועקי טישען,! אלזא?

נוטראלער » 8/2/2010 19:35

מישמאש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
באדעם ליין: נאך 25 יאר אלס "רב" אין ק"י, איז נאך דא א ריזיגער ציבור אידן יראים ושלימים וואס זענען נישט מקבל מרות פון אים.




אוואדאי איז מען נישט מקבל מרות, ווער וויל דען מקבל מרות זיין פון איינעם וואס איז עובר אויף א חרם דרבינו תם

רעכטער » 8/2/2010 20:11

נעכטן נאכט ביים מעמד קידוש ה' האט הגה"צ בנציון לאוב שליט"א פארציילט אן אונטערסאנטן עובדה פון רביה"ק זי"ע.

ווען דער הייליגער מנחת יצחק זצ"ל איז אמאל אין די בראשית יארן געווען אין קרית יואל אויף א באזוך ביים רבי'ן זצ"ל, האט דער מנחת יצחק ז"ל אנגעפרעגט ביים רבי'ן איבער אן אונטערגעקומענע שאלה, האט אים רביה"ק געענטפערט אז ס'איז דא א דיין דא אין שטאט, און ער זאל דוקא ביי אים אנפרעגן די הלכה.

פאר סאטמאר'ע חסידים איז א כבוד און א שטאלץ צו האבן אזא חשוב'ער דיין שליט"א וועלכער האלט איין דעם פסוק ולא תגורו מפני איש, אין לאזט הערן דעם דבר ה' זו הלכה מיט א פייערדיגער אש קודש.

דוד46 » 8/2/2010 20:17

איך וועל דיר ברענגען גענוג און נארך מעשיות וואס רבינו הקדוש זי"ע האט געזאגט אויף רבנים גאונים וצדיקים וועלכע ווערן ביי ענק אפגעלאכט.

מעשיות איז דא גענוג.

די שאלה איז נאר צי עס איז אקטועל.

א_בני_יואל » 8/2/2010 20:34

איך זע אז זיי אליינס פאלגן נישט די פסק פין זייער דיין ר' לאוב ווי ער האט געזאגט אז קיינער זאל גארנישט טיען נאר די ראשי קהילה אין דא זענען געקימען אפאר בחורים אין געפירקעלט אין די גאסן וואס דעס גייט ברענגען א פרישע קייט אויף צירוק אויף זייער רבי אין נאכדעם צירוק אין אזוי ווייטער קען איינער פארשטיין פארוואס זיי אליינס לאכן זיך אויס פין ר' לאוב שליט"א אין האבן יא אליינס געטיען

יענקעלע11 » 8/2/2010 20:44



דוד46 שרייבט:

נעמטס עס אריין אין ענקערע קעפעלעך:


די גאנצע מערכה איז א דורכגעפאלענע זאך!

א באנדע לוזערס!!!!!!!

עס גייען זיין אי"ה הונדערטער חתונות אין דעם יעצטיגן זאל, און אי"ה בקרוב אינעם זאל פון די סאטמארער תלמוד תורה!!!

און יא! יעדעס מאל וועט אנגעפירקעלט ווערן די גאסן אין ק"י, און טראף ווידעראמאל א חתונה.

מאכטס זיכער אז עס זאל זיין יעדן טאג פרישע פאשקעווילן, פרישע אנגעפירקלעכטס אין די גאסן, אבער ב"ה מען איז פטור געווארן פון די סידור קידושין אנשיקעניש.

און באדעם ליין: נאך 25 יאר אלס "רב" אין ק"י, איז נאך דא א ריזיגער ציבור אידן יראים ושלימים וואס זענען נישט מקבל מרות פון אים.

דנער עיקר אז ער איז ראשכעבעהאג...

למעשה: אז איינער פייפט אן א מרא דאתרא, מיינט דאס נישט קיין דארעכפאל

פארן מרא דאתרא, פונקט ווי ווען איינער פייפט זיך אריין אין די תורה און איז מחלל
שבת איז נישט קיין דארעכפאל פארן באשעפער, נעם דיר אריין אין קאפ, 
דער רבי שליט''א איז היינט צו טאג איינערקענט אין די וועלט אלץ דער גרעסטער
מרביץ תורה, דער אויסשליסלעכער מנהיג ישראל, כלל ישראל לעכטץ צו הערן
זיין חוות דעת און מאכן דאס נאך, זיין שחיטה מהודרת איז אנגענומען אין די
גאנצע וועלט אלץ די מהודדיגסטע שחיטה טראץ ענקער נארישע קאטשקע
שמאטשקע אזוי גערופענע שערורי', מיר פארן ווייטער אזוי שנעל אז איר קענט בכלל
נישט נאך יאגן, איר זענט דאס ליצנות ביי כלל ישראל, שפילן רבי, און בפרט א
סאטמארער רבי  איז א שפיל וואס די וועלט לאכט, און איך פארשטיי אייער ווייטאג,
ר' יואליש און דער טשאדער זענען נישט קיין קאמפעטישאן פאר אונזער רבי,
זייער שייגעצשטיג מיט מסדר קידושין זיין און א עוון פארן באשעפער, און נישט
פאר רבינו שליט''א, אונזער רבי האט נישט געהאט און נישט געקלערט צו זיין מסדר
קידושין ביי די ווערעמיגע בני יואל, אלזא דאס איז דער באטעם ליין, נאך 25 יאר פון פראבירן
בועט צו זיין אינעם מרא דאתרא דארף מען האבן א ווידיאו שפיל מיט מענדלע בריל צו בארעכטיגן
דעם שייגעצשטיג, דער גרויסער שארמאשער חכם האט געוויינט פאר זיין קאזין שלום
ציק זאל עם קומען ראטעווען ווייל ער איז ללעג ולקלס ביי יעדן איינעם, האט דער שלום 
ציק ארענדזשט א שיינעם ווידיאו שפיל אפגעכאפט דורעכן שארמאשערס בוזעם פריינד
יאשקע מסור און אזוי צו פראבירן צו ראטעווען דעם מצב,
 
דוד'ל, דוד'ל, מיר פארן ב''ה זייער גיט, דער קפה הויז איז אפגעשפארט טראץ די קללות
פון יאנקל טארעך, דער מעיאר איז רבי אברהם וויעדער, דער בית החיים  איז בידינו
און כשם שהחילות לנפול לפניו, לא תוכל לו, כי נפול תפול לפניו. 


יקרבו » 8/2/2010 20:54


וואס מיינען ענק אז די אלע תשובות פין די פריעדיגע גדולים וועגן מסדר קידושין זיין שלא ברשות המרא דאתרא, איז געשריבען געווארן פאר מענטשען וואס האבן געהאלטן אז דער איז די מרא דאתרא.

סאיז געשריבען געווארן פאר מענטשען וואס האבן געשריגן די זעלבע ווי די היינטיגע קלים וריקים אז ער איז נישט די מרא דאתרא.

אין אויף דעם האבן אלע גדולים געשריבן אזאלכע שארפע לשונות ווי הגאון הגדול דער דיין שליט"א האט נעכטען געזאגט אז סאיז כמעט נישט דא נאך א זאך ווי מען זעט אז די גדולים זאלן שרייבן אזאלכע שארפע לשונות.

רבי_יונה » 8/2/2010 21:33

היינט טרעף איך א זאלי / בני יואל אין בארא פארק, און איך פרעג אים איין קשיא:

פארוואס איז דער עירוב אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק נישט כשר לויט ענק.
פונעם רבי'ן זי"ע ווייסט מען נישט קיין הוראה ברורה. מ'ווייסט האלבע זאכן. קיין כתב פון רבי'ן איבער דעם איז נישטא.

ס'איז נאר דא עפעס א וואסעריגע פסק פון רבנים אז מ'טאר נישט עובר זיין אויף "דייני העיר".

איז די פראגע, אזוי:
ווער זאגט אז ר' פישעלע הערשקאוויטש איז נישט אזא דיין העיר ווי ר' מנשה פרידמאן?
ווער זאגט אז אודאוואוריער רב איז נישט אזא דיין העיר ווי ר' הערשל מילער?

אויב דער פסק פון ר' געציל בערקאוויטש איז נישט מחייב ווייל איך פרעג דיך נישט. און איך וועל דיר ווייזען
איז דער פסק פון קיינעם פון די עירוב אוסרים קיינעם נישט מחייב עפ"י דת תוה"ק.

אדרבה קענסט מיר ענטפערן?
יענער האט צוריקגעענטפערט ס'איז דא א קול קורא מיט רבנים. און מ'3קען נישט קריגן.
זאג איך אים, אבער איך האב א אנדערע קול קורא.

זאגט מיר יענער, אבער חילול שבת איז נישט קיין קלייניקייט,  מ'קען זיך מיט דעם נישט שפילן.
זאג איך אים, אן עירוב האבן חכמינו ז"ל מתקן געווען, און אויב איז עס כשר איז עס א מצוה.

און דא שפילסטו דיך מיט א פסולי חיתון און א "בודאי יתחרטו".
מ'וועט ענק ווייזען איז געווען דער ענטפער...

rebyankel » 8/2/2010 22:16

איין זאך זעה איך זיכער
ווען ר' ישראל חיים מנשה האלט א דרשה אדער גיבט ארויס א בריוו, האט עס בערך אזא פנים ווי טענענבוים שרייבט א פאשקעוויל אויף חומתהדת.קאם,
ער האט זיך נעבעך אליין'ס אזוי ביליג געמאכט, זיינע בריווען מלא סתירות, אזש איך באוויין באמת א יוד אין די יארען וואלט געקענט זיין א 'זקן הרבנים' א 'עלטערע גאון' דערווייל איז ער נעבעך נישט מער ווי א העלד ביי די זאלי'ס פאר'ן דעלווירען (ביז לעצטענס....) יעדן טאג אלע פאשקעווילן.
די ארונים לאכען שוין היינט פין זיינע בריווען פינקט ווי די זאלי'ס ווערן נישט מחוזק פין זיינע בריווען.

משא''כ ווען די בארומטער דיין שליט''א דער אויסגערופנען גאון אין יר''ש שטעלט זיך אויף רעדן, טויזענטער יודן באטייליגען זיך אין ווילן הערן יעדעס ווארט אין נאך טויזענטער הערן דאס מיט אויפן טעלעפאן, אין זיינע געמאסטענע ווערטער איז די טעמע ביי ''יעדן'',
די זאלי'ס ווערן אזוי ווילד,
ווען א טאג פריער האבען זיי נאך פארקויפט פאר זייערע קעלבער אז דער דיין איז  זייער'ס ''ער גיבט אפי' נישט קיין הכשר אויף די בית השחיטה'' כו'
פליצלונג אזא שארפע דרשה........

דוד46 » 8/2/2010 22:24

פארוואס טאקע קיין איין ווארט ביים גענעראל פארזאמלונג וועגן די קאטשקע שערורי'? 

rebyankel » 8/2/2010 22:35

א ווינדער קשיא.......

אגב, ענק האבען געשריבן אז דער גרויסער שטריק גייט רעדן בדברים העומדים על הפרק ביי די מוצש''ק דינער פאר ענקער קאראפטירטע מוסדות אין ק''י, בנוכח פינעם פורץ גדר
ווייסט אפשר פארוואס האט ער מורא געהאט צו רעדן...?

א_בני_יואל » 8/2/2010 22:44

אבער דעס איז זעכער אז ר' געציל האט גארנישט דעליווערט נעכטן חוץ א היתר חתונה צי מאכן אין ק"י ווייל קיינער איז נישט דערוועלט געווארן אזוי ווי אינדערהיים אין ער האט מודה געווען אין די קדושין מיט דעם כלל מדשתקו שמע מינה דניחיה לי


תוקן על ידי א_בני_יואל ב- 08/02/2010 22:49:01

rebyankel » 8/2/2010 23:49

קען איינער ביטע אראפברענגן די גאנצע טעקס פין די דרשה וועלכע איז די רעדע ביים גאנצען חרדיש'ן יודענטום.

ווי אויך קען איינער ברענגן בילדער פין דעם ריזיגען ציבור יראים ושלימיםו וועלכע האבען איבערגעפולט דעם גרויסען ביהמ''ד?


תוקן על ידי rebyankel ב- 08/02/2010 23:57:24

rebyankel » 8/2/2010 23:59



תוקן על ידי rebyankel ב- 09/02/2010 00:07:00

rebyankel » 9/2/2010 02:19

[בילד – נישט אפגעהיט]

דוד46 » 9/2/2010 02:49

who cares?

מישמאש » 9/2/2010 03:12

[בילד – נישט אפגעהיט]

נוטראלער » 9/2/2010 05:17


א פשוטע שאלה, וואס יעדער ארוני בלייבט מיטן צינג ארויס ווען מען פרעגט אים דאס

איך פארשטיי נישט פארוואס מען טענה'ט זיך נאך אין דעם ענין

לויט ווי דער אגלי דבש האט גזאגט איז גאס געויבעט אויף א חרם דרבינו תם
ווער עס קען אביסל היסטערי ווייסט ווער עס איז געווען דער ערשטער עובר צו זיין אויף א חרם דרבינו תם

פאר ווער עס ווייסט נישט, עס איז פארהאן א חרם דרבינו תם אז מען טאר נישט מערער זיין אויף א גט, ד.מ. אז אויב מען האט מסדר געווען א גט טאר מען עס נישט איבער מאכן.

ע.כ. ווער איז אין חרם?



נ.ב. ווער עס האט די צעטיל וואס מען האט דעמאלט פראשפרייט, ווערט געבעטן דאס דא ארויפצולייגן, אדער קען מען עס מיר שיקן אין אישי

[/quote]

rebyankel » 9/2/2010 18:12

פין אישי
די חיות פין קווינס האבען יעצט אנגעהויבן א קייט פין טעראר אין פאני קאללס קעגן קרית יואלע דיין שליט''א
ווי אויך קעגן הרה''ג ר' בניון לאוב שליט''א
מ'טראגט ציריק די קרוין צו יושנה!

אויב וועט זיך דאס נישט אויפהערן וועט מען מוזן נעמען רשות וואס איז מותר ע''פ תורה

א_בני_יואל » 9/2/2010 21:10

שאקינג!!!!!!!!!!!!!!!

די ארונים קענען זיך נישט צוזאם קלויבן נאך די מעכטיגע דארכפאל מיט זייער אייגענע דיין ר' געציל וואס האט ארויס געוויזן א שטארקייט וואס סאיז באמת א מסירת נפש אין אפי' ביי זייער מושב ליצים האט ער ארויס געזאגט אז סאיז נישט דא קיין שום פראבלעם מסדר קדושין צי זיין ווען סאיז נישט דא קיין ערוועלטע רב אין שטאט זענען די ארונים ארויף געקימן מיט א עצה זיי האבן ארויס גענימען די פאר ווערטער פין זיין דרשה וואס זיי האבן ארויף געלייגט אויף זייער האט ליין'ס אבער 2 זאכן זיי האבן עס אראפ גענימען אביסל צי שפעט סאיז שוין דא אויף  טעפ'ס אין סאיז דא נאכאמאל אין די דרשה ווי ער זאגט עס

יא יא ר' געציל האט געוויזן זיין אחריות אלס א שליח פין רבי'ן ז"ל אין ער האט אפי' אין אזא הייסע צייט זיך געהאלטן


תוקן על ידי א_בני_יואל ב- 09/02/2010 21:12:18

בלאט: 1 2 3