היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » קאטשקעס לאבאטאריע רעזאלט צוריקגעקומען!

קאטשקעס לאבאטאריע רעזאלט צוריקגעקומען!

83 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2752734
בלאט: 1 2

גאנציגער » 2/2/2010 21:11

באקומען אין אימעיל

[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 2/2/2010 21:18

עפעס שטימט נישט דא,
פארוואס האבען זיי עס געשיקט צו זיפ קאוד 11219
איך מיין אז נאר דער אינטערנעט גאון וואינט אויף דעם זיפ קאוד
ווייל די זיפ קאוד פין בית השחיטה איז 10950 אין די זיפ קאוד פין הגאון רבי משולם איז 11211

אגב, ווער איז די יוניווערסיטי?

--------------

עס איז א שאד נאכמאל אנצוהייבן די גאנצע טענה'ריי
נאכדעם וואס אפי' דער אינטערנעט גאון האט באהאלטען זיין אמערצעסידגע בריוו, ווי ער שרייבט אז דאס וואס רוב פוסקים ז''ל (אין הרב אילאוויטש פין בראזיל עד היום הזה) זענען מתיר מוסקאווי לכתחילה איז ווייל זיי האבען נישט געוויסט אז ס'איז דורס........
ווייל זיי האבען נאכנישט געהאט קיין אינטערנעט!
די בריוו איז איינמאל געליגן אין שמיציגען צייטונג אין זייט דעמאלטס שיקען זיי עס מער נישט ארום






תוקן על ידי rebyankel ב- 02/02/2010 21:28:25

גאנציגער » 2/2/2010 21:25

איך קען דיר נישט ענטפערן אויף זאכן וואס איך ווייס נישט, אבער איין זאך איז זיכער, אויב וואלט די רעזאלטס געווען "פעקין" וואלט אלעס געשטימט ווי א פידעלע

rebyankel » 2/2/2010 21:31

דער שוטה האט פראבירט אויפצובויען א געביידע 'מוסקאווי' 'טריפה' 'כשר'ן כלים'
אבער ביז ווען ער האט באוויזען צו שאפען (כ'ווייס נאכנישט די קראנקייט פין די צעטיל) א צעטיל
לאכט שוין יעדער פין זיין אמערציסידגע געביידע

עס איז פאר אינז א כבוד צו האבען דער הייליגער  נציב, דברי מלכיאל, הג''ר שמואל סאלאנטער, וכו וכו' אויף איין זייט
אין עס איז אינז נאך א גרעסערע כבוד ווען אינזער קעגנער האט דעם אינטערנעט רב אויף זייער זייט

רבי_יונה » 2/2/2010 21:35

די צעטיל דא אויבן איז געבאקען און געמאכט געווארן פון דעם אינטערנעט ראביי און מאכיל נבילות וטריפות ראביי יצחק שטיין.

די צעטיל האט גארנישט מיט די בית השחיטה פון קרית יואל, טאמרע עס האט מיט איינעם האט עס מיט די מאסקאווי קאטשקעס וואס יצחק שטיין שחט אין G&G, און דאס שיקט ער ארום צו לעב.

allgood1s » 2/2/2010 21:38

ווי איך הער איז "בטל בשישים" פון חז"ל אינטער א גרויסע פראגע צייכען, זיי האבען דאך נישט געהאט קיין לעבס, היות היינט איז דא לעבס דארף מען יעדע שאלה שיקען צי א לעב און מער נישט פסק'נען בטל בשישים, אינו בן יומו,נטל"פ, בטל ברוב, וכדומה

אויך קימט ארויס א נייע מאשין וואס גייט טעסטען "מראות" די דיינים גייען בלייבען ארבייטלאז...

נפל » 2/2/2010 21:47

קודם האט דער אהרוינישער פראפעגאנדע מיניסטער פארבירט צו פארקויפן אז די פלייש איז בכלל נישט געווען פון די אהרוינישער בוטשער... יענער האט געקויפט פלייש אין א גוי'אישע געשעפט און ארויפגעלייגט א לעבל פון KJ

דערנאך האבן זיי פארקויפט אז באמת איז דאס יא געווען פעיקין נאר די לעב. קען דאס נישט באשטעטיגן ווייל די זאלצן האט חרוב געמאכט די DNA

--

יעצט האבן מיר א צעטל פונם לעב. וואס זאגט קלאר:
1.   די פלייש האט געהאט א פלאמבע פון KJ
2.   די פלייש האט DNA פון דעם טריפה'נעם מוסקאווי

----

פראבירט מען יעצט א פרישע שיטה:
1.    די צעטל איז פאלש
2.   מוסקאווי איז בכלל כשר!

דער פראפעגאנדע מיניסטער כאפט נישט אז
1.   קיינער וואגט נישט היינט ארויסצוגעבן א פאלשע צעטל און ווערן געסאו"ד מיליאנען, און אויב פאלש האט דאס נישט געדארפט נעמען 3 וואכן.
2.   קיין שום רב בימינו און קיין שום רב און פוסק בדורות הראשונים קען נישט מתיר זיין לאכילה א "עוף דורס"... לידועתכם, מוסקאווי איז א "עוף דורס".

נ.ב. איך בין באמת נייגעריג אויס הרב אילאוויטש פון בראזיל איז דאס באמת מתיר אדער דאס איז א בלבול פונם הייד פארק שרייבער. אויב איז ער דאס מתיר קען מען זיך נישט פארלאזן אויף זיינע הכשר.


לא לחינם האבן די אהרוינישע פאראפעגאנדע מניסטארן פארבירט צו פארקויפן אז נאכן זאלצן קען מען נישט זען די DNA דעריבער האבן זיי נישט צוריק באקומען די ריזאלטס פון די לעב... קליינע קעפלעך.

איך וואלט אריינגעישט פעיקין און באקומען א בריוו אז עס איז פעיקין.

עני וועי, די לעב. באשטעיטיגט אז די פלייש האט געהאט א "פלאמבע" פון KJ און עס האט DNA פון מאסקאווי.

באלאנד » 2/2/2010 21:47

רבי יונה אז דער צעטיל איז געבאקן ווען קומט שוין ענדליך ארויס די רעזולטס וואס דער ראבינער לייכטאג האט פארלאנגט???

rebyankel » 2/2/2010 21:52

נפל דו
די ווייסט דיין רב המכשיר איז מתיר צו עסן טשיקען אין טורקי
די טארסט נישט עסן פין זיין הכשר
זיין זענען אויך דורס (לשיטת בעל האינטערנעט אז עסן מייזען אין ראטען הייסט דורס)

לאפלאש » 2/2/2010 21:54

רבי יונה דע צעטיל איז פון איינע פון די באגלייטענס פונעם ברך משה'ן עס האט גארנישט מיט די קאטשקעס [בילד – נישט אפגעהיט]

געגאנגען » 2/2/2010 21:54

מ'זעט דא קלאר אז דער צעטל איז געשיקט געווארן צו ר' יצחק שטיין, און כ'ווייס נישט וויאזוי די לאבראטאריע האט פעסטגעשטעלט אז די פלייש קומט טאקע פון קרית יואל (וואס מיינט chain of costudy?).

אבער דאס איז אינגאנצן נישט רעלעוואנט, די לאבראטאריע שרייבט דאך קלאר אז עס קען קומען פון א "הייבריד וואס די מוטער איז געווען א מוסקאווי", וואס איז אקוראט וואס דער בית השחיטה המהודרת האט געזאגט פון די ערשטע מינוט - אז אויפן אויסזען האט מען נישט געזען קיין גרויסע חילוקים, אבער ס'איז דא א חשד אז מ'האט געמישט די אייער אין העטשערי, און דערפאר האט רבינו שליט"א באלד באפוילן צו מאכן א ריקאל.

יעצט שטעלט זיך ארויס אז דער ווייטער חשש איז טאקע געווען א ריכטיגער, ליידער. אבער די איינציגע בית השחיטה וואס האט גענומען שריט דערוועגן געפינט זיך אין קרית יואל!

און זיי האבן נאך די חוצפה איר צו באשמוצן דערפאר!!!

rebyankel » 2/2/2010 21:59

באלאנד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
רבי יונה אז דער צעטיל איז געבאקן ווען קומט שוין ענדליך ארויס די רעזולטס וואס דער ראבינער לייכטאג האט פארלאנגט???


געב אכט דיין שפראף
הגאון הרב לייכאג איז א זעלטענע גאון 'אין ירא שמים', צווישען אים אין דער אינטערנעט גאון איז א שטארקע חילוק

הגאון רבי אפרים שמעון אין הגאון דומ''ץ סאטמאר ב''פ ועוד האבען קלאר געזאגט אז להלכה דארף מען אפי' נישט חייש זיין אפי' די לעב זאגט אז ס'איז מוסקאווי
1- מ'קען זיך פארלאזען להלכה אויף די עדות פין די שוחטים
2-אפי' ס'איז מוסקאווי, איז דא א גרויסע מחלוקה אויב דאס איז נישט קיין מסורה'דיגע קאטשקשע, ד''ה אפי' ביי די אשכנזים איז אויך דא פלעצער ווי מ'עסט עס לכתחילה (ר' שמואל סאלאנטער ז''ל, הרב אילאוויטש, כו')
אין ספעציעל אויב מ'האט במילא געמאכט א ריקאל 'לפנים משה''ד' דארף מען מער גארנישט חייש זיין.

rebyankel » 2/2/2010 22:00

געגאנגען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מ'זעט דא קלאר אז דער צעטל איז געשיקט געווארן צו ר' יצחק שטיין, און כ'ווייס נישט וויאזוי די לאבראטאריע האט פעסטגעשטעלט אז די פלייש קומט טאקע פון קרית יואל (וואס מיינט chain of costudy?).

אבער דאס איז אינגאנצן נישט רעלעוואנט, די לאבראטאריע שרייבט דאך קלאר אז עס קען קומען פון א "הייבריד וואס די מוטער איז געווען א מוסקאווי", וואס איז אקוראט וואס דער בית השחיטה המהודרת האט געזאגט פון די ערשטע מינוט - אז אויפן אויסזען האט מען נישט געזען קיין גרויסע חילוקים, אבער ס'איז דא א חשד אז מ'האט געמישט די אייער אין העטשערי, און דערפאר האט רבינו שליט"א באלד באפוילן צו מאכן א ריקאל.

יעצט שטעלט זיך ארויס אז דער ווייטער חשש איז טאקע געווען א ריכטיגער, ליידער. אבער די איינציגע בית השחיטה וואס האט גענומען שריט דערוועגן געפינט זיך אין קרית יואל!

און זיי האבן נאך די חוצפה איר צו באשמוצן דערפאר!!!


גיט געזאגט

גאנציגער » 2/2/2010 22:01

געגאנגען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
און דערפאר האט רבינו שליט"א באלד באפוילן צו מאכן א ריקאל.
"רבינו שליט"א"'ס נאמען איז נישט דערמאנט געווארן אין ערגעץ, ניטאמאל אין בלאט, קיין דרשה און בריוו איז נישט ארויסגעקומען פון אים -אויפן זעלבן סארט ווי ווען ער האט געעפנט די בית השחיטה. ער האט געהייסן? ער האט בכלל געוויסט דערפון? דערצייל אלע פרטים וואס נאך ער האט געטון נאכן זיך דערוויסן פונעם שערוריא.

ארגינעלער » 2/2/2010 22:04

איינער ווייסט וואס יצחק שטיינ'ס ניק איז דא אויף היידפארק ווייל איך זע אז זיין אימעיל האט ער אויסגעמעקט. נישט נאר דאס, נאר אפילו די דעיט האט ער אויסגעמעקט. פארוואס וויל ער נישט אז מען זאל וויסן ווען ער האט באקומען דעם בריוו? עפעס א קאווער אפ מאכט ער דא.

ראביי שטיין, אויב וואלט איר געווען אן ערליכער איד און איר וואלט מורא געהאט אז ס'איז פארהאן א חשש פון מאכיל זיין נבילות וטריפות וואלט איר געטאן וואס ערליכע אידן טוען און זיך פארבינדן מיט די רבנים המכשירים.

אבער אנשטאטס זענט איר תיכף געלאפן אויף היידפארק און זיך גענומען צו באשמוצן די בית השחיטה פון קרית יואל און נאכדעם האט איר גענומען א קאטשקע וואס איז געשאכטן געווארן ביי G&G און דאס אריינגעשיקט צו א לעב אין קענעדע מיט א פלאמבע פון קרית יואל (אין אמעריקע האט ער נישט געקענט טרעפן קיין לעב. ער האט געמוזט גיין ביז קענעדע) און נאכאמאל אלעס כדי צו באשמוצן קרית יואל.

לאפלאש » 2/2/2010 22:05

געגאנגען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מ'זעט דא קלאר אז דער צעטל איז געשיקט געווארן צו ר' יצחק שטיין, און כ'ווייס נישט וויאזוי די לאבראטאריע האט פעסטגעשטעלט אז די פלייש קומט טאקע פון קרית יואל (וואס מיינט chain of costudy?).עס מיינט א פלאמבע

אבער דאס איז אינגאנצן נישט רעלעוואנט, די לאבראטאריע שרייבט דאך קלאר אז עס קען קומען פון א "הייבריד וואס די מוטער איז געווען א מוסקאווי", וואס געווענליך ווען די מיטער איז א מאסקאויי איז די קינד אויך וואס איז אקוראט וואס דער בית השחיטה המהודרת האט נישט געזאגט פון די ערשטע מינוט - אז אויפן אויסזען האט מען נישט געזען קיין גרויסע חילוקים, חליקים פון וואס ? ווען האבן זיי גהאט אנדערע ? אבער ס'איז דא א חשד אז מ'האט געמישט די אייער אין העטשערי, נישט דא אזא מציאות אין אמעריקע און דערפאר האט רבינו שליט"א באלד באפוילן צו מאכן א ריקאל.ווי האט ער געהייסן מאכן א ריקאל? עס איז דא א צעטיל פון אים? אדער פון ר'געציל? אין צווייטענס אין בלאט איז געשטאנען אז ר' יואל ווייס האט געזאגט אז ביי אונז נוצט מען דאס נישט. דעמאלטס ווי האט געקענט קומען דער רבי אין זאגן אז מעןו זאל מחמיר זיין?

יעצט שטעלט זיך ארויס אז דער ווייטער חשש איז טאקע געווען א ריכטיגער, ליידער פארקערט ווי עס איז געשטאנען אין בלאט. אבער די איינציגע בית השחיטה וואס (האט גענומען שריט דערוועגן געפינט זיך אין קרית יואל!)האט געשחטן מאסקאווי קאטשקעס

און זיי האבן נאך די חוצפה איר צו באשמוצן דערפאר!!!

לעבעדיגער » 2/2/2010 22:06

אכן נודע הדבר!

ווי בוימל אויפן וואסער איז ארויפגעשווימען דער ריינער אמת וואס מ'האט געוואלט פראבירן צו באהאלטן אונז.

עס שטעלט זיך יעצט ארויס אז די עטליכע מיליאון דאללער וואס די קרית יואל'ער הנהלה האט אריינגעלייגט אויפצובויען דעם "בית השחיטה המהדרת" איז בלויז געווען א שלייער! יא, ממש אזוי. א שלייער צו פארדעקן די ריכטיגע מעשים וואס מ'האט געוואלט טוען.

ווי עס שטעלט זיך יעצט ארויס האט מען לכתחילה אויפגעבויעט דעם גאנצן פראיעקט בלויז צו קענען מאכל זיין פאר אידן טריפנה קאטשקע'ס! שומו שמים!

געמיינט האבן די אנפירער פון קרית יואל אז זיי וועלן קענען באהאלטן פון די אידן וואס זיי ווילן און אידן וועלן זיך אנשטאפן מיט טריפה פלייש, למעשה איז עס נישט געלונגען און זייערע מאטיוון זענען - געלויבט צו ג-ט - פריצייטיג אנדעקט געווארן.

אחד היה אברהם, דער גאון אדיר און פוסק הדור און מומחה הכי גדול ביותר בעניני כשרות הרה"צ ר' יצחק שטיין וועלעכער האט געפאקט די בית השחיטה בי די מעשה 'רעד הענדעד' און מ'האט ברוך השם אויפגעדעקט זייער שלייער און די מאסן שחיטה פון טריפה פלייש וועט זיך אי"ה אויפהערן.

אידן איבער די וועלט שטייען צו דער זייט פון רבי יצחק און דאנקן אום אן שיעור פאר זיינע פולע לייסטונגען בעניני הכלל והפרט ובעיקר פארן אויפדעקן דעם פאברעכען.

----

וויצן אין א זייט געלייגט.

וואס שעמט זיך דער רב מיט זיין נאמען אז ס'איז אויסגעמעקט? און פארוואס איז די דעיט פונעם צעטיל אויסגעמעקט סיי אויבן און סיי אונטן? איך פרעג נאר ווייל איך וויל וויסן וואס מען באהאלט.

לאפלאש » 2/2/2010 22:09

לעבעדיגער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אכן נודע הדבר!

ווי בוימל אויפן וואסער איז ארויפגעשווימען דער ריינער אמת וואס מ'האט געוואלט פראבירן צו באהאלטן אונז.

עס שטעלט זיך יעצט ארויס אז די עטליכע מיליאון דאללער וואס די קרית יואל'ער הנהלה האט אריינגעלייגט אויפצובויען דעם "בית השחיטה המהדרת" איז בלויז געווען א שלייער! יא, ממש אזוי. א שלייער צו פארדעקן די ריכטיגע מעשים וואס מ'האט געוואלט טוען.

ווי עס שטעלט זיך יעצט ארויס האט מען לכתחילה אויפגעבויעט דעם גאנצן פראיעקט בלויז צו קענען מאכל זיין פאר אידן טריפנה קאטשקע'ס! שומו שמים!

געמיינט האבן די אנפירער פון קרית יואל אז זיי וועלן קענען באהאלטן פון די אידן וואס זיי ווילן און אידן וועלן זיך אנשטאפן מיט טריפה פלייש, למעשה איז עס נישט געלונגען און זייערע מאטיוון זענען - געלויבט צו ג-ט - פריצייטיג אנדעקט געווארן.

אחד היה אברהם, דער גאון אדיר און פוסק הדור און מומחה הכי גדול ביותר בעניני כשרות הרה"צ ר' יצחק שטיין וועלעכער האט געפאקט די בית השחיטה בי די מעשה 'רעד הענדעד' און מ'האט ברוך השם אויפגעדעקט זייער שלייער און די מאסן שחיטה פון טריפה פלייש וועט זיך אי"ה אויפהערן.

אידן איבער די וועלט שטייען צו דער זייט פון רבי יצחק און דאנקן אום אן שיעור פאר זיינע פולע לייסטונגען בעניני הכלל והפרט ובעיקר פארן אויפדעקן דעם פאברעכען.

----

וויצן אין א זייט געלייגט.

וואס שעמט זיך דער רב מיט זיין נאמען אז ס'איז אויסגעמעקט? און פארוואס איז די דעיט פונעם צעטיל אויסגעמעקט סיי אויבן און סיי אונטן? איך פרעג נאר ווייל איך וויל וויסן וואס מען באהאלט.



זייער סארקאסטיש אין פארדינסט א פאסטן אין בלאט אפיס

אבער דער מציאות פאטשט אין פנים מען האט געשחטן טריפענע קאטשקעס אלס מהודרת

געגאנגען » 2/2/2010 22:22

איין מציאות וואס פאטשט אין פנים איז אז היינט צו טאג איז דא נאר איין בית השחיטה אין אמעריקע וואס איז גרייט אפן מודה צו זיין ווען מ'טרעפט דארט א פראבלעם!

ועל זה גאוותינו!

נ.ב.
און פאר זאגן "טריפה" אדער "נבילה" אויף א עוף וואס מיליאנען ערליכע אידן האבן געגעסן אמאל, און טויזנטער עסן נאך היינט, דארף מען נישט נאר זיין א קאלטבלוטיגער רשע ווי די בני יואל, נאר אויך אן עם הארץ מדאורייתא ומדרבנן.

פארשטייט זיך אז אין אונזערע מקומות עסט מען דאס נישט, און מ'וועט אי"ה ווייטער נישט עסן. אבער אזוינע פראבלעמען מאכן זיך כסדר אין די כשרות וועלט, און איבעראל וואלט דאס פארשוויגן געווארן, אויסער אין איין איינציגן בית השחיטה, וואס פארדינט פאר דעם אליין מיט שטאלץ איר צונאמען "המהודרת"!
תוקן על ידי - געגאנגען - 02/02/2010 22:27:10

_________________

rebyankel » 2/2/2010 22:27

1- האלט איר אז דער אינטערנעט גאון האט נאר געשיקט צו די קאנאדישע לעב, אדער נאר דאס גיבט ער ארויס

2- אויב איז די לעב געשיקט געווארען דורך דעם אינטערנעט רב דאן הודרן קשיא לדוכתיה פארוואס מאכט ער נישט קיין ריקאל אויף די איבער 100 קאטשעקעס וואס אינטערנעשענאל גלאט (וועלכע איז אינטער זיין אימעווערדיגע הכשר) האט געקויפט פין קרית יואל ג' ויגש???????

נפל » 2/2/2010 22:42

rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 פארוואס מאכט ער נישט קיין ריקאל אויף די איבער 100 קאטשעקעס וואס אינטערנעשענאל גלאט (וועלכע איז אינטער זיין אימעווערדיגע הכשר) האט געקויפט פין קרית יואל ג' ויגש???????


אויף דעם? שוין מילא, איך בין גרייט מוותר צו זיין, אבער אויף די 163 וואס ער האט גענומען ב' וישלח און אויף די 173 וואס ער האט גענומען ה' וירא בין איך נישט גרייט אראפצושלינגען....

באלאנד » 2/2/2010 22:43

רעב יאנקל איבער דעם סמכות פון 'הגאון' לייכטאג קענען מיר זיך נאך גרינג פארמעסטן,

איינער וואס האט אין זיינע אינגע יארן שטודירט אין א קאלעדזש איז קיין גאון נישט!
איינער וואס זיינע איידעמער און שנירן ווערן פארארדענט אפצוהאקן קשר מיט זייערע עלטערן איז קיין גאון נישט!
איינער וואס האט זיך בלויז אנגעטוהן א הויכען ביבער היט פאר א קאווער אפ פון זיינע אומווערדיגע מעשים איז קיין גאון נישט!
 
און דער א.ג. גאון איז דאך מכלומרשט ווער ס'האט באשטעלט די לעב ריזאלטס,
און פאר אנדערע האט ער געזאגט אז די עס איז נישטא קיין שום שאלה ארום די קאטשקעס נאר א שאלה פון שנאת חינם,
גיי פאסמאקעווע דיך מיט אנדערע גאונים ווי מיט דעם שטריק!!!!

תוקן על ידי באלאנד ב- 02/02/2010 22:45:40




תוקן על ידי באלאנד ב- 02/02/2010 22:57:00

געלעכטער » 2/2/2010 22:45

איך פארשטיי נישט איין זאך פארוואס איז נישט דא א בריוו פונעם מרא דאתרא אדער פונעם דיין דער בעל מכשיר וואס די הלכה איז פינקליך ? 
אין פטור אן עסק וואס זיי וועלן זאגן דאס וועט מען טוען
וואס איז דעס אזוי פארנעפלט אז מען דארף נאכקוקען דא אויף היידפארק וואס מען דארף טוען?


תוקן על ידי געלעכטער ב- 02/02/2010 22:47:02

נפל » 2/2/2010 22:50

געלעכטער... די ביסט גוט! ווען מען כאפט מיר מיט נבילה וואלט איך אויך קודם געלייקענט און נאר דערנאך געגעבן פארנעפעלטע תשובות...

מנחם_מענדל » 2/2/2010 23:01

זאלונים היקרים, 2 פאקטן זענען דא, די איבריגע זענען סתם געמויזעכצער.

דהיינו:

1) מוסקאווי איז "נישט" טריפה. (עכ"פ אלע פריערדיגע גאונים ופוסקים וגדולים ביז 2010 האבן אזוי געהאלטן..)
2) די בית השחיטה האט אין א "אויסערגענטליכע" שריט (א זאך וואס ביי 82 זאלסטו נישט 'חלומען' פון אזא ערשיינונג) צוריקגערופן אלע קאטשקע פלייש "תיכף פון די ערשטע מינוט" וואס די ספק איז אויפגעברענגט געווארן, וואס - אגב - די מיינונג פון די דיינים איז אז עס איז לגמרי נישט קיין 'חיוב' עס צו פארשן און אוודאי נישט צו צוריקרופן, זייענדיג א כשר'ע עוף.

allgood1s » 2/2/2010 23:07

נפל וועלכע קאטשקעס ניצט פאפא????

כ'האף ביסט נאך גוט מיט דעם פאפא'נער

נפל » 2/2/2010 23:11

מענדל

1) עס איז א פאקט אז די פארמער זאגן אז מוסקאווי איז א "עוף דורס" אפילו די אייגענע קינדער. דעריבער איז נישט קיין שום נפק"מ וואס דער גדול אדער יענער גדול האט געזאגט אפילו א גדול ווי רב אילאוויטש פון בראזיל. די יארן מאכט איך נישט קיין נפק"מ.

2) די שרייבסט א שקר גמור! אז די בית השחיטה האט צוריק גערופן "תיכף פון די ערשטע מינוט"... דאס איז א פרעכער שקר... איך וועל דיר דערמאנען וואס עס איז יא געווען "תיכף פון די ערשטע מינוט"... קודם האט גענומען א וואך ביז דער בלאט איז ארויסגעקומען (במשך די וואך האט מען גארנישט געהערט פון די בית השחיטה אדער פון די רבנים). נאך א וואך האט דער בלאט "געלייקענט" די גאנצע מעשה און האט נאך אריינגעלייגט א חוצפה'דיגע קעפל אויפן ערשטען זייט אז מהודרת האט גאר אפגעראטעוועט אלע אנדער בתי השחיטה... און מוסיף געווען חטא על פשע מיטן באשמוצן דעם חשובע'ן רב וואס האט אפגעראטעווען דעם אהרוינישען פארטיי פון עסן טריפה קאטשקע פלייש.

הערשט א וואך דערויף (2 וואכן נאכדעם וואס די פרשה האט זיך אנגעהויבן קאכן) האט די "הנהלת בית השחיטה" אריינגעלייגט א טריקענע צעטל אז מען זאל צוריק ברענגען די קאטשקעס און הערשט נאך 2 וואכן שפעטער האבן די אהרוינישע דיינם ארויסגעגעבן א איסור!

אז זאג נאכאמאל אז "תיכף פון די ערשטע מינוט"....

א_בני_יואל » 2/2/2010 23:18

[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]
איך לייג עס ארויף ווייל סאיז ממילא געווען אויף די גאס אבער איך מיין איז אז סאיז א נארישקייט די צעטליך


 

געלעכטער » 2/2/2010 23:23

מנחם_מענדל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
זאלונים היקרים, 2 פאקטן זענען דא, די איבריגע זענען סתם געמויזעכצער.

דהיינו:

1) מוסקאווי איז "נישט" טריפה. (עכ"פ אלע פריערדיגע גאונים ופוסקים וגדולים ביז 2010 האבן אזוי געהאלטן..)
2) די בית השחיטה האט אין א "אויסערגענטליכע" שריט (א זאך וואס ביי 82 זאלסטו נישט 'חלומען' פון אזא ערשיינונג) צוריקגערופן אלע קאטשקע פלייש "תיכף פון די ערשטע מינוט" וואס די ספק איז אויפגעברענגט געווארן, וואס - אגב - די מיינונג פון די דיינים איז אז עס איז לגמרי נישט קיין 'חיוב' עס צו פארשן און אוודאי נישט צו צוריקרופן, זייענדיג א כשר'ע עוף.[/quote]



[quote]זאלונים היקרים, 2 פאקטן זענען דא, די איבריגע זענען סתם געמויזעכצער.

דהיינו:

1) מוסקאווי איז "נישט" טריפה. זאל דער בעל מכשיר פונעם מהודרת בית השחיטה ארויסגעבן אזא בריוו אז עס נישט טריפה אין ווי לאנג מען שחט שוין די מאסקאווי קאטשקעס אין די מהודרת(עכ"פ אלע פריערדיגע גאונים ופוסקים וגדולים ביז 2010 האבן אזוי געהאלטן..)
2) די בית השחיטה האט אין א "אויסערגענטליכע" שריט (א זאך וואס ביי 82 זאלסטו נישט 'חלומען' פון אזא ערשיינונג) ווי למשל צומות הגידין וואס מען האט געטראפן נאר אין מאנרא ביי די מהודרת צוריקגערופן אלע קאטשקע פלייש "תיכף פון די ערשטע מינוט" וואס די ספק איז אויפגעברענגט געווארן, פון דינסטיג ויחי ביז די צייטונג פרשת וארא מיט א שמות געבאקענע בלאט פון פרשת שמות איז אביסעל מער ווי א מנוט  ואראוואס - אגב - די מיינונג פון די דיינים איז אז עס איז לגמרי נישט קיין 'חיוב' עס צו פארשן און אוודאי נישט צו צוריקרופן, זייענדיג א כשר'ע עוף.
איז וויפיל אזעכע כשרע עופות שחט מען ביי די מהודרת?

מנחם_מענדל » 2/2/2010 23:34

נפל, סארי פאר דיין נישט פארשטיין מיינע ווערטער.
"פון די ערשטע מינוט" מיינט ביי מיר פון די ערשטע מינוט וואס דער רעיון איז געברענגט געווארן פאר די רבנים. נישט פון די ערשטע מינוט וואס היידפארק, נאכגעפאלגט פונעם שמוציגן איד האבן פאבריצירט א מעשה.

ולידיעתך, די מוסקאווי קאטשקעס וועלכע זענען אנגעקומען צו דשי ענד דשי האבן נישט קיין שייכות מיט די גאנצע מעשה.

סקאטמאלען » 2/2/2010 23:37

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מענדל

1) עס איז א פאקט אז די פארמער זאגן אז מוסקאווי איז א "עוף דורס" אפילו די אייגענע קינדער. דעריבער איז נישט קיין שום נפק"מ וואס דער גדול אדער יענער גדול האט געזאגט אפילו א גדול ווי רב אילאוויטש פון בראזיל. די יארן מאכט איך נישט קיין נפק"מ.

עס איז אויך א פאקט אז די פארמער זאגן אז הינער זענען אויך א "עוף דורס", וואס ווילסטו יעצט? אם כן אין לדבר סוף, אונז מוז מיר גיין מיט וואס איז פארשריבן אין ספרי הקודמים, ולשיטתם האט דער מוסקאווי אלע סימני טהרה. און מיר עסן עס נישט נאר בלויז צוליב מסורה.

2) די שרייבסט א שקר גמור! אז די בית השחיטה האט צוריק גערופן "תיכף פון די ערשטע מינוט"... דאס איז א פרעכער שקר... איך וועל דיר דערמאנען וואס עס איז יא געווען "תיכף פון די ערשטע מינוט"... קודם האט גענומען א וואך ביז דער בלאט איז ארויסגעקומען (במשך די וואך האט מען גארנישט געהערט פון די בית השחיטה אדער פון די רבנים). נאך א וואך האט דער בלאט "געלייקענט" די גאנצע מעשה

רבונו דעלמא כולם! ס'נישט געווען וואס צו לייקענען, פון די ערשטע רגע וואס דער שאלה איז נולד געווארן איז שוין לאנג געווען לאחר המעשה, די עופות זענען שוין לאנג נישט געוון לפניניו, און קיינער האט באמת געוויסט צו מ'האט געשאחטן די נישט מסורה'דיגע עופות, די איינציגע זאך וואס מ'האט יא געוויסט איז אז א גוי האט געזאגט עפעס, גארנישט מער, דאס מיינט מ'האט געהאט א עדות פון א גוי קעגן א חזקה פון שוחטים מומחים, ס'איז אבסורד צו זאגן אז בלויז צוליב וואס א גוי האט עפעס געזאגט מוז מען שוין מאכן א ריקאל. איבערהויפט אויף עופות וואס ערליכע אידן האבן געהאלטן אז ס'זענען טהור.

און האט נאך אריינגעלייגט א חוצפה'דיגע קעפל אויפן ערשטען זייט אז מהודרת האט גאר אפגעראטעוועט אלע אנדער בתי השחיטה... און מוסיף געווען חטא על פשע מיטן באשמוצן דעם חשובע'ן רב וואס האט אפגעראטעווען דעם אהרוינישען פארטיי פון עסן טריפה קאטשקע פלייש.

דאס קען אויך זיין אמת און ס'קיין סתירה, ווייל דאס ווייס מיר קלאר, אן קיין לעבערעטאריעס, אז צו יענעם שחיטה איז אנגעקומען די מוסקאווי גענז, אזוי זענען דאך מעיד די בעלי מכשירים דארט, און קען טאקע זיין אז קרית יואל האט עס פארמיטן, ס'קיין שום סתירה.

הערשט א וואך דערויף (2 וואכן נאכדעם וואס די פרשה האט זיך אנגעהויבן קאכן) האט די "הנהלת בית השחיטה" אריינגעלייגט א טריקענע צעטל אז מען זאל צוריק ברענגען די קאטשקעס און הערשט נאך 2 וואכן שפעטער האבן די אהרוינישע דיינם ארויסגעגעבן א איסור!

וואס מיינט דאס, 'טריקענע' צעטל? וואס האסטו געוואלט זאל שטיין 'אהרן ט"ב פוי' ?

אז זאג נאכאמאל אז "תיכף פון די ערשטע מינוט"....

לאפלאש » 2/2/2010 23:47

דו ווייסט אפשר פון וואו הרה"ג רבי יצחק שטיין שליט"א האט זיינע קאטשקעס אז נישט פון קרית יואל בית השחיטה?! די פראף אז אין קרית יואל האט מען גע'שחט'ן מוסקאווי קומט פון די 100 קאטשקעס וואס חיימאוויטש האט גענומען פון קרית יואל!!!

מישמאש » 2/2/2010 23:48

הערט אויף מיט די קידערישקייטען!

יעדער ווייסט זייער גוט, וואס דא קימט פאר,

דער ניפעלע מיט באלאד מיט יצחק שטיין, מיט אלע אנדערע מיסע ווערטער, וואלטען געגעסן חזיר אויך, זיי אונטערסירט  השי'ת מיט זיין הייליגע תורה, פונקט וואו עס אונטערעסירט, זלמן דשיגאן, די גמרא און יאשקע מסור, די וואוילזיין פון די מענטשהייט,

די באנדע זענען בס''ה דא, צו טעראזירען און פייניגען ערליכע יודן, לאמיר א וועק שטיין פון די דאזיגע ווערים און קרעטץ, פון די טעראריסטען, און פאשקעווילען ווארפער, לאמיר זיי לאכען און פנים, און אויסווארטען מיט געדילד זייער מפלה, וואו המן, ואס דער הייליגער ברך משה זי'ע האט זיי אנגעוינטשען, בב''א

rebyankel » 2/2/2010 23:51

באלאנד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
רעב יאנקל איבער דעם סמכות פון 'הגאון' לייכטאג קענען מיר זיך נאך גרינג פארמעסטן, איינער וואס האט אין זיינע אינגע יארן שטודירט אין א קאלעדזש איז קיין גאון נישט! איינער וואס זיינע איידעמער און שנירן ווערן פארארדענט אפצוהאקן קשר מיט זייערע עלטערן איז קיין גאון נישט! איינער וואס האט זיך בלויז אנגעטוהן א הויכען ביבער היט פאר א קאווער אפ פון זיינע אומווערדיגע מעשים איז קיין גאון נישט! און דער א.ג. גאון איז דאך מכלומרשט ווער ס'האט באשטעלט די לעב ריזאלטס, און פאר אנדערע האט ער געזאגט אז די עס איז נישטא קיין שום שאלה ארום די קאטשקעס נאר א שאלה פון שנאת חינם, גיי פאסמאקעווע דיך מיט אנדערע גאונים ווי מיט דעם שטריק!!!!

תוקן על ידי באלאנד ב- 02/02/2010 22:45:40

 



רעדסט ווי א טיפיקעל זאלי'ס
רבי אפרים שמעון איז ב''ה א שטאלץ פאר אינזער קהילה קדושה
(נאך לאנגע יארען וואס די מתפללים אין 15'טע האבען נהנה געווען פין זיינע רייכע שיעורים בתורה ויראה והלכה אין גרויסע גאונות האט מען אים אויפגענומען אלס דיין אין ביהמ''ד)

ער איז נאר געווארען א שגץ ביי די ......זאלי'ס נאכדעם וואס ער האט נישט געוואלט אנערקענען אז מענדל שווימער איז ציית דינא נאר א הולך בערכעות,
אדער אז די סאטמארע בושטער אין ב''פ ווערט נישט טריפה ווייל כ''ץ עפנט א אייגענע בוטשער אין לייגט אלס נקמה קעגן ר' אהרן וועלץ-מנהל המוסדות א הוסרה השגחה צעטיל.
אין פארשטייט זיך פאר'ן גרויסען חטא פין נתפעל ווערן פין די געוואלדיגע חומרת אין הידרוים פין די סאטמאר פלייש אין מצות כו'

נו! אז מ'גייט נישט אין שפאן... עטס האטס א אלטע עקספירעינס וויאזוי מהאנדעלט מיט אזעכלע יודן, כידוע

איך געדענק נאך וואס פאר א צדיק ער איז געווען ווער האט זיך באטייליגט ביי ענקער הספד אין מנורה אין ב''פ, אין ווען ער האט נישט געוואלט זיצן אין ביה הוראה אין ב''פ ווייל דער מחזיק ידעי עוברי עבירה הרב כ''ץ האט מען נישט גענועמן אלס דיין דארט (יא! ערהאט ענק דעמאלטס נאכנישט געקענט, ענק האבען אים אין נאך פילע רבנים אליין'ס איבערצייגט ענקער שמיציגע פרצוף ווי טרעטן אויף די תוה''ק איז ליידער אי טעגליכע ערשיינונג)

אבער איך דארף ב''ה נישט פארענטפרן הגאון רבי אפרים שמעון וואס יעדער ערנסטער יוד אין ב''פ קען מעיד זיין אויף זיין תורה ויראה
פרעג נאר די בוטשער אין ב''פ וויפיל קונדערן מיר האבען צובאקומען זייט ער גיבט די הכשר דארט אינאיינעם מיטן סאטמערען דיין שליט''א

-------
פאר די רעקארד: רבי אפרים שמעון האט נישט געשיקט גארנישט צו קיין לעב

תוקן על ידי rebyankel ב- 02/02/2010 23:55:14

באלאנד » 2/2/2010 23:56

דאס פארענטפערט זיין זיצן אין קאלעדזש? פארן שטודירן אין א קאלעדזש איז ער א שייגעץ גארנישט מיט קיין שפאן צו טוהן!
פארן פארבאטן זיינע איידעמער און שנירען אז זיי טארן נישט רעדן מיט זייערע עלטערן איז ער א שייגעץ!!!
 עס מעג גאנץ 15'טע עוועניא וויסן פון זיין א.ג. תורה ויראה, א שייגעץ בלייבט ער א גרויסע!!!
און יעצט מיט די טריפה'נע קאטשקעס האט זיך זיין באוויסטע קדושה וצדקות ווידעראמאל צושפילט, און אט טאקע דאס איז דאך א שטאלץ פאר ענקער קהלה...






תוקן על ידי באלאנד ב- 03/02/2010 00:01:56

באלאנד » 3/2/2010 00:00

און אז מ'רעדט שוין פון רעקארד: ווער האט דעמאלס יא געשיקט די קאטשקעס פאר א לעב טעסט?

rebyankel » 3/2/2010 00:02

באלאנד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דאס פארענטפערט זיין זיצן אין קאלעדזש? פארן שטודירן אין א קאלעדזש איז ער א שייגעץ גארנישט מיט קיין שפאן צו טוהן!
פארן פארבאטן זיינע איידעמער און שנירען אז זיי טארן נישט רעדן מיט זייערע עלטערן איז ער א שייגעץ!!!
 עס מעג גאנץ 15'טע עוועניא וויסן פון זיין א.ג. תורה ויראה, א שייגעץ בלייבט ער א גרויסע!!!
און יעצט מיט די טריפה'נע קאטשקעס האט זיך זיין באוויסטע קדושה וצדקות ווידעראמאל צושפילט, און אט טאקע דאס איז דאך א שטאלץ פאר ענקער קהלה...


תוקן על ידי באלאנד ב- 02/02/2010 23:59:32



זייער א לוזערישע מהלך
אבער שרייב נאך....

זאל יעדער זעהן ווי נידריגע ענק זענען

נפל » 3/2/2010 00:05

מענדל און סקאטמאלען

איר קענט מאכן פשעטלעך און דריידלעך וואס דאס מיינט בכלל "די ערשטע מינוט" און ווען די רבנים זענען געוואר געווארן וכו'

איין זאך איז זיכער אז יום ה' איז געווען אויף די פראנט פעידש פון דער בלאט אז עס איז דא א שאלה און מהודרת האט אפגעראטעוועט די אנדערע בתי השחיטה! דאס מיינט אז פון יום ד' ווען די ארטיקל איז אריין אין דער בלאט לייקענענדיג אז קרית יואל האט עפעס דערמיט ביזן נעקסטן דארנערשטיג ווען "הנהלת מהודרת" האט געמאכט דעם ריקאל איז געווען ביי די אהרוינים א לייקענעריי אויף די גאנצע פרשה און ענקערע דיינים האבן ענק געלאזט האקן מוסקאווי פארטעלט אלס פעיקינס איבער א וואך...

און צו דיר סקאט, דיין קביעה אז די עוף ווערט נישט א עוף טמא אלס א דורס איז אויסגעזויגן פון פינגער, על פי שלחן ערוך איז א עוף דורס טמא לאכילה! עס האט גארנישט מיט וויפיל רבנים האבן יא אדער נישט מתיר געווען, אפילו דער רמב"ם וואלט אזא זאך נישט געקענט מתיר זיין על דעת עצמו.

אבער נאך אלעם פלאקערט די הארבע שאלה פארוואס האבן ענק געלייקענט אז ענק האבן גע'שחט'ן מוסקאווי, פארוואס זענט איר נישט תיכף ארויס מיט א קלארע מעסעדש אז יא מען האט גע'שחט'ן אבער די פראבלעם איז "נאר" מסורות? פארוואס האט איר ארויפגעווארן ענקער שמוץ אויף אנדערע בתי שחיטה? פארוואס בעט איר נישט איבער ר' יצחק שטיין? פארוואס טראגט איר אים נישט אויף א גאלדענע טאץ פארן ראטעווען מהודרת פון מוסקאווי?

rebyankel » 3/2/2010 00:07

אזווי די נפלים פראבירן צו פארדרייען די פאקטן וועל איך דערמאנען דעם עולם די פאקטישע השתלשלות
 

http://www.satmarinfo.com/pdf/katchkes.pdf



א קורצער בליק אויף די מציאות הדברים:

 

1.       די זשי-ענד-זשי פלייש פירמע האט באשטעלט א טראק קאטשקעס צו שעכטן פאר אינטערנעשענאל גלאט, וועלכע שטייט אונטער די השגחה פין דעם אינטערנעט גאון, ר' יצחק שטיין.

2.       עס זענען אנגעקומען מוסקאווי קאטשקעס, וועלכע האבן נישט די געהעריגע מסורה ווי דער הייליגער רמ''א פארלאנגט, און במילא נוצט מען עס נישט אין אונזערע קרייזן. די שוחטים האבען נישט געוויסט אויב מ'מעג עס שעכטן, אויך די משגיחים, און ר' יצחק שטיין זעלבסט וועלכער איז געווען אנוועזנד, האבע נישט געוואוסט קלאר, ביז הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין שליט"א האט אנגערופן הגה"ח ר' נח גפן שליט"א, ראש השוחטים אין קרית יואל, וועלכער האט געזאגט מ'זאל קוקען אויף די שנאבל, און פארשטייט זיך אז דערנאך האט מען עס אוועקגעשיקט.

3.       דער גוי'אישער בעה''ב פון די קאטשקע פירמע האט זיך פארענטפרט אז ער האט גענומען פונעם זעלבן פארעם ווי ק''י האט גענומען, און ער האט ניטאמאל געוואוסט אז מ'דארף פארלאנגען וועלכע מין קאטשקע צו שיקען.

4.       ר' יצחק שטיין, וועלכער איז שוין לאנג כעסי'ג אויף די בית השחיטה וואס האט שטארק רעדוצירט ביזנעס אין זיין פירמע [ווי אויך האט ער פערזענליכע אינטערעסן קעגן סאטמאר, טייל אלס 'זכות אבות' און אנדערע איז ריין 'זכות עצמו'] האט ארויסגעלאזט א שקר אז ''דער גוי האט געזאגט אז ק''י נוצט אייביג די זעלבע קאטשקעס און זענען אייביג צופרידן'', שפעטער איז ער מוסיף א נייעם פרעכן שקר אז ס'איז שוין געווען א אסיפה מיט די בעלי מכשירים וועגן די אנטדעקונג אין שטוב פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און מ'האט דארט מקיל געווען, און אז יעדער זאל פרעגן זיין דיין.

5.       ר' יצחק שטיין זעלבסט רופט אן אן אנערקענטן רב – וואס ער האט נישט געוואוסט אז בשעת מעשה זיצט דארט א חשוב'ער גאסט, מגדולי רבני ירושלים עיה"ק – און יענעם געזאגט אז "אונז האמיר דא א געלעגנהייט צו באגראבן דעם [נאמען פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א].

6.       די זאליס שפרינגען ארויף אויף די ווילדע מציאה און הייבן אן רוישן צווישן זיך אז מ'קען יעצט מאכן א פרישע מעשה אויפן בית השחיטה המהודרת וועלכעס שטייט זיי ווי א דארן אין אויג, נאך וואס זייער פרואוו ביי די צומת הגידין פרשה איז מיאוס דורכגעפאלן, און האט גאר צוריקגעפאטשט אין פנים ווען די גאנצע וועלט האט זיך איבערצייגט אז אין קרית יואל נעמט מען אן די שארפסטע מיטלען צו פארמיידן א חשש איסור פון זייערע קונדן.

7.       א מיסטעריעזער שרייבער פארעפנטליכט א בריוו אויף די אינטערנעט [מיט די זעלבע אותיות און אויסשטעל ווי דער אלט באקאנטער 'אינטערנעט פסק' פון די צומת הגידין פרשה...], מיט א געבאקענע מעשה וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, כאילו ר' אשר יעקב עקשטיין האט גאר געזאגט אז אין קר"י שעכט מען מוסקאווי [דעם שקר האט מען שנעל גונז געווען, ווייל נאך אלעם איז דאך אין החי מכחיש את החי, און זינט דאן איז דער פאפירענער שקר אויפגעשטעלט געווארן בלויז אויף די מכלומר'שטע עדות פונעם גוי]. http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2740643&forum_id=21016.

8.       אלע שוחטים אין קרית יואל זאגן אז זיי געדענקן קלאר אז מען האט אייביג נאר געשאכטן פעקין, די סטעיטמענטס פונעם פארעם באשטעטיגן עס, און דער גוי'אישער פארמער זאגט פאר יעדן אז די סיבה פארוואס ער האט געשיקט מוסקאווי פאר זשי-ענד-זשי איז צוליב דעם בעה''ב וועלכער האט לעצטנס איבערגענומען די פלענט און האט נישט געזאגט וועלכע קאטשקע ער וויל


די פאקטען שווימען ארויף און די זאליס מיט'ן אינטערנעט גאון בלייבן ללעג ולקלס


-----------------------

 

1.       ר' יצחק שטיין האט אנגעהויבן זוכן וועגן זיך צו פארטיידיגן און אפשלאגען די נייעס אין דער בלאט וועלכע האט פארציילט בקיצור דעם סיפור הדברים, און וואס האט אים געשטעלט אין עטוואס אן אומגינסטיגע ליכט.

2.       מאנטאג דערנאך האט ער געפונען אן ערעור חדש מיט א פעקל קאטשקע פלייש ביי וועמען דער קאליר פון די פעטן'ס איז געווען עטוואס טונקל, און ער האט געטענה'ט אז געווענליכע פעקין איז ליכטיגער.

3.       מאנטאג ביינאכט: עס קומט פאר א אסיפה אין שטוב פון הגאון ר' משולם פאלאטשעק שליט"א, פון די בעלי מכשירים פונעם בית השחיטה המהודרת, אינאיינעם מיט הגאון דומ"ץ קרית יואל שליט"א, ר' יצחק שטיין, און הגאון מדעברעצין שליט"א. ר' געציל לאזט הערן זיין דעת תורה אז די שוחטים האבען א נאמנות און מ'דארף להלכה נישט חייש זיין, ווייל אפי' לו יהא אז ס'וואלט יא געווען מוסקאווי איז דער גאנצער פראבלעם נאר מסורה, ווייל אין פאקט נעמען אן רוב פוסקים אז מוסקאווי האט אלע סימיני טהרה, און ס'געווען אפי' פלעצער ווי מ'פלעגט עס לכתחילה עסן. נאך ביז'ן היינטיגן טאג שעכט מען מוסקאווי קאטשקעס אין בראזיל אונטער די השגחה פון דעם ארטיגן רב, הגאון הרב אילאוויטש שליט"א

4.       ר' משולם האט אבער געזאגט אז ער וויל עס שיקען צו א לאבראטאריע צו זעהן וואס דאס איז, און אז ס'איז דא א מקום חושש צו זיין אז אין די העטשערי מישט מען די עופות, און דאס איז די סיבה פאר די טונקעלע קאליר (אויב אמת: האבען אלע פארעם'ס די פראבלעם, און במילא אויך יעדער וואס האט געשאכטן קאטשקעס), אבער להלכה איז ער אויך מסכים אז ס'בלייבט מיט די חזקת כשרות, און די נאמנות פין די שוחטים.

5.       דינסטאג האט ר' משולם זיך פארבינדן מיט'ן אייגנטימער פון די קאטשקע פירמע, אבער יענער גוי האט אים געזאגט אז ער וויל נישט אריינלאזן אין די העטשערי, צוליב זיינע סיבות.

6.       אין זעלבן טאג האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, געזאגט ביי א קאנפערענץ קאל מיט רבי געציל און רבי משולם, אז וויבאלד די שחיטה איז אויף א זעלטן הויכער סטאנדארט, און ער וויל נישט מכשיל זיין יודן אפי' מיט א ספק ספיקא, ספעציעל נאך וואס דער פארמער וויל נישט אריינלאזן אין די העטשערי, וויל ער אין א פרעצעדענלאזן שריט מאכן א ריקאל.

7.       הגאון רבי אפרים שמעון לייכטאג שליט"א, וועלכער איז אויך געווען אריינגעטון אין די פרשה אלס בעל מכשיר פין סאטמארער בוטשער אין בארא פארק שרייט חי וקים, להלכה איז אלעס כשר וישר. אבער אז דער רבי הייסט צוריקשיקן שיקט מען צוריק. אינצווישן שיקט מען אריין די קאטשקע עקזעמפלארען צו א לאבראטאריע.

8.       מיטוואך שפעט ביינאכט קומט ארויס א בריוו פול מיט אפענע שקרים און שוידערליכע אמערעאצעס, וועלכער שרייבט אז וויבאלד די מוסקאווי קאטשקעס עסן מייז און ראטן איז עס א דורס...... ס'איז כדאי צו באמערקן אז מ'האט נאכנישט די רעזולטאטן פון די לאבראטאריע וואס פאר א קאטשקע דאס איז, אבער מען האט בכוונה ארויסגעגעבן דעם בריוו פאר די רעזולטאטן קומען ארויס, ווייל ער האפט כאטש אויף חיי שעה. ער שרייבט צווישן אנדערן אז פאר'ן נציב אין דברי מלכיאל האט מען נישט געלאזט וויסען אז זיי זענען דורס און וועגן דעם האבן זיי מתיר געווען די מוסקאווי {משא''כ 'ער' האט יא געזעהן די אינטערנעט, במילא ווייסט ער בעסער פונעם נציב... קאמענטארען זענען איבעריג}



תוקן על ידי rebyankel ב- 03/02/2010 00:08:47

באלאנד » 3/2/2010 00:08

rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דאס פארענטפערט זיין זיצן אין קאלעדזש? פארן שטודירן אין א קאלעדזש איז ער א שייגעץ גארנישט מיט קיין שפאן צו טוהן!
פארן פארבאטן זיינע איידעמער און שנירען אז זיי טארן נישט רעדן מיט זייערע עלטערן איז ער א שייגעץ!!!
 עס מעג גאנץ 15'טע עוועניא וויסן פון זיין א.ג. תורה ויראה, א שייגעץ בלייבט ער א גרויסע!!!
און יעצט מיט די טריפה'נע קאטשקעס האט זיך זיין באוויסטע קדושה וצדקות ווידעראמאל צושפילט, און אט טאקע דאס איז דאך א שטאלץ פאר ענקער קהלה...


 


זייער א לוזערישע מהלך
אבער שרייב נאך....

זאל יעדער זעהן ווי נידריגע ענק זענען
 

א לוזער פון די גאנצע פרשה איז ארויסגעקומען איין איינציגער ר' אהרן טייטלבוים וואס האט שוין אין די לעצטע תקופה, צום וויפילטן מאל, א ערנסטע שעררוי' אין זיין עינו ולבו בית השחיטה, און צוגאב האט אים נאך דא דער שמואל ווידער אונטערגעשטעלט אזא ביטערע דורכפאל!

סקאטמאלען » 3/2/2010 00:09

צו וואס דארף מען א לעב אויב מ'האט געמאכט א ריקאל?

איי אויף צו כשרין? אויף בלויז מסורה דארף מען נישט כשרין,

און אויב די ווילסט דוקא יא כשרין, געזונטערהייט, ווער לאזט דיך נישט?

rebyankel » 3/2/2010 00:11

נאר אזעלכע דורכפעלער
אינטערסאנט כלל ישראל אנערקענט נישט די גרויסע דורכפאל

מישמאש » 3/2/2010 00:12

באלאנד! זייער גוט!

עס איז ח''י סוין די עטרה רייסט צירוק קיין יושנה,  יעדער גדול בישראל, וועט קען זיין פריי פון טעראר און זאגן זיין מיינונג, יא! יא!

עס איז נישט דא ווער עס זאל לאכן,

דער פאסט מייסטער ר' מנשה, מיט דער מעכעליסט פילאפ, מיט דער ביטערער לץ הרב וויינבערגער, מיט פייטער כץ, וועלן איינטיילען פאר כלל ישראל וועלעכע פלייש צו עסען, יא???

א נעכטיגען טאג, זייער השגחה איז ווייניגער וערט ביי יעדען יוד וואס האט נאר א פינטעל יר''ש, וואו די השגחה, פון די או יו,

ערליכע יודן ווילן נאר עסן פון השגחה פון דייני קהלתינו הק, על אפם וחמתם פון באלאנד מיט זיינע חבירים

rebyankel » 3/2/2010 00:13

נפל די ענטפר קודם  פארוואס ר' יצחק שטיין האט נישט געמאכט קיין ריקאל אויף די קאטשעקס וואס אינטערנאעשענאל גלאט האט גענומען פין ק''י מיט די פאלטשע אויסרייד אז ס'ליגט שוין אין די סטארס...(קרית יואל האט נישט געוויסט פין אזא מין תירוץ....)



לאפלאש » 3/2/2010 00:13

rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נאר אזעלכע דורכפעלער
אינטערסאנט כלל ישראל אנערקענט נישט די גרויסע דורכפאל


אמת ויציב! כלל ישראל באשטייט נאר פון די אהרונים, און זיי אנערקענען טאקע נישט דעם דורכפאל!

rebyankel » 3/2/2010 00:14

מישמאש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
באלאנד! זייער גוט!

עס איז ח''י סוין די עטרה רייסט צירוק קיין יושנה,  יעדער גדול בישראל, וועט קען זיין פריי פון טעראר און זאגן זיין מיינונג, יא! יא!

עס איז נישט דא ווער עס זאל לאכן,

דער פאסט מייסטער ר' מנשה, מיט דער מעכעליסט פילאפ, מיט דער ביטערער לץ הרב וויינבערגער, מיט פייטער כץ, וועלן איינטיילען פאר כלל ישראל וועלעכע פלייש צו עסען, יא???

א נעכטיגען טאג, זייער השגחה איז ווייניגער וערט ביי יעדען יוד וואס האט נאר א פינטעל יר''ש, וואו די השגחה, פון די או יו,

ערליכע יודן ווילן נאר עסן פון השגחה פון דייני קהלתינו הק, על אפם וחמתם פון באלאנד מיט זיינע חבירים

והא ראי' אז זיי אליין'ס עסן נישט פין די ממכירה ואליך בוטשער......

מישמאש » 3/2/2010 00:15

לאפלאש! איך געדענק דיר נאך פון די ישיבה!

די ביזט געוען דער וואס האט געפיצט די בית כסא'ס, און דיין מיטאג איז באשטאנען פון א סעדווישטש פון מעגדאדאלד'ס מיט א קאק,

וואס פארדרייסטו א קאפ מיט כשרות???????


תוקן על ידי מישמאש ב- 03/02/2010 00:16:40

סקאטמאלען » 3/2/2010 00:18

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
און צו דיר סקאט, דיין קביעה אז די עוף ווערט נישט א עוף טמא אלס א דורס

איך האב דאס נישט געזאגט, זיי מוחל ליין איבער וואס איך האב געשריבן.

אבער נאך אלעם פלאקערט די הארבע שאלה פארוואס האבן ענק געלייקענט אז ענק האבן גע'שחט'ן מוסקאווי,

ווייטער האטסטו נישט געליינט וואס איך האב געשריבן,

ס'נישט געווען וואס צו לייקענען, זיי מוחל ליין נאכאמאל. ותמצא נחת.

באלאנד » 3/2/2010 00:20

און דער גאון לייכטאג שעכט טאקע אויך אין א פריוואטע שחיטה ווייל אזוי האט ער מקבל געווען פון זיין לערער אין קאלעדזש!

מישמאש » 3/2/2010 00:22

עה! באלאנד!  וואס טיט זיך עפעס גוטס? וואס ביזטו אזוי באטארפעצט? די האסט גארנישט געהערט אזש הרב שילד קרויטט, האט זוכה געווען און געהאט א סידור קדושין? דו דארפסט זיין פרייליך אצינד? ניין?
בלאט: 1 2