היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » קאטשקעס לאבאטאריע רעזאלט צוריקגעקומען!

קאטשקעס לאבאטאריע רעזאלט צוריקגעקומען!

83 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2752734
בלאט: 1 2

מישמאש » 3/2/2010 00:25

אגב אונטערעסאנט, אז א סאך ערענסטע זאלי'ס, נישט וואו באלאנד מיט די אנדערע לצים, זיצען טעגליך ביים שיעור פון הרה''ג הצדיק המפורסים רבי אפרים שמעון שליט''א

משא''כ ביי הרב פייטער כ''ץ'ס שיעור זיצען ליצים און שלעגער, ויהי לפלא!

לאפלאש » 3/2/2010 00:27

מישמאש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לאפלאש! איך געדענק דיר נאך פון די ישיבה!

די ביזט געוען דער וואס האט געפיצט די בית כסא'ס, און דיין מיטאג איז באשטאנען פון א סעדווישטש פון מעגדאדאלד'ס מיט א קאק,

וואס פארדרייסטו א קאפ מיט כשרות???????


תוקן על ידי מישמאש ב- 03/02/2010 00:16:40




אה דו בוסט דאס???
יא איך געדענק טאקע ווי די בוסט געזיצן און געהארעוועט ביים רב אין אפיס אויפן פנים אל פנים.....

מישמאש » 3/2/2010 00:29

לאפלאש???????? וואס טיט זיך? גיי און ישיבה און מאך זויבער די בתי כיסאות, ווייל זייט דגי ביזט נעלם געווארען, איז נישט דא קייין זויבע בתי כיסאות, או לאפלאש מי יתן תמירתו?????

באלאנד » 3/2/2010 00:31

ניין! הגה"צ משארמאש האט אין קיין קאלעדזש נישט שטודירט, ער האט זיך כל ימיו ממית געווען באהלה של תורה, און איך בין שטאלץ און צופרידן אז ער האט מקיים געווען דעם לא תגירו און מסדר קידושין געווען ביי די גליקליך פאר פאלק ב"ה!!!

מישמאש » 3/2/2010 00:33

הע? באלאנד? גליקליך פארפאלק? פרעג דיך בעסער נאך!

rebyankel » 3/2/2010 00:34

באלאנד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ניין! הגה"צ משארמאש האט אין קיין קאלעדזש נישט שטודירט, ער האט זיך כל ימיו ממית געווען באהלה של תורה, און איך בין שטאלץ און צופרידן אז ער האט מקיים געווען דעם לא תגירו און מסדר קידושין געווען ביי די גליקליך פאר פאלק ב"ה!!!


נישט נאר לא תגירי נאר אויף לא תחנם

בילד ווי ער מקיים לא תחנם

[בילד – נישט אפגעהיט]

מישמאש » 3/2/2010 00:35

צוויי משוגעים! נעבאך!

לאפלאש » 3/2/2010 00:37

איינער האט א בילד פון לייכטאג אלס א קאלעדזש בוי, אדער פון בעפארן זיך אנטוהן דעם קאווער אפ הויכן ביבער היט?...

rebyankel » 3/2/2010 00:43

באלאנד האט קוים געמאכט א מעשה אויף רבי אפרים שמעון
אין דער ביה''כ רייניגער בעט שוין א בילד

לאז אינז אפ, בעט עס פין באלאנד

אדמיראל » 3/2/2010 00:44

לאפלאש לעבען, אזוי די ביזט א טינקעל הויטיגער כאפסטו נישט!

די ביזט אנטלאפען פון ישיבה,צילוב דעם וואס ר' זלמן לייב אינדיג האט דיך געפאקט, ''פארברענגען'' מיט אי''ט, זייט דענמאלס איז און די ישיבה נישט געווען א נארמאלע טוילעט פוצער, אלזא, וואו איז דער יושר?

גיי ארויף און ישיבה און מאך ריין די בתי כיסאות, און דערנאך וועלן מיר דעבאטירן צו כ''ק הרה''ג הצדיק המפורסום ר' אפרים שמעון שליט''א איז געגאנגען און קאלידש צו נישט, צו עסאיז נאר אזא ניפל מעשה 

ראפאגאש » 3/2/2010 00:46

לאפלש! נא מיין זון קאלט מיר פון ישיבה און ער רעד זיך אפ א די טוילעטס זענען נישט זויבער! אפשר טאקע גייסטו אויסזיבערען די טוילעטעס? לאפלאש קאמאן?

רבי_יונה » 3/2/2010 00:47

לויט ר' ישראל חיים מנשה איז בכלל נישט קיין חילוק וואספארא קאטשקעס מען שחט, ווייל א הכשר דארף מען נאר ממליחה ואילך...

לעצטענס איז ער געווארען נאר א גרעסטער מחמיר... און די כשרות בייי מליחה גייט אים שוין אויך נישט אן נישטאמאל וואספארא זאלץ מען ניצט!

איצט מיטן אינטערנעט שרייבער הרב יצחק שטיין, ער האט פון די שוואכסטע השגחות וואס עס איז נאר דא, אזוי ווייט אז אפילו די שוואכע OU לאזט נישט אריין זיינע הכשירים, און דאס איז די גרויסע משמרת למשמרת לטריפות ובראשם דעם דערבעצינער רב ר' שלמה שטערן וואס זיין הכשר איז 0 בלאו 0, אזוי ווייט אז קליינס אייז קרים ווי ער פלעגט געבן די השגחה, האט געטוישט צו התאחדות, ווייל טויזענטער אידן האבן דאס נישט געוואלט אין מויל נעמען וואוסענדיג וואספארא קל ער איז.

איצט מיט די קאטשקעס, ר' יצחק שטיין שחט ביי G&G כסדר קאטשקעס, פאריגע וואך האט ער נאכמאל געשחטן, אפילו ער האט געוואוסט אז איצט איז דא פראבלעם ווייל קען זיין מען מישט די קאטשקעס, אבער ביזנעס איז פאר אלעם, און ער לאכט פון קרית יואל וואס זענען מחמיר ווילאנג מען ווייסט נישט פונקטליך וואס טוט זיך מיט די קאטשקע מאכט מען א ריקאל.

און נישט נאר דאס, נאר אפילו די 100 קאטשקעס וואס אינטערנעשאל האט גענומען פון קרית יואל, האט ער אויך נישט געמאכט א ריקאל, נאר ער האט עס געלאזט וווייטער ניצן, ווען מענטשען האבן אים געפרעגט האט ער געזאגט אז עס איז 100 פארצענט כשר.

די ריכטיגע אפטייטש פון ר' יצחק שטיין איז זיין חבר: נחום ראזענבערג.

נחום ראזענבערג מיט ר' יצחק שטיין זענען צוויי ליידיגייערס, בעלי דמיונות, ליגענט און שקר איז ווי די עשרת הדברות, זיי זענען חברים יארן לאנג, און די לעצטע פאר וואכן ארבעטן זיי פלייסיג אינאיינעם, איינער העצט זיך דעם צווייטען, נאר אנשטאט ר' יצחק שטיין זאל אליין רעדן אויפען האט ליין רעדט זיין חבר נחום.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/02/2010 00:59:35

ראפאגאש » 3/2/2010 00:50

ר' יונה! די פארגלייכסט ח''ו נחום צו ר' יצחק שטיין? ר' יונה קאמאן? נחום איז נישט אזא שיגץ וואו הרב שטיין!


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/02/2010 01:01:31

לאפלאש » 3/2/2010 00:52

דער קאלעדזש בוי לייכטאג שפירט זיך אונטער א שרעקליכע אפענסיווע אז זיין גרויליגע פרצוף וועט ווערן אויפגעדעקט, האט מען געמוזט ארויסברענגען דעפ אונטערפירער רבי יונה זאל פרובירן צו דרייען און ספינען די מעשה אביסל מער... נו גוט! 

ראפאגאש » 3/2/2010 00:54

לאפלאש!!!!!

די טוילעטס און ערשטע דארמעטארי זענען פארשטאפאט, גיי מיט דיין פלאנשזער און שטאפ עס זאפארט אויף, פארשטאנטא?

לאפלאש » 3/2/2010 00:57

ראפאגאש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לאפלאש!!!!!

די טוילעטס און ערשטע דארמעטארי זענען פארשטאפאט, גיי מיט דיין פלאנשזער און שטאפ עס זאפארט אויף, פארשטאנטא?


רעב יאנקעל דו זעסט וואס דא טוט זיך?! א באנדע מאנרא בחורים מיט ניקס. אייכה?

פאראלעל » 3/2/2010 00:58

לאפלאש!!! באג אף!

די האסט ארבייט צו טאן! גיינעם דיין פלאנשזער און ווער פארשווינדען פון דאנעט!


תוקן על ידי פאראלעל ב- 03/02/2010 00:59:14

rebyankel » 3/2/2010 00:59

א_בני_יואל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]




איך לייג עס ארויף ווייל סאיז ממילא געווען אויף די גאס אבער איך מיין איז אז סאיז א נארישקייט די צעטליך


 



Whata Chinuch... bucherim From Susmans School In KJ Threw Out Today From Their Buses @ 6 Am Nasty Pashkevilen. Sent By Hanhulas Hamoisdes!

רבי_יונה » 3/2/2010 01:00

דער ר' אפרים שמעון נישט נאר וואס ער איז געגאנגען אין קאלעדזש און געזיצען דארט אן א קאפל, נאר ער האט אויך געארבעט אין פאסט אפיס צווישען די שווארצע שיקסעס, ווי ער האט געלעקט סטעמפעס ממליחה ואילך, און א גאנצען טאג האט ער געהערט דשיגאן טעיפס...

פאראלעל » 3/2/2010 01:02

און נאך דעם וועם עס איז געקימען ר''ה, האט אים געכאפט דאס קדחת, און האט זיך צושריגען ה-מ-ל-ך!!!

לאפלאש » 3/2/2010 01:12

דער עיקר אז ער האט זיך נישט געדרייט אין אמסטערדאם!

מישמאש » 3/2/2010 01:13

הע! לאפלאש! די ביזט נאך אלס דא? גיי ארויף און די ישיבה, און מאך ריין די בתי כיסאות מיט דיין שווארצע צינג,זאפארט!!!

בשמחה_תמיד » 3/2/2010 01:50

גענוג געווען מיט די פריוואטע אטאקעס קעגן ניקס, ביטע אויפהערן.

געלעכטער » 3/2/2010 03:46

ווי איז דער מרא דאתרא ?

וואס זיצט דער מרא דאתרא אזוי שטיל?

וואס געט ער נישט ארויס א תשובה איבער דעם ענין ?

פארוואס גייט קיינער נישט צו צי אים אין פרעגן צי עס איז כשר צי נישט ?

לויטן משלחן מלכים קען ער כל התורה כלו אויפן שפיץ גאפעל במילא בין איך זעכער אז ער קען געבן א קלארע תשובה אין פארטיג מיטן זיך טענען

דעמאלטס קען זיך ר' יצחק שטיין אויפהענגן עס איז דא א פסק פונעם גאון הדור אין אזוי וועט מען טוען

פארוואס ביי די 4 פיסעגע הינדלעך האט מען אים אנגעפרעגט אין יעצט ווען עס רעדט זיך פון טריפות ממש פרעגט מען אים נישט? ער וועט דאך צום סוף עניוועי געוואר ווערן אין דעמאלטס וועלן פליען קעפ פארן אויסבאהאלטן פון אים עס וועט נישט העלפן קיין פודינו ומצילינו ער איז א תקיף א מנהיג פונעם אלטן דור

rebyankel » 3/2/2010 06:13

nteresting... When we Closed Rebbitzins Shul We didn't Trew Pashkevilen On Anyone, why Aren't The Happy After Such Successful Wedding...?

rebyankel » 3/2/2010 06:43

פין אישי (מיט מיינע הגהות)

עס דערמאנט מיך די מעשה ווען איינער איז אנגעקומען אין די אנדערע עק וועלט ווי מ'קען נישט קויפן קיין פערל שטיינער
אין האט געבערענגט א פערל שטיין פין די אנדערע עק וועלט אין האט איינגרעדט פאר די שטאט אז פערל איז די טייערסעט דיימאנט אויף די וועלט
אין האט עס גלייגט אויף ליציטאציע אין די נומבערס זענען ארויף טעגליך
יעדער האט געוואלט האבען די טייערע 'פערל שטיין'
אין ווען די נומבער'ס האבען אויפגעהערט ארויפגיין האט ער זיך נאך אלס ג'עקשנ'ט אין געווארט די פרייז זאל נאכמער ארויפגיין
ביז דער עולם האט אנדעקט אז אין די גאנצע וועלט איז פאקטיש א פערלשטיין ביליגער ווי א דיימאנטשטיין
אין עס איז אנגעקומען דער לעצטער טאג אין ער האט געזעהן אז ער שטייט אליין אין מארק
האט זיך דער ליגענער האט זיך גענומען דאס לעבן.....

די זעלבע בערך האבען מיר דא מיט דעם אינטערנעט גאון אין זיינע קלעבעך די היידפארק זאלי'ס
דער אינטערנעט  חכם האט פראבריט איינצורעדן פאר יעדן אז מוסקאווי איז א עוף טמא אין מ'דארף כשר'ן די כלים וכו' וכו' מיט א מעכטיגע אטאקע קעגן די בית השחיטה המהודרת (נאך פאר איינער האט אפי' געוויסט וואס פאר קאטשקע'ס מ'האט געניצט)
ער האט זך שוין געריבן די בויך מיט זיינע פארביטערעטע זאלי'ס וועלכע האלטען נעבעך נישט אויסך די זעלטענע הצלחה אין סיעתא דמשמא פין דעם בית השחיטה המהודרת סיי ברחניות אין סיי בגשמיות

אין האבען פאברעצירט א בריוו פיל מיט אמערצעס אין ענדיגט זיך מיט די מיעסע פאראגראף

אז דער הייליגער נציב אין דברי מלכיאל {ר' שמואל סאלאנטער ז''ל, צמח צדק, וכו' כמעט אלע פוסקים וואס רעדן פין מוסקאווי} האבען נישט געוויסט וואס ער ווייסט פין די אינטערנעט...... ר''ל

אין געוועבט זיינע געבעקסן מיט זיינע פאנטאזיעס געפענט א ספעציעל ניק אויף היידפארק מיט אינטערנעט לינקס, זיכער מאכענדיג אז דער מנהל פינעם זאלי פארום לאזט דארט קיינעם נישט מגיב זיין, ווען יא וועט דאך יעדער זעהן וואס פאר א שטותים ער רעדט...

אבער ציביסלעך איז דער עולם געוואר געווארען וואס פאר א שקרן דער אינטערנעט גאון איז, אין דאס איז ס''ה א מחלוקת הפוסקים צו עס א 'מסורה' אין עס איז אפי' דא חרדישע יודן וואס עסן עס נאך היינט צו טאגס

אין ווען ער האט געוואלט אויפקראכען זיין פיינעל באמבע אין ער ברענגט א צעטיל פין א לעב, {אפי' לו יהא ס'איז אמת,} איז ער נעבעך דער נער אין שטאט, זיך געפלאגט אויף גארנישט....

אבער כ'האף ער וועט נישט ענדיגן ווי דער א''ד ליגנער נאר תיכף תשובה טוהן אין מודה זיין אל האמת.

 



נפל » 11/2/2010 19:54

די וועלט פארציילט א מעשה:

מעכל האט געהאט א פערדל וואס האט אים זייער געטריי געדינט, געשלעפט און געפירט און געהאלפן מיט די פרנסה. איין שיינעם טאג האט דאס פערדל אנגעהויבן הינקען... ער האט שוין נישט געוואלט שלעפן קיין פעק און אויך נישט געלאזט מען זאל אויף אים רייטן. פאר מעכעלע איז שווארץ געווארן פאר די אויגן אויס פרנסה... כאפט אים אן א געדאנק "איך וועל דעם קראנקן פערד פארקויפן אויף די מארק פאר א גוטע פרייז און פון די געלט וואס איך וועל איינלייזן וועל איך קענען קויפן א געזינטער פערד". געציל גיבט א קוק אויף זיין טאטע און פרעגט "ווער וועט באצאלן פארן קראנקן פערד גענוג געלט אז די זאלסט קענען קויפן א געזינטע?"

מעכל דערשרעקט זיך נישט! ער זאגט פאר זיין בן יחיד געצל "קום מיט מיר" און זיי שפאנען צום מארק.

אויפן מארק איז געווען די מנהג אז פאר'ן קויפן א פערד האט מען גענומען דעם פערד אויף א "טעסט-דרייוו" ארויף אויפן הויעכן בארג, געצל שטייט און וואונדערט זיך, ווער וועט קויפן א הינקעדיגע פערד פארן פרייז פון א געזינטער פערד?

מעכל שטייט און מארק און "שרייט 150 רובל פאר א פערד" קומט צו א סוחר און פרעגט "נאר 150?" אה א גוטע פרייז, פארוואס ביסטו גרייט צו פארקויפן אזוי ביליג? און ער מאכט א חשבון אז עפעס א פראבלעם איז דא אינם פערד אדער איז דער מוכר סתם א בהמה.

מיש זיך נישט און מיינע געשעפטן - זאגט מעכל, און איז ממשיך - טאנץ ארויף אויפן פערד און דער פערד וועט ארויפליען אויפן בארג וועסט זיך שפירן ווי די פליסט און די לופטען... דער פערד איז א מעכטיגער פערד, אזאנס וועסטו נישט טרעפן.

אבער פארט - פרעגט דער סוחר - עפעס מיז דאך שטעגן אינטער דעם, סתם אזוי געט מען נישט אוועק א פערד פאר 25 רובל ביליגער

הער צו - ענטפערט מעכל - וואס מיינסטו, איך בין א בהמה? איך וועל פארציילן אלע מיינע פערזענליכע דריקעריי, איך פערזענליכע סיבה פארוואס איך בין גרייט צו געבן פאר 25 ביליגער, פרעג נישט קיין קשיות טאנץ ארויף אויפן פערד פלי ארויף דעם בארג, דאס איז וואס דיר דארף אינטערסירן!

דער סוחר טראכט און ער קען נישט מחליט זיין וואס צו טון. אזוי טראכטענדיג קומט צו א צווייטער סוחר און הייבט זיך אן צו אינטערסירן אינם פערד. אזוי ווי אונזער סוחר הערט דאס גיבט ער א שריי, פאקויפט! גיי פון דאנעט איך קויף דעם פערד! ער נעמט ארויס 150 רובל גיבט דאס פאר אונזער מעכל, און מעכל מיט געצל הייבן פיס... און מעכל גיבט א זאג פאר געצל האסט געזען א בהמה?...

דער סוחר פארשטייט נישט פארוואס זיי לויפן, אבער וואס גייט אים אן וואס די "בהמות" טוען... אבי ער האט א פעסטע פערד פאר 25 ביליגער, ער גיבט א שלעפ דעם פערד, און ... דאס פערדל הינקעט! ער טראכט נישט קיין 2 ער שפרינקט ארויף אויפן פערד. "איך וועל נאכיאגן די 2 גנבים" טראכט ער. אבער דאס פערד רירט זיך נישט...

געצל האט שוין קיין שאלות נישט געפרעגט, ער האט זיך געלערנט האנדלען איין זאך דארף מען קענען אויפן מארק. "רעדט מיט א פעסטקייט, די בהמות וועלן שוין אפקויפן"

איך וועל נישט צולייגן דעם נמשל צו די מעשה, איך וועל לאזן יעדער זאל דאס אליינס זען!
ליינט גוט די ווערטער וואס זענען רויט (איך באַצו זיך נישט צו די שקרים וואס די וועלט האט שוין איינגעזען (אפילו די אהרונים אליינס) איך באצו זיך צו די שקרים וואס די וועלט ווייסט נאך נישט, און געוויסע גלייבן דאס ווייל... מעכל האט דאס אליינס געזאגט מיט א פעסטקייט אז דאס פערד לויפט...


נ.ב. באמערקט אז ער הייבט אן זיינע שקרים מיט א פערזענליכע אטאקע קעגן מיר ווייל ער רעדט זיך איין אז אזוי וועט ער מער מצליח זיין מיטן פארדרייען א קאפ...


rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אזווי די נפלים פראבירן צו פארדרייען די פאקטן וועל איך דערמאנען דעם עולם די פאקטישע השתלשלות
 

http://www.satmarinfo.com/pdf/katchkes.pdf



א קורצער בליק אויף די מציאות הדברים:

 

1.       די זשי-ענד-זשי פלייש פירמע האט באשטעלט א טראק קאטשקעס צו שעכטן פאר אינטערנעשענאל גלאט, וועלכע שטייט אונטער די השגחה פין דעם אינטערנעט גאון, ר' יצחק שטיין.

2.       עס זענען אנגעקומען מוסקאווי קאטשקעס, וועלכע האבן נישט די געהעריגע מסורה ווי דער הייליגער רמ''א פארלאנגט, און במילא נוצט מען עס נישט אין אונזערע קרייזן. די שוחטים האבען נישט געוויסט אויב מ'מעג עס שעכטן, אויך די משגיחים, און ר' יצחק שטיין זעלבסט וועלכער איז געווען אנוועזנד, האבע נישט געוואוסט קלאר, ביז הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין שליט"א האט אנגערופן הגה"ח ר' נח גפן שליט"א, ראש השוחטים אין קרית יואל, וועלכער האט געזאגט מ'זאל קוקען אויף די שנאבל, און פארשטייט זיך אז דערנאך האט מען עס אוועקגעשיקט.

3.       דער גוי'אישער בעה''ב פון די קאטשקע פירמע האט זיך פארענטפרט אז ער האט גענומען פונעם זעלבן פארעם ווי ק''י האט גענומען, און ער האט ניטאמאל געוואוסט אז מ'דארף פארלאנגען וועלכע מין קאטשקע צו שיקען.

4.       ר' יצחק שטיין, וועלכער איז שוין לאנג כעסי'ג אויף די בית השחיטה וואס האט שטארק רעדוצירט ביזנעס אין זיין פירמע [ווי אויך האט ער פערזענליכע אינטערעסן קעגן סאטמאר, טייל אלס 'זכות אבות' און אנדערע איז ריין 'זכות עצמו'] האט ארויסגעלאזט א שקר אז ''דער גוי האט געזאגט אז ק''י נוצט אייביג די זעלבע קאטשקעס און זענען אייביג צופרידן'', שפעטער איז ער מוסיף א נייעם פרעכן שקר אז ס'איז שוין געווען א אסיפה מיט די בעלי מכשירים וועגן די אנטדעקונג אין שטוב פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און מ'האט דארט מקיל געווען, און אז יעדער זאל פרעגן זיין דיין.

5.       ר' יצחק שטיין זעלבסט רופט אן אן אנערקענטן רב – וואס ער האט נישט געוואוסט אז בשעת מעשה זיצט דארט א חשוב'ער גאסט, מגדולי רבני ירושלים עיה"ק – און יענעם געזאגט אז "אונז האמיר דא א געלעגנהייט צו באגראבן דעם [נאמען פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א].

6.       די זאליס שפרינגען ארויף אויף די ווילדע מציאה און הייבן אן רוישן צווישן זיך אז מ'קען יעצט מאכן א פרישע מעשה אויפן בית השחיטה המהודרת וועלכעס שטייט זיי ווי א דארן אין אויג, נאך וואס זייער פרואוו ביי די צומת הגידין פרשה איז מיאוס דורכגעפאלן, און האט גאר צוריקגעפאטשט אין פנים ווען די גאנצע וועלט האט זיך איבערצייגט אז אין קרית יואל נעמט מען אן די שארפסטע מיטלען צו פארמיידן א חשש איסור פון זייערע קונדן.

7.       א מיסטעריעזער שרייבער פארעפנטליכט א בריוו אויף די אינטערנעט [מיט די זעלבע אותיות און אויסשטעל ווי דער אלט באקאנטער 'אינטערנעט פסק' פון די צומת הגידין פרשה...], מיט א געבאקענע מעשה וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, כאילו ר' אשר יעקב עקשטיין האט גאר געזאגט אז אין קר"י שעכט מען מוסקאווי [דעם שקר האט מען שנעל גונז געווען, ווייל נאך אלעם איז דאך אין החי מכחיש את החי, און זינט דאן איז דער פאפירענער שקר אויפגעשטעלט געווארן בלויז אויף די מכלומר'שטע עדות פונעם גוי]. http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2740643&forum_id=21016.

8.       אלע שוחטים אין קרית יואל זאגן אז זיי געדענקן קלאר אז מען האט אייביג נאר געשאכטן פעקין, די סטעיטמענטס פונעם פארעם באשטעטיגן עס, און דער גוי'אישער פארמער זאגט פאר יעדן אז די סיבה פארוואס ער האט געשיקט מוסקאווי פאר זשי-ענד-זשי איז צוליב דעם בעה''ב וועלכער האט לעצטנס איבערגענומען די פלענט און האט נישט געזאגט וועלכע קאטשקע ער וויל


די פאקטען שווימען ארויף און די זאליס מיט'ן אינטערנעט גאון בלייבן ללעג ולקלס


-----------------------

 

1.       ר' יצחק שטיין האט אנגעהויבן זוכן וועגן זיך צו פארטיידיגן און אפשלאגען די נייעס אין דער בלאט וועלכע האט פארציילט בקיצור דעם סיפור הדברים, און וואס האט אים געשטעלט אין עטוואס אן אומגינסטיגע ליכט.

2.       מאנטאג דערנאך האט ער געפונען אן ערעור חדש מיט א פעקל קאטשקע פלייש ביי וועמען דער קאליר פון די פעטן'ס איז געווען עטוואס טונקל, און ער האט געטענה'ט אז געווענליכע פעקין איז ליכטיגער.

3.       מאנטאג ביינאכט: עס קומט פאר א אסיפה אין שטוב פון הגאון ר' משולם פאלאטשעק שליט"א, פון די בעלי מכשירים פונעם בית השחיטה המהודרת, אינאיינעם מיט הגאון דומ"ץ קרית יואל שליט"א, ר' יצחק שטיין, און הגאון מדעברעצין שליט"א. ר' געציל לאזט הערן זיין דעת תורה אז די שוחטים האבען א נאמנות און מ'דארף להלכה נישט חייש זיין, ווייל אפי' לו יהא אז ס'וואלט יא געווען מוסקאווי איז דער גאנצער פראבלעם נאר מסורה, ווייל אין פאקט נעמען אן רוב פוסקים אז מוסקאווי האט אלע סימיני טהרה, און ס'געווען אפי' פלעצער ווי מ'פלעגט עס לכתחילה עסן. נאך ביז'ן היינטיגן טאג שעכט מען מוסקאווי קאטשקעס אין בראזיל אונטער די השגחה פון דעם ארטיגן רב, הגאון הרב אילאוויטש שליט"א

4.       ר' משולם האט אבער געזאגט אז ער וויל עס שיקען צו א לאבראטאריע צו זעהן וואס דאס איז, און אז ס'איז דא א מקום חושש צו זיין אז אין די העטשערי מישט מען די עופות, און דאס איז די סיבה פאר די טונקעלע קאליר (אויב אמת: האבען אלע פארעם'ס די פראבלעם, און במילא אויך יעדער וואס האט געשאכטן קאטשקעס), אבער להלכה איז ער אויך מסכים אז ס'בלייבט מיט די חזקת כשרות, און די נאמנות פין די שוחטים.

5.       דינסטאג האט ר' משולם זיך פארבינדן מיט'ן אייגנטימער פון די קאטשקע פירמע, אבער יענער גוי האט אים געזאגט אז ער וויל נישט אריינלאזן אין די העטשערי, צוליב זיינע סיבות.

6.       אין זעלבן טאג האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, געזאגט ביי א קאנפערענץ קאל מיט רבי געציל און רבי משולם, אז וויבאלד די שחיטה איז אויף א זעלטן הויכער סטאנדארט, און ער וויל נישט מכשיל זיין יודן אפי' מיט א ספק ספיקא, ספעציעל נאך וואס דער פארמער וויל נישט אריינלאזן אין די העטשערי, וויל ער אין א פרעצעדענלאזן שריט מאכן א ריקאל.

7.       הגאון רבי אפרים שמעון לייכטאג שליט"א, וועלכער איז אויך געווען אריינגעטון אין די פרשה אלס בעל מכשיר פין סאטמארער בוטשער אין בארא פארק שרייט חי וקים, להלכה איז אלעס כשר וישר. אבער אז דער רבי הייסט צוריקשיקן שיקט מען צוריק. אינצווישן שיקט מען אריין די קאטשקע עקזעמפלארען צו א לאבראטאריע.

8.       מיטוואך שפעט ביינאכט קומט ארויס א בריוו פול מיט אפענע שקרים און שוידערליכע אמערעאצעס, וועלכער שרייבט אז וויבאלד די מוסקאווי קאטשקעס עסן מייז און ראטן איז עס א דורס...... ס'איז כדאי צו באמערקן אז מ'האט נאכנישט די רעזולטאטן פון די לאבראטאריע וואס פאר א קאטשקע דאס איז, אבער מען האט בכוונה ארויסגעגעבן דעם בריוו פאר די רעזולטאטן קומען ארויס, ווייל ער האפט כאטש אויף חיי שעה. ער שרייבט צווישן אנדערן אז פאר'ן נציב אין דברי מלכיאל האט מען נישט געלאזט וויסען אז זיי זענען דורס און וועגן דעם האבן זיי מתיר געווען די מוסקאווי {משא''כ 'ער' האט יא געזעהן די אינטערנעט, במילא ווייסט ער בעסער פונעם נציב... קאמענטארען זענען איבעריג}



תוקן על ידי rebyankel ב- 03/02/2010 00:08:47







[בילד – נישט אפגעהיט]
























































יעצט פארשטייט איר פארוואס מען קען די אהרוינים נישט גלייבן?...

נפל » 11/2/2010 19:57

נאך איינס פון זעלבן...

rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
עפעס שטימט נישט דא,
פארוואס האבען זיי עס געשיקט צו זיפ קאוד 11219
איך מיין אז נאר דער אינטערנעט גאון וואינט אויף דעם זיפ קאוד
ווייל די זיפ קאוד פין בית השחיטה איז 10950 אין די זיפ קאוד פין הגאון רבי משולם איז 11211

אגב, ווער איז די יוניווערסיטי?

--------------

עס איז א שאד נאכמאל אנצוהייבן די גאנצע טענה'ריי
נאכדעם וואס אפי' דער אינטערנעט גאון האט באהאלטען זיין אמערצעסידגע בריוו, ווי ער שרייבט אז דאס וואס רוב פוסקים ז''ל (אין הרב אילאוויטש פין בראזיל עד היום הזה) זענען מתיר מוסקאווי לכתחילה איז ווייל זיי האבען נישט געוויסט אז ס'איז דורס........
ווייל זיי האבען נאכנישט געהאט קיין אינטערנעט!
די בריוו איז איינמאל געליגן אין שמיציגען צייטונג אין זייט דעמאלטס שיקען זיי עס מער נישט ארום






תוקן על ידי rebyankel ב- 02/02/2010 21:28:25


נפל » 11/2/2010 19:59

דאס איז געווען מיין תגובה דאַן (פאר איבער א וואך צוריק)...

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קודם האט דער אהרוינישער פראפעגאנדע מיניסטער פארבירט צו פארקויפן אז די פלייש איז בכלל נישט געווען פון די אהרוינישער בוטשער... יענער האט געקויפט פלייש אין א גוי'אישע געשעפט און ארויפגעלייגט א לעבל פון KJ

דערנאך האבן זיי פארקויפט אז באמת איז דאס יא געווען פעיקין נאר די לעב. קען דאס נישט באשטעטיגן ווייל די זאלצן האט חרוב געמאכט די DNA

--

יעצט האבן מיר א צעטל פונם לעב. וואס זאגט קלאר:
1.   די פלייש האט געהאט א פלאמבע פון KJ
2.   די פלייש האט DNA פון דעם טריפה'נעם מוסקאווי

----

פראבירט מען יעצט א פרישע שיטה:
1.    די צעטל איז פאלש
2.   מוסקאווי איז בכלל כשר!

דער פראפעגאנדע מיניסטער כאפט נישט אז
1.   קיינער וואגט נישט היינט ארויסצוגעבן א פאלשע צעטל און ווערן געסאו"ד מיליאנען, און אויב פאלש האט דאס נישט געדארפט נעמען 3 וואכן.
2.   קיין שום רב בימינו און קיין שום רב און פוסק בדורות הראשונים קען נישט מתיר זיין לאכילה א "עוף דורס"... לידועתכם, מוסקאווי איז א "עוף דורס".

נ.ב. איך בין באמת נייגעריג אויס הרב אילאוויטש פון בראזיל איז דאס באמת מתיר אדער דאס איז א בלבול פונם הייד פארק שרייבער. אויב איז ער דאס מתיר קען מען זיך נישט פארלאזן אויף זיינע הכשר.


לא לחינם האבן די אהרוינישע פאראפעגאנדע מניסטארן פארבירט צו פארקויפן אז נאכן זאלצן קען מען נישט זען די DNA דעריבער האבן זיי נישט צוריק באקומען די ריזאלטס פון די לעב... קליינע קעפלעך.

איך וואלט אריינגעישט פעיקין און באקומען א בריוו אז עס איז פעיקין.

עני וועי, די לעב. באשטעיטיגט אז די פלייש האט געהאט א "פלאמבע" פון KJ און עס האט DNA פון מאסקאווי.

נפל » 11/2/2010 20:00

ער קייט איבער דעם שקר אין זעלבן טאג...

rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
געב אכט דיין שפראף
הגאון הרב לייכאג איז א זעלטענע גאון 'אין ירא שמים', צווישען אים אין דער אינטערנעט גאון איז א שטארקע חילוק

הגאון רבי אפרים שמעון אין הגאון דומ''ץ סאטמאר ב''פ ועוד האבען קלאר געזאגט אז להלכה דארף מען אפי' נישט חייש זיין אפי' די לעב זאגט אז ס'איז מוסקאווי
1- מ'קען זיך פארלאזען להלכה אויף די עדות פין די שוחטים
2-אפי' ס'איז מוסקאווי, איז דא א גרויסע מחלוקה אויב דאס איז נישט קיין מסורה'דיגע קאטשקשע, ד''ה אפי' ביי די אשכנזים איז אויך דא פלעצער ווי מ'עסט עס לכתחילה (ר' שמואל סאלאנטער ז''ל, הרב אילאוויטש, כו')
אין ספעציעל אויב מ'האט במילא געמאכט א ריקאל 'לפנים משה''ד' דארף מען מער גארנישט חייש זיין.

דיןתורה » 11/2/2010 20:23

אוי נפל'ע נפל'ע {דער איש אמת..... לאכט נישט}

האסט אים אפגעפרעגט זיין שוואכסטע ראי'

ער ברענגט דיר פין ר' שמואל סאלאנטער פין נצי''ב פין דברי מלכיאל, אין די פרעגסט אפ פין הרב אילאוויטש....


allgood1s » 11/2/2010 20:26

אן אריינגיין צי די בריוו איז אמת,

איז שווער א מוראדיגע קשיא וואס האט גענומען אזוי לאנג צו פארשאפען אזא בריוו???

האט דאס א שייכות מיטן גרויסען מאסא???

די האסט דאך מסתם גראד געקאלט קיין בראזיל, האט מען דיך דעמאלטס געזאגט קודם אנדרעש?? אזוי ווי "אין ירושלים ווייסט מען נישט דערפון"???

ערענסטער » 11/2/2010 23:52

נעבעך די כת זאליס ווילען מ'זאל זיי גלייבען מיט א בריוו אזא פנים טראגט עטץ ווען עטץ פלעגען פעלשען בריווען פון הגה"ק  אדמו"ר מ'סאטמאר זי"ע (נישט דוקא די וועלכע מ'האט געטראפען צוזאם געשטיקעלט און די אפיס פון די שונד בלאט דער איד,נאר אלע בריווען וואס די געריכט האט געאורטיילט אז ס'איז פאלש)
טיפיקעל זאלוניס צי פעלשען בריווען.
בלאט: 1 2