בכלל נישט קיין סופרייז פון די מופקרת בית השחיטה.
זיי וועלן מאכן אלע סארט ספינס, און שקרים, פרובירן צו צומישן דעם ציבור פון זייערע געוועזענע קאסטומערס דאס מערסטע וואס מעגליך, ווי איידער מודה צו זיין על האמת, און זאגן עס האט זיך געמאכט א מכשול, און עס וועט מער נישט פארקומען!
זיי וועלן פרובירן דרייען א קאפ א מאסקאווי איז נישט אזא פראבלעם ס'איז נאר מסורה וכדומה.
און נאכדעם שרייען געוואלד אז פעקין איז אויך טריפה.
א קרית יואל'ער שוחט האט געכאפט טריפה ביי יענעם, און הרה"ג ר' יצחק שטיין האט גאר געוואלט עס מתיר זיין. זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם, צו פארקויפן שקרים וכזבים און ווארפן זייער שמוץ אויף יענעם.
ווי אדער צו האנדלען דעם פראבלעם מיט אחריות.
און דאס איז די סיבה פארוואס א ריזיגער ציבור האט אויפגעהערט עסן זייער שחיטה, מען האט זיך איבערצייגט אז זיי האבן נישט קיין נאמנות, און ווען זיי טוישן די מעשה, ארבעטן אלע שוחטים מיט אז אזוי איז טאקע געווען.
די גאנצע פארטייאישע מופקרת שחיטה, פון אויבן ביז אראפ, ארבעטן מיט צו פארקויפן שקרים, און עס נישטא קיין וועג פאר פשוט'ע מענטשן מברר צו זיין דעם אמת, ווייל אויב איינער זאגט עפעס קעגן די אינטערסן פון די בית השחיטה, איז ער א שונא!