היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » קאטשקע פלייש: נישט חודש שבט

קאטשקע פלייש: נישט חודש שבט

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2746697

פארשטייצעך » 18/1/2010 01:31

אינטרעסאנט וואס איך האב מיך באגעגענט מיט א הלכה אין שולחן ערוך:

שו"ע יורה דעה סימן יא 
הגה מקצת שוחטין נזהרין שלא שלחוט שום אווז בטבת ושבט אם לא שאוכלין מלבה, משום שקבלה היא שיש שעה אחת באותן חדשים אם שוחט בה אווז ימות השוחט אם לא אוכל ממנה ונוהגין לאכול מן הלב (תשב"ץ בשם ר"י חסיד):


פארשטייט זיך אז די טריפה'נע קרית יואל מוסקאווי קאטשקעס טאר מען נישט עסן א גאנץ יאר, דא רעדט מען פון כשר'ע קאטשקעס וואס מען עסט נישט חודש טבת און שבט וועגן צוואת רבי יהודה החסיד.

rebyankel » 18/1/2010 01:58

נו!
פרעג ר' יצחק שטיין פארוואס ער האט באשטעלט א טרעילער קאטשקעס פין GG?

זעליג_כהן » 18/1/2010 02:01

rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נו!
פרעג ר' יצחק שטיין פארוואס ער האט באשטעלט א טרעילער קאטשקעס פין GG?

פרעג רבי געציל פארוואס ער האט אריינגעלייגט די בריוו אז מ'זאל נישט עסן/קויפן ביי אים די פלייש

פארשטייצעך » 18/1/2010 02:45

די פירמע ביי וועלכן הגאון ר' יצחק שטיין שליט"א האט געגעבן די השגחה, האט באשטעלט א טרעילאר ביליגע קאטשקעס פון זעלבן פארעם ווי קרית יואל, פאר די זעלבע ביליגע פרייז, אבער זיי האבן נישט געהאט קיין אנונג אז דא האנדלט זיך פון עופות טמאים, נאר פון עופות "מהודרות".
ווען ס'איז אנגעקומען,  האט מען געכאפט דעם טעות, 

ווען מען האט מודיע געווען פאר קרית יואל פון דעם פראבלעם האבן זיי קודם געלייקנט, און באשולדיגט ר' יצחק שטיין אלס שונא. און מען האט געטריבן פון אים ליצנות אויפן העכסטן פארנעם.

שפעטער האבן זיי שוין יא מודה געווען, און געהייסן צוריקברענגען אין געשעפט די קאטשקע פלייש, איז דאס אויך געווען מיט גאנצע ספינס, אז דער פארמער איז שולדיג, יעדער נאר נישט זיי.

דאס ווייזט אז זיי האבן נישט קיין נאמנות, אין פאל מען כאפט זיי מיט א מכשול, איז זייער ערשטע ארבעט נישט צו ווארענען די קאסטומערס מען זאל נישט עסן די טריפה פלייש, נאר זיכער צו מאכן אז די פארטיי ווערט נישט פארשעמט.

מעג מען זיך אויף זיי פארלאזן?

המהדרין » 18/1/2010 02:48

 
דער אשכול ווערט פארמאכט


שרייבן איבער די אישו נאר ביי דעם פאלגענדן אשכול


http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2745379&forum_id=21016