היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » נעמען מיר פון די זעלבע פארם צו נישט?

נעמען מיר פון די זעלבע פארם צו נישט?

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2745359

יעקב_בער1 » 13/1/2010 20:14

*--[endif]*

ווי זאגט די וועלט? א ליגענער דארף האבן א גוטע זכרון...

 

ווער געדענקט דען נישט ווי אזוי ביי די גרויסע צומת הגידין פרשה, ווען די וועלט האט גערידערט איבער די צומת הגידין, האבן דאן די אלע זאליס געשריגן חי וקים, אז נאר די בית השחיטה המהודרת האט די פראבלעם, אבער זיי נישט. ווייל מיר נעמען נישט פון די זעלבע פארם. און נאר די ארונישע פארם האט די פראבלעם (אדער גאר ביי די באמפ ווען מ'פארט אריין קיין קרית יואל, ביי די באמפ, ווערן די אלע גידין געשעדיגט...) אבער זייער פארם האט נישט די פראבלעם, במילא דארפן זיי נישט בודק זיין דערויף.

 

ויקם מלך חדש, עס איז דא א נייע פרשה. פלוצלניג נעמען זיי יא פון די זעלבע פארם, פלוצילנג האבן נאר אונז געשחטן די קאטשקעס און זיי נישט. און זיי ווייסן פאר קלאר אז מיר האבן געשחטן די טריפה'נע טישקענס, ווייל מיר נעמען פון די זעלבע פארם.

 

קענען ענק אפשר אפמאכן איין מאל פאר אלע מאהל, צו נעמען מיר פון די זעלבע פארם צו נישט? אויף ענגליש זאגט מען "מעיק אפ יור מיינד"...  


נפל » 13/1/2010 20:16

איך ווער שוין צומישט פון אזוי פיל אשכולות, ביטע קאפי דיין תגובה צום פריערדיגן אשכול http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2745066&forum_id=16386 דארט וועל איך מגיב זיין