היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ריקאל איבער ספק פעקין קאטשקעס

ריקאל איבער ספק פעקין קאטשקעס

77 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2745066
בלאט: 1 2

צומתהגידין » 14/1/2010 21:10

באלאנד.

אויב דער פראבלעם איז קיין פראבלעם, איז דאך די לעזונג קיין לעזונג.

צווייטנס.
יעדער פארשטייט אז אויב גיט די בית השחיטה ארויס א בריוו און זיי שרייבן אליינס אז זייערע שוחטים זענען מעיד אז זיי האבן גע'שטח'ן מסורה'דיגע קאטשקעס, איז מובן מאליו אז עפ"י תורה איז נישטא קיין ריקאל.

אויב מאכט מען א ריקאל איז עס לדעתי א זייער-חומרא'דיגע מהלך, וואס נישט נאר קיין שום אנדערע שחיטה מאכט נישט קיין ריקאל אויף ערנסטע פראבלעמען, ווער רעדט נאך פון א פוסטע עלילה, א לזות שפתים פון אן אינטערנעט-ראבינער.

איך האלט אז צום סוף וועט די אמת ארויפשווימען. און מ'קען אפשר זאגן אז די בית השחיטה וועט ארויסקומען א שטארקער געווינער דערפון, אבער מיט דעם אלעם האלט איך אז מ'האט נישט געדארפט מאכן קיין ריקאל בו בזמן ווען הגאון רבי אפרים שמעון זאגט אז ניין איז דאס שוין די גרעסטע ראי' אז מ'קען נישט זיין נאך פרומער.

rebyankel » 14/1/2010 21:58

באלאנד

קיי איבער דיין נערישע ליגענט ביז די וועסט זיך שוין אליינס גלייבן
די קענסט מיר מסביר זיין וואזוי קען זיין אז נאר קרית יואל האט געהאט די פראבעלם פין צומות הגידין?
ווען אין פאקט איז דאס געשעהן אין די העטשערי פין ווי 'אלע' פארעם'ס נעמען????

----------

כ'האב הנאה פין דיין צווייטע ספין אז קרית יואל בית השחיטה איז געגרינדעט געווארען פאר א אנדערע ציל ווי די בוטשער.
ווייל מ'דארף זיין א  זאלי'ס  צו שרייען אז רביה''ק ז''ל האט נישט געפענט די בוטשער כדי ס'זאל זיין א אינקאם פאר די מוסדות,
אוודאי זיין עיקר ציל, ס'זאל  זיין כשר פלייש, אבער נישט וועגן דעם האט ער ארויסגעגבן דעם הייליגען בריוו אז מ'זאל קויפן דווקא אין קהל'ס בוטשער.

גיי ספין ווייטער.

באלאנד » 14/1/2010 22:05

הייסט דאס אז ביים רבין האט אויך אלעס געמיינט געלט?

rebyankel » 14/1/2010 22:09

אוי איז סופערעמסי גערעכט
אויב איינער זאגט אז  מ'האט געפענט א בוטשער ס'זאל זיין א הכנסה פאר די מוסדות
הייסט עס:
 
הייסט דאס אז ביים רבין האט אויך אלעס געמיינט געלט?


באלאנד » 14/1/2010 22:11

ס'שאלה אז סופרעמעסי איז גערעכט

צומתהגידין » 14/1/2010 22:27

איך פארשטיי נישט פארוואס מ'איז עפעס פארקראכן פונעם נושא.

מיין פונקט איז דא, פארוואס האבן מען זיך נישט גערעכנט מיט דעם נאמנות פון די שוחטים, וועלכע האבן אלע איינס ביי איינס מעיד געווען זייער קלאר אז זיי האבן גענומען אין די הענט אויסדרוקליך די פעקין מסורה'דיגע קאטשקעס.

דער אויסרייד אז דער פארמער האט געמישט איז באזיסלאז און מ'קען אויף דעם נישט חושש זיין.

ווייל לאמיר רעדן פראקטיש:

מעג מיעל מארט אדער מארוויד פארקויפן עופות, וואס ער ווייסט קלאר אז זיי זענען "טשיקענס", נארמאלע הינער, צי נישט.

אפשר זענען זיי נישט קיין מסורה'דיגע הינער, אפשר דארף זיין טראגן צו א לעבן און טשעקן צו זיי זענען טאקע געהעריגע טשיקענס, און נישט עפעס אן אנדערע סארט.

אויב די חילוקים וואס מיר האבן געהאט מקובל איז נישט מאסגעבנד, און יעדער מאן דהוא וועלכער זאגט אז ער האט עפעס געפינען אויף עפעס א וועב-סייט (וואס ער האט מעגליך אליין אנגעפירקלט), קען מען אויף דעם פארמאכן יעדע שחיטה, און מטריף זיין אלעס?

אויב האבן אונזערע שוחטים פארלוירן זייער נאמנות וואס די תורה האט זיי געגעבן, פארוואס פארלאזט מען זיך אויף זיי יעדן טאג.

און די קשיא גייט ווייטער:
אויב איז G&G מודה אז זיי האבן באקומען מוסקאווי, טראצדעם וואס זיי האבן געארדערט נארמאלע פעקין קאטשקעס, אפשר ווען זיי באקומען פונעם פארם הינער, באקומען זיי עפעס אן אנדער סארט הינדל?

קען עמיצער פותר זיין די איבעיא ביטע.

באלאנד » 14/1/2010 22:33

איך ווייס גארנישט און איך וז נישט וויסן וואס עס טוט זיך אונטער די קוליסן. איך ווייס נישט וואס די שוחטים האבן געזאגט און איך ווייס נישט ווער עס האט געכאפט אז עפעס טויג נישט.
איין זאך איז קלאר, אז קרית יואל און בלויז זיי האבן געמאכט א ריקאל און עס זעט נישט אויס אז זיי האבן דאס געטאן צוליב א גאר ווייטער חומרא. זיי טוען גארנישט פאר חומראס. אלעס איז ביי זיי געלט און געלט.

א ריקאל מיינט אז עס טויג נישט

יענקעלע11 » 14/1/2010 22:46

את חטאי הנני מזכיר היום, און אזוי ווי איך בין דאך מתלמידיו של אהרן, וואס איז שטענדיג
א איש אמת, ודובר אמת, גיי איך דא מודה זיין אז איך האב נעכטן געהאט א גאר שווערן טאג,
די קאטשקע מודעה פונעם בית השחיטה וואס איז נעכטן ארויס געקומען, האט מיר געהויבן מיין
בלוט דרוק אפ נארמאל הויעך, איך האב עובר געווען און געווען א מהרהר אחרי רבו,
יא, איך בין מודה ומתוודה, ס'האט מיך גאר שטארק פארדראסן, היתכן, אויב שרייט מען אז
אלעס איז כשר וישר, און אז דאס איז נאר א גרופע פון מסיתים ומדיחים וואס קומען יעדן מאנטיג
און דאנערשטיג מיט נייע שערוריות, נו, וואס מאכט מען זיך פון זיי צוטוהן?, פאר די
מהרסים וואס א הכשר ממליחה
ואילך (אדער בעסער געזאגט ממלוכה ואילך ווייל אויב
שטארקט דאס זייער
מלוכה'לע) איז אלעס כשר וישר, למשל, ווען עס איז דא א צומות הגידין
פראבלעם איז דאס לויט זיי
דייקא נאר אין דעם בית השחיטה המהודרת, פשוט, ווייל דארט איז
מען דאך בודק און מען איז
מהדר אז אלעס זאל זיין 100% בתכלית הכשרות, אבער ביי די
ממליחה ואילך
באנדיטן איז דא א פשוטע עצה, מען מאכט זיך צו די אויגן, מען זיכט נישט,
במילא טרעפט מען נישט, און אז מען טרעפט
נישט איז עס דאך כשר וישר, במילא האט מיך
שטארק פארדראסן אז מיר זענען
אריין געפאלן אין זייער נעץ, אקוראט דאס האבן דאך די
באנדיטן געוואלט, אז מיר
זאלן מהדר זיין און טוהן א פעולה וואס זאל כאטשיג אויסקוקן ווי
א הודאה במקצת
, און זיי וועלן קלעימען וויקטארי, זיי וועלן ווייטער עסן די צווייפעלהאפטיגע
פליישן
, אזעלעכע פליישן ואס קיין שום ערליכער איד וויל נישט אין מויל נעמען, און טאקע נאר די
חברה אשר כרעו לבעל, נאר זיי עסן און זענען גאר מהדר דאס צו עסן, און נישט נאר זענען
זיי מהדר, נאר זיי פראבירן מיט אלע געוואלדעס צו צווינגען דעם עולם אז מען מעג און
מען מיז נאר דאס עסן, און פאר די באנדיטן האבן מיר זיך געבויגן?, פאר די קלים ורקים
וואס דער אמת איז ביי אינגאנצן נישט קיין ארטיקל, זיי זענען דא נאר משמיץ זיין דעם
רבן של ישראל און דעם גרעסטן גודר גדר ועומד בפרץ,  די חברה פראבירט מען צו געפעלן?
ניין! ס'האט מיר זייע
ר שטארק וויי געטוהן.

אבער דאס האט אנגעהאלטן ביז פארנאכט צו מנחה און מעריב, ווי איך טרעף מיך כסדר מיט א
רב, וואס איז היינט שוין בגדר רבי מיט תלמידים וחסידים, א שטארק איינגעזענער רב, סיי בעולם
הרבנות און סיי בעולם הכשרות, און איך האב מיט דעם רב זייער נאנטער באציהונגען,  איך טרעף
מיך מיט דעם רב און רעד זיך אויס דאס הארץ, איך פרעג עם ווי האט דאס געקענט פאסירן אז מיר
זאלן אזוי אריין שפילן אין די הענט פון די שונאים, איך פארשטיי נישט, -זאג איך עהם- מען זאגט
אז אלעס איז כשר וישר, און מען נוצט נאר מסורת'דיגע קאטשקעס, די שוחטים און די בעלי משגיחים
זאגן קלאר אז אלעס איז זיכער על צד היותר טוב, און דא אויפאיינמאל א הצהרה פונעם בית השחיטה
אז מען רופט צוריק די קאטשקע פליישן, וועמען וויל מען געפעלן? פרעג איך דעם רב, די קלים ורקים?
זיי וועלן דאך קיינמאל נישט צופרידן זיין, זיי זענען נישט דא מקבל צו זיין דעם אמת, זיי זענען דא נאר
מערער זיין אויף אונזער בית השחיטה ולהבאיש ריחו של רבינו שליט''א, און פאר זיי וויל מען געפעלן?
פרעג איך דעם רב, ס'איז זיכער געווען א איבער געאיילטער שריט, און מען האט דאס נישט איבער
געטראכט, און נאר אזוי איז מען פשוט אריין געפאלן אין אזא פאסקע פון די שונאים, זאך איך עהם מיט
אזא דערביטערקייט. 

דער רב הערט מיך אויס און הייבט אן צו לאכן, וואס האט נאר געהויבן מיין כעס, און איך פרעג עהם,
וואס לאכט איר? בין איך דען נישט גערעכט? פרעג איך עהם מיט א קענטיגן צארן, זאגט מיר דער רב
ח''ו, איך לאך נישט פון אייך, איך טראכט נאר ביי מיר, אז עולם הפוך ראיתי, געווענדליך, ווען איך האב
עפעס פראגן אין דעם סאטמאר'ן פאליטיק, ווארט איך שוין קוים אויף מנחה מעריב, ווי מיר טרעפן זיך
כסדר, איך לייג פאר פאר אייך מיינע פראגן, און איר ענטפערט מיר מיט אזא שכל הישר, בטוב טעם ודעת,
אזוי אז אלע מיינע פראגן ווערט פארשווינדן, און אצינד, אזא דבר פשוט, און איר מאכט אייך אומזיסטיגע
שברי לב און עגמת נפש, אומזיסטיגע עגמת נפש? שריי איך אויס, א בלינדער קען דאס זעהן, און איר זאגט
אומזיסטיגע?, בארוהיגט אייך ר' יאנקעלע זאגט דער רב, איך וועל אייך דאס מסביר זיין וועט איר דאס
פארשטיין זייער קלאר, וועט איר זעהן אז דאס זענען דברים פשוטים מאוד.

קודם א פראגע, זאגט מיר ר' יאנקעלע, ואס איז דער יחוס מיט אייערע שחיטות?, וואס הייסט וואס איז דער
יחוס? מיר האבן שחיטה מונחת! מיר האבן טריקענע בדיקות! און נאך הידורים, זעהסט ר' יאנקעלע זאגט
דער רב מיט א ניצחון, די אלע הידורים זענען טאקע הידורים אבער דער גרעסטער הידור ביי די שחיטות איז
רבי אהרן טייטלבוים שליט''א, דאס אז אייער רבי איז עומד בראש די שחיטות המהודרות איז דער גרעסטער
הידור, פארשטייסט נישט, הא?, איך וועל דיר דאס מסביר זיין, דו קיקסט אן די גאנצע פרשה פון די קאטשקע
שערורי' מיט דיינע דעת בעל הבית אויגן, די ווילסט וויסן וואס דער גייט זאגן און וואס יענער גייט זאגן,
און דו וואלסט געוואלט אז דיין רבי זאל לויט דעם מאכן זיינע החלטות, יונגערמאן! דו קענסט נישט דיין רבי,
דיין רבי'נס הערצה ואהדה איז געשטיגן ביי יעדן פיל פאכיג זייט די נעכטיגע דעקלעראציע פון דעם בית השחיטה,
און ווען איך זאג ביי יעדן, מיין איך נישט די שונאי סאטמאר, ווייל זיי וועט מען קיינמאל נישט צופרידן שטעלן,
יעדן, מיין איך דעם עולם התורה און די בעלי מכשירים, זיי זענען כולם כאחד מלאים בשבח פון דיין רבי, זיי
רעדן בשבחו מיט התפעלות עצומה, יעדער פארשטייט אז זיינע נגיעות וואלטן פארלאנגט אז ער זאל זיך אויס
לאכן פון זיי, ער זאל אוועק מאכן דעם פראבלעם און יעדער בלי שום יוצא מן הכלל וואלט דאס אנגענומען,
אבער להגיד שבחו של אהרן, ביי עהם איז זיין פרעסטיטש אינגאנצן נישט מאסגעבענד, זיין כבוד המדומה
אינטרעסירט עהם נישט, ער האט איין זאך פאר זיך, הידור הידור און הידור, און ביי עהם 100% הידור מיינט
100% הידור, נישט 95%, נישט 99%, און אפילו נישט 99.99%, הונדערט פראצענט מיינט קלאר און
דייטלעך גאנצע הונדערט פראצענט, נישט ווייניגער מיט אפילו כקוצו של יוד, און דאס איז דער גדלות פון
דיין רבי, און דאס איז דער הידור פון אייערע בית השחיטות, יעדער ערליכער רב, יעדער ערליכער בעל מכשיר
ווייסט אז ווען דיין רבי זאגט אז דאס פלייש איז 100% מהודר קען מען זיך אויף עהם פארלאזן גאנצע 100%,
און נאך אלע חקירות ודרישות ווען דער ענטגילטיגער פסק וועט זיין, אז מיר האבן חוקר ודורש געווען, מיר זענען
אריבער אלע פרטים, און מיר זענען איבערגעצייגט אז מען קען דאס עסן מיט א רוהיגן געוויסן, וועט יעדער,
וויסן אז דאס איז כשר בתכלית הכשרות אויף גאנצע הונדערט פראצענט ויאכלו ענווים וישבעו. 

וואס זאל איך אייך זאגן רבותי?, כמים קרים על נפש עייפה, דברים של טעם גאנצע 100%, נאך א שטיקל
התבוננות זעה איך ווי דער רב איז אזוי שטארק גערעכט, און איך האב דאס אנגעקיקט מיט אזא בלינד אויג,
אוי, ס'פאסט נישט, די זאליס וועלן ארויף שפרינגען אויף דעם, זיי וועלן זיך קלאפן אויפן בויך, און שרייען
איי טאלד יו סא!!!, און מיר זאגן זיי צוריק, הא קערס? וואס איר האלט, לויט אייער מהלך, ווען איר שרייט
כסדר אז די פליישן פון רבינו שליט''א איז חזיר טריפה, די ווייץ פון רבינו שליט''א איז חמץ גמור, וואלטן
מיר ערוארט פון אייך, לויט וואס פאר א גרויסע עזות פנימער איר זענט, אז אצינד ווען רבינו שליט''א האט
מחליט געווען צוריק צוריפן די קאטשקע פליישן, וואלטן מיר פון אייך ערווארט צו לויפן מיט איין אטעם צו
אונזער פלייש געשעפטן, אפקויפן אלע קאטשקע פליישן, און דאס אויף פרעסן על אפו וחמתו, נאר צוטוהן
להיפוך פון זיין דעת תורה, אלזא אייער מיינונג איז קיין מיינונג, איר קענט אייך ווייטער אן עסן מיט מליחה
ואילך פלייש, מיר שרייען אויס בקול אדיר וחזק, אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו, אלה בפיקטשערס
ואלה בקללות, אלה בזלזול, ואלה בהרמת יד בתורת משה ואנחנו בשם אלקינו נזכיר, המה כרעו ונפלו ואנחנו
קמנו ונתעודד.       


  
  
 



תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 14/01/2010 23:05:57

צומתהגידין » 14/1/2010 22:51

דו קלערסט אפשר אז לעיקוואוד וועלכע נעמט בערך 80 אלפים הינער וועכטנליך, האט נישט וואו צו גיין פאר ביליגער?

דו טראכסט נישט אז קהל ביאיאן ווייסט וואס דו ווייסט?
דו טראכסט נישט אז פאפא איז נישט אזוי אינטרעסירט אין כשרות ווי א צווייטער?

אויב קרית יואל האט איינגעפירט בודק צו זיין צומות הגידין, טראכסטו נישט אז עס קאסט זיי 8 יונגעלייט אויף פעיראלל, וואס זיי קענען זיך אינישפארן אויב זיי מאכן נאך:

G&G
מארוויד
מלכות
עמפייער
אינטערנעשאנעל

געוואלד. פרעג דיך אליין די קשיא.
איז מאיר הירש א פשוט'ער פערד, אז ער צאלט אוועק וועידזשעס פאר מערערע מענטשן ווען ער קען עס אינישפארן מיט'ן קויפן טשיקעלעך ווי G&G קויפט?

דו טראכסט אפשר אז דער פארמער וואס פארקויפט פאר מלכות פארקויפט נישט פאר קרית יואל?
דו טראכסט אפשר אז פאר קרית יואל שמעקט מודה צו זיין אז זיי האבן "צומות הגידין"?
דו טראכסט אפשר נישט אז קרית יואל קען ווען טאן וואס G&G, און ארויסגעבן א בריוו אז "יאכלו ענוים וישבעו"?

אויב רבי געציל בערקאוויטש איז אויף פעיראלל, פארוואס איז ער אזא בטלן... און טוט נישט וואס די משגיחים טוען ביי די אויבנדערמאנטע שחיטות?

יעצט לאמיר גיין א שטאפעל ווייטער:

דו ווייסט אז צומות הגידין איז שוין א פראבלעם ביי כלל ישראל, אזוי לאנג ווי מ'עסט עופות.
און דו ווייסט אפשר אז אין רוב וועלט איז מען מהדר צו בודק זיין צומות הגידין, כאטשיג עס קאסט עפרות תבל?

דו טראכסט אז קיינער איז נישט אזוי קלוג ווי איך און דו?
דו טראכסט אז יעדע בית השחיטה איז "רעדי" צו ספענדן מיליאנען אויף שטותים?

דו האלסט למשל אז ביד"צ עדה החרדית איז בודק צומות הגידין פאר פאן?
דאס זעלבע מיט די שחיטה פון הרב לאנדא, פארוואס זענען זיי בודק? עס קאסט דאך עקסטער געלט, ניין?
דו האלסט למשל אז כדתיא שחיטה איז בודק צומות הגידין פאר פלעין?
צו די שחיטה אין מאנטשעסטער איז בודק, פארוואס?


לאמיך דיר מסביר זיין אין איין ווארט:

א בית השחיטה וואס "לאזט נישט אריין יעדן איינעם" - דארט טרעפט מען גארנישט.
א בית השחיטה וואס לאזט אריין, דארט הערט מען פראבלעמען.

נישט פון היינט, נאר איז אייביג אזוי געווען.
דערפאר איז איבעראל "יאכלו ענוים וישבעו".


און איך וועל דיר צולייגן א קליינעם טיפ.

שוין די לעצטע 3 חדשים האט מען אין קרית יואל שוין ב"ה מער נישט געטראפן דעם פראבלעמען פון צומות הגידין.
און דאס קען זיך יעדער איבערצייגן, ווער עס ארבעט דארט, און ווער עס איז גייט נאר אהין וועט דיר דאס זאגן.

אבער אויפגעהערט בודק צו זיין האט מען נישט. כאטשיג עס קאסט וועיזדשעס פאר 8 אידן און 15 ערלים.
און פארלאנגערט דעם פראצעדור זייער שטארק, און איז א שאדן פון רבבות דאלאר וועכטנטליך.

פארוואס איז מען נאך אלץ בודק?
דאס לאז איך דיך ענטפערן.

rebyankel » 14/1/2010 23:51

גיט געזאגט צומות
אין יענקעל'ע ווי אייביג

rebyankel » 18/1/2010 01:56

פין אישי

איך וויל פרעגן איין קשיא פין הרב יצחק שטיין
די דאטום וואס איר גיבט אן אז מ'האט ג'שחט'ן די 'מוסקאווי' קאטשקע'ס אין קרית יואל איז למספ' 12/22/09
ביי יענע ארדער האט מען ג'שחט'ן ארום 600 קאטשקעס אין בערך 100 שטוק (קאטשקעס גייט נישט אויף די פונט) איז געווען פאר אינטערנעשענאל גלאט ווי איר גיבט די הכשר......
נו! פארוואס מאכט איר נישט קיין ריקאל???????????????????????????

יעקב_בער1 » 18/1/2010 02:13

נאך מער, יעדע שחט הויז  האט א אפמאך מיט א צווייטע שחט הויז אין פאל פון נויט. למשל, אויב קרית יואל בית השחיטה טרעפט זיך איין טאג אז זיי דארפן נייטיג נאך 2000 עופות, רופן זיי אן gg און בעטן די עופות. און אזוי אויך פארקערט. קרית יואל האט אזא אפמאך מיט gg. אלזא קומט אויס, אז יעדע בית השחיטה נעמט איינע פון די אנדערע, און אינטערעסאנט, פונקט ווען די עופות זענען אין קרית יואל, איז דא די שאלה. אבער אויב די זעלבע עופות ווערט געשיקט קיין gg ווערן די אלע גידין פאראכטן????

און אדרבה, ווער עס גלייבט נישט  איז מכובד אנצוריפן איינער וואס ארבעט אין איינע פון די צוויי בתי שחיטה, והדברים ידועים (נפל'ע איך ריש מיר שוין אויף אן הכשחה פון דיין וויזניצע שוואגער)

ווען די זאלונים האבן אנגעהויבן איבערצודרייען די וועלט וועגן די צומות הגידין, האט דער בעה"ב פון gg אנגערופן מאיר הירש, און אים געזאגט: נעם נישט פערזענדליך די גאנצע פייט, אזוי ווי איך האב נישט גענומען פארזענדליך די שטיין זאלץ שערורי'ה, עס איז אלעס נעטא ביזנעס


איך וויל איין רגע ארויס ברענגן  נאך א נקודה.
אויב ח"ו עס איז וועט ארויסקומען פון די לעב. אז עס איז געווען עפעס נישט גוט דא (און נישט קיין חילוק וואס) קען דער מ. און שקרן נחום ראזענבערג עקלערן וויקטארי.

איך וויל דא פרעגן פון די חסידים פון הגז"ל, ווי שעמען ענק נישט זיך צוצושטעלן צו אזא עוכר ישראל ווי אים? ענק פארשטיין נישט אז טענה'ן די זעלבע טענות ווי אים, און אים געבן חיזוק, וועט ענק ביי די ענד בעקפייערן? ענק רעדן זיך איין אז ער וועט ענר אפשוינען וועגן דעם? דער מ. און שקרן וועט ווייטער פרעדיגן שקרים וכזבים. אבער עטץ האבן אים געגעבן חיזוק. ולאו עכברא גנב, אלא חורא.

ענק דארפן נישט ענטפערן אויף דעם, עס איז פשוט חומר למחשבה


תוקן על ידי יעקב_בער1 ב- 18/01/2010 02:22:45

מישמאש » 18/1/2010 02:58

מען איז זיך א ביסעל מתבונן, וואס באדערט פאר די קרעשמע פארטריבענע, און זאליבאנצעס אזוי שטארק דעם בית השחיטה?

 

וואס האט זיי דער בית השחיטה געטאן?

 

די חברה זענען בייז אויף די עופות?

 

אויף די שוחטים?

 

וואס דריקט פאר די דאזיגע באנדע?

 

אפשר די הכשר? איז דען נישט כ''ק רבינו שליט''א אזא מורה הוראה, וואו דער הרב  מארגענשטערן,הרב  וואלדמאן, הרב טענענבוים, וכל מרעין בישין?

 

איז דען נישט כ''ק רבינו שליט''א א תלמיד מבהק פון רבינו הקוה''ט זי''ע? האבן זיך דען מארגענשטערן מיט וואלדמאן מער מסתופוף געווען בצל התומר פון אבינו רועינו רבינו הקוה''ט זי''ע? האט רבינו הקוה''ט זי''ע געווארט מיטן פארלערנען די טיפזינגע סיגיא שיעורים אויף מארגענשטערן? אדער אויף וואלדמאן? אדער אויף דעם צינישען לץ הרב שטיין? איז דער הרב שטיין געווען איין מאל ביי די הייליגע שובבי''ם תורות? האט ער דען מיט געהאלטען איין סיגא שיעור פון רבינו הקוה''ט זי''ע? האט דער שטיין היתר הוראה פון הרה''ק משאפראן זי'''ע,? פון הרה''ג ר' פנחס עפשטיין זי''ע? האט ער בכלל היתר הוראה?

 

איז דען הרה''ג ר' געציל בערקאוויטש דער בעל אגלי דבש שליט''א ווייניגער באגלייבט אדער ווייניגער ת''ח וואו מארגענשטערן, טענענבוים, וואלדמאן, שטיין, ???

 

איז דען הרה''ג ר' משילם פאלאטשעק שליט''א דער בעל מגד יהודה ווייניגער באגלייבט וואו מארגענשטערן, טענענבוים, וואלדמאן, שטיין, ???

 

פארוואס זענען אלע יודן המדקדקים בכשרות, חסידים, ספרדים ליטווישע, מקפיד צו עסען דייקא פון די פלייש פון בית השחיטה?

 

זענען מיר טאקע ''חלה דעקלעך'' ל''ע?????? וואו דער פרעדיגער הידוע פעלשער פארמעגליך, האט אונז באטיטעלט?

 

די זאליס מיט די בני יואל, און אלע אנדערע מרעין בישין,מיט אלע זייערע לבישים, צו איז עס אויפגעקלערטע, פרימע, רביזיכרוינעלברכהדיג, זענען נעבאך ביטערע אונגעווייטאגטע מענטשען, זיי האבן פיינט זיך מיט יענעם, מיט א שנאה שאין לשער, יעדע פאזאטיווע זאך וואס ווערט אויפגעטאן דירוך כ''ק רבינו שליט''א, צו איז עס כשר פלייש, אריזנא ווייץ, חתונה תקנות, צניעות, היכל התורה, יסודי התורה, אינדיאנע שייטלך,  אד''ג רופט ביי די דאזיגע משיגעים, ארויס בייז בלוט, און שעלטען דעראויף מיט נאצישע קללות, און הייסע ווינטען בלאזן ארויס פון זייערע ריזיגע נאז לעכער, אז עס איז א פחד,

 

זיי האבן מיטן הייליגען באשעפער, און מיט זיין הייליגע תורה, און מיט די אלע צדיקים הקודמים, וואו רבינו הקוה''ט זי''ע, רבינו הקוה''ט בעל ברך משה זי''ע, דער מנחת יצחק זי''ע , הגרמ''א פריינד זי''ע, ר' בנימין ראבינאוויטש זי''ע און נאך און נאך גארנישט איינגעשטויסען, זיי פייפען זיך אן אויף די הייליגע תורה, מיטן גיין און קארט, זיי נעמען די הייליגע תורה וואס מיר האבן מקבל געווען אויפן בארג סיני ברתת ובזיע, און מאכען דערפון און קאמידע, רח''ל, זיי זענען גאסערט געוארען דירוך דעם מנחת יחצק ובית דינו,  זיי ניצען נישט קיין שטיין זאלטץ, און זייערע ישיבות גייט מען אויף חתונות, מען לערנט דארט אויפן ליטווישען דרך, נישט אזוי רבינו הקוה''ט האט געפאדערט אז מען זאל לערנען אויפן דרך פונעם הייליגען חת''ס ותלמידיו הק' זי''ע , זיי רייסען אויס דאס ענין פון לערנען פארטאגס,  זיי האבן אויף געשטעלט א פריצותדיגע חתונה זאל און הארטץ פון וויליאמסבורג, זיי האבן פארדרייט די מסורה, וואו מען לערענט מיט די קליינע קינדער עברי, זיי גייען און טמא'נעם בג''ץ הציוני,  

 

פאר די דאזיגע באדערט קאטשקעס? זיי באדערט צומות גידין? א הויקער!

 

און מיר פארענפערען זיך נאך אייביג פאר די דאזיגער נידריגער עלעמענט, וואו קעלבליך,

 

זאלן די דאזיגע משוגעים נישט פארדרייען קיין קאפ, זאלן זיי זיצען און חרדים, און זיך שלאגען און הארגענען ציווישען זיך, און זיך בייסען און פנים,  איינער פארן צווייטען,זאלן זיי פארעכטען זייער בית חינוך לבנות, אז די וועדי הצניעות זאלן נישט דארפן אזוי שווער ארבייטען,

 

און שחיטה, און כשרות, אד''ג זאלן זיי לאזען פאר די רבנים, וואס פארשטייען דערצו, וואס טיען שוין צענליגע יארן און כשרות הבשר, נאך פון דער הרב שטיין באטשי איז געווען פארנימען מיט האט קאפס,  

 



תוקן על ידי מישמאש ב- 18/01/2010 03:00:41

פאראלעל » 18/1/2010 03:34

וואס האלט דער ר' זלמן לייב בנוגע די קאשטקעס? צומות גידין?

ער האט עפעס א מיינונג? דער רבי דער בעל דברי יואל זי''ע, וואלט ווען געשוויגען, ווען אזא עוולה קימט פאר, אז מען מכשיל טויזענטער, טויזענטער יודען מיט עופות וואס איז נישט פארהאן קיין מסורה?

ר' זלמן לייב ענדיגט דאך די ''תורה'' ''בהתרוממות קרן התורה'' וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו, אזוי די רבי זכרונה לברכה,? נא? דער רבי זי''ע וואלט נישט געזיצען שטיל, אזא פאל,

נא ר' זלמן, כלל ישראל קען שוין נישט ווארטען צו הערען דעם אמת'ן דעת תורה! פתח פיך ויאירי דבריך, לאזט וויסען דעם עם ה' וואו אזוי זיך צו פירען!

rebyankel » 18/1/2010 22:03

rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פין אישי

איך וויל פרעגן איין קשיא פין הרב יצחק שטיין
די דאטום וואס איר גיבט אן אז מ'האט ג'שחט'ן די 'מוסקאווי' קאטשקע'ס אין קרית יואל איז למספ' 12/22/09
ביי יענע ארדער האט מען ג'שחט'ן ארום 600 קאטשקעס אין בערך 100 שטוק (קאטשקעס גייט נישט אויף די פונט) איז געווען פאר אינטערנעשענאל גלאט ווי איר גיבט די הכשר......
נו! פארוואס מאכט איר נישט קיין ריקאל???????????????????????????


איינער זאגט מיר אז הרה''ג ר' אפרים שמעון לייכטאג האט דאס געפרעגט פין איינעם וואס איז געקומען נאכזאגען ר' יצחק שטיין'ס שקרים
אין....... די קשיא איז זייער שווער

דיןתורה » 18/1/2010 22:23

די קאטשקע ליגט יעצט ביי די לעב, אין מ'ווארט איף די רעזאלטאטען צו זעהן וואס דאס איז געווען
די ספיקות זענען 3

1) אדער איז עס פעיקען, דעמאלטס איז אלעס כשר וישר

2) אדער איז עס מורכב, דעמאלטס וועט לכאורה זיין א שטארקע מחלוקה, הרה''ג ר' געציל שרייט אז בדיעבד מעג מען עס עסן (די אייער וואס מיר עסן היינט צו טאגס אין ווערט פאקויפט אין אלע געשעפטן, איז מורכב פין 5 מינע הינער, אין נאר 2 דערפון זענען מיט די מסורה, אין ביי א גרויסע אסיפת הרבנים עטליכע יאר ציריק האט מען עס מתיר געווען לכתחילה (טראץ וואס ר' הילל וו''ב האט געוואלט אסר'ן), טראץ וואס עס זענען דא געוויסע מחמירים ווי הרה''ג ר' חיים לייב כ''ץ וועלכע עסט נישט די אייער פין די סטארס)

3) אז ס'איז מאסקאווי, זייער שוואכע טשאנסען ציליב דעם וואס די שוחטים זאגען קלאר עדות אז זיי געדענקן אז ס'האט געהאט א געלע שנוב ווי אייביג, ווי אויך זעהט מען עס אויף אלע סטעיטמענטס, אין נאך פילע הוכחות
אויב יא, דאס איז זיכער אז יעדער וועט נוטה זיין לאיסור, די שאלה וועט נאר זיין וויבאלד ס'דא א מיעוט פוסקים וואס האלטען אז עוף וואס האט נישט די מסורה אפי' ס'האט די 4 סימיני טהרה דארף מען כשר'ן די כלים (שמיעס גייען ארום אז הרה''ג ר' יחזקאל ראטה האלט אזוי), למעשה איז דא א תשובה פין אזא פאל אין אבני צדק וואס זאגט קלאר אז מ'דארף נישט כשר'ן קיין כלים ביי אזא פאל.

בלייבט נאר איבער צו ווארטען.





צומתהגידין » 18/1/2010 23:09

דין תורה.

נישט ריכטיג.

איבער די מוסקאווי קאטשקעס (וואס דא איז דאס אינגנצן נישט דער פאל) איז דא אוסרים און מתירין.

דער דברי מלכיאל פסקט אין א תשובה אז ס'איז מותר לכתחילה (דברי מלכיאל חלק ד' סי' נ"ו
דער נצי"ב איז עס מתיר לכתחילה אין זיין ספר משיב דבר, יו"ד סי' כ"ב.
אין ספר זכרון יוסף ברענגט ער עדות פון הרה"ק ר' שמואל סאלאנטער (ירושלימער רב) אז די מוסקאווי זענען מותר.
אזוי פסק'ט אויך ר' צבי פסח פראנק.

למעשה איז א מחלוקת איבער די מוסקאווי.
אין נאמען פון רבי חיים בריסקער ווערט געברענגט אז ער אסור'ט עס.
ר' שמשון רפאל הירש שרייבט אין א בריוו אז מ'זאל עס נישט עסן.

אזוי זעט מען אז ס'איז א מחלוקה.
די מתירים זאגן אז ס'איז מותר לכתחילה, ווייל די מסורה איז יא א גוטע, און עס קומט פון רוסלאנד, און דארט האט מען עס שטענדיג געגעסן.

אינטרעסאנט אז זיי שרייבן אלע דעם סימן פון די מוסקאווי אלס האוז שיש לה גבשושית אדומה על הלחיים החרטום.


פון דעם זעט מען אז אין פיל ערטער האבן גדולי הדור גע'כשר'ט די מוסקאווי לכתחילה.

מיר עסן עס נישט. און די קאטשקעס וואס מ'האט גע'שח'טן אין קרית יואל איז כפי עדותם של השוחטים געווען די פעקין.

יעקב_בער1 » 18/1/2010 23:50

צומתהגידין כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דין תורה.

נישט ריכטיג.

איבער די מוסקאווי קאטשקעס (וואס דא איז דאס אינגנצן נישט דער פאל) איז דא אוסרים און מתירין.

דער דברי מלכיאל פסקט אין א תשובה אז ס'איז מותר לכתחילה (דברי מלכיאל חלק ד' סי' נ"ו
דער נצי"ב איז עס מתיר לכתחילה אין זיין ספר משיב דבר, יו"ד סי' כ"ב.
אין ספר זכרון יוסף ברענגט ער עדות פון הרה"ק ר' שמואל סאלאנטער (ירושלימער רב) אז די מוסקאווי זענען מותר.
אזוי פסק'ט אויך ר' צבי פסח פראנק.

למעשה איז א מחלוקת איבער די מוסקאווי.
אין נאמען פון רבי חיים בריסקער ווערט געברענגט אז ער אסור'ט עס.
ר' שמשון רפאל הירש שרייבט אין א בריוו אז מ'זאל עס נישט עסן.

אזוי זעט מען אז ס'איז א מחלוקה.
די מתירים זאגן אז ס'איז מותר לכתחילה, ווייל די מסורה איז יא א גוטע, און עס קומט פון רוסלאנד, און דארט האט מען עס שטענדיג געגעסן.

אינטרעסאנט אז זיי שרייבן אלע דעם סימן פון די מוסקאווי אלס האוז שיש לה גבשושית אדומה על הלחיים החרטום.


פון דעם זעט מען אז אין פיל ערטער האבן גדולי הדור גע'כשר'ט די מוסקאווי לכתחילה.

מיר עסן עס נישט. און די קאטשקעס וואס מ'האט גע'שח'טן אין קרית יואל איז כפי עדותם של השוחטים געווען די פעקין.


נעם אראפ ר' צבי פסח פראנק. אויב דו ווייסט נישט, ער איז טאקע געווען א ריזיגע גאון, אבער א ביטערע ציוני. און סאטמאר איז זייער אנגעווייטאגט אויף אים, און זיכער נישט אננעמען זיין פסק.

דיין תגובה איז גענוג שיין אן דעם אויך

אסעמבלי » 19/1/2010 01:02

יעקב_בער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נעם אראפ ר' צבי פסח פראנק. אויב דו ווייסט נישט, ער איז טאקע געווען א ריזיגע גאון, אבער א ביטערע ציוני. און סאטמאר איז זייער אנגעווייטאגט אויף אים, און זיכער נישט אננעמען זיין פסק.

דיין תגובה איז גענוג שיין אן דעם אויך


סאיז זייער נערי'ש וואס די שרייבסט סאטמאר איז אנגעווייטאגט ווער איז סאטמאר ? ווער ווייסט בכלל היינט צוטאגס ווער ר' הערש פסח איז געווען? היינט ווייסט מען נאר פונעם דעמאקראטישן מיטן רעפאבליקאנער וואס פארמעסטן זיך. מען ווייסט היינט פונעם שפיטיפקער שרף מיט  דער געוועזענער טשאפלעין.

דער הרב פראנק איז נישט געווען קיין ביטערער ציוני ער איז געגאנגען צו די רעבענאת צוליב וואס זיינע קינדער זענען ל"ע געשטארבן פון הינגער

אגב. ר' דוד יונגרייז שרייבט אין די הקדמה פון איינע פון זיינע ספרים א מעשה נורא וואס האט פאסירט מיט עם אליין

אז אמאל ביי א זיצונג אין די עדה החרדית ווי מהאט דן געווען איבער א געוויסן נושא האט ער נאכגעזאגט עפעס פון ר'  הערש פסח'ן. איז געווען דארט איינער וואס האט זיך אנגערופן מזאל נישט נאכזאגן פון עם דא.

האט זיך ר' דוד אנגענומען פאר עם און געזאגט אז סוכ"ס איז ער נישט געווען אין די רעבענאת פאר שוואוילטאג נאר ער איז פשוט געווען געצוואונגען דערצו ווייל ער האט נישט געוואלט סזאל עם קאסטן נאך קינדער.

עכ"פ שרייבט ער דארט אז יענע נאכט איז ר' הערש פסח געקומען צו ע אין חלום און געזאגט אז באיז געווען א גרויסע טובה פאר עם אינעם בית דין של מעלה אז אין ביד"צ עדה החרדית האט מען ממליץ טוב געווען אויף עם

יעקב_בער1 » 19/1/2010 01:07

טאקע מורא'דיג.
אויב אזוי זאל איך אנהייבן נאך זאגן זאכן וואס הרב אלישיב פסק'נט? ער האט דאך אויך פארלוירן ל"ע א קינד פון הינגער, און איז שפעטער אריין אין היכל שלמה, פשוט ווייל ער האט געוואלט האבן א שטיקל ברויט פאר זיינע קינדער.

gimpele » 19/1/2010 16:29

דברי מלכיאל אויף בארבארי-מאסקאווי איז אין ח"ה סי' צ"ה

צומתהגידין » 19/1/2010 18:10

דער דברי מלכיאל אליין שרייבט אין די תשובה אז אין חלק ד' סי' נ"ו איז ער מתיר די קאטשקעס מיט'ן א שווארצן חרטום, ווייל ס'איז גאר דומה צו די אנדערע קאטשקעס, און עס הייסט נישט קיין שינוי במסורה.

אויסערדעם שרייבט ער אז עס איז זייער מצוי אז איין קאטשקע איז עטוואס אנדערש פון די אנדערע, און עס איז דעריבער נישט קיין חשש.

צומתהגידין » 21/1/2010 19:17

ר' יצחק שטיין שרייבט א גאנצע תשובה, אז די מוסקאוי זענען טריפה.
נישט אז עס איז להלכה אדער למעשה. ווייל אין קרית יואל איז דאס נישט אריינגעקומען.
נאר עס איז אינטרעסאנט ווי דער מסלף שרייבט אפענע שקרים וואס יעדער קען זיך איבערצייגן אנדערש.


דער בריוו שרייבער שרייבט אז מוסקאווי האט ביצים עגולות. דאס זענען בילדער וואס פארמער האבן געכאפט פון זייערע מוסקאווי קאטשקעס, און מאכט אפ צי ווער עס איז גערעכט.

[בילד – נישט אפגעהיט]



אין אנהייב סימן ג' שרייבט ער אז די מוסקאווי האט רינידגע ביצים.
דער ספר זכרון יוסף שרייבט אז די אוז הבר האט נישט נישט קיין ביצים עגולות

א קליינע סוירטש אין גוגעל צייגט אז די ביצים זענען חדים משני הצדדים. א סימן טהרה.



די בילד קומט פון דא:
http://images.google.com/imgres?imgurl=http://www.zonianlady.com/muscovy_n-e/muscovyeggs.jpg&imgrefurl=http://www.zonianlady.com/muscovy_n-e/muscovy_n-e.html&usg=__Rn60UI7FqschZjB84y7zSF25p34=&h=480&w=640&sz=57&hl=en&start=1&um=1&tbnid=lM6sl0w9ZV4QOM:&tbnh=103&tbnw=137&prev=/images%3Fq%3Dmuscovy%2Beggs%26hl%3Den%26rls%3Dcom.microsoft:en-US%26um%3D1


נאך בילדער פון מוסקאווי אייער



אדער די בילדער פון מוקאווי ביצים.


בילד קומט פון דא
http://www.ncws.com/mcdonald/images/MuscovyDuck.jpg

דאס קוקט אויס ווי געהעריגע כשר'ע ביצים, און נישט וואס דער אינטערנעט ראבינער רעדט.




ער ברענגט אינעם בריוו אינגאנצן נישט צו דעם ספר זכרון יוסף און וואס ער שרייבט דארט אלע טעמים להיתר בבקיאות נפלאה
ווי מ'קען זעהן דעם ספר יקר המציאות אויף היבראו בוקס

דא:

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=33569&st=&pgnum=19


דארט ברענגט ער דעם בריוו פון הגה"ק רבי שמואל סאלאנטער, געשריבן אין תרס"ח, ווי ער איז עס מתיר
און שרייבט שביצים שלהם יש להם סימני טהרה.


[בילד – נישט אפגעהיט]



דאס האט דער מסלף נישט אראפגעברענגט עפעס.



נאכאמאל, דאס איז נאר לחידודי בעלמא. עס איז נישט נוגע להלכה ולא למעשה
אין קרית יואל איז דאס נישט אריינגעקומען, כידוע.


צומתהגידין » 21/1/2010 19:58

דא קען מען זעהן אסאך בילדער פון מוסקאווי ביצים.

http://www.zonianlady.com/muscovy_n-e/muscovyeggs.jpg

א_בני_יואל » 2/2/2010 22:31

וואס איז געווארן איז דא עפעס נייעס




תוקן על ידי א_בני_יואל ב- 02/02/2010 23:17:52

rebyankel » 2/2/2010 22:35

rebyankel » 15/2/2010 01:50


איינס פין די הויפט סלאגאנען וואס נחום רז''ב, י' שטיין, מיט די זאלי'ס שרייען, איז פארוואס מ'האט נישט געמאכט די ריקאל, תיכף ווען זיי האבען מודיע געווען אויף היידפארק, אז ס'איז געווען פראלבעם'ן

כ'האב פריער קאנפירעמד
ביז מאנטוג ווען שטיין האט גערופן הג''ר משולם וועגן די קאליר פין די פלייש
האבען זיי קיין איינמאל נישט פראבירט צו רופן נישט ר' משולם אין נישט ק''י דיין
בלויז באשמיצט אויף די אינטערנעט,

 אין לכאורה ווי עס קוקט אויס האט ער שוין דעמאלטס געהאט די ריזאלטס פין די לעב, (אין דאס איז די סיבה פארוואס ער האט אפגעמעקט די דאטום)  אין ער האט געהאפט אז די דיינים וועלן עס מתיר זיין

בלאט: 1 2