היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ענפער פין בי"ד ב'קרית יואל פאר די בתי דינים אין פאר בי"ד אור...

ענפער פין בי"ד ב'קרית יואל פאר די בתי דינים אין פאר בי"ד אור...

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2737043
בלאט: 1 2

ווער_איז » 25/12/2009 17:24

ענפער פין בי"ד ב'קרית יואל פאר די בתי דינים אין פאר בי"ד אורח מישור
דא האט איר די ענפער פין בי"ד פאר דע בי"ד אורח מישור וואס האט געשיקט א הזמנה פין דעם מסור דוד עקשטיין

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי ווער_איז ב- 25/12/2009 17:33:21

1satmar » 25/12/2009 18:16

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

דיןתורה » 25/12/2009 19:46

פין אישי
דאס עם הארצות, טיפשות, און רשעות  וואס שרייט ארויס פון דעם בריוו איז דאך אין לשער.

1) דא איז נישטא קיין שום רעדע פון א "בית דין", דאס זענען דריי מענטשן - וואס זענען בכלל נישט מוחזק אלס דיינים בעניני חו"מ, און האבן דעריבער לויטן שו"ע א דין ווי "שלשה רועי בקר" - וואס האבן זיך אוועקגעזעצט ביי זיך אין דיינינג רום און געמאכט א חוכא וטלולא פון דעם גאנצן ענין פון דין תורה און בתי דין. די אלע מראי מקומות זענען אינגאנצן נישט גילטיג ביי אפאר אפגעפרעגטע חברה וואס זיצן אינאיינעם און ווארטן אז די ביהכ"ס זאל ליידיג ווערן. קיינער האט זיי קיינמאל נישט אויפגענומען, ניטאמאל ביי זייער ציבור זעלבסט ווערן די מענטשן באטראכט אלס א 'בית דין' (נאך ווייניגער פונעם פורים בד"צ וואס די זאליס האבן דא אין וויליאמסבורג). זייערע אלע 'הזמנות' און 'אזהרות' האבן נישט דאס מינדסטע הלכה'דיגע האפט.

2) אלע דריי מענטשן זענען טייל פון די בעלי דינים זעלבסט. ס'איז נאכנישט געהערט געווארן אין דער וועלט אז דער בעל דין, זאל זיין כגובה ארזים גובהו, זאל זיך קענען אוועקזעצן און זאגן אז ער מאכט אן א.ג. 'בית דין' אויף דעם אייגענעם סכסוך אויף וואס מ'קריגט זיך!

3) זיי האבן אריינגעשלעפט דעם סכסוך אין געריכט, נישט קהל יטב לב. אנשטאט זיך אויפפירן ווי אידן זענען זיי געלאפן צום גוי, און ווען יענער האט זיי געוויזן די טיר ווערט עס מיטאמאל מסירה, הליכה לערכאות, וכל שום וחניכא דאית להו.

3) ר' דוד עקשטיין שליט"א האט קלאר געזאגט "אלך ולא אמסור". דאס אריינגעבן קאנטעמפט קלאגעס אין געריכט זענען שוין געטון געווארן צענדליגער מאל אין די אידישע היסטאריע אין אמעריקע ווען א סכסוך איז אנגעקומען אין גוי'אישן געריכט מאיזה סיבה שיהי' און זענען קיינמאל נישט באטראכט געווארן אלס מסירה. איך האב מיט די אייגענע אויגן געזען וויאזוי די זאליס האבן אויפגעהאנגען אין זייער 'פענסטער' אין ראדני (מזרחית צפונית, נעבן די געוועזענע שמש שטיבל, ווער ס'געדענקט נאך...) א צעטל פון באראש אז ר' בערל פריעדמאן מיט ר' יצחק ראזענבערג און די אנדערע ראשי קהלה וועלן באקומען געלט שטראף אדער תפיסה אדער ביידע, וואס ס'האט זיך ב"ה מיט גארנישט אויסגעלאזט.

ר' דוד עקשטיין האט קלאר געזאגט אז ער וועט נישט לאזן ארעסטירן קיינעם. ס'איז פאראן גענוג אנדערע מיטלען וויאזוי ארויסצוזען איינעם פון א הויז וואס ער האט געגנב'עט. די קאנטעמפט קלאגעס זענען געווען סתם א געווענליכער געריכטליכער פראצעדור וואס פארלאנגט זיך צו קענען נעמען שארפערע שריט. און די שלשה רועי בקר ווייסן דאס זייער זייער גוט!

moishe12 » 27/12/2009 03:05

דין תורה
די פאקטען זאגען אנדערש ווי די שרייבסט
 אין די בי"ד זאגט זייער גיט
 אין ר" געציל קען טאנצען נאך 11 מאל מיטען מסור ימ"ש  עס וועט עם גארנישט העלפען ער וועט נאך אלס בלייבען א מסור
 אין נישט פארגעסען הר"ר געציל איז א באצאלטער דיין פין דוד מסור

zibala » 27/12/2009 03:53

דאס עם הארצות, טיפשות, און רשעות  וואס שרייט ארויס פון דעם הזמנה איז דאך אין לשער.

1) דא איז
די רעדע פון א הזמנה צו א  "בית דין", דאס זענען דריי מענטשן - וואס זענען מוחזק אלס דיינים בעניני חו"מ, און האבן דעריבער לויטן שו"ע א דין ווי "שלשה מומחים" - וואס האבן זיך אוועקגעזעצט ביי זיך אין דיינינג רום און געמאכט א חוכא וטלולא פון דעם ארוינישן פארטיי און זייערע לעדל היתרים. די אלע מראי מקומות זענען תורה מסיני אבער פארשטייט זיך אינגאנצן נישט גילטיג ביי אפאר אפגעפרעגטע ארוניס חברה וואס זיצן אינאיינעם און ווארטן אז די ביהכ"ס זאל ליידיג ווערן פאר זייער געטשקע היל"ת און מוסרים. קיינער האט איהם נישט ממנה געווען אלס רב און עקשטיין אלס ראש הקהל, ניטאמאל ביי זייער ציבור זעלבסט ווערן די מענטש באטראכט אלס א 'ראה"ק' (נאך ווייניגער פונעם פורים בערי פר"מ וואס די ארויניס  האבן דא אין וויליאמסבורג). צוריק צום יאקער ב"ד זייערע אלע 'הזמנות' און 'אזהרות' האבן נישט דאס מינדסטע הלכה'דיגע האפט.

2) אלע דריי מענטשן זענען טייל פון די בעלי דינים זעלבסט. און  ס'איז
שוין געהערט געווארן אין דער וועלט אז דער בעל דין, זאל זיין כגובה ארזים גובהו, זאל זיך קענען אוועקזעצן און זאגן אז ער מאכט אן א.ג. 'בית דין' אויף דעם אייגענעם סכסוך אויף וואס מ'קריגט זיך! יא איר הערט גוט, בני יואל האט מען געאסר'ט דורך'ן בעל דין אליין, יוסל וואלדמאן האט זיך געבעטן ווי א גזלן צו זיין בעל דין זאל קומען צו דין תורה, ווער ,ס'האט דעם טעיפ זאל ביטע מהנה זיין דעם עולם, און זיין בע"ד האבן איהם געמאכט פאר א מסור אפילו ער האט בכתב און בע"פ געבעטן א די"ת, ווידער דא  ב"ד האט געשיקט אן הזמנה און התראה, ער האט געהאט אלע אפציעס צו גיין צו זיי אדער ענטפערן א צווייטע בי"ד, אין חדש תחת השמש

3)
קהל יטב לב האבן אריינגעשלעפט דעם סכסוך אין געריכט, אנשטאט זיך אויפפירן ווי אידן זענען זיי געלאפן צום גוי, און ווען יענער האט זיי געוויזן די טיר און פארלוירן דאס בעלות פונעם הויז, האבן זיי אריינגעגעבן א קלאגע אז דאס הויז ווערט גענוצט אויף א אומגעזעצליכען אופן, וואס דאס מאכט זיי נאכאמאהל תביעת מסירה, הליכה לערכאות, וכל שום וחניכא דאית להו.

3) דוד עקשטיין האט קלאר געזאגט "אלך אמסור". דאס אריינגעבן קאנטעמפט קלאגעס אין געריכט זענען שוין געטון געווארן צענדליגער מאל אין די אידישע היסטאריע אין אמעריקע ווען א סכסוך איז אנגעקומען אין גוי'אישן געריכט מאיזה סיבה שיהי' און זענען
אייביג באטראכט געווארן אלס מסירה. איך האב מיט די אייגענע אויגן געזען וויאזוי די זעלבע כעוורע  האבן אריינגעגבן א תביעה אין געריכט ביי חרדים איינצוזעצן דריי יידן פארן זעלבן חטא (ווער ס'האט עס זאל ביטע פאסטן) און נישט נאר " אויפגעהאנגען אין זייער 'פענסטער' אין ראדני (מזרחית צפונית, נעבן די געוועזענע שמש שטיבל, ווער ס'געדענקט נאך...) א צעטל פון באראש אז ר' בערל פריעדמאן מיט ר' יצחק ראזענבערג און די אנדערע ראשי קהלה וועלן באקומען געלט שטראף אדער תפיסה אדער ביידע, וואס ס'האט זיך ב"ה מיט גארנישט אויסגעלאזט" נאר בפועל געמאסערט.

 דוד עקשטיין האט קלאר געזאגט אז ער וועט נישט לאזן ארעסטירן קיינעם
אבער פארן ריכטער האט ער געשריבן גאר אן אנדערען געשיכטע. ס'איז פאראן אסאך מיטלען וויאזוי ארויסצוזען איינעם פון א הויז צו גנב'ענן. די קאנטעמפט קלאגעס זענען געווען סתם א געווענליכער געריכטליכער פראצעדור וואס פארלאנגט זיך צו קענען נעמען שארפערע שריט וואס און לשה"ק הייסט עס מסירה. און די ווייסן דאס זייער זייער גוט!

תוקן על ידי zibala ב- 27/12/2009 03:57:05

ווער_איז » 27/12/2009 16:38

דיןתורה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פין אישי
דאס עם הארצות, טיפשות, און רשעות  וואס שרייט ארויס פון דעם בריוו איז דאך אין לשער.

אזוי ווי די ברעגסט אראפ א געמויזאכטץ פין דע בעקערי פארום ווי א פארלוירענע חלה דעקעל שרייבט דארט ( קען זיין אז די ביסט עס אויב יא זיי מיר מוחל) וועל איך דיר אויך ברענגען דעס וואס דער ניק א_בני_יואל שרייבט דארט

נשלח ב-25/12/2009 19:05   

דעס וואס די זאגסט אז סאיז אזוי פשוט פארוואס איז נישט דא קיין איין בי"ד אדער רב דיין אדער א כולל יונגערמאן אדער א מגיד שועור אדער אמלמד אדער א בחור אין ישיבה וואס שרייבט עס נאר א הייד פארק שרייבער ????????????

=אין דעס איז מיין לעצטע ענפער אי"ה וועגען דעם ענין נישט איך אין נישט די קענען דא אריין רעדען סאיז א תורהדיגע שמועס =

******* language="" type="text/">menuMgr25080287.renderMenubar();

חיי_שעה » 27/12/2009 17:17

דיןתורה
ישראל מאיר קעניג אלס א דיין יחיד איז א בי"ד מומחה? די ביסט איין שטיק ליצנות

די דיינים זענען נישט די בעלי דינים זעלבסט, זיי געהערן זיך אן צו בני יואל פונקט ווי דער לץ ישראל מאיר קעניג געהערט זיך אן צו די אהרוינים.

ווער_איז » 27/12/2009 17:33

חיי_שעה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דיןתורה
ישראל מאיר קעניג אלס א דיין יחיד איז א בי"ד מומחה? די ביסט איין שטיק ליצנות

די דיינים זענען נישט די בעלי דינים זעלבסט, זיי געהערן זיך אן צו בני יואל פונקט ווי דער לץ ישראל מאיר קעניג געהערט זיך אן צו די אהרוינים.

זיי נישט מדמה דע לצים צי די בי"ד וואס זיי זענען די שענסטע רבנים וואס אינזער דור פארמאגט נאך

גערעכטער1 » 27/12/2009 17:50

IT'S A MATTER OF TASTE איינער גלייכט דעם (הרב)  קעניג, אין איינער דעם (הרב) מאגענשטערן.

ווער_איז » 27/12/2009 18:05

ווער_איז כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דעס וואס די זאגסט אז סאיז אזוי פשוט פארוואס איז נישט דא קיין איין בי"ד אדער רב דיין אדער א כולל יונגערמאן אדער א מגיד שועור אדער אמלמד אדער א בחור אין ישיבה וואס שרייבט עס נאר א הייד פארק שרייבער ????????????

= נישט איך אין נישט די קענען דא אריין רעדען סאיז א תורהדיגע שמועס =

דעס איז די ענפער פאר דיר אין פאר אלע חלה דעקליך!!!!

סקאטמאלען » 27/12/2009 18:26

יא יא, היר ווי גאו עגעין, דאס איז די אלטע זאלויני מענטעליטי, זיי קענען שרייבן גרויסע שרעקעדיגע חרמות ואיסורים, קשר בוגדים, מסור, חרם, מ'געבט זיך א נייער טיטול אלס א בי"ד, מיט א נייער לעטער העד, און א זיגל, אבער איינמאל מ'רופט זיי צו די"ת צו אפגעבן א דין וחשבון פאר זייערע מעשים הייבן זיי אן צו אוועק טשיקענען, און קומען מיט הויפנס תירוצים פון דא ביז קאנארסי פארוואס זיי זענען פטור פון די"ת. תהליכי הקהלה, דער רבי וויל, אין נזקקין, אביסל טינט, מסור, אלעס נאר נישט קיין דין תורה.

די גאנצע זאלויני בני יואל פארטיי זענען קאראפטירטע פחדנים.

ווער_איז » 27/12/2009 18:39

פארוואס קימט נישט מרדכי לייב גליק מיט מסור וויינשטאק צי דין תורה וואס דער שפאטיווקער רבי האט עם געריפען ?

גערעכטער1 » 27/12/2009 18:51

זענען טאקע ענקערע דריי עמודי התורה דער שארמאשער מיטן טשאדער אין ר' משה בער אזעלעכע שקצים ווי מרדכי לייב גליק? אזוי ווייניג האלסטי פין דיינע רבנים?

סקאטמאלען » 27/12/2009 18:53

תירוצים, דער, יענער, איך ווייס נישט ווער גליק איז, איין זאך ווייס איך אז אין ב"פ האבן די אהרוניס דעמאנסטרירט אז זיי גייען צו די"ת, אן עכטער קידוש השם! די זאלויניס דערווייל קיין איין מאל נישט, ס'שוין נישט קיין צופאל.

גערעכטער1 » 27/12/2009 19:04

זייער שיין דערלעבט, דער הייליגער שארמאשער רבי גייט נישט צי דין תורה ווייל דער מסור וויינשטאק גייט אויך נישט, נו קען דאך דער מסור וויינשטאק ווערן שארמאשער רבי !!! זיי זענען דאך אייניג,

ווער_איז » 27/12/2009 19:05

נאכאמאל פאר אלע חלה דעקעלעך פארוואס איז נישט דא קיין בריוו פין קיינעם נישט א רב א דיין אין אפי' א מגוד שיעור אדער כולל ינגערמאן אדער א מלמד אדער א ישיבה בחור וואס קען עפעס לערנען ווי זענען דע אלע סאיז דאך אזוי פשויט אז דע בי"ד איז נישט גערעכט

אין ווי זעסטו אז זיי דרייען זיך ארויס פין דין תורה זיי האבן גענפערט יעצט זאל בי"ד וואס האט געשיקט די הזמנה ענפערן אויף דעם אין שיקען א הזמנה #2 פאר די בי"ד אין קרית יואל יעצט דארפן זיי טיען יעצט איז זייער רייע צי שיקען די בי"ד אין קרית יואל האט געטיען וואס זיי האבן געדארפט על פי תורה!!!!!!!!!!!! 

נפל » 27/12/2009 19:06

די רבנים בד"ץ בני יואל האבן גענטפערט א תשובה להלכה!
ענק ענטפערן "איך האלט נישט דערביי"

דאס איז די חילוק פון רבנים ביז עסקנים פאר געלט

נפל » 27/12/2009 19:08

אהרוינים פארוואס ענקערע שלעגער גייען נישט צו דין תורה ווייסן ענק אויך. די סיבה פארוואס בד"ץ בני יואל גייט נישט צו דין תורה האבן זיי גענטפערט אין א הלכה'דיגע תשובה.
 
איך

נפל » 27/12/2009 19:10

פארוואס ענקערע שלעגער שטעלן זיך נישט צו דין תורה ווייסט איר אויך. די רבנים פון בד"ץ בני יואל האבן גענטפערט אין א הלכה'דיגע תשובה.

הפעם וועל איך זיך צושטעלן צו די זאלי'ס און זאגן אז בכגון דא נאמר 1+1 איז א חלה דעקל

ווער_איז » 27/12/2009 19:11

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
זייער שיין דערלעבט, דער הייליגער שארמאשער רבי גייט נישט צי דין תורה ווייל דער מסור וויינשטאק גייט אויך נישט, נו קען דאך דער מסור וויינשטאק ווערן שארמאשער רבי !!! זיי זענען דאך אייניג,

מאך נישט קיין קוגעל איך פרעג די שרייסט די ארונים גייען צי דין תורה פרעג איך ווי איז מרדכי לייב גליק ?

שארמישער רב שליט"א מיט די גאנצע בי"ד האבן ארויס געגבען א תשיבה להלכה פאר'ן בי"ד וואס האט זיי געריפען אין פאר די גאס !!!!!

נפל » 27/12/2009 19:13

איך האב געמיינט אז מיינע תגובות פאוסטן נישט האב איך דעריבער איבערגעשריבן אפאר מאל, מנהלים איר קענט מעקל וועלכ'ס איר ווילט

גערעכטער1 » 27/12/2009 19:19

יא איך האב גיזען די תשובות פין שארמאשער רבי פארוואס ער דארף נישט גיין צי דין תורה, ווייל גליק אין וויינשטאק גייען אויך נישט, זייער א שיינע תשיבה להלכה, איי וועלן די בני יואל שעלטן ווען דער יאקער בית דין וועט ארויס געסן א סירוב אויף די דריי מסרבים לדין אין אלע גאסן פון אמעריקא, ארץ ישראל אין אין יורופ וועט מען דאס אויסקלעבן מיט גרויסע לאלעכער פלאקאטן, יא דעמאלטס וועט איר קענען שרייען אז גליק אין וויינשטאק גייען אויך נישט...

סקאטמאלען » 27/12/2009 19:21

הייסט ווען איינער טייפט אפ א צעטל מיט א לעטער העד און א זיגעל פטר'ט פון גיין צו די"ת,

שיינע מעשה!

קען מען דאס אויך צולייגן צו ענקער ליסטע פון תירוצים פארוואס ענק זענען אלעמאל פטור פון די"ת?

נפל » 27/12/2009 19:24

גערעכטער די ביסט סתם א שקרן פארן שרייבן אז שארמאשער רב שרייבעט אז ער איז פטור ווייל די שלעגער שטעלן זיך אויך נישט.. ער דערמאנט זיי נישט אין זיין תשובה אפילו נישט ברמז.

סקאטמאלען » 27/12/2009 19:29

דוד עקשטיין געווינטשענע ציל איז די רבנים זאלן זיך אנטזאגן פון צו קומען צי די"ת און ער זאל באקומען א כתב סירוב, איך גלייב באמת נישט אז ער איז אינטערסירט צו אנברענגען די צייט זיך ארומרייסן מיט זיי פנים אל פנים. אויב ער וועט באקומען דעם כתב סירוב וועט ער האבן א גוטן לאך.

נפל » 27/12/2009 19:33

סקאטמאלען די ביסט פארקראכן פון דיין אייגענע רעטאריקע, דיין ציל איז געווען 'דין תורה' יעצט זאגטסו אז דיין ציל איז 'נישט דין תורה', מיט אזאנע לצים איז א ליצנות זיך צו שטעלן צו א דין תורה.

סקאטמאלען » 27/12/2009 19:34

איך האב ביז יעצט נישט גערעדט קיין איין איינציג ווארט איבער דער ציל פון דוד עקשטיין.

מיט דאנק

סקאטמאלען

נפל » 27/12/2009 19:36

איך גלייב אז אויב וועט ישראל מאיר קעניג ארויסגעבן א כתב סירוב וועט דאס אים צוריק שמייסן אין פנים אויף א אופן וואס האט שוין נישט פאסירט ביי כלל ישראל אסאך יארן. די וועלט איז נישט נעריש, עס קען נישט קומען א אינגערמאנטשיקל און מאכן ליצי ליצנות פון בי"ד. שווער צו גלייבן אז רבנים (סיי וועלכע) וועלן צוקוקן און שווייגן.

נפל » 27/12/2009 19:37

די האסט ביז יעצט גערעדט וועגן א 'צוואנציגער' פאר א הזמנה, נישט אזוי?

סקאטמאלען » 27/12/2009 19:40

די רבני בני יואל וועלן אוואדי נישט שווייגן, און די וועלט וועט זיך אוואדי איבערדרייען אפ-סייד-דאון, די אנדערע רבנים וועלן ווי געווענליך שטיין 1000 מייל אוועק פון די סאטמארע חאזעריי

ווער_איז » 27/12/2009 19:48

ווי איז די הזמנה שניה פאר'ן בי"ד אין קרית יואל ?

נפל » 27/12/2009 19:55

רעדט זיך איין, איך גלייב אז אפילו אזעלכע רבנים ווי ר' בנימין לאנדא ווען זיך אויך אנרופן, קיין שום ערענסטע רב וועט נישט צולאזן אז א אינגערמאנטשיק זאל עביוזן די סיסטעם און זיצן און שווייגן.

סקאטמאלען » 27/12/2009 20:00

די פראבלעם איז אז ער איז יונג? איז דא א עידש לימיט ווען איינער קען פירן דין תורה'ס?

ווער_איז » 27/12/2009 20:09

נאכאמאל ענק רעדן פין א סירוב ווי איז די צווייטע הזמנה ?

סקאטמאלען » 27/12/2009 20:12

איך ווייס נישט, האסט געהערט עפעס אז דער בי"ד האט חוזר געווען?

גערעכטער1 » 27/12/2009 20:13

איך גלייב נישט אז דער יאקער בית דין וועט געבן א סירוב בעפאר זיי שיקן דריי הזמנות, זיי זענען נישט קיין לישקע אדער בני יואל בית דין זיי זענען יא א ערליכער בית דין, אין אויב רעדט מען פין א סירוב האבן זיי זיכער שוין גישיקט דריי הזמנות, געב א פרעג דיינע גדולי הדור צי זיי האבן טאקע נאר באקימען איין הזמנה אדער דריי? אין ביטע לאז אינז וויסן, ווייל מיר ווארטן שוין קאם אוןיפן סירוב.

ווער_איז » 27/12/2009 20:20

ווי איז די דריי הזמנות פין אלע רבנים וואס האבן אינטער געשריבן אקעגען דעם הייליגען מוסד בני יואל ?

ווי איז די דריי הזמנות פין די רבנים וואס האבן אינטער געשריבן אקעגען העסקן הנמרץ לכל קדשי ישראל במסירות נפש הרה"ח ר' יוסף וואלדמאן?

ווי איז די דריי הזמנותפין די רבנים וואס האבן אינטער געשריבן אקעגען קהל חרידים ד'סאטמאר אין קרית יואל?

גערעכטער1 » 27/12/2009 20:28

האסט א גיטע קשיא אויף דעם ירושלים'ער רב רבי יצחק יעקב ווייס זצ''ל אין רבי משה ארי' זצ''ל ולהבחל''ח רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן אין רבי זלמן לייב פיליפ שליט''א, פארוואס זיי האבן אינטערגישריבן אן קיין דריי הזמנות, דער איינציגער ערליכער רב איז גיווען דער פאיער רב שליט''א רבי שלמה לייב וויינבערגער וואס האט טאקע נישט גיוואלט אינטערשרייבן,

ווער_איז » 27/12/2009 20:32

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

האסט א גיטע קשיא אויף דעם ירושלים'ער רב רבי יצחק יעקב ווייס זצ''ל אין רבי משה ארי' זצ''ל ,

איך האב נישט קיין קשיא סאיז מיר א תירוץ מעשה רב פין אזעליכע גדולי ישראל אין אנזערע גדולי ישראל די בי"ד אין קרית יואל טיט די זעלבע זאך

גערעכטער1 » 27/12/2009 20:37

סא קענען זיי יא געבן א סירוב מיט איין הזמנה, אה!!! הלוואי!!!

ווער_איז » 27/12/2009 20:45

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
סא קענען זיי יא געבן א סירוב מיט איין הזמנה, אה!!! הלוואי!!!

זיי נישט ברוגז לאמיך קלאר שטעלן וואס איך האב געזאגט אין זאג די וואס די האסט געזאגט.

איך זאג אז דע אלע רבנים האבן קיינמאל נישט געשיקט קיין איין התראה אדער א הזמנה אקעגן בני יואל/ ר' יוסף וואלדמאן/ קהל חרידים  אין זיי האבן ארויס געגבען א פסק יעצט אינזער בי"ד אין ק"י האט געשיקט א התראה פאר דע מוסרים אין זיי געזאגט זיי זאלן קימען צים בי"ד וועגען זייערע מסירות האבן דע בי"ד זעכער געהאט רעכט ארויס צי געבען וואס זיי האבן ארויס געגבן א פסק בי"ד אז דע 2 מוסרים זענען מוסרים אין ערגער ווי משומדים ל"ע.

יעצט זאג די ביטע וואס די זאגסט .

תוקן על ידי ווער_איז ב- 27/12/2009 20:47:01

סקאטמאלען » 27/12/2009 21:26

ערגער ווי משומדים?

פון א נארישע מחלוקה'לע איבער הייזקעלע אדער חסידישע ירושה מחלוקה, פארפירט מען מיט ספרי תורות און די גאסן, מ'מאכט טיילונגען אזוי ווי דער חתם סופר, מ'פסק'נט זיי אפ אלס ערגער ווי משומדים,

ענקער וויסטע שנאה קעגן אהרן'ען פירט ענק ממש אראפ פון זינען,

nys10952 » 27/12/2009 21:30

=איך גיי מיך נישט אריין מישען אין די טענה'ריי דא=

אבער דעס וואס די שרייבסט וועגן משומדים איך האב געקיקט סשטייט אזוי אין מחבר אויף מוסרים סאיז נישט זייער אייגענע לשון פין דע בי"ד.

גערעכטער1 » 27/12/2009 21:42

ווער_איז כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
סא קענען זיי יא געבן א סירוב מיט איין הזמנה, אה!!! הלוואי!!!

זיי נישט ברוגז לאמיך קלאר שטעלן וואס איך האב געזאגט אין זאג די וואס די האסט געזאגט.

איך זאג אז דע אלע רבנים האבן קיינמאל נישט געשיקט קיין איין התראה אדער א הזמנה אקעגן בני יואל/ ר' יוסף וואלדמאן/ קהל חרידים  אין זיי האבן ארויס געגבען א פסק יעצט אינזער בי"ד אין ק"י האט געשיקט א התראה פאר דע מוסרים אין זיי געזאגט זיי זאלן קימען צים בי"ד וועגען זייערע מסירות האבן דע בי"ד זעכער געהאט רעכט ארויס צי געבען וואס זיי האבן ארויס געגבן א פסק בי"ד אז דע 2 מוסרים זענען מוסרים אין ערגער ווי משומדים ל"ע.

יעצט זאג די ביטע וואס די זאגסט .

וואס איך זאג איז זייער פשוט, אז דער בית דין הגדול פין ירושלים האט ארויס גיגעבן א איסור אויף די בני יואל איז זיכער אז זיי האבן גיטין על פי תורה, אין איך בין זיכער אז אויב וואלט איר גישיקט א הזמנה לדין וואלטן זיי זיכער גרייט גיווען צי גיין צי דין תורה אין וואלטן נישט גיטענהט אז זיי שטייען העכער די תורה, אין בכלל ביסט א שקרן ווייל מע האט גיווארענט די בני יואל אין דעם מסור דמתא נישט איינמאל ער זאל זיך אפלאזן פין זיינע מסירות אין מעשים רעים, מען האט גיהאלטן דרשות אין זיי גיבעטן נישט ציטין וואס זיי טיען, אין נאר נאכדעם האט מען ארויס גיגעבן א איסור גמור אויף בני יואל וואס איז קיינמאל נישט בטל גיווארן, אין שטייט עד היום.

zibala » 28/12/2009 04:38

[quote]

[/quote]
פשוט איז וואס יעדער קען הערן און זעהן.
פאקט: די ב"ד הגדול האט קיין איינמאהל זיך נישט פארבינדן אדער מתרה געווען די בנ"י, הרב ווייס איז געווען על ערש דוי, מהאט איהם געברענגט מעשיות אז א גרופע נעלאגען פירן אן א מיסיאן אין קר"י און ער האט געגעבן זיין חתימה, רמ"א זללה"ה דארף איך אייך נישט זאגן ווי ער איז געשטאנען, צענדליגע בנ"י טאטעס האבן אריינגעגעבן די קינדער אין בנ"י בהסכמותו, וכעדותו של ר"א לייטנער, נאר וואס דען ביז ס'איז נישט צוגעקומן צום פאבליק סקול האט ער מיטגעשפילט אזויווי אלע אנדערע (גיסו ר"י גאלד, גאב"ד קארלסבורג, גאב"ד התאהר"ב, ועוד)
פאקט: ר' יוסף וואלדמאן האט זיך געבעטן צו זיין בע"ד און צו אלע סאטמארע דיינים אז ער איז גרייט צו גיין צו דין תורה, דער ענטפער איז געווען, מיט די קוויטשינגען קול'כך יוס יוסל וואלדמאן בי ביז ביזט א א א גרויסען עם הארץ, די קענסט מיך נישט רופן צו דין תורה וגומר. מקען הערן אויפן טעיפ ווי שטארק ער גלייכט דין תורה ווען ער האט און איינווערן ביזי ווען וואלדמאן בעט זיך אז ער זאל איהם זאגן וועלכע בי"ד איז כשר, ביז ער קומט צו, אז ער איז נישט דער בע"ד נאר יענער...
פאקט: יא יא מ'האט געהאלטן דרשות און חרמות נוסח דער שטירמער " קרעציג, ווערעמדיג, שייגץ ארויס. עפרא לפומיה, פולישע מומע, אבער נישט דין תורה און נישט קיין הזמנה נאר שטיינער און אייער.

תוקן על ידי zibala ב- 28/12/2009 04:51:43

zibala » 28/12/2009 04:38

טעות

תוקן על ידי zibala ב- 28/12/2009 04:49:40

בית_דין » 28/12/2009 07:25

וואס איז דער חילוק?
פאר 20 יאר צוריק האט ר אהרן באקומען א הזמנה פון יוסל וואלדמאן ביי לאנדערסמאן'ס בי"ד
יעצט האבן דריי רבנים אין קרית יואל באקומען א הזמנה פון דוד עקשטיין ביי אורח מישור'ס בי"ד

וואס ס'דער חילוק?

ר' אהרן האט געזאגט אז ער איז נישט קיין בי"ד! און פלעין נישט געענפערט קיין הזמנה !

___________________________________________________________

 די דריי רבנים, אויסער דעם וואס זיי האבן געענפערט בטוב טעם ודעת נישט קיין חילוק צו זיי זענען דרייסיג יאר יונגער פון זיי, האבן זיי אויך ארומגעשיקט דעם בריוו פאר אלע בתי דינים היושבים על מדין די בכל אתר ואתר אלע ערליכע בתי דינים זאלן זען אויב מ'האט דא טאקע געטון כנגד התורה, זיי האבן זיך נישט אפגעזאגט זייער פסק און געגאנגן ווייטער..     

הכלל, ווער לאכט זיך אויס פון א הזמנה?
און ווער ענפערט אויף א הזמנה?

...............................

בית_דין » 28/12/2009 07:29

'בית דין' ווארט אויף א ענטפער

רשכבהגולם » 28/12/2009 16:09

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

וואס איך זאג איז זייער פשוט, אז דער בית דין הגדול פין ירושלים האט ארויס גיגעבן א איסור אויף די בני יואל איז זיכער אז זיי האבן גיטין על פי תורה, אין איך בין זיכער אז אויב וואלט איר גישיקט א הזמנה לדין וואלטן זיי זיכער גרייט גיווען צי גיין צי דין תורה אין וואלטן נישט גיטענהט אז זיי שטייען העכער די תורה, אין בכלל ביסט א שקרן ווייל מע האט גיווארענט די בני יואל אין דעם מסור דמתא נישט איינמאל ער זאל זיך אפלאזן פין זיינע מסירות אין מעשים רעים, מען האט גיהאלטן דרשות אין זיי גיבעטן נישט ציטין וואס זיי טיען, אין נאר נאכדעם האט מען ארויס גיגעבן א איסור גמור אויף בני יואל וואס איז קיינמאל נישט בטל גיווארן, אין שטייט עד היום.

שקר גמור ומוחלט!!!!

1) קיינער פין דע רבנים וואס האבן אינטער געשריבן די לעצטע 25 יאר אקעגען מענטשען וועגען אינזערע פאליטיק האבן קיינמאל נישט געשיקט קיין הזמנה אדער א התראה אזוי ווי דע בי"ד אין קרית יואל יעצט

2) די שרייסט מהאט געווארנט ברבים ווער האט געווארענט איינער פין די בעלי דינים האבן געווארנט אין געסטראשעט ווי איז געהערט געווארן אזא זאך ?
 
(די כאפסט אליין נישט אז מיט דיינע ווערטער זעט די גאנצע וועלט די אמת וואס סאיז פארגעקימען דעמאלטץ אז דער ברך משה אנגעהעצט פין זיין בנו הסבלן איז געווען אינטער די גאנצע זאך אין וואס ער האט געוואלט האט יעדער געשריבן נישט מיט זייער אייגענע מיינונג נאר יענעס מיינונג ממילא האט דע גאנצע זאך נישט קיין שום ווערט)

גערעכטער1 » 28/12/2009 17:55

רשכבהגולם כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

גולם וואס איז אזוי שווער צי פארשטיין?, די רבנים האבן נישט גידארפט ווארענען, די ווארענונג איז גיקימען פין קהל וואס האט על פי ההלכה א דין פין א בית דין, אין די רבנים האבן גיגעבן זייער חוות דעת אז דער מוסד בני יואל איז אסור ווייל זיי זענען אקעגן קהל אין אקעגן דעם מרא דאתרא, אין אויב האלטן די בני יואל אז די רבנים פין דעם בית הגדול שבירושלים ובראשם דער מנחת יצחק זצ''ל זענען נישט גירעכט האבן זיי גיקענט זיי ריפן צי דין תורה, אין זיי וואלטן זיכער נישט גימאכט קיין נארישע פשעטליך פארוואס זיי זענען העכער די תורה אין דארפן נישט גיין צי דין תורה, נאר זיי וואלטן זיכער געגאנגען צי דין תורה אין אויפגיקלערט זייער חוות דעת,

אין לאמיר איינמאל פאר אלעמאל קלאר מאכן פאר די פארשטאפטע זאלי/בני המן  קעפ דעם חיליק פין די לאנדעסמאן הזמנה צי די יעצטיגע סכסוך, קיינער קען נישט שיקן א הזמנה פאר א קהל אדער פאר א מרא דאתרא אז ער פירט נישט גיט, אז לדעתו דארף מען אזוי טין אדער אזוי טין, איינער וועט וועלן די מקוה זאל זיין אפן ביז 1 אזייגער ווען קהל וויל שוןין פארמאכן די מקוה 11 אזייגער וועט ער ריפן צי דין תורה?, אדער איינער וועט וועלן אז דער קינדער באס זאל סטאפן פאר זיין הויז אין נישט אינמיטן דעם בלאק וועט ער ריפן צי דין תורה?, סיארבייט נישט אזוי, אז סיגיפעלט דיר נישט די הנהגה גיי דיר ווייטער אין פארטיג, יאשקע וואלדמאן האט גיהאט א טענה פארוואס מען ווארפט ארויס זיינע קינדער פין די מוסדות איז דאס נישט קיין ממונות תביעה נאר א הנהגה תביעה אין אויף דעם איז נישט שייך קיין דין תורה אויף דעם איז דא א הנהלה, דיינים אין א רב/רבי אין אויב גיפעלט דיר נישט זייער הנהגה קענסטי וייטער גיין, אין דער בית דין חצוף פין לאנדסמאן וואס איז גיווען שונאים פארן ברך משה אין האבן גיהאט א חיצפה צי שיקן א הזמנה אויף הנהגה אין פארדעם האט מען מגלה גיווען קלונם ברבים, אבער אין וויליאמסבורג אין אצינד אין קרית יואל איז נישטא קיין הנהגה תביעה, סאיז דא א ממונות תביעה א תביעה אויף בנינים, א תביעה צי די הנהגה האט טאקע אזוי גיזאגט, יעדער חסיד פין ברך משה זי''ע האט גיהאלטן אז אויב איז קלאר אז דער ברך משה ווארפט ארויס רבי בערל פריעדמאן שארף רבי בערל גיין, די טענה איז נאר גיווען אז דער ברך משה האט דאס נישט גיזאגט, דאס איז נישט גיווען זיין רצון, אין די גאנצע רבנות פין ר' זלמן לייב איז נישט גיווען זיין אמתע רצון נאר משה גבאי האט דאס דאס גיפירט אין מע האט קיינעם נישט צי גילאזט צים ברך משה, נו, דאס איז א רעכטע תביעה, אין אויף דעם איז דא הלכות אין שלחן ערוך, אין פארדעם דארף מען גיין צי דין תורה, אין קרית יואל איז אויך אזוי, די תביעה איז א קלארע ממונות תביעה א תביעה אויף נכסים, אין אויף דעם דארף מען גיין צי דין תורה,

דער לעצטער פאראגראף איז די גרעסטע חיצפה וואס גולם שרייבט, אפשר האבן נדב ואביהו אויך גיהעצט משה רבינו? אין ווער האט גיהעצט דעם דברי יואל ווען ער האט גיאסערט די בחירות, די שייגאץ וואס די ביסט, ווען דער ברך משה איז גיווען גיזינט אין שטארק אין קלאר מיט אלעמען, האט מען עם גיהעצט, אבער בסוף ימיו ווען סאיז קלאר גיווען אז קפצה עליו זקנה, ווען ער האט נעבעך גימיינט יעדן טאג אז איז אין קרית יואלער ישיבה, אין האט נעבעך נישט געוויסט וואס ער וויל, מען האט מיט עם גידרייט ווי מיט א דריידערל, דעמאלטץ האט מען עם נישט גיהעצט? ר' זלמנס רבנית איז יא גיווען זיין עכטער רצון, יא?, גולם, פערדישקייט האט אויך א גבול!!!
בלאט: 1 2