זייער זייער נאריש, ווייל דאס וואס די שראבסט נאכאמאל אין נאכאמאל דאס ווארט בי''ד מיינט נאכנישט אז דער שארמאשער מיטן טשאדער אין ר משה בער זענען א בי''ד, אפשר שראבסטו ווען איז גיווען דאס לעצטע מאל וואס זיי זענען גיזעצין ביי א דין תורה?, זיי זענען דריי שונאים פין רבינו שליט''א אין הצד השווה שבהן איז אז דרכן להזיק, אפשר זאגסטי מיר ווי סעשטייט אז "דריי" פריוואטע מענטשן האבן יא א רעכט מזיק זיין איינעם מיט הוצאת שם רע אן עם ריפן צי דין תורה?,
קהל האט א רעכט ווי א בית דין דאס שטייט קלאר אין שלחן ערוך, אבער זיי דריי האבן נישט קיין שום רעכט נישט צי ווארענען אין נישט צי פסקענען,
זעט אויס אז די שראבסט א תגובה אימגיליינט, דער בית דין הגדול שבירושלים האט נישט גיגעבן א אייגענעם פסק נאר זיי האבן מחזק גיווען דעפ
פסק פין קהל וואס האט א כוח פין א בית דין, אין זיי זענען זיכער בארעכטיגט צי געבן זייער חוות דעת, אבער די דריי מגלי פנים בתורה שלא כהלכה אין די מלבין פני חברו ברבים'ניקעס וואס אין להם חלק לעולם הבא, האבן זיכער נישט גיהאט קיין שום רעכט להלכה אן עם מזמין זיין לדין תורה, אין רבי דוד עקשטיין האט זיכער גיהאט א רעכט זיך אויסצילאכן פין די דריי אין להם חלק לעולם הבא'ניקעס.
אין איך וועל שראבן נאכאמאל אז די ביזט א שייגאץ מיט מבזה זיין דעם הייליגן ברך משה זי''ע, אין נישט נאר עם ביסטי מבזה נאר אלע גדולי ישראל וואס האבן אינגישריבן דעם איסור אויף בני יואל שראבסטי אז זיי האבן גישריבן א איסור נגד ההלכה נאר ווייל דער ברך משה האט דאס פארלאנגט, איז דען נאך דא א גרעסערער חציפות פון דעם, אפשר איז די בחירות אין מדינת ישראל באמת יא א חוב קדוש נאר די אלע רבנים וואס האבן ארויס גיגעבן דעם איסור זענען גיווארן גיהעצט פינעם דברי יואל זי''ע?, אין אפשר איז וויזניץ יא גירעכט מיט זייער שיטת הגאונים, איי אלע רבנים האבן גישריבן אז מע דארף אנעמען שיטת רבינו תם דאס איז נאר ווייל זיי האבן נישט גיקענט אפזאגן דעם דברי יואל אבער למעשה איז וויזניץ גירעכט, אין יעדער (כלשונך) ווייסט אז דער דברי יואל האט באמת אויך נישט אזוי גיהאלטן ער איז נאר גיווארן אנגיהעצט פינם ראצפערטער רב ז''ל, אלזא זענען אלע פסקים פין דברי יואל בטול ומבוטל....
אגב, ווער איז דאס "יעדער" וואס די האסט אזוי ליב צי ערוועינען, איז דאס "אלע" חסידים פין ברך משה? אדער "אלע" שונאים פין ברך משה?, אינטרעסאנט איז אז "אלע" אדער בעסער גיזאגט 98% פין די חסידי ברך משה זענען היינט צי טאג אדוק אין חסידים פין אינזער הייליגן רבין שליט''א, "אלע" חסידים וואס האבן אלץ קלאר גיוויסט דעת קדשו ורצונו פין אינזער רבין דער ברך משה זי''ע האבן אנגינימען זיין עלסטן זין אלץ ממלא מקום אין ממשיך דרכו, אין "אלע" שונאים וואס האבן עם גישאלטן טאג טעגליך אין האבן קיין השגה נישט גיהאט אין אפילי נישט גיוואלט וויסן זיי מיינונג, אין זיין רצון, אין זיי פארקויפן אינז היינט זיין מיינונג, סאיז זייער אינטרעסאנט, ווען ער האט אויפגינימען אינזער רבי אלץ רב הצעיר האט ער גיוועפט אבער ביים עיקר שכחתי הכתרה פאר ר' זלמן לייב וואס ער איז צענדליגע מאל סטאק גיבליבן ביי דרשה אין דייטשלאנד ביי די נאציס ימ''ש אין האט נישט גיוויסט פארוואס ער איז דארט ביז ר' יונה האלפערט האט ארויס גישלעפט עפעס א פארגישריבן צעטיל פין זיין ביזעם טאש, (אוי איז דאס נעבעך גיווען א ווייטאג פאר די חסידי רבינו צי ציקיקן דעם ברך משה ווי מע מאכט פין עם חוזק אין מען איז עם נעבעך מבזה בפני עם ועדה, אין די שונאי הרבי האבן גיקוואלן אין גיהוליעק מיט ניצחון ווי איינער האט זיך אויסגידיריקט אז זה היום שקיוויני לו (עפ''ל), עכ''פ דאס איז יא קראנט, דעמאלטס האלסטי האט ער יא גיוויסט וואס ער זאגט, נאר ביים אויפנעמען רבינו שליט''א אלץ רב הצעיר וואס איז גיווען קאנסיסטענט מיט זיין רצון פין אלע יארן דאס איז שוין גיווען ווייל קפצה עליו זקנה,