היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » "די וואך" פ' ויגש אויסגאבע נומער 2

"די וואך" פ' ויגש אויסגאבע נומער 2

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2736215

משהמענטש » 24/12/2009 02:07

[בילד – נישט אפגעהיט]

לעקסינגטאן » 24/12/2009 02:10

זייער א קלאסישע אויסגאבע!!

נישט אזוי ווי די פארכאזערטע איזרעילי העברעאישע בילדער מאגאזינען

NOYOUCANT » 24/12/2009 02:15

איך האב זייער הנאה געהאט צוזעהן פאריגע וואך ווי מכיאל שניצלער צונד חנוכה לעכט אויף זיין דיינונג רום טיש....


תוקן על ידי NOYOUCANT ב- 24/12/2009 02:15:21

SatmarBum » 24/12/2009 02:29

באלד וועט די גרויסע "טאהשער חסיד - נפל" זאגען אז די בילד פון טאהשער רבי מצוה טאנץ איז אויך פון 2 יאר צירוק...

רבי_יונה » 24/12/2009 04:25

ער דארף זיך זעהן צו האלטן צום פרייז פון 1.95 דעמאלס וועט ער האבן שטארק הצלחה.

ער וועט יעדעם איבער וואקסען.

וועקי » 24/12/2009 05:21

די גרעפיקס דערפון איז געוואלדיג ! 

משהמענטש » 24/12/2009 16:03

די צווייטע אויסגאבע פון "די וואך" איז שוין היינט דארנאשטיג אינדערפרי אין די געשעפטן, 36 זייטן פון הונדרעטער הערליכע בילדער, מיט רייכע אויגפארכאפענדע גרעפיקס, אלעס פארן פרייז פון 2 דאללער.

נפל » 24/12/2009 17:57

סאטמארבאם, רעדט ביטע נישט אין מיין נאמען!

דאס איז אמאל זיכער אז איינער וואס קויפט און שטיצט א אויסגאבע וואס לייגט אריין בילדער פון רבי'ן האט א חלק אין מצער זיין א קדוש אלוקי רח"ל

פארשטיי » 24/12/2009 18:06

קדוש אלקי?????? דאס איז געווען ר' שמעון בן יחאי!!!!

נפל איצט קימט דיר קרעדיט, אז די האסט דיך ב''ה אפגעשאקעלט פון סאטמאר, און די שרייבסט זאכען און וואס די ביזט באקאנט, און בהאווענט,

און איך בעט דיך איבער, אז איך האב דיר עס געגבן צו פארשטיין, א ביסעל אויף א הארטע וועג! זיי מיר מוחל!!!

לאנג לעבן זאל נפל!!!!! לאנג לעבען זאל נפל!!!!!!! לאנג לעבן זאל ער!!!!

משהמענטש » 24/12/2009 18:09

העי נפל, 
ווי ביסטו געווען א גאנצע וואך? כהאב געזוכט די בילדער פון גור פון צוויי יאר צוריק, 
"נעווער טו לעיט" קענסט נאך יעצט ברענגן

rebyankel » 24/12/2009 22:05

וועקי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די גרעפיקס דערפון איז געוואלדיג ! 

דאס איז דער נייער שטערן אין גרעפיקס, ''דער גראפיסט''
ער איז אויב פארכפענד, רייך, אין שיין.

נפל » 24/12/2009 22:16

איך האב בילדער, איך האב דיר געבעטן ביטע סקען אריין די בלאט פון די בילדער פון גער'ע רבי און איך וועל ארויפלייגן א לינק צו די בילדער פון 2 יאר צוריק!

פארשטיי.. "די" וועסט אפמאכן ווער עס איז א הגה"ק ווער עס איז א הקוה"ט ווער עס איז א קדוש אלוקי ווער עס איז א סר התורה

די גמרא זאגט אונז אויף "איינער" וואס האט זוכה געווען צו דעם נאמען "רבינו הקדוש", ווילסט מיר זאגן אז סאטמאר רב איז געווען נאך גרעסער וועגן דער בלאט רופט אים נישט נאר רבינו הקדוש נאר "רבינו הקדוש והטהור" און וואס איז מיט "הגאון הקדוש"? נישט עפעס א קליינער "קדוש" נאר נאך דערצו א "גאון" אויך...! פארוואס האט גי גמרא נישט פארגינט פאר רבינו הקדוש דעם טיטל הגאון אויך אדער לכה"פ והטהור?

וואס דארף טאהשער רבי נאך טון אז ער זאל זוכה זיין צו באקומען פון די אהרוינים (די וועלטס טיטל טיילער) דעם אויסדריק "קדוש אלוקי"? איך וויל דאס זייער שטארק צולייגן פאר מיין רבי, ביטע שתדל פאר מיר...

נפל » 24/12/2009 22:22

והעיקר שכחתי!

פארשטיי טייערער קענסט מיר אפשר אנצייגן ווי רשב"י ווערט באטיטלט אין דברי חז"ל אלס "קדוש אלוקי"?
איך האב געזיכט און נישט געפינען!

משהמענטש » 24/12/2009 22:46

נפל, 
איך האב די גור'ע בילדער ארויף געלייגט באלד א וואך צוריק, אצינד ווארטן מיר מיט שפאונג אויף דיין צוגעזאגטע גור'ע בילדער פון צוויי יאר צוריק, וואס זענען לויט דיר די זעלבע.
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?whichpage=2&topic_id=2733966&forum_id=16386

האלבערשטאם » 24/12/2009 23:17

איך גער קען מען נישט כאפען קיין בילדער נאר ביי שמחות

שווער צו גלייבען אז נפל האט בילדער פון גור

נפל » 24/12/2009 23:21

כא כא

"די וואך" האט פיקטשער'ס אפילו מ'קען נישט כאפן?