היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » "די וואך" אויסגאבע נומער 1

"די וואך" אויסגאבע נומער 1

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2733966

משהמענטש » 17/12/2009 17:46

 

אין די קומעדיגע שעות וועט אין אלע אידישע געגענטער אין ניו יארק אין ניו דזשערסי אנגעהויבן פארשטפרייט צו ווערן, דער נייער אויגפארכאפענדען וועכענטליכע מאגעזין "די וואך", דער מאגעזין באשטייט פון בילדער פון געשענישן אין אלע רבישע הויפן און נאך, אין פארמאגט א זעלטן שיינעם אויסשטעל מיט הערליכע גרעפיקס.

אזאנס ווי דער נייער אויסגאבע איז נאך ביז היינט נישט געוועהן, ווען דער גאנצע אויסגאבע פון דעקל צו דעקל איז אינגאנצען אויפן שטייגער פון אונזערע אמעריקאנער אידן, אנגעהויבן ביי די בילדער, ווי עס וועלן געדעקט ווערן אונזערע היימישע רבנים בעיקר פון אמעריקא, די הערליכע גרעפיקס וואס זענען אויף א ריינעם איידעלן חסידישן סטיל, די קעפלעך זענען אין אידיש,  די לעצטע פאר עמודים פונעם גליון זענען אזעלכע בילדער וואס וועלן קאסטן א שמייכל פאר די ליינער, אין בכלל וועלן קינדער אין פרויען קענען הנאה דערפון, אין וועלן זיך גארנישט נישט דארפן פלאגן צו פארשטיין ווארים די טעקסט איז דאך אין אידיש.

דער פרייז דערפון איז צוויי דאללער, עס איז וויכטיג ארויסצוברענגען אז "די וואך" שטייט אצינד ביים ערשטן אויסגאבע, וואס הגם ס'איז א הערליך געלונגען שטיקל, איז דאס געמאכט געווארן אין א יאגעניש, אין ס'איז דאס בלויז א טייל וואס איר וועט זעהן אין די קומעדיגע וואכן, ווען עס וועלן אנהייבן ערשיינען דערין פארשידענע אינטרעסאנטע פראיעקטן, אין די ברייטע אויסוואהל פון בילדער וועט זיך כסדר מערן, אין אויך די גרעפיקס וועלכע איז שוין די וואך א כלילת יופי, וועט זיך אינעם צוקומפט נאך מער פארשענערן, אין אויך אינטרעסאנע ארטיקעלן וועלן אנהייבן ערשיינען.

משהמענטש » 17/12/2009 17:48

דער דעקל
[בילד – נישט אפגעהיט]

איזראלי » 17/12/2009 18:11

אין בחדרי חרדים מעקט מען אויס אויב איינער שרייבט עפעס פון די נייע מגזין,

ווייסט איינער פארוואס?

rebyankel » 17/12/2009 19:01

בחדרי האט עפעס געשעפטן מיט כל העולם כולו, זיי לייגען יעדע וואך ארויף א טייל פין די בילדער פין כל העולם אויף חדשות אנ''ש אין בחדרי

משנתחסידים » 17/12/2009 19:04

בחדרי איז אלעמאל מלא אינטרעסן איינער וואס פארשטייט די זאכען קען עס זען יעדן טאג

נפל » 17/12/2009 20:06

משנת

נישט נאר בחדרי איז "מלא אינטרעסן". יעדער יחיד, יעדער געשעפט, יעדער מוסד איז מלא אינטערעסן!
אויך די נייע אויסגאבע דינן "די וואך" איז מלא אינטערעסן!

נ.ב. די בילד פון גער'ער רבי איז פון 2 יאר צוריק, איך האף אז זיי וועלן האבן שכל נישט צו לייגן אלטע בילדער.

משהמענטש » 17/12/2009 20:42

נפל, כ'זעה אז עפעס באדערט דיר, כ'וואלט געווען גאר צופרידן אויב די קענסט ארויסברענגען מער פונקליכער וואס.

דער בילד פון גור'ער רבי חנוכה איז מאנטאג חנוכה תש"ע, געכאפט געווארן דורכן "די וואך" פאטאגראפירער אין ירושלים, אויב האסטו סיי וואספארא באווייז אז דער בילד איז נישט פון היי יאר ביטע ווייז דאס אויף, זוך גוט דורך אלע אלטע כל העולם'ס אין עולם החרדי'ס און אויב די טרעפסט מיר דאס בילד, סקען עס אריין ביטע, אין ווייז טאקע פארן עולם אז ס'איז פון צוויי יאר צוריק.

נפל, הצלחה רבה, די מאגאזין וועט זיין אין וויליאמסבורג אין די געשעפטן ביז א שעה, קענסט גיין קויפן איינס, אין אונז קומען אנצייגן פונקליך פון וועלכע יאר יעדעס בילד איז.

נפל » 17/12/2009 20:47

גארנישט באדערט מיר נישט, ביטע ליין איבער די שמועס פון אנהייב וועסטו (לכאורה) פארשטיין פארוואס איך האב געשריבען אז "די וואך" האט אויך אינטערעסן.

איך קען דיר נישט ענטפערן אויב די בליד איז געווען אמאל אין כל העולם כולו, איך ווייס נישט. די בליד האב איך שוין געזען א 2 יאר צוריק.

נ.ב. אויב איך מאך נישט קיין טעות האט גער'ע רבי געצינדען די יאר מאנטיג חנוכה אין בני ברק און נישט אין ירושלים.

משהמענטש » 17/12/2009 21:02

כ'בין נישט זיכער אז די וואך האט אינטערסן, קען זיין.
אבער דיינע אינטערעסן זענען זייער דורכזיכטיג.
[טוה דיין ריסורטש, ווייל די ביסט זייער שוואך אינפארמירט, דער בילד אויפן דעקל פון "די וואך" איז נישטא אין ערגעץ, די האסט דעם בילד נאך אין דיין לעבן נישט געזעהן, ווי אויך נישט קיין איינע פון די בילדער פונעם גור'ער רבי'ןס הדלקה, וועלכע ערשיינען אויף א גאנצען בלאט אינעם מאגאזין.
אין אצינד קיין גור, דער פראוו אראפצורייסן "די וואך" גלונגט נישט, ווייל יעדער וואס וויל וויסן ווייסט, אז דער גור'ער רבי וויילט גאנץ חנוכה אין ירושלים, אין צינדט יעדע נאכט, פארענט פון זיינע טויזענטער חסידים אין גרויסן ביהמ"ד אין ירושלים.
נייס טריי, יו קען טריי עגעין סון.

אין נאכמאל אויב די קענסט אונז ביטע אויפווייזן ביטע ווייז אויף אז ס'איז נישט פון דעם יאר.
 גור איז פון היי יאר, פרוביר מעגליך אנדערע בילדער, אולי ירחם, אפשר דאך וועט דיר געלונגען  עס אראפצורייסן.
אגב, ר' נפל יקירי, ס'איז אונז זייער אומאנגענעם צו זעהן אז איר שפירט אייך זייער באדרטעט פון "די וואך", ערקלער אונז וויאזוי אונז קען מיר אייך בארואיגן.

וועקי » 17/12/2009 21:34

איך הער גאר גוטע גריסן אויף די נייע אויסגאבע, דער עולם האט שוין לאנג געלעכצעט נאך א היימישע אמעריקאנע אידיש רעדנדיגע אויסגאבע. דער כל העולם כולו אין העולם החרדי פלעגן קאווערן אכציג פראצענט ארץ ישראל'דיגע רבי'ס יעדע קליינע רבי האט באקומען גאנצעטע עמודים וואך נאך וואך...  שוין העכסט צייט פאר אזא אויסגאבע! מען ווינטשט הצלחה פאר די עורכים אין מוציאים לאור אגב די נייע אויסגאבע שפילט בכלל נישט קיין פאליטיק. עס האט נישט מיט ארונים זאלונים, ר' זלמן לייב האט אויך גאר שיינע קאווערעדש 

נפל » 17/12/2009 22:06

משה
מיר באדערט די נייע אויסגאבע זייער ווייניג, מיין רבי איז אלעמאל געווען און וועט אלעמאל זיין געדעקט דורך "אלע" אויסגאבעס מיטן גרעסטן כבוד! מיין רבי ווערט נישט גרעסער אין קלענער צוליב דעם אינגערמאן אדער יענער אינגערמאן האט מחליט געווען צו לייגן אין זיין מאגאזין מער אדער ווייניגער בילדער אויפן דעקל צו אינעווייניג, דעריבער פראביר מיר אפילו נישט צו שלעפן דערמיט ווייל עס וועט פשוט נישט ארבעטן.

בנוגע די "פאליטיק פרייע" פאלעסי וואס ענק פראבירן צו פארקויפן... סארי, איך קויף דאס נישט, עס איז זייער פשוט און מובן אז אויב די ארוינים נעמען זיך פלוצלינג רימען א אויסגאבע "נאך איידער" זי איז אפילו ערשינען זאגט זייער קלאר וואס דא גייט פאר (פאר די וואס גלייבן נישט אז איך האב אליינס געהערט פון דעם... אז דאס איז א ארוינישע ארבעט בשתפות מיט...).

אדרבה זאג די מיר, ווי איז ר' זלמן לייב טייטלבוים\ר' מרדכי דוד אונגאר נעלם געווארן? האלטסט באמת אז פאפא איז גרעסער ווי סאטמאר רז"ל אדער באבוב רמ"ד?

ווילסט פארלייקענען אז "די וואך" קומט ארויס לכבוד דעם וואס "כל העולם כולו" האט געגעבן דעם דעקל פאר רז"ל כ"א כסלו און נישט פאר ר"א?

לייקן לייקן, הייב אן נאכקוקן וויפיל מאל ר"א וועט זיין אינעווייניג און רז"ל אויפן דעקל...


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 20/12/2009 10:17:37

SatmarBum » 17/12/2009 22:23

וועקי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אגב די נייע אויסגאבע שפילט בכלל נישט קיין פאליטיק. עס האט נישט מיט ארונים זאלונים, ר' זלמן לייב האט אויך גאר שיינע קאווערעדש 


אינרעסאנט עס האט די אלטע כל העולם כולו פאליסי... הגה"ק מהר"א מסאטמאר אין ר' בנציון באבאבער אויפן דעקיל.....



נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
הערשי איז טאקע ארויס פון כל העולם כולו ער גייט אנפירן די נייע מאגאזין פון די ארוינים - אזוי האט ער מיר געזאגט


אגב "נפל" אויב האט דיך העשי רובענשטיין נעכטען "אליינס" דיר געזאגט ער ארביט מיט ארונים פארוואס פרעגסטו עם נישט צי דער גערע בילד איז פון 2 יאר צירוק? פרעג דיין גערע שוואגער וואס ער זאגט וועגען דעם בילד....

וואס ביסטי אזוי שטיל געווארען מיט טאהש קודש? די האסט דאך געזאגט עס איז א ספוק צי ער קומט אהיים אויף חנוכה...
יעצט דער ספוק איז געווארען וואדאי געב אינז א באריכט פון חנוכה?

--
נפל איך האב געבעטין א באריכט פון "חנוכה" ביטע ליינט איבער....
צווייטענס טאהש די ראטמאן פארטיי איז די גרעסטע פאליטיקאנט ווען עס קומט צי בילדער!
פאר דער בלאטע געבען זיי נישט . נאר פאר דער איד. פאר כל העולם כולו געבען זיי אויך נישט נאר פאר העולם חרדי.
נאר איד מיט עולם חרדי האבען באקומען בילדער פון פלארידע מיט תולדות אהרון. אינטרעסאנט...

 



תוקן על ידי SatmarBum ב- 17/12/2009 22:39:35




תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 20/12/2009 10:22:53

נפל » 17/12/2009 22:30

איך קען דיר נישט ברענגען א באריכט פון די חתונה אין טאהש וועגן עס איז נאך נישט געווען, עס גייט בעזהשי"ת פארקומען זינטאג נאכט בשטומ"צ.

אוואדאי זאגט הערשי אז די בילדער זענען פון די יאר...

עס ווארט אייך א סורפרייז! איינער האט זיך צו מיר געוואנדן אין אישי, ער וועט אי"ה ברענגען די בילדער אזוי ווי עס איז געווען בשעתו פאר "2" יאר צוריק!

איך אליינס האב נישט צייט צו זיכן, אבער איך גלייב אז מיט אביסל צייט אויף גאגל קען דאס יעדער טרעפן.

משהמענטש » 18/12/2009 02:10

נפל
די לאזט מיר צו לאנג ווארטן אויף די גור'ער בילדער פון צוויי יאר צוריק, ביטע ברענג עס ארויף דא ווי שנעלער.

NOYOUCANT » 18/12/2009 02:51

מיר איז מער אינטערעסאנט ווי לאנג גייט זיך האלטן די פרייז פאר 1.95???

rebyankel » 18/12/2009 20:00

כ'האב עס געקויפט (ס'קאסט דאך נאר 1.95)
אין כ'מיז ענק זאגען עס איז א פיינע ארבעט, ס'איז אויפן אמעריקאנער סטיל, ע''פ רוב אמעריקאנע רבנים אין אדמו''רים
 ס'האט נישט די ציונים מיט די רב הראשי'ס אין כמעט נישט קיין ציוניסטישע רבנים וכו'
אויך די גרעפיקס איז זייער רייך, זייער קלארע אין תוכן'דיגע בילדער
KEEP IT UP

נפל » 18/12/2009 20:02

רעביאנקעל אין וועלכע קאטעגאריע לייגסטו אריין גער'ע רבי? אין אמעריקאנער רבנים אדער אין ציוניסטישע רבנים?

נ.ב. זיי אזוי גוט סקען אריין און לייגן ארויף די בלאט פון די גערע בילדער.

shia550 » 18/12/2009 20:30

הערשי
גאנץ שיין פאר א אנפאנג

מיינע קינדער האבען הנאה ווייל די קעפלעך זענען אידיש אבער מען דארף מער מסביר זיין ווער די רבי'ס זענען

לדעתי גרויסע רבי'ס זאל ער לייגען פון די גאנצע וועלט אבער קליינע רבקעלעך נאר לאקאלע וועם דער עולם קען

הצלחה מרובה!!!

משהמענטש » 20/12/2009 01:59

נפל
מיר ווארטן נאך פאר די בילדער פון גור פון צוויי יאר צוריק, איינער שיקט דיר דאך דאס אין אישי, איז ביטע לאז אונז נישט צו לאנג ווארטן.
יישר כח

SatmarBum » 20/12/2009 03:40

עס איז זייער שיין איך האב עס איבערגעקוקט שבת. עס איז נישט אזוי ריין פון פאליטיק ווייל עס איז קלאר ארוניש געשטימט פשוט אלטס ער מאכט מער געלט אזוי... די ארונים קויפען עס מער ווען הגה"ק איז אויפן פראנט דעקיל. אבער די זאליס גייט זיי נישט אן צי הגז"ל איז אויפן דעקיל צי נישט מען קויפט עס סיי ווי נישט ווייל דער רבי לאזט דאך נישט כאפען קיין בילדער... וועגען דעם איז נישט דא קיין בילדער פון רבין אין "דער איד".
איך האף די נייער אויס גאבע וועט האבען הצלחה אין זיך נישט אויס לאזען ווי "העולם" אין "כלל ישראל" צוויי אמאליגע אויס גאבעס וואס האבען זיך פארשפארט.... נאך דערצי אין אזא עקאנאמי... הערשי טענוט דאך אז אפילו די שווערע עקאנאמי דארף דאס אנגיין ווייל די רביס קענען נישט אנגיין אנדעם.. כי הם חיינו. אזוי ווי די רביס דאווענען ראש השנה "אבינו מלכינו כתבינו בספר כל העולם כולו"....







תוקן על ידי SatmarBum ב- 20/12/2009 03:41:51

משהמענטש » 20/12/2009 12:09

[בילד – נישט אפגעהיט]

נפל » 20/12/2009 19:00

משה, אלעס ביסטו גרייט ארויפצולייגן חוץ די פעידש פון גור?

ביטע לייג ארויף די פעידש פון גער...

rebyankel » 21/12/2009 01:55

קווינס באם
פארוואס לאזט דיין רבי נישט לייגען קיין פיקטשער'ס נאר אין כל העולם כולו?

לפי ידעתי איז כל העולם דער מערסטער ציוניסטיש, דארט וועסטו יעדע וואך זעהן בילדער פין  אלע רב הראשי'ס אין ראשי הכופרים כו'


עס קלינגט גאנץ קאמיש ''רז''ל איז קעגן כאפען בילדער''
כאפט נאר בליק ביי איינס פין זיינע אירועים, אלעס איז פאר די פיקטשער.... ספעציעל הויכע פארענטשעס, אין אויסשטעל, לויט די התיעצות פין ערפארענע פאטאגראפיסטן..

האסט אפשר געטראפען איין אנגלא ציוניסטישע אדער העברעישע וועבסייט ווי ס'נישט דא די בילדער פין כ''א כסליו ביי די  זאלי'ס
וועם פאפסטו????
ס'קאסט מיר א שמייכעל.

משהמענטש » 21/12/2009 02:00

נפל
וואס טוט זיך מיט די גור'ע בילדער, שוין דורך 3 מעת לעת פון ווען די האסט אונז צוגעזאגט צו ברענגען די בילדער פון גור פון צוויי יאר צוריק.
איך ווארט דעראויף בכליון עניים.
לאז מיר נישט אזוי לאנג ווארטן, ס'איז נישט שיין פון דיר.
יישר כח

משהמענטש » 21/12/2009 10:13

[בילד – נישט אפגעהיט]

משהמענטש » 21/12/2009 10:15

[בילד – נישט אפגעהיט]

משהמענטש » 21/12/2009 10:17

נו נפל,
אפשר דאך ברענגסטו די בילדער פון גור צוויי יאר צוריק, ווייז אויף פאר יעדן, אז דאס זענען די זעלבע בילדער.

נפל » 24/12/2009 23:20

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]




[בילד – נישט אפגעהיט]




[בילד – נישט אפגעהיט]




rebyankel » 25/12/2009 00:55

ענדליך נאך א וואך האט ער עפעס דערווישט, וואס זעהט מען דא?

קודם ווייז אויף אז די בילדער זענען פין 2 יאר ציריק
דערנאך ווייז אויף אז עס זענען די זעלבע בילדער ווי דאס וואס די וואך האט אריינגעלייגט.

ביז_אהער » 25/12/2009 04:07

נפל, מעכטיג. ברענגסט א פיקטשער פון גערער רבי און סמיינט גראד אז ער האט עס גענומען פון דיר.

קוק אויפן זייגער, ביי דיינע פיקטשערס איז איינמאל 5:05 און איינמאל 5:20, ביי די וואך איז עס 5:25, סאו דו האסט דא נישט די פיקטשער וואס ער האט אריינגעלייגט.

מ'קען אויך זען אויף די בעקגראונד אז ס'איז אינגאנצן אנדערש. ביי דיר איז די טיר צוגעמאכט, דארט איז די טיר אפן. ביי די וואך פיקטשער זעט מען אויך עפעס פריש צוגעבויט אויף די לינקע זייט פון די טיר. אויך די מענטשן וואס זיצן גאנץ נאנט זענען אנדערע, אויך ביי די וואך פיקטשער קוקט אויס אז ס'איז נישטא די פלעסטיק וואס מ'זעט אויף דיינע פיקטשערס הארט נעבן גערער רבי'ן.

אויך די פיקטשערס פון די מענטשן איז ווייט נישט די זעלבע.

נישט ווייל ס'אינטערסירט מיך אסאך צי ס'איז יא אדער נישט פון יעצט. איך גלייך פיקטשערס פון יעדן און אלעמאל, אבער כ'האב ליב צו זען ווי א טאהשער טרייט אריינצורעדן קודם אין סאטמאר, נאכדעם אין גער, אפילו ער הייבט נישט אן צו וויסן וואס טוט זיך מיט זיך.

משהמענטש » 25/12/2009 15:06

משהמענטש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נו נפל,
אפשר דאך ברענגסטו די בילדער פון גור צוויי יאר צוריק, ווייז אויף פאר יעדן, אז דאס זענען די זעלבע בילדער.

איך האב דיר געבעטן זאלסט ברענגען בילדער פון צוויי יאר צוריק וואס זענען די זעלבע בילדער, נישט בילדער פון צוויי יאר צוריק וואס זענען געכאפט געווארן פון אן אנדערע ריכטונג, אין אנדערע צייטן בכלל.
אין אצינד ווען די האסט אויפגעוויזן לעין כל, איז די האסט די בילדער פון דעם גור'ע הדלקת הנרות פון היי יאר וועלכע זענען געווען אין דער וואך, ביז היינט נאך נישט געזעהן, אפשר איז די צייט זיך צו אנשולדיגן, און זאגן אנשולדיגט כ'האב געמאכט א טעות די בילדער פון צוויי יאר צוריק זענען אנדערע, איך כ'האב בלויז געזוכט אראפצורייסן "'די וואך", און כ'האב נישט געטראפן מיט וואס.

SatmarBum » 31/12/2009 11:49

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

נ.ב. די בילד פון גער'ער רבי איז פון 2 יאר צוריק, איך האף אז זיי וועלן האבן שכל נישט צו לייגן אלטע בילדער.


נפל אפשר קענסטי אויפ ווייזען אז די בילד פון סקווירא רבי אויפן דעקל פון נייע וואך איז פון 2 יאר צירוק?
איך בין זיכער אז דיין "סקווירא שוואגער קען דיך שיקען אויף אישי בילדער אזוי ווי דעם פון 2 יאר צירוק
אבער מאך זעכער עס זאל זיין פונקטלעך די זעלבער! זאלסט נישט האבען די זעלבער FLOP האסט געהאט ביי גער....