די מעשה גייט אזוי, (לויט גאר א קראנטע מקור) דער בחור איז זייער גוט געווען מיט די דריי בחורים אדורך א געוויסע ארגענעזאציע וועלכע דער בחור האט געהאלפן פירן. דער בחור האט זיך שפעטער באהאלטן אין אלעד, און שפעטער איז ער אנטלאפן קיין לאנדאן. און 7 טעג ארום גייט זיין די משפט פון בנציון מיללער (מ'מעג שרייבן לויט די תקנות פון היידפארק אויף איינעם ימ"ש? אויב יא לייגט דאס צו צו אים), און די איזראעלישע פאליציי האט צוגעזאגט פרא חיים ר. אז אויב ער וועט קומען עדות זאגן אנטקעגן אים אין קאורט, וועט מען אים גארנישט טוהן, נאר ער וועט זיין אין מעצר בית (הויס ארעסט) ביז די משפט.
אבער זעהט זיך אויס אז משוגעים זענען זיי נישט, ווי נאר ער איז אנקומען האט מען אים (ב"ה) געקייטעלט און גענומען אין פאליציי סטאנציע ביז תום ההיליכים (ביז ווען מ'ענדיגט, אדער אין אנדערע ווערטער, יהא מינח עד שיבוא אליהו).
די עסקנים און בראשם העסקן הערשי ה., ארבעטן זייער שווער אז די פאליציי זאל איינהאלטן זייער ערשטע צוזאג.
נ.ב. אלץ איינער וואס איז גוט באהאווענט פון די ערשטע מינוט, וואס עס גייט פאר דארט, קען איך צולייגן אז עס קומט זיך אים ערליך. מ'האט געוואלט אז ער זאל פארן קיין יאפאן עדות זאגן לטובת די בחורים, אבער ער נישט געוואלט וועגן ער האט מורא געהאט צו ווערן ארעסטירט. יעצט איז ער געווארן ארעסטירט, און די בחורים האבן ליידער גארנישט פון דעם.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 24/12/2009 18:27:25