היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » אלטימאטום: אהרונים פאר שומרי החומות

אלטימאטום: אהרונים פאר שומרי החומות

77 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2733124
בלאט: 1 2

סוג » 15/12/2009 17:37

פרישע אינפארמאציע הייסע נייעס איצט אריינגעקומען

ביי א זיצונג פון די גרויסע אהרונים פירער מיט די הנהלת כולל שומרי החומות, איז ארויפגעברענגט געווארן אן אלטימאטום אויב ביז נאך חנוכה הערט מען נישט אויף צו אדווערטייזן אין "דער איד" גייט מען אראפנעמען אלע צדקה פושקעס פון אהרונים בתי מדרשים פון וומ"ס און ב"פ.

און הייסן דעם ציבור אויפהערן האלטן צדקה פושקעס בביתם.

דעלעגאציע פון שומרי החומות ביי ר' אהרן טייטלבוים, גייט ארויס מיט ליידיגע הענט.

בכורשוטה » 15/12/2009 17:38

נאר די שפראך..

סוג » 15/12/2009 17:47

לעת עתה איז די באשלוס פון די הויכראנגיקע פירענדע פון די הנהלת שומרי החומות, ר' פנחס וויינבערגער, ר' יהושע האאלאנדער, ר' מיכל רובין, ר' ישעי' שווארץ, ר' פייוול האפמאן, ר' שלמה מייער, צו אפווארפן די אלטימאטום.

עס קומט גוטע טעג

מ'וועט זעהן וואס ר' אפרים ראזענפעלד, מיט הרב בנש"ק ר' אלי' גראס וועלן טאן.



תוקן על ידי סוג ב- 15/12/2009 17:47:30

nys10952 » 15/12/2009 18:27

איך האלט אז דע נשיא מהר"א וועט מאכן עפעס א פשרה

ווער_איז » 15/12/2009 19:31

nys10952 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האלט אז דע נשיא מהר"א וועט מאכן עפעס א פשרה


ביסט אינגאנצן צידרייט ער איז דאך די גאנצע זאך אויס צי רייסן דע צדקה

בכורשוטה » 15/12/2009 19:55

האסט פארגעסן: כ"ק מהר"א איז ברוך השם נישט נשיא שומרי החומות

סקאטמאלען » 15/12/2009 19:57

איך האלט ער האט בעצם א פראבלעם מיט דעם תנא ר' מאיר,

בין איך גערעכט?

ווער_איז » 15/12/2009 20:05

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האלט ער האט בעצם א פראבלעם מיט דעם תנא ר' מאיר,

בין איך גערעכט?


אבער נאך ווי מיט אלע צדיקים פין אמאל האט דער שוטה וגס רוח א פראבלעם

סקאטמאלען » 15/12/2009 20:15

שרעקליך!

ווער_איז » 15/12/2009 20:17

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
שרעקליך!


אוי ביסטו ליידער גערעכט

סעננדר » 15/12/2009 21:14

ביטע רופט 718-305-6942-4425# יענע דרשה פון מהר"א איז א טאטאלע סתירה מיט דעם אשכול!
 
גארנישט קיין אולטימיטאם'ס נישט מער און נישט ווייניגער מהר"א באפעלט דארט יעדער זאל מאכן אין זיין שטוב אן על ביעור חמץ אויף אלע פישקעס פון ר' מאיר! אויסער די פישקע פון זיין כולל עצי חיים אין ב"ב!!!

דער סורר ומורה טענה'ט אז "אינדערהיים" האט מען געהאט 1 פישקע פאר ר' מאיר והפורץ גדר ישיכנו נחש, מ'טאר נישט משנה זיין!! קודם ווייס איך נישט פון וועמען'ס היים ער רעדט ווייל ביי זיין טאטע וועם ער וויל מער נישט קענען זייט ער האט אים נישט אויפגענומען פאר רב הצעיר סיי ביי אים אינדערהיים און סיי און זיין בית המדרש איז געווען מער ווי 1 פישקע פאר ר' מאיר! סא ווייס איך נישט פון וועמן'ס היים דער סורר ומורה רעדט? אפשר אינדערהיים אין וויזניטץ? נאכדעם פירט ער אויס נאך א באמבע! מ'זאל נישט געבן פאר די אנדערע מוסדות ווייל זיי גייען צו די בחירות. איך ווייס נישט צו מ'דארף לאכן אדער וויינען? אדער אים אריינפירן אין שפיטאל? נישט מער און נישט ווייניגער דער סורר ומורה זאגט אז זיין טאטע איז געווען נשיא אויף כוללים וואס גייען צו בחירות???
פארוואס? ווייל שומרי החומות מיט קרן הצלה האבן אים נישט אנערקענט אלס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א!! אויך ווילן זיי נישט אנערקענען אז זיין השכלה בלאט איז דער שופר פונעם יהדות החרדית! דעריבער גייען זיי צו בחירות!!! און טאקע אויף אט דעי כוללים איז זיין טאטע מיטן פפפפפעטטטטר געווען נשיא!!!!! שומו שמים!!!

דערנאך פירט ער אויס זיין דרשה אז מ'זאל נאר האלטן אין שטוב דעם פישקע פון כולל עצי חיים ב"ב!!! ווייל זיי זענען די איינציגסטע וואס האבן אים אנערקענט אלס כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א און זיי אדווערטייזן נאר אין זיין צייטונג

נפל » 15/12/2009 21:28

אויף די חסידי מהר"א איז בכלל נישט קיין שאלה פארוואס זיי זענען קעגן א כולל וואס שטיצט זייערע שונאים קיינער פון אייך איז נישט אנדערש.

ווער_איז » 15/12/2009 21:33

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אויף די חסידי מהר"א איז בכלל נישט קיין שאלה פארוואס זיי זענען קעגן א כולל וואס שטיצט זייערע שונאים קיינער פון אייך איז נישט אנדערש.



שקר אינז שטיץ מער כולל שמרי החומות אפי' זיי אדווערטייזן אין בלאט יעדע וואך

דע בני יואל האבן אלע יארן געשטיצט אלע מוסדות אפי' אינזער רבי די ברך משה איז געווען נשיא ביי קרו הצלה אין יטב לב אין שומרי החומות אין אזוי ווייטער קיינער האט נישט די מידות ואס דער סבלן הדור האט

סקאטמאלען » 15/12/2009 21:55

סענדער, ווען ער זאגט "אינדערהיים", מיינט ער אין יוראפ, נישט אינדערהיים אין בארא פארק.

ער זאגט נישט אז מ'טאר נישט שטיצן די אנדערע, ער זאגט נאר אז ס'אלס אזוי געווען אז יעדער האט געשטיצט נאר זיין היימישע צדקת ר' מאיר בעה"נ, און דער כולל אין בני ברק  איז מיסודו פון זיין זיידע פון סיגעט, ממילא איז זייער פאסיג אז פאר אנ"ש סיגעט סאטמארע חסידים זאל שטיצן דער צדקת רמבעה"נ, איבערהויפט אז די אנדערע זענען תומך משפחות וואס דאס רוב גייען צו די בחירות.

וואס איז שלעכט מיט דעם?

נפל » 15/12/2009 21:55

דאס פרעגט נאך נישט אפ די ארוינים, די ווילסט זאגן אז די ביסט א גרעסערע וותרן? פיין, פארט איז פארשטענדליך אויב די ארוינים ווילן נישט שטיצן א ארגאזאציע וואס רודפ'ט זייער רבי.

סעננדר » 15/12/2009 22:04

קיינער האט נישט געזאגט ס'איז שלעכט!!! אויך האט קיינער נישט געזאגט אז אראפנעמן די פישקעס פון ציון ווי דער ברך משה פלעגט אריינווארפן געלט- איז שלעכט!! אלעס איז גוט אלעס איז פיין!

סקאטמאלען » 15/12/2009 22:13

מ'האט נישט אראפגענומען די פושקע ביים אוהל, ווייל דער ברך משה פלעגט דארט אריינווארפן געלט, נאר ווייל דער מוסד האט זיך מחבר געווען מיט די עלעמענטן וועם דער ברך משה האט אנגערופן ווערעמדיג און לאבאצעס.

פארדעם איז טאקע אלעס פיין און וואויל

נפל » 15/12/2009 22:20

סקאט בגשמיות איז זייער פארשטענדליך וואס די ארוינים טון אבער ברחניות איז דאס א צריך עיון גדול מאוד! וואס זענען די בליטיגע ארימעלייט אין ארץ ישראל שולדיג אז די מנהלים אין ניו יארק ווילן זיך נישט ברעכן פאר די ארוינים?

סעננדר » 15/12/2009 22:23

נפל זאגט זייער גוט וואס זענען די עניים אין א"י שילדיג אז שלמה מייער אדווערטייזט אין דער איד?

סקאטמאלען » 15/12/2009 22:30

די קשיא זאלט איר פרעגן די הנהלת המוסד שומה"ח, וואס פאר א שווארץ יאר גייט זיי אזוי בנפשו צולייגן עדס אין א צייטונג וואס איז פוגע בכבודו אין איינע פון די סגן-נשיאים בבזיון איום נורא, שטעלט אייך פאר, מ'עפנט אויף דער צייטונג איין זייט פונעם צייטונג ליינט מען אז אהרן איז א רשע און חוטיא ומחטיא, און מ'מישט איבער דעם בלעטל ליינט מען א עד פון שומרי החומות, ליגט דען נישט א רוחניות'דיגע חיוב מצד די חסידי ר' אהרן צו שיצן אויפן כבוד פון זייער רבי'ן, ווער דען זאל עס טאן אויב נישט זיינע תלמידים וחסידים.

נפל » 15/12/2009 22:41

זיכער דארף א תלמיד שיצן אויף די כבוד פון זיין רבי, די שאלה איז אויב דאס איז איך גילטיג ווען דאס גייט אויף די חשבון פון עניי ארץ ישראל.

איך בין מסכים אז די הנהלה בא'עוולה'ט די אהרוינים, מיין שאלה איז, גיבט דאס רעכט צו טריצן קעגן עניי ארץ ישראל?

סקאטמאלען » 15/12/2009 23:11

די הנהלה זענען די וואס טריצן מיט די עניי אר"י

דיןתורה » 15/12/2009 23:33

עס קוקט אויס ווי די כוללים אהבת ציון אין חיבת ירושלים וועמען צד מהרז''ל האט אראפגערוסן די צעטליך אין נישט געלאזט שטעלן א טישל אין אויסרופן אין זייערע שולן ''פארען חטא פין זיך האלטען נייטראל אין נישט געלייגט אין ביידע צייטונגען'' זענען נישט קיין צדקת רמבעה''נ.....

פאר צד מהרז''ל שרייט אויף צד מהר''א זאלען זיי אליין ענטפרן אויף אלע תגובות וואס זיי האקען אויף צד מהר''א

(כ'ווייס אז אסאך בחורים וועלן טרעפן מעכטיגע חילוקים, אבער איין חילוק איז זיכער, אז צד מהר''א האט געשיקט בריווען מיט קלארע הסברים אז זיי קענען נישט לאזען אין זייערע שולן א פישקע וואס שטיצט א צייטונג וואס גייט נישט דורך קיין וואך ווי זיי זאלען נישט האבען ארטיקעלען קעגן זייער רבי'ן, היבש אפאר  וואכען פאר די תקנה איז אריין אין קראפט אין צד מהרז''ל האט אן קיין שום ווארענונג בויקאטירט די 2 כוללים)

PARRKIST » 16/12/2009 01:32

איינעם וועם מ'קען נישט פארשטיין דא איז שומרי החומות, אלע ווייסן אז 'ביזנעס ביפאר פלעזשאר', פארוואס גייט זיי אין לעבן דייקא יא צו אדווערטייזן אין דער איד אין די צייט וואס ס'מאכט זיי שאדן געלט, מיטן פארלירען אלע אהרונים וועלכע גייען זיי מער נישט שטיצען.
(חוץ אויב זיי האבן מורא אז אויב זיי וועלן נישט אדווערטייזן וועלן זיי פארלירן די זאלוינים, בלייבט אבער נאך אלס שווער פארוואס האבן זיי איינגעזעהן איבערצולאזן די אהרונים און זיך לעקן צו די זאלונים?)

זיבענבערגן » 16/12/2009 08:18

פארקיסט, מוטשע דיך נישט אזוי שטארק, ס'איז גאנץ פשוט, כולל שומרי החומות האט ווארשיינליך איבער געקוקט זייערע חשבונות, וואו זיי דערלייגן מער ווען זיי שטעלן זיך אויף די אנדערע זייט, און זיי האבן אנטדעקט אז ביי די אהרונים האבן זיי נישט וואס צו דערלייגן, ווייל זיי שטיצן ממילא "נאר אנ"ש".

נפל » 16/12/2009 19:18

[quote]
ביטע רופט 718-305-6942-4425# יענע דרשה פון מהר"א איז א טאטאלע סתירה מיט דעם אשכול!
 
גארנישט קיין אולטימיטאם'ס נישט מער און נישט ווייניגער מהר"א באפעלט דארט יעדער זאל מאכן אין זיין שטוב אן על ביעור חמץ אויף אלע פישקעס פון ר' מאיר! אויסער די פישקע פון זיין כולל עצי חיים אין ב"ב!!!

.........................


דערנאך פירט ער אויס זיין דרשה אז מ'זאל נאר האלטן אין שטוב דעם פישקע פון כולל עצי חיים ב"ב!!! ווייל זיי זענען די איינציגסטע וואס האבן אים אנערקענט אלס כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א און זיי אדווערטייזן נאר אין זיין צייטונג
[/quote]

נאך אזא דרשה איז פארשטענדליך אז געלט וועלן זיי פון די אהרוינים נישט מאכן, מהר"א זאגט קאלר "מיר אמעריקאנע אידן האבן נישט קיין שום שיעבוד צו שטיצן קיין איינער פון די אלע כוללים רמבעה"נ, מיר דארפן זיך ארגאניזירן און שטיצן אונזער אייגענע כולל, די כולל פון אנשי שלומינו אין בני ברק".

צודרייט דארפן זיין די הנהלה נישט צו טון אלעס און די וועלט צו געפעלן פאר די זאלי'ס.

סקאטמאלען » 16/12/2009 19:42

איז טאקע דאס דער איינציגער וועג צו געפעלן די זאליס צו עדווערטייזן אין אזא ווילדע עקסטרעמע צייטונג וואס וואך איין וואך אויס באשמיצן זיי פערזענליך ר' אהרן ווי זיי רופן איהם "רשע" "חוטא ומחטיא" "עבודה זרה".

פארוואס זאל שומרי החומות, וואס איז אפציעל נישט קיין "סאטמארע" מוסד, זיך אזוי טיף איינטינקען אין די סאטמארע טינופת.

די האלטס פון ר' זלמן לייב, געזונטערהייט, אבער פארוואס מוז מען דוקא טשעפען ר' אהרן מיטן שטיצן אזא פאליטישער צייטונג.

סקאטמאלען » 16/12/2009 19:49

איך וועל בעסער איבערפרעגן די קשיא:

אויב פאר די אייגענע הנהלה פון שומרי החומות איז וויכטיגער צו "טשעפען" מיט ר' אהרן ווי איידער צו שטיין אינדרויסן אין בלויז זיך זארגן פאר זייער מוסד, דאן ווי אזוי קענסטו ערווארטן פון א פרעמדער מוסד, די אהרונים, זאלן זיך ענדערש זארגן פאר דעם זעלבן פרעמדע מוסד, ווי איידער צו "שיצן" אויפן כבוד פון זייער אייגן רבי.

דו"ק היטב אין די קשיא וועט איר זעהן אז עס איז אייזן פעסט אין להשיב.

nys10952 » 16/12/2009 20:09

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך וועל בעסער איבערפרעגן די קשיא:

אויב פאר די אייגענע הנהלה פון שומרי החומות איז וויכטיגער צו "טשעפען" מיט ר' אהרן ווי איידער צו שטיין אינדרויסן אין בלויז זיך זארגן פאר זייער מוסד, דאן ווי אזוי קענסטו ערווארטן פון א פרעמדער מוסד, די אהרונים, זאלן זיך ענדערש זארגן פאר דעם זעלבן פרעמדע מוסד, ווי איידער צו "שיצן" אויפן כבוד פון זייער אייגן רבי.

דו"ק היטב אין די קשיא וועט איר זעהן אז עס איז אייזן פעסט אין להשיב.


עדווערטייזט דען נישט שומרי החומות אין דער בלאט ווי דארט שטייט כסדר א קעגען די רבי אין רבנים פין מהרז"ל זייט מיטדעם אלעמען זע איך נישט אז זיי זאלן דעס טיען פאר שורי החומות

סקאטמאלען » 16/12/2009 20:25

קודם, וואו קומט דא דער בלאט אריין, ס'נישט דער בלאט וואס האלט זיי פאר פארן עדווערטייזן אין דער איד, ס'איז קהל יטב לב, מצד קהל יטב לב זאלן זיי נישט עדווערטייזן אין דער בלאט אויך נישט, אזוי ווי זיבנבערגן האט געטאן, און דאס איז שוין ידוע לכל אז דער בלאט בעה"ב איז ברוגז אויף דעם קאמפיין, אבער פאר חסידי ר' אהרן איז וויכטיגער דער כבוד פון זייער רבי ווי דער בלאט

שנית, דער בלאט איז ווייט נישט אזוי עקסטרעם אין אזוי פערזענליך קעגן ר' זלמן לייב ווי דער איד קעגן ר' אהרן.

שלישית, דאס וואס די זאלוניס אונטערסירט נישט די כבוד פון זייער רבי'ן, מיינט נאך נישט אז אנדערע חסידים דארפן לאזן זייער רבינס כבוד לחרפה ולבזה.

נפל » 16/12/2009 21:30

סקאט, איך וועל פראבירן צו ציילן מיט דיר 1+1

סאטמאר, די גרעסטע אפטיילונג פון שטיצער פונם כולל איז צוטיילט אין 2

איין צד האלט נישט ביים שטיצן דעם כולל צוליב דעם וואס זייער מנהיג האט געפאדערט אז מען זאל שטיצן נאר די אייגענע כולל יטב לב אין בני ברק

פארוואס זאל די הנהלה - וועמענס גאנצע אינטערעסע איז צו שיקן ווי מער געלט פאר עניי ארץ ישראל - נישט מעגן גיין צום אנדערן צד און סאטמער - וועלכע זייער מנהיג האט נישט אויסגערופן א בויקאט קעגן דעם כולל - און בעטן שטיצע? שפיל נישט טאמעוואטע, ווען די הנהלה וויל אפעלירן פאר געלט און די צד פון סאטמאר וועלכע שטיצט נאך יא דעם כולל איז די פלאץ פאר דעם אין די צייטונג וואס ווערט געליינט דורך דעם צד. פארדעם איז נישט קיין קשיא פארוואס די הנהלה טוט וואס זיי טוען.

די קשיא איז נאר פון ווי די ארוינים נעמען די גאא-טס צו טשעפען רמבעה"נ און טשעפען די פושקע פונם חתם סופר. מהר"א האט געהייסן שטיצן די "אייגענע" און נישט אנדערע? יא! דארפן זיי אנקומען צו די געלט פון די זאלי'ס? יא! פארדעם דארפן זיי עדווערטייזן אין דער איד! די ארוינים ווערן געטשעפעט דורך דעם? ווענד זיך ווער... אבער אפילו ווען יא... גיבט דאס א רעכט צו שטעפען עניי ארץ ישראל וועגן א ביזנעס דיסיזשין פון די אמעריקאנער הנהלה? לכאורה נישט.

דיןתורה » 16/12/2009 22:26

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]


די קשיא איז נאר פון ווי די ארוינים נעמען די גאא-טס צו טשעפען רמבעה"נ און טשעפען די פושקע פונם חתם סופר. מהר"א האט געהייסן שטיצן די "אייגענע" און נישט אנדערע? יא! דארפן זיי אנקומען צו די געלט פון די זאלי'ס? יא! פארדעם דארפן זיי עדווערטייזן אין דער איד! די ארוינים ווערן געטשעפעט דורך דעם? ווענד זיך ווער... אבער אפילו ווען יא... גיבט דאס א רעכט צו שטעפען עניי ארץ ישראל וועגן א ביזנעס דיסיזשין פון די אמעריקאנער הנהלה? לכאורה נישט.


די קשיא איז נאך אסאך שטערקער פון ווי די זאלונים נעמען די גאא-טס צו טשעפען רמבעה"נ און טשעפען די פושקע פון זיבענבירגען אין כולל חיבת ירושלים?
דארט האבען דאך די 'הנהלה' כוללים זיך געהאלטען גענצליך נייטראל אין נישט געלייגט אין קיין איין צייטנוג...

סקאטמאלען » 16/12/2009 22:49

די אישו איז לגמרי נישט צו שומרי החומות זאל גיין צו די זאלוינס צו אהרוניס, זיי קענען גיין צו וועם זיי ווילן

די אישו איז לגמרי נישט איבער א צייטונג,

די אישו איז לגמרי נישט צו מ'זאל שטיצן משה גבאי'ס ביזנעס אדער יאסי בראך'ס ביזנעס

די אישו איז לגמרי נישט צו די אהרונים באדערט יא דער איד'ס עדיטארליעס צו נישט

די אישו איז נאר איינע: די העזה צו עדווערטייזן אין א צייטונג וואס מיט דעם טוט מען בשאט נפש שטיצן און אינדארסירן און ציהעלפן צו מפיץ זיין דברי חירוף וגידוף קעגן ר' אהרן.

פון ווי נעמט די הנהלת שומרי החומות די גאטס צו זיך ארום שפילן מיט די הייליגע פושקע פון חת"ס, מיט גיין אזוי עקסטרעם, און זיך אזוי איינטינקען אין די סאטמארע מחלוקה, דאס איז א בגידה נוראה אין זייער תפקיד.

לו יצויר ווען די הנהלת שומרי החומות זאל לייגן עדס אין א צייטונג, וואס דער אפציעלער רעדאקטער פונעם צייטונג אינעם עדיטאריעל שרייבט אויף רבינו יואל זצוק"ל, די זעלבע דברי חירוף וגידוף ווי דער איד שרייבט אויף ר' אהרן אז רבינו יואל איז א רשע, חוטא ומחטיא, עבודה זרה. וואלט יעדער גוט פארשטאנען אז דאס איז א געפערליכער פארברעך מצד הנהלת שומרי החומות.

כלהנערים » 16/12/2009 23:04

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די אישו איז לגמרי נישט צו שומרי החומות זאל גיין צו די זאלוינס צו אהרוניס, זיי קענען גיין צו וועם זיי ווילן

די אישו איז לגמרי נישט איבער א צייטונג,

די אישו איז לגמרי נישט צו מ'זאל שטיצן משה גבאי'ס ביזנעס אדער יאסי בראך'ס ביזנעס

די אישו איז לגמרי נישט צו די אהרונים באדערט יא דער איד'ס עדיטארליעס צו נישט

די אישו איז נאר איינע: די העזה צו עדווערטייזן אין א צייטונג וואס מיט דעם טוט מען בשאט נפש שטיצן און אינדארסירן און ציהעלפן צו מפיץ זיין דברי חירוף וגידוף קעגן ר' אהרן.

פון ווי נעמט די הנהלת שומרי החומות די גאטס צו זיך ארום שפילן מיט די הייליגע פושקע פון חת"ס, מיט גיין אזוי עקסטרעם, און זיך אזוי איינטינקען אין די סאטמארע מחלוקה, דאס איז א בגידה נוראה אין זייער תפקיד.

לו יצויר ווען די הנהלת שומרי החומות זאל לייגן עדס אין א צייטונג, וואס דער אפציעלער רעדאקטער פונעם צייטונג אינעם עדיטאריעל שרייבט אויף רבינו יואל זצוק"ל, די זעלבע דברי חירוף וגידוף ווי דער איד שרייבט אויף ר' אהרן אז רבינו יואל איז א רשע, חוטא ומחטיא, עבודה זרה. וואלט יעדער גוט פארשטאנען אז דאס איז א געפערליכער פארברעך מצד הנהלת שומרי החומות.

ביטע מיש נישט אריין רבינו יואל זצוק"ל ווייל דער רבי זי"ע האט קיינמאל נישט געקוקט צו דער נצרך איז אים מחרף ומגדף!

רשכבהגולם » 16/12/2009 23:08

טאקע, אינטערסאנט איז,
 אז די וואס פארשטייען און האלטן אזוי ווי די שרייבסט און דיין משל,
 די זעלבע מענטשן פארשטייען אז די חילוק צווישען דיין משל און נמשל איז אזוי ווייט ווייטער ווי כרחוק מזרח למערב,
אזש אז ס'איז דא וואס האלטן אז צווישען די משל און די נמשל דארף מען גיין און מקוה,

סקאטמאלען » 16/12/2009 23:37

שוין, א גוט מארגן, האסט מיך געכאפט ביים ווארט, יעצט גייט מען דא מאכן א קיגל, כאילו די אישו איז דא צו ר' אהרן איז אזוי גרויס ווי דער רבי ז"ל,

איך האב לגמרי נישט געמיינט צו פארגלייכן די צידקות פון אהרן מיטן די אלטער רבי זצ"ל, ווייל ס'מאכט בכלל נישט שוואכער מיין פוינט.

נפל » 17/12/2009 00:01

סקאט פרעגט א גוטע קשיא און כל הנערים ענטפערט נאך א בעסערע תירוץ

סאטמאר רב ז"ל האט געגעבן געלט פאר "חינוך העמצאי" אפילו ער האט געהאלטן אז מען לערנט דארט רח"ל... און אפילו "חינוך העצמאי" האט געהערט און האט עדווערטייזט אין די ציוניסטישע צייטונגען וועלכע האבן מחרף ומגדף געווען דעם סאטמאר רב ז"ל! דאס הייסט א ערליכער איד! וד"ל

כלהנערים » 17/12/2009 00:04

א גוט מארגן א גוט יאר!
איך מיין אויך ח"ו צו פארגלייכען, איך וויל ארויסברענגן אז דיין רבי איז א גרויסע בעבי.
 
מיט דעם מיין איך אויך נישט אבער, מהר"יי וואלט קיינמאל נישט געמאכט פון דעם א עסק, די גאנצע וועלט זעט וואספארא סענסעטיווע בעיביס עטס זענטס 

כלהנערים » 17/12/2009 00:11

נפל[בילד – נישט אפגעהיט]

סעננדר » 17/12/2009 00:20

ווער ס'האלט אז שומרי החומות האט געטון ראנג זאל ארויסווארפן דע פישקע פינדערהיים, מהר"א האלט אז זיי האבן געטון ראנג זאל ער ארויסווארפן די פישקע פון זיין שול, אבער וואס איז דאס הייסן פאר עמך אידן וואס האלטן ניטאמאל מיט דע פאליטיק זיי זאלן ארויסווארפן די פישקעס פארוואס זאל א פרוי אויפהערן צו לייגן צדקה אין די זעלבע פישקע וואס איר מאמע האט געגעבן ביים לעכט צינדן? וואס איז פשט פון דעם?

yuchw » 17/12/2009 01:29

סקאט

דאס אז שומרי החומות אדווערטייזט טעגליך אין "המודיע" א אגודיסטישע צייטונג וואס פארשפרייט מינות ואפיקורסות, דאס שטערט דיך נישט?

yuchw » 17/12/2009 01:32

ווען שומרי החומות טשעפעט דעם באשעפער ביסטו שטיל, אבער ווען זיי טשעפענען א בשר ודם דעמאלץ מאכסטו א מהומה?



ווילאנג ר' אהרן'ס שוואגער'ס סקווירא'ער רבי, ר' ישראל, ר' מענדל אדווערטייזו אין "איד" און זיי זענען נישט חס אויפן כבוד פון זייער אייגענעם שוואגער, קען די אהרונים נישט קומען מיט טענות צו שומרי החומות.

סקאטמאלען » 17/12/2009 01:32

כלהנערים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
א גוט מארגן א גוט יאר!
איך מיין אויך ח"ו צו פארגלייכען, איך וויל ארויסברענגן אז דיין רבי איז א גרויסע בעבי.
 
מיט דעם מיין איך אויך נישט אבער, מהר"יי וואלט קיינמאל נישט געמאכט פון דעם א עסק, די גאנצע וועלט זעט וואספארא סענסעטיווע בעיביס עטס זענטס 


איך זעה דאך אז דיין מהרי"י איז נאך א גרעסערע בעיבי אז ער שלאגט זיך מיטן כולל זיבנבערגן, פאר די חטא פון "נישט" עדווערטייזן אין דער איד. דאס איז שוין לכל הדעות א בעיבי.

רשכבהגולם » 17/12/2009 18:46

די מחלוקה פון מהרי"י קעגן כולל זיבנבערגען,
איז דערווייל נישט מער ווי א רצון פון געוויסע ארונים, וואס ווילן זיך אויס גלייכן די ביינער אלעמאל נאכדעם וואס זייער רבי האט שוין ווידער עפעס אנגעווערטשאפט, די בעסטע וועג ארויס איז צי זאגן מהרי"י טוט די זעלבע,
אדרבה,
א דרשה פון מהרי"י קעגן זיבנבערגן,
אדער ברענג אהער דער בעל דין אליין זיבנבערגן, זיי ווייסן בכלל פון אזא מערכה,
אדער סיי וועלעכע אנדערע זכר אדער סימן פון א מערכה וואס ווערט געפירט קעגן זיבנבערגן מצד מהרי"י,
צי די וואס זענען מקפיד נישט עובר צי זיין אויפן לאו פון אל תהרהר פעלט טאקע נישט אויס קיין תירץ,
אבער נישט יעדער קען זיך דאס ערלויבען, 

דיןתורה » 17/12/2009 18:58

שוין ווייטער לייקענען פאקטען
דרך אגב, די מערכה קעגן חובת ירושלים לייקענסטו אויך?

סקאטמאלען » 17/12/2009 19:02

מאכסט א טעות, זיי האבן אראפגעריסן זייערע פלאקאטן פון ראדני, נישט געלאזט אויסרופן זייער דינער, און נאכדעם האבן זיך די זאלויניס געגרויסט אז זייער דינער איז געווען א דורכפאל.

אלעס פארוואס? פארן "נישט" עדווערטייזן אין דער איד,

אזא בעיבי צו זיין דער מהרי"י?

מילא, די ארוניס האבן כאטש א טענה אז זיי שיצן אויף די כבוד פון זייער רבי'ן, אבער וואס פאר א גוט יאר מוז יענער דוקא יא עדווערטייזן און דער איד?

וואספארא מין נועם המידות איז דאס?

סקאטמאלען » 17/12/2009 19:04

איך האב געמיינט טאקע די גאליציאנער כולל, מיט אנטשולדיגונג

רבינחום » 17/12/2009 19:50

שומרי החומות ארבעט קלוג מיט נישט נעמען קיין צד אין עדווערטייזען ביי יעדעם
חיבת ירושלים האט זיך באגראבען מיט נעמען צדדים איבעראל, קיין געלט ברענגט עס נישט אין איך גלייב איז שומרי החומות מאכט נאך גענוג געלט ביי די באזעצענע אהרונים

סקאטמאלען » 17/12/2009 19:57

פארוואס עדווערטייזן אין ביידע איז "נישט" נעמען א צד און עדווערטייזן אין קיין איינע איז "יא" נעמען א צד,

דער שכל זאגט פארקערט, עדווערטייזן אין ביידע איז פונקט ווי זאלסט דערלאנגן א פראסק פאר ביידע, און עדווערטייזן אין קיינע געבסט פאר קיינעם קיין פראסק.

יוספ7 » 17/12/2009 20:13

איך האב אלע מיינע יארן געוויסט אז דע בני יואלע זענען עקסטרמיסטן יעצט זע איך אז זיי קענען זיך פארשטעקן אין א מייזען לאך אקעגען די ארונים מיט זייער עקסטרמיסטיש'קייט

דע בני יואלע האבן אריין געכאפט פין יעדעם פין דע רבנים וואס האבן נישט געקענט ביישטיין דע טעראר אין אפגערעדט פין דע צייטונג דער איד יעדע וואך איז געשטאנען דאס ערגסטע אקעגן זיי מיט זייערע רבנים אין מיט דעם אלע זאכן איז אייביג געווען ביי זיי די פישקעס פין שומרי החומות אין יטב לב אין קרן הצלה אין אזוי ווייטער אפי' יעדער ווייסט ווער סאיז געווען נשיא אין סגן נשיא ביי דע אלע צדקות אין מוסדות אין דע בני יואלע האבן געהאט דע אלע פישקעס אין אין זייערע בתי מידרשים איז געווען דע אלע פישקעס

אין אלע ארונים קענען נאך שרייען אז בני יואל איז עקסטרמיסטן סאיז נאכנישט געווען אזאליכע עקסטרעמיסטן ווי דע כת חלה דעקליך


תוקן על ידי יוספ7 ב- 17/12/2009 20:05:17

בלאט: 1 2