היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » אלטימאטום: אהרונים פאר שומרי החומות

אלטימאטום: אהרונים פאר שומרי החומות

77 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2733124
בלאט: 1 2

נפל » 17/12/2009 20:33

פאר מיר פערזענליך איז קיין נפק"מ ווי דער כולל אדער יענער כולל עדווערטייזט יא אדער נישט! איך שטיץ שומרי החומות אלס א אונגארישער אפשטאמיגער, איך שטיץ חיבת ירושלים צוליב דעם וואס אונזערע רבי'ס לבית זידיטשוב קאמארנע זענען געווען גאליציאנער און דער הייליגער רבי ר' אייזיקל זידיטשובער איז געווען פון די ערשטע נישואם און א הייסער שטיצער.

איך פארשטיי אז א עד איז סך הכל א וועג פון ברענגען געלט simple as it is מיט דעם וואס איינער פון די כוללים עדווערטייזט אין דער בלאט רופט ער נישט אויס מלחמה קעגן די זאליס, סך הכל רופן זיי אויס צו די ארוינים "מיר דארפן געלט פאר עניי ארץ ישראל" און די זעלבע איז ווען זיי עדווערטייזן אין דער איד. ווען איך זאל ווען זיין אין די הנהלה פון איינער פון די כוללים וואלט איך פארפירט אז מען זאל עדווערטייזן אין ביידע! א עד איז א מיטל פון ברענגן געלט ותו לא!

סקאט, איין זאך איז זיכער, אז נישט מהרז"ל און נישט קיין שום אפיציעלער ווארט זאגער פון די זאלי'ס האבן גערעדט אדער געשטעלט פיסלעך קעגן קיינער פון די כוללים! יא, עטליכע זאלי'ס האבן אראפגעריסן די פלאקאטן אין די זאלי בתי מדרשים, דאס איז א פארשטענדליכע אקט אין יעדע גרויסע חסידות, איבעראל זענען פארהאן היץ קעפ. פארט האט קיינער נישט געהייסן אויפהערן שטיצן און ארויסווארפן פישקעס און קיינער האט נישט געווארפן פישקעס דאס הייסט אז מהרז"ל שווייגט!

פון די אנדערע זייט האט מהר"א "אליינס" געזאגט פאר זיין עולם אז מען זאל נישט שטיצן קיין איינער פון די כוללים נאר "די אייגענע כולל אין בני ברק" און די אפיציעל הנהגה האט אויסגעריסן פישקעס און יעצט סטראשעט די אפיציעלע הנהגה אז זיי וועלן הייסן זייער עולם ארויסווארפן די פישקעס אויך פון די הייזער, דאס הייסט אז ענק האבן נקמה גענומען אין עניי ארץ ישראל פאר אייגענע אינטערעסן!

ווען איינער פון די כוללים עדווערטייזט אין "ביידע" איז דאס נישט געמישט, פונקט ווי די פארשטייסט אז זיי דארפן עדווערטייזן אין "מחנה החרדי" ווייל זיי דארפן אנקומען צו בעלזא געלט וכו'. אבער נישט עדווערטייזן אפילו אין "ביידע" איז שוין יא געמישט!

סקאטמאלען » 17/12/2009 20:56

ר' אהרן האט בלויז געזאגט אז מ'דארף זיין משעובד צו בלויז 1 רמבע"הנ פושקע, ווייל אזוי איז אלס געווען, און דער סיגעטער פושקע וואס איז נתייסד געווארן נאך פון זיין זיידע און וואס זיין טאטע האט איבערגעפלאנצט בערוב ימיו, איז פאסיג פאר סיגעט סאטמאר חסידים זיך צו משעבד זיין און די אנדערע נישט,

אבער ער האט קיינמאל נישט געהייסן ארויסווארפן די אנדערע פושקעס, ער האט קיינמאל נישט געהייסן בויקאטירן די אנדערע פושקעס, ס'קיינמאל נישט געקומען קיין שום הוראה נישט פון ר' אהרן און נישט פון זיין קהלה אז מ'זאל מער נישט געבן קיין געלט פאר די אנדערע כוללים.

נפל » 17/12/2009 20:59

סקאט, אלעס ביז שקר, פרעכע שקר קען איך נישט דערליידן (סארי פאר די ווילדע ווערטער אבער די האסט הפעם איבערגעטריבן)

אין איינער פון די פריערדיגע תגובות האט איינער געברענגט א טעל. נומער מיט א דרשה פון ר' אהרן ביטע הער אויס די דרשה און דערנאך קום פארצייל מיר וואס ער האט יא און וואס נישט געזאגט.

עס איז געקומען א הוראה פון ר' אהרן'ס קהלה (דאס אליינס אז די אפיציעלע קהלה טוט דאס ווייזט לכאורה אויף א הסכמה פונם מנהיג) אז מען זאל ארויסווארפן פישקעס פון בתי מדרשים און זיי האבן טאקע אזוי געטון! משא"כ די זאליס האבן איין איין פשיקע נישט ארויסגענומען!

ווער_איז » 17/12/2009 21:00

אויב איז עס טאקע נישט וועגען פאליטיק פארוואס איז ער קליגער פין אינזערע רביס? ווי למשל געב א קיק אריין אין די דינער תורות קיק דע לשונות וואס די רבי ניצט פאר כולל שמרי החומות

סקאטמאלען » 17/12/2009 21:11

ווער_איז, דאכט זיך אז דעמאלטס האט נאך נישט עקזיסטירט דער סיגעטער כולל, ממילא איז שומה"ח געווען די איינציגסטע כולל די מערסטע געאייגנט פאר סאטמארע חסידים, אבער יעצט אז דער ברך משה האט שוין איבערגעפלאנצט זיין טאטענס כולל נעמט דער נייער כולל איבער דאס ארט פון שומה"ח

און איך האב נאכמאל אויסגעהערט ר' אהרן'ס דרשה, די איינציגע ווערטער וואס קוקט אפשר אויס אז ס'קעגן שומה"ח  ווי ער זאגט אז מ'איז נישט משעובד צו די אנדערע כוללים, דאס אלעס, ער זאגט נישט שומה"ח, ער זאגט אלע, און "נישט משועבד" מיינט נאך נישט ארויסווארפן פון די שטיבער.

נפל » 17/12/2009 21:32

ער זאגט דארט נאך אפאר זאכן

מיר זענען נישט משעובוד צו קיין איינער. מען זאל שטיצן דווקא די היימישע כולל אונזער כולל די כולל אין בני ברק, אינדערהיים האט מען אויך געשטיצט "נאר איין" כולל...

די פארלייקנסט די פאקט אז ענק האבן ארויסגעריסן די פישעקס אין עטליכע פון ענקערע בתי מדרשים? די פארלייקנסט די פאקט אז ענק האבן ארויסגעריסן די פישקע פון די אוהל אויפן ביה"ח אין קרית יואל? די פארלייקנסט די פאקט אז ענק האבן געגעבן א אלטימאטום פאר שומרי החומות?

צד מהרז"ל האט נישט געטון "קיין איינס" פון די שריט!

רבינחום » 17/12/2009 21:33

למעשה מאכט נאך כולל שומרי החומות דאס מערסטע געלט אפילו ביי די סאטמארער קרייזען

נפל » 18/12/2009 00:42

סקאט פארוואס זענט איר אנטלאפן? איך האב זייער הנאה געהאט פון די שמועס ביז יעצט, ווער מיר נישט נעלם.

א_בני_יואל » 18/12/2009 17:29

יוספ7 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב אלע מיינע יארן געוויסט אז דע בני יואלע זענען עקסטרמיסטן יעצט זע איך אז זיי קענען זיך פארשטעקן אין א מייזען לאך אקעגען די ארונים מיט זייער עקסטרמיסטיש'קייט

דע בני יואלע האבן אריין געכאפט פין יעדעם פין דע רבנים וואס האבן נישט געקענט ביישטיין דע טעראר אין אפגערעדט פין דע צייטונג דער איד יעדע וואך איז געשטאנען דאס ערגסטע אקעגן זיי מיט זייערע רבנים אין מיט דעם אלע זאכן איז אייביג געווען ביי זיי די פישקעס פין שומרי החומות אין יטב לב אין קרן הצלה אין אזוי ווייטער אפי' יעדער ווייסט ווער סאיז געווען נשיא אין סגן נשיא ביי דע אלע צדקות אין מוסדות אין דע בני יואלע האבן געהאט דע אלע פישקעס אין אין זייערע בתי מידרשים איז געווען דע אלע פישקעס

אין אלע ארונים קענען נאך שרייען אז בני יואל איז עקסטרמיסטן סאיז נאכנישט געווען אזאליכע עקסטרעמיסטן ווי דע כת חלה דעקליך


תוקן על ידי יוספ7 ב- 17/12/2009 20:05:17



ישר כח יוספ7 [בילד – נישט אפגעהיט]

סקאטמאלען » 18/12/2009 17:41

איך האב געפינען נאך גרעסערע עקסטרמיסטן הלא הוא דער מהרי"י רבי, וואס האט זיך  צישלאגן מיט צדקת רמבעה"נ פארן "נישט" עדווערטייזן אין א צייטונג.


תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 18/12/2009 17:41:41

נפל » 18/12/2009 17:47

סקאט איך האב דיר געפרעגט א קשיא, זעט אויס אז עס איז דיר גרינגער איבערצוקייען דיינע ווערטער מיט פארמאכטע אויגן ווי איידער קוקן דאס מציאות גלייך אין פנים אריין

די פארלייקנסט די פאקט אז ענק האבן ארויסגעריסן די פישעקס אין עטליכע פון ענקערע בתי מדרשים? די פארלייקנסט די פאקט אז ענק האבן ארויסגעריסן די פישקע פון די אוהל אויפן ביה"ח אין קרית יואל? די פארלייקנסט די פאקט אז ענק האבן געגעבן א אלטימאטום פאר שומרי החומות?

וועלכע פון די שריט האט צד מהרז"ל געטון? די תירוץ איז זיי האבן נישט געטון "קיין איינס" פון די שריט!

א_בני_יואל » 18/12/2009 17:51

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב געפינען נאך גרעסערע עקסטרמיסטן הלא הוא דער מהרי"י רבי, וואס האט זיך  צישלאגן מיט צדקת רמבעה"נ פארן "נישט" עדווערטייזן אין א צייטונג.


תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 18/12/2009 17:41:41



אבער דעס איז זעכער אז בני יואל איז קען זיך פארשטעקן פאר ענקער עקסטרמיסיטשקייט זיי קימען ניטאמאל צי ענקער קליינע פינגער פין די פיס מיט ענקער עקסטראמיסטישקייט!!!!!!!!!
 ישר כח פאר די קאמפלאמענט

סקאטמאלען » 18/12/2009 18:17

מסכים, דאס מיינט אזוי, די זאלויניס זענען די גרעסטע עקסטרעמיסטן, נאכדעם קומען די ארוניס, און קלענסטע עקסטרעמיסן זענען די בני יואל

איך קען מיך נישט העלפן אבער בע"כ קומט עס צו שמייכלען

נפל, גערעכט די קהלה האבן טאקע ערזעצט אין געוויסע בתי מדרשים די שומרי החומות פושקע מיט די סיגעטער פושקע, איך בין מודה אז ס'אביסל צו ווילד, (טראץ וואס איך גלויב אז סוכ"ס וועלן זיי מסתמא צוריקשטעלן די פושקעס), אבער צו זאגן אז דאס מיינט אן הוראה פאר אלע זייערע חסידים צו ארויסווארפן די פושקע פון די שטיבער און עס בויקאטארן איז א פראסטער שקר, אויב דו מערקסט איז דער גאנצער געפעך דא דוקא פריוואט צווישן די קהילה און די הנהלת שומרי החומות, ס'נישטא קיין איין איינציגער הרואה לרבים אין ערגעץ נישט און בלאט נישט און זייערע שולן און ערגעץ, אז מ'זאל בויקאטירן די צדקה,

נפל » 18/12/2009 18:53

סקאט איך וועל דיר אויפוועקן און זאגן גוט מארגן!

דער הויפט ווארט זאגער פון די אהרוינים אזאש דער רבי אליינס האט ארויסגעגעבן א הוראה אז די איינציגסטע פישקע וואס מען זאל שטיצן איז די כולל אין בני ברק!

נאך א זאך, יעצט רעדט זיך טאקע פון ארויסגעבן א הוראה אז מען זאל די פישקעס פון רבמעה"נ בכלל נישט האלטן אין שטוב! דאס איז די איצטיגע אלטימאטום וואס איך גלייב אז די הנהלה פונם כולל וועט סיי ווי אפווארפן צוליב דעם וואס ענקער רבי האט שוין סיי ווי אויסגערופן א בויקאט דערויף, ממילא בלייבט זיי איבער נאר די זאליס.

סקאטמאלען » 18/12/2009 19:41

איך וועל שרייבן כלשונך:

"[סקאט] נפל, אלעס ביז שקר, פרעכע שקר קען איך נישט דערליידן (סארי פאר די ווילדע ווערטער אבער די האסט הפעם איבערגעטריבן)"

ער האט קיינמאל נישט געזאגט אז די איינציגע פושקע וואס מ'זאל שטיצן איז די סיגעטער פושקע, שקר, שקר, שקר.

ער האט געזאגט 2 באזונדערע ענינים, און די מאכסט א קוגל מיט עס.

ער האט פארציילט אז און דער אלטער היים, איז נאר געווען איין פושקע, רמבעה"נ, דאס האט ער בלויז פארציילט צו ארויסברענגען די חשיבות פון רמבעה"נ

באזונדער האט ער שפעטער געזאגט אז דער סיגעטער פושקע זאל פארנעמען די ארט אלס דער פושקע וואס אנשי שלומינו זאל זיין משעובד, און אלע אנדערע פושקעס זעמיר נישט משעובד פונקט ווי פאר גאליציאנער איד איז דער חיבת ירושלים פושקע דער רמבעה"נ פושקע וואס זענען משעובד, אין די אנדערע נישט, טראץ וואס איך גלייב אז זיי שטיצן אלע.

איך בעט דיך נאכאמאל זיי אביסל מער נזהר אינעם ענין פון מדבר שקר תרחק.

נפל » 18/12/2009 19:42

הער אויס די דרשה!

ירושלימער2 » 21/12/2009 20:28

דע דרשה זייער זייער מיאוס געפערליך א מיאוסן נידריגע מאל!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

נפל » 21/12/2009 20:48

געפערליך? WOW וואס איז אזוי געפערליך? איך זע נישט וואס איז אזוי געפערליך און מיאוס...

ירושלימער2 » 21/12/2009 21:26

א איד וואס שטעלט זיך אלץ ממלא מקום פון זיין פעטער און רופט זיך מרן הגה"ק מסאטמאר זאל זיך אוועק שטעלן ברבים און אפהאלטן שטיצן א מוסדות אין אר"י (בכלל נישט קיין נפקא מינה וועלכע מוסדות) וואס מיט מסי"נ  שטייען זיי און נעמען נישט קיין פרוטה פון דע מדינה הטמאה (יא זייער רבי איז נישט געווען מרן מסאטמאר) אלע אנדערע מוסדות שטייען און לאכן אפ אנשטאט זאל זיין אז סאטמער רב זאל שטיין אין מחזק זיין און שטיצן,איז נישט נאר אז ער איז נישט מחזק שטעלט ער זיך אוועק און רעדט  אפ פון צו שטיצן  בריש גלי, שמו שמים

כלהנערים » 21/12/2009 22:52

סקאטמאלן רוף 7183056942-4425# דארט הערט מען דעם הגה"ק ווי ער זאגט, אינדערהיים האט יעדער געהאט נאר איין פישקע, און ער זאגט עס איבער 3 מאל אינדערהיים אינדערהיים כדרכו בקודש נאכדעם זאגט ער מיט אייפער, אונז דארף מיר שטיצן אונזער כולל!!

ביטע זיי מסביר דיין רבי'ס ווערטער.....

סעננדר » 21/12/2009 23:36

בכלל איז דער משל מיטן נמשל א סתירה

ער הייבט אן מיט א מעשה פון רבי ר' וועלוועלע אז ער פלעגט רופן יעדן איד "צדיק" אבער ביזן זיך משדך זיין, דערנאך זאגט ער, די אלע פיינע כוללים און א"י גייען צו בחירות וכו' וכו' אבער פאוואליע וואס איז מיטן שידוך...............? קען מען יא ווערן א איידעם... ביי דע פיינע..... וואס גיען צו בחירות.....?

ס'טאקע אומפארשטענדליך פארוואס 'דער איד' האט נאר געברענגט דעם נמשל.. 
 

ירושלימער2 » 22/12/2009 00:21

איך האב שוין געשריבן פריער ביים אשכול "אידן אי ארץ ישראל וכו"אז ווען מרן רבינו איז אין אר"י תשס"ה נאכן רעדן צענליגער דרשות און פערל ווערטער וכו (עיין שם)ווען דע זאליס זאל נעמען מהר"א און נאך קוקן אויף דעם זעלבן שטייגער וואלט שוין דער קאמפיוטער צו פלאץ געווארן פון אזוי פיל הערות לטוב ולרע ,,

ווער_איז » 27/12/2009 17:28

סוג כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פרישע אינפארמאציע הייסע נייעס איצט אריינגעקומען

ביי א זיצונג פון די גרויסע אהרונים פירער מיט די הנהלת כולל שומרי החומות, איז ארויפגעברענגט געווארן אן אלטימאטום אויב ביז נאך חנוכה הערט מען נישט אויף צו אדווערטייזן אין "דער איד" גייט מען אראפנעמען אלע צדקה פושקעס פון אהרונים בתי מדרשים פון וומ"ס און ב"פ.

און הייסן דעם ציבור אויפהערן האלטן צדקה פושקעס בביתם.

דעלעגאציע פון שומרי החומות ביי א. טייטלבוים, גייט ארויס מיט ליידיגע הענט.


ווייסט איר די סיבה פארוואס דווקא נאך חנוכה אין חודש טבת איז די דעדליין וואס דע כת מוסרים האבן ארויס געגבען אקעגען די הייליגע צדקת רבי מאיר בעל הנס כולל שמרי החומות דא האט איר די סיבה אלעס האבן האבן די פריעדיגע צדיקים געזען דא האט איר א שטיקעל פין די וואך אין מבאר רבותינו

[בילד – נישט אפגעהיט]

סקאטמאלען » 27/12/2009 19:48

בקיצור אלע קללות פון אלע דורות פון קבלת התורה, מיינט נאר אהרן טייטלבוים.

אזוי עקסטרעם אין משוגע צו זיין איבער א נארישעע חסידישע מחלוקה'לע

אוי ווי אונזער סופרעמיסי איז גערעכט!

ווער_איז » 27/12/2009 19:53

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
בקיצור אלע קללות פון אלע דורות פון קבלת התורה, מיינט נאר אהרן טייטלבוים. ובדומה לו

אזוי עקסטרעם אין משוגע צו זיין איבער א נארישעע חסידישע מחלוקה'לע

אוי ווי אונזער רבי מיט זיין נאמען  סופרעמיסי איז גערעכט!

סקאטמאלען » 27/12/2009 19:58

בקיצור, אהרן טייטלבוים איז א קליפה וואס איז שטארק שולט אין חודש טבת

נעבעך

ווער_איז » 27/12/2009 20:13

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
בקיצור, אהרן טייטלבוים איז א קליפה וואס איז שטארק שולט אין חודש טבת

נעבעך



ליידער
בלאט: 1 2