דעס קימט פין די דערנעבענדיגע אשכול איך האב עס נאכגעקיקט אין גראסרי וואס זאל איך ענק זאגן מיינע פריינט איך האב געמיינט אז די ערד עפענט זיך אינטער מיר פאר בישה
איך בין שטיין געבליבן שאקט איך עפען אויף א פעקעל קאקיס לכבוד חנוכה פאר די טייערע קינדערליך איך וויל געבען פאר די קינדער א מנורה קאקי מיט א דריידעל קאקי אין נישט מער אין נישט ווייניגער איך טרעפ אפאר מגן דוד קאקיס אינעם פעקעל האב איך געטראכט קען זיין אז דע קאפעני מזונות מבין האט שוין ווייטער געדארפט טוישן די הכשר (זיי האבן שוין געהאט פראבלעמען אין די נישט וויטע פארגאגעהייט) לכאורה האבן זיי גענימען דע פארשאלטענע הרבנית הראשית הכשר פין ארץ ישראל אין זיי האבן דעס באשטימט אז אפציצייכענען דע זיג פין די קדושה אקעגן די טומאה אין יו"ט חנוכה איז די בעסטע וועג לויט זייערע דיעות כוזבות מיט די סימבאל פין דע כופרים געב איך א קיק אויפן הכשר בין איך אריין געפאלען אין א גערעסערע שאק ניין סהאט נאך אלטץ די הכשר פין היתאחדות הרבנים רח"ל אזא כפירה מיט די סימבאל פין היתאחדות איך ווייס נישט וואס צי זאגן