רז"ל גייט רעדן אין ציוני'סטישע שול!
43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2685343
היינט איז געווען ארויסגעלייגט מודעות אין ב"פ אז מהרז"ל, וועלכער האט געגנב'עט דעם נאמען סאטמאר כדי 'צו ראטעווען דעם רבי'ן זכרונו לברכה', גייט האלטן א רעדע אין א שול פון אלטע אמעריקאנער ציונים אין בארא פארק דעם קומענדיגן א' סליחות, ארום די זעלבע צייט וואס שאול פערלשטיין גייט קלאגן אין ראדני אויף די חוצפה פון אים וועלן צווינגען צו קומען צו די"ת.
יענע שול איז א שכן 'טוב' פאר די נייע שול וואס די זאליס בויען אין ב"פ, און רח"ד כ"ץ האלט זיך נאנט מיט יענעם 'רב' ווייל ער האט אן אויג אפצוקויפן די געביידע (די מתפללים אין יענע הונדערט יאריגע קהלה זענען בעיקר אלטע יענקיס), און ווי באקאנט איז אלעס אין דער וועלט מותר פאר די זאליס אויב ס'דינט דעם צוועק פון שטעכן סאטמאר. ווי דער אלטער סלאגאן פון אלע רשעים אין אלע דורות: דער ציל הייליגט די מיטלען.
דאסמאל איז דער מיטל אויפטרעטן אין א שול וואו די פרויען גייען מיט אייגענע האר, און די פרויען גאלעריע האט בכלל נישט קיין מחיצה. יעדן חנוכה הענגט דארט א פראכטפולע עלעקטרישע מנורה, און יעדן ה' אייר ווערט דארט אויפגעהאנגען דער דגל הטמא פון די פארשאלטענע מדינה הטמאה.
אבער וואס זענען דען די קלייניגקייטן ווען ס'קומט צום 'אנהאלטן די נקודה הפנימית פון רבי'ן ז"ל' דורך עובר זיין אויף אלע איסורים שבתורה?! קעגן זיצן אין בג"ץ איז דאס שוין א קינדער שפיל!
אז מען גייט אין בג"ץ וואס איז די ווינדער ?
מבקשל....עס באדערט דיך טאקע אז סאטמאר רב גייט רעדען אין א ציעניסטישע שיל..אדער עס באדערט דיך אז מען האט געריפען ר' מאלכיאל קאטלער מיט סאטמאר רב ציזאמען, אין טראץ די געבעטען פין דעם קודש פין מאנרא אז נאר ער האט א לייסענס צי זיצען מיט ר' מאלכיאל קאטלער..האט מען עם געלאכט אין די פויסטען.אין מען האט עם געזאגט די קענסט בלייבען ווי די ביסט..זאג נאר וואס באדערט דיך הא?..
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 10/09/2009 6:32:56
טאמער איז אמת אז די שיל האט נישט קיין מחיצה טאר מען אין אזא שיל נישט אריין טרעטן
כל שכן נאך האלטן א דרשה
פוי דער איז א אפגעריסענער עם הארץ
איך וועל מיך ענדרעש האלטען צי א רבי וואס רעד אין א שיל אן א מחיצה (ווען פרויען זענען נישט דארט) ווי מיט א רבי וואס נעמט אראפ מזיזות פין אזא הייליגען מוסד ווי שערי חמלה...
פאר די אמעריקאנער באמעס קען ער רעדן אומגעשטערט קיינער פון זיי וועט אים סיי ווי נישט כאפן ביי קיין גרייז און קיינער פון זיי וועט א וודאי נישט אפפרעגן זיין פשעטל אויף די סוגיא פון גזלנים חמסנים וואס אין די סוגיא איז ער אשטארקער בקי .
איך בין נישט זיכער אבער איך מיין אז ביי די אויבערשטע שטאק (ואס איז אפגעשפארט א גאנצע וואך אויסער ווען דער גנב קומט) זיצן נישט די פרויען אונטן צוזאמען מיט די מענער נאר אויף א גאלערי אבער די גאלערי האט טאקע נישט א מחיצה
| YESWECAN3 כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | |
מבקשל....עס באדערט דיך טאקע אז סאטמאר רב גייט רעדען אין א ציעניסטישע שיל..אדער עס באדערט דיך אז מען האט געריפען ר' מאלכיאל קאטלער מיט סאטמאר רב ציזאמען, אין טראץ די געבעטען פין דעם קודש פין מאנרא אז נאר ער האט א לייסענס צי זיצען מיט ר' מאלכיאל קאטלער..האט מען עם געלאכט אין די פויסטען.אין מען האט עם געזאגט די קענסט בלייבען ווי די ביסט..זאג נאר וואס באדערט דיך הא?..
|
|
וגופא דעובדא הכי הווה:
ווען דער קדוש'ל פין מאנרא האט געהערט אז מ'רופט דעם סאטמערען רבין צו האלטן א דרשה אין דעם הייליגען אור אלטען שיל אין די קהילה פין די יראים ושלמים פין די איינציגסטע שומרי שבת אין ב''פ, האט דער קדש'ל אנגעהויבן א מעכטיגע מערכה דער טאשען שניידער האט גלייך געסטראשעט מיטן ערגסטן, דער לוזער אהרן וועלץ האט געווארענט מיטן פארברענן זיין שול, שמיצחאק ראזענבערג האט געשריגן אז נאר זיין קדש'ל האט לייסענס צו רעדן מיט ר' מלכא' קאטלער, אבער די גרויסען גאון דער רב הקהילה האט אים גענטפרט אז מיר האבען פאר אייך נישט מורא, כ'ווייס גאנץ גיט אז דיין קדוש'לס יונגערע ברידער פאקט איין זיין אחיו הגדול מיט לערנען אין דרשות אין יר''ש וכו' אין ער האט זיך טאקע נישט געבראכען פין זיין טעראר, אין רבינו שליט''א וועט טאקע אויפטרעטן קימענדיגע זינטוג פאר די אלפי יראים ושלימם וואס זענען מעמבער'ס אין דער ריזיגען מבצר התורה אין דעם פראכטפולען שיל.
מי רואה את אלה יוצאים ולא יוצא
ווי דער שר התורה ממללן רברבן כ''ק אדמו''ר מסאטמאר וועט כדרכו מעורר זיין יודישע קינדער לתשובה ותיקון המעשים
{כ'פראביר צו העלפן פארמעגליך}
ערנסט גערעדט: איינער געדענקט די תפארת ישראל שול אין וומ''ס ביי בעדפארד קאר' קליימער?
מ'רעדט פין אזא שול! נאר איין חילוק, דארט זענען די מחיצות געווען כאטש לשיטת ר' משה פיינשטיין ז''ל.
תוקן על ידי rebyankel ב- 10/09/2009 22:20:35
ר' יענקעלע..המקום ינחם אתכם..איך וועל נאך מעריך זיין שפעטער, יעצט יאג איך מיך אביסעל, איך דארף גיין אנגרייטען די גרויסע בענקעל פאר כ''ק אדמר מסאטמאר שליט''א...
כ'קען קוים ווארטען ווען די וועסט שוין האבען צייט, מאך זיכער צו רוקען די פאן אינטערן בענקל, אז די פיקטשער זאל גיט אויסקומען
אגב, ווייסט איינער אויב איז ער אזא גיטע רעדנער אין ער קען אזוי גיט מחזיר בתשובה זיין יודן פארוואס רעדט ער נישט ביי זיין אייגענע קהילה זיינע תלמידים וחסידים השותים בצמא את דבריו??? פארוואס רופט אים נישט רח''דכ רעדן אין זייער געדניגענע שול, וואס איז היבש גרעסער פין דעם יענקי שול?
אגב, די ווייסט אפשר אויך וועלכע פסוקים ער גייט מחדש זיין? אדער ער גייט ניצן זיין אלטע פסוק וואס ער האט מחדש געווען ביי די ערשטע שבת שובה דרשה {פין וואס ער איז שוין ב''ה באפרייט} השבינו ד' אלוקיך ונשיבה..... {ער האט דאן געטייט אז ד' אין רחמים אין אלוקים איז דין...... ס'נישט געווען ווער ס'זאל וויינען}
| טאטלע כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | טאמער איז אמת אז די שיל האט נישט קיין מחיצה טאר מען אין אזא שיל נישט אריין טרעטן
כל שכן נאך האלטן א דרשה
פוי דער איז א אפגעריסענער עם הארץ
מיט אזעלכע מחיצות טראסטען זיי נישט דעם קדוש'ל צו קומען אהין, ווייל מיט זיינע שרפע אויגן וועט ער באמערקן אלע שארטקאטס...
|
|
ער גייט רעדן איבער די סוגיא ''שור שנגח ד' וה''' .
ער זאל נאר נישט רעדן פין סגיא וואס ער האלט אינמיטן לערנען...........
צאנזער רב זאגט ניין. רז"ל פייפט אים אן !
אן אפענער איסור פון הייליגן צאנזער רב זי"ע
מ'טאר נישט אריינגיין אין א שול וואו עס איז נישטא קיין געהעריגע מחיצה.
מ'רעדט נישט אז רז"ל איז אריינגעפאלן אין פלעטבוש אדער אין די פייוו טאונס.
ער פארט רעדן אין א מקום וואס די ווייבער שול האט נישט קיין מחיצה !
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך פארשטיי באמת נישט די ארונים
האט עטץ זיך נאכנישט אויסגעלערנט אז איך מעג און דו טארסט נישט.
הגז"ל איז "שר התורה" ער טוט מיט די תורה וואס ער וויל
דער דברי חיים וועט אים נישט איינטיילן
ליצנות אין א זייט געלייגט, איך גלייב נאכנישט אז ער גייט רעדן אויף אזא פלאץ, כ'מיין ווי זענען זיינע רבי זכרוינע לבראכע אידן
אפשר קען איינער לייגן א בילד דא?
איך בין שוין ליידער געווען אין דעם שול
ס'האט זייער א שוואכע מחיצה מען קען געהריג אריין קוקן ביי די נשים.
כ"ק רבינו שליט"א
וועט בע"ה זאגען א דרשת התעוררת
היינט נאכט 8:00 שארף
אין בית מדרש בית אמונה
(טוב שכן טוב 14 - 52)
דער עולם ווערט זייער געבעטן צו קומען צייטליך
אזוי ווי דאס איז א ליטווישע בהמ"ד און 8 מיינט פונקטליך
אויך וועט אויפטרעטן הרה"ג לעקוואד ראש ישיבה
איך קים יעצט פין דארט וואס זאל איך ענק זאגען אשרי עין ראתה כל אלה..ארנמלך אוי וואלט זיך ענקער רבי געווינטשען צי זיצען דארט מיט אלע רבנים פין די ליטע..אוי ווי גיט דע בילד וואלט געצייגט אין די כל העלם כולו.. אבער ליידער נאך די פערלשטיין פרשה אין קרית יואל האט עם כלל ישראל אויסגעשפיגען אין מען האט מחליט געווען אז מען ריפט דעם יונגערען ברידער..
דאס איז די פירות פינעם בראך משה מיט זיינע קינדער
זיי זאגן קרעציג, אין זיי זאגן שוין הלל ה' אייר. אז זיינע קינדער קענען שוין אריין גיין אין שול וואס דער דברי חיים האט גע'אסר'ט וואס ערווארט ער שוין פין אנדערע
מען וואלט געדארפט דעם בראך משה מפנה זיין אין לייגן אין פאללאק'ס לאט.
ער טאר ציזאם מיט הייליגען רבי'ן נישט ליגן, ער מיט זיינע קינדער האבן מטמא געווען כלל ישראל מיט נ' שערי טומאה מיט די שוך אין זאקן.
ס'איז א פחד וואס דא גייט פאר
אזוי פיל קען איך יא זאגן וואס הרה"ח ר' סענדר דייטש האט געזאגט
אז ווען די רבי ז"ל זאל היינט אויף שטיין הייבט ער אן פריש מיט 6 קינדער.
אין איך גלייב נישט אז די רבי ז"ל וועט צוריק נעמען דעם פקדון פינעם בראך משה וואס ער האט אזויפיל פראפגאנדירט אין זיין לעבן .
איך מיז ענק זאגען סאיז ממש נישט נארמאל כ''ק אדמ''ר מסאטמאר שליט''א טיילט שיריים פאר די נשים..איך האב עס אליין געזען...
אפדעיט:
- אין די שול הענגט א גאנץ יאר א מי שברך טאוועל פאר די טמאנע צה"ל, נאר היינט האט מען עס אראפגענומען צו כשרן די חזיר פיסל.
- ה' אייר, אויסער וואס סהענגט א פאן, קומט דארט פאר יעדעס יאר א גאנצע צערעמאני פאר די טמאנע רשעים
- די שול האט נאר איין אריינגאנג פאר מענער און פרויען צוזאמען
- אויך היינט נאכט זענען געווען דארט פרויען, מיט אייגענע האר און אן זאקען, און זיי זענען ניטאמאל ארויף אויף די גאלערי אן די מחיצה, נאר זיך געדרייט אונטען נעבן די מענער
איינער זאגט מיך סדערמאנט אים די מעשה פון יענעם ליטוואק וואס איז געגאנגען זוכען עבירות ערב יוכ"פ אז ער זאל האבען וואס צו תשובה טון
קהל יטב לב די פרעגסט ווי די לישקע איז ?
אז ס'האט געקענט אויסוואקסן אזא עגל הזהב אין זאגן אלה אליקך רח"ל אין ס'זאל יודען וואס זאל עס אפקויפן.
אין נאר צי פארדאנקן אזא לישקע...
וואס ביי זיי עקזעסטירט נישט קיין חילול שבת, חוקי תועבה, ציונית, כשרות, ערכאות, שפיכות דמים, עניני קדושה, גניבה, לשמוע בין אחיכם, דרך ארץ, עירוב. .
אז אזעכלכע הפקר יונגען קענען זיין דיינים, אין דערצייט וואס יעדער סעיף אין שלחן ערוך וואס זיי ווילן ווערט אויסגעפליקט אז מען דערקענט ניטאמאל אז דארט איז געוען אמאל א בלאט
איז נישט קיין ספק אז דער ירעבם בן נבט קען קומען אין נאכדעם לייגן גאלדענע קעלבלעך.
אין די שול הענגט א גאנץ יאר א מי שברך טאוועל פאר די טמאנע צה"ל,
נישט אמת
- ה' אייר, אויסער וואס סהענגט א פאן, קומט דארט פאר יעדעס יאר א גאנצע צערעמאני פאר די טמאנע רשעים
נישט אמת
- די שול האט נאר איין אריינגאנג פאר מענער און פרויען צוזאמען
נישט אמת
וואס סאיז יא אמת איז, אז נעכטען איז געווען הכתרה 2009 ,ר' מאלכיאל קאטלער האט זיך אויף געשטעלט רעדען אין ער האט געזאגט, ברשות די גבאים אין ברשות... כ''ק אדמר...מסאטמר...שליט''א..יא יא ארוניםלך ענק באדרעד נישט קיין מגן דוד..נאכן אראפ נעמען מזיזות פין אזא הייליגען מוסד פין שערי חמלה..אין נאכען אויף נעמען ביי זיך שטיב דעם עוכר ישראל די מעיער פין בני ברק..אין נאכען אריין גיין אין א תיפלה..באדערד ענק גאר ווייניג די מגן דודס..ענק באדערד איין זאך אז ענדליך נאך 10 יאר האט די עולם התורה איין געזען כ''ק אדמר מסאטמר שליט''א אלס דער גרעסטער מנהיג בדרינו..טראץ ענקער סטראשנינגען א גאנצען טאג פאר די גבאים אין פארן רב פינם בית המדרש אז זיי זאלען ציריוק ציען פין איינלאדענען רבינו שליט''א האבען זיי ענק גאלאכט אין די פויסטען.ארוניםלך קיין סך קען איך ענק נישט העלפען איך קען נאר ענדיגען מיט א ן פוסק..המקום ינחם אתכם..זייט אייך מחזק עס וועס נאך קימען בעסערע צייטען.......
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 11/09/2009 17:52:09
וואס טוט זיך מיט מחיצות פאר די עזרת נשים וואס דער דברי חיים האט גע'אסר'ט
אין וואס טוט זיך מיטן מגן דוד וואס דארט הענגט
באדערט עס פאר די זאליס שוין אויך נישט
קיטשי וואלי האט דאך באצלט פאר די על הגאולה ועל התמורה ווייל ער האט געזאגט אז בחורים טארן נישט לערנען די ויואל משה ווייל ס'איז א פאליטשע ספר ( אזוי קוקט מען אויס ווען מען ליינט דעם ניו יארק פאוסט יעדן טאג )
וואס זאגט יעצט קיטשי, דער ארבער בן ציון שווארץ וואס זאגט ?
שעם דיך נישט פארצייל אלעס.
וואס איז דער עולם אזוי בייז אויף ר' זלמניו ווייל ער גייט אריין און א ציוניסטישע שוהל?
וואלט ער ווען געווען סאטמארער רבי וואלט ער ווען נישט אריין געגאנגען,
נא אז ליפא זענטער'ס ברידער דרייט זיך און ציוניסטישע שוהלען הא קערס???
פארקערט אמאל האט ער זיך געדרייט אויף פלעצער וואו א יוד אפי' א ציוני טאר נישט גיין, און היינט דרייט ער זיך און א ביהמ''ד, איז עס ציוניסטיש!
ס'איז אויסער מיין כבוד זיך צו שטעלן פארהערן מיט דעם אפגעריסענעם יעסוויקען מיט די קינדערישע "יא אמת נישט אמת" פון כיתה ח', ביי די זאליס איז במילא גארנישט קיין עוולה ווי לאנג ס'ווערט נישט געטון דורך סאטמאר.
וואס יא, קיין איין אהרוני האט נישט געלייגט קיין פרעשור אויף קיינעם אז מ'זאל צוריקווייזן די דרשה, די אהרונים וואלטן גאר צוגעצאלט פאר רז"ל צו גיין רעדן דארט!
נישט ווייל איין זאלי, אדער איינער פון די היפאקריטישע דיינים זייערע, וועט טוישן זיין מיינונג וועגן דעם שטריק און עם הארץ. ביי זיי איז דער הייליגער ספר "ויואל משה" נישט מער ווי א קרדום לחפור בה און א מיטל, נישט קיין ציל.
אבער ס'איז גוט פאר אונזער אייגענעם ציבור צו זען פן צייט צו צייט אפן און קלאר מיט וואספארא היפאקריטן מ'האנדלט דא, און וויאזוי אלעס ווערט מותר ביי די זאליס אויב ס'דינט דעם ציל פון זייער כל התורה כולה: שטויסן סאטמארן רבי'ן שליט"א!
תוקן על ידי מבקש_האמת ב- 11/09/2009 18:18:09
אזא יוד וואס געט די הענט פאר חברי הכנסת לייזערזאהן
אזא יוד וואס חבר'ט זיך דוד שמידל וואס רח"ל אריין כנסת המינים
אזא יוד וואס זיצט אינעם ציוניסטישן בג"ץ רח"ל
איז נישט קיין ווינדער ער זיצט אין פלאץ ווי סאיז דא א פאן מיט א מגן דוד
ס'איז אינז די גרעסטע כבוד אז ער איז אריין אויף דעם פלאץ.
גיי הגז"ל גיי.
הרב שודריך איז רב דארט ?
| YESWECAN3 כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | טראץ ענקער סטראשנינגען א גאנצען טאג פאר די גבאים אין פארן רב פינם בית המדרש אז זיי זאלען ציריוק ציען פין איינלאדענען רבינו שליט''א האבען זיי ענק גאלאכט אין די פויסטען.ארוניםלך קיין סך קען איך ענק נישט העלפען איך קען נאר ענדיגען מיט א ן פוסק..המקום ינחם אתכם..זייט אייך מחזק עס וועס נאך קימען בעסערע צייטען.......
|
|
WE WANT MORE
YES YOU CAN!!!!
די מעכטיגע עולם
דא האט איר א בילד פינעם מעטיגען ציבור וואס איז געקומען הערן דברי התעוררת פינעם גאון עולם, דאס איז לכאורה אלע מעמבער'ס פינעם טעמפל אין אלע מעמבער'ס פינעם שכן טוב וואס בויעט יעצט זיין שול לקנתר
From: Satmar Report [*satmarreport@gmail.com]
Sent: Thursday, September 10, 2009 8:49 PM
Subject:
Rabbiny Shleta arived now, (picture attached)
[בילד – נישט אפגעהיט]
מגן דוד ארויף מגן דוד אראפ, קיין מחיצה איז דארט נישט דא, אין מטאר דארט נישט אריין טרעטן
דער היילגער דברי חיים איז אפשר נישט מחייב רב קאטלער שליט"א אבער דעם הגז"ל יא
דער הייליגער חת"ם סופר איז אפשר נישט מחייב רב קאטלער שליט"א אבער דעם הגז"ל יא
דער הייליגער רבי ז"ל דער דברי יואל איז אפשר נישט מחייב רב קאטלער שליט"א אבער דעם הגז"ל יא
דער היילגער רבי דער ברך משה איז אפשר נישט מחייב רב קאטלער שליט"א אבער דעם הגז"ל יא
ווי איז ר' מלכיאל?
[בילד – נישט אפגעהיט]
איינער ווייסט פארוואס ביי די בילדער ווי דער בגץ'ניק רעדט זעהט מען שוין נישט הגאון ר' מלכיאל קאטלער?
פארוואס איז ער נישט געבליבן צו הערן די דא''ח?
{ער האט נישט קיין פארבלעם צו הערן א חסידישע שמיעס/דרשה, ער האט שוין אויסגעהערט רבינו שליט''א ביים איין'ס פין די סיום'ס פין יסודי התורה אין ביי איין'ס פין די סעות הודאה'ס כ''א כסליו - אבער קיין עמי ראצעס קען ער נישט אויסהערן....}
איך בין געווען אין אנטווערפען מיט רבינו בעל ברך משה זצוק"ל תשמ"ו ווען ער איז דארט געווען שבת שקלים. האט ער געדאווענט אין די שטאטישע שוהל וואו עס זענען דא מגן דוד'ס אויפ'ן דאך, ארון הקודש, די ווינדאוס אא"וו. אין די זעלבע שוהל האט געדאווענט רבינו הקדוש זי"ע תשי"ב ווען ער איז געווען אין אנטווערפען. און להבדיל דער קדוש'ל אהרן האט דארט געדאווענט תש"ס ווען ער האט געמאכט דעם שבת התוועדות. אין דעם אנטווערפענער שוהל איז דא די זעלבע מחיצות ווי די ב"פ שוהל,
===================================================================
ביז יעצט האב איך ארויס געברענקט וואס רבתינו הקדשים האבען געטיען אין יעצט וועל איך ארויס ברענגען וואס זיי האבען נישט געטיען...
1#זיי האבען נישט אויפגענימען ציניסטישע פירער אזוי די מייער פין בני ברק..
2# זיי האבען נישט געגעבן אינטערוויעס..פאר טריפהנע ציניסטישע..מאגעזינס..אזוי משפחה..וכדמה...
3#אין זיי זענען אויך נישט געגאנגען אין בגץ...
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 11/09/2009 21:16:03
קאם אן פיפל, סוערט נישט קיין טעמפל ווייל סהאט א מגן דוד
| פנחס_מיילך כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | קאם אן פיפל, סוערט נישט קיין טעמפל ווייל סהאט א מגן דוד |
|
אבער ווען עס האט נישט קיין מחיצה ווערט עס יא
די דאמיס האבן נאך נעבעך געלייגט עפעס ליילעכער (במקום ביימעלעך) אויפן גאלערי אנשטאט א מחיצה
| rebyankel כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | [בילד – נישט אפגעהיט]
איינער ווייסט פארוואס ביי די בילדער ווי דער בגץ'ניק רעדט זעהט מען שוין נישט הגאון ר' מלכיאל קאטלער?
פארוואס איז ער נישט געבליבן צו הערן די דא''ח?
{ער האט נישט קיין פארבלעם צו הערן א חסידישע שמיעס/דרשה, ער האט שוין אויסגעהערט רבינו שליט''א ביים איין'ס פין די סיום'ס פין יסודי התורה אין ביי איין'ס פין די סעות הודאה'ס כ''א כסליו - אבער קיין עמי ראצעס קען ער נישט אויסהערן....}
ר' יענקעל..נאכען זיך אינטערווארפען כ''ק אדמור מסאטמר שליט''א ווען ער האט אנגעהבען זיי דרשה ביים זאגען ברשות כ''ק אדמור מסאטמר שליט''א האט ער שוין געקענט גיין....
|
|
| YESWECAN3 כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | איך בין געווען אין אנטווערפען מיט רבינו בעל ברך משה זצוק"ל תשמ"ו ווען ער איז דארט געווען שבת שקלים. האט ער געדאווענט אין די שטאטישע שוהל וואו עס זענען דא מגן דוד'ס אויפ'ן דאך, ארון הקודש, די ווינדאוס אא"וו. אין די זעלבע שוהל האט געדאווענט רבינו הקדוש זי"ע תשי"ב ווען ער איז געווען אין אנטווערפען. און להבדיל דער קדוש'ל אהרן האט דארט געדאווענט תש"ס ווען ער האט געמאכט דעם שבת התוועדות. אין דעם אנטווערפענער שוהל איז דא די זעלבע מחיצות ווי די ב"פ שוהל,
===================================================================
ביז יעצט האב איך ארויס געברענקט וואס רבתינו הקדשים האבען געטיען אין יעצט וועל איך ארויס ברענגען וואס זיי האבען נישט געטיען...
1#זיי האבען נישט אויפגענימען ציניסטישע פירער אזוי די מייער פין בני ברק..
2# זיי האבען נישט געגעבן אינטערוויעס..פאר טריפהנע ציניסטישע..מאגעזינס..אזוי משפחה..וכדמה...
3#אין זיי זענען אויך נישט געגאנגען אין בגץ...
|
|
דער עצם מגן דוד איז נישט די גרעסטע פראבלעם פין אריינגיין אין א שול וואס יעדער אין ב''פ ווייסט אז דארט גייט מען נישט אריין {פאר די זעלבע סיבה פארוואס יעדער האט געוויסט אז מ'גייט נישט אריין אין די תפארת ישראל שול ביי בעדפארד קליימער אין וומ''ס} הגם ס'נישט קיין אפיציעל ריפארעם טעמפל.
די רבי ז''ל האט אויפגענומען יעדן ציוני ביי זיך אין שטיב, {אפי שלמה יענקל איז עס מודה}
די רבי ז''ל האט געגבן די זעלבע סטייל אינטערוויוס פאר די ציוניסטישע צייטונג {ניין, ער האט נישט געגבן קיין אינטערוויוס, נאר עס האט געשמיסט מיט א צייטונג שרייבער די זעלבע וועג ווי רבינו שליט''א}
די בעסטע פין אלעם געפעלט מיר דיין לעצטע תגובה אין אויף דעם קען דיר קיינער נישט ענטפרן
3#אין זיי זענען אויך נישט געגאנגען אין בגץ...
לייג צו: אין ער האט קיינמאל נישט גערעדט אין א פריצות'דיגע שול
ער האט נישט קיין פריצות'דיגע זאל
ער איז נישט מסרב צו די''ת
ער איז נישט בועט באביו
ער גייט נישט אין ערכעות
ער איז נישט קיין גנב
ער איז א ת''ח
ער איז א נועם המידות
כו'
טיפיקעל זאלי'ס!
אגב, כ'האף אז די גייסט רעדן זינטוג אין ראדני ביי די גענעראל פארזאמלונג, אין די וועסט געבן דיינע פרידאקשאן'ס
חוץ דעם דער קליינער עולם וואס באטייליגט זיך דארט איז סתם פורים, די גאנע דרשה איז נישט מער ווי א פורים.
ער דארף זיך נאר אנטאן א קראך היטל, קוקט ער אויס גראד ווי א פאלנער ציוני וואס גייט אין בג"ץ...
דרשה אין לעיקוואד מיט א מגן דוד...
| rebyankel כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | [בילד – נישט אפגעהיט]
איינער ווייסט פארוואס ביי די בילדער ווי דער בגץ'ניק רעדט זעהט מען שוין נישט הגאון ר' מלכיאל קאטלער?
פארוואס איז ער נישט געבליבן צו הערן די דא''ח?
{ער האט נישט קיין פארבלעם צו הערן א חסידישע שמיעס/דרשה, ער האט שוין אויסגעהערט רבינו שליט''א ביים איין'ס פין די סיום'ס פין יסודי התורה אין ביי איין'ס פין די סעות הודאה'ס כ''א כסליו - אבער קיין עמי ראצעס קען ער נישט אויסהערן....}
|
|
[בילד – נישט אפגעהיט]
_________________
נאך וואס זיין נאמען ערשיינט שוין ליידער אויף א קלאגע אין די ציונות'דיגן געריכט,
איז די איסור פון מגן דוד שוין ביי איהם נישט מער ווי א מצוה...
נאכדעם וואס זיין עלטערע ברודער האט מתיר געוועהן דעם מגן דוד ביי זיינע אפטע באזוכן ביי בתי חב"ד, האט ער זיך מורה היתר געוועהן צו גיין, יש על מה לסמוך