היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » יוסל וואלדמאן אין וומס"ג אויף שבת

יוסל וואלדמאן אין וומס"ג אויף שבת

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2729850
בלאט: 1 2

PARRKIST » 7/12/2009 23:23

פארגאנגענעם שב"ק פ' וישלח איז יוסל וואלדמאן געווען אין וויליאמסבורג, פרייטאג צו נאכטס איז ער געווען אין ביהמ"ד הגדול אויף ראדני, און די ראשי הקהילה האבן אים אויפגענומען מיט גרויס הערצה, א קלייניגקייט דער מסור פון מאנרא.... זיין באזוך האט אויסגערופן בייז בלוט ביי די עטליכע חסידים פון ברך משה וואס דאווענען נאך היינט צוטאגס אין ראדני שול.

PARRKIST » 7/12/2009 23:28

ביהמ"ד הגדול אין קר"י האט אויך זוכה געווען צו א גאסט פארגאנגענעם שבת, חיים ראטה האט דארט געדאווענט צוליב א משפחה שמחה.

און ווען איינער איז אים געקומען פרעגן 'ווייסט ווי ס'די ביסקיסע' האט ער צוריק געפרעגט 'וועלכע ביה"כ דיין רבי'נס?'

ווער_איז » 7/12/2009 23:32

PARRKIST כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
זיין באזוך האט אויסגערופן .......... ביי די עטליכע חסידים פון ברך משה וואס דאווענען נאך היינט צוטאגס אין ראדני שול.

זיי האבן זיך געפרייט צי טרעפן מיט א אלטע גיטע פריינט ווער עס געדעקט נאך איז ר' יוסל געווען פין די שטארקע חסידים פין אינזער רבי דער ברך משה

1satmar » 8/12/2009 00:12

ר' יוסל האט זיך געטראפן שבת מיט עטליכע גרויסע ארויניש חסידים, האט ער זיי געפרעגט צו זיי ווילען וויסן וואס איז די גרעסטע תאווה וואס ער האט אלע יארן געגליסט?
האט ער זיי געזאגט אז דעם שבת האט ער זוכה געווען צו דעם,
 יעדער האט געוואלט וויסען וואס דאס איז האט ער געזאגט אז,

"דאס אז ער האט געהאט דעם זכות אריין צוקומען צום הייליגען רבינ'ס בית המדרש אין ראדני, בשעת ווי ר' אהרן טייטלבוים קען דארט נישט אריין קומען"
ווי האט יענער געזאגט "אנבעליוועבל"! וד"ל
 
PARRKIST » 8/12/2009 00:28

באמת נישט גלויבליך ווי היסטאריע טוישט זיך.......

זעליג_כהן » 8/12/2009 01:41

יוסל וואלדמאן קען היינט צוטאגס וועלקאמד אין מער שוהלן ווי זיין אלטער פריינט ר אהרן...
אפילו אין מאנראו ווי ר אהרן איז דער מרה דעאסרא...

תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 08/12/2009 01:42:24

פארשטייצעך » 8/12/2009 01:44

איך ווייס נישט וויאזוי די אהרונים שעמען זיך נישט צו שרייבן יוסל מסור וכדומה,

ווען די צוויי מוסרים דוד עקשטיין מיט יודא יושע וויינשטאק האבן אפגעשפארט א בית המדרש מיט ביליגע מסירות, און זיי זענען די ראשים פון קהל יטב לב (בערנאדא).

זייער ליצנות איז עד אין לשאר.

PARRKIST » 8/12/2009 20:18

פארשטייצעך אז זיי זענען אלע דריי מוסרים, פארפאלן מסור בלייבט מסור!

ווער_איז » 8/12/2009 20:23

אין די בריוו אקעגן יוסל וואלדמאן שטייט נישט אז ער האט א דין פין א מסור אין אויף דע צוויי מוסרים שטייט יא פין א בי"ד אז זיי האבן א דין פין א מסור

גערעכטער1 » 8/12/2009 20:55

אין דעם איסור צו שטיין אין ווארט מיט יאשקע וואלדמאן שראבן די רבנים הגאונים ובתוכם דער שארמאשער אז: אודות יוסף וואלדמאן היות שזה זמן רב אשר שלח ידו במסירות ומלשינות ולחלל שם שמים באופן נורא ובקומה זקופה בעזות ובחציפות נוראה רח''ל אשר לא נשמע כזה מדורי דורות, מיינט דאס קלאר אז יאשקע וואלדמאן איז א מסור וואס אזאנס איז נאכנישט דערהערט גיווארן,

PARRKIST » 8/12/2009 21:05

BTW קען איינער ארויפלייגן די בריוו וואס די רבנים האבן געשריבן אויף יוסף וואלדמאן בשעתו?

סאנז » 9/12/2009 06:14

דער רבי בענטש אים
[בילד – נישט אפגעהיט] 

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי סאנז ב- 09/12/2009 06:15:36

תוקן על ידי סאנז ב- 09/12/2009 06:15:57

גערעכטער1 » 9/12/2009 16:33

אין אפשר איז דער יעצטיגער בריף גישריבן ע''י הלחץ זו הדחק?, ער איז דאך מודה אז ער איז גרייט דורעך לחץ צי שראבן וואס מע הייסט היים, נו יעדער ווייסט אז אינזער יאשקעלע דרייט זיך מיט א רעוואלווער, אין זייער מעגליך אז דער בריף איז גישריבן ע''י הלחץ זו הדחק, בכלל פין איינעם וואס דורעך לחץ שראבט ער סיי וואס, קען מען דען מקבל זיין סיי וואס א חוות דעת אדער פסק?, אפשר איז אלעס גישריבן וועגן לחץ, מסתמה קימט נעקסטע וואך א בריף אז רבי דוד עקשטיין איז א צדיק אין אלעס וואס ער האט גישריבן איז נאר גיווען וועגן לחץ, וואט א פול!!! נא וואונדער אז דער רבי זי''ע האט נישט גיוואלט וויסן פין ר' יואליש,

תוקן על ידי גערעכטער1 ב- 09/12/2009 16:47:27

פארשטייצעך » 9/12/2009 16:53

אלע שייגעץ שטיק וואס ר' אהרן האט אפגעטאן אין די מ' יארן און די נ' יארן אין קרית יואל האט ער זיך פארענטפערט אז "מוישע גאבע" איז שולדיג געווערן, (הגם מען הערט אויף די לעצטע אנדעקטע טעיפס, אז דוד עקשטיין מסור גיט די באפעלן)
וואס דאס האט געברענגט דארף מען נישט פארציילן, אז פון די 5 באהאלטענע און 3 אפענע שונאים, זענען אדאנק ר' אהרן'ס מעשים אויסגעוואקסטן טויזנטער טויזנטער סאטמאר'ער אידן וואס האבן מיט אים נישט קיין שייכות.

אין די צייט וואס ער איז געווען דער יורש עצר לבית סאטמאר, איז ער ארויס חרוב ונחרב אין רובי דרובא פלעצער אויף די וועלט. זיין ברודער מהרז"ל האט געכאפט א ריזיגער חלק פון סאטמאר, זיינע שוואגערס ר' חיים יהושע האלבערשטאם מיט ר' דוד מייזליש האבן געמאכט שבת פאר זיך. 

אפאר יאר האט ר' אהרן געשפילט אז ער איז שוין "נארמאל געווארן".

בשנת תשס"ט שנתחדשו גזירותיו, ווען ער האט צוריק באנייט זיין אלטן רשעות'דיגן דרך, און ער האט מבזה געווען נפטרים, געטשעפעט אלמנות ויתומים, ערקלערט קריג קעגן צדקת רבי מאיר בעל הנס, 
והאחרון הכביד אפגעשפארט א בית מקדש מעט, ווי איבער 500 אידן האבן יעדן טאג געדאווענט, געלייגט תפילין, און געזאגט אמן יהא שמיה רבה.

שטעלט זיך די פראגע, ווער איז אלע שולדיג, משה גאבע הייסט אים????

אדער איז דאס א לחץ זו הדחק פון מסור דוד עקשטיין?

גערעכטער1 » 9/12/2009 17:49

וואס פארדרייסטי דעם שמיס, קימט א רב בישראל אין שראבט אז וואס ער האט נעכטין גישריבן איז נאר גיווען ע''י לחץ זי הדחק, וואס מיינט דאס? דאס מיינט אז אלעס וואס ער זאגט אדער  שראבט דארפסטי חושש זאן אז דאס איז באמת נישט אזוי אין אז ער שראבט דאס נאר ע''י לחץ, נו קעמען טראסטן אזא מענטש? זיכער אז נישט, זיין חוות דעת אין זיין פסק איז אין לה שום תוקף והיא בטילה ומבוטלת מתחילה ועד סוף, כלשונו הקדוש.

יעצט צי רבי אהרן, סיי דער רבי דער ברך משה זי''ע אין אפילו דער הייליגער דברי יואל זי''ע וואלט זיך גיווינטשן צי האבן אזא לויטערע אויסגיקליבענע חסידות ווי אינזער רבי האט, אלע מתפללים אלע חסידים זענען כולם כאחד בלב אחד, אין דע צייט ווען ביי הגז''ל דרייט זיך כל צרוע וכל זב, איינער לאכט פין זלמן לייב דער צווייטער לאכט פין עם אין פין זיין טאטן, אין דער דריטער וואס איז ארגינעל א וויזניצער א קאשויער אדער א טאשער לאכט פין עם אין פין זיין טאטן אין פינעם פעטער, א מישמאש אין א ערב רב, ווידער ביי אינז איז אלעס שמן זית זך, קלאר אין לויטער, דער דברי יואל האט זיך ארים גימיטשעט דא מיט די שפיגל ברעכער דא מיט די שווארצע דא מיט די צודרייטע אוהבי חמאס ואראפאט, ווידער פין היילגן ברך משה דארפן מיר נישט רעדן וויפיל ער האט מיט גימאכט מיט די קרעציגע בני המן, וויפיל צער אין עגמת נפש האט ער גיהאט מידי יום ביומו, במילא האבן זיי נישט גיקענט אדורך פירן אלע תיקונים ווי זיי האבן גיוואלט, אבער היינט צי טאג איז דאך ממש א עולם התיקון, אלע עזות פנים'ער זענען זיך צי לאפן , דער איז היינט ביי די זאליס, דער ביי די בני יואל, דער אין טאש, דער אין חרידים דער ביי סאסמאן דער אין די קרעטשמע, דער איז אין קאשוי אין דער איז אין תולדות אהרן, איינער אין ספינקא אין דער צווייטער אין יפו, אין ביי אינז איז ב''ה שלום ושלוה, סאיז פשוט א נחת, דער רבי שליט''א איז מיט ענק נישט פארנימען, ער איז נאר פארנימען מיט להגדיל התורה ולהאדירה, ער איז פארנימען מיט כשרות בהידור אשר לא הי' מימות עולם, ער איז פארנימען מיט תקנות לצימצום הוצאות לטובת כלל ישראל, ממש אלעס וואס דער הייליגער דברי יואל אין דער הייליגער ברך משה זי''ע האבן גישטרעבט דורכציפירן, פירט ער אדארעך, אין מיר זענען בטוח אז רבותינו הקדושים דער הייליגער דברי יואל אין דער הייליגער ברך משה זי''ע שטייען אויבן אין שעפן נחת מלא חפניים, אין זענען עם מכיר טובה.

ניין סאיז נישט קיין נפקה מינה וויפל שונאים רבינו הקדוש שליט''א האט, צי ס'זענען גיווען 150 מענטשן צי 500 מענטשן, אז פין אלע שונאים ציזאמען האט איר נישט גיקענט ציזאמען שלעפן קיין צענטל עולם ווי רבינו שליט''א האט למשל ביי די הדלקה פין ל''ג בעומר, (וואס איז גיווען אויפן זעלבן פלאץ) דאס זאגט אסאך, נאך די אלע העץ ארטיקלן פינעם איד, נאך די אלע דרשות של דופי פין די מחרחרי ריב באיצטלא דרבנן, נאך די אלע שקרים וכזבים ניסח הציונים פין די אזוי גיריפענע (פאלטשע) תלמידי רבינו, האלט איר דא אז איר ווערט אוסגישפילט ביי יעדן איינעם, די גאנצע וועלט ווייסט ווער עס איז דער אמת'דיגער ממשיך דרכו אין ממלא מקום פינעם רבין זי''ע, יעדער ווייסט אז אויב איז דא א פירצה אדער עפעס אויף ציטין צי וועם מע דארף זיך ווענדן, דער בית הגדול שבירושלים זענען פארבינדן מיט רבינו שליט''א מידי שבוע בשבוע, כל גדולי הדור זענען משבח ומעריץ אינזער רבי, ער איז היינט צי טאג דער אויסגישפראכנער אין אויסשליסלעכער רבן של ישראל, דארף ער זיך מאכן ציטין פין אפאר קרעציגע עזות פנימער מיט וועם דער טאטע ז''ל האט נאך געהאט ציטין? עס וואלט גיווען א פלא עצומה אויב וואלטן זיי זיך יא צי גישטעלט צי עם, דאס וואלט גימאנט אין גיפרעגט דרשינו!!!, יעדער פארשטייט אז די אלע וואס דער הייליגער ברך משה זי''ע איז זיי נישט גיט גיווען, האבן היינט א אפענע טיר אין איז א מקורב ביים בן השני, יעדער פארשטייט פארוואס, ווייל פין הייליגן ברך משה צים בן השני איז כרחוק מזרח ממערב, סיי אין קדושה, סיי אין ידיעת התורה, סיי אין לימוד התורה, אין סיי אין מידות, יעדער פארשטייט אז איינער וואס האט נאך גישריגן אויף זיין טאטן כומעני קען ביי א אייגן קינד נישט האבן קיין קירבות, אויסער ביים בן השני, דארט קען אזא איינער האבן א אפענע טיר. ועל זה דווה ליבכם, איך פארשטיי אייער ווייטאג אין ציבראכנקייט,

יעצט הייבט אן צי שעלטן, חלה דעקל...

1satmar » 9/12/2009 18:52

צו חלה דעקל, מעשה דוד עקשטיין וואלען יוכיח
אפשר קענסטו מסביר זיין וויפל מעמבערס האט דיין קהל יטב לב אין קרית יואל?
אפשר קענסטו אויסזאגען פארן ציבור
וויפעל שטימען האט באקומען דיין ראש הקהל דוד עקשטיין שר"י ?
פון דיינע טויזענטער מעמבערס האט דוד נישט באקימען קיין 300 שטומען!!!!

יא ביסט גערעכט!
דאס הייסט טאקע זייער א שיינער קהילה באחדות!
אבער מיט אן ארויני קען מען נישט, און מען טאר נישט טענה'ען
"ודע מה שתשיב" לארוינים
 
גערעכטער1 » 9/12/2009 19:20

אמת מיר האבן נישט ליב גיהאט דעם דוד עקשטיין, ער איז נישט קיין סימפאטישער מענטש אין נישט פין די בעסטע מענטשן, OK ביזט ציפרידן?, אבער דער בחור האט זיך בארעכנט, ער האט גיזען אז דער עולם גלייכט עם נישט, ער האט נאך גארנישט דעליווערט פארן ציבור, האט ער זיך גיטוישט, ער האט אנגיהויבן מיט דעם פראכטפולן אולם עקשטיין, דערנאך מיט ארוס שמאסן די קרעציגע פין די קרעטשמע, אין ער פארט אוף זייער א גיטן וועג, יעצט רעדט מען שוין עם אוף צינעמען אלץ ראש הקהל אויך אין וויליאמסבורג אין אין בארא פארק, ער וועט מיט ענק מאכן א שטיקל סדר,

איך מיין אז איר קענט נישט דעם דוד עקשטיין, יעדעס מאל ווען איר שראבט אויף עם מסור אדער שר''י ווערט זיין שמייכל גרעסער אין גרעסער, ער שעפט נחת דערפין, איר זענט עם פשוט מהנה,

באחדות מיינט נישט אז מען האט יעדן ליב, באחדות מיינט אז דער רבי שליט''א זאגט א ווארט אין יעדערפאלגט , מען האט נישט גיוועלט פאר דעם דוד עקשטיין ווייל מען האט עם נישט ליב, פין די 6500 וואטס האט ער נישט גיהאט מער ווי 300, אבער ווען דעם רבינס רצון איז גיווען אז ער זאל יא זיין אוף זיין פאזיציע, האבן מיר דאס אלע באחדות אנגינימען פינקט ווי ביים בעל דברי יואל זי''ע מיט ר' יחזקאל שמש ע''ה, אין ביים בעל ברך משה זי''ע מיט רבי יצחק ראזענבערג שליט''א, אזוי דא אויך ביי רבינו הקוה''ט שליט''א מיט רבי דוד עקשטיין שליט''א, וואס מיינסטי? מיר זענען עפעס זאליס? דער רבי וויל א טאוועל אוף דע ישיבה לע''נ זיין טאטן, אין די חסידים פאפן עם אן?.

ווער_איז » 9/12/2009 19:30

אינטערסאנט דע ארונים מאכט מען העפי מיט טעראר,
 
עצה טובה
אויב ווילט איר ווערן גרויס אין באליבט ביי די ארונים טיט עפעס א רשעות אין אלע חלה דעקליך וועלן דיך ליב האבן,

גערעכטער1 » 9/12/2009 19:41

ניין, ער האט באוויזן א קאפ-שטיק, אן קיין שלעק, אן קיין טייערס שנאדן, אן קיין קארט ריפן, אן קיין נאכשרייען, אן קיין פאשקעווילן, שטילערהייט האט ער זיכער גימאכט אז בור כרה ויחפריהו, איר וועט פין אייגענעם ווילן לויפן אין קארט אין כאפן א שמיץ ארוס, אין פאר דעם האבן מיר עם ליב, רבי דוד עלה והצלח!!!

דיין עצה, האבן אסאך אירע פרובירט אין סאיז נישט געלינגען, ווילסט נעמען? איין נאמען וועל איך זאגן ברמיזה, דער ערשטער נאמען הייבט זיך אן מיט יו.. אין דער לעטער נאמעט מיט ווא., אין אויב ווילסטי נאך, בעט מאן קינד בעט, איך איך וויל דיר שראבן.

דיןתורה » 9/12/2009 20:50

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס פארדרייסטי דעם שמיס, קימט א רב בישראל אין שראבט אז וואס ער האט נעכטין גישריבן איז נאר גיווען ע''י לחץ זי הדחק, וואס מיינט דאס? דאס מיינט אז אלעס וואס ער זאגט אדער  שראבט דארפסטי חושש זאן אז דאס איז באמת נישט אזוי אין אז ער שראבט דאס נאר ע''י לחץ, נו קעמען טראסטן אזא מענטש? זיכער אז נישט, זיין חוות דעת אין זיין פסק איז אין לה שום תוקף והיא בטילה ומבוטלת מתחילה ועד סוף, כלשונו הקדוש.

יעצט צי רבי אהרן, סיי דער רבי דער ברך משה זי''ע אין אפילו דער הייליגער דברי יואל זי''ע וואלט זיך גיווינטשן צי האבן אזא לויטערע אויסגיקליבענע חסידות ווי אינזער רבי האט, אלע מתפללים אלע חסידים זענען כולם כאחד בלב אחד, אין דע צייט ווען ביי הגז''ל דרייט זיך כל צרוע וכל זב, איינער לאכט פין זלמן לייב דער צווייטער לאכט פין עם אין פין זיין טאטן, אין דער דריטער וואס איז ארגינעל א וויזניצער א קאשויער אדער א טאשער לאכט פין עם אין פין זיין טאטן אין פינעם פעטער, א מישמאש אין א ערב רב, ווידער ביי אינז איז אלעס שמן זית זך, קלאר אין לויטער, דער דברי יואל האט זיך ארים גימיטשעט דא מיט די שפיגל ברעכער דא מיט די שווארצע דא מיט די צודרייטע אוהבי חמאס ואראפאט, ווידער פין היילגן ברך משה דארפן מיר נישט רעדן וויפיל ער האט מיט גימאכט מיט די קרעציגע בני המן, וויפיל צער אין עגמת נפש האט ער גיהאט מידי יום ביומו, במילא האבן זיי נישט גיקענט אדורך פירן אלע תיקונים ווי זיי האבן גיוואלט, אבער היינט צי טאג איז דאך ממש א עולם התיקון, אלע עזות פנים'ער זענען זיך צי לאפן , דער איז היינט ביי די זאליס, דער ביי די בני יואל, דער אין טאש, דער אין חרידים דער ביי סאסמאן דער אין די קרעטשמע, דער איז אין קאשוי אין דער איז אין תולדות אהרן, איינער אין ספינקא אין דער צווייטער אין יפו, אין ביי אינז איז ב''ה שלום ושלוה, סאיז פשוט א נחת, דער רבי שליט''א איז מיט ענק נישט פארנימען, ער איז נאר פארנימען מיט להגדיל התורה ולהאדירה, ער איז פארנימען מיט כשרות בהידור אשר לא הי' מימות עולם, ער איז פארנימען מיט תקנות לצימצום הוצאות לטובת כלל ישראל, ממש אלעס וואס דער הייליגער דברי יואל אין דער הייליגער ברך משה זי''ע האבן גישטרעבט דורכציפירן, פירט ער אדארעך, אין מיר זענען בטוח אז רבותינו הקדושים דער הייליגער דברי יואל אין דער הייליגער ברך משה זי''ע שטייען אויבן אין שעפן נחת מלא חפניים, אין זענען עם מכיר טובה.

ניין סאיז נישט קיין נפקה מינה וויפל שונאים רבינו הקדוש שליט''א האט, צי ס'זענען גיווען 150 מענטשן צי 500 מענטשן, אז פין אלע שונאים ציזאמען האט איר נישט גיקענט ציזאמען שלעפן קיין צענטל עולם ווי רבינו שליט''א האט למשל ביי די הדלקה פין ל''ג בעומר, (וואס איז גיווען אויפן זעלבן פלאץ) דאס זאגט אסאך, נאך די אלע העץ ארטיקלן פינעם איד, נאך די אלע דרשות של דופי פין די מחרחרי ריב באיצטלא דרבנן, נאך די אלע שקרים וכזבים ניסח הציונים פין די אזוי גיריפענע (פאלטשע) תלמידי רבינו, האלט איר דא אז איר ווערט אוסגישפילט ביי יעדן איינעם, די גאנצע וועלט ווייסט ווער עס איז דער אמת'דיגער ממשיך דרכו אין ממלא מקום פינעם רבין זי''ע, יעדער ווייסט אז אויב איז דא א פירצה אדער עפעס אויף ציטין צי וועם מע דארף זיך ווענדן, דער בית הגדול שבירושלים זענען פארבינדן מיט רבינו שליט''א מידי שבוע בשבוע, כל גדולי הדור זענען משבח ומעריץ אינזער רבי, ער איז היינט צי טאג דער אויסגישפראכנער אין אויסשליסלעכער רבן של ישראל, דארף ער זיך מאכן ציטין פין אפאר קרעציגע עזות פנימער מיט וועם דער טאטע ז''ל האט נאך געהאט ציטין? עס וואלט גיווען א פלא עצומה אויב וואלטן זיי זיך יא צי גישטעלט צי עם, דאס וואלט גימאנט אין גיפרעגט דרשינו!!!, יעדער פארשטייט אז די אלע וואס דער הייליגער ברך משה זי''ע איז זיי נישט גיט גיווען, האבן היינט א אפענע טיר אין איז א מקורב ביים בן השני, יעדער פארשטייט פארוואס, ווייל פין הייליגן ברך משה צים בן השני איז כרחוק מזרח ממערב, סיי אין קדושה, סיי אין ידיעת התורה, סיי אין לימוד התורה, אין סיי אין מידות, יעדער פארשטייט אז איינער וואס האט נאך גישריגן אויף זיין טאטן כומעני קען ביי א אייגן קינד נישט האבן קיין קירבות, אויסער ביים בן השני, דארט קען אזא איינער האבן א אפענע טיר. ועל זה דווה ליבכם, איך פארשטיי אייער ווייטאג אין ציבראכנקייט,

יעצט הייבט אן צי שעלטן, חלה דעקל...

אפגעזעהן צו וועלכע  צד די נעמסט זיך אן
שוין לאנג נישט געליינט אזא תוכן'דיגע תגובה אין דעם פארום, אינאיינעם מיט די נאכגעפאלגטע תגובות

איך קען טאקע נישט פארשטיין וויאזוי מהרז''ל איז ברבים מכבד יוסל וואלדמאן, ס'איז ביי קיינעם נישט קיין ספק אז ווען זיין טאטע דער ב''מ  זי''ע זאל דאס וויסען וואלט ער נישט געוואלט קענען מהרז''ל.
דאס איז ממש א זעלטענע בעיטה אין אייגענע טאטע'ן אפגעזעהן צו ער איז א גרויסע מסור צו א קליינע מסור, אבער פאר זיין טאטען האט ער געטרונקען בלוט.

פארשטייצעך » 9/12/2009 23:40

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
סיי דער רבי דער ברך משה זי''ע אין אפילו דער הייליגער דברי יואל זי''ע וואלט זיך גיווינטשן צי האבן אזא לויטערע אויסגיקליבענע חסידות ווי אינזער רבי האט, אלע מתפללים אלע חסידים זענען כולם כאחד בלב אחד

חס ושלום צו זאגן אז רביה"ק זי"ע אדער אפילו דער ברך משה זי"ע האבן זיך געזוכט צו האבן אזא סארט בעיבישע נארישע חסידות ווי ר' אהרן האט זיך אהערגעשטעלט.
ווען דער רבי זי"ע וואלט געזוכט די סארט שטותים, און דאס וואלט ביי אים געווען א רצון, וואלט ער מחנך געווען די בחורים אז מען דארף קומען צום טיש פרייטאג צו נאכט, וכדומה.
אבער דאס איז נישט געווען זיין רצון, און ער האט נישט צו דעם געשטרעבט.

דער רבי זי"ע האט געהאט "א לויטערע אויסגיקליבענע חסידות"!
ס'איז געווען לויטער פון דעות כוזבות, דעם רבינ'ס חסידים האבן נישט געהאט קיין שייכות מיט די מלכות המינות, און אויסגעקליבן מיט זייער מסירת נפש פאר יעדע דבר שבקדושה, צו האלטן אידישקייט אין אמעריקא מיט שטאלץ, זיך מוסר נפש זיין צו טאן צדקה וחסד פאר יעדן איד אפילו נישט היימישע (נישט נאר אנ"ש דייקא פאר וועמען ר' אהרן לאזט געבן צדקה.)

דער ברך משה זי"ע וואס האט זיך געדרייט ביים פעטער אין קראלע, און שפעטער אין סאטמאר, האט נאך זוכה געווען צו זען אמת'ע צדיקים, האט אויך נישט אינטרעסירט די סארט פארטייאישקייטן, איך וועל יעצט נישט מאריך זיין מיט צענדליגער באווייזן.

אבער ר' אהרן וואס האט חתונה געהאט קיין וויזניץ, האט זיך דארט אנגעזען מיט די אלע סארט פראפעגאנדע חסידות'ער, ער האט אנגעהויבן מקנא צו זיין דעם שווער מיט די שוואגערס, 
יעדע רשעות אדער משוגעת וואס זיינע שוואגערס פון סקווירא, בעלזא, וויזניץ האבן געמאכט, מוז ער נאכמאכן, אפילו עס איז זיך אמאל סותר איינס מיט'ן צווייטן. און לגבי וואס אין סקווירא למשל, האט מען דעם גרעסטן דרך ארץ פאר אלטע מנהגים, און פריערדיגע רבי'ס, דארט מאכט ער נאך דעם בעלזער וואס האט אויסגעריסן וואס ער האט נאר געקענט פון די פריערדיגע.
און דאס הייסט ביי אים "לויטער און אויסגעקליבן".

אין דע צייט ווען ביי הגרז''ל דרייט זיך כל צרוע וכל זב, 
שקר קיין איין ציוניסט דרייט זיך נישט ביים רבי'ן שליט"א,
די גאנצע קהלה באשטייט פון ערליכע בעלי בתים, וואס לערנען און דאווענען עוסק במשא ומתן און דינען דעם באשעפער.

איינער לאכט פין זלמן לייב דער צווייטער לאכט פין עם אין פין זיין טאטן, אין דער דריטער וואס איז ארגינעל א וויזניצער א קאשויער אדער א טאשער לאכט פין עם אין פין זיין טאטן אין פינעם פעטער, א מישמאש אין א ערב רב, 
שטותים וואס מען האט איינגערעדט פאר די אהרונים, איך האב הונדערטער חברים, איך קען נישט קיין איינעם וואס לאכט פון רבי'ן שליט"א, מיר האבן דעם רבי'ן ליב אהבת נפש, ער איז אונזער שטאלץ, און פירט אונזער קהלה על דרך התורה והמסורה, אשרינו מה טוב חלקינו שזכינו לזה.
אוודאי טוען מיר אלע שגיונות וואס די אהרונים האבן אויפגעפיקט פון אלע מיני הויפן, אבער דעם רבינס רצון, זענען מיר אלע מקיים.

די אנדערע שטותים פון וואו מענטשן קומען ארגינאל, איז ניטאמאל אינטרעסאנט צו ענטפערן, אויב איז ער אן ערליכער איד, נישט קיין ציוניסט, אויסגעהאלטן אין רבינ'ס השקפה, איז ער אויסגעקליבן און לויטער און ער האט פלאץ ביי אונזער קהלה, ער מעג דאווענען שבת אין סיי וועלכע שול ער וויל. און ער מוז נישט קומען צום טיש.

ווידער ביי אינז איז אלעס שמן זית זך, קלאר אין לויטער, 
דאס פארדינט שוין אן עקסטער ארטיקל

דער דברי יואל האט זיך ארים גימיטשעט דא מיט די שפיגל ברעכער, דא מיט די שווארצע דא מיט די צודרייטע אוהבי חמאס ואראפאט,
דער רבי זי"ע האט זיך ארומגעמוטשעט אויפצושטעלן אידישקייט אין אמעריקע, און זיך שלאגן מיט א פארדארבענע גאס, דאס האט מען געפרעגלט אין די תלמידים יומם ולילה, זענען אויסגעוואקסן פרומע בחורים וואס זענען געגאנגען איבער די מאס, און מען האט זיי געמוזט אביסל צוימען.
דער רבי זי"ע האט זיך ארומגעמוטשעט מיטן מלחמת ה' בעמלק, קעגן די ציונים למיניהם, דאס האט מען געפרעגלט אין די תלמידים יומם ולילה, זענען אויסגעוואקסן קנאי'שע בחורים וואס זענען געגאנגען איבער די מאס, און מען האט זיי געמוזט אביסל צוימען.
להבדיל דער רא"ט מוטשעט זיך ארום אויפצושטעלן חסידים פאר זיך, און פאר זיין פארטיי, זיך שלאגן מיט זיינע שונאים, און אים מחזק זיין טאג און נאכט, דאס פרעגלט ער אין זיין יוגנט יומם ולילה, זענען אויסגעוואקסן שלעגערס, מוסרים, הולכים בערכאות, וואס זענען שוין אפילו געווארן חברי וראשי הקהלה, זיי גייען איבער די מאס, טשעפענען יתומים, טשעפענען רבי מאיר בעל הנס, שפארן אפ בתי מדרשים, און מען פרובירט זיי אפילו נישט צו צוימען.

ווידער פין היילגן ברך משה דארפן מיר נישט רעדן וויפיל ער האט מיט גימאכט מיט די קרעציגע בני המן, וויפיל צער אין עגמת נפש האט ער גיהאט מידי יום ביומו, 
יא, דער רא"ט האט אים אנגעמאכט אסאך צער ביים לעבן, קודם ווען ער האט זיך ארומגעשלאגן אין קרית יואל טאג און נאכט, און דער טאטע האט זיך געמוזט שטענדיג אננעמען פאר אים, אויך אין ישיבה האט ער גע'רודפ'ט בחורים און זיך געפירט נאריש, וואס דארט האט אים דער טאטע געמוזט קומען צו הילף.
שפעטער האט ער זיך גאר שטארק אנגעליטן פון אים, ווען ער האט אים צושטערט זיינע שבתים און ימים טובים, און פונקט ווי ער האט יעצט אפגעשפארט בתי מדרשים האט ער דעמאלט פרובירט מיט אלע כוחות, צו אונטערברענגען זיין טאטענס בית המדרש, און חרוב מאכן זיין טישן. און דער הויכפונקט איז געווען ווען ער האט געצווינגען זיינע קינדער צו גיין בערכאות קעגן דעם אייגענעם זיידן.

במילא האבן זיי נישט גיקענט אדורך פירן אלע תיקונים ווי זיי האבן גיוואלט, 
אזוי?! זיי האבן נישט געקענט?!
דער ברך משה האט געהאלטן אז דער רבי זי"ע האט יא דורכגעפירט אלע תיקונים, ער האט געהאלטן אין איין זאגן "בזכותו אנו חיים", ער האט נישט געזוכט קיין נייע תיקונים, ער האט נאר מיט אלע כוחות אנגעהאלטן אז די "תיקונים" פון רביה"ק זי"ע, זאל מען נישט מקלקל זיין מיט פאבריצירטע קלקולים.
ליידער האט רא"ט געוואלט באקומען א נייעם נאמען, אז ער טוט אויף... האט ער זיך גענומען מוציא לעז זיין אויף קדושי עליון, אז זיי האבן נישט געטאן ריכטיג, זיך פארלאזט אויף שוואכע היתורים, כדי עס זאל קענען הייסן אז ער מאכט "תיקונים" וואס דאס אליין איז ליידער דער גרעסטער קלקול.

אבער היינט צי טאג איז דאך ממש א עולם התיקון... 
אמת קעגן וואס ס'איז געווען אמאל

אלע עזות פנים'ער זענען זיך צי לאפן, דער איז היינט ביי די זאליס, דער ביי די בני יואל, דער אין טאש, דער אין חרידים דער ביי סאסמאן דער אין די קרעטשמע, דער איז אין קאשוי אין דער איז אין תולדות אהרן, איינער אין ספינקא אין דער צווייטער אין יפו,
ביטע צושרייבן דעם טאטאלן נומבער פון די "צולאפענע", אין קרית יואל, וואס צוזאמען מיט די געבליבענע אין וויליאמסבורג, ירושלים, אנטווערפן, וכו' באטרעפן זיין בערך צוויי דריטל סאטמאר.

אין ביי אינז איז ב''ה שלום ושלוה, סאיז פשוט א נחת,
דאס פארדינט שוין אן עקסטער ארטיקל ווי שטארק ענקער שלום ושלוה איז...

דער רבי שליט''א איז מיט ענק נישט פארנימען, ער איז נאר פארנימען מיט להגדיל התורה ולהאדירה, ער איז פארנימען מיט כשרות בהידור אשר לא הי' מימות עולם, ער איז פארנימען מיט תקנות לצימצום הוצאות לטובת כלל ישראל, 
און אויך מיט אפשפארן בתי מדרשים, זיך שלאגן מיט רבי מאיר בעל הנס, מבזה זיין נפטרים, און טשעפענען אלמנות ויתומים.

פארשטייצעך » 10/12/2009 00:46

איך מוז צולייגן אן הוספה צו מיינע ווערטער אז רא"ט האט אויסגעקליבן רשעות פון סקווירא בעלז און וויזניץ.
דאס מיינט נישט צו זאגן אז יענע פלעצער זענען בלויז רשעות,
נאר אז רא"ט האט ארויסגעקליבן פון יעדן פלאץ די רשעות'דיגע חלקים, און די חלקים טובים האט ער איבערגעלאזט.

אז אין א געוויסע פלאץ האט מען אפגעהאקט די לעקטער פאר שונאים (הגם ס'איז נישט ממש די זעלבע ווייל דארט האט מען פשוט נישט באצאלט דעם ביל), האט ר' אהרן דאס נאכגעמאכט ביז אפאר וואכן מיט אסאך מער רשעות.

פון סקווירא האט ער געקאפיט די פאנטאזיעס וויאזוי א שטעטל דארף זיך באהערשט, הגם איך בין זיכער אז ווען דער סקווערער רבי אלין וואלט געווען אין אזא שטאט ווי קרית יואל, וואלט ער זיך אויפגעפירט אסאך נארמאלער.

ווי אימער ער הערט עפעס א רשעות'ל, איז ער דער ערשטער דאס נאכצומאכן, 

PARRKIST » 10/12/2009 01:01

וואס איז דער סקווירא רבי שולדיג אז ער איז א שוואגער מיט ר' אהרן?
וואס ווילסטו פון אים?

צביהירש » 10/12/2009 03:13

גערעכטער 1 שרייבט:

אמת מיר האבן נישט ליב גיהאט דעם דוד עקשטיין, ער איז נישט קיין סימפאטישער מענטש אין נישט פין די בעסטע מענטשן, OK ביזט ציפרידן?, אבער דער בחור האט זיך בארעכנט, ער האט גיזען אז דער עולם גלייכט עם נישט, ער האט נאך גארנישט דעליווערט פארן ציבור, האט ער זיך גיטוישט, ער האט אנגיהויבן מיט דעם פראכטפולן אולם עקשטיין, דערנאך מיט ארוס שמאסן די קרעציגע פין די קרעטשמע, אין ער פארט אוף זייער א גיטן וועג, יעצט רעדט מען שוין עם אוף צינעמען אלץ ראש הקהל אויך אין וויליאמסבורג אין אין בארא פארק, ער וועט מיט ענק מאכן א שטיקל סדר,

איך מיין אז איר קענט נישט דעם דוד עקשטיין, יעדעס מאל ווען איר שראבט אויף עם מסור אדער שר''י ווערט זיין שמייכל גרעסער אין גרעסער, ער שעפט נחת דערפין, איר זענט עם פשוט מהנה,

באחדות מיינט נישט אז מען האט יעדן ליב, באחדות מיינט אז דער רבי שליט''א זאגט א ווארט אין יעדערפאלגט , מען האט נישט גיוועלט פאר דעם דוד עקשטיין ווייל מען האט עם נישט ליב, פין די 6500 וואטס האט ער נישט גיהאט מער ווי 300, אבער ווען דעם רבינס רצון איז גיווען אז ער זאל יא זיין אוף זיין פאזיציע, האבן מיר דאס אלע באחדות אנגינימען פינקט ווי ביים בעל דברי יואל זי''ע מיט ר' יחזקאל שמש ע''ה, אין ביים בעל ברך משה זי''ע מיט רבי יצחק ראזענבערג שליט''א, אזוי דא אויך ביי רבינו הקוה''ט שליט''א מיט רבי דוד עקשטיין שליט''א, וואס מיינסטי? מיר זענען עפעס זאליס? דער רבי וויל א טאוועל אוף דע ישיבה לע''נ זיין טאטן, אין די חסידים פאפן עם אן?.

 ====== 

איך גיי נישט ארין אין די פרטים ווער איז מסור און ווער פאלגט יא דעם רבין

איך געדענק ווען דוד עקשטיינס א גרויסע טשעק וואס ער האט געגעבן פארן רעבין (בעל בירך משה ז"ל) האט ער געסטאפט ווייל די רבי האט עהם נישט נאכגעגעבן א כבוד וואס ער האט געוואלט.
אבער אויף דיין שיינע באריכט מוז דיר מודיע זיין אז די לעבסט נעבעך אין א ביטערן ביטערן טעות.

דוד איז מיינער א קרוב, איך קען עהם נאך פון די בחורי'שע יאהרן ווען ער האט געלערנט אין די ישיבה. ער איז בטבע א פארביסענער פערזאהן אפילו פאר זיין אייגענע פאמיליע (טאטע/ ברודער/ קינדער. וכדומה).

ער האט געבויעט די אולם עקשטיין פאר איין איינציגע זאך! ווייל גייט אויס פאר כבוד.

ער האט מיר פערזענליך געזאגט מיט 30 יאהר צוריק, איך האב שוין אפאר דאאלער, איך וועל אינטער קויפן דעם רבי'ן און פרובירן ווערן א איש מכובד אין סטאטמאר ווייל איך האב ליעב כבוד.
אויב די זאך וואלט עהם געברענגט כבוד, וואלט דאס געוועהן א געלונגענע זאך

גערעכטער1 » 10/12/2009 03:21

אופס!!! פארשטייצעך, האסט מיך שיר נישט אריין געכאפט אין דיין נעץ!!!, די ביטערער לץ, אני לתומי הייב דיר אן צי ענטפערן מיט א תמימות, אין כאפט זיך פשוט נישט וואס פאר א כיטרער לץ די ביסט, איך שרייב אין ענטפער ביז איך קים אן צי דיין דריטן פאראגראף, ווי די שראבסט:
איינער לאכט פין זלמן לייב דער צווייטער לאכט פין עם אין פין זיין טאטן, אין דער דריטער וואס איז ארגינעל א וויזניצער א קאשויער אדער א טאשער לאכט פין עם אין פין זיין טאטן אין פינעם פעטער, א מישמאש אין א ערב רב, 
שטותים וואס מען האט איינגערעדט פאר די אהרונים, איך האב הונדערטער חברים, איך קען נישט קיין איינעם וואס לאכט פון רבי'ן שליט"א, מיר האבן דעם רבי'ן ליב אהבת נפש, ער איז אונזער שטאלץ, און פירט אונזער קהלה על דרך התורה והמסורה, אשרינו מה טוב חלקינו שזכינו לזה.
אוודאי טוען מיר אלע שגיונות וואס די אהרונים האבן אויפגעפיקט פון אלע מיני הויפן, אבער דעם רבינס רצון, זענען מיר אלע מקיים.

די ביטערער לץ, איך קען צי מיר נישט קימען, כא כא כא,,, וואט א דזשאק!!! איר האט ליב ענקער רבי אהבת נפש.... יעס שאר!!!!,
 הער שוין אויף מיט דיינע פינסטערע ליצנות, סי פאסט נישט חוזק צי מאכן פין הייליגן ברך משה'ס א זין, אפילו ער פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צי זיין, אבער חוזק מאכן טאר מען נישט, ער קען נאך תשיבה טין, אין סוף כל סוף איז ער אינזער הייליגן רבי'נס א ברידער, סא, סטאפ מיט דיין ליצנית,

אביסל מוסר ביזטי גרייט צי הערן? ווי איז דיין כבוד האכסני', דער אשכול איז גיעפענט גיווארן לכבוד יאשקע אפיקורס, אין פין עם מאכסטי זיך נישט וויסענדיג?, שעם אן יו!!!, מיר שראבן דארט א לאנגס אין א ברייטס פין די הערצה וואס דער מסור דמתא האט ביי אינזער רבי'נס קליינער ברידער אין די איגנארירסט דאס קאמפליטלי? סאיז נעם סעיפ!!! נישט שיין!!!

אבער לכבוד דיין הוספה וועל איך יא מוסיף זיין מיינע גידאנקען, די האסט אזוי ליב צי רעדן פין רשעות, קען מען מיינען אז מען וואוינט אין נאצי דזשערמאני, אדער אז מען דאווענט  אין ראדני ווי מען שלאגט אין מען באכעט יעדן אהרוני, הער זיך גיט איין, סאיז נישטא אין כדור העולם אזא ליבעראלער חסידות ווי אין קרית יואל, זייט אינזער רבי האט בחכמתא ובגובורתא זיך אפ גילאזט פין דעם שד בצירת אדם משה גבאי, איז אין קרית יואל שלום ושלוה, יעדן לאזט מען טין וואס ער וויל, קיין איין טייער האט מען נישט צישניטן זייט תשנ''ט, קיין איין פענסטער האט מען נישט ציבראכן זייט תשנ''ט, קיין איין שטיין האט מען נישט גיווארפן זייט תשנ''ט, יא די שונאי סאטמאר ניצן אוס דעם פאקט אז מיר שלאגן נישט אין ציען פין מאל צי מאל איבער דאס שטריקל דאן איז מען זיי שנעל מסדר אויף א שיינעם שטילן וועג אין פיניש, אבער פין טעראריזאם מאן דכר שמי', איר קענט דאס אנריפן פחד, איר קענט דאס אנריפן וויאזוי איר ווילט, אבער יעדער ווייסט אז זייט תשנ''ט קיקט מען נישט אויף אייער זייט, מען איגנארירט אייך קאמפליטלי, דער גז''ל קימט אוף שבתים אין קיינער קימערט זיך נישט, יא, איר וואלט זייער גיוואלט עפעס א געשלעג, איר וואלט גיוואלט עס זאל זיך איבער דרייען דאס שטעטל, אבער קיינער מאכט זיך פין ענק נישט וויסענדיג, בחינם זענט איר ארויף גיקימען אויף די שטיגן פין אינזער בית המדרש הגדול זיך שלאגן? זיכער אז נישט! איר האט מיט גיוואלד געוואלט עפעס א געשלעג, אבער סאיז אייך נישט געלינגען, נאו משה גבאי נאו פייט!!! 

יעדער נארמאלער מענטש ווייסט, (אין איך בין דעי וואך געזעצן אויף א חתונה אין קרית יואל ביי איין טיש מיט מיין ברודערס א שוואגער א גרויסער בני יואל, אין ער האט אויך אזוי גיזאגט) אז אויב וואלטן די בני יואל נישט גיגאנגען אין קארט וואלטן זיי היינט צי טאג נאך אפן גיווען, זיי זענען קיינעם נישט גישטאנען אין וועג, מען האט מיט זיי נישט געטשעפעט, סאסמאן שטייט אן א פערמיט אין קיינער שטערט זיי נישט, דארט אין קרית יואל איז מקויים גיווארן דער פסוק וגר זאב עם כבש, יא, מיר וועלן זיך אנהייבן צי קריגן ווער סאיז דער זאב אין ווער דער כבש, אבער דאס וועלן מיר אלע מודה זיין אז ווען סישטייען אינזערע נשים צדקניות ווארטן פאר די קינדער באס קענען שטיין ציזאמען מאמעס פין תלמידי מוסדותינו הקדושים מיט מאמעס פין ויואל משה אין בני יואל אין שמועסן ווי נארמאלע שכנים, ניין קיין רשעות איז היינט צי טאג אין קרית יואל נישטא, אין ווער עס פירט זיך אוף ווי א נארמאלער מענטש פארשטייט אין זעט דאס,
 
זאג נאר, האלסטי טאקע אז אויב וואלט אזא זאך פאסירט אין וויזניץ, סקווער, בעלז, קלויזבורג, באבוב, אדער תולדות אהרן וואלט מען גיקענט ארויס גיין אין די גאס מיט דעי ספרי תורה שוי אין שרייען אזוי אקעגן א רבי מיט טויזענטער חסידים, קענסט דאך נישט לייקענען אז דער רבי שליט''א האט נאך בכלל עפעס גיטרייע חסידים אין קרית יואל, נא, ווי איז טעראריזום?, קיינער האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פין ענק, יעדער האט נאר גיגעבן אזא ביטערער רחמנות שמייכל אוף ענק, אין געפרעגט ווי עס איז איז דא א משוגעים הויז וואס קען אראן נעמען אזויפיל פאציענטן אויף איינמאל, אבער קיין איין שטיין איז נישט גיפלויגן, מען האט גילאזט דעם צידרייטן מיידלעך שטערן רעדן זיין מנוולות אן א סטאפ, שאיע יאנקל שטויבער מיט מאיר יודלען האט מען גילאזט בוכענען אין שעלטן אן א שטער, אין אפילע דעם אפגעפיקלטן חזקאל גאלד וואס האט אין מאנסי איינגיזעצט א אומשולדיגן יונגערמאן על לא עוול בכפו ווי אלע גדולי הרבנים האבן שארף מוחה גיווען אקעגן עם, עם האט מען אויך גילאזט רעדן זיין דברי נאצה אן א שטער, ענקער גישריי איז נישט מעלה אין נישט מוריד, יעדער ווייסט למי החותמת ולמי הפסולים, אז מען גייט אין ערכאות בריט מען זיך אפ. 

פארשטייצעך » 10/12/2009 04:36

איך האב נישט יעצט צייט אויף אריכות.
איך ערוואט נישט פון דיר זאלסט פארשטיין די אהבה וואס מיר האבן צו רבינו שליט"א, דו קענסט ווייטער זינגען דעם ניגון, אז די זאליס האלטן נישט פון זייער רבי'ן, און אז משה גבאי איז שולדיג אז רא"ט איז א חיה, קווינס האט נישט קיין בחורים, און דער רבי קען נישט קיין אלף בית, און די אהרונים ווילן "עכט" גיין צו דין תורה...

און לאמיר עס מאכן קלאר, משה "גבאי" איז געווען א קריגס מיניסטער, און ר' אהרן איז דער "רב" און דער "ראש ישיבה" וואס דארף האבן דעם "דעת תורה" אויף יעדע זאך.
משה גבאי איז בטבע א גוטער מענטש, ער איז א חכם, וחלופיהן....
ר' יוסף וואלדמאן איז נישט אונזער ראש הקהל, און האט ער טוט שוין נישט די זאכן פון מבזה זיין דעם ברך משה זי"ע
אבער דער מסור דוד עקשטיין איז יא ענקער ראש הקהל. און יודא יושע וויינשטאק מסור איז אויך אויף ענקער פעיראל.
ענקער קהלה איז אנגעפילט מיט ווילדע מענטשן און שלעגערס, און נישט קיין וואונדער, אז "רוב" קהל האט געוואוט אפצושפארן א בית המדרש.

האסט געפרעגט א גוטע קשיא, אויב וואלט געקענט צוקומען אין בעלז סקווירא וכו' אז טויזנטער מענטשן זאלן ארויסגיין אויף די גאסן שרייען געוואלד קעגן דעם רבי'ן.

דער ענטפער איז ניין, קודם כל זענען יענע רבי'ס אסאך קלוגער פון רא"ט, און זיי ווייסן פון "גבולים", זיי ווייסן ווי ווייט מען קען גיין, און ווי מען דארף זיך אפשטעלן, זיי וואלטן זיך נישט אויפגעפירט מיט אזויפיל רשעות אז מען זאל זיין געצווינגען צו טאן אזעלכע זאכן.

און ס'איז נישט קיין בא'טעמ'ט עס צו שטיין אויף די קאלטע שנייאיגע גאסן שרייען און וויינען, נאר אז מען האט די בני יואל אידן אזוי דערביטערט דאס לעבן האבן זיי נישט קיין ברירה.

געב איבער פאר ר' אהרן דעם סקווירא'ן שטעטל, וועסטו זען ביז דריי יאר וועט ער האבן א דריטל פון וואס ס'היינט און ס'וועט ווערן א "לויטערע אויסגעקליבענע חסידות"...

ווער_איז » 10/12/2009 05:15

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

יעדער נארמאלער מענטש ווייסט, (אין איך בין דעי וואך געזעצן אויף א חתונה אין קרית יואל ביי איין טיש מיט מיין ברודערס א שוואגער א גרויסער בני יואל, אין ער האט אויך אזוי גיזאגט) אז אויב וואלטן די בני יואל נישט גיגאנגען אין קארט וואלטן זיי היינט צי טאג נאך אפן גיווען, זיי זענען קיינעם נישט גישטאנען אין וועג, מען האט מיט זיי נישט געטשעפעט,

איך ווייס נישט צי וועם די האסט גערעדט אבער לייען אדארך די קארט פעפערס וועסטו זען אז בית יואל האבן נישט געוואלט גיין אין קארט נאר ענקער קהילה האבן געצווינגען צי גיין אין קארט מיטן אפהאקן די סוער תשס"ד מאך דיך נישט פאר אזא שעפעלע ענק האבן אנגעהויבן די פייט אין מיר האבן עס אנגענימען מיר וואלטן ממילא נישט אפען געווען דעמאלטץ ווען ענק האבן אפגעשפארט די וואסער תשס"ד אין א גרינעם מיטוואך קיינער האט ענק גארנישט געטיען דעמאלטץ נאר סטם פאר רשעות האבן ענק דעמאלטץ אפגעשפארט די סוער

איך וויל נאר פרעגן איז דעס די סיבה פארוואס מהאט געמאכט דע ניבל המת דעם זימער וועגן ענק זענען פיינע מענטשן

פארשטייצעך » 10/12/2009 06:42

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אמת מיר האבן נישט ליב גיהאט דעם דוד עקשטיין, ער איז נישט קיין סימפאטישער מענטש אין נישט פין די בעסטע מענטשן, OK ביזט ציפרידן?, אבער דער בחור האט זיך בארעכנט, ער האט גיזען אז דער עולם גלייכט עם נישט, ער האט נאך גארנישט דעליווערט פארן ציבור, האט ער זיך גיטוישט, ער האט אנגיהויבן מיט דעם פראכטפולן אולם עקשטיין, דערנאך מיט ארוס שמאסן די קרעציגע פין די קרעטשמע, אין ער פארט אוף זייער א גיטן וועג, יעצט רעדט מען שוין עם אוף צינעמען אלץ ראש הקהל אויך אין וויליאמסבורג אין אין בארא פארק, ער וועט מיט ענק מאכן א שטיקל סדר,

איך מיין אז איר קענט נישט דעם דוד עקשטיין, יעדעס מאל ווען איר שראבט אויף עם מסור אדער שר''י ווערט זיין שמייכל גרעסער אין גרעסער, ער שעפט נחת דערפין, איר זענט עם פשוט מהנה,

איך גלייב דיר בנאמנות אז יעדעס מאל ווען מען זאגט אויף דוד עקשטיין מסור, ווער זיין שמייכל גרעסער און גרעסער, און אויך ווען ער קען יענעם גוט אויספייניגן ווערט זיין שמייכל גרעסער און גרעסער, אויב קען ער גוט מצער זיין אידן, הייסט עס ביי די אהרונים "דערליווערט פארן ציבור".

אזא איינעם האבן די אהרונים פאר ראש הקהל, און ווען דער רשע האט אויסגעפייניגט די אייגענע מענטשן, און מען האט אים ארויסגעטראסקעט, איז געקומען רא"ט און געזאגט ניין, דוקא אים דארף איך!

נאר וואס דען, אזויפיל האט מען גע'פועל'ט אז זיין רשעות'דיגע טבע זאל אויסנוצן אויף די "שונאים", און דערווייל זאל ער די אהרונים לאזן אביסל במנוחה.

ווער_איז » 10/12/2009 16:32

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 ער האט נאך גארנישט דעליווערט פארן ציבור, האט ער זיך גיטוישט, ער האט אנגיהויבן מיט דעם פראכטפולן אולם עקשטיין,

אז די ווילסט וויסען פיקטליך וואס ער האט געטיען פאר אולם עקשטיין זיי אזוי גיט אין ריפט אן דעם בוי מייסטער וואס האט אויפגעבויט דעם זאל ר' בן ציון קליין פין ק"י (א שוואגער מיט מסור וויינשטאק) אין פרעג עם אליין אויב מסור עקשטיין האט עם שוין באצאלט פאר'ן זאל דע מסור איז עם שילדיג די גרעסערע העלפט נאר דער מסור שרייט איך בין טייט איך האב נישט קיין געלט אין דער חלה דעקעל קליין האט מורא פין דעם מסור אז ער זאל זיך נישט נוקם זיין אין עם

תוקן על ידי ווער_איז ב- 10/12/2009 16:50:13

פארשטייצעך » 10/12/2009 16:46

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
זייט אינזער רבי האט בחכמתא ובגובורתא זיך אפ גילאזט פין דעם שד בצירת אדם משה גבאי, איז אין קרית יואל שלום ושלוה

דער הייליגער עצי חיים זי"ע האט געהאט אמאל א עגמת נפש מיט א צווייטן רבי'ן וואס ער האט געהאלטן אז יענער טוט כנגד ההלכה, און האט זיך שטארק געבייזערט, רופט זיך אן א חסיד פון יענעם רבין "ס'איז נישט דער רבי, דער גבאי האט אים צוגערעדט".

האט אים דער עצי חיים געענטפערט, "איך בין א גרעסערער חסיד פון דיין רבי, ווי דו אליין, איך האלט אז א "מלאך" האט אים צוגערעדט (דער יצר הרע) צו טאן די עבירות, נו קעגן א מלאך האט ער זיך נישט געקענט קעגנשטעלן, דו האלטס אז דער גבאי א פשוט'ער בשר ודם האט אים צוגערעדט"...

די זעלבע איז דא, די זאליס שרייען אז דער יצר הרע האט אים צוגערעדט

די אהרונים שרייען אז ס'איז געווען משה גבאי, אדער היינט דוד עקשטיין מסור (נאך א שמייכל)

פישמאן » 10/12/2009 16:53

ער זאגט אז זייט ער האט זיך אפגעלאזט פון משה גבאי איז שטול

ער איז חולק על רבו, זיין רבי האט געזאגט פאר 20 יאר צוריק ווען מען האט געשאלגן מענטשן אויף די גאסן געבראכן פענסטערס געשטאכן רעדער ארויסגעווארפן אן די בגדים פון די מקוה אויף די שניי וכו'

דעמאלס האט זיין רבי געזאגט פאר זיין היינטיגן חבר תאלי גראס - דאס אין קרית יואל איז שטול

אנבעליוועבעל - דאס איז ער אליין געווען

וואלןסח » 10/12/2009 17:52

[quote]
סיי דער רבי דער ברך משה זי''ע אין אפילו דער הייליגער דברי יואל זי''ע וואלט זיך גיווינטשן צי האבן אזא לויטערע אויסגיקליבענע חסידות ווי אינזער רבי האט, אלע מתפללים אלע חסידים זענען כולם כאחד בלב אחד

חס ושלום צו זאגן אז רביה"ק זי"ע אדער אפילו דער ברך משה זי"ע האבן זיך געזוכט צו האבן אזא סארט בעיבישע נארישע חסידות ווי ר' אהרן האט זיך אהערגעשטעלט.
ווען דער רבי זי"ע וואלט געזוכט די סארט שטותים, און דאס וואלט ביי אים געווען א רצון, וואלט ער מחנך געווען די בחורים אז מען דארף קומען צום טיש פרייטאג צו נאכט, וכדומה.
אבער דאס איז נישט געווען זיין רצון, און ער האט נישט צו דעם געשטרעבט.

זאג נאר, ביי די ארונים איז מען יא מחנך אז מען מוז גיין צום טיש, וואס האסטו געענטפערט דא, אונזער חסידות באשטייט נישט פון קיין טישן, אונזער חסידות באשטייט פון פאלגן אונזער רבין.

דער רבי זי"ע האט געהאט "א לויטערע אויסגיקליבענע חסידות"!
ס'איז געווען לויטער פון דעות כוזבות, דעם רבינ'ס חסידים האבן נישט געהאט קיין שייכות מיט די מלכות המינות, און אויסגעקליבן מיט זייער מסירת נפש פאר יעדע דבר שבקדושה, צו האלטן אידישקייט אין אמעריקא מיט שטאלץ, זיך מוסר נפש זיין צו טאן צדקה וחסד פאר יעדן איד אפילו נישט היימישע (נישט נאר אנ"ש דייקא פאר וועמען ר' אהרן לאזט געבן צדקה.)

דו קענסט מיר אנווייזן איין ארוני וואס האט דעות כוזבות פון ציונות, סטאפ מיט די נאן סענס, און דאס אז דער רבי האט אויפגענומען דעם קלז"ב האט דאך רביה"ק פונקט אזוי אויפגענומען אנדערע אגודה חברה, וכמ"פ שמענו מרבינו שליט"א בראשית שנות הרבנות בקרית יואל אז ער האט ביים פעטער געזען וועם מען מעג אויפנעמען און וועם נישט.

און אפשר זאגסטו מיר וואס איז דער קלז"ב מער ציוני ווי דעם גורער, און רז"ל האט פונקט אזוי אים אויפגענומען, און אז דו וועסט מיר ענטפערן ווייל זיין טאטע האט געטשעפעט דעם דברי יואל, הדק"ל אין דעם אשכול ווי אונז שטיי מיר, אויב טאר מען נישט אויפנעמען א זון פון איינעם וואס האט געטשעפעט דעם דברי יואל, ווי אזוי מעג רז"ל מכבד זיין דעם מסור וואס האט ער אליין (נישט זיין טאטע) האט געטשעפעט דעם ברך משה (מילד גערעדט).
דער ברך משה זי"ע וואס האט זיך געדרייט ביים פעטער אין קראלע, און שפעטער אין סאטמאר, האט נאך זוכה געווען צו זען אמת'ע צדיקים, האט אויך נישט אינטרעסירט די סארט פארטייאישקייטן, איך וועל יעצט נישט מאריך זיין מיט צענדליגער באווייזן.

אבער ר' אהרן וואס האט חתונה געהאט קיין וויזניץ, האט זיך דארט אנגעזען מיט די אלע סארט פראפעגאנדע חסידות'ער, ער האט אנגעהויבן מקנא צו זיין דעם שווער מיט די שוואגערס, 
יעדע רשעות אדער משוגעת וואס זיינע שוואגערס פון סקווירא, בעלזא, וויזניץ האבן געמאכט, מוז ער נאכמאכן, אפילו עס איז זיך אמאל סותר איינס מיט'ן צווייטן. און לגבי וואס אין סקווירא למשל, האט מען דעם גרעסטן דרך ארץ פאר אלטע מנהגים, און פריערדיגע רבי'ס, דארט מאכט ער נאך דעם בעלזער וואס האט אויסגעריסן וואס ער האט נאר געקענט פון די פריערדיגע.
און דאס הייסט ביי אים "לויטער און אויסגעקליבן".
אז דו וועסט מיר שטארק בעטן וועל איך דיר ברענגן א ליסטע פון מנהגים וואס דער דברי יואל האט משנה געווען פון זיין טאטן דעם קדושת יו"ט, און ס'איז באקאנט אז ס'איז געווען געוויסע חילוקי דעות צווישן די חסידים פון עצי חיים און די חסידים פון דברי יואל בחייו פונעם עצי חיים נאך, ואכמ"ל

אין דע צייט ווען ביי הגרז''ל דרייט זיך כל צרוע וכל זב, 
שקר קיין איין ציוניסט דרייט זיך נישט ביים רבי'ן שליט"א,
די גאנצע קהלה באשטייט פון ערליכע בעלי בתים, וואס לערנען און דאווענען עוסק במשא ומתן און דינען דעם באשעפער.
כל צרוע וכל זב מיינט נישט ציוני, דאס מיינט אידן וואס האבן מצער געווען זיין טאטן

יינער לאכט פין זלמן לייב דער צווייטער לאכט פין עם אין פין זיין טאטן, אין דער דריטער וואס איז ארגינעל א וויזניצער א קאשויער אדער א טאשער לאכט פין עם אין פין זיין טאטן אין פינעם פעטער, א מישמאש אין א ערב רב, 
שטותים וואס מען האט איינגערעדט פאר די אהרונים, איך האב הונדערטער חברים, איך קען נישט קיין איינעם וואס לאכט פון רבי'ן שליט"א, מיר האבן דעם רבי'ן ליב אהבת נפש, ער איז אונזער שטאלץ, און פירט אונזער קהלה על דרך התורה והמסורה, אשרינו מה טוב חלקינו שזכינו לזה.
אוודאי טוען מיר אלע שגיונות וואס די אהרונים האבן אויפגעפיקט פון אלע מיני הויפן, אבער דעם רבינס רצון, זענען מיר אלע מקיים.
איך וועל טון א טובה פאר א איד און אים לאזן האלטן אז מיט דעם איז ער גערעכט אז יעדער טוט ביי ענק ענקער רבינס רצון
די אנדערע שטותים פון וואו מענטשן קומען ארגינאל, איז ניטאמאל אינטרעסאנט צו ענטפערן, אויב איז ער אן ערליכער איד, נישט קיין ציוניסט, אויסגעהאלטן אין רבינ'ס השקפה, איז ער אויסגעקליבן און לויטער און ער האט פלאץ ביי אונזער קהלה, ער מעג דאווענען שבת אין סיי וועלכע שול ער וויל. און ער מוז נישט קומען צום טיש.
וכן בדידן
ווידער ביי אינז איז אלעס שמן זית זך, קלאר אין לויטער, 
דאס פארדינט שוין אן עקסטער ארטיקל

דער דברי יואל האט זיך ארים גימיטשעט דא מיט די שפיגל ברעכער, דא מיט די שווארצע דא מיט די צודרייטע אוהבי חמאס ואראפאט,
דער רבי זי"ע האט זיך ארומגעמוטשעט אויפצושטעלן אידישקייט אין אמעריקע, און זיך שלאגן מיט א פארדארבענע גאס, דאס האט מען געפרעגלט אין די תלמידים יומם ולילה, זענען אויסגעוואקסן פרומע בחורים וואס זענען געגאנגען איבער די מאס, און מען האט זיי געמוזט אביסל צוימען.
דער רבי זי"ע האט זיך ארומגעמוטשעט מיטן מלחמת ה' בעמלק, קעגן די ציונים למיניהם, דאס האט מען געפרעגלט אין די תלמידים יומם ולילה, זענען אויסגעוואקסן קנאי'שע בחורים וואס זענען געגאנגען איבער די מאס, און מען האט זיי געמוזט אביסל צוימען.
להבדיל דער רא"ט מוטשעט זיך ארום אויפצושטעלן חסידים פאר זיך, און פאר זיין פארטיי, זיך שלאגן מיט זיינע שונאים, און אים מחזק זיין טאג און נאכט, דאס פרעגלט ער אין זיין יוגנט יומם ולילה, זענען אויסגעוואקסן שלעגערס, מוסרים, הולכים בערכאות, וואס זענען שוין אפילו געווארן חברי וראשי הקהלה, זיי גייען איבער די מאס, טשעפענען יתומים, טשעפענען רבי מאיר בעל הנס, שפארן אפ בתי מדרשים, און מען פרובירט זיי אפילו נישט צו צוימען.
פארוואס פארשטייסטו אז ביים דברי יואל ווען מען האט געטון ווילדע זאכן איז עס געקומען מכח חינוך אויף קנאות און ביים ברך משה נישט, אסאך פרעמדע רביס האבן שוין געשריגן אויף דעם, און איך ווייס אסאך מעריצי הדברי יואל וואס האבן אין די שפעטערע יארן נישט געשיקט זיער קינדער קיין סאטמאר ווייל זיי האט נישט געפאלן דעם חינוך פון קנאות.
והוא הדין ביים ברך משה, מען איז געווען פארנומען מיט מערכות קעגן בעלז ליבאוויטש וכו' וכו' אוודאי ווען ס'איז געקומען צו אינערליכע מערכות האט עס אויסגעקלאפט די זעלבע.
און יעצט בזאת תבחנו, זייט תש"ס איז נאך נישט געווען קיין שום ספעציעלע מערכה ווי מען האט גענוצט בחורים קעגן ציונים וכו' (עכ"פ פון אונזער לאגער) בעצם איז דאך די פראטעסטן פון די נ' יארן נישט פארגעקומען אין די ס' יארן, און געב א קוק, אזוי ווי גערעכטער שרייבט, איז דער רעדער שניידעריי פון די נ' יארן געווען אויך אין די ס' יארן, די פענסטער שיסעריי דאס קאר וואנדאליזים געווען אין די ס' יארן.
קענסט מיר כאפן אחד בעיר ושנים במשפחה, אבער אויף אזא פארנעם ווי אין די נ' יארן? ניין.
וואס איז דער ענטפער, נומער 1 ווייל סיני ט"ב איז ב"ה נישט ביי אונז וכת דיליה, און נומער 2 (ס'וואקסט דאך אין יעדן דור ווילדע בלוט) ווייל מען ווערט נישט היינט נתחנך אזוי, ס'איז א ליבעראלע וועלט, יעדער טוט וואס מען וויל, און מען האט אויסגעלערנט אז מען דארף זיך האלטן רואיג.
פרוביר היינט צו טון וואס מען האט געטון אמאל אין מאנהעטן פאר א פראטעסט, וועסט האבן א פאר מנינים ארעסטירטע.
און ממילא קלאפט עס די זעלבע אויס ביי אינערליכע פאליטיק אויך, ס'גייט קיינעם נישט אן, קומט ארויס אויפן גאס שרייטס וויפיל ס'גייט, און מיר אלע שטייען און האלטן זיך ביי די זייטן.
און זיי נישט נאיאיוו, פון ווי האט מען זיך געלערנט דעם וועג פון שלאגן, אויב האט מען אין די כ' יארן אויסגעלערנט אז ווער עס עס טשעפעט דיין רבין פערזענליך רודפט מען אים עד חרמה, האט מען געטון די זעלבע אין די מ' יארן, אויב האט א. ד. ט. יעדן טאג אויסגעקלאפט אין חדר דער קלאצענבערגער גלח ימ"ש האט מען אין די מ' יארן געטון פאר די שונאיןם פון דעמאלטסדיגן רבין. אלעס קומט צוריק
יתומים האט מען אויך געטשעפעט אין די כ' יארן איך גיי דא נישט פורש בשמם זיין, אין צדקות האט מען אויך גערודפט ווייל מען איז נישט געגאנגען אין שפאן
ווידער פין היילגן ברך משה דארפן מיר נישט רעדן וויפיל ער האט מיט גימאכט מיט די קרעציגע בני המן, וויפיל צער אין עגמת נפש האט ער גיהאט מידי יום ביומו, 
יא, דער רא"ט האט אים אנגעמאכט אסאך צער ביים לעבן, קודם ווען ער האט זיך ארומגעשלאגן אין קרית יואל טאג און נאכט, און דער טאטע האט זיך געמוזט שטענדיג אננעמען פאר אים, אויך אין ישיבה האט ער גע'רודפ'ט בחורים און זיך געפירט נאריש, וואס דארט האט אים דער טאטע געמוזט קומען צו הילף.
שפעטער האט ער זיך גאר שטארק אנגעליטן פון אים, ווען ער האט אים צושטערט זיינע שבתים און ימים טובים, און פונקט ווי ער האט יעצט אפגעשפארט בתי מדרשים האט ער דעמאלט פרובירט מיט אלע כוחות, צו אונטערברענגען זיין טאטענס בית המדרש, און חרוב מאכן זיין טישן. און דער הויכפונקט איז געווען ווען ער האט געצווינגען זיינע קינדער צו גיין בערכאות קעגן דעם אייגענעם זיידן.
שטותים און לגיונות דארף איך נישט ענטפערן
במילא האבן זיי נישט גיקענט אדורך פירן אלע תיקונים ווי זיי האבן גיוואלט, 
אזוי?! זיי האבן נישט געקענט?!
דער ברך משה האט געהאלטן אז דער רבי זי"ע האט יא דורכגעפירט אלע תיקונים, ער האט געהאלטן אין איין זאגן "בזכותו אנו חיים", ער האט נישט געזוכט קיין נייע תיקונים, ער האט נאר מיט אלע כוחות אנגעהאלטן אז די "תיקונים" פון רביה"ק זי"ע, זאל מען נישט מקלקל זיין מיט פאבריצירטע קלקולים.
ליידער האט רא"ט געוואלט באקומען א נייעם נאמען, אז ער טוט אויף... האט ער זיך גענומען מוציא לעז זיין אויף קדושי עליון, אז זיי האבן נישט געטאן ריכטיג, זיך פארלאזט אויף שוואכע היתורים, כדי עס זאל קענען הייסן אז ער מאכט "תיקונים" וואס דאס אליין איז ליידער דער גרעסטער קלקול.
אוודאי בזכותם אנו חיים, אסאך תיקונים האבן זיי געמאכט, אבער האבן זיי דען אלעס געקענט איינפירן פון ערשטן טאג.
נעם א דוגמא שייטלעך, פארן רבין ז"ל איז געגאנגען אין לעבן מען זאל נישט גיין מיט שייטלעך, אין שנת תשכ"ח האט ער געוואלט אנהויבן טון דערין ולא אסתעייא מילתא ממחמת מצב בריאותו.
יעצט דער רבי דער ברך משה האט ביי די הכתרה געפאדערט פון עולם בנוגע שפיצלעך און שווארצע שטרימפ, אפשר איז ער אויך מוציא לעז אויף ראשונים, ווייל דער פעטער האט עס נישט פארלאנגט (עכ"פ ברבים) ביי קיין איין דרשה אין אמעריקא?
אלא מאי, אכשר דרא, האט מען געפילט מען קען גיין ווייטער.
יעצט ביי די וויץ איז באקאנט פאר יעדן דער רבי האט געוואלט טון דערין, לא אסתעייא מילתא, היינט איז א קליינע וועלט, און אז טעכנעלאגיע האט פארשריט קען מען אויפטון מען פאר אידישקייט, און די זעלבע איז מיט די שחיטה ואכ"מל
אבער היינט צי טאג איז דאך ממש א עולם התיקון... 
אמת קעגן וואס ס'איז געווען אמאל

אלע עזות פנים'ער זענען זיך צי לאפן, דער איז היינט ביי די זאליס, דער ביי די בני יואל, דער אין טאש, דער אין חרידים דער ביי סאסמאן דער אין די קרעטשמע, דער איז אין קאשוי אין דער איז אין תולדות אהרן, איינער אין ספינקא אין דער צווייטער אין יפו,
ביטע צושרייבן דעם טאטאלן נומבער פון די "צולאפענע", אין קרית יואל, וואס צוזאמען מיט די געבליבענע אין וויליאמסבורג, ירושלים, אנטווערפן, וכו' באטרעפן זיין בערך צוויי דריטל סאטמאר.

אין ביי אינז איז ב''ה שלום ושלוה, סאיז פשוט א נחת,
דאס פארדינט שוין אן עקסטער ארטיקל ווי שטארק ענקער שלום ושלוה איז...

דער רבי שליט''א איז מיט ענק נישט פארנימען, ער איז נאר פארנימען מיט להגדיל התורה ולהאדירה, ער איז פארנימען מיט כשרות בהידור אשר לא הי' מימות עולם, ער איז פארנימען מיט תקנות לצימצום הוצאות לטובת כלל ישראל, 
און אויך מיט אפשפארן בתי מדרשים, זיך שלאגן מיט רבי מאיר בעל הנס, מבזה זיין נפטרים, און טשעפענען אלמנות ויתומים.

איך יאג מיר שוין צו די ארבעט, איך געב דיר נאר א קליינע מראי מקום אין נייעם ספר זקניך ויאמרו לך ח"ב עמוד 55 גאנץ אויבן פון עמוד וועסטו זען אין וועמענס וועגן מיר גייען

[/quote]

YESWECAN3 » 10/12/2009 18:10

אוי סאיז צרות..איך הייב שוין ענדליך אן צי גלייבען אז סאיז דא א ערענסטע רעסעסיע...עס זעט אויס ווי דער עולם איז געהריג ארבעטסלאז...

דיןתורה » 10/12/2009 20:31

ווער_איז כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

יעדער נארמאלער מענטש ווייסט, (אין איך בין דעי וואך געזעצן אויף א חתונה אין קרית יואל ביי איין טיש מיט מיין ברודערס א שוואגער א גרויסער בני יואל, אין ער האט אויך אזוי גיזאגט) אז אויב וואלטן די בני יואל נישט גיגאנגען אין קארט וואלטן זיי היינט צי טאג נאך אפן גיווען, זיי זענען קיינעם נישט גישטאנען אין וועג, מען האט מיט זיי נישט געטשעפעט,

איך ווייס נישט צי וועם די האסט גערעדט אבער לייען אדארך די קארט פעפערס וועסטו זען אז בית יואל האבן נישט געוואלט גיין אין קארט נאר ענקער קהילה האבן געצווינגען צי גיין אין קארט מיטן אפהאקן די סוער תשס"ד מאך דיך נישט פאר אזא שעפעלע ענק האבן אנגעהויבן די פייט אין מיר האבן עס אנגענימען מיר וואלטן ממילא נישט אפען געווען דעמאלטץ ווען ענק האבן אפגעשפארט די וואסער תשס"ד אין א גרינעם מיטוואך קיינער האט ענק גארנישט געטיען דעמאלטץ נאר סטם פאר רשעות האבן ענק דעמאלטץ אפגעשפארט די סוער

איך וויל נאר פרעגן איז דעס די סיבה פארוואס מהאט געמאכט דע ניבל המת דעם זימער וועגן ענק זענען פיינע מענטשן

אפעגעזעהן צו די ווארהייט פין דיינע ווערטער
מיינע מחנכים האבען מיר אויסגעלערנט אז אויף אזא זאך 'דארף מען יענעם רופן צום בי'ד'

דיןתורה » 10/12/2009 20:34

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אופס!!! פארשטייצעך, האסט מיך שיר נישט אריין געכאפט אין דיין נעץ!!!, די ביטערער לץ, אני לתומי הייב דיר אן צי ענטפערן מיט א תמימות, אין כאפט זיך פשוט נישט וואס פאר א כיטרער לץ די ביסט, איך שרייב אין ענטפער ביז איך קים אן צי דיין דריטן פאראגראף, ווי די שראבסט:
איינער לאכט פין זלמן לייב דער צווייטער לאכט פין עם אין פין זיין טאטן, אין דער דריטער וואס איז ארגינעל א וויזניצער א קאשויער אדער א טאשער לאכט פין עם אין פין זיין טאטן אין פינעם פעטער, א מישמאש אין א ערב רב, 
שטותים וואס מען האט איינגערעדט פאר די אהרונים, איך האב הונדערטער חברים, איך קען נישט קיין איינעם וואס לאכט פון רבי'ן שליט"א, מיר האבן דעם רבי'ן ליב אהבת נפש, ער איז אונזער שטאלץ, און פירט אונזער קהלה על דרך התורה והמסורה, אשרינו מה טוב חלקינו שזכינו לזה.
אוודאי טוען מיר אלע שגיונות וואס די אהרונים האבן אויפגעפיקט פון אלע מיני הויפן, אבער דעם רבינס רצון, זענען מיר אלע מקיים.

די ביטערער לץ, איך קען צי מיר נישט קימען, כא כא כא,,, וואט א דזשאק!!! איר האט ליב ענקער רבי אהבת נפש.... יעס שאר!!!!,
 הער שוין אויף מיט דיינע פינסטערע ליצנות, סי פאסט נישט חוזק צי מאכן פין הייליגן ברך משה'ס א זין, אפילו ער פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צי זיין, אבער חוזק מאכן טאר מען נישט, ער קען נאך תשיבה טין, אין סוף כל סוף איז ער אינזער הייליגן רבי'נס א ברידער, סא, סטאפ מיט דיין ליצנית,

אביסל מוסר ביזטי גרייט צי הערן? ווי איז דיין כבוד האכסני', דער אשכול איז גיעפענט גיווארן לכבוד יאשקע אפיקורס, אין פין עם מאכסטי זיך נישט וויסענדיג?, שעם אן יו!!!, מיר שראבן דארט א לאנגס אין א ברייטס פין די הערצה וואס דער מסור דמתא האט ביי אינזער רבי'נס קליינער ברידער אין די איגנארירסט דאס קאמפליטלי? סאיז נעם סעיפ!!! נישט שיין!!!

אבער לכבוד דיין הוספה וועל איך יא מוסיף זיין מיינע גידאנקען, די האסט אזוי ליב צי רעדן פין רשעות, קען מען מיינען אז מען וואוינט אין נאצי דזשערמאני, אדער אז מען דאווענט  אין ראדני ווי מען שלאגט אין מען באכעט יעדן אהרוני, הער זיך גיט איין, סאיז נישטא אין כדור העולם אזא ליבעראלער חסידות ווי אין קרית יואל, זייט אינזער רבי האט בחכמתא ובגובורתא זיך אפ גילאזט פין דעם שד בצירת אדם משה גבאי, איז אין קרית יואל שלום ושלוה, יעדן לאזט מען טין וואס ער וויל, קיין איין טייער האט מען נישט צישניטן זייט תשנ''ט, קיין איין פענסטער האט מען נישט ציבראכן זייט תשנ''ט, קיין איין שטיין האט מען נישט גיווארפן זייט תשנ''ט, יא די שונאי סאטמאר ניצן אוס דעם פאקט אז מיר שלאגן נישט אין ציען פין מאל צי מאל איבער דאס שטריקל דאן איז מען זיי שנעל מסדר אויף א שיינעם שטילן וועג אין פיניש, אבער פין טעראריזאם מאן דכר שמי', איר קענט דאס אנריפן פחד, איר קענט דאס אנריפן וויאזוי איר ווילט, אבער יעדער ווייסט אז זייט תשנ''ט קיקט מען נישט אויף אייער זייט, מען איגנארירט אייך קאמפליטלי, דער גז''ל קימט אוף שבתים אין קיינער קימערט זיך נישט, יא, איר וואלט זייער גיוואלט עפעס א געשלעג, איר וואלט גיוואלט עס זאל זיך איבער דרייען דאס שטעטל, אבער קיינער מאכט זיך פין ענק נישט וויסענדיג, בחינם זענט איר ארויף גיקימען אויף די שטיגן פין אינזער בית המדרש הגדול זיך שלאגן? זיכער אז נישט! איר האט מיט גיוואלד געוואלט עפעס א געשלעג, אבער סאיז אייך נישט געלינגען, נאו משה גבאי נאו פייט!!! 

יעדער נארמאלער מענטש ווייסט, (אין איך בין דעי וואך געזעצן אויף א חתונה אין קרית יואל ביי איין טיש מיט מיין ברודערס א שוואגער א גרויסער בני יואל, אין ער האט אויך אזוי גיזאגט) אז אויב וואלטן די בני יואל נישט גיגאנגען אין קארט וואלטן זיי היינט צי טאג נאך אפן גיווען, זיי זענען קיינעם נישט גישטאנען אין וועג, מען האט מיט זיי נישט געטשעפעט, סאסמאן שטייט אן א פערמיט אין קיינער שטערט זיי נישט, דארט אין קרית יואל איז מקויים גיווארן דער פסוק וגר זאב עם כבש, יא, מיר וועלן זיך אנהייבן צי קריגן ווער סאיז דער זאב אין ווער דער כבש, אבער דאס וועלן מיר אלע מודה זיין אז ווען סישטייען אינזערע נשים צדקניות ווארטן פאר די קינדער באס קענען שטיין ציזאמען מאמעס פין תלמידי מוסדותינו הקדושים מיט מאמעס פין ויואל משה אין בני יואל אין שמועסן ווי נארמאלע שכנים, ניין קיין רשעות איז היינט צי טאג אין קרית יואל נישטא, אין ווער עס פירט זיך אוף ווי א נארמאלער מענטש פארשטייט אין זעט דאס,
 
זאג נאר, האלסטי טאקע אז אויב וואלט אזא זאך פאסירט אין וויזניץ, סקווער, בעלז, קלויזבורג, באבוב, אדער תולדות אהרן וואלט מען גיקענט ארויס גיין אין די גאס מיט דעי ספרי תורה שוי אין שרייען אזוי אקעגן א רבי מיט טויזענטער חסידים, קענסט דאך נישט לייקענען אז דער רבי שליט''א האט נאך בכלל עפעס גיטרייע חסידים אין קרית יואל, נא, ווי איז טעראריזום?, קיינער האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פין ענק, יעדער האט נאר גיגעבן אזא ביטערער רחמנות שמייכל אוף ענק, אין געפרעגט ווי עס איז איז דא א משוגעים הויז וואס קען אראן נעמען אזויפיל פאציענטן אויף איינמאל, אבער קיין איין שטיין איז נישט גיפלויגן, מען האט גילאזט דעם צידרייטן מיידלעך שטערן רעדן זיין מנוולות אן א סטאפ, שאיע יאנקל שטויבער מיט מאיר יודלען האט מען גילאזט בוכענען אין שעלטן אן א שטער, אין אפילע דעם אפגעפיקלטן חזקאל גאלד וואס האט אין מאנסי איינגיזעצט א אומשולדיגן יונגערמאן על לא עוול בכפו ווי אלע גדולי הרבנים האבן שארף מוחה גיווען אקעגן עם, עם האט מען אויך גילאזט רעדן זיין דברי נאצה אן א שטער, ענקער גישריי איז נישט מעלה אין נישט מוריד, יעדער ווייסט למי החותמת ולמי הפסולים, אז מען גייט אין ערכאות בריט מען זיך אפ. 

גערעכטער
כ'ווייס נישט פארוואס אבער די האסט לעצטנס פיין אויסגעשארפט דיין פעדער ברענגסט גיט ארויס א פוינט
רעדסט צו די זאך, ניכרין דברי אמת.

ווער_איז » 10/12/2009 20:58

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דארט אין קרית יואל איז מקויים גיווארן דער פסוק וגר זאב עם כבש, יא, מיר וועלן זיך אנהייבן צי קריגן ווער סאיז דער זאב אין ווער דער כבש, אבער דאס וועלן מיר אלע מודה זיין אז ווען סישטייען אינזערע נשים צדקניות ווארטן פאר די קינדער באס קענען שטיין ציזאמען מאמעס פין תלמידי מוסדותינו הקדושים מיט מאמעס פין ויואל משה אין בני יואל אין שמועסן ווי נארמאלע שכנים, ניין קיין רשעות איז היינט צי טאג אין קרית יואל נישטא, אין ווער עס פירט זיך אוף ווי א נארמאלער מענטש פארשטייט אין זעט דאס, . 

די קרית יואלע אידן זענען מודה צום פאקט אז אמאל איז נישט אזוי געווען ווי דער מנהל אין די ארונישער חדר א. ט. ק. האט געזאגט אין חדר ביי א דרשה ווען מזעט א בני יואל דארף מען אריבער גיין די גאס נאר טאקע ר' יוסף וואלדמאן נ"י איז דער וואס האט עס אויסגעריסן מיר אלע פין אלע זייטן זאגן אייך ר' יוסף א גרויסער ישר כח פאר אייערע מסירת נפש פאר קרית יואל כה לחי 

פארשטייצעך » 10/12/2009 23:15

פארשטייצעך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אלע שייגעץ שטיק וואס ר' אהרן האט אפגעטאן אין די מ' יארן און די נ' יארן אין קרית יואל האט ער זיך פארענטפערט אז "מוישע גאבע" איז שולדיג געווערן, (הגם מען הערט אויף די לעצטע אנדעקטע טעיפס, אז דוד עקשטיין מסור גיט די באפעלן)
וואס דאס האט געברענגט דארף מען נישט פארציילן, אז פון די 5 באהאלטענע און 3 אפענע שונאים, זענען אדאנק ר' אהרן'ס מעשים אויסגעוואקסטן טויזנטער טויזנטער סאטמאר'ער אידן וואס האבן מיט אים נישט קיין שייכות.

אין די צייט וואס ער איז געווען דער יורש עצר לבית סאטמאר, איז ער ארויס חרוב ונחרב אין רובי דרובא פלעצער אויף די וועלט. זיין ברודער מהרז"ל האט געכאפט א ריזיגער חלק פון סאטמאר, זיינע שוואגערס ר' חיים יהושע האלבערשטאם מיט ר' דוד מייזליש האבן געמאכט שבת פאר זיך. 

אפאר יאר האט ר' אהרן געשפילט אז ער איז שוין "נארמאל געווארן".

בשנת תשס"ט שנתחדשו גזירותיו, ווען ער האט צוריק באנייט זיין אלטן רשעות'דיגן דרך, און ער האט מבזה געווען נפטרים, געטשעפעט אלמנות ויתומים, ערקלערט קריג קעגן צדקת רבי מאיר בעל הנס, 
והאחרון הכביד אפגעשפארט א בית מקדש מעט, ווי איבער 500 אידן האבן יעדן טאג געדאווענט, געלייגט תפילין, און געזאגט אמן יהא שמיה רבה.

שטעלט זיך די פראגע, ווער איז אלע שולדיג, משה גאבע הייסט אים????

אדער איז דאס א לחץ זו הדחק פון מסור דוד עקשטיין?

דין תורה וויל נישט איבערלייגן מיינע תגובות מוז איך אליין...

וואלןסח » 11/12/2009 00:03

באקומען אין אישי:

נאך א דוגמא וואס דער רבי ז"ל האט נישט באוויזן אויפצוטון, און רבינו בעל ברך משה ולהבחל"ח רבינו שליט"א האבן מוסיף געווען

דאס איז דער הייליגער מוסד שערי חמלה

די זאליבעצנס האבן דאך עס געוואלט פארשפארן, ווייל זיי איז ענדערשער געווען די פאבליק סקולס ווי די קינדער זענען אהיימגעקומען מיט קריסטליכע לידער, ווייל ביים רבין ז"ל צייטן איז דאך אויך אזוי געווען

נו והשבות לו גמולו בראשו, מען האט זייער קרעטשמע פארשפארט

די האבן נישט רחמנות געהאט אויף די קראנקע צובראכענע קינדער, וועלן מיר אויף זיי רחמנות האבן

צו די הינט דארף מען זיי ווארפן

פארשטייצעך » 11/12/2009 01:15

וואלןסח
די פוינט איז נישט דוקא טישן פרייטאג צו נאכטס, 
גערעכטער האט געשריבן אז רביה"ק זי"ע מיט'ן ברך משה וואלט זיך געווינטשן צו האבן א לויטערע אויסגעקליבענע חסידות ווי רא"ט, האט איך געשריבן אז זיי האבן געבויעט אידישקייט און ריינע השקפה, און דאס איז געווען זייער שאיפה, און זיי האבן טאקע א געהאט א לויטערע ריינע חסידות, אויסגעהאלטן לויט זייער רצון.
רא"ט האט א חסידות וואס באשטייט פון "פאלגן אונזער רבין", און פאדעם שלאגט מען זיך און מען רודפט וועמען מען קען נאר, ובדרך אגב קען איך מעיד זיין אז ס'איז אין דעם אויך נישט לויטער, ווייל אויף אסאך פלעצער פייפט מען זיך גוט אריין אין רא"ט.

איך האבן נישט יעצט געשריבן אז די ארונים האבן דעות פון ציונות, נאר אז זייער חסידות באשטייט נישט פון מחשיב זיין ווער ס'איז אויסגעהאלטן באמונה. און ווען איינער איז הונדערט פראצענט ערליכער איד, אויסגעהאלטן בהשקפה, איז ער נאכנישט לויטער און אויסגעקליבן. און מען קען אים אפילו פיינט האבן מיט א שנאה כבושה, אסאך מער ווי אן אגודיסט אדער מזרחיסט.
ווען מען האט ל"ע געשאסן אפאר בחורים אין מרכז הרב נישט מער געדאכט, האט רא"ט געקלאגט מיט יאמערליכע סירענע קולות, אבער ווען ס'איז ל"ע נפטר געווארן א חשוב'ער אינגערמאן אין קרית יואל, וואס האט כל ימיו עוסק געווען בצדקה וחסד, האט מען זיך אויפגעפירט מיט רציחה און באבאריזם, און געשיקט די בחורים טאנצן די הקפה ניגון, פאר דעם חטא אז ער איז נישט קיין חסיד פון רא"ט.
מען האט ערקלערט קריג קעגן דעם גרעסטן כולל אין ירושלים וואס נעמט נישט קיין געלט פון די ציונים, וואס רבותינו הקדושים זענען געווען נשיאים פון דעם כולל, ווייל זיי טאנצן נישט נאך פונקטליך די שגיונות און רשעות'ער פון מסור דוד עקשטיין, וואס די אהרונים אליין ליידן זיך אויך פון אים אן, אבער זיי פרייען זיך ווען ער פייניגט די פרעמדע.
מען האט גענומען א ציבור פון הונדערטער אידן, מען האט אפגעשפארט זייער בית המדרש, און יעדן צופרי און ביינאכט שעלטן זיי דעם דעם דוד עקשטיין מיט דעם רא"ט, און די אהרונים פרייען זיך אז יענער איז בצער, מען האט אים צוגעפיקסט, 
גערעכטער רופט דאס "שנעל און שטיל מסדר געווען".

ר' יוסף וואלדמאן באקומט נישט אין סאטמאר "כבוד מלכים", כאטש ער זאגט היינט אז ער האט גארנישט קעגן ברך משה, און מען זעט דאך אז ער איז גערעכט געווען מיט זיין אפשאצונג און צוגאנגע צו רא"ט.
אבער דער קלויזנבורגער האט באקומען א "מלכותדיגע אויפנאמע" פון רא"ט, מען האט זיך פאטאגראפירט מיט ווייסע כאלאטן מיט הינדעלעך און די הענט, רא"ט איז געפארן אין ארץ ישראל ביז נתניה זיך מיט אים צו טרעפן.

דער הייליגער עצי חיים זי"ע און רביה"ק זי"ע האבן געהאט זייערע דרכים, אבער זיי האבן קיינמאל נישט אפגעלאכט פון די פריערדיגע, וואס רא"ט האט יא געטאן.

יעדער אהרוני וואס האט געטשעפעט ר' זלמן לייב, האט מצער געווען דעם ברך משה, ער אליין האט דאס כמה פעמים געזאגט ברבים, ממילא איז שווער היינט צו טרעפן א מענטש וואס האט קיינמאל נישט מצער געווען דעם ברך משה (חוץ ר' משה גבאי פארשטייט זיך). 

דאס וואס רא"ט האט געצווינגען זיינע קינדער און איידעמער צו רופן דעם זיידן בערכאות, און דאס וואס ער האט איבערגעדרייט זיינע טישן און תפילות, דאס זענען ביי דיר שטותים און לגיונות וואס דארפן נישט קיין תירוץ.

רביה"ק זי"ע האט מחנך געווען צו קנאות ווייל ער האט געהאלטן אז מען דארף זיך מוסר נפש זיין אויף אידישקייט, האט זיך געמאכט אמאל אז מען האט געהאט צו טאן מיט דעם אדער יענעם, האט רא"ט געמאכט דערפון א תורה שלימה, אז מען זיך שלאגן טאג נאכט פאר אני ואפסי. ווער ס'איז א גרעסערער שלעגער האט א גרעסערע טשענס אנצוקומען אין ראט"ס קהל.

זיבענבערגן » 11/12/2009 08:39

אזוי?! זיי האבן נישט געקענט?!
דער ברך משה האט געהאלטן אז דער רבי זי"ע האט יא דורכגעפירט אלע תיקונים, ער האט געהאלטן אין איין זאגן "בזכותו אנו חיים", ער האט נישט געזוכט קיין נייע תיקונים, ער האט נאר מיט אלע כוחות אנגעהאלטן אז די "תיקונים" פון רביה"ק זי"ע, זאל מען נישט מקלקל זיין מיט פאבריצירטע קלקולים.
ליידער האט רא"ט געוואלט באקומען א נייעם נאמען, אז ער טוט אויף... האט ער זיך גענומען מוציא לעז זיין אויף קדושי עליון, אז זיי האבן נישט געטאן ריכטיג, זיך פארלאזט אויף שוואכע היתורים, כדי עס זאל קענען הייסן אז ער מאכט "תיקונים" וואס דאס אליין איז ליידער דער גרעסטער קלקול.
אוודאי בזכותם אנו חיים, אסאך תיקונים האבן זיי געמאכט, אבער האבן זיי דען אלעס געקענט איינפירן פון ערשטן טאג.
נעם א דוגמא שייטלעך, פארן רבין ז"ל איז געגאנגען אין לעבן מען זאל נישט גיין מיט שייטלעך, אין שנת תשכ"ח האט ער געוואלט אנהויבן טון דערין ולא אסתעייא מילתא ממחמת מצב בריאותו.
יעצט דער רבי דער ברך משה האט ביי די הכתרה געפאדערט פון עולם בנוגע שפיצלעך און שווארצע שטרימפ, אפשר איז ער אויך מוציא לעז אויף ראשונים, ווייל דער פעטער האט עס נישט פארלאנגט (עכ"פ ברבים) ביי קיין איין דרשה אין אמעריקא?
אלא מאי, אכשר דרא, האט מען געפילט מען קען גיין ווייטער.

נו, לאמיר שוין זעהן ווען מ'גייט איינפירן שפיצלעך, קענען מיר האפן אז ביי די נעקסטע גרויסע דרשה גייט מען דערקלערן אז יעדער מוז זיך אנטוהן שפיצלעך?? ס'וועט קומען א דרשה בביאור רחב אויף די ענין פון שייטלעך, "הן די לאנגע הן די קורצע, הן די יומען העיר הן די סינטעטיק, הן די פראנטס הן די בענדס הן די העטס וכו' וכו'", און אלע "פאלגזאמע חסידים" וועלן תיכף ארויסווארפן די שייטלעך, אדער גאר ברענגן צו די גרויסע הדלקה און מאנרא.
ימים ידברו.

תוקן על ידי זיבענבערגן ב- 11/12/2009 08:44:16

וואלןסח » 11/12/2009 17:26

נאכאמאל מיר האבן א חסידות פון פאלגן אונזער רבין, און אונזער רבי הייסט פאלגן די תורה,מער וויפיל ס'שטייט דארט, ער לערנט אונז אויס אז מען מעג זיין בעסער ווי די עלטערן, און אז מען איז זיך מוסיף א חומרא מיינט נישט משנה געווען, וכה עשה רביה"ק בעל דברי יואל ער האט אויך מתקן געווען תקנות חשובות וואס זיינע עלטערן האבן נישט געטון.
איך האבן נישט יעצט געשריבן אז די ארונים האבן דעות פון ציונות, נאר אז זייער חסידות באשטייט נישט פון מחשיב זיין ווער ס'איז אויסגעהאלטן באמונה. און ווען איינער איז הונדערט פראצענט ערליכער איד, אויסגעהאלטן בהשקפה, איז ער נאכנישט לויטער און אויסגעקליבן. און מען קען אים אפילו פיינט האבן מיט א שנאה כבושה, אסאך מער ווי אן אגודיסט אדער מזרחיסט.
ווען מען האט ל"ע געשאסן אפאר בחורים אין מרכז הרב נישט מער געדאכט, האט רא"ט געקלאגט מיט יאמערליכע סירענע קולות, אבער ווען ס'איז ל"ע נפטר געווארן א חשוב'ער אינגערמאן אין קרית יואל, וואס האט כל ימיו עוסק געווען בצדקה וחסד, האט מען זיך אויפגעפירט מיט רציחה און באבאריזם, און געשיקט די בחורים טאנצן די הקפה ניגון, פאר דעם חטא אז ער איז נישט קיין חסיד פון רא"ט.
ב"ה מיר זענען זייער מחשיב ווער ס'איז ריין פון ציונות, גיב א קוק וויפיל מוסדות באה"ק שאינם נהנים משלחן איזבל קוומען נאך געלט צו אונז, אבער נישט ווער ס'איז אנגעפיקעוועט מיט האס און שנאה וכל כולו וויל צוברעכן סאטמאר מער ווי די ציונים ווילן. דערמאן דיך נאר די דרשה פון רביה"ק בפתיחת הזמן תשכ"ז ורדו מכם שונאיכם מכם ובכם ואכמ"ל.
און וואס בחורים האבן געטון תשס"ט (שלא על דעת רבם) האבן דאס זעלבע בחורים געטון תשכ"ט (שלא על דעת רבם).
און צוריק צו די געוואלדיגע אהבה וואס מען האט ארויסגעוויזן בימי רביה"ק צו די אלע וואס זענען געווען ריין בדעות, רביה"ק בעל ברך משה הגה"ק בעל ויחי יוסף ועוד ועוד וואס האבן צאמגעליטן פון די אנשי דלא מעלי וואס מען האט ב"ה היינט צוטאגס צובראכן זיער קרעמל

מען האט ערקלערט קריג קעגן דעם גרעסטן כולל אין ירושלים וואס נעמט נישט קיין געלט פון די ציונים, וואס רבותינו הקדושים זענען געווען נשיאים פון דעם כולל, ווייל זיי טאנצן נישט נאך פונקטליך די שגיונות און רשעות'ער פון מסור דוד עקשטיין, וואס די אהרונים אליין ליידן זיך אויך פון אים אן, אבער זיי פרייען זיך ווען ער פייניגט די פרעמדע.
נומער 1 כולל שומרי החומות איז נישט דער "גרעסטער" כולל, נישט מיט כולל אינגעלייט, און נישט מיט געלט טיילן, דאכט זיך משמחי לב טיילט מער געלט.
נומער 2 אונזער הייליגער רבי לערנט אונז אין זיין הייליג ספר ויואל משה און ער פלעגט שטענדיג נאכזאגן דעם רבינו יונה המתחבר לרשעים אע"פ שאינו עושה כמעשיהם נוטל שכר כיוצא בהן, און כש"כ ווער עס שטיצט זיי, אז די מנהלים פון כושה"ח האלטן פאר וויכטיג צו שטיצן דעם סעפטיק צייטונג וואס שפייט שמוץ אויף ערליכע אידן וועכנטליך, דארפן מיר זיי נישט שטיצן. (ואכמ"ל בנוגע זייער גאנצע צדקות איבער נעמען געלט)
ואגב, דעם אויסטרעף אז מוסדות יטב לב איז רמבעה"נ האט שוין געזאגט רבינו הק' הברך משה בשנת תשנ"ב

מען האט גענומען א ציבור פון הונדערטער אידן, מען האט אפגעשפארט זייער בית המדרש, און יעדן צופרי און ביינאכט שעלטן זיי דעם דעם דוד עקשטיין מיט דעם רא"ט, און די אהרונים פרייען זיך אז יענער איז בצער, מען האט אים צוגעפיקסט, 
גערעכטער רופט דאס "שנעל און שטיל מסדר געווען".
ליין דעם "כמה טפשאי" ארטיקל אין בלאט, וועסטו זען ווער ס'האט מצער געווען וועם.
זאת ועוד, היינט האב איך געהערט א שודערליכע עדות, איבערגעזאגט בשם הגה"צ דומץ קרית יואל שליט"א, אז כמה פעמים פלעגט מען הערן במשך דאווענען אריבערשרייען געפערליגע זלזולים אויף רבינו שליט"א, נאך אין די לעצטע יארן אויך, (יעצט מאך ליצנות-אבער איך שטוין פון די סבלנות אז קיינער מבאי ביתו פון רבין האבן דאס נישט געוואוסט, ווי פארשטענדליך אז דער רבי האט קיינמאל קיינעם נישט פארציילט, דער איינציגער וואס האט דאס געקענט מיטהאלטן איז נאר דער דיין וואס שטייט ממש דארט ביי די פארמאכטע טיר)
ר' יוסף וואלדמאן באקומט נישט אין סאטמאר "כבוד מלכים", כאטש ער זאגט היינט אז ער האט גארנישט קעגן ברך משה, און מען זעט דאך אז ער איז גערעכט געווען מיט זיין אפשאצונג און צוגאנגע צו רא"ט.
אבער דער קלויזנבורגער האט באקומען א "מלכותדיגע אויפנאמע" פון רא"ט, מען האט זיך פאטאגראפירט מיט ווייסע כאלאטן מיט הינדעלעך און די הענט, רא"ט איז געפארן אין ארץ ישראל ביז נתניה זיך מיט אים צו טרעפן.
איר זאלט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער איך זע נישט וואסערע גרעסערע כבוד דער קלז"ב האט באקומען פון סיי וועלכן אנדערע רב אדער רבי וואס איז אין זיין דרגא און האט אזא קהלה ווי אים, ובענין אביו מה ענינו לכאן
דער הייליגער עצי חיים זי"ע און רביה"ק זי"ע האבן געהאט זייערע דרכים, אבער זיי האבן קיינמאל נישט אפגעלאכט פון די פריערדיגע, וואס רא"ט האט יא געטאן.
איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט רבינו שליט"א אפלאכן פון א מנהג, ער האט ס"ה ארויסגעברענגט די אומשטענדן פון אמאל און מסביר געווען אז היינט איז גרינגער צו טון הידורים

יעדער אהרוני וואס האט געטשעפעט ר' זלמן לייב, האט מצער געווען דעם ברך משה, ער אליין האט דאס כמה פעמים געזאגט ברבים, ממילא איז שווער היינט צו טרעפן א מענטש וואס האט קיינמאל נישט מצער געווען דעם ברך משה (חוץ ר' משה גבאי פארשטייט זיך). 
דיין לעצטע פראזע קאסט א לאך, נישטא א מענטש וואס האט אזויפיל מצער געווען דעם ברך משה ווי דעם ש"ד
און ווידער ווער עס האט מצער געווען רז"ל ווייס איך נישט וויפיל דער ברך משה האט געוואוסט (און אויב יא וויפיל ס'האט אים געבאדערט) ולעומת זה ווער ס'האט מצער געווען דעם רבין שליט"א קען איך דא זיצן א גאנצן טאג און שרייבן ווי ער האט זיך מצער געווען
דאס וואס רא"ט האט געצווינגען זיינע קינדער און איידעמער צו רופן דעם זיידן בערכאות, און דאס וואס ער האט איבערגעדרייט זיינע טישן און תפילות, דאס זענען ביי דיר שטותים און לגיונות וואס דארפן נישט קיין תירוץ.

רביה"ק זי"ע האט מחנך געווען צו קנאות ווייל ער האט געהאלטן אז מען דארף זיך מוסר נפש זיין אויף אידישקייט, האט זיך געמאכט אמאל אז מען האט געהאט צו טאן מיט דעם אדער יענעם, האט רא"ט געמאכט דערפון א תורה שלימה, אז מען זיך שלאגן טאג נאכט פאר אני ואפסי. ווער ס'איז א גרעסערער שלעגער האט א גרעסערע טשענס אנצוקומען אין ראט"ס קהל.
איך ועל נאך צוריקומען צו די צוויי תגובות איך יאג מיר שוין

וואלןסח » 11/12/2009 17:29

זיבענבערגן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אזוי?! זיי האבן נישט געקענט?!
דער ברך משה האט געהאלטן אז דער רבי זי"ע האט יא דורכגעפירט אלע תיקונים, ער האט געהאלטן אין איין זאגן "בזכותו אנו חיים", ער האט נישט געזוכט קיין נייע תיקונים, ער האט נאר מיט אלע כוחות אנגעהאלטן אז די "תיקונים" פון רביה"ק זי"ע, זאל מען נישט מקלקל זיין מיט פאבריצירטע קלקולים.
ליידער האט רא"ט געוואלט באקומען א נייעם נאמען, אז ער טוט אויף... האט ער זיך גענומען מוציא לעז זיין אויף קדושי עליון, אז זיי האבן נישט געטאן ריכטיג, זיך פארלאזט אויף שוואכע היתורים, כדי עס זאל קענען הייסן אז ער מאכט "תיקונים" וואס דאס אליין איז ליידער דער גרעסטער קלקול.
אוודאי בזכותם אנו חיים, אסאך תיקונים האבן זיי געמאכט, אבער האבן זיי דען אלעס געקענט איינפירן פון ערשטן טאג.
נעם א דוגמא שייטלעך, פארן רבין ז"ל איז געגאנגען אין לעבן מען זאל נישט גיין מיט שייטלעך, אין שנת תשכ"ח האט ער געוואלט אנהויבן טון דערין ולא אסתעייא מילתא ממחמת מצב בריאותו.
יעצט דער רבי דער ברך משה האט ביי די הכתרה געפאדערט פון עולם בנוגע שפיצלעך און שווארצע שטרימפ, אפשר איז ער אויך מוציא לעז אויף ראשונים, ווייל דער פעטער האט עס נישט פארלאנגט (עכ"פ ברבים) ביי קיין איין דרשה אין אמעריקא?
אלא מאי, אכשר דרא, האט מען געפילט מען קען גיין ווייטער.

נו, לאמיר שוין זעהן ווען מ'גייט איינפירן שפיצלעך, קענען מיר האפן אז ביי די נעקסטע גרויסע דרשה גייט מען דערקלערן אז יעדער מוז זיך אנטוהן שפיצלעך?? ס'וועט קומען א דרשה בביאור רחב אויף די ענין פון שייטלעך, "הן די לאנגע הן די קורצע, הן די יומען העיר הן די סינטעטיק, הן די פראנטס הן די בענדס הן די העטס וכו' וכו'", און אלע "פאלגזאמע חסידים" וועלן תיכף ארויסווארפן די שייטלעך, אדער גאר ברענגן צו די גרויסע הדלקה און מאנרא.
ימים ידברו.

תוקן על ידי זיבענבערגן ב- 11/12/2009 08:44:16

קענסט מאכן ליצנות וויפיל די ווילסט, דער מציאות איז אז אין אמעריקא (איך ווייס נישט וואס טוט זיך אין א"י) איז נישטא נאך א פלאץ ווי אין קרית יואל וואס מער ווי 50 פראצענט גייען נישט מיט קיין שייטל (אדער שפיצל אדער אינגאנצן אראפגעבינדן), און אז תשס"ד אליין האבן זיך איבער 200 פרויען מאנ"ש (איך דענק נישט יעצט דעם פונקטליכן נומער) אנגעטון א שפיצל, ומאז ועד עתה איז שטארק אויפגעלאזט די אייז וואס קינדער האבן חתונה און טוען א שפיצל אפילו די מאמע/ שוויגער גייט נישט אזוי.

הדלקה שפיל האט מען געוואלט איבערמאכן אין וומסב"ג, אבער בפועל המעשה האבן אין קרית יואל הונדערטער פרויען אויסגעטון די שייטלען.

און קיינער לייקנט נישט אז אוודאי קומט דאס אלעס מכוחו של אותו זקן, רבינו שליט"א האט דאס אמאל ערווענט ביי א דרשה אז דעם כח וואס מען האט געהאט אז אידישע פרויען זאלן זיך טוישן דעם לבוש ווייזט אז די טרערן פון רבין ז"ל איז נישט געגאנגען לאיבוד וגדולים צדיקים במיתתם.

נו אוודאי איז שווער איבערצודרייען א גאנצן דור ווען ס'איז שוין איינגעגעסן 60 יאר, און מען האט מורא חלילה משנה צו זיין, מענטשן זאגן איך וויל נישט זיין פרומער ווי מיין מאמע, אבער ב"ה אין קרית יואל  האלט מען נאך היינט אין איין טוישן

פישמאן » 11/12/2009 20:12

און למשל דעס אז 90 פראצענט פון בני יואל גייט שפיצלעך דאס איז אויך נאר אדאנק דיין רבי?

איך וייס נישט ווי מען קען זיין אזא היפאקריט? די רביצין פונעם ברך משה לרפו"ש איז נישט געגאנגען מיט קיין שפיצעל ביז זי איז געווארן סאטמאר רביצין און אזוי אויך די קינדער און שנירן, וויאזוי קענסטו אפילו זאגן אז דער רבי ז"ל האט נישט געקענט דורכברעכן שפיצעלך אבער דער ברך משה האט דאס געברענט און ער האט דאס דורכגעפירט,

דער רבי ז"ל פלעגט פאדערן זיינע תלמידים זאלן גיין אינגאנצן זיידענע שפיצלעך, אינדערצייט וואס רוב כלל ישראל איז נאך געגאנגען אין אייגענע האר, רעדט נישט קיין שטותים פאר די ווייסט מציאות,

זיבענבערגן » 13/12/2009 05:35

וואלןסח כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

וואלן ס"ח האסט מיר נישט גוט פארשטאנען, מיר דארפן נישט אזוי וויכטיג אז עטץ זאלטס זיך אנטוהן שפיצלעך, עס וועט האבן אזא פנים ווי די "שובו בנים" בעלי תשובות מיט די ירושלימ'ע קאפטענעס....... ס'איז בעסער אז ס'זאל בלייבן ביי די קרעציגע בני יואל [כלשונו פון איינער פון די "פאלגזאמע חסידים"], וכל שום וחניכחא וואס דו וויסט געבן פאר די וועלכע געהערן נישט אן צו די "פאלגזאמע פארטיי", אזוי ס'זאל זיין א היכר למי החותמת ולמי הפסילים....

דער עיקר האבן מיר געוואלט די "דרשה", די דברי פי חכם וועלכע איז מפיק מרגליות, מיט א "ברייטער הסבר" אויף יעדן פרט און פרט, וואלט געווען גאר פאסיג אין אזא פאל, ס'וואלט געווען פון וואס צו האבן א שעה של קורת רוח, ליתר שאת וואלט מען מקדים געווען "אזוי ווי ס'איז דאך נישטא קיין בחורים דא, קען מען רעדן" [ניטל דרשה בענין התקנות וכו'].

בכלל פארשטיי איך נישט וואס דו זאגסט אז "נו אוודאי איז שווער איבערצודרייען א גאנצן דור ווען ס'איז שוין איינגעגעסן 60 יאר, און מען האט מורא חלילה משנה צו זיין, מענטשן זאגן איך וויל נישט זיין פרומער ווי מיין מאמע" די שפראך הערט מען דאך נישט ביי די "פאלגזאמע חסידות",  מ'האט דאך שוין אריינגעווארפן א "פלאקן" אין די אלע "התירים פון טאש", וועלכע האבן געמאכט "דאס הארץ קלאפן" ביז היינט.

דרך אגב, איז כדאי צו וויסן אויב ביי די שפיצלעך דרשה וועט מען אויך ברענגן פון "א רב פון א פרעמדע קרייז" וועלכער וועט זאגן עדות אז אזאנס איז נישטא בכל כדור העולם? צו וועלן די גדולי הדור ווי הרב ברודא, הרב שוסטאל, וכו' [דו קענסט בעסער די ליסטע] וועלכע ווייסן אז נאר אין מאנרא טוט מען פאר אידישקייט, וועלן זיי דא אויך מיטשטיין???

תוקן על ידי זיבענבערגן ב- 13/12/2009 05:55:09

SatmarBum » 13/12/2009 06:26

AnashSatmar: This week Shabbos @ the Tish From Rabbiny Shlit"a did we had the Zachiya that Yossel Waldman was there and made quiet does where talking at the Torah...... AND WE ARE THE ORIGENAL SATMAR!?
This week Shabbos was the Chazen-Kabulas Shabbos in Rodney. R' Avrum Firevarker. real BneiYoel he was the the 1 who said Tehillim on the Mike the Past Sonday at Bnei Yoel in K.j.l

וואלןסח » 13/12/2009 18:03

פישמאן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
און למשל דעס אז 90 פראצענט פון בני יואל גייט שפיצלעך דאס איז אויך נאר אדאנק דיין רבי?

איך וייס נישט ווי מען קען זיין אזא היפאקריט? די רביצין פונעם ברך משה לרפו"ש איז נישט געגאנגען מיט קיין שפיצעל ביז זי איז געווארן סאטמאר רביצין און אזוי אויך די קינדער און שנירן, וויאזוי קענסטו אפילו זאגן אז דער רבי ז"ל האט נישט געקענט דורכברעכן שפיצעלך אבער דער ברך משה האט דאס געברענט און ער האט דאס דורכגעפירט,

דער רבי ז"ל פלעגט פאדערן זיינע תלמידים זאלן גיין אינגאנצן זיידענע שפיצלעך, אינדערצייט וואס רוב כלל ישראל איז נאך געגאנגען אין אייגענע האר, רעדט נישט קיין שטותים פאר די ווייסט מציאות,

איך קריג נישט מיט דיר אז א גרויס חלק פון בני יואל גייט מיט שפיצלעך (90 פראצענט איז איבערגעטריבן אבער קלאר אז מער ווי 50 פראצענט, און נאכאמאל דא רעדט מען פון בני יואל, נישט די זאליס, וואס דארט באשטייען רובם ככולם פון די "עליטע" פון סאטמאר וד"ל) און ביטע ליין נאכאמאל איבער וואס איך האב פריער געשריבן אז רבינו שליט"א האט קלאר געזאגט ס'איז נישט זיין כח, ס'איז אלעס דער כח פון די טרערן וואס דער רבי האט פארגאסן אלע יארן אויף צניעות
יעצט די רעבעצין פון ברך משה, איז טאקע באקאנט וויפיל כוחות דער רבי האט אריינגעלייגט אז זי זאל זיך טוישן, דאס איז אויך געווען תוצאות פון די מלחמה, אבער דזשאסט פאר די רעקארד, זי האט זיך שוין געטוישט בשנת תש"ל, און דער ברך משה האט דעמאלט געגעבן קידוש אין סיגעט ביהמ"ד.
קינדער און שנירן פון ברך משה ביסטו אויך גערעכט, חוץ די סאטמארע רעבעצין (בת וויזניץ) וואס איז פון ערשטן טאג אזוי געגאנגען

אבער דאס וואס דו שרייבסט
דער רבי ז"ל פלעגט פאדערן זיינע תלמידים זאלן גיין אינגאנצן זיידענע שפיצלעך, אינדערצייט וואס רוב כלל ישראל איז נאך געגאנגען אין אייגענע האר,
איז הוילע שטותים, ברענג מיר איין דרשה ווי דער רבי האט פארלאנגט שפיצלעך "ברבים" צווישן תש"ו און תשכ"ח
ביחיד קען מען נישט ברענגן א ראי' ווייל דאס איז אלעס לכל אחד לפי ערכו וואס דער רבי האט פארשטאנען אז ער קען פאדערן

גערעכטער1 » 13/12/2009 18:18

בכלל איז נישט א חכמה אז מעגייט מיט א שפיצל אויב די מאמע אין שוויגער גייען מיט שפיצלעך, אין כידוע איז א גרויסער חלק פין די בני יואל פינעם פרימען עלעמענט וואס זיי זענען אלץ גיגאנגען מיט שפיצלעך, די גרויסע אופטוה פין רבינו שליט''א איז אז א גרויסער עולם וואס זענען קיינמאל נישט גיגאנגען מיט שפיצלעך אין זייערע עלטערן זענען אויך נישט גיגאנגען מיט שפיצלעך האבן זיך אנגיטין שפיצלעך אין דאס איז זיכער בכוחו של רבינו שליט''א

זיבענבערגן » 14/12/2009 06:34

וואלן סח שרייבט:
אבער דאס וואס דו שרייבסט
דער רבי ז"ל פלעגט פאדערן זיינע תלמידים זאלן גיין אינגאנצן זיידענע שפיצלעך, אינדערצייט וואס רוב כלל ישראל איז נאך געגאנגען אין אייגענע האר,
איז הוילע שטותים, ברענג מיר איין דרשה ווי דער רבי האט פארלאנגט שפיצלעך "ברבים" צווישן תש"ו און תשכ"ח
ביחיד קען מען נישט ברענגן א ראי' ווייל דאס איז אלעס לכל אחד לפי ערכו וואס דער רבי האט פארשטאנען אז ער קען פאדערן

וואלן ס"ח, אדרבה!!!
ברענג מיר איין דרשה ווי דער רבי האט פארלאנגט שחיטה מונחת "ברבים" צווישן תש"ו און תשכ"ח
ביחיד קען מען נישט ברענגן א ראי' ווייל דאס איז אלעס לכל אחד לפי ערכו וואס דער רבי האט פארשטאנען אז ער קען פאדערן

ברענג מיר איין דרשה ווי דער רבי האט פארלאנגט אריזאנע ווייץ "ברבים" צווישן תש"ו און תשכ"ח

ברענג מיר איין דרשה ווי דער רבי האט פארלאנגט א טרוקענע בדיקה "ברבים" צווישן תש"ו און תשכ"ח

[אגב, אויב דו ביזט א בעל הבית איז נישט קיין ראי', ווייל א בעה"ב פארשטייט נישט וואס דאס מיינט .... ממילא קען זיין אז דער רבי האט יא גערעדט דערפון נאר דו פארשטייסט נישט....]

איך קען אבער יא ברענגן א דרשה ווי דער רבי האט געפייערט קעגן רעדן העבעראיש "ברבים" צווישן תש"ו און תשכ"ח
איך קען אבער יא ברענגן א דרשה ווי דער רבי האט פארלאנגט שיטת רבינו תם "ברבים" צווישן תש"ו און תשכ"ח, און נישט געזאגט אז "יש אוסרים ויש מתירים"
איך קען אבער יא ברענגן א דרשה ווי דער רבי האט פארלאנגט צו שטיצן כולל שומרי החומות "ברבים" צווישן תש"ו און תשכ"ח, און נישט געזאגט אז "מ'דארף שטיצן נאר אנ"ש"
איך קען אבער יא ברענגן א דרשה ווי דער רבי האט פארלאנגט צו זיין אפגעזונדערט פון פרעמדע קרייזן "ברבים" צווישן תש"ו און תשכ"ח, און נישט געזאגט אז "א רב פון א פרעמדע קרייז האט מיר געזאגט ....."

די ליסטע איז נאך לאנג, אבער די צייט איז קורץ

וואלןסח » 15/12/2009 04:48

זיבנבערגן, האסט אויסגערעכנט א טוץ מיט קשיות, אבער א תירוץ אויף וואס איך האב דיר געפרעגט האסטו מיר נישט געענטפערט!!!

און לחומר הנושא וויל איך נאכאמאל איבערפרעגן, ברענג מיר איין דרשה ווי דער רבי האט פארלאנגט שפיצלעך "ברבים" צווישן תש"ו און תשכ"ח

יעצט עמיר גיין צו דיינע נושאים

איך קען דיר ברענגן א דרשה ווי רבינו שליט"א האט געפייערט קעגן רעדן העבעראיש "ברבים"

איך קען דיר ברענגן א דרשה ווי רבינו שליט"א האט פארלאנגט צו שטיצן כולל שומרי החומות "ברבים"

איך קען דיר ברענגן א דרשה ווי רבינו שליט"א האט פארלאנגט צו זיין אפגעזונדערט פון פרעמדע קרייזן "ברבים"

ממילא וואס דרייסטו מיר יעצט א קאפ, וואס האסטו דא געענטפערט.

און לעומת זה קען איך דיר אויך ברענגן גענוג און נאך שמועסן ווי דער רבי ז"ל האט גערעדט מיט רבנים פון פרעמדן קרייז.

*

ועוד הערה בענין כולל שומרי החומות:

ביי די זאליס איז הימל און ערד און כולל שומרי החומות, הלמאי מען שטיצט נישט כולל שומרי החומות, מען נעמט אראפ זייערע פושקעס, ווי מעג מען אזא זאך טון, דער רבי זל איז דאך געווען נשיא וכו' וכו'.

איך וויל פרעגן די זאליס א אפענע פראגע

וואס גייט פאסירן למשל אז די קרית יואל'ע מוסדות גייען די וואך שב"ק וועלן מאכן א אפיל אין ראדני, וועט מען זיי לאזן

וואס גייט פאסירן למשל אז די קרית יואל'ע כולל גייען די וואך שב"ק וועלן מאכן א אפיל אין ראדני, וועט מען זיי לאזן

וואס גייט פאסירן למשל אז די קרית יואל'ע ישיבה גייען די וואך שב"ק וועלן מאכן א אפיל אין ראדני, וועט מען זיי לאזן

דער ענטפער פארשטייט יעדער אז ניין

פארוואס?

איז דער רבי ז"ל נישט געווען אזוי נשיא פאר די מוסדות אין קרית יואל ווי ער איז געווען ביי כולל שומרי החומות

נו פארוואס איז נישטא קיין פושקע אין ראדני?

פארוואס לאזט מען זיי נישט מאכן קיין אפיל'ס אין ראדני?

אלא מאי

אלע תרוצים וואס דו גייסט יעצט ענטפערן, קאפי עס איבער און נוץ עס פאר כולל שומרי החומות

תוקן על ידי וואלןסח ב- 15/12/2009 04:53:41

זיבענבערגן » 15/12/2009 08:04

וואלן ס"ח, האסט אויסגערעכנט א טוץ מיט קשיות, אבער א תירוץ אויף וואס איך האב דיר געפרעגט האסטו מיר נישט געענטפערט!!!

און לחומר הנושא וויל איך נאכאמאל איבערפרעגן,
ברענג מיר איין דרשה ווי דער רבי האט פארלאנגט שחיטה מונחת "ברבים" צווישן תש"ו און תשכ"ח
ביחיד קען מען נישט ברענגן א ראי' ווייל דאס איז אלעס לכל אחד לפי ערכו וואס דער רבי האט פארשטאנען אז ער קען פאדערן

ברענג מיר איין דרשה ווי דער רבי האט פארלאנגט אריזאנע ווייץ "ברבים" צווישן תש"ו און תשכ"ח
ביחיד קען מען נישט ברענגן א ראי' ווייל דאס איז אלעס לכל אחד לפי ערכו וואס דער רבי האט פארשטאנען אז ער קען פאדערן

ברענג מיר איין דרשה ווי דער רבי האט פארלאנגט א טרוקענע בדיקה "ברבים" צווישן תש"ו און תשכ"ח
ביחיד קען מען נישט ברענגן א ראי' ווייל דאס איז אלעס לכל אחד לפי ערכו וואס דער רבי האט פארשטאנען אז ער קען פאדערן
[אגב, אויב דו ביזט א בעל הבית איז נישט קיין ראי', ווייל א בעה"ב פארשטייט נישט וואס דאס מיינט .... ממילא קען זיין אז דער רבי האט יא גערעדט דערפון נאר דו פארשטייסט נישט....]

וואס דו שרייבסט:

און לעומת זה קען איך דיר אויך ברענגן גענוג און נאך שמועסן ווי דער רבי ז"ל האט גערעדט מיט רבנים פון פרעמדן קרייז.

איך זעה דו האסט נישט גוט פארשטאנען, דערפאר זאלסטו מוחל זיין און אנקלינגען "קול סאטמאר", און הערן די מעלות פון די נייע שחיטה, ווייל "א רב פון א פרעמדע קרייז האט מיר געזאגט".... וד"ל.

בלאט: 1 2