היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » יוסל וואלדמאן אין וומס"ג אויף שבת

יוסל וואלדמאן אין וומס"ג אויף שבת

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2729850
בלאט: 1 2

וואלןסח » 15/12/2009 19:39

ס'איז מיר גוט, איך האב מיר אנגעהויבן מיט א בני יואל'ע מצוצמם, ער פארשטייט אלעס פארקערט

וועל איך דיר מסביר זיין

ווען איך האב דיר געשריבן זאלסט מיר ברענגן א דרשה ווי דער רבי האט גערעדט ברבים פון שפיצלעך, האב איך נישט געמיינט צו זאגן אז ער האט נישט געהאלטן אז מען דארף אזוי גיין (האלטס קאפ), נאר פשוט די צייט איז נישט געווען מוכשר נאכן גרויסן חורבן מען זאל קענען טון אין דעם הינזיכט, און היינט 30 40 יאר שפעטער קען מען יא טון.

והוא הדין אויף די אלע קשיות וואס דו האסט מיר געפרעגט, האט דעם זעלבן תירוץ.

און דאס זעלבע ווען דו האסט גערעדט פון פרעמדער קרייזן האב איך זייער גוט פארשטאנען וואס דו פרעגסט, איך האב אויך געהערט די דרשה, נאר די צמצום האסט פארשטאנען ווי אזוי דו האסט געוואלט הערן.

דער רבי האט געוואלט ארויסברענגן אז א גרויסער רב וואס איז בקי בעניני שחיטה האט געזאגט אז אין דוגמתו, און נכתב בצדו האט ער צוגעלייגט אז ס'איז נישט א רב פון אונזערע קרייזן (פי', כלומר, זאלסט נישט זאגן, אוודאי זאגט ער אין דוגמתו, ער איז דאך פעיראל, זאג איך דיר ער איז נישט פון אונזערע קרייזן, זה פירושי, ורבינו לא אמר זאת כמובן)

האסטו דיך ארויפגעכאפט אז דער רבי האט געוואלט ארויסברענגן אז וואס????

מן הסתם, אז מהיום והלאה דארף מען פרעגן יעדע שאלה פון א פרעמדן רב נישט פון אונזערע קרייזן.

טיפש איז א אנדערסטעיטמענט פאר דיר.

 

ס'איז אזוי ווי ווען דער רבי ז"ל ברענגט אז דער חפץ חיים זאגט אז אויף רשעים מעג מען רעדן לשון הרע, קענסטו מיט דיין מהלך המחשבה יעצט אפטייטשן אז דער רבי האט געזאגט די אגודה איז מותר, והא ראי' א רב פון א פרעמדע קרייז (חפץ חיים) זאגט אויך אז לשון הרע אויף רשעים מעג מען.

סעלפאן » 15/1/2012 04:52

ר' יאסל וואלדמאן איז דעם שבת קודש פרשת שמות געווען נאכאמאל אין ראדני צוליב א משפחה שמחה, זיין ברידער ר' אברהם יושע האט געדאווענט פסוקי דזמרה.
בלאט: 1 2