היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אינערלכע ראבעריין ביי די פעשווארסקער חתונה

אינערלכע ראבעריין ביי די פעשווארסקער חתונה

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2726962

ארגינעלער » 2/12/2009 08:31

ס'האט אויס געבראכן נעבעך א מחולקה ביי די חתונה אין פעשווארסק

ביי די חופה האט מען נישט ארויף געלאזט יודא לייב פערלמוטער אויפן סטעיזש ער האט געהעשט אין געשריגן ווי א בין
זיינע ווערטער זענען געפאלן אין טויבע גאליצנער אויערן

נאכעדם ביי די חתונה האבן ר' אלטר'ס מענטש קאנטלירט דעם אויבן אן אין זיי האבן נישט ארויף געלאזט קיין שום חסיד פין פעשוואסקער רבי

ס'פרייליך.

לאפלאש » 2/12/2009 09:10

די דעמעגאגיע און מוח וואשעריי האט זיך געטראפן אין א שטארקן קלעם, דא פארקויפט מען פאר די אקסן אז אונזער רבי איז דער בעסטער שענסטער גרעסטער, אנגענומען אין די גאנצע וועלט, אפילו דער פשעווארסקער רבי וואס האט זיך נישט געוואלט טרעפן מיט אים ביז יעצט האט שוין אויך אנערקענט אז ער מוז באזוכן ר' אהרן, און פלוצלינג טראך! דאס גאנצע בנין נערים פאלט צוזאם ווי א לעגא שפיל...

ר' אהרן זיצט ביי די חתונה אומגעדולדיג זיך צו טרעפן און בעיקר צו טאנצן אליינס מיט זיין נייער ידיד נפשו ר' לייבוש דער פשעווארסקער רבי, אבער ער איז נישטא, ר' לייבוש קומט נישט אריין...

נו נו! זארגט נישט, מ'האט זאפארט איינגעשפאנט פון די סאמע בעסטע היידפארק שרייבער וואס די אהרונים פארמאגן זאלן אנהייבן פארגלעטן דעם דורכפאל, קודם איז גלייך אנטשטאנען אינערליכע קריגערייען אינעם פשעווארסקן הויף, און דאס איז די סיבה פארוואס ר' אהרן איז אנטלאפן.

נאך אפאר מינוט גייט פארביי הערט מען גאר אז ר' אהרן איז דארט געווען ממש אריין אין ארויס,ער האט זיך אזוי געיאגט אז ער האט אפילו נישט עספיעט אויסצוווארטן ר' לייבוש וואס איז אריינגעקומען א סעקונדע נאך וואס ער איז ארויס...

אט קומט א פרישע ספין: עס איז געווען א דירעקטע אקציע פון די גבאים, נאך דעם וואס די זאליס זענען געווען אזוי שוימיג אז שלמה ווערצבערגער האט אויסגערופן די כיבודים, האבן זיי זיך איבערגעבעטן מיט די זאליס און נישט אריינגעברענגט ר' לייבוש זיך צו באגריסן מיט ר' אהרן...
אה נישט פארגעסן אז דער נועם המידות דער געוועזענער אנטווערפענער רב האט מרוב קדושתו וענותנתו אוועקגעשאנקן די סידור קידושין מיט וואס מ'האט אים מכבד געווען פאר דעם פשעווארסקער רבי....


ביטע נישט לאכן!!! ר' יונה וועט דא זיין מארגן אינדערפרי, אפשר דעמאלס וועט זיין עפעס בעסערע ספינס

מישמאש » 2/12/2009 09:13

ווי איז ר' זלמן לייב געווען ביי די חתונה

האט ער זיך פארלערנט אויפן קאטש ( ווייל אין קיין בעט שלאפט ער נישט )

מישמאש » 2/12/2009 09:18

בדרך אגב, יודא לייב איז נישט געווען דאס ערשטע מאל אויפן אויבן אן  א גאנצע חתונה.

שלעק העלפט.

בשמחה_תמיד » 2/12/2009 16:46