היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שמחת בית פשעווארסק - שינאווע, הגה''צ דומ''ץ ביהמ''ד ויוא''מ

שמחת בית פשעווארסק - שינאווע, הגה''צ דומ''ץ ביהמ''ד ויוא''מ

67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2724323
בלאט: 1 2

rebyankel » 27/11/2009 00:09

די וואך שבת קומט פאר דער אויפריף בבית פשעווארסק - שינאווע, דומ''ץ ביהמ''ד ויוא''מ,
די חתונה וועט אי''ה פארקומען קומענדיגע וואך אין וומ''ס מיט די השתתפות פינעם גרויסען זיידען מפשעווארסק שליט''א

rebyankel » 27/11/2009 00:32

עס וועט גייט אינטער די חופה החתן בן הרה''ג ר' לייבוש ט''ב דומ''ץ ביהמ''ד ויואל משה ד'סאטמאר - וומ''ס בן הרה''ג ר' אלחנן ז''ל חתן האדמו''ר משינאווע שליט''א

מיט די כלה בת האבד''ק בית יעקב פשעווארסק שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מפשעווארסק שליט''א

ווער עס האט סיי וועלכע דעטאלען אדער פרטים פין די שמחה בבית צדיקים זאל ביטע פאוסטען

דעקלעראציע » 27/11/2009 00:37

ווי איז די באווארפן ?

יעקב_שמשון » 27/11/2009 19:34

אין בית המדרש ויואל משה

rebyankel » 27/11/2009 19:59

די לעצטע פאר יאר מאכט דער שמיציגער צייטונג א גרויסע העדליין ביי יעדע פשעווארסקע חתונה, אין פראבירט איינצורעדן די קעלבעך ער איז דאך משלנו.....
אבער היינט נאכדעם וואס דער גרויסער באלאן האט געפאלצט האט ער עפעס א פאשטופטע נייעס'ל

יעקב_שמשון » 27/11/2009 20:01

זייט דער וויזיט צים רבי'ן שעלטן די זאליס ר' לייביש'ן אן א אויף הער.

חיים_נחום » 29/11/2009 09:00

א גרויסער עולם אנ"ש האבן זיך משתתף געווען ביים קידוש לכבוד'ן דיין שליט"א.

די חתונה איז דינסטאג אין די פראכטפולע זאל פון ראוז קעסל.

nys10952 » 29/11/2009 21:48

גייט מהרז"ל קימען צי די חתונה?

rebyankel » 1/12/2009 17:49

היינט קומט פאר די גרויסע חתונה אין די ראוז קעסיל זאלען,
אויבן וועלן זיין די מענער אין אונטען די פרויען

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

rebyankel » 1/12/2009 17:51

אגב, כ'הער אז אין ראדני האט מען היינט ארויסגעווארפן די זייער אייגען שמיץ בלעטעל ווייל ער האט אריינגעלייגט די שמחה

א רחמנות אויף אזעלכע...

פאראלעל » 2/12/2009 02:16

איך בין נייגעריג צי נח אהרן וויינבערגער טוט זיך ביי די חתונה אויך אן א שטריימל ?

חיים_נחום » 2/12/2009 03:12

יעצט איז פארטיג געווארן די חופה.

סידור קידושין איז געווען דער גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א.

קריאת הכתובה די זיידע פון די כלה שליט"א

מיט די ערשטע צוויי ברכות איז מכובד געווארן הגה"צ רב דקהלתינו שליט"א פון וויליאמסבורג

די איבעריגע איז צוטיילט געווארן צווישן
הרב שמואל חיים וואגשאל  מלאנצוהט
הרב יחזקאל שרגא וואגשאל מלאנצוהט
הרב יוסף טייטילבוים אב"ד נעפלעמיץ
הרב משה שמואל ראטענבערג
ברכה אחריתא די זיידע כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א

וויינשטאקל » 2/12/2009 05:54

חיים_נחום וואס איז פארגעקומען היינט צווישן דיין רבינ'ס זאלי גבאי י.ל. פערלמוטער מיט דעם היינט נאכטיגן מחותן ר' אלתר????
איך הער אז עס איז געגאנגען טישן אויף בענק... י.ל. האט געשוואוירען נקמה אין ר' אלתר. וואס גייט פאר???

rebyankel » 2/12/2009 06:13

פין אישי
מי שלא ראה.... זו לא ראה .... מימיו
פארוואס זענען די פאר אנוועזענדע זאלי'ס געווארען אזוי שוימיג ווען ר' שלמה וועצב''ג - משמש האט אויסגערופון ''הגה''צ אב''ד קהילתינו שליט''א די ערשטע 2 ברכות'', ווען ביי די חתונה אפאר וואכען ציריק האט דאסקאהל נישט געקענט פועלן אז רז''ל זאל באקומען כאטש 1 ברכה ביי די חופה.
ס'האט אויסגעקוקט שרעקליך

(עכט שיין פין די פאר זאלי'ס וואס גייען צו דעם זאל, וואס מ'קען ווערן פארקילט.....)


אגב, כ'הער אז ר' שלום אליעזר פרענקל איז געווען פין די עדי קידושין



תוקן על ידי rebyankel ב- 02/12/2009 06:13:35

rebyankel » 2/12/2009 06:14

כ'הער איז ביי די חתונה גייען זיך נאר באטייליגען ערליכע יודען, אין רז''ל גייט נישט ווער פארקילט ב''ה

ארגינעלער » 2/12/2009 07:57

די רבי שליט"א האט זיך קודם באטיילגיט ביי די שבע ברכות פין הג"צ ר' חיים הערש שליט"א
נאכדעם איז די רבי אריין געקומען אין זאל געטענצען מיטן חתן אין מיטן מחותתן הגה"צ ר' לייביש טייטלבוים

די רבי האט נישט אויס געווארט פעשווארסקער רבי שליט"א ווייל ער האט באמערקט אינעליכע ראבארייען
מע ןהאט נישט געלאזט אריין ביים טיר פעשוארסקער רבי'ס מענטשן וד"ל

SatmarBum » 2/12/2009 08:00

SatmarHQ : beeshas now 4d savlon! aron was @Pshevorsk wedding sitting there long time waiting pshevork rabbi 2come in but he came in when aron left

תוקן על ידי SatmarBum ב- 02/12/2009 07:54:23

באלאנד » 2/12/2009 08:03

דער סבלן וקדוש הר' אהרן טייטלבוים איז געקומען צו די גרויסע פשעווארסקע חתונה וואס קומט פאר היינט נאכט אין ראז קעסיל, זיין פלאן איז געווען צו באקומען די פולע אטענטשאן פון דעם פשעווארסקען רבי'ן אזוי ווי להבדיל דער רבי שליט"א האט באקומען ביי די פאריגע חתונה, און אזוי געבן א פולקאמער ריק פאר די זאליס אז ר' לייבוש איז זיינס.

אבער נעבעך ס'איז ביטערליך דורכגעפאלן, ר' אהרן דינן איז אנגעקומען צו די חתונה מיטן גרויסן שטריימעל אויף זיין קליינע קאפ, א שמייכעל פון איין באק צו די צווייטע ווי ביים שלום געבן פאר יענקל אשר ראש העיר פון ב"ב, היינט איז זיין נאכט, מ'גייט האפקען מיט ר' לייבוש עד לב השמים, זיך רוימען פון אויער צו אויער, און די זאליס וועלן פייגערן פאר כעס, ער שפאצירט אריין צו די חתונה מיט זיין אויפגעהויבן קעפל, זעצט זיך ארויף אויפן אויבענאן אבער.... ואיננו דער הויפט מחותן ר' לייבוש איז נישטא צום האבן, די מצב ווערט זייער אומבאקוועם, ער הייבט זיך אן דרייען פון רעכטס אויף לינקס, ווינטשט פאר דעם זיידן און יענעם פעטער, אבער ר' לייבוש איז נאך אלץ נישטא, די פונק אויף זיין פנים הייבט זיך אן פארלעשן, אבער פלוצלינג קומט א מעסעזש פון אויבן אז ר' לייבוש איז אויפן וועג, ס'פנים ווערט אים היבש צוריק לעכטיג, הייבט אן מאכן א לאנגע ברכה אויף די טארט וואס ליגט אינפארענט פון אים, טרינקט פאמעליך א לחיים, הייבט אן אודך וואונטשען פארן גאנצן אויבענאן לחיים, דער עולם אונטען אין זאל הייבט זיך אן אונטערשמייכלען, ר' לייבוש דער חצוף האט זיך נאך אלץ נישט באוויזן (און פארגעסט נישט, דאס איז שוין נאכדעם וואס ביי די פאריגע באזוך האט אים ר' אהרן געלאדענט צו די חתונה, {דארט ווי דער טעיפ האט זיך אפגעהאקט וד"ל} און אים ערווארטעט "פערזענליך" צו באגריסן...) נאך ל-א-נ-ג-ע און איך זאג די לאנגע צוואנציג מינוט וואס דער ר' אהרן דינן איז געזיצן דארט האט מען שוין געזעהן אז ס'איז כלתה אליו הרעה, ער איז אנטלאפן מיט די נשמה אין די הענט, ווען די בזיונות האט זיך ארויסגעשטעקט לעיני כל ישראל, און דאס געלעכטער איז געגאנגען עד לרקיע...

יעצט לעבעדיג שרייט אלע אהרונים ביינאזאם... ר' לייבוש איז אויס "הרה"ק" מפשעווארסק, ער איז דער "לייזער פון אנטווערפן", "באבלאזענער לייבוש" וכו'!!!

 

באלאנד » 2/12/2009 08:14

נא וואס האב איך אייך געזאגט???

ארגינעלער קומט ס'ערשטע און זאגט אז פשוט ר' אהרן האט נישט "אויסגעווארט" דעם פשעווארסקער רבי (איין מינוט, ווי איז זיין סבלנות???), און ער איז אוועקגעגאנגען נאכן טאנצן מיט ר' לייבוש ט"ב... און דא קומט די באמבע ווייל (מיט די גראבע פינגער אויף ארויף) ער האט געזעהן (ער ליינט היידפארק? פון ווי האט ער שוין געוויסט וואס וויינשטאקל האט געמאלדן אז עס גייט פאר עפעס??) אז ס'טוט זיך רייבערייען צווישן די שטוב מענטשען אין פשעווארסק, און זייענדיג דער גרויסער שונא מחלוקת איז ער פשוט אנטלאפן...
איינער לאכט  נאך?? ווייל איך נישט

דיןתורה » 2/12/2009 08:17

פשוטע שקרים,
כ'האב יעצט גערעדט מיט 2 יונגעלייט וואס זענען אין זאל די גאנצע צייט
כ'האף מ'וועט קענען האבען די קליפס פין די צייט וואס מהר''א איז דארט געווען אין יעדער וועט זעהן ענקערע פשוטע געבעקסען
מהר''א איז דארט געווען קארגע מיניטן געזיסען א מיניט אויבן אן אין געטאנצען מיטן חתן אין מחתנים אין געגאנגען, ער גייט נישט שפילן קעטש מיט פשעווארסקער רבי'ס גבאים,
אין פארשטייט זיך אז ווי נאר די זאלי'ס האבען זיי געלזאט וויסען אז ער קען קומען איז ער גלייך אנגעקומען מיט א אינטערשייד פין געציילטע מיניטן.
סיי וויאזוי איז די געים אווער נאך דעם באזוך פאר די פאריגע חתונה, סוי כ'קוק אן די גבאים (אין פאר וועם זיי ווילן געפעלן) זייער נעריש
מ'האט קלאר געזעהן אז זיי האלטן אויף פשעווארסקע רבי ביז מהר''א איז געגאנגען,

פין די אנדערע זייט פארשטיי איך אביסל די גבאים, ווייל כ'הער אז די זאליס זענען געווען זייער ברוגז אז ר' שלמה שמש האט אויסגערופן די חופה אין מכבד געווען ר' מענדל מיט די ערשטע 2 ברכות (אויסרופענדיג דער רב שליט''א), וואס דאז איז לכאורה א שווערע קלאפ פאר זיי

תוקן על ידי דיןתורה ב- 02/12/2009 08:27:18

ארגינעלער » 2/12/2009 08:22

אין ווי הגז"ל געווען ביי די חתונה

שוין ווייטער אין קאנטרי  ?

דיןתורה » 2/12/2009 08:22

איינער זאגט מיר אז די סיבה פארוואס צד מהרי''י פירן זיך אויף אזוי קינדיש
איז ציליב דעם וואס עס טוט זיי זייער וויי אז די חתונה איז פארגעקומען אין ראוז קעסיל אין פראבירן צו פירן א מערכה קעגן דעם זאל ציליב אירע בעלי בתים די באקאנטע תורה פילאנטראפען די ראזענבערג ברודער וועלכע זענען פין די שטערקסטע שטיצער פין צד מהר''א
(ביי רבי צבי מאיר זילבערגער האט מען אים געלייגט גרויס לחץ פאר'ן וועלן פירן די שבת דארט אזש ער האט ג'קענסלט דעם גאנצען שבת אין וומ''ס)

ארגינעלער » 2/12/2009 08:23

מען דארף נאר זעהן אז אלטר'ס מענטשן מיט ר' לייביש'ס מענשטן זאלן זיך נישט פראסקן מער.................

ארגינעלער » 2/12/2009 08:27

די רבי שליט"א איז נישט געווען ביי די חתונה קיין 5 מינוט
נאר בלאנאד'ס מעשה דארף שטימען אזוי ווי פארמעגליך'ס מיט דוד46  ליגענטס אזוי ווי אייביג

דעס אויס ריפן ביי די תופה אז מען איז מכבד דעם רב מיט סידור קידושין אין ער האט ע איבער געגעבן פאר פעשווארסקער רבי האט צישרויפט די זאליס

דיןתורה » 2/12/2009 08:32


סיי וואיזוי פארוואס די סיבה זאל נאר נישט זיין, איז עס א נערי'שער מאוו פין די גבאים, אין האבען אויב עפעס נאר זיך אליין'ס פארשעמט, ווייל קיינער האלט נישט אז פשעווארסקע רבי האט אויסגעווארט אז מהר''א זאל אוועקגיין (חוץ אפאר נאאיווע היידפארק בחורים)

באלאנד » 2/12/2009 08:47

און יעצט א קורצע חזרה אויף די געהויבענע ימי השמחה....

רעב יאנקל ברעכט די נייעס פאריגע וואך:

שמחת בית פשעווארסק - שינאווע, הגה''צ דומ''ץ ביהמ''ד ויוא''מדי וואך שבת קומט פאר דער אויפריף בבית פשעווארסק - שינאווע, דומ''ץ ביהמ''ד ויוא''מ, די חתונה וועט אי''ה פארקומען קומענדיגע וואך אין וומ''ס מיט די השתתפות פינעם גרויסען (ער איז נאך אלץ גרויס? - באלאנד) זיידען מפשעווארסק שליט''א


עס קומט א אפדעיט:
‫
עס וועט גייט אינטער די חופה החתן בן הרה''ג ר' לייבוש ט''ב דומ''ץ ביהמ''ד ויואל משה ד'סאטמאר - וומ''ס בן הרה''ג ר' אלחנן ז''ל חתן האדמו''ר משינאווע שליט''א‬ ‫מיט די כלה בת האבד''ק בית יעקב פשעווארסק שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מפשעווארסק שליט''א ‬‫ווער עס האט סיי וועלכע דעטאלען אדער פרטים פין די שמחה בבית צדיקים זאל ביטע פאוסטען‬


אה, ר' לייבוש דער שונא הזאלונים קומט, און אט הערט דעם באריכט:
די לעצטע פאר יאר מאכט דער שמיציגער צייטונג א גרויסע העדליין ביי יעדע פשעווארסקע חתונה, אין פראבירט איינצורעדן די קעלבעך ער איז דאך משלנו..... אבער היינט נאכדעם וואס דער גרויסער באלאן האט געפאלצט (געפלאצט פאר וועם אין פנים? איך הער נישט! - באלאנד) האט ער עפעס א פאשטופטע נייעס'ל                 

האלטס אייך רואיג, ארגינעלער האט אויך עפעס צו זאגן:
זייט דער וויזיט צים רבי'ן שעלטן (ווער שעלט? און וועמען שעלט מען? הויעך זאג...- באלאנד) די זאליס ר' לייביש'ן אן א אויף הער.                    


די אפדעיטס פאלגן נאך:
א גרויסער עולם אנ"ש האבן זיך משתתף געווען ביים קידוש לכבוד'ן דיין שליט"א.
די חתונה איז דינסטאג אין די פראכטפולע זאל פון ראוז קעסל.

יעקב שמשון פרעגט דאך גוט:
גייט מהרז"ל קימען צי די חתונה (ער דארף נאך קומען? ר' לייבוש האט ענק נישט גוט צוגעפיקסט סתם אזוי? -באלאנד) ?


אפדעיט:
היינט קומט פאר די גרויסע חתונה אין די ראוז קעסיל זאלען, אויבן וועלן זיין די מענער אין אונטען די פרויעןקול רנה וישועה באהלי צדיקים


אה! ר' יענקל (דער אפיציעלער רעפארטער פאר כה"כ אין ראדני שוהל) שיסט א באמבע:
אגב, כ'הער אז אין ראדני האט מען היינט ארויסגעווארפן די זייער אייגען שמיץ בלעטעל ווייל ער האט אריינגעלייגט די שמחה (די רופסט דאס נאך א שמחה??? אתמהה! - באלאנד) א רחמנות אויף אזעלכע...


פאראלעל פרעגט מיט נייגער:
איך בין נייגעריג צי נח אהרן וויינבערגער טוט זיך ביי די חתונה אויך אן א שטריימל (א ספק דערינען? ער וויל געבן חיזוק פאר ר' לייבוש'ן פארן נישט אויפנעמען ביום שמחת לבו דעם גס רוח פון קר"י- באלאנד) ?                 

אפדעיט:
יעצט איז פארטיג געווארן די חופה. סידור קידושין איז געווען דער גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א. קריאת הכתובה די זיידע פון די כלה שליט"א מיט די ערשטע צוויי ברכות איז מכובד געווארן הגה"צ רב דקהלתינו שליט"א פון וויליאמסבורג די איבעריגע איז צוטיילט געווארן צווישן הרב שמואל חיים וואגשאל  מלאנצוהט הרב יחזקאל שרגא וואגשאל מלאנצוהט הרב יוסף טייטילבוים אב"ד נעפלעמיץ הרב משה שמואל ראטענבערג ברכה אחריתא די זיידע כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א


וויינשטאקל פלאסטערט אויס דעם וועג פאר ר' אהרן'ס דורכפאל:
חיים_נחום וואס איז פארגעקומען היינט צווישן דיין רבינ'ס זאלי גבאי י.ל. פערלמוטער מיט דעם היינט נאכטיגן מחותן ר' אלתר???? איך הער אז עס איז געגאנגען טישן אויף בענק... י.ל. האט געשוואוירען נקמה אין ר' אלתר. וואס גייט פאר??? (פארגעסן צו ענדיגן, און צוליב דעם האט דער רבי געמוזט ארויסגיין פון זאל פאר ר' לייבוש איז אריינגעקומען. - באלאנד)


רעב יאנקל ברענגט אויסצוגן פון זיין אישי:
פין אישי מי שלא ראה.... זו לא ראה .... מימיו פארוואס זענען די פאר אנוועזענדע זאלי'ס געווארען אזוי שוימיג ווען ר' שלמה וועצב''ג - משמש האט אויסגערופון ''הגה''צ אב''ד קהילתינו שליט''א די ערשטע 2 ברכות'', (פרעג יענעם פון אישי, זענען זיי געבליבן שוימיג א גאנצע נאכט, אדער די אהרונים האבן אינמיטן איבער גענומען די שוים???- באלאנד) ווען ביי די חתונה אפאר וואכען ציריק האט דאסקאהל נישט געקענט פועלן אז רז''ל זאל באקומען כאטש 1 ברכה ביי די חופה (און יעצט האט שלום אליעזר פרענקל נישט געקענט פועלן אז ר' לייבוש זאל כאטש אריינקומען געבן די הענט פאר ר' אהרן, כ'רעד שוין נישט פון טאנצן...-באלאנד) ס'האט אויסגעקוקט שרעקליך (עכט שיין פין די פאר זאלי'ס וואס גייען צו דעם זאל, וואס מ'קען ווערן פארקילט.....) אגב, כ'הער אז ר' שלום אליעזר פרענקל איז געווען פין די עדי קידושין (און איך הער אז ר' לייבוש איז נישט אריינגעקומען צו די חתונה ווילאנג ר' אהרן איז דארט געווען... - באלאנד). 

ר' יענקל קראכט א וויץ:
כ'הער איז ביי די חתונה גייען זיך נאר באטייליגען ערליכע יודען (ווען ר' לייבוש וועט זיין אין זאל...- באלאנד), אין רז''ל גייט נישט ווער פארקילט ב''ה (ניין ב"ה, אבער ר' אהרן איז ארויף מיט א שטארקע היץ איינער ווייסט פארוואס?- באלאנד)                  


ס'איז ביטער... ארגינעלער פרובירט שוין צו פארגלעטן דעם דורכפאל:
די רבי שליט"א האט זיך קודם באטיילגיט ביי די שבע ברכות פין הג"צ ר' חיים הערש שליט"א נאכדעם איז די רבי אריין געקומען אין זאל געטענצען מיטן חתן אין מיטן מחותתן הגה"צ ר' לייביש טייטלבוים די רבי האט נישט אויס געווארט פעשווארסקער רבי שליט"א ווייל ער האט באמערקט אינעליכע ראבארייען מע ןהאט נישט געלאזט אריין ביים טיר פעשוארסקער רבי'ס מענטשן וד"ל

 

עס איז נאך דא וואס מוסיף צו זיין חוץ די פאר ווערטער "בור כרה ויחפרהו"????

ארגינעלער » 2/12/2009 09:02

די זאליס האבן ערנסט געדראפט פעשווארסקער רבי.

אביש וויינבערגער מיט געצעלע בן חצאקל בערגער זענען נישט געווען אויבן אן
ליפא קרויס איז געשטאנען אין די בעק אויף די סטעפיס א גאנצע חתונה אין געזאגט אז ער איז געקמען צי אלטר ווייל ער דאוונעט ביי אים שול

דער לא יבא ממזר וואלי לעפקאווישט מיט יחזקאל וויינשטאק ובניו האבן נישט אריין געטרעטן ביי די חתונה
אין ווידעראום נח אהרן וויינבערגער איז ווייטער נישט געווען

הקיצור די זאליס קומען צים שכל. אין נפתלי בלומפעלד האט ווייטער אויס געפירט אז פעשוואסקער רבי דינט נישט די זאלי אינטערעסן.

מישמאש » 2/12/2009 09:11

די לצים זאגן אז פארדעם איז ר' זלמן לייב נישט געועון ביי חתונה, ווייל ער האט נישט געוואלט אויס קוקן ווי די פארטי קרשערס אין ווייסן הויז וואס זענען געקומען אימגעריפן.

חיים_נחום » 2/12/2009 11:41

א שטורעם אין א גלעזל וואסער..

כ'בין געווען דארט, כ'ווייס נישט ווי מענטשן קענען לייקענען א מילתא דעבידי לגלויי.

רבינו שליט"א איז געווען אין ראוז גארדן ביי א מסיבת שבע ברכות לכבודו פון הגה"צ ראש ישיבת מהרי"ט שליט"א צוגעשטעלט דורך הנהלת כולל עצי חיים.

דערנאך איז די רבי שליט"א אריינגעקומען צו די חתונה אין ראוז קעסל, ווי די רבי האט געווינטשן לחיים אין געטאנצן מיטן חתן אין די מחותנים אין די רבי איז ארויס. הכל בכל מכל האט גענומען גענוי פינעף מינוט!

געגאנגען » 2/12/2009 16:51

באלאנד, און אלע אנדערע זאליס. כ'וויל פארשטיין איין קלייניגקייט:

פארוואס האט לשיטתכם פשעווארסקער רבי נישט געוואלט ארויסקומען?

איז עפעס געשען אין די צוויי וואכן אז ער וויל זיך מער נישט טרעפן מיט אים?

א ברעקל שכל ביטע.

דוד46 » 2/12/2009 16:56

לויטן פלאן האט דער פשעווארסקר רבי שליט"א געזאלט אריינקומען 11:30 בערך א האלבע שעה פארן בענטשן, ווי ער טוט ביי די אייניקלעך חתונות.

לויטן אהרונישן פאן האט דער צדיק פון מאנראו געדארפ אנקומען צום בענטשן וואו ער וועט מכובד ווערן מיט שבע ברכות און דערנאך טאנצן מצוה טאנץ.

בשעת די חתונה איז דער מאנראוער צדיקל געווען אינעם דערנעבנדיגן ראוז גארדן זאל וואו עס איז פארעקומען א שבע ברכות פאר ר' חיים הערש מייזליש. מען האט אוסיגעצויגן יענע שבע ברכות אז עס זאל פיטן מיט די חתונה פלאן. אינצווישן ווערט אבער קרוב צו 12 אזייגער און פשעווארסקער רבי שליט"א איז נאכנישט אריינגעקומען, וואס טוט מען? האט דער צדיקל באשלאסן אריינצוקומען צו די חתונה און אינצווישן וועט שוין דער פשעווארסקער רבי שליט"א אנקומען.

ער האט זיך ארויפגעזעצט אויפן כמעט ליידיגן אויבן-אן וואו עס איז געזעסן דער זיידע שינאווער רב שליט"א פון איין זייט מיטן חתן, און דער צדיקל האט מען געזעצט פון די אנדערע זייט. ער איז געזעסן עטליכע מינוט אבער האט נישט געהאט מיט וועמען אויסצוטוישן קיין 2 ווערטער, ווייל נעבן אים איז געזעסן דער שאפראנער רב שליט"א (א מחותן מיט פשעווארסק) וואס איז שוין זיין אלטע שונא.

דער צדיקל האט געגעבן לחיים און זיך געוואלט אויפהייבן און אנטלויפן, אבער דער אונטערפירער פישער האט אים געזאגט אז ער מוז טאנצן מיטן חתן. אפטאנצנדיג האט ער געהויבן פיס און פארלאזט וויליאמסבורג.

און א פלא, א מינוט-צוויי דערויף איז דער פשעווארסקער רבי שליט"א ערשינען אין זאל.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 02/12/2009 21:43:21

פארשטיי » 2/12/2009 17:18

[quote]לויטן פלאן האט דער פשעווארסקר רבי שליט"א געזאלט אריינקומען 11:30 בערך א האלבע שעה פארן בענטשן, ווי ער טוט ביי די אייניקלעך חתונות.

לויטן אהרונישן פאן האט דער צדיק פון מאנראו געדארפ אנקומען צום בענטשן וואו ער וועט מכובד ווערן מיט שבע ברכות און דערנאך טאנצן מצוה טאנץ.

איך הער לעצטענס אז ר' שמואל הכהן, מיט ר' יושע מענדלאוויטש, מיט ר' חיים שלמה גבאי, רעדן זיך דורך מיט ר' דוד מ 46 די פלענער!
בשעת די חתונה איז דער מאנראוער צדיקל געווען אינעם דערנעבנדיגן ראוז גארדן זאל וואו עס איז פארעקומען א שבע ברכות פאר ר' חיים הערש מייזליש. מען האט אוסיגעצויגן יענע שבע ברכות אז עס זאל פיטן מיט די חתונה פלאן. אינצווישן ווערט אבער קרוב צו 12 אזייגער און פשעווארסקער רבי שליט"א איז נאכנישט אריינגעקומען, וואס טוט מען? האט דער צדיקל באשלאסן אריינצוקומען צו די חתונה און אינצווישן וועט שוין דער פשעווארסקער רבי שליט"א אנקומען.

אדער קען מען זאגען אז רבינו שליט''א איז געקימען באשיינען די שמחה פון איינעם פון די חשוב סטע דיינים פון סאטמארע קהלה, און עס פעלט נישט אזוי וויכטיג אויס צו זיצען און ווארטען אויף דעם אנדערע זיידע ר' לייבוש, בלויז פאר א פיקטשער, אזוי בעבי ברידער ר' זלמניו, משתתתף געווען ביי די שמחה, געגאנגען, מארגען דארף מען שוין זיין און די ישיבה 8:00 אזייגער,

ער האט זיך ארויפגעזעצט אויפן כמעט ליידיגן אויבן-אן וואו עס איז געזעסן דער זיידע שינאווער רב שליט"א פון איין זייט מיטן חתן, און דער צדיקל האט מען געזעצט פון די אנדערע זייט. ער איז געזעסן עטליכע מינוט אבער האט נישט געהאט מיט וועמען אויסצוטוישן קיין 2 ווערטער, ווייל נעבן אים איז געזעסן דער שאפראנער רב שליט"א (א מחותן מיט פשעווארסק) וואס איז שוין זיין אלטע שונא.

ווער האט פיינט וועמען?  עס איז שווער צו גלייבען אז רבינו שליט''א ווייסט בכלל אז דער מחותן הגדול משאפראן, איז אים א שונא, א רעבל וואס מעט הערט נישט כמעט, פון אים קיינמאל נאר ווען ער טיט ווידער א שידוך מיט איינעם פון די זרע קודש פון ר' זלמניו, דאס איז בערך 10 מאל א יאר,

דער צדיקל האט געגעבן לחיים און זיך געוואלט אויפהייבן און אנטלויפן, אבער דער אונטערפירער פישער האט אים געזאגט אז ער מוז טאנצן מיטן חתן. אפטאנצנדיג האט ער געהויבן פיס און פארלאזט וויליאמסבורג.

דאס אלעס האט מורינו ר' דוד, צו געזען מיט די אייגענע אויגען, וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזען אויגען

און א פלא, א מינוט-צוויי דערויף איז דער פשעווארסקער רבי שליט"א ערשינען אין זאל.

ויהי לפלא!!!!!!


[בילד – נישט אפגעהיט]

[/quote]

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 02/12/2009 21:44:15

חיים_נחום » 2/12/2009 17:28

דוד, מאכטס אפ די מעשה, כדי צו זיין אויף איין פעידש.. געזיצן לאנג? צו געווען אפאר מינוט?
----------------

אגב, כ'האב באקומען אין בילד ווי מען זעט יא די גבאים אויף סטעידש אונטערען רבי'ן.


[בילד – נישט אפגעהיט]

ענתיק » 2/12/2009 17:33

דער שטן מישט זיך אייביג אריין, אפילו ביי שמחת צדיקים.
על כל פנים איך הער אז ס'איז געווען זעהר א דערהויבענע שמחה.

יענקעלע11 » 2/12/2009 19:11

נעבעך די צערידערטע זאליס, נאכן כאפן שמיץ פונעם קארט,
דארפן זיי אביסעלע חיזוק, פארברעצירן זיי א אזויגערופענער פלאן,
און טאנצן פאר שמחה אז ס'איז נישט געווען גענוי ווי זייער
אויסגעטראכטער פלאן,

איך בין דארט געווען, דער רבי שליט''א איז דארט געווען גאנצע 5 מינוט,
ער איז צוריק געפארן צו די סקווערע חתונה, און בכלל איז נישט געווען א
רעדע צו ווארטן אויף רבי לייבוש שליט''א וייל דער רבי האט זיך געיאגט,
אגב, מיין ברודער איז א מתפלל ביי רבי אלתר האט ער מיר נאך געזאגט
די פאריגע וואך ווען איך האב עהם געפרעגט וויאזוי עס גייט זיין ווען דער
רבי וועט זיצן אויבן אן מיט רבי לייבוש, זאגט ער מיר אז רבי אלתר האט
עהם געזאגט אז רבי לייבוש קומט קיינמאל נישט ביי די חתונות פון זיינע
אייניקלעך פאר די מצוה טאנץ, ווייל ער האלט אז מיט זיין אריין קומען
נעמט ער צו דעם אטענשן פונעם חתן, (ביי זיין אייגן קינד האט ער נישט
געהאט קיין ברירה), און דאס האט מיר מיין ברודער נאך געזאגט די פאריגע
וואך, קומט דער דוד46 און שרייבט מיט א בלעכן פנים אז רבי לייבוש זיצט
ביי די אייניקלעך ביי די חתונות. נאר ווי געשריבן, דוד טראכט און דו אהרונים לאכט.

זאליס, לאמיר שוין טראכטן אויף היינט נאכט, לעטס גא,
היינט נאכט מאכט חתונה הגאון הגדול רבי משה פריעדמאן שליט''א
דיומ''ץ דקהלתינו בבארא פארק, מיט נכד כ''ק אדמו''ר מסעקולען שליט''א
שמועסט מען אז דער סעקולענער רבי האט געזאגט אז אויב קומט ר' אהרן
קומט ער נישט אריין צו די חתונה, און מען האט געהייסן ר' אהרן זיצן אינדערהיים.
יעצט, אויב קומט ער נישט, שטימט דאך די געבאקענע מעשה, זאלי געווינס!,
אויב קומט ער יא, איז ער א מחוצף פון די ערשטע קלאס, איז אויב וועט דער
סעקולענער רבי נישט טאנצן מיט רבי אהרן וועט איר שרייען איר זעהט, ער
האט נישט געוואלט טאנצן מיט עהם, טאמער וועט ער יא טאנצן מיט עהם,
קענט איר שרייען אז דער סעקולענער רבי ברוב ענוותונותו האט געטאנצן מיט
דעם מחוצף, אבער באמת קען ער עהם נישט סובל זיין,
קאמאן זאליס, וואס שלאפט, אנגעהויבן מיט די בעקעריי...

וואלןסח » 2/12/2009 19:38

א געלעכטער אין א זייט

רבינו שליט"א איז געגאנגען צו די חתונה צו ר' לייבוש..... נאכאמאל צו ר' לייבוש..... אבער איר ווייסט וועלכע ר' לייבוש, ר' לייבוש ט"ב, אלס קרוב משפחה, און אלס איינער פון דייני קהלתינו הק'.

ער איז בכלל נישט געגאנגען צום פשעווארסקן רבין, פונקט ווי ער איז ביז היינט נישט געגאנגען צו זיינע שמחות, ווייל ער האט מיט אים גארנישט איינגעלייגט, אוודאי איז ער אים מעריץ, אבער דאס איז אים נישט מחייב צו גיין צו יעדע חתונה בפרט פון א אייניקל.

יעצט אויב איז דער פשעווארסקער רבי אריינגעקומען א מינוט נאכדעם וואס דער רבי איז ארויס, איז דאך נישט מער ווי פארשטענדליך (99 פראצענט) אז דא איז געווען א אגענדע, האט דער רבי נישט מער ווי קלוג געטון אז ער האט נישט געווארט א מינוט לענגער צו קוקן אויב דער פשעוארסקער רבי קומט אריין, ווייל ער האט פארשטאנען אז אויב איז ער נאכנישטא האט עס א סיבה, בנוסף האט זיך דער רבי געיאגט צו די סקווירא חתונה.. (ואגב האב איך געהערט ער האט געהייסן איבערגעבן א מזל טוב)

 

עכ"פ, די שאלה איז נאר, דער פשעווארסקער רבי איז דאך דער רבו המובהק פון רז"ל, וכל דבר הגדול והקטן יביאון אליו כמבואר באשכולות אחרות, נו, ווי איז ער געווען

און נאכאמאל זאלי, דער פשעווארסקער רבי איז נישט אונזער פודאמענט, וואס ווען דאס פאלט פאלט אלעס, משא"כ ביי ענק
נעבעך 

rebyankel » 2/12/2009 19:51

ארגינעלער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מען דארף נאר זעהן אז אלטר'ס מענטשן מיט ר' לייביש'ס מענשטן זאלן זיך נישט פראסקן מער.................

ר' אלתר'ס מענטשן זענען נישט קיין פראסקערס

rebyankel » 2/12/2009 19:59

דוד46 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לויטן פלאן האט דער פשעווארסקר רבי שליט"א געזאלט אריינקומען 11:30 בערך א האלבע שעה פארן בענטשן, ווי ער טוט ביי די אייניקלעך חתונות.

לויטן אהרונישן פאן האט דער צדיק פון מאנראו געדארפ אנקומען צום בענטשן וואו ער וועט מכובד ווערן מיט שבע ברכות און דערנאך טאנצן מצוה טאנץ.

בשעת די חתונה איז דער מאנראוער צדיקל געווען אינעם דערנעבנדיגן ראוז גארדן זאל וואו עס איז פארעקומען א שבע ברכות פאר חיים הערש מייזליש. מען האט אוסיגעצויגן יענע שבע ברכות אז עס זאל פיטן מיט די חתונה פלאן. אינצווישן ווערט אבער קרוב צו 12 אזייגער און פשעווארסקער רבי שליט"א איז נאכנישט אריינגעקומען, וואס טוט מען? האט דער צדיקל באשלאסן אריינצוקומען צו די חתונה און אינצווישן וועט שוין דער פשעווארסקער רבי שליט"א אנקומען.

ער האט זיך ארויפגעזעצט אויפן כמעט ליידיגן אויבן-אן וואו עס איז געזעסן דער זיידע שינאווער רב שליט"א פון איין זייט מיטן חתן, און דער צדיקל האט מען געזעצט פון די אנדערע זייט. ער איז געזעסן עטליכע מינוט אבער האט נישט געהאט מיט וועמען אויסצוטוישן קיין 2 ווערטער, ווייל נעבן אים איז געזעסן דער שאפראנער רב שליט"א (א מחותן מיט פשעווארסק) וואס איז שוין זיין אלטע שונא.

דער צדיקל האט געגעבן לחיים און זיך געוואלט אויפהייבן און אנטלויפן, אבער דער אונטערפירער פישער האט אים געזאגט אז ער מוז טאנצן מיטן חתן. אפטאנצנדיג האט ער געהויבן פיס און פארלאזט וויליאמסבורג.

און א פלא, א מינוט-צוויי דערויף איז דער פשעווארסקער רבי שליט"א ערשינען אין זאל.


דוד כ'וואלט דיר זייער געראטען פאר די מאכסט א מעשה, שמיעס דיך גיט אפ מיט באלאנד, רוף אים אן קווינס ער הייבט זייער אפט אויף די טעלעפאן
ענק זענען זיך סותר מיט יעדע דיטעל, וואס איז געווען, אין וואס די ארונים האבען 'געטראכט'

פארשטיי » 2/12/2009 20:10

ר' וואלען'ס נקידה איז זייער צו דער זאך:

די זאליבאנצעס וואס פארמאגען א רבי, וואס איז א גארנישט שבגארנישט, זענען קריטיש וויכטיג אנגעוויזען, אויף ר' לייבוש, ר' לייבוש האט געזאגט, ר' לייבוש איז געקימען, ר' לייבוש איז געגאנגען, וכו' וכו'

משא''כ ביי אונז תלמידי וחסידי סאטמאר, איז לא מעלה ולא מוריד, וואס ר' לייבוש טראכט, וואס ער זאגט, און וואס ער טיט,

רבינו שליט''א איז דער רשבה''ג, זיין צייט איז טייער, יעדע מינוט איז ביי אים חשוב, ער איז נישט געווען מחיוב צו ווארטען קיין איין סקונדע, אויף ר' לייבוש, ער האט זיין סדר היום, און ער געפינט נישט פאר וויכטיג צו ווארטען אויפן פאטאגרעפער וואס זאל קימען נעמען א בילד וואו ער גיט זיך די האנט מיט ר' לייבוש!

און די זאליבאנעצעס וואס זענען אזוי צו פרידען מיט זייער סבא קדישא, און שרף אלקי, ר' זלמניו השזיגאני, זענען פארנימען א גאנצען טאג, צו שפאקעלירען, און פראבאצירען, באבקעס, מיט מעשיות, פאר וואס רבינו שליט''א, האט נישט געפינען פאר וויכטיג, צו שטיפען נאך א פאר מינוט, אז דער פטאגרעפער זאל קענען בליצען!

געדענק » 2/12/2009 20:17

גלייבטס מיר אז נישט ר' לייבוש און נישט די רבי שליט"א (מהר"א) האבען אפילו א אהנונג אז דא איז עפעס געווען און מ'בויעט שוין דערויף גאנצע בנינים,

דא איז זיך יעדער געגאנגען זיין וועג און ניטאמאל גאטראכט פון פאלטיק

אויב עפעס, נאכאמאל נאר אויב -איך האלט נישט אז ס'איז אזוי- איז עס געווען ר' לייבוש'ס גבאים וואס האבען געוואלט צוווארטען מיט ר' לייבושס אריינקומען ביז די רבי גייט,


און איך פארשטיי די זאליס פארוואס זיי שרייען אז מ'האט צוגעפיקסט רבינו שליט"א, דאס איז ווייל ביי זיי וואלט דעיס געהייסען גוט צוגעפיקסט!
זאליס טייערע! ביי אונז איז אנדערש ווי ביי אייך, ביי אונז שפילט נישט די רבי קיין פאליטיק, און אונזער רבי האט נישט אינזין קיין בילדער, און אויך איז ער נישט קיין ליידיגייער,
אז ער שפירט אז ער דארף גיין צו א חתונה גייט ער, אריין און ארויס... ער ווארט נישט אויף קיין זיידעס (צו וועם ער איז נישט געקומען) און ווארט נישט אויפן פאטאגריפער,
נישט ער און נישט זיינע חסידים זענען אינטערעסירט אז ער זאל געבן מזל טוב פאר ר' לייבושן און אוודאי נישט טאנצען מיט אים,
אונז זעמיר זייער צופרידען מיט אונזער רבי, אונז דארף מיר ב"ה נישט גיין פאשען און פרעמדע פעלדער, און אונזער רבי איז צופרידען און פארנומען נאר מיט זיינע חסידים ער דארף נישט גיין זוכען פרישע חסידים.

rebyankel » 2/12/2009 20:42

עס גלייבט זיך שווער אז מענטשן ווערן אזוי נעריש, אבער אין מציאות זעהט מען עס לייוו

די זאלי'ס זענען נאך אזוי ציקלאפט אז זייער לאנג יעריגע באלאן האט אזוי הילכיג געקראכט, ביי ר' לייבוש'ס לעצטע באזוך אין אמעריקע, אבער זיי געבן נישט אויף....

אין נאכדעם וואס זיי האבען זיך געפילט זייער באטראפען פין די מעמד החופה, האבען זיי זיך אליין בא.... מיטן אויפהאלטן ר' לייבוש ביז נאך 12:00 אין די קעלבעך זענען העפי אז ער האט נישט געטראפען סאטמערע רבי....... (זעהט אויס אז זיי האבען פין וואס מורא צו האבען...), אין די צייט וואס מ'האט אפגעשמיעס מיט ר' אלתר אז ער וועט אריינקומען ''11:00'' (ר' לייבוש מצדו איז זייער א פינקטליכער מענטש אין האלט זיך צום זייגער)

די גרעסטע רשעות איז דא געטוהן געווארען קעגן די מחותנים פאר'ן אויפהלאטן די גאנצע חתונה, אבער וועס קען די זאלי'ס.............

מיר איז בכלל שווער, אויב האט ר' לייבוש ציריק אנגעהויבן פיינט צו האבען מרה''א דאן פארוואס האט מען אים נישט געברענגט פריער, אין ער זאל ווייזן זיין שנאה.... אין אלע סאטמערע וועלן קראכען (א שאד...)

זיי פראבירן נעבעך נאכמאל אויפצובלאזען דער ציבאסטע באלאן, אבער אן ערפאלג!


סיי וויאזוי, וואלסען ס''ח האט ארויסגעברענגט א גיטע פוינט. 

אגב, קען איינער ברענגן די בילדער ווי ר' לייבוש באגריסט זיך אזוי ווארים מיט ר' יצחק ראזענבערג ראה''ק דקיט''ל.?
אדער פין די קבת פנים/חופה/חתונה.



תוקן על ידי rebyankel ב- 02/12/2009 20:44:25

יקרבו » 2/12/2009 20:55


רבינו שליט"א האט נעכטן גענדיגט געזעגענן אזוי ווי יעדע וואך דינסטאג בערך 11:15, אין איז אנגעקומען בערך 11:30 צי די שבע ברכות פין כולל עצי חיים אין ער האט דארט געזאגט דברות קודש, בערך 12:00 האט ער האט ער זיך אויפגעשטעלט אין אריין צי די חתונה פין בן הגה"צ דומ"ץ ויואל משה שליט"א, אין געגעבן לחיים אין אנגעווינטשען די חתן אין די מחותנים אין זיך אויפגעשטלעט ארויס צי גיין אין ר' לייבוש ט"ב האט אים געבעטן אז ער זאל טאנצען מיטן חתן רבינו שליט"א, האט געטאנצן מיט די חתן אין די מחותנים אין ער איז ארויס געגאנגען.

רבינו שליט"א איז נישט געקומען צי פשעווארסקע רבי צי די חתונה, רבינו שליט"א איז ביז היינט נישט געגאנגען צי זיינע חתונות אין נעכטען איז ער אויך נישט געגאגען צי אים ער האט גארנישט מיטן פשעווארסקער רבין, ר' לייבוש איז טאקע א גרויסע רבי, אבער רבינו שליט"א לויפט נישט ארום צי חתונות פין אלע גרויסע רביס, ווען וויל ווען דווקא גיין צי ר' לייבוש'ס חתונות וואלט ער געגאנגען 3 וואכן צריק ווען ער האט אים גערופן, אלא מאי ער איז געגאנגען צי די חתונה איינע פין זיינע דיינים ר' לייבוש טייטלבוים.

 ער איז בכלל נישט אינטרעסירט פאר ער גייט צי א חתונה צי אלע זיידעס זענען דארט וכדומה, ווען ער גייט צי חתונה גייט ער צי וועם ער גייט דארט אין אז ר' לייבוש איז דארט הכל רווח, רבינו שליט"א האט בעסער וואס צי טוהן מיטן טאג אין בעסעטרע דאגות ווי זיין ביזי צי ר' לייבוש איז דארט אדער נישט, ער גייט זיין וועג ווען עס איז אים באקוועם צי קומען צי די חתונה קומט ער אין דאס האט ער געטוהן.


אבער די קשיא איז ווי איז הגז"ל געווען ביי די חתונה ער איז דאך יא ביזי א גאנצען טאג מיט ר' לייבוש ווי איז ער געווען??
איך הער אז ר' לייבוש האט געזאגט אז אויב קומט הגז"ל צי די חתונה אפילו ווען ער איז נישט דארט קומט ער בכלל נישט צי די חתונה.

rebyankel » 2/12/2009 20:56

[בילד – נישט אפגעהיט]
שינאווע רבי, חתן, פשעווארסקע רבי, שאפארןע רב, ?, סאטטמאר וומ''ס רב, הג'ר אפרים שמעון לייכטאג

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 2/12/2009 21:00

סאטמערע רבי ביי די חתונה
[בילד – נישט אפגעהיט] 

תוקן על ידי rebyankel ב- 02/12/2009 21:01:34

טשאמפיאן » 2/12/2009 21:01

באקומן אין אישי
http://www.youtube.com/watch?v=LXG3OmpnwPM

rebyankel » 2/12/2009 21:03

די מחותנים אין א ריקוד
[בילד – נישט אפגעהיט]

יודלע » 2/12/2009 21:11


ווייסט איינער ווי אלטר איז געווען ווען ר' לייבוש איז אריין געקומען ער איז נישט געווען אויפן אויבן אן, פארוואס איז ער נישט ארויף געגאנגען טאנצן מיט זיין טאטע???

rebyankel » 2/12/2009 21:40

ס'שוין געווען גבאים וואס האבען מער געטרינקען די בלוט פין די רביים'ס קינדער ווי די פשעווארסקע שטוב מענטשן וד''ל

באלאנד » 2/12/2009 21:57

ווי נעכטען פארשפראכן זענען די אהרונים ווייט פון פארטיג מיט דעם ביטערן דורכפאל וואס דער סבלן האט געליטן נעכטען נאכט ביי די פשעווארסקע חתונה גייט נאך אסאך ספינס קומען צו בארואיגן די קליינע קעפ.

היינט אינדערפרי נאך וואס די מוח וואשערס האבן געזעהן אז די נעכטיגע דריי ספינס ארבעטן זיך נישט אויס איז ארויסגעקומען פרישע.

קודם איז גלייך אנטשטאנען אינערליכע קריגערייען אינעם פשעווארסקן הויף, און דאס איז די סיבה פארוואס ר' אהרן איז אנטלאפן.

נאך אפאר מינוט גייט פארביי הערט מען גאר אז ר' אהרן איז דארט געווען ממש אריין אין ארויס,ער האט זיך אזוי געיאגט אז ער האט אפילו נישט עספיעט אויסצוווארטן ר' לייבוש וואס איז אריינגעקומען א סעקונדע נאך וואס ער איז ארויס.

אט קומט א פרישע ספין: עס איז געווען א דירעקטע אקציע פון די גבאים, נאך דעם וואס די זאליס זענען געווען אזוי שוימיג אז שלמה ווערצבערגער האט אויסגערופן די כיבודים, האבן זיי זיך איבערגעבעטן מיט די זאליס און נישט אריינגעברענגט ר' לייבוש זיך צו באגריסן מיט ר' אהרן.

אה נישט פארגעסן אז דער נועם המידות דער געוועזענער אנטווערפענער רב האט מרוב קדושתו וענותנתו אוועקגעשאנקן די סידור קידושין מיט וואס מ'האט אים מכבד געווען פאר דעם פשעווארסקער רבי......

 

היינט צופרי זענען אנגעקומען פרישע שרייבערלעך מיט פרישע ספינס, אט הערט:

קודם קומט אן דער אומוויסענדער חיים נחום און צושטערט ארגינעלער'ס טעאריע:

אגב, כ'האב באקומען אין בילד ווי מען זעט יא די גבאים אויף סטעידש אונטערען רבי'ן.

ס'טייטש אז קיין אזויגערופענע רייבערייען איז נישטא.

 

חלה דעקל ענתיק טרייסט זיך:

 דער שטן מישט זיך אייביג אריין, אפילו ביי שמחת צדיקים.על כל פנים איך הער אז ס'איז געווען זעהר א דערהויבענע שמחה.

 

פראפעסער יאנקעלע11 קומט מיט א פרישע ספין וואס איז נעכטען נאך בכלל נישט געווען ידוע פאר די אהרונים אויפן פארום.. ס'פארגעקומען נעכטען א סקווירא חתונה און ר' אהרן האט זיך שרעקעדיג אהינגעיאגט, און עס איז בכלל נישט געווען קיין רעדע אפילו אז מ'גייט טאנצן מיט ר' לייבוש, און ר' לייבוש זאל אים שענקען א וועלט מיט אטענטשאן:

נעבעך די צערידערטע זאליס, נאכן כאפן שמיץ פונעם קארט,דארפן זיי אביסעלע חיזוק, פארברעצירן זיי א אזויגערופענער פלאן,און טאנצן פאר שמחה אז ס'איז נישט געווען גענוי ווי זייער אויסגעטראכטער פלאן, איך בין דארט געווען, דער רבי שליט''א איז דארט געווען גאנצע 5 מינוט,ער איז צוריק געפארן צו די סקווערע חתונה, און בכלל איז נישט געווען ארעדע צו ווארטן אויף רבי לייבוש שליט''א (און אפילו אויב עס איז יא געווען א רעדע האט זיך נעבעך ר' לייבוש אויך נישט צוגעשטעלט...- באלאנד) וייל דער רבי האט זיך געיאגט.

וואלן סח איז ממש גערעכט... ער ווייסט שוין נישט פון וועלכע ר' לייבוש מ'רעדט, נאך מער, ר' אהרן איז מיטאמאל געגאנגען בכוונה צו טרעפן ר' לייבוש, ער האט גארנישט איינגעלייגט מיט אים (משוגע דארף ער זיין יא צו האבן...):            

 א געלעכטער אין א זייט ‫רבינו שליט"א איז געגאנגען צו די חתונה צו ר' לייבוש..... נאכאמאל צו ר' לייבוש..... אבער איר ווייסט וועלכע ר' לייבוש, ר' לייבוש ט"ב, אלס קרוב משפחה, און אלס איינער פון דייני קהלתינו הק'. ‫ער איז בכלל נישט געגאנגען צום פשעווארסקן רבין, פונקט ווי ער איז ביז היינט נישט געגאנגען צו זיינע שמחות, ווייל ער האט מיט אים גארנישט איינגעלייגט, אוודאי איז ער אים מעריץ, אבער דאס איז אים נישט מחייב צו גיין צו יעדע חתונה בפרט פון א אייניקל. ‫יעצט אויב איז דער פשעווארסקער רבי אריינגעקומען א מינוט נאכדעם וואס דער רבי איז ארויס, איז דאך נישט מער ווי פארשטענדליך (99 פראצענט) אז דא איז געווען א אגענדע, האט דער רבי נישט מער ווי קלוג געטון אז ער האט נישט געווארט א מינוט לענגער צו קוקן אויב דער פשעוארסקער רבי קומט אריין, ווייל ער האט פארשטאנען אז אויב איז ער נאכנישטא האט עס א סיבה, בנוסף האט זיך דער רבי געיאגט צו די סקווירא חתונה.. (ואגב האב איך געהערט ער האט געהייסן איבערגעבן א מזל טוב) ‫  ‫עכ"פ, די שאלה איז נאר, דער פשעווארסקער רבי איז דאך דער רבו המובהק פון רז"ל, וכל דבר הגדול והקטן יביאון אליו כמבואר באשכולות אחרות, נו, ווי איז ער געוועןאון נאכאמאל זאלי, דער פשעווארסקער רבי איז נישט אונזער פודאמענט (פאר א קנאפע פאר וואכן צוריק איז ער יא געווען ענקער שטארקע פונדאמענט צו צייגן פאר די ילדים אז ר' אהרן איז שוין היינט צוטאגס אנערקענט אין די גאנצע וועלט... -באלאנד), וואס ווען דאס פאלט פאלט אלעס, משא"כ ביי ענק‪נעבעך (וואס הייסט צופאלן? ר' אהרן דאווענט שוין אין ראדני זייט ר' לייבוש איז אים געקומען באזוכן??? – באלאנד)

 

רעב יאנקל קומט מיט זיינע פריוואטע אגענדעס און שמייסט אריין אין ארגינעלער:

ארגינעלער כתב:  מען דארף נאר זעהן אז אלטר'ס מענטשן מיט ר' לייביש'ס מענשטן זאלן זיך נישט פראסקן מער................. ר' אלתר'ס מענטשן זענען נישט קיין פראסקערס

ר' יאנקל שפירט זיך עפעס זייער אפענסיוו ווען באלאנד דער קווינס בחור שרייבט... איך קען דיר אזויפיל זאגן איך קען דיך נישט, אבער עס איז זייער פישי אז די ווערסט אזוי ווילד אייביג ווען די זאליס שרייבן א גוטס כאילו עס קומט דא אריין... גענוג געזאגט וד"ל:

דוד כ'וואלט דיר זייער געראטען פאר די מאכסט א מעשה, שמיעס דיך גיט אפ מיט באלאנד, רוף אים אן קווינס ער הייבט זייער אפט אויף די טעלעפאן ענק זענען זיך סותר מיט יעדע דיטעל, וואס איז געווען, אין וואס די ארונים האבען 'געטראכט'

 

דער גרויסער פארשטייער איז דא מיט א ברייטן הסבר:

ר' וואלען'ס נקידה איז זייער צו דער זאך: די זאליבאנצעס וואס פארמאגען א רבי, וואס איז א גארנישט שבגארנישט, זענען קריטיש וויכטיג אנגעוויזען, אויף ר' לייבוש, ר' לייבוש האט געזאגט, ר' לייבוש איז געקימען, ר' לייבוש איז געגאנגען (ווער איז נאר געווען אזוי ביזי דא ווען ר' לייבוש איז געגאנגען באזוכן דיין רבי'ן, איינער געדענקט??? -באלאנד), וכו' וכו' משא''כ ביי אונז תלמידי וחסידי סאטמאר, איז לא מעלה ולא מוריד, וואס ר' לייבוש טראכט, וואס ער זאגט, און וואס ער טיט, רבינו שליט''א איז דער רשבה''ג, זיין צייט איז טייער (איך געדענק נאך אבער ווען ער האט נעבעך יא געהאט צייט און געווארט... שמיני עצרת צופרי אין הויז סטריט.... –באלאנד), יעדע מינוט איז ביי אים חשוב ( גערעכט גערעכט, אנגעהויבן פון פרייטאג צונאכטס האט מען שוין געזעהן אז די צייט איז אים גאר טייער ווען ער האט נישט געקענט אויסווארטן מיט בענטשען אויף הגר"י האגער... -באלאנד), ער איז נישט געווען מחיוב צו ווארטען קיין איין סקונדע, אויף ר' לייבוש, ער האט זיין סדר היום (סקווירא חתונה, דוין דערמאנט??? –באלאנד), און ער געפינט נישט פאר וויכטיג צו ווארטען אויפן פאטאגרעפער (איינער קען מיר העלפען לאכן???, איך זאג שוין גארנישט – באלאנד) וואס זאל קימען נעמען א בילד וואו ער גיט זיך די האנט מיט ר' לייבוש! און די זאליבאנעצעס וואס זענען אזוי צו פרידען מיט זייער סבא קדישא, און שרף אלקי, ר' זלמניו השזיגאני, זענען פארנימען א גאנצען טאג, צו שפאקעלירען, און פראבאצירען, באבקעס, מיט מעשיות, פאר וואס רבינו שליט''א, האט נישט געפינען פאר וויכטיג, צו שטיפען נאך א פאר מינוט, אז דער פטאגרעפער זאל קענען בליצען!

 

געדענק איז דא מיט א חידוש, אבער מיט אקסן האב איך נישט קיין געדולד צו רעדן:

גלייבטס מיר אז נישט ר' לייבוש און נישט די רבי שליט"א (מהר"א) האבען אפילו א אהנונג (וואס איז? ער האט שוין ווייטער געלערנט מתוך? ער ווייסט נישט וואס טוט זיך אפ ארום אים??? –באלאנד) אז דא איז עפעס געווען און מ'בויעט שוין דערויף גאנצע בנינים, דא איז זיך יעדער געגאנגען זיין וועג און ניטאמאל גאטראכט פון פאלטיק אויב עפעס, נאכאמאל נאר אויב -איך האלט נישט אז ס'איז אזוי- איז עס געווען ר' לייבוש'ס גבאים וואס האבען געוואלט צוווארטען מיט ר' לייבושס אריינקומען ביז די רבי גייט, און איך פארשטיי די זאליס פארוואס זיי שרייען אז מ'האט צוגעפיקסט רבינו שליט"א, דאס איז ווייל ביי זיי וואלט דעיס געהייסען גוט צוגעפיקסט! זאליס טייערע! ביי אונז איז אנדערש ווי ביי אייך, ביי אונז שפילט נישט די רבי קיין פאליטיק, און אונזער רבי האט נישט אינזין קיין בילדער (נאר וואס דען??? –באלאנד), און אויך איז ער נישט קיין ליידיגייער, אז ער שפירט אז ער דארף גיין צו א חתונה גייט ער, אריין און ארויס... ער ווארט נישט אויף קיין זיידעס (צו וועם ער איז נישט געקומען) און ווארט נישט אויפן פאטאגריפער, נישט ער און נישט זיינע חסידים זענען אינטערעסירט אז ער זאל געבן מזל טוב פאר ר' לייבושן און אוודאי נישט טאנצען מיט אים, אונז זעמיר זייער צופרידען מיט אונזער רבי, אונז דארף מיר ב"ה נישט גיין פאשען און פרעמדע פעלדער, און אונזער רבי איז צופרידען און פארנומען נאר מיט זיינע חסידים ער דארף נישט גיין זוכען פרישע חסידים.

רעב יאנקל איז שוין געווען געווען אין מקוה, זיך געטראפו מיטן רויטן בדחן רבי יונה און ער איז דא מיט א פרישקייט, עס איז אזוי, אין אמת'ן אריין איז נישטא קיין ריס צווישן די שטוב מענטשען נאר פשוט ר' אלתר האט אפגעשמועסט אז ר' לייבוש גייט אריינקומען 11 און צום סוף האבן אים די גבאים אריינגעברענגט 12 און צושטערט די גאנצע חתונה....:

עס גלייבט זיך שווער אז מענטשן ווערן אזוי נעריש, אבער אין מציאות זעהט מען עס לייוו‫די זאלי'ס זענען נאך אזוי ציקלאפט אז זייער לאנג יעריגע באלאן האט אזוי הילכיג געקראכט (וועמענס באלאן? די באלאן פון די פשעווארסקע באזוך האט געקראכט אין ווינציגער פון 4 וואכן...-באלאנד), ביי ר' לייבוש'ס לעצטע באזוך אין אמעריקע, אבער זיי געבן נישט אויף....‫אין נאכדעם וואס זיי האבען זיך געפילט זייער באטראפען פין די מעמד החופה (באטראפן פון וואס? פון דעם וואס דער געוועזענער אנטווערפענער האט אוועק געגעבן סידור קידושען פאר ר' לייבוש???...- באלאנד), האבען זיי זיך אליין בא.... מיטן אויפהאלטן ר' לייבוש ביז נאך 12:00 אין די קעלבעך זענען העפי אז ער האט נישט געטראפען סאטמערע רבי....... (זעהט אויס אז זיי האבען פין וואס מורא צו האבען...), אין די צייט וואס מ'האט אפגעשמיעס מיט ר' אלתר אז ער וועט אריינקומען ''11:00'' (ר' לייבוש מצדו איז זייער א פינקטליכער מענטש אין האלט זיך צום זייגער)‫די גרעסטע רשעות איז דא געטוהן געווארען קעגן די מחותנים פאר'ן אויפהלאטן די גאנצע חתונה, אבער וועס קען די זאלי'ס.............‫מיר איז בכלל שווער, אויב האט ר' לייבוש ציריק אנגעהויבן פיינט צו האבען מרה''א דאן פארוואס האט מען אים נישט געברענגט פריער, אין ער זאל ווייזן זיין שנאה.... אין אלע סאטמערע וועלן קראכען (א שאד...)‫זיי פראבירן נעבעך נאכמאל אויפצובלאזען דער ציבאסטע באלאן, אבער אן ערפאלג! ‫סיי וויאזוי, וואלסען ס''ח האט ארויסגעברענגט א גיטע פוינט. ‫אגב, קען איינער ברענגן די בילדער ווי ר' לייבוש באגריסט זיך אזוי ווארים מיט ר' יצחק ראזענבערג ראה''ק דקיט''ל. (הייסט דאס איז די תשובת המשקל פון ר' לייבוש פארן נישט אריינקומען טאנצן מיט ר' אהרן... גוט גוט- באלאנד)  אדער פין די קבת פנים/חופה/חתונה

 

יקרבו איז דא מיט אן אפיציעלע רעפארט פון בית רבינו:

רבינו שליט"א האט נעכטן גענדיגט געזעגענן אזוי ווי יעדע וואך דינסטאג בערך 11:15, אין איז אנגעקומען בערך 11:30 צי די שבע ברכות פין כולל עצי חיים אין ער האט דארט געזאגט דברות קודש, בערך 12:00 האט ער האט ער זיך אויפגעשטעלט אין אריין צי די חתונה פין בן הגה"צ דומ"ץ ויואל משה שליט"א (ר' יאנקל רוף שנעל אן יקרבו... די גרסאות שטומען נישט-באלאנד), אין געגעבן לחיים אין אנגעווינטשען די חתן אין די מחותנים אין זיך אויפגעשטלעט ארויס צי גיין אין ר' לייבוש ט"ב האט אים געבעטן אז ער זאל טאנצען מיטן חתן רבינו שליט"א, האט געטאנצן מיט די חתן אין די מחותנים אין ער איז ארויס געגאנגען.

רבינו שליט"א איז נישט געקומען צי פשעווארסקע רבי צי די חתונה, רבינו שליט"א איז ביז היינט נישט געגאנגען צי זיינע חתונות אין נעכטען איז ער אויך נישט געגאגען צי אים ער האט גארנישט מיטן פשעווארסקער רבין, ר' לייבוש איז טאקע א גרויסע רבי, אבער רבינו שליט"א לויפט נישט ארום צי חתונות פין אלע גרויסע רביס, ווען וויל ווען דווקא גיין צי ר' לייבוש'ס חתונות וואלט ער געגאנגען 3 וואכן צריק ווען ער האט אים גערופן, אלא מאי ער איז געגאנגען צי די חתונה איינע פין זיינע דיינים ר' לייבוש טייטלבוים.

 ער איז בכלל נישט אינטרעסירט פאר ער גייט צי א חתונה צי אלע זיידעס זענען דארט וכדומה, ווען ער גייט צי חתונה גייט ער צי וועם ער גייט דארט אין אז ר' לייבוש איז דארט הכל רווח (אוי עס טוט וויי!!!!!- באלאנד), רבינו שליט"א האט בעסער וואס צי טוהן מיטן טאג אין בעסעטרע דאגות ווי זיין ביזי צי ר' לייבוש איז דארט אדער נישט, ער גייט זיין וועג ווען עס איז אים באקוועם צי קומען צי די חתונה קומט ער אין דאס האט ער געטוהן.


המשך יבא.... די חברה זענען ווייט פון פארטיג, זיי וועלן אויפקומען מיט ספינס אז יעדער פון זייערע קינדערלעך זאלן נישט האבן קיין שום פראגן און זייערע קליינע מוחות....

רבי_יונה » 2/12/2009 22:04

שרייבן אהער און אהין, אהין און אהער.

ווי די אלטע באבע מיט די איי אין די הענט, בויעט גאנצע בנינים דעראויף, און טראך עס קנאקט אראפ אויף די ערד, און אלע חלומות פליען אוועק...

די זאליס כסדר געווען ביזי אז זיי האבן איין אמת'דיגער ערליכער איד רבי לייבוש, וואס האט פיינט רבינו שליט"א, ממש ער שעלט אים מיט טויטע קללות יעדן טאג... ער זאגט אז ער א ממזר... ער איז מתפלל די סוער זאל דארט בלייבן... די אהרונים זאלן שטארבן... סאשע איז א ציוני...

בנינים על גבי בנינים, און זיי האבן גוט פארקויפט דעם ליגענט, מיט פארקנייטשע אויגן, און די ריזיגע ביבער הוט אראפ געקוועטשט, מיט א דריי מיטן גראבן פינגער, רבי לייבוש, רבי לייבוש.

פון די אנדערע זייט האט אונזער בעבי ר' זלמן, פרובירט ווי מער זיך אריין צו ווישען און רבי לייבוש, צו ווייזן אז רבי לייבוש שטיצט אים, און ער האט אים ליב אהבת נפש, אזש אז רבי לייבוש איז חסיד נלהב פון ר' זלמן... ער ווייקט זיך און זיינע תורות... יעדעס מאל ווען רבי לייבוש איז דא געווען איז ר' זלמן געלאפן צו די חתונה, געריפען צו נישט געריפען איז ער געפלויגען אהין, געזיצן דארט ווי לענגער, געלאכט און געשמייכלט פאר די בילדער, אבער ר' לייבוש האט אים מכבד געווען גענוי ווי דעם זאבילטובער.

פלוצלינג טראך, ווי א אטאם באבע אויפגעריסען!! רבי לייבוש קומט אויף ווילי די ערשטע מאל אויף א גאנצע וואך, ער קומט באזיכן רבינו שליט"א די ערשטע פאר אלע רבנים, ער באזיכט רבינו שליט"א און שמועסט הערליך איבער 20 מינוט, די זאליס פאלען ווי די פליגען, דאס הארץ זייערע שטעלט זיך אפ, דרייען זיך ארום ווי אבלים, זעצן זיך שבעה נאך רבי לייבוש.

נאך אפאר טעג זיי כאפן אביסעלע פרישע לופט, קומען אביסעלע צו זיך, פאנגען זיי אן צו זינגען א פרישע ניגון, רבי לייבוש טוט שוין תשובה, און לאזט נישט ח"ו בשום אין אופן אז רבינו שליט"א זאל אים קומען צוריק באזיכען...

רבינו שליט"א קומט אויף ביקור גומלין, וחוזר חלילה די זאליס ברענען פאר כעס, און האקן אפ מיט רבי לייבוש, שימפן און שעלטן אים מיט טויטע קללות דאס ארגסטע וואס איז שייך און אלע גאסן.

איצט רבי לייבוש מאכט חתונה איין אייניקל, די זאליס בלאזן זענען נאך ביטער אנגעזעצט, זיי זענען נאך אין די שלושים פון די אבילות, וואס רבי לייבוש איז געשטארבן ביי זיי... זיי קומען נישט צו די חתונה, ר' זלמן גייט צייטליך שלאפן.

די זאליס זיצן אינדערהיים צוזאמען מיט ר' זלמן שוימען פאר כעס, פלוצלינג זייער סעלפאנס קלינגען און פייפן, מען קען אנהייבן צו אטעמען... אז רבינו שליט"א איז געזיצען און געווארט און געווארט 2 שעה אז רבי לייבוש זאל אריין קומען אין זאל, אבער רבי לייבוש איז געשטאנען אפען טעלעפאן און גערעדט צו משה ווייזער, און ווילאנג ער האט אים נישט געזאגט אז רבינו שליט"א איז אוועק געפארן, האט רבי לייבוש בשום אין אופן נישט געוואלט קומען...

און די זאליס בויען שוין ווידער גאנצע בנינים, און שטייען שוין ווייטער ווי די אלטע באבע מיט די איי אין די האנט...

איי די ביסט דאך נאך אין די שלושים פון די אבילות, ווען רבי לייבוש איז געווען באזיכן רבינו שליט"א און צוריק, אה דעמאלס איז ער ליידער אפגעפארן און געווארן א גוי, אבער איצט איז ער משוגע געווארן...
בלאט: 1 2