| פישמאן כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | ס'כדי צו אנמערקן אז אפי' אויף די קאנטעמפט פסק שטייט אויפן קעפל אז דער תובע איז בית יואל אין דער נתבע קהל, און דער דאקעט נומער איז דער זעלבער וואס בית יואל האט געעפנט בשנת תשס"ד, דאס מיינט קלאר אז דאס איז א המשך צו ענקער תבועה שלא ברשות בי"ד.
דאס האט עטס פארן שלעפן יענעם אין געריכט פאר 6 יאר, יעצט עסט עס, שינדן די הויט וועט מען ענק! זאל דאס טאקע זיין א לעקציע למען ישמעו ויראו, ככה יעשה לאיש ההולך בערכאות של עכום ומייקר שם אלולים פאר 6 יאר.
ס'כדי צו אנמערקן אז נארמאלע מענטשן קען מען נישט פארטושן מיט קיין קעפלעך פון געריכטן, יעדער ווייסט אז נישט זלמן לייב וואלדמאן בעט מען זאל אים לייגן אין תפיסה נאר דוד עקשטיין בעט דאס,
און אויב א איד געט אריין א קאונטער קלעיס בערכאות און פארלאנגט מען זאל א צווייטן איד אריינלייגן אין תפיסה איז פשוט מסירה ומלשינות, נישט קיין חילוק ווער עס איז געווען דער ערשטער תובע
אויסער דעם איז אין דעם פאל דער ערשטער תובע געווען קהל יטב לב אפילו אויב זייער נאמען שטייט נישט אין קעפל, ווייל לויטן שולחן ערוך איז נישט קיין חילוק וואס שטייט אין קעפל פון די קעיס,
דער מציאות איז וואס יעדער איז דא מודה אז דער תביעה וואס דוד עקשטיין האט איז אז דער הויז באלאנגט פאר קהל, דער דיון האט אנגעהויבן קהל יטב לב און פארלוירן בערכאות, בלי רשות בית דין,
|
|
כ'האב אן צו טראכטען אז ס'איז אמת וואס מענטשן זאגען אז קווינס בחורים שרייבען דא, אזוי נעווערמיינדעט צו זיין! לעבן אין אזא פאלטשע.....! איבערקייען די זעלבע געבעקסן איינמאל נאכען צווייטען!
יעדער ווייסט אז ר' דוד עקשטיין האט קלאר געבעטן מ'זאל נישט לייגען אין תפיסה, אין פאר די שרייסט מסור אויף ר' דוד ענטפר מיר דאס ביטע
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2726210&forum_id=21016שקרן איז די פשוט'סטע טיטול, די יעצטיגע קלאגע איז מתחילה אריינגעגבן געווארען דורך בני יואל, אדרבה ברענג די פאפירן פין די ערשטע פסק,
די תביעה וועגן די בעלות איבער די הויז, האט נישט מיט דעם יעצטיגע קעיס, דארט איז טאקע געווען בני יואל דער אנגעקלאגעטער נאכדעם וואס זיי האבען נישט געוואלט קומען צו די''ת נאך הזמנות פין די תובעים (וואס איז גראדע נישט געווען קהל אין ק''י - ווייל דעמאלטס איז נאך אלעס געווען אינטער איין קערפערשאפט, טראץ וואס עס קען זיין אז ר' דוד האט דאן ציגעהאלפן)
ווען בני יואל האבען ווען אביסעל..... וואלטען זיי שוין לאנג געווען גרייט געווען זיך צו שטעלן צו די''ת, אין דארט וואלט בי''ד מכריע געווען א טענות אין צדדים אויף די עצם די''ת ווי אין נזקקין וכו'
דערווייל האלטען זיי אינמיטן א אפיעל פראצעדור 'קעגן קהל' אן קיין שום היתר בי''ד.....
אין צד מהרז''ל שעמט זיך נישט זיי אפיציעל צו בעקן (יעדער פארשטייט פארוואס ליידער)