היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ברעיקינג: היינט ב' וישלח, דוד עקשטיין פארלאנגט דין תורה!!!

ברעיקינג: היינט ב' וישלח, דוד עקשטיין פארלאנגט דין תורה!!!

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2726331
בלאט: 1 2

כלהנערים » 30/11/2009 22:15

דוד עקשטיין האט היינט צופרי געשיקט א שליח צו ר' זלמן לייב וואלדמאן, אז ער ווייסט נישט וואס מ'דרייט איבער א שטאט, ער איז נאך יעצט גרייט צו אינטערשרייבן שטרי ברורין לפמה"ד, ר' זלמן לייב וואלדמאן האט געענפערט אדרבה ואדרבה איך גיי שוין ארויס פון קאורט און די שטעלסט צוריק אונזערע געברויכן און מ'גיי מיר צום בי''ד! און וואס בי"ד וועט פסק'נען אזוי וועט זיין און שלום על ישראל!! נא נא נא זאגט עקשטיין אלעס בלייבט שוין יעצט ווי אזוי ס'איז, קודם דין תורה! ליצנות זאלסטו מאכן מיט א צווייטען האט ר' זלמן לייב געענפערט..   

ס'דערמאנט זיך די מעשה ראובן איז געקומען מיט א רעוואלווער צו שמעון'ס קאפ געב אהער מיין געלט זאגט שמעון הער אויס מיר זעמיר ביידע אידן לאמיר גיין צום בי"ד, מסכים זאגט ראובן מ'גיי מיר, זאגט שמעון נו אז מ'גיי מיר שוין צו בי"ד נעם שוין אראפ דעם רעוואלווער פון מיין קאפ, נא נא נא זאגט ראובן מיטן רעוואלווער וועלן מיר גיין צו בי"ד...  

גערעכטער1 » 30/11/2009 22:25

אזוי? רבי דוד עקשטיין וויל גיין צי דין תורה אין אויב דער בית דין וועט הייסן ציריק געבן די וואסער אין סוער (אפילו אויף ביזדערווייל) איז ער גרייט צי פאלגן, זאגט זלמן לייב ניין!!! קודם געה עס ציריק אין דערנאך וועלן מיר גיין צי דין תורה, נו ווער איז דער גיווינער אין ווער איז דער לוזער?, מיט וועמען סטראשעט דער טיפיש? גלייבט עם דען איינער אז ער וויל גיין צי דין תורה?   

עכטער_חסיד » 30/11/2009 22:27

וויאזוי האט דער רבי ז"ל בעל ברך משה געזאגט פאר דעם מסור עקשטיין?

דו רעדסט פון דין תורה, דו ביזט דאך א גוי!

פישמאן » 30/11/2009 22:35

 עקשטיין האלט ביים גיין צו דין תורה פארן האלטן אויף א שול אן קיין פערמיט און פארקויפן וויינען אן קיין לייסענס?

ער וואלט געוואלט גיין צו דין תורה איבער דעם בעלות פונעם הויז, וואס עקשטיין האט שוין תובע געווען בערכאות בלי רשות בית דין און פארלוירן,

יעצט וויל ער נאכאמאל דן זיין בדין תורה אויפן בעלות פון דעם רביצין'ס בית המדרש, זאגט די תורה הקדושה אז מען זאל זאל זיך מיט אים נישט מזדקק זיין,

והא ראיה דוד ווייסט אז ער האט נישט קיין רעכט תובע זיין לדין, ווייל ווען יא שיקט ער ווען הזמנה,

כלהנערים » 30/11/2009 22:53

איי עם סארי פארן שרייבן בקיצור, איך וועל עס יא זאגן באריכות, ס'איז דא א הלכה, מיט א גבר אלם גייט מען נישט צו דין תורה, גבר אלם מיינט נישט ווער ס'קען מאכן קראדי,
ווילאנג דוד עקשטיין לאזט נישט נאך זיין מעשה אלימות און שטעלט נישט אלעס צוריק בעפאר א בי"ד בישראל ערלויבט אים דאס צו טון, קען ער נישט פארלאנגען שטרי ברורין ס'האט נישט קיין שום האפט איז ער א גבר אלם,
 

עכטער_חסיד » 30/11/2009 23:13

מסור עקשטיין גורל ליגט יעצט אויפן וואגשאהל ביי די אהרונים

אויב וועט ער מצליח זיין מיטן הויז וועט ער בע"כ ווערן א היראו ביי די אהרונים, אויב וועט ער דורכפאלן (און ווער רעדט נאך אז דאס וועט זיין א מעכטיגער דורכפאל) קען ער זיך שוין זוכן א זיץ אין סאלקא ביהמ"ד

גערעכטער1 » 30/11/2009 23:14

נארישער זאלי (דאפעלטער לשון?) רבי דוד פארלאנגט פין ענק גארנישט, ער שטייט ב''ה זייער גיט, איר פארלאנגט ער זאל ענק געבן וואסער אין סוער זאגט ער איך געב נישט ווייל איך האב א טענה, ועל זה אנו דינין צי ער דארף דאס יא ציריק געבן צי נישט, זאגט איר אז איר ווילט נישט גיין צי דין תורה, נו וואס שרייט איר? מיט איינעם וואס וויל נישט גיין צי דין תורה איז דאך קלאר לכל הדיעות אז מע מעג גיין אין קארט איבערהויפט אז איר דאס אראן גיטראגן אין קארט איז דאך זיכער אז מעג ציריק ענטפערן,

ווער_איז » 30/11/2009 23:30

אויב איז אמת אז דוד דער מסור וויל גיין צי דין תורה וואס וויל ער פין זלמן לייב וואלדמאן זאל ער שיקן א הזמנה ווי יעדער ערליכע איד טיט אין פארטיק

ווער_איז » 30/11/2009 23:35

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 זאגט איר אז איר ווילט נישט גיין צי דין תורה, נו וואס שרייט איר? מיט איינעם וואס וויל נישט גיין צי דין תורה איז דאך קלאר לכל הדיעות אז מע מעג גיין אין קארט איבערהויפט אז איר דאס אראן גיטראגן אין קארט איז דאך זיכער אז מעג ציריק ענטפערן,


סאיז דא א צעטל פין א בי"ד בישראל וואס איז נתפרסם געווארן איבעראל נישט נאר אין עפעס א לעדעל וואס זאגט אנדערשט ווי דיר די ווילסט ברעג די אויך א צעטיל פין א בי"ד וואס זאגט אנדערשט יעצט האט עס נאר ר' זלמן לייב וואלדמאן אין נישט דער מסור דוד

ווער_איז » 30/11/2009 23:38

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דוד פארלאנגט פין ענק גארנישט, ער שטייט ב''ה זייער גיט, איר פארלאנגט ער זאל ענק געבן וואסער אין סוער זאגט ער איך געב נישט ווייל איך האב א טענה


זייט ווען מעג א איד צינעמען פין א צווייטען א זאך אין שרייען איך געב נישט צירוק נאר ווען די ריפסט מיך צי דין תורה

גערעכטער1 » 30/11/2009 23:47

כא כא כא, כא כא,  ווער האט זיי גיקרוינט א בית דין, ר' מאיר יודל טענענבוים וואס קען ווייניגער לערנען פין יוסי בראך, גייט ער מיר זאגן וואס צי טין?, נאכאמאל, רבי דוד וויל נישט גיין צי דין תורה ער קען נאר באשטיין, נאך וויפיל מאל וועט דאס ענק אראן אין קאפ, ער בעט גארנישט פין ענק, ער איז נישט גיגאנגען אין קארט איר זענט גיגאנגען אין מיס פארלוירן יעצט שרייט איר מסור, ביג דיל, רבי דוד לאכט זיך אויס פין ענק, האסטי גיהערט די קללות פין כ''ק אדמור מטשאד? וואס מיינט דער קורץ קעפיגער אז רבי דוד וועט זיך פין עם דערשרעקן? אדער שיקט איר א הזמנה אדער וועט דער מיטן שווארצן כאלאטל פאסקענען, אין איר זאלט צי קיינעם נישט האבן קיין טענות.

דיןתורה » 30/11/2009 23:50

זלמן לייב קען נישט איינטיילן פאר ר' דוד קיין תנאים, אז בי''ד וועט זאגען צירוקגעבן די וואסער ביז די פסק וועט מען ציריקגעבן אין אז נישט.....
אין אז בי''ד וועט זאגען אז דא איז בכלל שייך אין נזקקין דאן וועט בלייבן אלעס אזווי יעצט אין אז נישט וועט מען אנהייבן די די''ת
דאס קען אבער זלמן לייב נישט אפמאכען.

דאס דארף א בי''ד אפמאכען
ביי יעדע די''ת איז מען די ערשטע דן אויף די עצם די''ת אין די מהלך פין די די''ת
אזווי  אין ב''פ וואס מ'האט יעצט גענדיגט מיט די טענה'ן וויפיל טוענים ס'מעג  זיין.

סיי וויאזוי, ר' דוד האט שוין לאנג ציריק מכריז געווען ברבים אז ער איז גרייט צו גיין צו די''ת מ'קען עס הערן אויף 212-990-7350 דאס איז נישט קיין נייעס.

KJ » 1/12/2009 00:25

אויף דעם נאמבער הערט מען ווי ער איז מודה אז ער האט געוואוסט פון פריער אז מ'פלאנט צו פארברענען 35 אידישע מאמעס מיט זייערע פיצלעך ניי געבוירענע קינדער אין ילד שעשועים און עס שיין צוגעלאזט (אדער גאר ארגאניזירט), דאס איז דער תמצית פון די דרשה, ער איז מודה אז ער איז נישט נאר א נידערטרעכטיגער מסור נאר אויך א פשוט'ער קאלטבלוטיגער רוצח.

פישמאן » 1/12/2009 00:29

דין תורה- וועלכער בית דין רעדטסטו?

עס איז דא א בית דין וואס האט גערופן צו דין תורה בכלל?

דוד עקשטיין זאגט אז די רביצין ע"ה האט ער נישט געקענט רופן צו דין תורה צוליב איר כבוד, אבער יעצט ווער לאזט אים נישט רופן צו דין תורה?

די זאגסט אז זלמן לייב וואלדמאן קען אים נישט איינטילן וואסערע תנאים ער וויל גיין צו דין תורה ער מוז שוין גיין אן קיין באדינונגען,

זאגטשעט ווי זאל ער גיין, ווער רופט אים, פארוואס זאל ער גיין?

דוד עקשטיין קען נישט באצאלן 10 דולאר פאר הזמנה?

דיןתורה » 1/12/2009 00:32

KJ כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אויף דעם נאמבער הערט מען ווי ער איז מודה אז ער האט געוואוסט פון פריער אז מ'פלאנט צו פארברענען 35 אידישע מאמעס מיט זייערע פיצלעך ניי געבוירענע קינדער אין ילד שעשועים און עס שיין צוגעלאזט (אדער גאר ארגאניזירט), דאס איז דער תמצית פון די דרשה, ער איז מודה אז ער איז נישט נאר א נידערטרעכטיגער מסור נאר אויך א פשוט'ער קאלטבלוטיגער רוצח.


הער וואס ער זאגט נאכדעם וועסטו שוין הערן ווער איז דער רשע (סיי די אין סיי איך ווייסען סיי ווי ווער דער צינדער אין זיין משלח זענען אין ווי זיי באלאנגען היינט)

פישמאן » 1/12/2009 00:36

ווער דער צינדער איז געווען ווייס נישט די און נישט KJ אבער ווער סאיז געווען בתוך הענינים האט געזאגט ברבים פאר צוויי וואכן צוריק אז ער איז געווען אינוואלווד

און דער זעלבער האט אין זיין געשפרעך מיט מיילעך דייטש אפגעשמיסט אראפצוברעכן געיטס פון די רביצין'ס הויז און ער וועט זיכער מאכן אז די פאליס זאל נישט קומען,

אויף די ביידע זאכן איז דא טעיפס,

אויב די האסט אויך טעיפס אלס באווייז ווער סאיז געווען אינוואלווד אין טעראר אדרבה שטעל עס אהער, וירא הקהל וישפוט

אבער סתם פארקויפן מעשיות, דאס איז נישטט דער פלאץ, קענסט גיין צו כל העולם אדער צום בלאט אפיס,

KJ » 1/12/2009 00:40

אזוי ווי די ארונים האבן א הרגל צו ספינען און פארדרייען און מישן קוגלען אבי צו פארפארן פון די ענין, וועל איך מאכן אביסל א קורצע חזרה.

1) די דיון דא איז מיט קהל "בית יואל אלטא פיגא", נישט מיט מוסדות בני יואל, און אוודאי נישט מיט רז"ל אדער זיין קהילה, זיי האבן קיין שום רעכטן אדער ווארט איבער די הויז אדער קהילה.

2) בית יואל איז נישט מחוייב צו גיין צו קיין דין תורה:

   א) ווייל איינמאל די מוסרים והולכים בערכאות האבן עס אריינגעשלעפט אין געריכט איז די אפענע הלכה אין שו"ע אז "אין בי"ד נזקקין לו".
   ב) ווייל אז מ'האט צו טון מיט א גבר אלים מעג מען גיין בערכאות.
   ג) ווייל דער פירער זייערער דער אזויגערופענער "סבלן" האט שוין אנגעפיפן דין תורה עטליכע מאל, ביז ער האט געקרוינט איין בי"ד חשוב אלץ א בי"ד חצוף און גע'פסל'ט זייערע גיטין (דער קל שבקלים האט עובר געווען אויף חרם דרבינו תם) בלויז ווייל זיי האבן געהאט די "חוצפה" צו רופן "זיין" קהלה צו דין תורה.

3) קהל בית יואל איז גרייט לפנים משורת הדין צו יעדע צייט זיך שטעלן לדין תורה אויב וועט זיי דער גבר אלים רופן.

4) די גאנצע ערבוביא פארענטפערט נאכנישט פארוואס די אפיציעלע פארטרעטערס פון קהילת בערנאדא האבן געהאט א רעכט צו מזיק זיין די נכסים און אנמאכן גרויסע שאדענס פאר קהל בית יואל, זיי האבן נישט געהאט קיין רשות נישט פון בי"ד און נישט פון די געריכטן.

5) מיט וואס פארא רעכט זענען די נידעריגע פארשוינען געגאנגען און איינגעגעבן א גראבע "מסירה" רח"ל קעגן אנדערע אידן?? וואסערע שייכות האט דאס מיט יא דין תורה צו נישט דין תורה, מסירה איז געווען אין אלע דורות די נידעריגסטע ווי א איד האט זיך געקענט דערקייקלען, אין שו"ע שטייט אויף אזא עבירה "מורידין ולא מעלין".

הרבה יותר ממה שקריתי כתוב כאן, איך האב נאר געוואלט בקיצור איבער חזר'ן אפאר נקודות אויס צו גראדן די כסדר'דיגע ספין און דריידלעך וואס די כת המוסרים שרייבערלעך טוען דא כסדר אנפירקלען מיט שטותים און הבלים נאר צו פארדרייען דעם נושא און די אפענע פאקטן.

KJ » 1/12/2009 00:43

דיןתורה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אויף דעם נאמבער הערט מען ווי ער איז מודה אז ער האט געוואוסט פון פריער אז מ'פלאנט צו פארברענען 35 אידישע מאמעס מיט זייערע פיצלעך ניי געבוירענע קינדער אין ילד שעשועים און עס שיין צוגעלאזט (אדער גאר ארגאניזירט), דאס איז דער תמצית פון די דרשה, ער איז מודה אז ער איז נישט נאר א נידערטרעכטיגער מסור נאר אויך א פשוט'ער קאלטבלוטיגער רוצח.

הער וואס ער זאגט נאכדעם וועסטו שוין הערן ווער איז דער רשע (סיי די אין סיי איך ווייסען סיי ווי ווער דער צינדער אין זיין משלח זענען אין ווי זיי באלאנגען היינט)


דערווייל איז ער דער "איינציגסטער" וואס האט אן קיין בושה מודה געווען אז ער האט געהאט א האנט אין די מעשה רציחה ואכזריות פון פארברענען א קימפעטארן היים מיט איבער זיבעציג אומשולדיגע אידישע נפשות!!

ס'איז באמת פאר קיינעם נישט קיין חידוש, בפרט פאר איינעם וואס האט זיך געדרייט אין קרית יואל די לעצטע צוואנציג יאר.

דיןתורה » 1/12/2009 01:27

[quote]אזוי ווי די ארונים האבן א הרגל צו ספינען באגיס נישט די ארונים מיט ענקער שמיץ
 און פארדרייען און מישן קוגלען אבי צו פארפארן פון די ענין, וועל איך מאכן אביסל א קורצע חזרה.

1) די דיון דא איז מיט קהל "בית יואל אלטא פיגא", נישט מיט מוסדות בני יואל, און אוודאי נישט מיט רז"ל אדער זיין קהילה, זיי האבן קיין שום רעכטן אדער ווארט איבער די הויז אדער קהילה.
סוי ווער זענען די מתפללים פין בית יואל אין ווער באלאנגט ביי בני יואל?
רז''ל מיט זיין קהילה שטיצן עפענטליך שטארק די בני יואל, טראץ וואס זיי האבען געטרינקן די בלוט פין זיין טאטע ז''ל, וועלכע האט זיי ג'אסר'ט אינאיינעם מיט די גדולי הדור ז''ל.
בפרט שטיצט ער עפענטליך דער מסור דמתא, וועכלע אלע גדולי הדור האבען אינטערגשריבן אים (ווער עס קען זאל ביטע ברענגן א קאפיע פין די 2 בריווען)

2) בית יואל איז נישט מחוייב צו גיין צו קיין דין תורה: ווייל זיי קענען טוהן מיט די תורה וואס זיי ווילן ר''ל

   א) ווייל איינמאל די מוסרים והולכים בערכאות האבן עס אריינגעשלעפט אין געריכט איז די אפענע הלכה אין שו"ע אז "אין בי"ד נזקקין לו". ביי דעים קעיס זענען די בני יואל די קלעגער, סוי די זאגסט פשוט 'ליגענט'
   ב) ווייל אז מ'האט צו טון מיט א גבר אלים מעג מען גיין בערכאות. דאס קען דעמאלטס יעדער בע''ד אפמאכען? רוף אים צו א בי''ד אין בי''ד וועט זאגען אויב ער איז א גבר אלים.
   ג) ווייל דער פירער זייערער דער אזויגערופענער "סבלן" האט שוין אנגעפיפן דין תורה עטליכע מאל, ביז ער האט געקרוינט איין בי"ד חשוב אלץ א בי"ד חצוף און גע'פסל'ט זייערע גיטין (דער קל שבקלים האט עובר געווען אויף חרם דרבינו תם) בלויז ווייל זיי האבן געהאט די "חוצפה" צו רופן "זיין" קהלה צו דין תורה. אנגעפופן א בי''ד הייסט ווען מ'שרייבט אינטער ש''ב אין מ'פייפט זיך אן די פסק, אזווי ס'געווען לעצטענס מיט עפעס א מוסד אין ב''ב (כ'וויל נישט זאגען די נאמען ווייל יענער האט תשובה געטוהן נאך אסאך היץ)

3) קהל בית יואל איז גרייט לפנים משורת הדין צו יעדע צייט זיך שטעלן לדין תורה אויב וועט זיי דער גבר אלים רופן.
בית יואל איז דער 'תובע',

4) די גאנצע ערבוביא פארענטפערט נאכנישט פארוואס די אפיציעלע פארטרעטערס פון קהילת בערנאדא האבן געהאט א רעכט צו מזיק זיין די נכסים און אנמאכן גרויסע שאדענס פאר קהל בית יואל, זיי האבן נישט געהאט קיין רשות נישט פון בי"ד און נישט פון די געריכטן.
זיי טענה'ן אז ס'איז זייער'ס סוי קענען זיי טוהן דארט וואס זיי ווילן, אויב האלטען ענק אנדערש קענט עטס גיין צו א בי''ד זיך אויסטענהן אין אויב בלייבן גערעכט דאן דארף קהל באצאלען פאר די רעביצין'ס מענטשן אלע שאדענס

5) מיט וואס פארא רעכט זענען די נידעריגע פארשוינען געגאנגען און איינגעגעבן א גראבע "מסירה" רח"ל קעגן אנדערע אידן?? וואסערע שייכות האט דאס מיט יא דין תורה צו נישט דין תורה, מסירה איז געווען אין אלע דורות די נידעריגסטע ווי א איד האט זיך געקענט דערקייקלען, אין שו"ע שטייט אויף אזא עבירה "מורידין ולא מעלין".
הער אויס ר' דוד'ס דרשה 212-990-7350,
ביטע ענטפר די אשכול פאר די רעדסט פין קאנטעמפט
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2726210&forum_id=21016

הרבה יותר ממה שקריתי כתוב כאן, איך האב נאר געוואלט בקיצור איבער חזר'ן אפאר נקודות אויס צו גראדן די כסדר'דיגע ספין און דריידלעך וואס די כת המוסרים שרייבערלעך טוען דא כסדר אנפירקלען מיט שטותים און הבלים נאר צו פארדרייען דעם נושא און די אפענע פאקטן.
ווער פארדרייט אפענע פאקטען, ווער זענען מוסרים?

דיןתורה » 1/12/2009 01:29

KJ כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אויף דעם נאמבער הערט מען ווי ער איז מודה אז ער האט געוואוסט פון פריער אז מ'פלאנט צו פארברענען 35 אידישע מאמעס מיט זייערע פיצלעך ניי געבוירענע קינדער אין ילד שעשועים און עס שיין צוגעלאזט (אדער גאר ארגאניזירט), דאס איז דער תמצית פון די דרשה, ער איז מודה אז ער איז נישט נאר א נידערטרעכטיגער מסור נאר אויך א פשוט'ער קאלטבלוטיגער רוצח.

הער וואס ער זאגט נאכדעם וועסטו שוין הערן ווער איז דער רשע (סיי די אין סיי איך ווייסען סיי ווי ווער דער צינדער אין זיין משלח זענען אין ווי זיי באלאנגען היינט)


דערווייל איז ער דער "איינציגסטער" וואס האט אן קיין בושה מודה געווען אז ער האט געהאט א האנט אין די מעשה רציחה ואכזריות פון פארברענען א קימפעטארן היים מיט איבער זיבעציג אומשולדיגע אידישע נפשות!!

ס'איז באמת פאר קיינעם נישט קיין חידוש, בפרט פאר איינעם וואס האט זיך געדרייט אין קרית יואל די לעצטע צוואנציג יאר.


ער האט פאציילט פאקטען וואס יעדער האט אלס געוויסט, ער האט נאר ציגעלייגט איין פוינט, אז ער האט אויך פראבירט צו שתדלן ביי ענקער (פאקטישער) מנהיג עס אפצושטעלן.

פישמאן » 1/12/2009 03:45

איך האב גרויס נייעס פאר דיר, נישט יעדער האט געוויסט אז די הויכע פענסטערס זענען געשטאנען אונטער דעם מאסן רציחה פון פאברענען צענדליגער יולדת מיט זייער פיצלעך קינדער,

איך האב אלס געמיינט אז א פאר היציגע בחורים פון ישיבה זענען געגאנגען אינמיטן די נאכט אן קיין ארדער פון די הייעך, נאר צוליב זייער ליידיגייען אן היציגקייט,

איך האב נישט געחלומ'ט אז א טאטע פון קינדער אפגערעדט פון אידן וואס רופן זיך עוסקים בצרכי ציבור זאלן זיין עלול אין פלאנירן דעם רציחה,

איך בין יא שאקירט אז דוד עקשטיין האט דאס פארציילט ברבים אז דאס איז געווען אויספלאנירט, ער זאגט נאר אז נאך אנדערע זענען אויך געווען פארמישט, וואס מאכט לכאורה נישט אויס קיין סאך,

אבער דיין סטעיטמענט "ער האט פאציילט פאקטען וואס יעדער האט אלס געוויסט" איז אביסל שאקינג פאר מיר, קען זיין אז יעדער אין דיין פארטיי איז באוואוסט אין די זאכן אבער אנדערע אידן זענען יא געווען סורפרייזט,



סעננדר » 1/12/2009 04:12

די ארונים האבן א שיטה מ'טאר נישט בלייבן שטיל נאר אפענטפערן..  צו די ענטפער שטימט מיטן מציאות צו ס'איז א סתירה מיט דאקומענטן צו ס'איז בכלל לאגיש גערעדט, דער עיקר איז, נישט בלייבן שטיל.. זיי רעדן צאם אזופיל שטיסים במשך די תירוצים אז ווען מ'וויל זיי ענטפערן ווייסט מען נישט ביי וועלעכע שקר אנצוהייבן און ביי וועלעכע דמיון צו ענדיגן,  און אז מ'ענפערט נישט איז יענער גערעכט..

למשל ביי די פרשה פון בית יואל, אויף קיין איינס פון זייערע פאקטן איז נישט דא צו באקומען א דאקומענט וואס זאל עס באשטעטיגן. 


וואס הערט מען יא פון זיי, בני יואל מורה הוראה זענען עמי הארצים די דאקומענטן פון בית צדיקים יעמוד איז פאלטש.. יא זייער גרינג צו זאגן ווען עטס קענטס נישט ברענגן איין דאקומענט וואס זאל עס סותר זיין, ר' לייביש לעפקאוויטש'ס חתימה איז א נאכגעמאכטע, איי דער דשאדש האט ארויסגעווארפן דעי שקר אדרבה ברענג א באשטעטיגונג פון עני לאבערטאריע אזוי ווי מ'האט געטון ביי מיטלע רבין'ס בריוו..  ניין! מ'פרעגט נישט קיין קשיות ס'איז א פאלטשער בריוו און ווער ס'גלייבט נישט קען זיך גיין צו די זאלונים.. דא גלייבט מען...

נזקקין, גבר אלם, וכו' פון דעם קענען די ארוני'שע היידפארק שרייבער חוזק מאכן, פארוואס הערט מען נישט פון זייערע מורי הוראה, צו א בריוו אדער בעל פה לאמיר הערן צו זיי האלטן אויך אז ס'איז א עם הארצות?

א קשיא איז טרייף!!





סקאטמאלען » 1/12/2009 04:16

KJ כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אזוי ווי די ארונים האבן א הרגל צו ספינען און פארדרייען און מישן קוגלען אבי צו פארפארן פון די ענין, וועל איך מאכן אביסל א קורצע חזרה.

1) די דיון דא איז מיט קהל "בית יואל אלטא פיגא", נישט מיט מוסדות בני יואל, און אוודאי נישט מיט רז"ל אדער זיין קהילה, זיי האבן קיין שום רעכטן אדער ווארט איבער די הויז אדער קהילה.

2) בית יואל איז נישט מחוייב צו גיין צו קיין דין תורה:

   א) ווייל איינמאל די מוסרים והולכים בערכאות האבן עס אריינגעשלעפט אין געריכט איז די אפענע הלכה אין שו"ע אז "אין בי"ד נזקקין לו".
   ב) ווייל אז מ'האט צו טון מיט א גבר אלים מעג מען גיין בערכאות.
   ג) ווייל דער פירער זייערער דער אזויגערופענער "סבלן" האט שוין אנגעפיפן דין תורה עטליכע מאל, ביז ער האט געקרוינט איין בי"ד חשוב אלץ א בי"ד חצוף און גע'פסל'ט זייערע גיטין (דער קל שבקלים האט עובר געווען אויף חרם דרבינו תם) בלויז ווייל זיי האבן געהאט די "חוצפה" צו רופן "זיין" קהלה צו דין תורה.

3) קהל בית יואל איז גרייט לפנים משורת הדין צו יעדע צייט זיך שטעלן לדין תורה אויב וועט זיי דער גבר אלים רופן.

4) די גאנצע ערבוביא פארענטפערט נאכנישט פארוואס די אפיציעלע פארטרעטערס פון קהילת בערנאדא האבן געהאט א רעכט צו מזיק זיין די נכסים און אנמאכן גרויסע שאדענס פאר קהל בית יואל, זיי האבן נישט געהאט קיין רשות נישט פון בי"ד און נישט פון די געריכטן.

5) מיט וואס פארא רעכט זענען די נידעריגע פארשוינען געגאנגען און איינגעגעבן א גראבע "מסירה" רח"ל קעגן אנדערע אידן?? וואסערע שייכות האט דאס מיט יא דין תורה צו נישט דין תורה, מסירה איז געווען אין אלע דורות די נידעריגסטע ווי א איד האט זיך געקענט דערקייקלען, אין שו"ע שטייט אויף אזא עבירה "מורידין ולא מעלין".

הרבה יותר ממה שקריתי כתוב כאן, איך האב נאר געוואלט בקיצור איבער חזר'ן אפאר נקודות אויס צו גראדן די כסדר'דיגע ספין און דריידלעך וואס די כת המוסרים שרייבערלעך טוען דא כסדר אנפירקלען מיט שטותים און הבלים נאר צו פארדרייען דעם נושא און די אפענע פאקטן.


רבוש"ע! וויזוי קען ער ענק רופן צי די"ת בעת עטס האלטס אין איין שרייען אז אין נזקקין

אין אנדערע ווערטער איז אזוי: דער דוד עקשטיין האט דא געהאט א גרויסע דילעמא צו די"ת קען ער ענק נישט רופן ווייל עטס שרייטס דאך אז אין נזקקין, צו קארט האט ער אויך נישט געוואלט, ער האט דאך נישט געוואלט טאן די שמוץ, וואס טוט א קלוגער איד מיט אזעלעכע בטלנים ווי ענק, מ'געט זיך איין עצה, מ'שנייט אפ די סוער און מ'דרייט איבער די דילעמא אויף ענק, זאלט עטס זיין די וואס זאלן זיך ברעכן קאפ צו די"ת אדער קארט.

אין דער פלאן ארבעט ווי א זייגער! די בית יואל האבן זיך געלאזט אריינכאפן אין פאסטקע, גייען ווי נארנים אין קארט אריין, דוד עקשטיין שטייט גרייט מיט זיינע קאנטער קלעימס, געווינט זיי אלע, בלייבט מיט די בעיסמענט און דאך, און ענקער שול איז דערקלערט אלס אומלעגאל, און ער האט אלע תריצום עס צו אינפארסירן ווייל עטס זענט דאך די וואס זענען אריין בערכאות.

איך זאג ענק אזא קלוגער איד ווי דוד עקשטיין האב איך נישט געזען.

PARRKIST » 1/12/2009 04:20

פישמאן, האסט עכט געמיינט אז א פאר היציגע בחורים האבן אונטערגעצינדן דעם ילד פאר ליידיגע היציגקייט?
מיר האט מען דאך אייביג געזאגט אז יאסל וואלדמאן האט עס אונטערגעצינדן.....

און ווי סענדער פירט אויס א קשיא איז טרייף!!!

פאולוויניק » 1/12/2009 05:01

סקאט - "איך זאג ענק אזא קלוגער איד ווי דוד עקשטיין האב איך נישט געזען"

איך האב גראדע יא געזעהן אזא קלוגער איד, ער הייסט ר' אהרן טייטלבוים

אין די היסטארי האט געוויזן אז זיי האבן נאך אין זייער לעבן נישט געווינען קיין קאורט, אפילו זיי האבן שוין געהאט קורצע געווינסן אויף חיי שעה אבער למעשה האבן זיי נאך קיינמאל נישט געווינען קיין קאורט,

נישט מיט די רביצין'ס הויז נישט מיט יוסל וואלדמאן נישט מיט חרדים נישט מיט אלטר משה נישט מיט ר' אהרן'ס טאטע אין פעמילי קאורט און נישט מיט זיין ברודער,

סקאט -
רבוש"ע! וויזוי קען ער ענק רופן צי די"ת בעת עטס האלטס אין איין שרייען אז אין נזקקין

און דאס נישט שיקן קיין הזמנה לדין ווייל יענער האט אן ענפער איז זייער א שוואכער תשובה, יעדער איד וואס מען רופט צו די"ת האט וואס צו ענפערן - און דער בית דין האט די ברירה צו באשליסן צו זיי נעמען אן דעם ענפער, און אויב דער בית דין האלט אז יענער האט נישט קיין טענה זיך משתמט זיין געבן זיי ארויס א סירוב,

עס זעהט מיר אויס אז דער דילעמא וואס דוד עקשטיין האט געהאט אז קיין איין בית דין האט אים נישט געוואלט געבן קיין הזמנה - עס קען זיין זיי ווייסן נישט דעם חומר העון וואס בית יואל האט עובר געווען, אדער קען זיין בית דין ווייסט אז דא איז דא אין נזקקין,

איך האלט אז דוד זאל גיין צו אן אומפארטייאישען בית דין און ארויסברענגען דעם הארבקייט פון עובר זיין אויף ריכטער אועןס פסק פון דאווענען אין א שול אן א פערמיט, און יעדער בית דין וועט תיכף שיקן הזמנה מיט אן עיקול מיט התראת בית דין אויך,


סעננדר » 1/12/2009 05:16

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אזוי ווי די ארונים האבן א הרגל צו ספינען און פארדרייען און מישן קוגלען אבי צו פארפארן פון די ענין, וועל איך מאכן אביסל א קורצע חזרה.

1) די דיון דא איז מיט קהל "בית יואל אלטא פיגא", נישט מיט מוסדות בני יואל, און אוודאי נישט מיט רז"ל אדער זיין קהילה, זיי האבן קיין שום רעכטן אדער ווארט איבער די הויז אדער קהילה.

2) בית יואל איז נישט מחוייב צו גיין צו קיין דין תורה:

   א) ווייל איינמאל די מוסרים והולכים בערכאות האבן עס אריינגעשלעפט אין געריכט איז די אפענע הלכה אין שו"ע אז "אין בי"ד נזקקין לו".
   ב) ווייל אז מ'האט צו טון מיט א גבר אלים מעג מען גיין בערכאות.
   ג) ווייל דער פירער זייערער דער אזויגערופענער "סבלן" האט שוין אנגעפיפן דין תורה עטליכע מאל, ביז ער האט געקרוינט איין בי"ד חשוב אלץ א בי"ד חצוף און גע'פסל'ט זייערע גיטין (דער קל שבקלים האט עובר געווען אויף חרם דרבינו תם) בלויז ווייל זיי האבן געהאט די "חוצפה" צו רופן "זיין" קהלה צו דין תורה.

3) קהל בית יואל איז גרייט לפנים משורת הדין צו יעדע צייט זיך שטעלן לדין תורה אויב וועט זיי דער גבר אלים רופן.

4) די גאנצע ערבוביא פארענטפערט נאכנישט פארוואס די אפיציעלע פארטרעטערס פון קהילת בערנאדא האבן געהאט א רעכט צו מזיק זיין די נכסים און אנמאכן גרויסע שאדענס פאר קהל בית יואל, זיי האבן נישט געהאט קיין רשות נישט פון בי"ד און נישט פון די געריכטן.

5) מיט וואס פארא רעכט זענען די נידעריגע פארשוינען געגאנגען און איינגעגעבן א גראבע "מסירה" רח"ל קעגן אנדערע אידן?? וואסערע שייכות האט דאס מיט יא דין תורה צו נישט דין תורה, מסירה איז געווען אין אלע דורות די נידעריגסטע ווי א איד האט זיך געקענט דערקייקלען, אין שו"ע שטייט אויף אזא עבירה "מורידין ולא מעלין".

הרבה יותר ממה שקריתי כתוב כאן, איך האב נאר געוואלט בקיצור איבער חזר'ן אפאר נקודות אויס צו גראדן די כסדר'דיגע ספין און דריידלעך וואס די כת המוסרים שרייבערלעך טוען דא כסדר אנפירקלען מיט שטותים און הבלים נאר צו פארדרייען דעם נושא און די אפענע פאקטן.

רבוש"ע! וויזוי קען ער ענק רופן צי די"ת בעת עטס האלטס אין איין שרייען אז אין נזקקין

אין אנדערע ווערטער איז אזוי: דער דוד עקשטיין האט דא געהאט א גרויסע דילעמא צו די"ת קען ער ענק נישט רופן ווייל עטס שרייטס דאך אז אין נזקקין, צו קארט האט ער אויך נישט געוואלט, ער האט דאך נישט געוואלט טאן די שמוץ, וואס טוט א קלוגער איד מיט אזעלעכע בטלנים ווי ענק, מ'געט זיך איין עצה, מ'שנייט אפ די סוער און מ'דרייט איבער די דילעמא אויף ענק, זאלט עטס זיין די וואס זאלן זיך ברעכן קאפ צו די"ת אדער קארט.

אין דער פלאן ארבעט ווי א זייגער! די בית יואל האבן זיך געלאזט אריינכאפן אין פאסטקע, גייען ווי נארנים אין קארט אריין, דוד עקשטיין שטייט גרייט מיט זיינע קאנטער קלעימס, געווינט זיי אלע, בלייבט מיט די בעיסמענט און דאך, און ענקער שול איז דערקלערט אלס אומלעגאל, און ער האט אלע תריצום עס צו אינפארסירן ווייל עטס זענט דאך די וואס זענען אריין בערכאות.

איך זאג ענק אזא קלוגער איד ווי דוד עקשטיין האב איך נישט געזען.

 אונז שריי מיר "נישט" אין נזקקין, אונזערע דיינים זאגן דאס!, וואס זאגן ענקערע דיינים......?
דו שרייבסט מ'גיבט זיך א עצה, ווער איז די מ' ס'איז דאך דא א תורה רבוש"ע?
דו בארימסט דוד עקשטיין'ס חכמהֱ, אונז בארים מיר עס נאך פיל מער......

דיןתורה » 1/12/2009 17:28

כ'ווייס אין שו''ע שטייט אז מ'טאר נישט גיין אין ערכעות, אין ענקערע 'דיינים' האבען ארויסגעריסען דעם סיעף אין שרייען אויפן נתבע 'מסור'

אגב, ר' דוד האט אפגעהאקט די וואסער ווייל ער האלט אז עס באלאנגט פאר קהל, אז די האסט סיי וועלכע טענה קעסטו אים רופן צו די''ת.

פישמאן » 1/12/2009 17:49

ערכעות - וואס מיינט דאס?
די ביסט נאך אין חדר? קענסט נאכנישט ספעלן?
איך האב געמיינט אז די ביסט שוין אין מתיבתא

דיןתורה » 1/12/2009 18:04

א הולך בערכעות מיינט דאס וואס בני יואל האט געטוהן, ווען זיי האבען געקלאגט קהל אין ק''י ביי א גוישע ריכטער,
פאשטייסט?

ווער_איז » 1/12/2009 18:30

מר' חלה דעקעל סאיז דא פסק פין בי"ד פארקערט

אז די ווילסט ברעג די אויך א פסק פין א בי"ד פארשטייסט מר' חלה דעקעלע

סעננדר » 1/12/2009 18:36

דיןתורה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
כ'ווייס אין שו''ע שטייט אז מ'טאר נישט גיין אין ערכעות, אין ענקערע 'דיינים' האבען ארויסגעריסען דעם סיעף אין שרייען אויפן נתבע 'מסור'

אגב, ר' דוד האט אפגעהאקט די וואסער ווייל ער האלט אז עס באלאנגט פאר קהל, אז די האסט סיי וועלכע טענה קעסטו אים רופן צו די''ת.

וואס און שולחן ערוך שטייט און ווער ס'רייסט סעיפים וויל איך הערן פון ענקערע 'דיינים' נישט פון דיין מח קטן.

 די וואסער קומט פון די ווילידש, פון קהל בעטן זיי נישט קיין געלט, אויב די ווילידש וויל געלט פון בית יואל קענען זיי שיקן וואסער ביל'ס, און פארוואזשע האט מען אפגעהאקט די לעקטער וואס בית יואל צאלט ערליך זייערע ביל'ס פאר או ענד אר??  

דיןתורה » 1/12/2009 18:55

קהל טענה'ט אז פינקט ווי זיי האבען די רעכט אפצושפארען די וואסער פין די סינק קעגן היכל רז''ב קענען זיי אפשפארען די וואסער פין די רעביצין'ס הויז, וואס איז זייער'ס זינט זיי האבען עס געבויט (לפי טענותם)

קהל טענה'ט אז עס באלאנגט פאר קהל, סוי הערט אויף צו צאלען די ביללס אין קימט אריבער צו קהל אין זייט מקיים והשיב את הגזילה, אין קהל זאל קענען דארט אויפבויען א אייגענע ביהמ''ד.
אויב ווילן ענק נשיט טוען אזוי מאזיהו סיבה שהוא, קענט איר רופן קהל צו די''ת.

סעננדר » 1/12/2009 19:13

ווען בי"ד וועט פסק'נען אז די הויז גיהערט פאר קהל, קענען זיי אפשפארן די וואסער אזוי ווי די סינק פון קעגן היכל רז"ב!! וואס גיהערט פאר קהל,

אויב ענק טוען נישט אזוי מאיזה סיבה שהוא, קענט איר רופן קהל צו די"ת.

אונז האב מיר באקומען דעי הויז מיט א שטר מתנה פון די ראשי הקהלה וטובי העיר וואס האבן אגב אויך געבויט דאס הויז, (נישט מסור עקשטיין מיט וויינשטאק האבן עס געבויט), סא אינז האב מיר נישט קיין שום תביעה צו קהל פארוואס צו רופן צו די"ת, אויב קהל האט א תביעה זאלן זיי שיקן א הזמנה נישט האקן לעקטער מיט וואסער.




תוקן על ידי סעננדר ב- 01/12/2009 19:16:54

ווער_איז » 1/12/2009 19:35

זאג נאר די פלאנסט צי געווינען דעם חלה דעקעלע?

פישמאן » 1/12/2009 19:42

דין תורה וועט דיין מגיד שיעור לאזט דיך ארויס פאר לאונטש, פליז זיי מסביר דעם עולם דא וואס די זאגסט,

אויב איינער וואוינט אין א הויז 30 יאר און א שכן באשליסט אז על פי זיין דעת תורה באלאנגט דאס הויז פאר אים, קען ער אים אפשפארן וואסער סוער אין לעקטער, און זאגן אין געריכט אז זיין דירה איז נישט אויסגעהאלטן לויט די ווילידש קאודס, און דערנאך בעטן דער קאורט זאל אים איינשפארן פאר דעם עבירה,

און אויב דער בעל הבית וואס וואוינט דארט 30 יאר האט עפעס טענות זאל ער אים רופן צו דין תורה,

סקוקט אויס גאנץ א לאגישע טענה, און סקאט מאלאן וועט מסתם זאגן אזא חכם ווי דוד עקשטיין איז נישט בנמצא וואס קען אויפטרעפן אזאלעכע איינפעלער,

נאכאמאל: נישט עקשטיין און נישט טייטלבוים האבן גערופן די רביצין אדער אירע מענטשען צו דין תורה די לעצטע דרייסיג יאר בנוגע דעם הויז, אבער אין קאורט האבן זיי יא גערופן און פארלוירן,
און יעצט זאגט עקשטיין איך גיי דיך טעראריזירן מיט וואס איך קען און אויב די האסט טענות רוף מיך צו דין תורה,

ענפער איין קליינע פראגע פארוואס רופט נישט עקשטיין צו דין תורה, שוין דרייסיג יאר וואס ער האלט ער האט א טענה, ער האט נישט קיין צען טולער פאר הזמנה?

גערעכטער1 » 1/12/2009 20:04

יא, ווען א מענטש האלט אז יענער האט זיינס א חפץ מעג ער דאס צינעמען אין אויב גלייבסטי נישט קיק נאך אין חושן משפט סימן ד' סעיף א', אין אויב די האלסט אז יענער איז נישט גירעכט קענסטי עם ריפן צי דין תורה, דאס איז זייער פשוט, אין אויב גייסטי אין קארט ביסטי א מרים יד בתורת משה ונקרא רשע, אלזא די שליסעלע צים תפיסה איז אין אייערע הענטעלעך, בכלל זלמן לייב וואלדמאן מיט יאנקל טארעך וואוינען נישט דארט 30 יאר דארט האט גיוואוינט די רעבעצין אין זייט איר פטירה האט קהל מוחה גיווען, אויב האלסטי אז קהל איז נישט גירעכט גיב נאר אביסעלע טינט פאר א הזמאנעלע אין זאל א בית דין כשר בישראל מחליט זיין ווער סאיז גירעכט, יעדער פארשטייט אז איר האט מורה פין דין תורה ווייל ענקער גניבה וועט נתגלה ווערן, אבער איר האט נישט קיין ברירה ווייל אין ערכאות האט איר פארלוירן ביג טיים אין רבי דוד זאגט דאך אז ער איז גרייט צי גיין מיט ענק צי דין תורה לפנים משורת הדין, ער האט ענק גיט גיקארנערט, איר זעינט די הולכי לערכאות אין נאך דערצי פארלוירן, רבי דוד שטייט אין שמייכעלט, נאר א זבל''א קען ענק נאך העלפן, ווייל ענקערע קללות אין סטראשעס איז גארנישט ווערט, אויב קענט איר אראפ שטעלן רבי אברהם ווידער וואלט איר דאס שוין לאנג געטין, איר קענט נאר נישט, סא הערט אויף צי סטראשן, אפשר פרובירט איר ביי מעיאר שווימער אדער ביי X מעיאר באנדא אין פאלאקס לאט, פראבירט אין אויב גייט עס נישט, קימט צי דין תורה, 

סעננדר » 1/12/2009 20:23

געלעכטער1 ס'איז געווען א שיינע דעבאטע ביז דו ביסט אנגעקומען, צו קינדערישע שרייבער האב איך נישט יעצט קיין צייט. 

moishe12 » 1/12/2009 20:31

איך גיי איבער פרעגען מיין קשיא צום לעצטען מאל איך בעט דעם גאנצען עולם אויב קומען נישט די 3 אהרונים אויף מיט א ענטפער ווי נארמאל זאל מען ביטע פשוט אויפהערען זיי צי ענטפערען
ווער האט לכתחילה געהאט טענות אויף די רעבעציס דירה
ווער איז געגאנגען אן קארט אן א היתר צים ערשטן מאל ( נישט פארן דאך אדער ער קאנדשען)
צים גאנץ ערשטע מאל
מיר האבען שוין א קונטרס ארויס מיט אלע פאקטען
 די שקרנים העולמי דערווייל נאכנישט דאס מיינט אז זיי ווייסען  גוט דעם אמת
 אבער זיי שרייען ווי אייביג דין תורה ווען אין פאקט איז עס נאך א טריק צי שטיפען צייט (מען קען זען אין בארא פארק איבער ווי אזוי זיי טאנען זיך ארים)

איז די דריי ידען ר יואליש ר מאיר יודא ר משה בער נישט קיין בי"ד כשר?  פארוואס נישט?
ווי שטייט אין וועלכע שולחן ערוך די הלכות פין א בי"ד אין וואס האט עטץ געזען איינעם פין די 3 עובר זיין
פארוואס האט קהל געמעגט אפהאקען די וואסער אין לעקטער אן רשות פין א בי"ד
ביטע. גערעכטער. דין תורה . סקאט מאלען .ענטפערען נאר מיט פאקטען נישט מיט אייגענע בויך  סברות

גערעכטער1 » 1/12/2009 20:56

סעננדר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
געלעכטער1 ס'איז געווען א שיינע דעבאטע ביז דו ביסט אנגעקומען, צו קינדערישע שרייבער האב איך נישט יעצט קיין צייט. 


סענדער, איך ענטפער אויך אזוי ווען איך האב נישט קאן נורמאלן ענטפער. (וואס איז זייער זייער זעלטן). 

כלהנערים » 1/12/2009 21:02

פאר דיר האט קיינער קיינמאל קיין נארמאלע ענטפער פשוט ווייל, ענה כסיל כאוולתו, ווי נארמאל קען שוין זיין די ענטפער וואס מ'ענפערט דיר.....

גערעכטער1 » 1/12/2009 21:24

א קיי, לאמיר פרובירן נאך איינמאל.

איך גיי איבער פרעגען מיין קשיא צום לעצטען מאל איך בעט דעם גאנצען עולם אויב קומען נישט די 3 אהרונים אויף מיט א ענטפער ווי נארמאל זאל מען ביטע פשוט אויפהערען זיי צי ענטפערען
ווער האט לכתחילה געהאט טענות אויף די רעבעציס דירה
ר' יאנקל הערש שענפעלד
ווער איז געגאנגען אן קארט אן א היתר צים ערשטן מאל ( נישט פארן דאך אדער ער קאנדשען)
צים גאנץ ערשטע מאל
ר' יאנקל הערש מיט א היתר פינעם ראב''ד ר' ישראל חיים מנשה
מיר האבען שוין א קונטרס ארויס מיט אלע פאקטען
 די שקרנים העולמי דערווייל נאכנישט דאס מיינט אז זיי ווייסען  גוט דעם אמת
דע קינטרס רעד בכלל נישט פינעם יעצטיגן קעיס, סי רעד נאר פין עפעס אלטע היסטארי וואס קיינער איז נישט אינטרעסירט אין איז בכלל נישט נוגע צים יעצטיגן קעיס.
 אבער זיי שרייען ווי אייביג דין תורה ווען אין פאקט איז עס נאך א טריק צי שטיפען צייט (מען קען זען אין בארא פארק איבער ווי אזוי זיי טאנען זיך ארים)
רבי דוד עקשטיין איז אוחז ביד, ער איז נישט תובע גארנישט, (גלייבסט נישט? פרעג דעם דשאדש), אויב האלסטי אז רבי דוד איז נישט גירעכט אין האסט עפעס א תביעה (אזוי וי די האסט תובע גיווען אין קארט) שיק א הזמנה, אין לאמיר זען אויב ער וועט נישט וועלן גיין, ביז דעמאלטץ האט רבי דוד א חזקת כשרות אין איר זענט רשעים והולכי לערכאות,  
איז די דריי ידען ר יואליש ר מאיר יודא ר משה בער נישט קיין בי"ד כשר?  פארוואס נישט?
זיי זענען פינקט אזא בית דין ווי דער לאשוונאצער, בראדער אין זענטער, אדער בעסער גיזאגט ווי סקאטמאלען,דין תורה אין גערעכטער, אין בכלל א בית דין איז נאר מחייב צי ענטפערן אויב מע שיקט א הזמנה אין מע שראבט אינטער שטרי ברירין, אויב זאגן זיי נאר א מיינונג, איז פינקט אזוי פיל ווערט ווי מאיר יודלס קללות זינטיג באנאכט,  
ווי שטייט אין וועלכע שולחן ערוך די הלכות פין א בי"ד אין וואס האט עטץ געזען איינעם פין די 3 עובר זיין
מע דארף נישט עובר זיין אויף גארנישט, זייערע נארישע סברות איז קיינעם נישט מחייב, אפשר איז אשת חיל אויך אסור?
פארוואס האט קהל געמעגט אפהאקען די וואסער אין לעקטער אן רשות פין א בי"ד
ווייל סאיז אינזער, איר האט דאס בגניבה אין אויב האלט איר אנדערשט ריפט צי דין תורה.
ביטע. גערעכטער. דין תורה . סקאט מאלען .ענטפערען נאר מיט פאקטען נישט מיט אייגענע בויך  סברות
דאס אלעס איז קלארע אמעתע פאקטן אין קיין מארגענשטערן טענענבוים קויפמאן בויך סברות.








כלהנערים » 1/12/2009 21:32

בעל דמיון אחד אינו דוחה שלשה עשר דאקומענטן
עם הארץ אחד אינו דוחה שלשה מורי הוראה

סעננדר » 1/12/2009 21:38

הג"ה, גם רויטע טינט אינו דוחה שווארצע טינט...

פישמאן » 1/12/2009 21:42

דער סך הכל פון עקשטיין'ס תירוצים זענען ער האט א טענה אויפן הויז פון די רביצין אז דאס באלאנגט פאר קהל דעריבער איז ער בארעכטיגט צו טיען אלע שייגעץ שטיק אפילו מסירות ומשלינות,

גערעכטער דין תורה סקאטמאלען האבן אלע געפסק'נט פה אחד אז על פי הלכה עביד איניש דינא לנפשיה אפשפארן א שכן'ס יוטיליטיס און מסר'ן אז ער האט אומלגעאלע געשפעטן דארט, און אז ער ניצט די דירה נישט לויט חוקי הווילידש, וכדו' אלעס ווייל ער האלט די דירה באלאנגט פאר אים,

עס איז גאנץ א שיינער פשעטל, אבער איז דער דיון איבער בעלות פון דעם הויז נאכנישט געווען בבית משפט?

זענט איר נישט געגאנגען תובע זיין דאס הויז בערכאות - נישט קיין חילוק צו דער אינטרשרייבער האט געהייסן עקשטיין אדער שענפעלד, עקשטיין האט עדות געזאגט אין געריכט אז ער איז געווען דער וואס איז געשטאנטען אינטער די תביעה פון די רביצין,

פארוואס זאל מען זיך בכלל מעגן מזדקק זיין מיט אזא הולך בערכאות בלי רשות בית דין, און נאכדערצו נאכדעם וואס דעם דיון פארוועס דעס הויז באלאנגט האט איר דאך שוין פארלוירן אין קאורט, וויאזוי ווילסטו יעצט זאגן אז די ווילסט גיין צו דין תורה אויפן הויז,

און אויב איז יא דא א היתר אין טאש אדער אין לעדעל כאטשיק פון א מליחה ואילך פעיראל דיין שטעל עס ארויס פאר'ן ציבור,

גערעכטער1 » 1/12/2009 21:52

דער זעלבער קארט וואס די פאריפסט דיך אז סי באלאנגט פאר דיר זאגט קלאר אז די קענסט דארט קיין בית המדרש נישט האבן, סא, האסט נישט קיין ברירה, אדער גייסטי צי דין תורה,  אדער שפארסטי דאס אפ, אבער איין זאך איז קלאר אז דער אלטער קעיס האט גארנישט ציטין מיטן נייעם קעיס, אויב האסטי נישט וואס נורמאלס צי ענטפערן קענסטי ענטפערן אופן פערדישן שפראך ווי כל הנערים אין סענדער.

פישמאן » 1/12/2009 22:10

ניין ביזט נישט גערעכט איך האב אסאך ברירות,

די ערשטע ברירה אויב וויל דער ווילידש נישט געבן קיין פערמיט פאר א שול,

וועט מען עס מאכן צוריק פאר א דירה, ווי דער סאטאמר רבי שליט"א מהרי"י וועט האבן זיין ביתו נאוה קודש,

די צווייטע ברירה וועט מען לכאורה אפיר נעמען דעם אלטן קעיס אין פעדעראלע קאורט וואס מען האט גענוצט ווען עטס האטס נישט געוואלט געבן קיין פערמיט פאר חרדים,

איך האב נאך אסאך ברירות אבער איך וויל דיר געבן צייט

און ביי די וועי - איך פארפיר נישט אז דער קאורט באלאנגט פאר מיר, דאס איז די ארונישע ניגון אז ארענדש קאונטי קאורט ביילאנגט פאר יענקל פריינד אין גדלי' סעגעדין,

און איין זאך איז קלאר אז די גאנצע טענה וואס דוד עקשטיין זאגט א גאנצע צייט איז אז דער הויז באלאנגט פאר קהל, אויב אזוי איז דאך דער תביעה יא די זעלבע אלטע תביעה ווי די ערשטע קעיס, וואס קהלה האט תובע געווען די הויז און נעבעך מיאוס פארלוירן,

גערעכטער1 » 1/12/2009 22:21

אה האלוואי מי יתן והי' ר זלמניו וועט ווערן אינזער שכן, ער וועט דארפן זען וואס זיין ברידער וואס מען האט דן גיווען לגלות פארמאגט? אוי פין דיין מויל צי גאט-ס אויערן, ער וועט זיך קענען משתתף זיין ביים ל''ג בעומר פייער, ער וועט האבן דע בעסטע פלאץ ביי יום טוב געזעגענען, ער וועט קענען מיט האלטן די שיינע שלש שידעס תורות, איי איי די זיסע קריאת התנאים אין די כתיבה פין שבועות, אין פירום די שיינע טישן, קאמאן, שלעפ עם שוין אראן, לעטס געט אווער איט, שוין ענדליך גיטראפן א סעלאשן. די צווייטע ברירה גלייבסטי אליין אויך נישט, ווייל אויב יא וואלט איר שוין לאנג גיווען אין פעדעראל קארט, די האסט נישט גיהערט די דרשה פין ר' דוד עקשטיין, ער זאגט קלאר אז טראץ וואס ער איז נישט מוותר אוף זיין זכות ציריק צי באקימען די גניבה, איז ער יעצט נישט דן אוף בעלות פינעם פלאץ, סאיז נאר צי מען קען דארט מאכן א בית המדרש צי נישט. אבער ביי דין תורה וועט ער דאס זיכער פארלאנגען. אין טאקע וועגן דעם ווילט איר נישט גיין צי דין תורה ווייל איר ווייסט דאך אז איר האט דאס בגניבה,

moishe12 » 1/12/2009 22:29

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
א קיי, לאמיר פרובירן נאך איינמאל.

איך גיי איבער פרעגען מיין קשיא צום לעצטען מאל איך בעט דעם גאנצען עולם אויב קומען נישט די 3 אהרונים אויף מיט א ענטפער ווי נארמאל זאל מען ביטע פשוט אויפהערען זיי צי ענטפערען
ווער האט לכתחילה געהאט טענות אויף די רעבעציס דירה
ר' יאנקל הערש שענפעלד אז וואס?
ווער איז געגאנגען אן קארט אן א היתר צים ערשטן מאל ( נישט פארן דאך אדער ער קאנדשען)
צים גאנץ ערשטע מאל
ר' יאנקל הערש מיט א היתר פינעם ראב''ד ר' ישראל חיים מנשה  פעפערס פליז
מיר האבען שוין א קונטרס ארויס מיט אלע פאקטען
 די שקרנים העולמי דערווייל נאכנישט דאס מיינט אז זיי ווייסען  גוט דעם אמת
דע קינטרס רעד בכלל נישט פינעם יעצטיגן קעיס, סי רעד נאר פין עפעס אלטע היסטארי וואס קיינער איז נישט אינטרעסירט אין איז בכלל נישט נוגע צים יעצטיגן קעיס. עס איז איין קעיס אזוי זעט מען אין בית צדיקים יעמוד  אנדערע דאקעט נומבער מיינט נישט א אנדערע קעיס
 אבער זיי שרייען ווי אייביג דין תורה ווען אין פאקט איז עס נאך א טריק צי שטיפען צייט (מען קען זען אין בארא פארק איבער ווי אזוי זיי טאנען זיך ארים)
רבי דוד עקשטיין איז אוחז ביד ניין ער איז א גנב, ער איז נישט תובע גארנישט,וואס דען איז די קאנטעמט קלאגע (גלייבסט נישט? פרעג דעם דשאדש), אויב האלסטי אז רבי דוד איז נישט גירעכט אין האסט עפעס א תביעה (אזוי וי די האסט תובע גיווען אין קארט)   אויב ער וועט נישט וועלן גיין, ביז דעמאלטץ האט רבי דוד א חזקת כשרות אין איר זענט רשעים והולכי לערכאות,   ביז דערווייל האב איך געזען א צעטיל פינקט פארקערט פון 3 פון מיינע רבנים אדרבה ברענג א צעטיל פון דיינע רבנים וואס שטעלט זיך צי צו דיר
איז די דריי ידען ר יואליש ר מאיר יודא ר משה בער נישט קיין בי"ד כשר?  פארוואס נישט?
זיי זענען פינקט אזא בית דין ווי דער לאשוונאצער, בראדער אין זענטערנעמען פליז, אדער בעסער גיזאגט ווי סקאטמאלען,דין תורה אין גערעכטער,דאס שוין נישט דריי הייד פארק זייצערס אין בכלל א בית דין איז נאר מחייב צי ענטפערן אויב מע שיקט א הזמנה אין מע שראבט אינטער שטרי ברירין,וואס רעדסטי דא אויב זאגן זיי נאר א מיינונג,די מיינסט דעת תורה איז פינקט אזוי פיל ווערט ווי מאיר יודלס קללות זינטיג באנאכט,  קללות מן דכר שמיה פשוט זייער גוט גערעדט געזאגט דעם אמת
ווי שטייט אין וועלכע שולחן ערוך די הלכות פין א בי"ד אין וואס האט עטץ געזען איינעם פין די 3 עובר זיין
מע דארף נישט עובר זיין אויף גארנישט, זייערע נארישע סברות איז קיינעם נישט מחייב,ניין דאס מיינט אז זיי זענען יא א בית דין כשר אין זיי קענען דיך אויך מחייב זיין חוץ אז די גלייבסט נישט אינעם באשעפער אפשר איז אשת חיל אויך אסור?
פארוואס האט קהל געמעגט אפהאקען די וואסער אין לעקטער אן רשות פין א בי"ד
ווייל סאיז אינזער,ליגענער שקרן איר האט דאס בגניבה דעמאלטס רוף צי די"ת  אין אויב האלט איר אנדערשט ריפט צי דין תורה.  אה די ווילסט מען זאל גיין צי די"ת נאכען פאלירען אין קארט דאס הויז הייסט די ווילסט מאכען שאדען פאר יענעם יענעמס פארמעגען ווייל די האסט פאלורען אין קארט אין יענער זאל גיין צי די"ת מיט דעם זעלבער וואס האט עם געריפען אין קארט לעצטע מאל   
ביטע. גערעכטער. דין תורה . סקאט מאלען .ענטפערען נאר מיט פאקטען נישט מיט אייגענע בויך  סברות
דאס אלעס איז קלארע אמעתע פאקטן איך בין מחולק מיט דיר אין קיין מארגענשטערן טענענבוים קויפמאן בויך סברות.

צי די האסט עס ליב צי נישט זייער בויך סברות זענען אסאך מער ווערט ווי דיין לערנען אין דאווענען






פישמאן » 1/12/2009 22:50

אל הנער הזה התפללתי, דער דוד עקשטיין האט נאר דאס געוואלט די בני יואל אפשפארן זאלן מער נישט דאווענען דארט, נאר ר' זלמניו זאל אהין קומען וואוינען, ווי זאגט סקאט מאלאן, אזא חכם ווי דוד עקשטיין האט ער נאך נישט געזעהן,
ער געט אויס הינדערטער טויזנעטער דולר צו באקומען דעם שכן טוב ואח רחוק,

אבער גראדע: לגלות האט ענקער רב דכל אתר ואתר זיך אליין דן געווען, ווען ער האט באשלאסן אז ער ווערט רב הצעיר און ער וועט פארן און קומען בכל יום ערב ובקר וצהרים, פון אריזאנע ביז טעקסעס און ניו העמפשיר ביז קאליפארניע,

אבער דאס בעסטע פון אלעס האט ער זיך אריינגעלייגט א לעדערהעד אין דער בלאט די ערשטע וואך אין די שבעה מיט זיין אדרעס פון 152 היוס סטריט, און דער צייט וואס אין קרית יואל איז ער אליין נישט זיכער ווי ער וואוינט, שלאפן און עסן איז ער אין צאנז און קוויטלעך נעמט ער אין איהעל, פרישטיג אין שינת צהרים אין מתיבתא, עטליכע מאל א וואך אין הופער,
ער גייט נעבעך גלות ליידן פאר זיינע אייגענע חטאים,

דיןתורה » 1/12/2009 23:12

סעננדר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווען בי"ד וועט פסק'נען אז די הויז גיהערט פאר קהל, קענען זיי אפשפארן די וואסער אזוי ווי די סינק פון קעגן היכל רז"ב!! וואס גיהערט פאר קהל,

אויב ענק טוען נישט אזוי מאיזה סיבה שהוא, קענט איר רופן קהל צו די"ת.

אונז האב מיר באקומען דעי הויז מיט א שטר מתנה פון די ראשי הקהלה וטובי העיר וואס האבן אגב אויך געבויט דאס הויז, (נישט מסור עקשטיין מיט וויינשטאק האבן עס געבויט), סא אינז האב מיר נישט קיין שום תביעה צו קהל פארוואס צו רופן צו די"ת, אויב קהל האט א תביעה זאלן זיי שיקן א הזמנה נישט האקן לעקטער מיט וואסער.




תוקן על ידי סעננדר ב- 01/12/2009 19:16:54



דאן פארוואס האט איר מורא צו קומען צו די''ת
לויט דיר קום צום בי''ד אין בי''ד וועט דאך הייסען קהל זאל אלעס ציריקשטעלן אויפן פלאץ...............
בלאט: 1 2