ס'איז דא אן אויסוועג: דין תורה!
104 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2721416
וירא הקהל וישפוט!
קהל יטב לב האט געשיקט די פאלגענדע בריוו, אז אפילו עס איז אריינגעגעבן געווארן קאנטעמפט קלאגע'ס אקעגן זיי, וועט מען אלע קלאגע'ס צוריקציען אויב זיי וועלן חתמ'ענען שטרי בירורין ביי א אומפארטייאישן בי"ד המרוצה לשני הצדדים.
ווי עס פארשטייט זיך אליין וועלן זיי אלעס אין די וועלט טוהן אבי נישט צו חתמ'ענען, און דאן וועט זיך אנהייבן א ויצעקו פון קרית יואל ביז אפריקע, און פון סאוט-אמעריקע ביז אסטראליע, און ר' מנשה פילאף ור' מיילעך שטערן וועלן אפשרייבן לענגערע ארטיקלען מיט דברי צעקות און געשרייען אזש ביז הייסע טרערן, און ציטירן שטיקלעך פון ויואל משה...
[בילד – נישט אפגעהיט]
זאג נאר נאכען פאלירען דעם הויז ווילסטי דין תורה אין בני יואל זאל נאכטאנצען פארוואס עפעס אינז האבען א תורה וואס זאגט אז מיט אזעלכע אינטער חכמים דארף מען ניצען א אנדער וועג
און חושן משפט ווי ס'שטייט אז ווען א הולך בערכאות פארלירט אין קאורט אויב רופט ער צו דין תורה אין נזקקין לו, ווערט נישט געברענגט דערויף א פוסק אז ס'איז דא אן אויסנאם אויב קיט"ל שיקט א בריוועלע.
דוד עקשטיין א זייטיגע שאלה
זייט ווען איז א פאטאלער טעות נישט קיין מסירה
דין תורה דארפסטי?
עטס כאפטס נישט וואס ער מיינט, ער מיינט צו זאגן ס'דא אן אויסוועג פאר "ענק" בית יואל, אויסער קאורט, צו צוריק באקומען די לעקטער, סוער און פערמיטס, דהיינו די"ת, אפי' לאמיר טאקע זאגן אז אין נזקקין, איז עס פארט אן אויסוועג, "אין נזקקין" מיינט נישט אז "מ'טאר" נישט גיין צו די"ת, ס'מיינט אז "מ'מוז" נישט,
פארשטייט זיך מצד ר' אהרן קענט עטס ווייטער גיין און וואנט אריין מיטן גיין בערכאות, נא פראבלעם.
איך מיין אז דאס האט לאעליכם געמיינט.
איך וועל דיר פארציילען נייעס עטץ קענץ ענק האלטען מיט די וואסער אין סוער אין לעקטער אינז ווילען גראבען אייגענע ליינס אין פטור ווערן פין ענקערע טובת אין דאס וואס ענקערע רשעים לאזען נישט אין דאס וועלען מיר
וואס גייען בדרך התורה מיט ענק מוסרים אין קארט געווינען
אין נזקקין מיינט אז "מ'טאר" נישט גיין צו די"ת מיט אזעלכע שקצים ווי ענק
דאמאלטס וואס מאכט עטס אזעלעכע יאלעס, מ'פראטעסטירט, מ'דרייט איבער א שטאט, ענק טוען דאך עס BY CHOICE. זיי זענען מסכים שוין היינט צו גיין צו די"ת, אויב עטס ווילטס דוקא קארט, כל הכבוד, אבער באשולידיגט נישט ארויניס אז ענקער קארט האט געפסקנט אז דער שול איז אומלעגאל.
לייען אדורך דעם "בית צדיקים"איך האב נישט קיין כח איבער ציקייען נאכאמאל
פאר אייניגע יאר צוריק ווען קהל יטב לב האט אפגעהאקט אייניגע יוטיליט'ס, האבן דאן די בני יואל אריינגעגעבן א "נייע" קלאגע אין קאורט, וואס האט גארנישט געהאט קיין שייכות מיט די תשנ"ג-נד קאורט'ס פון קיט"ל אקעגן דעם רעביצין'ס ביהמ"ד. דאן האט קיט"ל אריינגעגעבן א קאנטער-קלעים אז די קאורט זאל פסק'ענען איבער דעם ענין.
און קאורט האט למעשה גע'פסק'ענט אז דאס פלאץ טאר "נישט" זיין קיין ביהמ"ד.
יעצט האט קהל געמאלדן אז אפילו די בני יואל האבן אנגעהויבן די קאורט קעיס, מיט דעם אלעם איז קהל גרייט זיך אדורכצוקומען אויב זיי חתמ'ענען שטרי בירורין, (וואס דאס איז אייביג געווען קהל'ס פארלאנג אז ס'זאל געפסקענט ווערן בי א דין תורה, און קהל האט דאס מערערע מאל געזאגט אין קאורט און געשריבן אין די פעיפער'ס).
יעצט, וואס איז דא נישט צו פארשטיין?
תוקן על ידי לאעליכם ב- 22/11/2009 14:45:34
לא עליכם ולא עלינו
אוין וואספארא סעיף אין שו"ע שטייט אז טאמער איינער רופט א צווייטן און געריכט אויף א געוויסע פארמעגן אדער בילדונג, און ער דערלייגט, און מיט א פאר יאר שפעטער טאר יענער נישט צוריק גיין און קארט זיך באשיצן פוטן די תובעים בערכאות טאמער ער שפירט זיך געטראפן פון זיי, אויפן זעלבן בילדונג אדער ענין וואס זיי האבן און די פארגאנגענהייט תובע געווען בערכאות ללא היתר בי"ד.
און וואספארא סעיף שטייט די אונטערשייד פון א אלטע מיט א נייע.
תוקן על ידי yuchw ב- 22/11/2009 15:15:52
ה' ירחם!
די ערשטע מאל האט קיט"ל געקלאגט ברשות בי"ד, נאכדעם וואס זיי האבן זיך נישט געהאלטן ביים שטעלן צו דין תורה בזבל"א וזבל"א.
דאן איז קהל יטב לב דורכגעפאלן. אבער אין די ס' יאר האבן די בני יואל געעפענט א נייע קלאגע, און ב"ה "מעז יצא מתוק" ווען די קאורט האט גע'פסק'ענט אז מעג נישט זיין קיין ביהמ"ד.
מיט דעם אלעם איז מען גרייט זיך אדורכצוקומען אז אויב זיי וועלן חתמ'ענען שטרי בירורין, ציהט מען ארויס די קאורט קלאגעס.
יעצט, וואס איז דא וואס נישט צו פארשטיין?
[quote]
ה' ירחם!
די ערשטע מאל האט קיט"ל געקלאגט ברשות בי"ד, נאכדעם וואס זיי האבן זיך נישט געהאלטן ביים שטעלן צו דין תורה בזבל"א וזבל"א.
.....יעצט, וואס איז דא וואס נישט צו פארשטיין?
[/quote]
א)
אפשר קענסטו שרייבן די נאמען פון דעם בי"ד וואס האט געגעבן "רשות" פאר ענק
צו גיין אין קארט, אדער אפשר איז עס גאר געווען א "זבל"א" וואס האט געגעבן
דעם היתר. און זייזשע מוחל און ברענג א קאפי פון דעם "רשות בי"ד" (שלא הי' ולא נברא) צו גיין אין קארט די ערשטע מאל.
לאמיר איבער חזירען די הלכה מיט דיר נאכאמאל וויבאלד ענק זענען אריין אין קארט דעם ערשטען מאל נישט קיין שום חילוק צי ענק האבען געווינען אדער פארלוירען דארף מען קיינמאל מיט ענק קהל מער נישט גיין צי א דין תורה
דעם ערשטן מאל אריין אין קארט זענט עטס אום תשס"ד, פינטל.
די קרעפיל פשעטיל וואס עטס מאכטס כאילו סאיז א המשך צו א אלטע קעיס פון 11 יאר פארדעם איז ענקער תורת לאקשן, יענס איז געווען איבער אן אנדערן דיון אנדערע תובעים, האט קיין שום שייכות מיט ענקער נייע קעיס.
עמעראצים תלמידים פונם איך מעשרים... פארוואס האבן חז"ל אונז געזאגט "אין נזקקין"?
די ארוינים האקן זענען געגאנגען אין קארט שלא ברשות בי"ד און האבן פארלוירן יעצט קענען די ארוינים שוין נישט רופן צו דין תורה... וואס טוט מען? מ'געט אריין פשוטע מסירה קלאגעס! און מסטראשעט...
אפילו אויב בני יואל זאל נישט וועלן גיין אין קארט פארענטפערט דאס נישט די מסירה פון קאנטעמפט.
קאנטעמפט איז נישט סתם הליכה לערכאות נאר מסירה פשיטא כמשמעו
| סקאטמאלען כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | דעם ערשטן מאל אריין אין קארט זענט עטס אום תשס"ד, פינטל.
די קרעפיל פשעטיל וואס עטס מאכטס כאילו סאיז א המשך צו א אלטע קעיס פון 11 יאר פארדעם איז ענקער תורת לאקשן, יענס איז געווען איבער אן אנדערן דיון אנדערע תובעים, האט קיין שום שייכות מיט ענקער נייע קעיס. |
|
קען זיין אז די האסט א פוינט אבער אויב אזוי איז דאך דע קלאגע וואס דוד ראש הקהל קהל יטב לב ק"י (מהר"א) האט אריין געגעבן פאריגע וואך אויך א נייע זאך
סקאט מאלען
| סקאטמאלען כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | דעם ערשטן מאל אריין אין קארט זענט עטס אום תשס"ד, פינטל.
די קרעפיל פשעטיל וואס עטס מאכטס כאילו סאיז א המשך צו א אלטע קעיס פון 11 יאר פארדעם איז ענקער תורת לאקשן, יענס איז געווען איבער אן אנדערן דיון אנדערע תובעים, האט קיין שום שייכות מיט ענקער נייע קעיס. |
|
קיק עס בעסער נאך ""שטרעכעל" דיינע פינטלעך דערשרעקען מיך נישט עס איז אזוי ווי אלע ענקערע ליגנטס.פינטעל
כשמו כן הוא, חיי שעה, און מסתמה אפילו נישט חיי שעה נאר חיי רגעים, אפשר שרייבסטו ווי די אהרונים האבן גיריפן די בני יואל אין קארט? וועלעכער אהרוני האט גיריפן? אפשר מיינסטי דעם גרויסן אהרוני ר' יעקב הערש שענפעלד? אין וועלעכער אהרוני בית דין האט מתיר געווען? אפשר ר' שראל חיים מנשה דער גרויסער אהרוני?, אין מיט דעם קארט פוןן יעקב הערש שענפעלד מעגט איר שוין ריפן וועמען איר ווילט אין ווי לאנג איר ווילט?
יעדער קעיס האט א העדינג אין א אינדעקס נומבער, דאס זאגט ווער עס ריפט וועמען, אין ווען מען האט גיריפן, ביי די לעצטע קארט קעיס האט זלמן לייב וואלדמאן מיט יאנקל טארעך גיריפן קהל יטב לב ק''י בשנת תשס''ד, פרובירן די דומענע זאליס מזביר זיין אז זלמן לייב וואלדמאן מעג ריפן קהל אין קארט ווייל 11 יאר בעפאר האט דער זאלי יעקב הערש שענפעלד זיי גיריפן אין קארט, סא אפשר ריפט ער יעקב הערש שענפעלד אדער זיינע בעלי בתים יאנקל כהאן מיט שאול פערלשטיין, ווי קימט דא אריין אין נזקקין מיט קהל יטב לב ק''י, אבער גיי זיי מזביר פאר דומע קעפ,
דוד ראש הקהל האט דאך נישט קיין ברירה מיט ענק, ענק שרייען דאך "אין נזקקין" און די"ת איז 100% אויסגעשלאסן, נא וואס זאל ער טוהן? עטס שרייטס דאך אז נאר קארט איז ע"פ הלכה.
אין ענק ארונישע אויף געקלערטע מענטשען קענען נישט מער ווי איין זאך צילייגען נעמען קיק עס נאך אינעם בית צדיקים נאך אמאל וועט עטץ זען ווער איז געגאנגען קודם
דוד ראש הקהל האט דאך נישט קיין ברירה מיט ענק
| סקאטמאלען כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | דוד ראש הקהל האט דאך נישט קיין ברירה מיט ענק, ענק שרייען דאך "אין נזקקין" און די"ת איז 100% אויסגעשלאסן, נא וואס זאל ער טוהן? עטס שרייטס דאך אז נאר קארט איז ע"פ הלכה. |
|
האסט פארגעסען דיין פינטעל
ווי האט ער געטראפען א היתר פאר מסירה גרויסע חושן משפט רב אפשר זאגט ער א נאמען
ווי האט עטס געטראפן א היתר פאר מסירה צו אנקלאגן קאנטעמפט-אוו-קארט קעגן די ארויני חברה קדישא?
דוד עקשטיין נאכדעם ווי ער האט געזאגט אז דאס אינטערצינדען די ילד איז געווען מיט זיין ידיעה, האט געשאסן נאך א טיפשות דהיינו ער האט זיך דורכגעשמועסט מיט א חושן משפט דיין און יענער האט נישט געזען א פראבלעם אינעם קאנטעמפט, יעצט אויפן מאמענט וועל איך גלייבן דוד עקשטיין- אבער מיר ווייסן אז א היתר ערכאות גיט א בי"ד און נישט 'א חושן משפט דיין' און אויכעט בכתב און נישט ביי א שמועס ווארטענדיג אין די ליין ביי די הכנה שטיבלעך- אויכעט איז אין חושן משפט נישט פארהאנדען קיין סיקרעט אין א פסק ע"י הרוצה בעולם שמו איז א לצינות און א בזוין התורה יעדער בעל דין וועט גיין אין ערכאות מיט א הרוצה בעילום שמו דיין
דאס זאלסטו פרעגען פין זיי מיש נישט קיין יוצרות
& one wrong dsent make 2 rights
סקאט, היצט רעדט מען ביהמ"ד בית יואל אז די האסט נישט וואס צו ענטפערן הייב הענט און זיי שטיל מיש נישט קיין יוצרות מיטן ביה"ח, ס'איז דא א באזונדערן אשכול איבער'ן ביה"ח.
דאס איז שוין ענקערס א אלטע מיטל, ס'איז שוין צייט צו טוישן.
| סקאטמאלען כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | דוד ראש הקהל האט דאך נישט קיין ברירה מיט ענק, ענק שרייען דאך "אין נזקקין" און די"ת איז 100% אויסגעשלאסן, נא וואס זאל ער טוהן? עטס שרייטס דאך אז נאר קארט איז ע"פ הלכה. |
|
ער האט יעצט נישט קיין שום האפענוג אויף דע הויז אזוי זאגט ער ביי די דרשה נו ווי אזוי מעג מען סתם מסורען אידען אז זיי דאווענען אין א הויז וואס טאר נישט זיין קין שול דע קלאגע דראט תפיסה פאר דע אידן
תוקן על ידי כלהנערים ב- 22/11/2009 20:12:54
כל הנערים, דאס איז נישט א היתר ערכאות, אין די ערכאות זענט עטץ גיגאנגען, ווי מע זעיט אויף די קארט פעיפערס אז בית יואל קלאגט קהל יטב לב ק''י, סא קהל דארף נישט קיין היתר צו גיין אין ערכאות ווייל אז מע ריפט דארף מען גיין, זיי דארפן נאר א היתר צי גיין אינפארסן דעם פסק פינעם ריכטער אין דאס האט דער חושן משפט דיין גיזאגט אז מע מעג מיט די פאר תנאים וואס מען האט איינגיהאלטן, אין אפילו א היתר בית דין מעג מען האלטן בסוד אין כל שכן א היתר צי אינפארסן דעם פסק, אמת יעדער קען גיין אין קארט מיטן תירוץ אז ער האט א היתר פין א דיין הרוצה בעילום שמו אבער מען קען עם ריפן צו דין תורה אין פאר די דיינים דארף ער דאס ווייזן, על כן האב איך פאר ענק א עיצה ריפט דוד עקשטיין צי דין תורה אין ער וועט דארפן זאגן פאר דע בית דין ווער דער מתיר איז, איך האב דורעכגיליינט דעם שמיץ ביכל בית רשעים אין נישט גיטראפן ווי דוד עקשטיין אדער קהל יטב לב ק''י האט גיריפן בית יואל אין קארט, דארט שטייט נאר אז דער זאלי יעקב הערש שענפעלד האט גיריפן סא ווי איז דער אין נזקקין.
איך וועל דיר ענטפרען סקאט ווייל עטץ ארוינים זענטס מוסרים אין עטץ זענטץ אייביג געווען קוק נאך היסטאריע
אויב דו האסט נישט געטראפן אין בית צדיקים יעמוד ווי קהל יטב לב רופט בית יואל אין קאורט, איז א שאד מיין צייט דא זיך צו טענה'ן
גערעכטער
| גערעכטער1 כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] |
כל הנערים, דאס איז נישט א היתר ערכאות, אין די ערכאות זענט עטץ גיגאנגען, ווי מע זעיט אויף די קארט פעיפערס אז בית יואל קלאגט קהל יטב לב ק''י, סא קהל דארף נישט קיין היתר צו גיין אין ערכאות ווייל אז מע ריפט דארף מען גיין, זיי דארפן נאר א היתר צי גיין אינפארסן דעם פסק פינעם ריכטער אין דאס האט דער חושן משפט דיין גיזאגט אז מע מעג מיט די פאר תנאים וואס מען האט איינגיהאלטן, אין אפילו א היתר בית דין מעג מען האלטן בסוד אין כל שכן א היתר צי אינפארסן דעם פסק, אמת יעדער קען גיין אין קארט מיטן תירוץ אז ער האט א היתר פין א דיין הרוצה בעילום שמו אבער מען קען עם ריפן צו דין תורה אין פאר די דיינים דארף ער דאס ווייזן, על כן האב איך פאר ענק א עיצה ריפט דוד עקשטיין צי דין תורה אין ער וועט דארפן זאגן פאר דע בית דין ווער דער מתיר איז, איך האב דורעכגיליינט דעם שמיץ ביכל בית רשעים אין נישט גיטראפן ווי דוד עקשטיין אדער קהל יטב לב ק''י האט גיריפן בית יואל אין קארט, דארט שטייט נאר אז דער זאלי יעקב הערש שענפעלד האט גיריפן סא ווי איז דער אין נזקקין.
|
|
איין ענטפער
די האסט געליינט דוד עקשטיין"ס ביכל אינזער הייסט בית צדיקים יעמוד קוק דארטען וועסטו זען אלעס
גרויסע צילייגערס! קוק ווער עס רעדט, אפשר ווייזטו מיר ענקער "אין נזקקין" היתר בי"ד, צו גיין בערכאות בשנת תשס"ד.
פארשטייסט א מעשה עטס קענטס טוהן אלעס אן קיין שום היתר בי"ד, נאר קנטרסים אויף פאסט , און דוד ראש הקהל דארף דוקא א היתר בי"ד, קאם-אן! אביסל קאמאן סענס!
נ"ב דאס וואס איך האב דערמאנט די ביה"ח קאנטעמפט קלאגע פון די זאלויניס, איז ווייל איך האב געוואלט ארויסברענגען אז יעדער פארשטייט אז די סארט קאנטעמפט האט א גאר קליינע שייכות מיט מסירה.
| גערעכטער1 כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] |
בית רשעים
|
|
אויב דעם רבין'ס הויז איז בית..... נו וואס איז בית צדיקים? אפשר די קרית יואל פובליק סקול?
סקאט מען דארף נישט קיין געשריבענע היתר עס איז גענוג די קארט פעפערס ווער די תובעים זענען
| גערעכטער1 כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] |
, איך האב דורעכגיליינט דעם שמיץ ביכל בית רשעים אין נישט גיטראפן ווי דוד עקשטיין אדער קהל יטב לב ק''י האט גיריפן בית יואל אין קארט, דארט שטייט נאר אז דער זאלי יעקב הערש שענפעלד האט גיריפן סא ווי איז דער אין נזקקין.
|
|
אויב האסטו געהערט די דרשה פין דוד ער זאגט אז ער איז געווען דער וואס האט געקלאגט דעמאלטץ אין ביי דע ווע אין זייער ביכל בית צדיקים יעמוד ברעגן זיי אראפ ווי דוד זאגט אין קארט אינטער א שבועה אז ער איז געווען די קלעגער דעמאלטץ אויך דא האסטו עס אויב די ווילסט עס זעען
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי nys10952 ב- 22/11/2009 20:31:06
| סקאטמאלען כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | גרויסע צילייגערס! קוק ווער עס רעדט, אפשר ווייזטו מיר ענקער "אין נזקקין" היתר בי"ד, צו גיין בערכאות בשנת תשס"ד.
|
|
פארשטייטזיך ווען איינער וועט אפהאקן דיין סוער וועסטו אוודאי שנעל שיקן אן עיקול מיט אן הזמנה צו דעם העקער אז ער זאל עס צוריקשטעלן, אויסער דעם לויט די דאקומענטן וואס איך האב געליינט אין בית צדיקים יעמוד איז בית יואל געגאנגן צו דעם זעלבן שופט וואס האט געהאלטן אינמיטן די קעיס וואס די הולכי בערכאות ע"י בי"ד הרוצה בעילום שמו האבן אריינגעטראגן, און נישט געעפענט דעמאלטס א קעיס
| moishe12 כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | סקאט מען דארף נישט קיין געשריבענע היתר עס איז גענוג די קארט פעפערס ווער די תובעים זענען |
|
דא ליגט דער הונט באגראבן!!!
זה הכלל: מ'דארף נאר קוקן ווער דער תובע ונתבע איז, און אויב דער נתבע האט נאר דאס מינדעסטע שייכות מיט אהרן טייטלבוים דארף מען קיין שום היתר פון גארנישט!
קעיס קלאוסד, האטס מיר א גוטן טאג!
| סקאטמאלען כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] |
נ"ב דאס וואס איך האב דערמאנט די ביה"ח קאנטעמפט קלאגע פון די זאלויניס, איז ווייל איך האב געוואלט ארויסברענגען אז יעדער פארשטייט אז די סארט קאנטעמפט האט א גאר קליינע שייכות מיט מסירה. |
|
אינז זעמער דא צי פארשטיין די טענות פין ביידע זייטן דעס וואס די רעדסט וועגען דע בית החיים קארט וואס האט דעס ציטיען מיט בית יואל
ברענג מיר די קארט פעיפערס ווי קהל יטב ק''י קלאגט בית יואל, אינעם בית רשעים טרעף איך דאס נישט, אין יא דעם רבינס הויז קען פארוואנדלט ווערן אין א בית רשעים אין אויב גלייבסטי נישט פאר אראפ וועסטי זען אז איך בין גערעכטער נומבער 1.
| גערעכטער1 כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | ברענג מיר די קארט פעיפערס ווי קהל יטב ק''י קלאגט בית יואל, אינעם בית רשעים טרעף איך דאס נישט, |
|
אז דו טרעפסט עס נישט אינעם בית צדיקים קען זיין אז דו ביסט גערעכט! דו קענסט פשוט נישט קיין ענגליש! אפשר קענסטו איבערטייטשן וואס מיינט 'פלעינטיף' און וואס ס'מיינט 'דיפענדענט' ?
פלעינטיף קלאגט דעם דיפענדענט, ועוד יש לומר פלעינטיף הייסט א פלעינער גנב, אין אין ביידע פעלער זענען די בית יואל דער פלעינטיף.
גערעכטער
]ברענג מיר די קארט פעיפערס ווי קהל יטב ק''י קלאגט בית יואל, אינעם בית רשעים טרעף איך דאס נישט, אין יא דעם רבינס הויז קען פארוואנדלט ווערן אין א בית רשעים אין אויב גלייבסטי נישט פאר אראפ וועסטי זען אז איך בין גערעכטער נומבער 1. [/quote]
די ביסט א סעמפל פין איינס פלאס איינס איקעלס חלה דעקל איך מיין אז די דארפסט שרייבען אין בלאט אזוי וועט יעדער זען די פערדישקייט וואס ליגט אין דיר נישט נאר דא אויפען פארק ,פינטעל,
צום צענטען מאל היינט
קיק אריין אין בית צדיקום יעמוד דארטען ליגען די קארט פעפערס
נ"ב
אינעם בית הרשעים שטייט עס נישט
די מעשה קומט אביסל פאר ווי דאס קינד וואס דער טאטע וויל אים נישט געבן א עפל...
די מעשה גייט אזוי, מיר זאגן יוה"כ ביי שמו"ע ברוך אתה וכו' המוחל לעוונות עמו בית ישראל ומעביר אשמותינו בכל שנה ושנה מלך על כל הארך וכו'
האט א חסיד אמאל געפרעגט זיין רבי'ן ווי אזוי קענען מיר מאכן אזא ברכה? אפשר וועט דער באשעפער נישט מוחל זיין און די אידן וועלן גאר עובר זיין אויף נאך א עבירה... ליגנט זאגן בעצם יוה"כ נאך דערצו בשעת שמונה עשרה?
האט דער רבי גענטפערט: "משל למה הדבר דומה, דער טאטע קומט אהיים מיט אפאר געשמאקע עפל דאס קינד עפנט אפאר ברייטע אויגן און וויל בעטן דעם טאטען א עפל, מורא האבענדיג אז דער טאטע וועט אים נישט וועלן געבן געט ער א זאג .. טאטע איך וויל א עפל ברוך אתה וכו' בורא פרי העץ ... יעצט האט שוין דער טאטע נישט קיין ברירה, ער איז מחנך דאס קינד טאג טעגליך נישט צו מאכן ברכות לבטלה און גיבט בלית ברירה א עפל, דאס זעלבע איז מיט אונז" זאגט דער רבי "מיר מאכן שנעל א ברכה, יעצט האט שוין דער טאטע נישט קיין ברירה און מיז מוחל זיין" ודפכ"ח.
דוד עקשטיין (עקלשטיין) גיבט אריין אין קארט א מסירה פון קאנטעמפט (נישט סתם א הליכה לערכאות נאר א מסירה, אז יענער און יענער איז מבזה דאס הויך געשעצטע געריכט), אבער ער פארשטייט אז קיין שום איד האט נאך אזא פרעכע חוצפה קעגן די תורה נישט געטון, שיקט ער שנעל א בריוו... גיבט אונז נאך וואס מיר ווילן אויב נישט וועלן מיר ווייטער לעסטערן (רח"ל) דעם באשעפער... איין זאך כאפט נישט דער דוד, בני יואל איז נישט זיין טאטע און זיי וועלן אים נישט העלפן מיט זיין ברכה לבטלה...
| גערעכטער1 כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | פלעינטיף קלאגט דעם דיפענדענט, ועוד יש לומר פלעינטיף הייסט א פלעינער גנב, אין אין ביידע פעלער זענען די בית יואל דער פלעינטיף. |
|
זייער שיין גערעכטער1 יעצט nys10952 אויב דו קענסט טו א טובה לייג ארויף מ'זאל זען יעדער "ווי דער פלעינטיף איז בית יואל"
איך ווארט!!! נא....
| סקאטמאלען כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | סקאט מען דארף נישט קיין געשריבענע היתר עס איז גענוג די קארט פעפערס ווער די תובעים זענען
דא ליגט דער הונט באגראבן!!!
זה הכלל: מ'דארף נאר קוקן ווער דער תובע ונתבע איז, און אויב דער נתבע האט נאר דאס מינדעסטע שייכות מיט אהרן טייטלבוים דארף מען קיין שום היתר פון גארנישט!
קעיס קלאוסד, האטס מיר א גוטן טאג! |
|
דאס איז דער הלכה ווי קומט אריין אהרון"ס הינט דא
| גערעכטער1 כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | איך ווארט!!! נא.... |
|
די קענסט עס אליינס נאך קוקען
הערטס מיך אויס.
לאמיר זאגן אז עטס האט געהאט אלע רעכטן ע"פ תורה צו עפענען א נייע קעיס בשנת תשס"ד, מיטדעםאלעם איז א דבר פשוט מאוד אז צו גיין אין קארט איז א ריסק, ווייל ממעג גיין אין קארט גאראנטירט נאך נישט קיין געווינס, קענסטאך נישט ערווארטן אז קהל זאל זיך לאזן שפייען אין פנים, ווייל 11 יאר צוריק האט שענפעלד פון וומ"ב גערופן אין קארט.
און אויב עטס פארלירטס אין דער קארט פסק'נט אז דער ביהמ"ד איז אומלעגאל איז עס געווען אויף ענקער ריסק, עטס קענטס נאר ענק בלעמען. קיינער האט ענק נישט געצווינגען צו גיין אין קארט.
| כלהנערים כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | פלעינטיף קלאגט דעם דיפענדענט, ועוד יש לומר פלעינטיף הייסט א פלעינער גנב, אין אין ביידע פעלער זענען די בית יואל דער פלעינטיף.
זייער שיין גערעכטער1 יעצט nys10952 אויב דו קענסט טו א טובה לייג ארויף מ'זאל זען יעדער "ווי דער פלעינטיף איז בית יואל" |
|
דא האסטו עס אז די דארפסט נאך אין דע לינק קעמען ארויס קאפיןען אויב די ווילסט
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2715349&forum_id=20420
[בילד – נישט אפגעהיט]