היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעקינג: דינייד ביה"ח מאשען - דיסקאווערי געגאנגען

ברעקינג: דינייד ביה"ח מאשען - דיסקאווערי געגאנגען

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2719421

רבי_יונה » 17/11/2009 19:27

די ריכטער אין מאנרא האט היינט דינייד די מאשען אז די געריכט זאל בכלל נישט קענען אריין קוקן אין די בית החיים דיעד קעיס, נאר די געריכט דארף יא אריין קוקן און זעהן איבער די קעיס.

אויך שרייבט ער אז די נעקסטע זאך וואס קומט איצט איז די דיסקאווערי, ד.מ. אז די אלע מענטשען וועמען די אהרונים האבן פארלאנגט אז זיי זאלן קומען אין געריכט איז נעקסט.

צווישען די וואס וועלן דארפן אראפ קומען אין געריכט און מען וועט זיי אויספארשען זענען די קלעקערס די הויפטן פון די מוסרים ומלשינים מסרבים לדין ווי: ר' זלמן לייב טייטלבוים, ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן, ר' שאול פערלשטיין, ר' זלמן לייב פילאפף, ר' שלמה לייב וויינבערגער, וכו'

עס ווערט ערווארטעט גאר ליסטיגע טעג.



תוקן על ידי רבי_יונה ב- 17/11/2009 19:48:57

 



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 17/11/2009 23:09:14

רבי_יונה » 17/11/2009 19:33

דאס וואס איך האב געשריבען אפאר חדשים צוריק - איצט מיטן פסק פונעם ריכטער ווערט עס א פאקט.

אטאם באמבע! עין תחת עין

א ט א ם  ב א מ ב ע ! ! !
א ט א ם  ב א מ ב ע ! ! !

ברעקינג!!!

פאר צוויי וואכן צוריק האבן די כת המסרבים לדין והולכי הערכאות העולמי, והולכי בג"ץ, געשיקט א דיסקאווערי פארלאנג צו די 5 ראשי חברי קהלתינו הק' אן קיין שום היתר בי"ד, אז זיי מיזן קומען אויפטרעטן פאר די זאלי לויער איבער די נושא פונעם בית החיים דקהלתינו הק' אין קרית יואל, וואס דאס איז א שרעקליכע מסירה והליכה לערכאות.

זיי האבן דאס געשיקט פאר
הרב החסיד רבי בערל פריעדמאן שליט"א ראה"ק
הרב החסיד רבי דוד הויער שליט"א סגן ראה"ק
הרב החסיד רבי שמואל אויבערלענדר שליט"א סגן ראה"ק
הרב החסיד רבי יצחק ראזענבערג שליט"א סגן ראה"ק
הרב החסיד רבי דוד עקשטיין שליט"א סגן ראה"ק בקרית יואל
הרב החסיד רבי שמואל דוד מארקאוויטש שליט"א גבאי ביהמ"ד הגדול
הרב החסיד רבי יוסף ווייס שליט"א מראשי חברה קדישא
.

א דיסקאווערי מיינט אז דער וואס באקומט עס דארף קומען צו די לויער פונעם צד שנגד - וואס דא מיינט עס די זאליס, און די לויער קען אים אויספרעגן ווי לאנג ער וויל, אים משוגע מאכן, און ארויס שלעפן וואס עס גייט נאר, און נאך דעם עס ניצן אין געריכט, און טאמער מען קומט נישט שיקט מען א ספוניע וואס דעמאלס דארף מען קומען אין קארט פארן ריכטער.

נאך פילע השתדלות ביי די כת המסרבים לדין אז זיי זאלן צוריק ציען פון די דיסקאווערי, און נאכדעם וואס קהל יטב לב דסאטמאר האט געשיקט א בריוו צו זייערע משלחים די באוויסטע פאשקאווילען שרייבערס, די בג"ץ ממליחה ואילך בי"ד, און בריוו איז געשיקט געווארן צו יעדעם פרעזנדליך, אז די זאך ליגט בידם, און זיי קענען דאס אפשטעלען, און טאמער זיי וועלן עס נישט אפשטעלן ביז פארגאנגענעם וואך דארנערשטאג, וועט קהל מיזן טאן פעולת וואס וועט זיי שטארק נישט שמעקן, און דורך דעם וועלן זיי מיזן בעל כרחך אפשטעלן זייער דיסקאווערי מסירה פארלאנג (באגעלייגט די בריוו פון קהל).

איצט איז די צייט שוין דורך, און עס איז געפאלען אויף טויבע אויערן, און זיי גייען ווייטער אן מיט די הליכה לערכאות וחילול שם שמים באופן נורא, איז נישט דא קיין ברירה, און כדי אפצושטעלען די שרעקליכע חילול ה' והליכה לערכאות, האט קהלתינו הק' קהל יטב לב דסאטמאר בהסכמת רבנים הגאונים הצדיקים שליט"א, און קעגנזאץ עין תחת עין צוריק געשיקט דיסקאווערי פארלאנגן צו די ראשי מסרבים לדין, מחללי שם שמים, הולכי הערכאות העולמי, והולכי בג"ץ, און מיט דעם האפענדיג וועלן די מחללי שם שמים והלוכי בערכאות מיזן בעל כרחך צוריק ציען פון זייער מסירה פארלאנג.

כל המחלל שם שמים בסתר נפרעים ממנו בגלוי!

די נעמען וועל איך מעלדן מארגן.


אזוי פיל קען איך זאגן, עס קומט א פרייליכע סוף וואך, די וואך וועט אויסקוקען בערך אזוי:

דער איד די וואך וועט זיין א זאק מיט די ארגסטע קללות נמרצות, מחאות ואזהרות, דברי בלע וניאוץ אפען ארגסטן פארנעם...

דער איד וועט זיין די פראנט פעטש פינק רויט בלויא אלע קאלערס וואס איז נאר שייך...

משה גבאי וועט שרייבן אן ארטיקל אזש זיין מאמע בן פראדל וועט אים העלפן שרייבן...

משה לייב דייטש וועט שרייבן א לאנגע עדיטאריאל די לענגסטע וואס איז שייך, ער וועט נעמען אזאלעכע אידישע ווערטער און טויטע קללות וואס קיינער וועט נישט פארשטיין... אפשר די אידישיסטען וואס וואוינען אין אפריקא...

מיידלעך שטערן וועט שרייבן אלע דברי חשק ונבלות, וואס איז נאר שייך, ער וועט אפיר קראצן דאס ארגסטע מנובלות פון אלע עקן וועלט...

מנשה סילוף (פילאפף) וועט ברענגן פאדרייטע געשטיקעלטע רמב"ם, אור החיים, דברי יואל, תניא, און עס באזאלצן מיט נעצישע קללות, אז טאקע אט דאס האבן זיי געמיינט...

ליפא טייטלבוים וועט האקן און שרייען, און נישט דאווענען א גאנצע וואך לכבוד דעם...

שמשון וועט נאך שרייען די ארגסטע קללות יעדער אהרוני וואס ער וועט טרעפן אויפען גאס...

מיכעלע שלעזינגער וועט אנשפייען יעדע אהרוני וואס וועט אים אקעגן קומען...

שלמה לייב וויינבערגער וועט זיך ארום דרייען אויף די גאסן אין זיך שאקלן ווי א לולב ארויף און אראפ, רעכטס, לינקס, און פראנט און אין בעק...

קוטשי וואלי וועט ווערן רויס בלויא פינק, און שרייען וואס ווילט עטס פון מארק גרינען...

לבן פערלשטיין וועט האלטן פרישע געבאקענע דרשות, און זיך אנהעצן מיט חלומת ודמיונות, ביז פאלאק'ס בית החיים וועט מען עס הערן...

זישא כ"ץ וועט פארליינען די בוך מיין קאמף פון היטלער ימ"ש און ניצן אלע קללות קעגן די אהרונים...

ווארט מיט שפאנונג!

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2684080&forum_id=16386

און נאכדעם האב איך געשריבען דאס

היינט איז אנגעקומען די דיסקאווערי פארלאנג וואס איז געשיקט געווארן פון קהל יטב לב דסאטמאר צו די ראשי כת המרבים לדין, הולכי ערכאות, מוסרים חמסנים גזלנים, והולכי בג"ץ

דאס זענען טייל פון די נעמען וואס האבן עס באקומען (אין מוקדם ומאוחר ווייל אלע זענען די זעלבע..)

ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן

ר' שאול פערלשטיין

ר' זלמן לייב פילאפף

ר' יודא אליעזר יאקאבאוויטש

ר' יקותיאל יודא טייטלבוים

ר' שלמה לייב וויינבערגער

ר' יעקב כהנא

יעצט קענען די זאליס שרייען מוסרים הולכי ערכאות חגרי שק....

זאלן זיי זיך אנטאן זעק, זיך באווארפען מיט פאפעטעס, און פון טמא'נעם קארט ארויסגיין!

שכלדיג » 17/11/2009 19:34


רבי יונה "גאר ליסטיגע טעג" פאר וועמען ביי די אידן אדער ביי להבדיל די גויים ?
עס איז דאך אַ חרפה און אַ שאנדע אפילו נאר צו טראכטן פון אזא סארט אקט
ווער האט דאס מתיר געווען ?

נפל » 17/11/2009 19:46

לויט די פאפירן איז דער ריכטער "John K. Mcguirk" נישט "אונעס"
קען מיר איינער מסביר זיין פשט?

רבי_יונה » 17/11/2009 19:52

מתיר געווען....?

אויף קיעפ סט. איז דא א סיין פון א פורים בג"ץ, זיי האבן מתיר געווען די ערכאות, און מתיר געווען צו ריפען קהל יטב לב דסאטמאר אין קארט.

איצט אז זייי האלטן אז עס איז אזוי מותר ממש א מצוה... וועט מען זיי מכבד זיין אליינס צו טאן די מצוה, און אראפ קומען מיט זייערע ברייטע ביבער הוטן אין געריכט, ווי מען וועט זיי אויספרעגן לעיני הקהל.

נפל » 17/11/2009 19:58

נאך א שאלה

50% פון די טענה'ריי איז געווען וועגן "דיסקאווערי" די זאלי לויערס האבן געשריגן יא, יא, יא, און שוין! די ארוינים לויער'ס האבן געשריבן ניין, ניין, ניין, אויב יא זיכער נישט יעצט נאר נאכדעם וואס בי"ד פסקנט אין ב"פ.

די איבריגע 50% פון די טענה'ריי איז געווען: די ארוינים האבן געפארדערט ארויסצווארפן די גאנצע קעיס און די זאלי'ס האבן געשריגן ניין!

אזוי איז קלאר אין די מיניטס מעל לכל ספק.

בקיצור די ארוינים פאדערן 2 זאכן

א)   ארויסווארפן די קעיס
ב) אויב קארט ווארפט נישט ארויס זאלן זיי לכה"פ ווארטן אויף די תוצאות פון ב"פ

די זאלי'ס האבן געבעטן 2 זאכן:

א) תיכף ומיד פסלן די טרענספער וואס די ארוינים האבן געמאכט
ב) אויב קארט פסלט נישט תיכף, זאל זיך תיכף אנהייבן די "דיסקאווערי"


-------

די תוצאות (אויב איז אמת וואס יונה שרייבט)

די ארוינים זענן מעכטיגע פארלירער!

סעיף א. פארלוירן סעיף ב. פארלוירן

די זאלי'ס שטארקע געווינער

סעיף א. פארלוירן סעיף ב. געווינען

יעצט יונה טייערער שטעל דאס נישט אהער פאר א געווינס לטובת די ארוינים אין א דורך פאל פאר די זאלי'ס ווייל ענק האבן נישט געוואלט דיסקאווערי און די זאלי'ס יא! קענסט שרייבן אויף הייד פארק וואס די ווילסט די זאלי'ס לאכן פון ענק סך הכל האבן זיי באקומען וואס זיי האבן געוואלט.

רבי_יונה » 17/11/2009 20:10

נעבעך אזא געווינס.

לויט ווי די שרייבסט דא האבן די זאליס שוין היינט געווינען די בית החיים...

און יאשקע מסור מיט יודא אליעזר גראבן שוין קברים...

אלע פושקעס פון די אהרונים פליען אראפ...

די מאנגאס פון פאלאקס לאט טראגט מען שוין אריבער...

מעיאר באנדא שטייט אויף תחית המתים און טאנצט אראפ פון פאלאקס לאט אריין אין בית החיים...

קיינער זאגט נישט דא אז די אהרונים האבן געווינען היינט, זיי האבן נאר פארלוירען א מאשען וואס איז נאך פאר די אנהייב פונעם די קעיס, עס קומט נאך זעק מיט מאשענס.

אזוי פיל האט מען יא געווינען אז די ריכטער גייט גלייך אנהייבען מיט די דיסקאווערי, וואס יעדער פארשטייט אז דיסקאווערי אליין וועט נעמען אן ערך פון 2-3 יאר.

דאס מיינט אז ווען די קעיס וועט פארטיג זיין וועט זיין יארן ארום, ווען יעקב בער מיט חיים הערשלע וועלן זיך שוין רייסן ביי די קעפ...

יא די אהרונים און קודשא בריך הוא באנזאם האבן פארלוירען!!
 
אנשטאט מען זאל עס שיקן צו דין תורה און ארויס פונעם טמא'נעם געריכט, בלייבט עס אין קארט כפי הוראת הפורים בג"ץ.

תוקן על ידי רבי_יונה ב- 17/11/2009 20:21:33

נפל » 17/11/2009 20:14

יונה איך בין דיסעפוינטעד איך האב דיר געהאלטן פאר א בעסערע ספינער!

דוד46 » 17/11/2009 20:22

יעדעס ווארט איז איבריג צו שרייבן

בלויז דורכצוליינען יונהלעס צעהיצטע תגובות ווייזט וואסערע געווינס ער און די אהרונים האבן היינט געהאט אין קאורט

נפל » 17/11/2009 20:54

די האסט אפגעשריבן א מגילה און פארט נישט גענטפערט קיין איין ווארט ווי א מענטש, איך גיי זיך נישט מתייחס זיין צו די קינדישע חלקים נאר צו איין נארמאלע סענטענס.

רבי_יונה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נעבעך אזא געווינס.

לויט ווי די שרייבסט דא האבן די זאליס שוין היינט געווינען די בית החיים...

און יאשקע מסור מיט יודא אליעזר גראבן שוין קברים...

אלע פושקעס פון די אהרונים פליען אראפ...

די מאנגאס פון פאלאקס לאט טראגט מען שוין אריבער...

מעיאר באנדא שטייט אויף תחית המתים און טאנצט אראפ פון פאלאקס לאט אריין אין בית החיים...

קיינער זאגט נישט דא אז די אהרונים האבן געווינען היינט, זיי האבן נאר פארלוירען א מאשען וואס איז נאך פאר די אנהייב פונעם די קעיס, עס קומט נאך זעק מיט מאשענס.

אזוי פיל האט מען יא געווינען אז די ריכטער גייט גלייך אנהייבען מיט די דיסקאווערי, וואס יעדער פארשטייט אז דיסקאווערי אליין וועט נעמען אן ערך פון 2-3 יאר.

דאס מיינט אז ווען די קעיס וועט פארטיג זיין וועט זיין יארן ארום, ווען יעקב בער מיט חיים הערשלע וועלן זיך שוין רייסן ביי די קעפ...

יא די אהרונים און קודשא בריך הוא באנזאם האבן פארלוירען!!
 
אנשטאט מען זאל עס שיקן צו דין תורה און ארויס פונעם טמא'נעם געריכט, בלייבט עס אין קארט כפי הוראת הפורים בג"ץ.

תוקן על ידי רבי_יונה ב- 17/11/2009 20:21:33

 



ביטע ליין איבער די מיניטס פון קארט פון November 11 ווייניגער ווי א וואך צוריק, ענקער לויער בעט זיך און שרייט "בשום אין אופן זאל קארט נישט לאזן א דיסקאווערי! אויב יא א דיסקאווערי זאל מען קודם ווארטן אויף די פסק פון די בוררות אין די בארא פארקע קעיס (א זאך וואס לויט ענקער חשבון דארף דאס נעמען 10 יאר) די זאלי'ס לויער בעט זיך "ניין בשום אופן נישט ווארטן נאר שוין יעצט אנהייבן די דיסקאווערי"

ס'גייט אריבער ווייניגער ווי א וואך און קארט פסקנט "דיסקאווערי שוין יעצט" א זאך וואס די זאליס בעטן און ענק פראבירן אפצושרייען! זאג מיר יעצט נאכאמאל אין פנים אז דאס איז פאר ענק א "געווינס"

איך גיי נאר ברענגען עטליכע קליינע שטיקלעך פון די טענה'ריי נישט דאס גאנצע ווייל ווי שוין אויבן געשריבן איז האלב פון די וויכוחים געווען אויב יא אדער ניין פאר דיסקאווערי אויב יעצט אדער שפעטער, אויף ביידע האבן ענק "פארלוירן" (לפי הבנתך "געווינען") קארט זאגט יא און שוין יעצט!

דאס איז וואס MR. FISHER די ארויני'ס לויער זאגט אויף פעידש 9 שורה 22

Now, I appreciate the fact that Mr. Smith
would like to rush into discovery
, but it frankly
makes no sense to me, Judge.

הודעה אז סמיט די זאלי'ס לויער איז דער וואס פאדערט דיסקאווערי "שוין" און דער ארויני לויער בעט זיך אז נישט

ליינט ווייטער שורה 25 ווי די זאלי'ס לויער בעט זיך שוין שוין יעצט דיסקאווערי תיכף נישט אזוי ווי די ארויניס לויער וואס בעט אז נישט

MR. SMITH: Judge, I would just like one
final
reply to that. When a litigant says slow
down, slow down, delay, delay, wait, wait, wait
,
I suggest to the Court that it says something
about that litigant's assessment of the merits of
his underlying position. Of course they don't
want the case decided because they know what the
merits are likely to turn out to be.

יונה פארוואס פארקויסטו שקרים לאור השמש? די נעמסט מיר ארויס די אפעטיט פון שטיין מיט דיר אין ווארט. חוץ אויב דאס איז וואס די ווילסט, איך זאל שווייגן און דיר לאזען ספינען רוהיגערהייט...



תוקן על ידי נפל ב- 17/11/2009 20:55:43

 



תוקן על ידי נפל ב- 17/11/2009 21:00:56

פארשטיי » 17/11/2009 21:01

אלזא, די זאליבאנעצעס האבן היינט אפגעהאלטען א מעכטיגען ניצחון, וואס זייט די גראנד ברעקונג פון די פאלאק'ס סעמעטערי האבן זיי נאך אזא גוטען טאג נישט געהאט,

וואס האט פאסירט?

עס האט פאסירט אזוי, די זאליס האבן מקיים געווען בדחו''ר  די גרויסע ''מצווה'' פון ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם, ולא לפני העכו''ם, און זיי האבן געריפען קהל יטב לב ד'סאטמאר און גויאישען קארט, מיט א טענה, היתכן? מען לאזט זיי נישט גנב'ענען דעם בית החיים,

האבן די ארוינים געזאגט פאר'ן שופט, אז היות אז מיר זענען יודען, זענן מיר געצווינגען אויסצופאלגען אלעס וואס עס שטייט און די הייליגע תורה, דעריבער ווילען מיר אז דער טענה זאל קימען פאר א ב''ד,

און די זאליס האבן געשריגען, פוי! פוי! ח''ו! פאר א ב''ד? זייט ווען גייט מען צו א ב''ד?  דאס איז דאך ביהרג ועל יעבור, עס איז אפי'ערגער פון דעם סקול דיסטריקט, ניין, בשאו''א מיר גייען נישט צו דין תורה,

נאר וואס יא?

מיר ווילען ווייטער טוען די גרויסע ''מצווה'' פון גיין און גויאישען קארט!!!!

מיר האבן אפי' א היתר פון דער ב''ד הגדול היושבים בקיעפ, וואס זיי האבן און שיפלאד א היתר, געבויעט אויף עת לעשות לה', וואס איז גילטיג אלע מאל, עס עקספייערט קיינמאל נישט, ווען מען דארף עס ניצן, צו אונטערברענגען סאטמאר, קען מען עס ניצען!

און דידן נצח!!! דער שופט האט היינט מסכים געווען אז דער טענה אויפן דיעד באלאנגט טאקע און קארט!!!

די שמחה, די התלהבות, וואס הערט ביי די זאליס, אז מען האט געקענט געבן נאך א ריק פארן רבש''ע איז דאך איין לשער,
 
שמשון יענקל איז שוין עד דלא ידע!!! ער לאזט שוין מעסעשדשעס,

דער לא ציית לדינא הרב פילאף האט אויס געבראכען און א בכיה של שמחה, אזאנס, מען קען ווייטער טרעטען אויף די הייליגע תורה, דאס איז דאך אונזער גאנצער ציהל,

דער וויינבערגער פון פייע איז א ביסעל באזארגט אז עס וועט מיזן ערשינען און געריכט מיט די לאנגע בארדע, און די רבנישע ברילען, אבער דאך שיינט אים די צירה וואו א מלאך, אזאנס, דער באשעפער האט געכאפט נאך א ריק!!!

בקיצור מען האט גוט צו געפיקסט ג-ט ב''ה, די זאליס זענען גוט געלאוינט, עס איז א בחינה פון רשע בשעה שמשחקות לו!!!

נפל » 17/11/2009 21:20

פארשטיי ניצחתני בני!

נאר טו מיר א טובה האק נישט אין טשייניק, ווען עס קומט צו ערכאות זענען ענק אייניגע צדיקים!

אזוי ווי פאר יונה וועל איך זיך נישט מטריח זיין צו ענטפערן דיין מגילה פון געשמירטע ווערטער אן הענט און פיס און טענות פון הליכה לערכאות אין וועלכע איר זענט לכה"פ פונקט אז געשלאגן דערין. נאר צו איין נקודה.


פארשטיי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אלזא, די זאליבאנעצעס האבן היינט אפגעהאלטען א מעכטיגען ניצחון, וואס זייט די גראנד ברעקונג פון די פאלאק'ס סעמעטערי האבן זיי נאך אזא גוטען טאג נישט געהאט,

וואס האט פאסירט?

עס האט פאסירט אזוי, די זאליס האבן מקיים געווען בדחו''ר  די גרויסע ''מצווה'' פון ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם, ולא לפני העכו''ם, און
זיי האבן געריפען קהל יטב לב ד'סאטמאר און גויאישען קארט, מיט א טענה, היתכן? מען לאזט זיי נישט גנב'ענען דעם בית החיים,

האבן די ארוינים געזאגט פאר'ן שופט, אז היות אז מיר זענען יודען, זענן מיר געצווינגען אויסצופאלגען אלעס וואס עס שטייט און די הייליגע תורה, דעריבער ווילען מיר אז דער טענה זאל קימען פאר א ב''ד,

און די זאליס האבן געשריגען, פוי! פוי! ח''ו! פאר א ב''ד? זייט ווען גייט מען צו א ב''ד?  דאס איז דאך ביהרג ועל יעבור, עס איז אפי'ערגער פון דעם סקול דיסטריקט, ניין, בשאו''א מיר גייען נישט צו דין תורה,

נאר וואס יא?

מיר ווילען ווייטער טוען די גרויסע ''מצווה'' פון גיין און גויאישען קארט!!!!

מיר האבן אפי' א היתר פון דער ב''ד הגדול היושבים בקיעפ, וואס זיי האבן און שיפלאד א היתר, געבויעט אויף עת לעשות לה', וואס איז גילטיג אלע מאל, עס עקספייערט קיינמאל נישט, ווען מען דארף עס ניצן, צו אונטערברענגען סאטמאר, קען מען עס ניצען!

און דידן נצח!!! דער שופט האט היינט מסכים געווען אז דער טענה אויפן דיעד באלאנגט טאקע און קארט!!!

די שמחה, די התלהבות, וואס הערט ביי די זאליס, אז מען האט געקענט געבן נאך א ריק פארן רבש''ע איז דאך איין לשער,
 
שמשון יענקל איז שוין עד דלא ידע!!! ער לאזט שוין מעסעשדשעס,

דער לא ציית לדינא הרב פילאף האט אויס געבראכען און א בכיה של שמחה, אזאנס, מען קען ווייטער טרעטען אויף די הייליגע תורה, דאס איז דאך אונזער גאנצער ציהל,

דער וויינבערגער פון פייע איז א ביסעל באזארגט אז עס וועט מיזן ערשינען און געריכט מיט די לאנגע בארדע, און די רבנישע ברילען, אבער דאך שיינט אים די צירה וואו א מלאך, אזאנס, דער באשעפער האט געכאפט נאך א ריק!!!

בקיצור מען האט גוט צו געפיקסט ג-ט ב''ה, די זאליס זענען גוט געלאוינט, עס איז א בחינה פון רשע בשעה שמשחקות לו!!!


די ביסט דא מהפף הקערה על פי', ליין די מיניטס ביטע... נישט דאס בכלל איז די טענה פון די זאלי'ס, די טענה פון די זאלי'ס איז היתכן די ארוינים האבן דאס געגנבט.

דוד46 » 17/11/2009 21:28

נפל

א שאד צו טענהן מיט די אהרונים, ווייל זיי האבן סייווי געווינען....

טאטלע » 17/11/2009 21:28

איך מיטשע מיר שוין לאנג ציפארשטיין
וואס איז א נפקא מינה למעשה צי די טרענספער איז יא לעגאל צי נישט
ווייל אפילו סאיז נישט לעגאל גייט עס דאך ציריק צי קהל ייטב לב
יעצט ווער עס איז קהל ייטב לב קען דאך די קארט נישט פסקענען נאר כל דאלים גבר 
אין בית החיים זענען דאך די ארונים אלים גבר ממילא בלייבן זיי דארט


??????????????????????????????????????????????????????????? 

נפל » 17/11/2009 22:09

טאטלע

דיין קשיא האט א תירוץ אפילו די מאכסט אזוי פול ??'ס

איך ווייס נישט די תירוץ, איין זאך ווייס איך יא, די זאלי'ס זענען זייער גוט געפארן מיט זייערע מהלכים ביז היינט, איך גלייב אז זיי ווייסן אויך פון דיין קשיא. אויב זיי זענען גרייט צו ספענדן אויף לויער'ס ריזיגע סכומים האבן זיי א אויסגערעכנטע חשבון.

יענקעלע11 » 17/11/2009 22:14

יא יא, די זאליס האבן ווייטער געווינען,
האבן זיי דען אמאל פארלוירן? NEVER!!!
סיי וואס דער ריכטער וואלט גע'פסק'עט
וואלטן זיי געקלעימט וויקטארי,
ווייל אפילו דער ריכטער וואלט געזאגט אז דאס איז
יא רעלידזשעס וואלטן זיי געשריגן אז זיי האבן געווינען
ווייל זיי לויפן שוין אין אפעלעט... נוסח, רעבעצינס שוהל,
דא איז גארנישט נתחדש געווארן, דאס איז געווען ערווארטעט
און גלייבטס מיר, איי גייט דאס זיין רעלידזשעס און נאך ווי רעלידזשעס,
זיי וועלן נאך דארפן בויען א מקוה אין געריכט הויז...

ס'איז קלאר נאך דעם בארא פארק/דעמערעסט אפעלעט פסק אז
א ריכטער קען נישט ארויס ווארפן א קעיס ווייל ער/זי האלט אז סוף
כל סוף וועלן זיי דארפן אנקלאפן מיט רעליגיע, כן הדבר הזה,
פונקט ווי אין בארא פארק איז געווען די טענה "באארד מעמבער"
און די ריכטערן האט געזאגט אז סוף כל סוף וועלן מיר אנקלאפן אין רעליגיע
האט זי דאס לכתחילה ארויס געווארפן, האבן די אפעלעט ריכטער געזאגט אז ניין,
מען קען נישט ארויס ווארפן א קעיס על שם העתיד, הער אויס דעם קעיס
און דערנאך וועסטו מחליט זייט אויב דאס איז רעלידזשעס,
דא איז אויך אזוי, אויפן אויבערפלאך איז דער נושא נאר דער דיד,
קען דער ריכטער נישט זאגן אז איך ווארף דאס ארויס ווייל סוף כל סוף וועלן
מיר אריין קראכן אין רעליגיע, נאר ער דארף דאס קודם אויסהערן,
און גלייבט מיר, יעדע דריטע סענטענס וועט זיין, רבי, הלכה, שלחן ערוך,
בעל שם טוב, טעמי המנהגים, וכו', ווען מיר האבן דעם שליסל,
וואס הייסט "רעליגיע" וועלן מיר דאס ניצן כאוות לבינו,

און בכלל, ווער ס'איז קהל יטב לב פון ברוקלין האט שוין דער קארט
גע'פסק'עט אז זיי קענען זיך נישט מישן, נו, חלום'ען די זאליס אז דער קארט
גייט זיך אצינד יא מישן און געבן פאר זיי בעלות?
גייט דען דער קארט צוריק ציען פון זייער פרירעדיגן פסק אז זיי קענען
זיך נישט מישן? ווייל אויב יא, איז אפשר גייען זיי זיך ענדליך יא מישן
און מחליט זיין אז ר' בערל פריעדמאן איז פרעזידענט אזוי ווי ריכטער
ראזענוואסער האט גע'פסק'עט, אבער דאס גייט נישט געשעהן!!!
זיי וועלן ווייטער בלייבן ביי זייער החלטה אז זיי קענען זיך נישט מישן
און ווער ס'איז אוחז ביד דער בלייבט ווייטער בעל הבית,

אלזא, זאליס טייערע, כאפט אייך נישט צו צו שטארבן אצינד...
איר האט נאכנישט צוריק דעם בית החיים,

און אפשר איז אצינד א שעת הכושר צו מאכן א שטיקל חשבון אז
אפשר איז שוין גענוג מיט די אלע ערכאות'ער, און אפשר קענען זיי
טרעפן עפעס א היתר צו גיין צו א דין תורה, כהילכות גוברין יהודאין,
אפילו א דיעבד היתר, אפילו א דוחק היתר, אולי ואולי...

נפל » 17/11/2009 22:20

יאנקעל פארוואס ביסטו מעורר די זאליס זיך צו שטעלן צו דין תורה נאר ווען עס גייט נישט גוט פאר... די ארויניס?

נ.ב. ביטע גיי אין די רייע

1) ליין איבער וואס איך האב געשריבן אויבן
2) ליין איבער די מיניט'ס
3)  נעם א שטעלונג בנוגע ווער ס'האט געווינען, דערווייל.
4) נאר דערנאך גיב ארויס דיין רצון ווער ס'זאל געווינען

לעת עתה האסטו אנגעהויבן פון די לעצטע און ביסט געבליבן דארט.

תוקן על ידי נפל ב- 17/11/2009 22:21:05

יענקעלע11 » 17/11/2009 22:38

אזוי? ס'גייט מיר נישט גיט, הא?
טאמער א זאלי דיסייד אצינד צו שטארבן,
און וויל ליגן אין בית החיים ווי רבותינו זי''ע ליגן,
צו וועם דארף ער זיך ווענדן, הא?

אגב, ווארשיינדליך האסטו פארפאסט וואס איך האב געשריבן
פאריגן ערב שבת בראשית, ווען ס'איז אונז נאך יא גיט געגאנגען,
דא האסטו דעם לינק,
 http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2702932&forum_id=16386

די צוריק געבליבענע זאליס,
דער ריכטער זאגט אז ס'גיטיט זיין א טרייעל,
און זיי האבן שוין געווינען,
און פארלאנגען בתוקף אז איך זאל אנהייבן צו וויינען
ווייל איך האב פארלוירן, נישט אזוי שנעל, זאלישלעך...

פארשטיי » 17/11/2009 22:48

אל כבוד הרב נפל! חונה פה פאלאק'ס סעמעטערי אשר בעיר טאון אף מאנרו יע''א!

די רעדע וועגן גנב'ענען!

לאמיר זיך שטעלען אויף די ווערטער פון דעם גנב כל הדורות הרב הוועקי ר' זלמניו זאל לעבן! וז''ל: גנבים, גזלנים, חמסנים, עס העלפט נישט קיין תשיבה, עכ''ל של ר' זאלי:

גנבים? גזלנים? חמסנים?

וואס ווען וואו?

דער ר' זלמניו איז תש''מ געווארען רב און סיגוט, און דער ברך משה זי''ע, וואס האט גוט געקענט זיינע קונדער, האט אייביג זיכער געמאכט אז דער ר' זלמניו בלייבט און סיגוט, און שטעקט נישט אריין זיין עם הארצישער נעגעל און קהלתינו הק' יטב לב ד'סאטמאר,

און וואו לאנג דער הייליגער רבי דער ברך משה זי''ע איז געווען און די כלים איז אונזער ר' זלמניו געזיצען און סיגוט, און נישט געהאט קין דריסת רגל בק''ק סאטמאר!

משא'כ רבינו שליט''א האט דער ברך משה זי''ע, געשטעלט אלס ראש הישיבה פון די הייליגע סאטמארע ישיבה, און רב פונעם הייליגען סאטמארען שטעטעל און קרית יואל, און ער האט אים געטרויעט מיט יעדע שליחות, און רבינו שליט''א האט אייביג פארטרעטען סאטמאר,

דער ברך משה איז געווארען נישט געזונט, און דער מייסטער טעראראריסט בן פראדעל, האט זיך צו שלאגען מיט רבינו שליט''א, ווייל  ער האט דערשמעקט אז אז וועט נישט זיין גבאי ביי רבינו שליט''א, נאר ער וועט זיך דרייען און די גאסען פונקט וואו זייט מיטער פראדעלע,
איז ער געווארען ווילד און ער האט באשאפען אזא מציאות וואו ''א ר' זלמניו'', וואס איז געווען ווילד פרעמד און סאטמאר אלע יארען, צילוב זיין פוסטקייט, און עם הארצעס,  

דער גאנצער עולם איז געווען דער קעגען! די ראשי הקהלה זענען געווען דערגעגן, דער ברך משה האט גאר נישט געהאט דערמיט, מען האט זיך עס איבערצייגט צעדליגע מאל,

די איינציגסטע וואס האבן געשטיפט דער ר' זלמניו מציאות זענען געווען די לעפקעס מיט די יאקאבאוויטשליך, וואס זענען געווען מוקצה מחמת מיעוס" און סאטמאר, זייט דער הייליגער רבי דער ברך משה האט זיי פארשיקט און די מויזען לעכער,

אלזא, וואו קימט דער ר' זלמניו אריין דא און בילד? ער באלאנגט און סיגוט, און ער האט נישט קיין שום שטעלע און סאטמאר, אפי' דער מאפיונער בן פראדעל וויל אז ער זאל זיין רבי,

דער בית החיים באלאנגט פאר קהל יטב לב ד'סאטמאר, וואס איז נסייתד געווארען דורך רבינו הקוה''ט דעם בעל דברי יואל, זי''ע - און איז ווייטער געפירט געווארען דורך רבינו הקוה''ט דעם ברך משה זי''ע, און איז בנשיאות כ''ק רבינו שליט''א,

ר' זלמניו איז קיין מחותן דא! זיין פלאטץ איז און סיגוט, אדער ביי די ''מענדעלע טעאטער'' און תל אביב וואס איז אנגעפירט געווארען דורך רבו מבהק ר' שימעלע דשיגאן,
 
ער זאל מוחל צוריק געבן די ירושה פון ברך משה וואס ער האט גגב'עט,
די נייע ביהמ''ד וואס ער האט גגב'עט
און נאך און נאך!!!

העלד » 17/11/2009 22:58

אבער ליידער פארשטיי איז דאך דער מציאות אז דער ר' זלמניו זיצט נישט אין סיגוט
 און אויך נישט אין זשיגאן טעאטער 
  און בן פראדל דרייט זיך נישט אין די גאסן
 און די לעפקעס און יאקאבאוויטשליך זענען ליידער נישט אין די מייזן לעכער
דער מצב גייט עפעס נישט ווי געפלאנט
וואס קען מען נאך טאן?
מען האט דאךשוין געטוהן אלעס אין די וועלט אז עס
זאל  געשעהן און עס גייט נישט!
איי רבש''ע עד מתי??

פארשטיי » 17/11/2009 23:09

אלזא ר' העלד ביזט מודה אז דיין וועקי ר' זלמניו, באלאנגט און סיגוט, נאר ער האט אונוואנדירט סאטמאר, מיט טעראר און פאליציי,

אלזא, וואס קימט דער ר' נפל אטאקירען די מענטשהייט וז''ל:

 די ביסט דא מהפף הקערה על פי', ליין די מיניטס ביטע... נישט דאס בכלל איז די טענה פון די זאלי'ס, די טענה פון די זאלי'ס איז היתכן די ארוינים האבן דאס געגנבט.

 

ארוינים גגנב'עט?????


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 17/11/2009 23:11:03

בשמחה_תמיד » 17/11/2009 23:10

(קראך_היט:)

הסבר איבער ביה"ח דיד קאורט

איך האלט אז דער פראגע פארלאנגט זיך א באזונדערע אשכול, ווייל ס'א קשיא וואס עגבערט זייער אסאך אירע, אויב ווער ס'קען זאל ביטע מסביר זיין א קושיא עצומה וואס מ'האלט און איין פרעגן און זיך וואונדערן און איך האב דערווייל נישט געהערט קיין נארמאלער הסבר.

ס'נישט קיין סוד אז קארט קעיסעס מיט לויערס איז נישט קיין ביליגער עסק, ווען סיי וועלכער צד גייט אין קארט איז עס נאר אויפן חשבון אז ס'לוינט צו אינוועסטירן די געלט אויפן חשבון אז אפשר וועט דער געווינס זיין סך מער,

למשל די ארונים זענען אריין אין קארט אין וומ"ב און געשווענדט געלט אלס א געמבל, א ריזיקע, אז אויב מ'געווינט וואלט געלוינט יעדע פעני.

ווי יעדער ווייסט זענען די זאליס אין קארט קעגן די אהרונים, איבער דער ביה"ח דיד, זיי פארלאנגען אז מ'זאל מבטל זיין די CYL CEMETARY דיד, און עס צוריקשטעלן צו קהל יטב לב

קודם א פראגע צו די זאליס:
יעדער בר דעת פארשטייט אז צוריקשטעלן דער דיד צו קהל יטב לב וועט פאר קיין איין רגע נישט טוישן די בעלות פון די ביה"ח, והא ראי' אז ביי די אנדערע ביה"ח קעיס (ווי די פריוואטע זאליס מענטשן פארלאנגען זייער קבורה רעכטן, יעצט איז עס אין אפעלאט), האבן די זאליס קיינמאל נישט געטענה'ט פארן קארט אז מחמת די נייע דיד האבן זיי פארלוירן זייער סערטיפיקאטן, און די זעלבע די אהרונים האבן אלס געטענה'ט אז זיי זענען בעה"ב, מטעם קהל יטב לב וומ"ב נישט ווייל דער דיד איז אונטער CYL, איז דאך קלאר אז דער דיד וועט לכל הדעות נישט אויסמאכן הלכה למעשה אויפן בעלות.

נו וואס פאר א שווארץ יאר איז דער חשבון פון שווענדן די געלט פאר לויערס אויף אזאך וואס ברענגט דיר קיין שום ישועה?

יעצט א גרעסערע פראגע צו די ארונים:
איך פארשטיי זייער גוט אז דער נייער CYL דיד איז מסתמא א וויכטיגע זאך, כאטש איך פארשטיי נישט פונקטליך פארוואס, וואס איז דען שלעכט ווען ס'בלייבט אונטער קהל יטב לב, אבער איך בין נישט קיין לויער, מסתמא האט עס געהאט א וויכטיגע סיבה, אבער פון די אנדערע זייט האלט איך אז די סיבה פארוואס די זאליס זענען אריין אין קארט איז ווייל זיי האפן אז זיי וועלן אפשר פון א אונטער טיר בעיקיפן פרובירן צו באקומען א פסק וואס וועט זיי אפשר יא געבן אפשר א שטיקל בעלות,

איז יעצט מיין פראגע פארוואס זיך לאזן ארומפירן פון זיי, אפשר וואלט געלוינט צו שלאגן כפרות מיט זיי, און זאגן פארן זיי, ס'גייט ענק טאקע אזוי בנפשו דער דיד? מסכים, איך געב דיר נאך, למען השלום (נישט אז מ'געב מיר אויף עפעס לעגאלע רעכטן נאר למען השלום) זעמיר מבטל דער דיד און ס'גייט צוריק צו קהל יטב, קעיס קלאוסד, און הענג דיך, וחסל, פארוואס זאל מען זיי אפי' געבן א קליינע שאנס עפעס צו געווינען בעלות.

נפל » 17/11/2009 23:31

קראך היט עס איז קענטליך אז איר האט נישט געליינט די מיניט'ס פון פאריגע וואך, ווען יא וואלטן רוב פון אייערע שאלות געווארן פארענטפערט.

יאנקעלע 11 היינט איז ארויס א פסק פון געריכט "איז דאס געווען לטובת די זאליס אדער לטובת די ארויניס"? דאס איז די שאלה און די תשובה איז לטובת די זאליס, ענקער לויער האט זיך געשלאגן מיט ציין און נעגל דערקעגן און דאס געריכט האט אים אנגעפיפן. אלעס ארום איז נישט קיין נפק"מ אויפן מינוט.

פארשטיי זיי מיר מוחל איך פיר נישט קיין שמוסען מיט קליינע קינדער, ביטע שרייב ווי א ערוואקסענער, נפל שמייפל וועקי שמעקי איז אינטער מיין סעלף ריספעקט. ביטע אנטשולדיגן.

נ.ב. איך בין א לעבעדיגער געזינטער מענטש, א נפל איז נאר איינער וואס שטארבט אין די 30 טעג פון געבורט... מיין ניק נפל איז סך הכל א ראשי תיבות פון דריי נעמען.

פארשטיי » 17/11/2009 23:33

לטובת די זאליס!!!!

און קעגען דעם אייבישטען!!!

פארשטיי » 17/11/2009 23:34

אגב א קלייניקייט ווען באקימען די זאליבאנעצעס די בעלות אויפן בית עולם???

nys10952 » 17/11/2009 23:42

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]


פארשטיי זיי מיר מוחל איך פיר נישט קיין שמוסען מיט קליינע קינדער, ביטע שרייב ווי א ערוואקסענער, נפל שמייפל וועקי שמעקי איז אינטער מיין סעלף ריספעקט. ביטע אנטשולדיגן. 



איך האלט אויך אזוי סאיז נישט נארמאל אזוי צי שרייבן צווישן זיך

(אויב איך מעג זאגן ער קיקט ער מר' פארשטיי מיר אויס ווי איינער פין די אנדערע צד וואס שפילט א חסיד פין מהר"א)

תוקן על ידי nys10952 ב- 17/11/2009 23:47:07

נפל » 17/11/2009 23:45

פארשטיי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לטובת די זאליס!!!!

און קעגען דעם אייבישטען!!!


כפי רצון פארשטיי, איך האף נאר אז ביסט גענוג ערוואקסן צו פארשטיין אז נישט יעדער וואס געפעלט דיר נישט ווערט אויטאמאטיש "קעגען דעם אייבישטען"

אין מיינע אויגן איז די חילול השם איום ונורא נישט קיין חילוק וועלכע צד געווינט אדער פארלירט.

איך וואלט געשירבן

לטובת די זאליס!!!!

און קעגען דעם אייבישטען!!!

לטובת די ארויניס!!!!

און קעגען דעם אייבישטען!!!

למעשה איז די גאנצע געשעפט קעגן באשעפער אבער געווינען האבן די זאליס און נישט די ארויניס

פארשטיי » 17/11/2009 23:49

 אל כבוד הרב נ.פ.ל.

וואס האבן דא די ארוינים געטאן קעגען באשעפער? זיי האבן געוואלט גיין צו דין תורה?
נא. אזוי אזוי דאך דער אייבישטער געהייסען עיין חו''מ ס' כ''ו סיעף א' אלזא וואס דרייסטו דא א ספאדיק??????

פארשטיי » 17/11/2009 23:51

מר' NYS

די קענסט מיר ריפען גוי!

אבער זאלי זאלסטו מיר נישט ריפען ייש''כ

nys10952 » 18/11/2009 00:00

פארשטיי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מר' NYS

די קענסט מיר ריפען גוי!

אבער זאלי זאלסטו מיר נישט ריפען ייש''כ


איי קענט העלפ יא די מאכסט מער שאדן פאר דיין צד (מהר"א) ווי די מאכסט פאר די אנדערע צד (מהז"ל) עכ"פ פאר מיר אלטס א זייטיגע מענטש וואס ליגט נישט אין דע אלע שמוץ אזוי שטארק קיקט מיר אזוי אויס אין איך גלייב אז יעדע פרעמדע מענטש האלט אזוי אז די ביסט א חסיד פין מהרז"ל עכ"פ א שוואכער חסיד פין מהר"א

תוקן על ידי nys10952 ב- 18/11/2009 00:01:32

קראך_היט » 18/11/2009 00:04

פארשטיי, כך הוא דרכה של הזאלונים, אלימלא וואלט דער קארט געפסקנט אז דער סיכסוך מוז ח"ו רח"ל גיין צו די די"ת השם ירחם, אזוי ווי אין בארא פארק, דעמאלטס וואלט עס געווען די גרעסטע חילול השם, ממש תורה תורה חגרי שק!!! מ'מוז נעבעך נעבעך גיין אין דין תורה

אבל עכשיו שזכינו אז אידישע קינדער גייען ווייטער זיצן אין  די הייליגע ערכאות של עכו"ם עוד רבות בשנים דשנים ורעננים, אהה!! ב"ה דאס איז א נחת רוח לבורא ברוך הוא, און דאס גייט זיכער מקרב זיין די גאולה!!! 

איך קען מיך ממש מצייר כאילו בעל השמועה עומד כנגדי און דער הייליגער מאנטעוועדעאר רבי ז"ל האלט די דרשה.

נפל » 18/11/2009 00:14

[quote]

 אל כבוד הרב נ.פ.ל.

וואס האבן דא די ארוינים געטאן קעגען באשעפער? זיי האבן געוואלט גיין צו דין תורה?

[/quote]

דאס זאלסטו פארקויפן פאר דיין עטלער באבע, ענק זענען אייניגע צדיקים הינגעריג פאר כבוד מיט כוח וכו' ביידע צדדים טוען וואס עס איז גוט פאר זיי און ביידע צדדים דרייען די תורה לויט זייער גיסטע, סא לאז אפ דא דעם באשעפער. דער באשעפער איז נישט קיין מחותן דא און ביידע צדדים אין סאטמאר טארגן א אחריות פון חילול שם שמים מיט די קארט קעיסעס, היינט איז דאס זאליס מארגן ארויניס וחוזר חלילה

NYS פארשטיי איז א וויטואלע צווילינג ברידער פון יונה ער שפילט גארנישט, אזוי רעדן זיי.

נ.ב. איך וויל נישט פארקריכן דא פון די נושא נאר אנרירן וויפיל ס'איז נוגע פארן עצם וויכוח. די ראשי קהלה פון טאהש האבן געפירט אין קארט סכסוכים מיט ר' ישראל בנימין לאווען אבער נישט אזוי ווי אין סאטמאר ווי די היתר ליגט אין לעדל וכו' ניין, די ראשי קהלה האבן באקומען א "כתב סירוב" און א "היתר הליכה לערכאות" קעגן ר' ישראל בנימין פון ביד"ץ התאחדות הרבנים! נישט פון א פלעטבושע כולל מיט לעדל היתרים וכדו'. דאס הייסט געגאנגען אין קארט על פי תורה, משא"כ אין סאטמאר.

פארשטיי » 18/11/2009 00:25

אל כבוד NYS

איך האב א פאר פראגען פאר דיר

קענסט מיר אפשר זאגען וואופול טעמים רבינו הקוה''ט שרייבט און זיין הייליגען ספר ויואל משה, פארוואס מען טאר נישט גיין צו די בחירות?

קאנסטו מיר אפשר עקלערן פאר וואס רבינו הקוה''ט נעמט אן להלכה אז יושב אר''י גייט נישט אן בזמן הזה? טראץ דעם וואס רוב ראשנים לערנען אז עס גייט יא אן בזמן הזה?

קענסטו מיר אפשר עקלערען פאר וואס מען טאר נישט נעמען קיין געלט פון די מדינה?

קענסטו אפשר עקלערן פאר וואס די פראבלעם איז מיט די אגודה? און אלע אנדערע רעגילעזער פארטייען?

קענסטו מיר אפשר עקלערן פארוואס רבינו הקוה''ט שרייבט להלכה אז גיין און בג''ץ הציוני איז ביהרג ועל יעבור?

ווייסטו אפשר פאר וואס רבינו הקוה''ט האט מחבר געווען דעם הייליגען ספר על הגאולה ועל התמירה?

ווייסטו אפשר פאר וואס רבינו הקוה''ט בעל דברי יואל האט געהאלטען אז מען איז נישט יוצא מיט קיין אתרוג וואס קימט פון ארץ ישראל?

ווייסטו אפשר וואס דער דעת פון רבינו הקוה''ט איז געווען לגבי מאכען על המחיה אויף מזונות וואס האט נישט קיין כזית מעל?

ווייסטו אפשר וואס די שיעור פון די מעברת פון די תפילין דארף זיין לויט די שיטה פון רבינו הקוה''ט זי''ע?

ווייסטו אפשר פאר וואס רבינו הקוה''ט האט געאסערט חינוך עצמאי?

וואס האסטו מיט סאטמאר? און וואס ווייסטו פון סאטמאר? און ווער האט דיר געפרעגט א מיינונג און די סאטמארע פאלאטיק?

דו האסט אליינס מודה געווען דא אויפן פארק שוין 2 מאל אז דו האסט גארנישט מיט סאטמאר,

דעריבער זאג נישט קיין מיינונג און זאכען וואס די ווייסט נישט און פארשטייסט נישט! און לאז לעבן די מענטשהייט, און רוף מיך נישט זאלי!!!

החותם בכבוד והערצה, ואתכם הסליחה, אויב איך האב פוגע געווען בכבוד מע''כ, זיי מיר מוחל למפרע

פארשטיי

פארשטיי » 18/11/2009 00:33

אל כבוד ר' נפל'לע

האבן די ארוינים עקלערט און געריכט צענדליגע מאל אז זיי ווילען גיין צו דין תורה? יא? אדער ניין?

האבן די ארוינים נישט געשריבען און די צייטונגען אריבער 178 מאל אז זיי ווילען גיין צו די ד''ת? יא? אדער ניין?

האבן די זאליבאנעצעס עקלערט און געריכט צענדליגע מאל אז זיי ווילן נישט גיין צו דין תורה? יא? אדער ניין?

האבן די זאליבאנעצעס נישט פראקאלאמירט א פאר מאל אז רבינו הקוה''ט בעל ברך משה זי''ע לאזט ח''ו נישט גין צו דין תורה! און די זאליבאנעצעס שטעלן זיך נישט צו די ד''ת לויט זיין גוטהייסונג ח''ו? יא? אדער ניין? 

אלזא וואס פארדרייסטו דא א קאפ? 

די ארוינים האבן געוואלט, און ווילען איצט, און ווילן און די צוקנופט נאר גיין צו דין תורה!!!!


און די זאליבאנעצעס, האבן נישט געוואלט גיין צו ד''ת, און ווילן איצט נישט גיין, און וועלן לעתיד אויך נישט גיין צו קיין ד''ת! 

זיי האבן פיינט די תורה, ווייל רבינו שליט''א לערנט איר! זייערע דיינים זענען פאלנע לא ציית לדינא, די תורה איז זיי נישט מחייב, זיי האבן אן הלכה וואו עבריינים, און מרימי יד בתורת משה רבינו ע''ה, און זיי זענען רשעים גמורים עיין ברמ''א חו''מ סימן ח''ו   



תוקן על ידי פארשטיי ב- 18/11/2009 00:42:09

 



תוקן על ידי פארשטיי ב- 18/11/2009 00:43:31

יענקעלע11 » 18/11/2009 00:44

לכבוד ר' ליפא פלאצט נעבעך שליט''א

קענסט מיר אפשר ענטפערן פארוואס די זאליס האבן א איי קיו
פון אינטער 50
1) א געבארטס פעלער
2) ווילן נישט פרשעמען זייער רבי
3) אויב וואלטן זיי געהאט א עכערס וואלטן זיי דאך נישט געווען קיין זאלי
4) ALL OF THE ABOVE

דער נייפעלע האט געבויט א בנין אז היינט איז עמעצער ארויס א געווינער,
און פראבירט מיט כח ארויס צו שלעפן עפעס א הודאה אז די זאליס
האבן געווינען, איי וואס האבן זיי געווינען? ס'איז דאך מפטירין כדאתמול,
אבער נייפעלע שרייט געווינען איז געווינען!!!,

אלזא, הער מיך אויס, היינט איז קיין געווינער נישט געווען, אויב וואלט דער
ריכטער נאכגעגעבן פאר די אהרונים און גע'פסק'עט אז דאס איז רעלידזשעס
וואלטן די אהרונים געווינען און במילא די זאליס פארלוירן, אבער אזוי ווי ער 
האט גע'פסק'עט אז מען גייט צו טרייעל, איז נאך פארלייפיג נישטא קיין
געווינער אדער פארלירער, והדברים פשוטים מאוד, (פאר איינעם מיט א 
נארמאלן איי קיו). 

פארשטיי » 18/11/2009 01:00

[בילד – נישט אפגעהיט]

פארשטיי » 18/11/2009 01:13

עס איז דא עפעס א זאלי וואס שפאצירט דא ארום אויפן פארק און ער שרייבט וואו פאלגענד:

מיט א גוי גייט מען  אין קאורט

 

וויאזוי האט רבינו בעל ברך משה זי"ע געשריגן אויף דוד עקשטיין ווען ער האט באפאלן ר' משה משב"ק אז ער וועט אים רופן צו דין תורה: "דו פירסט זיך אויף ווי א גוי און דו ווילסט נאך גיין צו דין תורה?

עכ''ל פונעם זאלי דוד 46

קימט א צוויטער זאלי מיטען נאמען חיי שעה און שרייבט וואו פאלגענד:

מיר זענען אלעמאל גרייט צו גיין צו דין תורה, מיר פאדערן איין קליינע תנאי און די ארוינים ווייסן דערפון.

אביסעלע טינט פון א קליינע פעדער א חתימה אויף די שטריי ברורין וואס זאל זיך ליינען "אהרן טייטלבוים"

דערווייל האלט ער נישט דערביי

עס איז פשוט נישטא ווער עס זאל לאכען!!!!

די זאליס ווילען נאר קימען צו די תורה נאר טאמער רבינו שליט''א שרייבט אונטער שטרי ברורין, איר הערט ווערטער!

ווען רבינו שליט''א וועט אונטער שרייבען וועלן די זאליבאנישע לייצים אויף קימען, אז פרעזידענט אבאמא הי''ד דארף אויך אוהטער שרייבען,

און טאריק אזיז אויך

און דער פובסט!

מיטן ראש הממשלה בנימין זאל לעבן

מיט מייקל סאסמאן,

יאשקע מסור

ווער נאך?

עכ''פ זיי זענען מודה אז זיי האלטען נישט ביים גיין צו דין תורה!

דוד מיטן סיבה ווייל מיר זענען גוים,

און חיי שעה מיטן סיבה!

ווייל עס מיזן אויך מסכים זיין צו די שטרי ברורין א גאנצע רייע מיט בר נש'ן אפי זיי האבן נישט קיין שייכות צו דעם סוכסוך!

ברוך שלא עשנו זאלי

געגאנגען » 18/11/2009 01:34

ס'איז קלאר אז די זאליס האבן געהאט היינט א מינימאלן מאראלישן געווינס, ווען דער ריכטער האט זיי נאכגעגעבן ביידע זייערע פארלאנגען, וואס איז אבער פונקט גענוג אז די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן און גארנישט מער.

אין מציאות גייט זיך אי"ה גארנישט טוישן אין די פירערשאפט פון ביה"ח דקהל יטב לב ד'סאטמאר פאר 2 סיבות:

1) דן זיין אויפן דיעד מיינט נאכנישט אז די זאליס גייען געווינען. די אהרונים - בעסער געזאגט, ר' גדלי' סעגעדין - האבן געמאכט א גוטע ארבעט ביים איבערשרייבן דעם דיעד, וואס גייט זיך ארויסשטעלן ברבות הימים.

2) אפילו אויב די אהרונים פארלירן דעם דיעד טראנספער וועט סך הכל דער ביה"ח צוריקגיין צו די ארגינעלע בעלי בתים, וואס זענען די הנהלה פון קהל יטב לב ד'סאטמאר.

די לעגיטימע הנהלה פון קהל יטב לב ד'סאטמאר זענען הרה"ח ר' בערל פריעדמאן שליט"א, הרה"ח ר' חיים אליעזר גראס שליט"א, און הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש שליט"א. קיין שום ריכטער קען נישט און וועט נישט זאגן אנדערש, ווייל ריכטער באראש ואחריו כמעט אלע ריכטער (אחוץ ראזענוואסער) ביז דעם קאורט אף אפיעלס האבן אזוי געזאגט.

אלזא, מ'קען איבערגעבן פאר די מתים אין פאלאק'ס לאט אז זיי וועלן דארט בלייבן ליגן למנוחות ביז משיח'ס טאג, אי"ה.

[נ.ב.
מ'קען זיין גערישט אין די קומענדיגע וואכן צו הערן שרעקליכע קללות קעגן די ראשי הקהלה פאר די העזה פון לאדענען די הויפטן פון די מסרבים לדין והולכים בערכאות אויפצוטרעטן פיזיש אין זייער אזוי באליבטן געזעץ היטנדן געריכט].

געגאנגען » 18/11/2009 01:37

און צו דעם וואס פרעגט פארוואס דאס פעלט אויס בכלל איז דער תירוץ זייער פשוט:

הרשעים כים נגרשו, השקט לא יוכלו!

אויב דער ביה"ח בלייבט אויפן נאמען פון קהל יטב לב מיינט עס בפשטות אז פאר די קומענדיגע 100 יאר - אויב משיח קומט נישט פריער, חלילה - איז נישטא לעגאל קיין קלארער בעה"ב אויפן ביה"ח, פארשטייט זיך אז זייער אסאך קען זיך טוישן אין די קומענדיגע יארן, אבער ס'איז זייער אן אומזיכערע פונדאמענט צו קענען לאזן לכתחילה שטיין דערויף דעם עתיד פון די וויכטיגסטע פארמעגן וואס סאטמאר האט ווען אימער פארמאגט.

rebyankel » 18/11/2009 02:02

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
[quote]

 אל כבוד הרב נ.פ.ל.

וואס האבן דא די ארוינים געטאן קעגען באשעפער? זיי האבן געוואלט גיין צו דין תורה?

[/quote]

דאס זאלסטו פארקויפן פאר דיין עטלער באבע, ענק זענען אייניגע צדיקים הינגעריג פאר כבוד מיט כוח וכו' ביידע צדדים טוען וואס עס איז גוט פאר זיי און ביידע צדדים דרייען די תורה לויט זייער גיסטע, סא לאז אפ דא דעם באשעפער. דער באשעפער איז נישט קיין מחותן דא און ביידע צדדים אין סאטמאר טארגן א אחריות פון חילול שם שמים מיט די קארט קעיסעס, היינט איז דאס זאליס מארגן ארויניס וחוזר חלילה

NYS פארשטיי איז א וויטואלע צווילינג ברידער פון יונה ער שפילט גארנישט, אזוי רעדן זיי.

נ.ב. איך וויל נישט פארקריכן דא פון די נושא נאר אנרירן וויפיל ס'איז נוגע פארן עצם וויכוח. די ראשי קהלה פון טאהש האבן געפירט אין קארט סכסוכים מיט ר' ישראל בנימין לאווען אבער נישט אזוי ווי אין סאטמאר ווי די היתר ליגט אין לעדל וכו' ניין, די ראשי קהלה האבן באקומען א "כתב סירוב" און א "היתר הליכה לערכאות" קעגן ר' ישראל בנימין פון ביד"ץ התאחדות הרבנים! נישט פון א פלעטבושע כולל מיט לעדל היתרים וכדו'. דאס הייסט געגאנגען אין קארט על פי תורה, משא"כ אין סאטמאר.

נפל
כ'ווייס נישט וויפיל די ביזט באהאווענט אין די סאטמערע פאליטיק
אבער די גאנצע דין ודברים האט זיך אנגעהויבן אין דעם פאל ''ווען די ארונים האבען געשיקט א ''הזמנה לדין תורה'' פאר די זאלי'ס
אין די סיבה פארוואס מ'האט עס געשיקט פין נאווארדיק אין נישט פין התאחדות פרעג גליק פין התאחדות אויב ער איז גרייט צו שיקען א הזמנה פאר די זאלי'ס אויב יא ''מיר שיקען היינט''

אפי' נאך די פסק פין ראזענוואסער האבען מיר ווייטער געשריגען אז מיר זענען גרייט צו גיין צו די''ת, אין מיר זאגען עס היינט ווייטער אויף די ביה''ח.

סיי וועלעכע רב ס'איז געווען אריינגעמיט אין די סוכסוך ווי הגאון ר' ישראל דוד הארפענעס, הרב שווייד, וכו' זאגען קלאר, צד מהר''א איז אייביג גרייט געווען צו גיין צו די''ת אין מהרז''ל ''נישט''