היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » 6 תקנות זאלען, היינט צו טאגס

6 תקנות זאלען, היינט צו טאגס

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2718592

rebyankel » 16/11/2009 00:55

אין בלאט ווערט באריכטעד אז היינט צו טאגס איז שוין דא ב''ה 6 זאלען ווי מ'קען חתונה מאכען מיט תקנות, זינט כ''ק סאטמארע רבי שליט''א האט איינגעפירט אין זיין קהילה עטליכע יאר ציריק, אין געמוטיגט עס נאכצוטוהן, אזש ביי קרייזען וואס גלייכען ניטש אדער האבען גאר פיינט סאטמאר האבען עס שוין ב''ה נאכקאפירט,
זיי שרייבן אז נאך זענען אויפן וועג

כ'וואלט געוואלט באהאנדלען יעדן זאל באזינדער

דער ערשטער זאל
אולם עקשטיין:  דער ערשטער זאל צו ווערן איבערגבויט פאר חתונה תקנות
בית רחל פאראדייס: געבן גרויסע דיסקאונטס פאר די וואס מאכען חתונה מיט די תקנות
ראוז קעסיל - 2 זאלען: 3 פעקעזשעס פאר די וואס מאכען חתונה מיט די תקנות
עטרת חי' שרה: געבן ארויס די זאל עטליכע מאל חודש'ליך פאר די וואס ווילן חתונה מאכען לויט די תקנות
ברכה סימא: איין זאל איז שוין פארטיג אין די צווייטע איז האפענטליך אויפן וועגן, איבערגעבויט פאר חתונה תקנות



תוקן על ידי rebyankel ב- 16/11/2009 0:55:18

זעליג_כהן » 16/11/2009 00:59

שוין דא א אשכול דערוועגן

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2715609&forum_id=16386

פאסט נישט פאר די פאליסמאן פון 'דאפעלטע אשכולות' אזא עבירה.

rebyankel » 16/11/2009 01:00

די פרייזען
אולם עקשטיין, $6000, דאס רעכנט אריין ''אלעס'' (פין בדחן ביז בלומען אין אלעס אינדערמיט)
בית רחל פאראדייס, $9300, דאס רעכנט אריין אלעס
ראוז קעסיל, $7000 / $10000 / $14000 (פאר גאר גרויסע משפחות) דאס רעכנט אריי אלעס
עטרת חי' שרה (כ'האב נאכנישט קאנפירעמד אויף זיכער)
ברכה סימא, $9000 דאס רעכנס אריין אלעס חוץ בדחן אין הכשר

ווער עס האט סיי וועלכע דעטאלען בנוגע די זאלען זענען געלאדענט.

rebyankel » 17/11/2009 02:13

ווייסט איינער דעטאלען וועגן די רענסאנס אין ב''פ, וויפיל קאסט דארט א חתונה לויט די תקנות?

shia550 » 17/11/2009 02:17

למען האמת ראויז קעסיל איז נאר אונטען א תקנות זאל,
אז די ווילסט מאכען חתונה אויבען קאסט עס 14 טויזענט דאלער, טאקע ביליג אין היינטיגע מארקעט אבער נישט קיין תקנות פרייז.

rebyankel » 17/11/2009 02:31

אין 14 טויזענט איז אריינגעכנט א ''פראכטפולע זאל''
מיט שפילער, זינגער, בדחן, בלומען, אד''ג

rebyankel » 9/12/2009 01:38

ווייסט איינער אויב רז''ל האט גערעדט נעכטן פין די נייע פרדס זאל?
כ'הער אז ס'דא אזאך יודן צווישען זיי אפי' זאלי'ס וואס פארפירן אז אמאל האט מען געהאט א זאל אין וומ''ס פאר $5000 אין היינט קאסט עס דאפעלט, אין די פרייז גייט נאך ארויפגיין לויט ווי ס'הייסט יעצט.

די מענטשן טענה'ן אז די געלט פאר די איבערבוי פין די זאל איז נישט געקומען פין די מוסדות אין זיי האבען ניטעמאל געהאט א יד אין שאפען די נדבן, אין ס''ה האט א צווייטער איבערגעבויט די זאל אין די פרייז איז ארויף אזוי סאך,
אנפאנג האט מען געהאט ציגעזאגט אז אפשר וועט די צווייטע זאל זיין מער א ביליגע זאל, אבער לויט ווי ס'קוקט יעצט גייט מען נישט אזוי שנעל בויען אדער גייט מען עס אינגאנצען נישט בויען, ציליב דעם וואס די הנהלה פין זייערע מוסדות האט אפגעשטעלט די גאנצע זאך וועגן געלט אישוס.

אזא פנים האט עס ווען זיי בויען שוין יא....

זעליג_כהן » 9/12/2009 02:00

אינטערעסאנט איז נאר אז פאר'ן איבערבויען איז געווען דארט 11 חתונות א יאר, און זייט'ן עפענען די נייע פרדס זאל איז נאך נישט געווען א נאכט אהן א שמחה דארט!!! 

rebyankel » 9/12/2009 02:10

ס'געווען דארט מער ווי 11 חתונות א יאר, טראץ וואס די זאל איז געווען דירעקט שטארק נאכגעלאזט
ווייל עס זענען געווען מענטשן וואס האבן נישט געהאט קיין ברירה אין ווי איידער חתונה מאכען פין צאמגעשטלעטע געלט האט מען דארט חתונה געמאט פאר 5000 דאללער

סיי וויאזוי, זיי מסביר פארוואס דארף די פרייז ארויפגיין אויב א פרעמדע נדבן (נאכדערצו אויב די געלט קומט פין די סטימיולעס געלטער) בויעט איבער א זאל אנדעם וואס עס זאל דיר קאסטען א פעני אדער עסקנות???

זעליג_כהן » 9/12/2009 06:36

יענקל אויב דו ביזט טאקע אזוי סלאי ווי דו פריטענדסט צו זיין וועל איך טוהן א חסד און עס מסביר זיין,

ביז היינט האסטו געקריגן דערפאר נאר די זאל, ס'איז נישט געווען קעיר גענומען =מיינט אז ס'האט געקאסט ווייניגער מענטשן בעפאר, דערנאך, בשעת מעשה (א דוגמה די זעלבע מענעדזשער פון די סקול האט דאס אויך דרך אגב געמענעדזשט -געקאכט...)
און מהאי טעמא האט עס קיינער נישט געבוקט.
היינט איז דא א גאנצע סטעף קעכער מענעדזשער רוימערקעס וכו' און דאס קאסט געלט.
און פשוט די איבריגע 4 טויזנט גייט פאר בלומען, זינגער, שפילער, פאטאגרעפער, 
וואס אמאל האבן די אלע חתונות אין ברכה סימא געדארפט צאלן דערפאר אליינס עקסטער 6-7 טויזנט!

רבי_יונה » 9/12/2009 18:08

זעליג, זיי מיר ביטע מסביר?

1) פארוואס האט דער גרויסער טייערע נדבן און פילאנטראפ ר' אליעזר קעסטענבוים, נישט געקענט טאן די זעלבע זאך מיט דעם שטארק-נאכגעלאזטן, צעשאסענעם און עקל'דיגן ברכה סימא זאל ביז תש"ע?

איז עס דען נישט געווען אוועלעבל פון תש"מ ביז תש"ע פאר א רענאוואציע?
האט אים איינער געשטערט פון אריינלייגן 2 מיליאן דאלאר און מאכן א שיינע זאל פאר אידן וועלכע מוטשן זיך מיט פרנסה, און ווילן דאך חתונה מאכן בדרך כבוד.

2) וואס האט פאסירט דעם לעצטן יאר, אז ער האט עס פונקט יעצט געטאן?

דו האלסט אז ס'איז א פערצופאל (מקרה בלע"ז)?

rebyankel » 9/12/2009 18:08

זעליג_כהן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
און פשוט די איבריגע 4 טויזנט גייט פאר בלומען, זינגער, שפילער, פאטאגרעפער, 
וואס אמאל האבן די אלע חתונות אין ברכה סימא געדארפט צאלן דערפאר אליינס עקסטער 6-7 טויזנט!


וועם גייסטו פארקויפן דיינע לאקשען?
שפילער
זינגער
פאלטשע בלומען (וואס מ'ניצט איבער יעדע נאכט פין לעידיס עקזולערי)
פאטאגראפירער (נאר ביי די סעודה אין נאר ביי די פרויען, אין אויב מ'נעמט נישט ביי די סעודה באקומט א דיסקאנט פין נישט מער ווי $150..)
קאסט 6-7 טויזענט דאללער????

דאס איז שוין א חוץ דעם וואס די מוסד האט אפגעמאכט א סעט פרייז (בערך 50% ווייניגער פין די געהעריגע פרייז) פאר די 4 זינגער '1 שפילער' אין 2 פאטאגראפירער, אין ס'קאסט נישט פאר זיי מער ווי בערך $1500 פאר די אלע 4 סערוויסעס, אין פארדעם רעכנט מען לשיטתך $4000, דאס איז דאך ממש א הימל געשריי!

מלך_מלכים » 9/12/2009 18:55

רעב יאנקל איז הינדערט פראצענט גערעכט, איך ווייס נישט פארוואס דער בלאט שרייט אז עס איז א תקנה זאל? סאיז ביטער טייער, מען רייסט געלט פונעם עולם, פארוואס ווערט עס אנגערופן א תקנות זאל פאר א שווארץ יאר?

אין דער בלאט נעמט נאך קרעדיט דערפאר, איך האב מורא אז די אנדערע תקנות זאלן פון וואס זיי נעמען קרעדיט האבן אויך אזא פנים.


תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 09/12/2009 18:58:05

נפל » 9/12/2009 19:09

מיינס א קרוב משפחה האט מיר געזאגט אז ער האט חתונה געמאכט אין ברכה סימא האט דאס אים געקאסט הכל בכל מכל כל $11,500 יעצט צאלט ער אין פרדס פיגא $8,400 דאס מיינט אז יצעט קאסט אים חתונה צו מאכן $3,100 ביליגער. יענקל איך ווייס נישט וועלכע קאלקעלעטער די ניצט, אין מיין קלאקעלעטער קומט דאס כהיום (נאך דערצו מיט א בעל בית'ישע זאל) אויס ביליגער ווי ווען עס איז געווען ביליגער...

רבי_יונה » 9/12/2009 20:27

דיין קרוב המשפחה האט חתונה געמאכט אויף היידפארק.
פרדס בעט 8999 פאר'ן בדחן. (ניין טויזענט דאלאר חסר דאלאר אחת)


דאס מיינט צען טויזענט דאלאר מיט א בדחן.

זעליג_כהן » 9/12/2009 21:22

[quote]
זעליג, זיי מיר ביטע מסביר?

1) פארוואס האט דער גרויסער טייערע נדבן און פילאנטראפ ר' אליעזר קעסטענבוים, נישט געקענט טאן די זעלבע זאך מיט דעם שטארק-נאכגעלאזטן, צעשאסענעם און עקל'דיגן ברכה סימא זאל ביז תש"ע?

איז עס דען נישט געווען אוועלעבל פון תש"מ ביז תש"ע פאר א רענאוואציע?
האט אים איינער געשטערט פון אריינלייגן 2 מיליאן דאלאר און מאכן א שיינע זאל פאר אידן וועלכע מוטשן זיך מיט פרנסה, און ווילן דאך חתונה מאכן בדרך כבוד.

2) וואס האט פאסירט דעם לעצטן יאר, אז ער האט עס פונקט יעצט געטאן?

דו האלסט אז ס'איז א פערצופאל (מקרה בלע"ז)?
[/quote]

פרעג בעסער,
פארוואס האט ר' אהרן ט''ב וואס איז שוין רב 20 יאר, נישט געטוען צו די זאך די אלע יאר, נאר געווען ביזי זיך צו רייסן מיט זיינע פרענדס ווי יוסל וואלדמאן וכו' וכו'
ער רעדט שוין 20 יאר כ''א בסליו, פארוואס האט ער נישט -ביז זיין קליגערע ברודער איז געווארן רבי- גערעדט פון אויפטוען, און פון תקנות פלייש פעסטראמי קאלד קאטס וכו'???
ער האט שוין זיין ישיבה 20 יאר פארוואס האט ער אנגעהויבן דערויף נאר נאך וואס קווינס האט אנגעהויבן קלינגען אין די לומדישע גאס פאר א זעלטענע גרויסע מקום תורה???

דו האלסט אז ס'איז א פערצופאל (מקרה בלע"ז)?

rebyankel » 9/12/2009 21:31

rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
שפילער
זינגער
פאלטשע בלומען (וואס מ'ניצט איבער יעדע נאכט פין לעידיס עקזולערי)
פאטאגראפירער (נאר ביי די סעודה אין נאר ביי די פרויען, אין אויב מ'נעמט נישט ביי די סעודה באקומט א דיסקאנט פין נישט מער ווי $150..)
קאסט 6-7 טויזענט דאללער????

דאס איז שוין א חוץ דעם וואס די מוסד האט אפגעמאכט א סעט פרייז (בערך 50% ווייניגער פין די געהעריגע פרייז) פאר די 4 זינגער '1 שפילער' אין 2 פאטאגראפירער, אין ס'קאסט נישט פאר זיי מער ווי בערך $1500 פאר די אלע 4 סערוויסעס, אין פארדעם רעכנט מען לשיטתך $4000, דאס איז דאך ממש א הימל געשריי!

איינער האט מיר פארראכטען אין אישי די שפילער איז נאר פין 9 אזייגער ביז 12:45

rebyankel » 9/12/2009 21:33

מלך_מלכים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
רעב יאנקל איז הינדערט פראצענט גערעכט, איך ווייס נישט פארוואס דער בלאט שרייט אז עס איז א תקנה זאל? סאיז ביטער טייער, מען רייסט געלט פונעם עולם, פארוואס ווערט עס אנגערופן א תקנות זאל פאר א שווארץ יאר?

אין דער בלאט נעמט נאך קרעדיט דערפאר, איך האב מורא אז די אנדערע תקנות זאלן פון וואס זיי נעמען קרעדיט האבן אויך אזא פנים.




ס'האט קיינער נישט געזאגט אז ס'נישט קיין ביליגע זאל קעגן רוב אנדערע זאלען אין וומ''ס חוץ בית רחל אין ראוז קעסיל

דיר קרענקט נאר ''דער בלאט שרייבט'' אין אויף דעם קען איך דיר נישט העלפן

ביזט גערעכט די תקנות זאל פין וואס דער בלאט האט די ערשטע געקענט שרייבען קאסט נאר $6000 א שמחה

זעליג_כהן » 9/12/2009 21:36

פון אישי

למען הפינקטליכקייט, ברכה סימא זאל האט געקאסט 6200$ (51 פאר'ן זאל, און 1100 פאר די ישיבה)

היינט צאלסטו !8400

rebyankel » 9/12/2009 21:53

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מיינס א קרוב משפחה האט מיר געזאגט אז ער האט חתונה געמאכט אין ברכה סימא האט דאס אים געקאסט הכל בכל מכל כל $11,500 יעצט צאלט ער אין פרדס פיגא $8,400 דאס מיינט אז יצעט קאסט אים חתונה צו מאכן $3,100 ביליגער. יענקל איך ווייס נישט וועלכע קאלקעלעטער די ניצט, אין מיין קלאקעלעטער קומט דאס כהיום (נאך דערצו מיט א בעל בית'ישע זאל) אויס ביליגער ווי ווען עס איז געווען ביליגער...

נפל ליבער
קודם זעה איך ביזט א משלחת (מעצמו) וחוזרות, כ'געדענק נאך דיין זיסע געזעגענונגס דרשה

צום ענין: אויב רעדסטו פין די סקווירא קאזין אדער פין דיין וויזניצע שוואגער, איז א אנדערע מעשה

כ'ווייס נישט וויאזוי מ'האט געקענט אנקומען צו $11,500 חוץ אויב יענער איז א זאלי וואס האט געזיכט צו ספענדן געלט כדי אפצוטוהן סאטמארע רבי שליט''א...

דא האסטו א קאפי פין די פראנט פעיזש פין די קאטנראקט נאך פאר די ווילסט מגיב זיין דיינע קומענדיגע געבעקסן

[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 9/12/2009 21:57

זעליג_כהן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
[quote]
זעליג, זיי מיר ביטע מסביר?

1) פארוואס האט דער גרויסער טייערע נדבן און פילאנטראפ ר' אליעזר קעסטענבוים, נישט געקענט טאן די זעלבע זאך מיט דעם שטארק-נאכגעלאזטן, צעשאסענעם און עקל'דיגן ברכה סימא זאל ביז תש"ע?

איז עס דען נישט געווען אוועלעבל פון תש"מ ביז תש"ע פאר א רענאוואציע?
האט אים איינער געשטערט פון אריינלייגן 2 מיליאן דאלאר און מאכן א שיינע זאל פאר אידן וועלכע מוטשן זיך מיט פרנסה, און ווילן דאך חתונה מאכן בדרך כבוד.

2) וואס האט פאסירט דעם לעצטן יאר, אז ער האט עס פונקט יעצט געטאן?

דו האלסט אז ס'איז א פערצופאל (מקרה בלע"ז)?
[/quote]

פרעג בעסער,
פארוואס האט ר' אהרן ט''ב וואס איז שוין רב 20 יאר, נישט געטוען צו די זאך די אלע יאר, נאר געווען ביזי זיך צו רייסן מיט זיינע פרענדס ווי יוסל וואלדמאן וכו' וכו'
ער רעדט שוין 20 יאר כ''א בסליו, פארוואס האט ער נישט -ביז זיין קליגערע ברודער איז געווארן רבי- גערעדט פון אויפטוען, און פון תקנות פלייש פעסטראמי קאלד קאטס וכו'???
ער האט שוין זיין ישיבה 20 יאר פארוואס האט ער אנגעהויבן דערויף נאר נאך וואס קווינס האט אנגעהויבן קלינגען אין די לומדישע גאס פאר א זעלטענע גרויסע מקום תורה???

דו האלסט אז ס'איז א פערצופאל (מקרה בלע"ז)?


איין תירוץ ס'האט גענומען ביז ס'איז ב''ה געלונגען אראפצווארפען דעם יאך פין ענקער מנהיג 'משה פר''מ' אין ב''ה זינט מיר זענען פטור פין אים, זינגער מיר חסדי ד' מיט א אנדערע באדייט.

(ס'האט מיר ספעציעל געקאסט א שמייכעל דיינע דמיונות: קווינס האט אנגעהויבן קלינגען אין די לומדישע גאס פאר א זעלטענע גרויסע מקום תורה???)

סיי וויאזוי נייס טריי צו פארדרייען די נושא, וואס איז געבליבן מיט נפל'ס קאזין, וואס האט שוין חתונה געמאכט א קינד אין ברכה סימא פין $11500?

תוקן על ידי rebyankel ב- 09/12/2009 22:03:22