היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דורכגעפאלענע תקנה פון קהל יט"ל!!!

דורכגעפאלענע תקנה פון קהל יט"ל!!!

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2716996

נוטראלער » 12/11/2009 04:31

 די נייע תקנה אז ווער עס וועט אדווערטייזן אין דער איד וועט מער נישט קענען מאכן קיין שום אקציעס אין די בתי מדרשים פון קהל יט"ל לב איבער די גארער וועלט.

ווי דא שוין באריכטעט

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2659540&forum_id=16386

 

אליבא דאמת איז די תקנה 100% גערעכט ווייל אויב אין דער איד שטייט דברי דופי אויף כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א מיט כל ערליי שעלטונגען און מיסע לשונות, וואס די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלן אז דאס זאל מען שרייבן אויף א איד וואס דאווענט 3 מאל א טאג, און היט תרי"ג מצוות, איבערהויפט אויף א רב בישראל, מעג (און "מיז") זיין קהלה טוען שריט צו מאכן א בויקאט אויף דעם צייטונג, א שטייגער ווי מען האט אייביג געמאכט, לדוגמא אויף די פארווערטס, המודיע וכדו'.

 

אבער!!!

אז מען מאכט אזא תקנה מיז מען קודם אין אכט נעמען אלע קאנסקעווענצן וואס דאס וועט מיט ברענגן, און ווי אזוי מען וועט זיך באגיין דערמיט, זעהט אויס אז דא איז עס געווען אביסל אן איבער געאיילטע שריט, ווי עס וועט דא ערקלערט ווערן.

פון אנהויב האט אויסגעקוקט אז יא! עס איז געלונגען, מוסדות'ער שטעלן זיך צו און עס וועט נישט לאנג נעמען און דער איד וועט זיך אפשר מוזן פארמאכן, אדער זיך אונטער געבן און אויפהערן שרייבן די אלע ארטיקלען.

 

אבער דערווייל!!!

די ערשטע דורכפאל די ערענסט ארויפגעקוקטע און אנגענומענע צדקה "כולל שומרי החומות" וואס שטייט תחת נשיאות כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א, ותחת נשיאות כ"ק אדמו"ר שליט"א, האט זיך נישט דערשראקן פון די נייע תקנה, און אנגעגאנגען ווייטער ווי ביז היינט און אדווערטייזט און דער איד, און אזוי אויך אין דער בלאט.

שנעל איז פארופן געווארן א מיטונג ע"י חברי הקהלה, צו זעהן כדת מה לעשות, ווי אזוי מאכט מען זיכער אז די חוצפה זאל זיך נישט ווייטער פארשפרייטן, און מען האט באשלאסן כולם פה אחד, אז, מען וועט תיכף מקיים פסק זיין, "למען ישמעו ויראו", און טראץ וואס עס איז עומד תחת נשיאות כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א, וועט מען דאס מוזן פארקוקן און "שוין" אראפ נעמען זייערע פושקעס פון אלע בתי מדרשים וואס זענען תחת קהלתינו הק' איבער דער גארער וועלט, און אזוי אויך פונעם אהל רבותינו הקדושים, האפענדיג אז דערמיט וועט זיך דער זאך שליסן.

אבער דערווייל!!!

ווידער א פראבלעם, דער בית המדרש אהל פיגא אין קרית יואל, וויל זיך נישט צושטעלן צום באשלוס, וואס איז, עס געפונט זיך אין בית מדרש א חשובע מתפלל הרה"ג ר' שלמה מאיער שליט"א, וואס איז אויך פון די הנהלה פון "כולל שומרי החומות", און ער גיבט אסאך געלט פארן ביהמ"ד, ע"כ וויל די הנהלה זיך נישט קרוגן מיט אים, און מען האט עס נישט אראפגענומען, אפי' נאכדעם וואס איינע פון די מתפללים האבן פרובירט אליין אויסצופורן די תקנה און עס אראפ גענומען, איז דער גבאי געגאנגען און עס צוריק געלייגט.

ווידער א פראבלעם!!!

"כולל שומרי החומות" מאכט יעדע יאר א דינער אין בארא פארק איז זאל פון עטרת חי', וואס געהערט פאר קהל יט"ל, אצינד היי יאר וואלט לויט די אויבן דערמאנטע תקנה, נישט געקענט באקומען די זאל, אבער דערווייל וויפיל מען פרובירט מסביר צו זיין פאר די הנהלת הקהלה פון בארא פארק אז אויב וועט מען זיך יעצט ברעכן אין פארדינגן די זאל, מיינט דאס אז די תקנה איז א פארגאנגענהייט, אבער דערווייל איז דרינגער צו רעדן צום וואנט, ווייל די בארא פארק'ער הנהלה וויל דאס נישט פארשטיין, און פארדינגן יא די זאל פאר "שומרי החומות".

 

שוין ווייטער גייט עס נישט ווי געטראכט!!!

יעצט איז די באקאנטע מסירת נפש'דיגע עסקנים פון "קרן הצלה", זיי מאכן זיך אויך נישט צוטוען פון די תקנה, און האבן פארגאנגענע וואך אדווערטייזט אין דער איד, אויף אראפ צונעמען זייערע פושקעס ווייגט זיך קיינער נישט, ווייל ווי באקאנט האט רביה"ק זי"ע געזאגט בשעת'ן התייסדות "אז ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיטן פינגער אויף די אידן וואס האבן ארויס געהאלפן "קרן הצלה" אז זיי האבן מקרב געווען די גאולה" (און אפשר מכלל הן אתה שומע לאוו).

 

וואס וועט יעצט זיין!!!

וועט דער איד ווייטער ממשיך זיין מיט זייערע דברי דופי?

ווער עס האט עפעס אן עצה זאל ביטע מודיע זיין!

זעליג_כהן » 12/11/2009 05:09

כ'על עס מאכן בקיצור,

רבי_יונה: מ'האט קיינמאל נישט געמאכט אזא תקנה... ס' שקר, די זאליס האבן געמאכט די תקנה, און יעצט זאגן זיי אזוי ווייט אז זיי שמירן אן די נארישע בלעקבערי איידיע אויף אונז!,  (כ'ווייס נישט וויאזוי מ'מאכט אותיות רויט און ריזיג...)


ארגינעלער: 
נוראלער האט שלום בית פראבלעמען, און א לאנגע ליסט פארוואס די דיין פון ראסס מחיצות ראדני עירוב, סקול-דיסטריקט... פאלאקס לאט שמשון גאלד...


רעביענקל: נאך א פראווו פון די זאליס צו אראפברענגען די פורום....
פארשטיי: די רבי האט געמאכט אריזאנע ווייץ און ים זאלץ פלייש.., און נאכדאם מעג שוין זיין איין דורכפאל מיט די תקנה...

צבי הירש: מ' זעהט אז רבי אהרן האט נישט קיין ס''ד ווייל ס'פעלט אויף זיין קאנסוס די ווערטער, און ווייל די וויזניצע שידוך...

מנחם מענדל: מ'וואלט עס קיינמאל נישט געדארפט מאכן, ס'איז קינדיש, נישט יעדע איידיע וואס פאלט ביי דוד עקשטיין דארף די רבי פאלגן, און יונה הער אויף מיט דיינע שקרים, ברענגסט אראפ די פורום...!


ווער נאך...?




 
  
 

זעליג_כהן » 12/11/2009 05:23

פארדריי נישט קיין אשכולות



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 12/11/2009 5:59:52

פארשטיי » 12/11/2009 17:13

זעליג איר האט גוט צו געטראפען וואס איך גיי ענפערען, איך נאך איין פוינט,

דשיגאן!!!!!!!! וואס????? אה! אונזער רבי איז תלמוד פון רבינו הקוה''ט זי''ע ועכי''א, און ענקער רבי און תלמוד מבהק פון ר' שימעלע דשיגאן זכיתו יגן ואנחה אויף אלע זאליבאנעצעס אמן ואמן!

BTW

וואס טיט זיך מיט דעם פקידתו שמרה ריחי? איז דא עפעס אן אפ דעט?

טשאמפיאן » 12/11/2009 19:52

חוץ זשיגאן האט זעליג אויך פארגעסן בג"ץ, און מן הארץ הגדול והנורא.
מנהל: נישט איך פארדריי דעם אשכול, איך רעספאנד נאר צו פארשטיי.

פארשטיי » 12/11/2009 20:15

נא!!!!?? פקדיתו שמרה..........???

אגב, וואס בג'ץ? עמעציער וואס איז מזרע ישראל גייט און דעם ציוניסטישע בג''ץ? וואס איז ביהרג ועל יעבור? איך גלייב דאס נישט!! עס איז מן הסתם יונה'ס מעשיות!

צום ענין, צו די תקנה פון קהל ארבייט זיך יא אויס, אדער נישט אויס איז נישט נוגע, אזוי הויעך געשעצטער קאלגע זעליג האט אויבן עקלערט, נאר:

די עצם זאך אז עס נעמט זיך צו זאם א קהלה קדושה ביי כלל ישראל, און נעמט אן פאר א פשטות אז דער טמא'נער צייטונג ''דער יוד'' איז און איין דרגא וואו דער טרייפענער פארווערסט, דאס אליינס נעמט אראפ דעם חרון אף ה', וואס דער אייבישטער צארענט אז מען איז מבזה זיינע קנעכט די צדיקי הדור,  דאס אליינס איז די גרעסטע כבוד שמים,

קראך_היט » 12/11/2009 20:45

ס'ממש לא יאומן כי יסופר ווי דער רעדל דרייט זיך, ווער וואלט זאך גע'חלומט בשנת תש"נ ווען די שרעקעדיגע איסור קעגן דער בלאט איז ארויסגעקומען פונען משתמש, די גאנצע וועלט האט זיך אויפגעטרייסלט מיט דעם איסור, געסטראשעט אז ער ברענגט נישט דעם ברך משה צו קיין מוסדות וואס עדווערטייזן צוליב די "חוצפה ובגידה נוראה קעגן די סמכות" (כפי לשונו אין זיין בריוו צו רב טוב), די גאנצע לישכע איז געווען איינגעשפאנט צו אינפארסירן דעם איסור, יעדער וואך איז ערשינען התנצלות'ער אין דער איד פון מוסדות, (בערך אזוי ווי די קאפיס פון זייער חברא קדישא טשעקס,)

יעצט האלט מיר תש"ע, יא יא, לא די וואס דער בלאט האט זיך ערווארבן אלס דער שטערקסטער חסידישע צייטונג אין ניו יארק, איז דער איד גאר דער וואס דארף זיך דיפענדן קעגן זייער שונא נומער איינס תקנות, און ס'אגאנצע געווינס אז "קרן הצלה" האט "יא" אדווערטייזט און דער איד, שיין דערלעבט, אוי אוי אוי, משה משה, וואס האט נעבעך פאסירט מיט דיר.



תוקן על ידי קראך_היט ב- 12/11/2009 20:49:07

דוד46 » 12/11/2009 21:04

דערווייל בלעטער איך דורך דעם איד פון די וואך און איך זע די פאלגענדע מוסדות:

שומרי החומות
סקווירא
פשעווארסק
נייטרא טשעסטער
קרן עזר
בוני עולם
וויזשניץ וומס"ב (ר' מענדעלע)
ישיבה גדולה אהלי שם
זכרון שלמה רפואה פאנד 
חברה שומרים
שאפראן
בנות חיל

דוד46 » 12/11/2009 21:08

א וואך פריער זענען געווען די פאלגענדע מוסדות

שומרי החומות
תולדות אהרן
סקווירא
קרן הצלה
קרן עזר
ביקור חולים דראקלענד קאונטי
קהל צמח צדיק (ר' מענדעלע)
מוסדות בוהוש
כולל פאפא
ביהמ"ד נירעדהאז
חברים סיגעיט
זכרון שלמה רפואה פאנד
לעלוב
A-TIME
MRA

דוד46 » 12/11/2009 21:13

פון פאר דעם האב איך שוין נישט דעם איד ביי מיר' אבער לויט ווי איך געדענק זענען געווען:

וויזשניץ (ר' ישראל'סטע)
ישיבת חכמי לובלין
טאשנאד
די קהלה פון רבי אברהם חיים שפיצער שליט"א
קראסנא
נייטרא ראפעל (טראץ די טעראר אין ק"י קעגן איר)
טשערנאבל
אויסער שומרי החומות און תולדות אנרן, קרן עזר ןוןאס האבן געהאט יענע וואכן

דוד46 » 12/11/2009 21:14

און טייל פון די דערמאנטע לייגן גאר אריין נאר אין דער איד

פארשטיי » 12/11/2009 22:27

דער ר' דוד רעד דאך דברים של טעם ניין? ער ווייזט דאך אויף שווארץ אויף ווייס, אז די אלע מוסדות וואס רעכענט אויס, אדווערטייזען און דער טמא'נעם דזשיד,
 
אלזא, קימט דאך אויס אז די אלע מוסדות רעכענען זיך נישט מיט די תקנה וואס איז געמאכט געווארען דורך קהל יטב לב ד'סאטמאר? ניין דוד דאס מיינסטו ארויס צו ברענגען ניין?


אלזא, צו וואס ציהלט דער דוד? וואס איז דער אלא מאי פון זיין סטעטמענט? אז בוני עולם, און ביהמ''ד נידערהאז זענען נישט אונטער קהל יטב לב,? טאקע א טראגעדיגע, איך מיין אז קהל גייט מארגען פראקאלאמירן א יום תפילה, צילוב די אנדעקונג וואס קאלעגא דוד האט דא אויפגעדעקט!!



תוקן על ידי פארשטיי ב- 12/11/2009 22:29:03

rebyankel » 13/11/2009 01:10

קהל אין קרית יואל האט דאס נאכגעטוהן
אין ס'האט נאך געהאט אזא סוקסעס ווי דעם

[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 13/11/2009 01:20

[quote] 

ן אנהויב האט אויסגעקוקט אז יא! עס איז געלונגען, מוסדות'ער שטעלן זיך צו און עס וועט נישט לאנג נעמען און דער איד וועט זיך אפשר מוזן פארמאכן, אדער זיך אונטער געבן און אויפהערן שרייבן די אלע ארטיקלען.

 זאג נישט קיין זאכען וואס קיינער האט נישט געזאגט נישט ביי דעם פאל אין נישט יארען ציריק ביים בויקאט קעגן ענקער פארגייער דער פארוועטס

"כולל שומרי החומות" מאכט יעדע יאר א דינער אין בארא פארק איז זאל פון עטרת חי', וואס געהערט פאר קהל יט"ל, אצינד היי יאר וואלט לויט די אויבן דערמאנטע תקנה, נישט געקענט באקומען די זאל, אבער דערווייל וויפיל מען פרובירט מסביר צו זיין פאר די הנהלת הקהלה פון בארא פארק אז אויב וועט מען זיך יעצט ברעכן אין פארדינגן די זאל, מיינט דאס אז די תקנה איז א פארגאנגענהייט, אבער דערווייל איז דרינגער צו רעדן צום וואנט, ווייל די בארא פארק'ער הנהלה וויל דאס נישט פארשטיין, און פארדינגן יא די זאל פאר "שומרי החומות".

קהל אין ק''י האט קיינמאל נישט פארלאנגט עמטליך צו בויקאטירן (ווער עס קען זאל ברענגן א קאפי פין קהל'ס בריוו) אויף אזוי ווייט ווי פארדינגען זאלען, אין אפי' אין ק''י ''פארדינגט מען זאלען פאר די פאר מוסדות וואס שטיצען די שמיציגען צייטונג''  

יעצט איז די באקאנטע מסירת נפש'דיגע עסקנים פון "קרן הצלה", זיי מאכן זיך אויך נישט צוטוען פון די תקנה, און האבן פארגאנגענע וואך אדווערטייזט אין דער איד, אויף אראפ צונעמען זייערע פושקעס ווייגט זיך קיינער נישט, ווייל ווי באקאנט האט רביה"ק זי"ע געזאגט בשעת'ן התייסדות "אז ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיטן פינגער אויף די אידן וואס האבן ארויס געהאלפן "קרן הצלה" אז זיי האבן מקרב געווען די גאולה" (און אפשר מכלל הן אתה שומע לאוו).

 קרן הצלה, האט זיך דערשראקען פין די טעראר, וואס ענק האבען געטוהן ביי זיבענבירגען, האבען זיי נישט געקוקט אויף די אפיעל אין ק''י, אין זיי האבען געלייגט טאקע נאר א קליינע עד אין ביידע צייטונגען, האפענדיג אז ווען זיי וועלן מאכען זייער אפיעל אין ק''י וועט שוין עפעס זיין.

------------
עס איז כו''ע מודה אז דער גרעסטער לוזער ביי די צייטונגען איז נישט קיין אנדערער ווי ענקער גבאי, כ'גיי נישט דא איבער חזר'ן ווי ער האט זיך געשוואירען אז דער בלאט איז א רעדע פין ''חי שעה'', ספעציעל נאכן א''ג איסור פין רביה''ק בעל ברך משה ז''ל.
אין היינט צו טאגס פארקויפט זיך אוועלטליך דער בלאט מיט א שיינע מספר קאפיעס מער ווי דער שמיציגער צייטונג. (
די נומבער'ס האב איך פין איינעם וואס האט גערעדט צו די דיסטריביוטערס)



תוקן על ידי rebyankel ב- 13/11/2009 2:04:28

דוד46 » 13/11/2009 01:51

א פלא איך האב געהערט פון דיסטריביוטערס פונקט פארקערט, אז דער בלאט איז שוואכער פון איד.


משנתחסידים » 13/11/2009 09:04

גייען די אהרונים מאכען א אייגענע קרן הצלה?

לאעליכם » 16/11/2009 15:32

די ארונים האבן ב"ה די מוסדות "עזר הצלה", און "זכרון משה" וועלכע העלפן ארויס גאר שטארק בגוף ובממון די מוסדות הק' אין ארץ ישראל.

אחוץ פון דעם, איז א חלק פון הנהלת "קרן הצלה" חסידי כ"ק מרן שליט"א

נוטראלער » 22/1/2010 04:21

 פאלגענד איז א טיילווייזע ליסטע פון זעלבסטשענדיגע 'מוסדות התורה והחסד' וואס האבען זיך נישט געבויגען צו דער טעראר וואס עס אויסגעאיבט געווארען אויף זיי, און זיי האבען זיך עדווערטייזט אין "דער איד" (די וואך- פרשת בא), אן קיין מורא אז עס וועט זיי שאטן פינאנציעל.

מיר דארפען מחשיב זיין די אלע ארגענעזאציעס, און זיי פארדינען אונזער שטיצע.

 

-קהל חסידי סקווירא בארא פארק

-אירגון שיעורי תורה

-מוסדות יערעסלוב- ליזענסק

-קרן עזר

a time-

-מוסדות קראלי

-מוסדות עדת יראים וויען

-קהל התאחדות יראים ווערעצקי

-(א באזונדערע פון)ישבה אור שרגא ווערעצקי

-בית השחיטה שיכון סקווירא

-מקוה usa

-כולל שומרי החומות רמבעה"נ

-וועד הצדקה מאורות

-מוסדות שאפראן

-קופת העיר (מארה"ק)

-מרכז הכוללים שיכון סקווירא

 בוני עולם

-מתעסקים

-renewal

-חברה הצלה

-אור לישרים

-וועד המהדרין בארה"ק

-מוסדות תולדות אהרן

-משמרת השלום

-בד"ץ כסאות למשפט

-מנדבים

-קול יעקב

-חברה שומרים

-קהל חסידי ירושלים

-. m.r.a

 ואין מוקדם ומאוחר

(קרעדיט יואלי808:)

לעקסינגטאן » 22/1/2010 17:06

איך האלט אז די קענסט מאכן סאך א גרעסערער ליסטע מיטן אריין שטעלן א ליסטע פון אלע שפילערס און זינגערס וואס אדווערטייזן אינעם יודישן שטירמער שמוץ בלעטל

ווי אויך קענסטו אראפ ברענגען אלע קלעסיפיידס וואס זיי האבן אינעם דזשיד. וועסט קענען ארויגעבן א דיגן דזשורנאל דערפון.

סאטמאר האט בעיקר געטארגעט מוסדות וואס מאכן געווענדלעך מאכן זיי אפיעלס אין היימישע סאטמארע שולן
למשל וויען פאפא און מתעסקים וכו' מאכן קיימאל נישט קיין געלט אקציעס אינערהאלב די סאטמארע שולן

מקעכן זאגן אז ביי די היימישע מוסדות האט זיך די אקציע אויסגעארבעט פינעף און ניינציג פראצענט. ועוד ידינו נטוי'

אה"נ סהאצעך געמאכט עטליכע אויסנאמס ווי למשל כולל שומרי החומות אבער רובא דרובא האט זיך עס אויסגעארבעט 

נוטראלער » 22/1/2010 17:19

לעקסינגטאן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
סאטמאר האט בעיקר געטארגעט מוסדות וואס מאכן געווענדלעך מאכן זיי אפיעלס אין היימישע סאטמארע שולן
למשל וויען פאפא און מתעסקים וכו' מאכן קיימאל נישט קיין געלט אקציעס אינערהאלב די סאטמארע שולן

מקעכן זאגן אז ביי די היימישע מוסדות האט זיך די אקציע אויסגעארבעט פינעף און ניינציג פראצענט. ועוד ידינו נטוי' 


ערלעדיגט, דא האסטו א ליסטע פון מוסדות וואס מאכן "יא" אפילס און אלע ארונישע בתי מדרשים, (איך האב ארויסגענומען אלע מוסדות וואס זענען איינזייטיג ווי למשל שאפראן)

-קרן עזר

a time-

-מקוה usa

-כולל שומרי החומות רמבעה"נ

-קופת העיר (מארה"ק)

 בוני עולם

-renewal

-חברה הצלה

-וועד המהדרין בארה"ק

-מוסדות תולדות אהרן

-חברה שומרים

-קהל חסידי ירושלים

-. m.r.a

נוטראלער » 22/1/2010 17:21

דאס איז חוץ נאך אנדערע וואס ווערן נישט דא אויסגערעכנט ווייל דאס איז א ליסט נאר פון די וואך
ווי למשל
קרן הצלה
RCCS

לעקסינגטאן » 22/1/2010 17:31

קרן הצלה?
פרענג פרוף
סקען עס אריין!

על_הגאולה » 22/1/2010 19:04

די תקנה איז שוין גארנישט דורכגעפאלען, פאקט אז זייט די מערכה האט דער איד אויפגעהערט שרייבען אנטקעגען מהר"א פערסנאל, ווען איז דאס לעצטע מאל וואס איז געשטאנען די ווערטער "געוועזענער רב פון קרית יואל" א.ד.ג. קוק ווצב"ש די וואך גאנצע מערכות וועגען קאטשקעס, קיין איין ווארט פערזענליך אנטקעגען מהר"א

 

זאג די מיר צו די מערכה איז געווען סוקסעספול

נוטראלער » 7/4/2010 16:33

אפדעיט אסרו חג פסח
דעם פארגאנגענעם חוה"מ פסח האט "כולל שומרי החומות" אפגעהאלטן זייער יערליכן אפיעל אינעם גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל, טראץ וואס זיי האבן זיך נאך נישט געבראכן צי די טעראר פון די ארונים.
גאנץ חוה"מ איז געווען א טישל אין ביהמ"ד

נפל » 7/4/2010 20:19

על הגאולה איך גלייב דיר אז די ליינס נישט "דער איד" ווייל במשך די עטליכע וואכן וואס דער איד האט גערעדט וועגן די קאטשקע פרשה האבן זיי עטליכע מאל שארף אטאקירט דעם סאטמאר רבי פון ק"י פרעזענליך

Palin12 » 7/4/2010 23:02

זעהט אויס אז די כלל פון "מילתא דעבידי לגלויי לא משקרי איניש" איז שוין נישט גילטיג בזמנינו


עס איז נישט פארגעקומען קיין שום אפיל פאר כולל שומרי החומות אין דעם גרויסען בית המדרש אין קרית יואל דעם פארגאנגענעם שבת חול המועד פסח, ווי אין אלע פארגאנגענע יארען, נישט אין דעם גרויסען בית המדרש, אין נישט קיין שום אנדערע בית המדרש פון קהל

ר' עקיבע'לע גאנץ, דער לאנגיעריגער גבאי ביי כולל שומרי החומות, איז איין אינדערפרי ארום געגאנגען אין געזעצען ביים טישעל ווי אלע יארען (מען האט איהם נישט געוואלט טשעפען)


נפל'ע
על הגאולה האט נישט געשריבען זיין תגובה יעצט, נאר איטליכע חדשים צוריק, קוק אויף דעם דאטום, ביי די אנהויב פון די אזוי גערופענער קאטשקע שערוריה


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 08/04/2010 15:27:29

וואלןסח » 14/4/2010 19:40

ראו מה בין בני וכו'

קהל האט געמאכט א מיטינג, און נאכן פרובירן צו פארהאנדלען האט מען באשלאסן שטרענג, מען נעמט אראפ די פושקעס, מען לאזט נישט מאכן א אפיל וכו' וכו'

מען קומט אבער אן חוה"מ אין ביהמ"ד און מען זעט א אלטן איד (ר' עקיבא'לע) זיצן נאך געלט, האט מען דרך ארץ

זה לעומת זה, וואס האבן די "נועם המדות" פאן טרעגער געטון פאר אלטע אידן, ר' יקותיאל הערש ווערצבערגער (ר"ה תשס"א בבית רבינו) ר' שמואל אבערלענדער (חוהמ"ס תשס"א) ועוד ועוד

דוד46 » 14/4/2010 20:56

אזוי, הייסט עס אז פאר אן אלטן איד ווי רבי מאיר בעל הנס האט מען נישט קיין דרך ארץ, אבער פאר אן אלטן איד פון קרית יואל האט מען יא דרך ארץ???

וואלןסח » 14/4/2010 21:07

דוד

רבי מאיר בעל הנס איז נישט עקסלאסיוו פאר כולל שומרי החומות

אלע עניי אה"ק האט די סגולה פון רבי מאיר בעל הנס, כך שמענו מפי רבינו הק' בעל ברך משה זי"ע

 

ולעומתך פרעג איך, פארוואס טשעפעט עטץ רבי מאיר בעל הנס, עטץ זיטס אין בג"ץ מיט מוסדות יטב לב וואס האט די סגולה פון רמבעה"נ?

דוד46 » 14/4/2010 22:06

פארוואס האט דער ברך משה זצוק"ל דאס קיינמאל נישט געזאגט ברבים, אפילו נישט פאר די 80 יאר???

וואלןסח » 14/4/2010 23:20

די רבי האט דאס קלאר געזאגט ברבים, איך האב עס געהערט אויף א טעיפ, אין יאר תשנ"ב (פאר די אכציג) ווען ס'איז געווען א מערכה מיט כושה"ח ווען זיי האבן געגעבן כבוד פאר די אפיקורסים

צביהירש » 15/4/2010 00:45

לפי עניית דעתי וואלט מען געדארף גרינדען א נייע ערליכע ואכן שריפט כמו צייטונג אינטער דעם נאמען "דער ערליכער איד" אדער "דער ארגינאלער איד"

ערליכע אידן דארפן האבן א וואכן שריפט וואס איז נישט פארמישט מיט מחלוקת שלא לשם שמים, מיט ביזיון תלצידי חכמים פון סיי וועלכע קרייז. ס'זאל נאר מוחה זיין אויף ציונות און פירצות פון די היינטיגע תקופה אהנע נעמען פון רבנים אדער קהילות. אזוי ווי אין די ערשטע צייטן ווער דער איד איז געפירט געווארן דורך א ערליכע רעדאקציע. 

ס'איז קיינמאל נישט דערמאנט געווארן אין איד קיין אות אחת אקעגן קלויזענבורג וכדומה, אדער אנדערע חסידישע קהילות וועלכע האבן געהאט ערענסטע דיפערענצן מיט די ענין פון ציונות צווישן זיי און און סאקמיר.

דוד46 » 16/4/2010 00:55

איך האב געהערט די דרשה ער האט דאס נישט געזאגט

דוד46 » 16/4/2010 22:10

יא די תקנה איז דורכגעפאלן ביג טיים!

אפילו חיבת ירושלים האט זיך שוין געבראכן און אדווערטייזט ווייטער אין איד.

הגה"צ מוויען שליט"א האט זייער גוט געענטפערט פאר דוד עקשטיין און ר' אליעזר ווייס וועלכע זענען געקומען פאר פסח אים בעטן ער זאל ערלעדיגן ביי כולל שומרי החומות צו סטאפן אדווערטייזן אין איד.

ער האט געזאגט אז ווען ער וועט זען ווי ר' אליעזר ווייס ווארפט ארויס פון זיין סטאר די אלע פראדוקטן וואס ווערן אדווערטייזט אין איד, וועט ער זען אז שומרי החומות זאל נישט מער אדווערטייזן אין איד... פארוואס מוזן די עניי ארץ ישראל ליידן".

און דערמיט האט זיך די אוידיענץ געשלאסן.

ופני עקשטיין חפו...

נוטראלער » 13/1/2011 04:18

איך האב יעצט באקומען א רוף פון א חבר וואס פארציילט מיר אז ער איז יעצט געווען אין ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב (מהר"א) אין קרית יואל און מען האט צוריקגעלייגט די כולל שומרי החומות פושקעס אויף די וואנט.
ווייסט איינער אויס עס איז אמת?
און אויב יא וואס איז פשט דערפון.

דייקן » 13/1/2011 04:46

צום אלעם ערשטו, די ווייסט אפשר די פשט פארוואס מ'האט אראפגענומען זייער פושקע?

_________________