היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אדווערטייזט אין איד? נאו אפיעל אין סאטמאר

אדווערטייזט אין איד? נאו אפיעל אין סאטמאר

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2659540

ביז_אהער » 20/7/2009 14:23

נעכטן נאכט ביי א אסיפת אקרו"ט פון אלע קהלות האט מען באשלאסן  צווישן אנדערע אז איינער וואס אדווערטייזט אין איד קען נישט מאכן א אפיעל אדער אראפלייגן א טישל אין א סאטמארע ביהמ"ד

ספוט » 20/7/2009 16:39

וואס איז יעצט גישעהו פארוואס האבען זיי זיך יעצט דערמאנט??

וואלןסח » 20/7/2009 16:54

 

איך ווייס נישט ווי איינגענעם מיינע ווערטער גייען דא זיין פאר אנ"ש אבער ההכרח לא יגונה

 

קען איינער מסביר זיין:

 

שטייט שוין קהלתינו הק' אויפן העכסטן שטאפל, אלעס איז מסודר.

אז מען האט שוין צייט צו ערקלערן קריג קעגן פרעמדע

איז שוין א בחינה פון לא נודע כי באו אל קרבינה, מען זעט שוין נישט קיין רושם פון די פייערדיגע מחלוקה

אז מען האט שוין צייט צו ערקלערן קריג קעגן פרעמדע

אינערהאלב קהלתינו הק' אין וומס"ב אין קרית יואל איז שוין יעדער צופרידן מיט זייערע ראשי קהלה

אז מען האט שוין צייט צו ערקלערן קריג קעגן פרעמדע

זענען שוין די פינף פראקציע'ס אין סאטמאר געקומען צו איין מיינונג

אז מען האט שוין צייט צו ערקלערן קריג קעגן פרעמדע

זענען שוין די ישיבות אין וומסב"ג מסודר עצהיו"ט

אז מען האט שוין צייט צו ערקלערן קריג קעגן פרעמדע

האט שוין יעדער בחור מקהלתינו א פלאץ אין א ישיבה

אז מען האט שוין צייט צו ערקלערן קריג קעגן פרעמדע

איז די חרוב'ער הנהלה סיסטעם אין מתיבתא שוין מסודר

אז מען האט שוין צייט צו ערקלערן קריג קעגן פרעמדע

איז בית רבינו שליט"א שוין מסודר

אז מען האט שוין צייט צו ערקלערן קריג קעגן פרעמדע

איז די רעדאקציע פון דער בלאט שוין מסודר

אז מען האט שוין צייט צו ערקלערן קריג קעגן פרעמדע

 

 

אפגערעדט פון דעם אז דער איד איז א צייטונג וואס א איד טאר נישט אריינעמען אין שטוב, ס'איז מבזה כל הקודש לנו, אבער וואס איז היינט געשען, וואס איז אזוי וויכטיג געווען דער אסיפה פון אל"ף דברים

און די זעלבע א פאר וואכן צוריק, יא משה לייב דייטש איז א משכיל און מבזה כל הקודש לנו, אבער וואס איז היינט געשען, ער איז עפעס היינט געבוירן

 

אז ס'זעצן זיך שוין יא צוזאם אלע ראשי קהלה טוט עפעס צו די זאך, ויותר ממה שכתוב לפניכם יש כאן, ס'איז דא גענוג און נאך וואס מתקן צו זיין און אונזער קהלה, ווי איידער יעדע מינוט צו זיין פארנומען מיטן שונא, לאז אפ דעם שונא, האויב תמו חרבות לנצח, האט דער בעלזער רב געטייטשט, דער אויב ענדיגט זיך אמאל, אבער די חורבנות דאס בלייבט אויף אייביג

נוצט אייער שכל, און זייט נישט פארנומען מיט נעגאטיווע פעולות

 

 

 

kj2008 » 20/7/2009 19:17

וואלן סח
ביזסט כשר גערעכט, אבער ס'איז אסאך גרינגער צו פאראייניגן דעם עולם מיט א מלחמה קעגן די פרעמדע, ווי אליין צו ארבעטן שווער צו פארעכטן די אלע פראבלעמען וואס פלאגן דעם ציבור.

די ראשי הקהלה ווייסן אז דער ציבור איז געטריי פאר'ן רבי'ן שליט"א, און מיטן פירן א מלחמה פאר כבוד רבינו וועט מען זיי מוחל זיין אסאך אסאך עוולות. און דאס איז נישט קיין נייער אויסטרעף, דאס האבן אלע פעלקער גענוצט, ווען די רעגירונג האט געפילט אז דער עולם איז אומצופרידן האט מען ערקלערט מלחמה קעגן אן אנדער לאנד, אדער אויפגעהעצט פראגראמען.

דער אמת איז אז מען וואלט געדארפט אויפקומען מיט א פלאן בחכמה ובתבונה צו מסדר זיין די פראבלעמען (אפשר מיט דיפלאמאטיע) איך האלט אז א קעגן מלחמה וועט נאר אויפטאן צו פאראייניגן דעם עולם אויף א קורצע צייט, אבער ס'וועט נישט מסדר זיין די פראבלעמען.

עס קען זיין אז איך ווייס נישט אלע סודות, אבער בכלליות דארף מען וויסן אז ווען מען ווארפט באמבעס, פליען צוריק באמבעס, אוודאי איז דא ווען מען דארף פירן מלחמות, די שאלה איז נאר, איז דאס א טובה פאר'ן ציבור? איז דאס א טובה פארן רבי'ן שליט"א?
אויב יא דארף מען פירן מלחמות, אויב נישט דארף מען דאס אפשטעלן אפילו געוויסע יחידים האבן דערפון בענעפיטן.

בלומבערג » 21/7/2009 08:38

פאזאטיוו שריט ענדליך נאך אזופיל יארען וואס דער איד גיסט פעך און שוועבעל אויף רבינו הגאון הקדוש שליט"א איז געקומען די צייט אז מען זאל דעם שונד בלאט מינעמייזען אשריכם קרית יואל וואס איהר האט איהם ארויסגעפירט פון אלע גראסעריס אז מען דארף וועכנטליך אדווערטייזען ווי און וועליכע בונקער מקען אויס יא באקומען אדער האנד דעליווערט

אגב ער עדוערטייזייט ביי הימאן גראסערי אויף גארפילד דארט איז עס אויך נישט צובאקומען די לעצטע פיר פינף וואכען

נאר אז מיר וועלען זיך האלטען פעסט אלע קהלות אינאיינעם און די מוסדות וואס זענען אונטער סאטמארס פאהן וועלען מיר מצליח זיין בי צוזעהן זיין ענגילטיגען סוף פון די שונד בלאט

פון קראנטע קוועלער הער איך אז דאס איז נאר די ערשטע פאזע

פאזע # 2  עס וועט נישט פארדינגען ווערען די זאלען שע"י מוסדותינו קרית יואל - בארא פארק - לאנדאן פאר די ארגענזאציעס וואס עדווערטייזען און דער איד

און די לעצטע 10 יאהר האבען די אלע מוסדות און ארגענזאציע און רעבקילעך נישט גיהאט אזא קאפ ווייטאג ווי פון די אסיפה
און לשכת כולל שומרי החומות האט פארופען אסיפה פון די הנהלנ אויף מיטוואך נאכט צו זעהן וואס טוט מען דא ווייטער פארגעסט די עוורידז ביל פון שומרי החומות איז ארום $200.000.00א יאהר פארן איד
לאמיר זעהן וואס וועט יעצט טוהן
חבת ירושלים
זיבענבערגען
בית לפליטות
קרן הצלה
רב טוב
מוסדות סאטמאר מאנטריאל
בוני עולם
ר.סי.סי.עס.
הצלה בכל מקומות מושבותיהם
תולדות אברהם יצחק
משכנות הרועים
בורשטין
גאלאנטא
דינוב
דעש
טובים מאורות
דוד סמיט
נחמת ישראל
חי לייפליין
ועוד

YESWECAN3 » 21/7/2009 09:08

      

תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 21/07/2009 9:05:34

וואלןסח » 21/7/2009 19:42

איך האב היינט צופרי געהערט אז די החלטת הקהלה איז אזוי לאנג ווי משה לייב דייטש גייט אן מיט זיינע ארטיקלען, דאס מאכט שוין אביסל מער סענס, איך ווייס נישט וואס ער שרייבט, ווייל איך זע נישט דעם איד ב"ה, אבער קקט אויס עפעס וואס איז וויכטיג צו מאכן א תקנה פארדעם.

משה_גאבע » 21/7/2009 20:19

יעס ווי קען איך הייב אהן טראכטן אז די מיט פארמעגליך האבן א גאנץ נאנטער שייכות.... דמיונות און חזיונות און פאקטן פאבריקאציע'ס....

זאג נאר אפשר זאגסטו מיר וווי א מוסד וויל ענדערש מאכן א מסיבה אין קרית יואל? אויפן 17 ווי מ'קען ניטאמאל צו וואקן? אדער אין שטעטל ווי א מענטש?
 און צווייטנס אפשר זאגסטו מיר ווי מגייט מער נאך געלט, און ווי א מוסד וואונטשט זיך צו מאכן אן אפיעל? אין די "ווייסעי שול" ווי די רופסט עס נעבעך (פון גרויס ווייטאג),אדער  אין יפו אדער אפשר גאר ביי די רעבעצין?
 און זאג נאר די שוטה איינער, וואס איז א חילוק וויפיל בתי מדרשים ס'דא אין קרית יואל? אין בארא פארק פארשטייסטו אז ווען ס'דא אכט שול'ן האט קיין איינס נישט קיין מנין, משא"כ אין קרית יואל האבן די אלע בעיסמענטס מיליאנען מתפללים יעדעס איינע, וואס? גיי כאפ א דרימל....

העלד » 21/7/2009 21:06

וואס האלט טאקע עטס אהרונים וואס גייען די אלע מוסדות טוהן? 
 חבת ירושלים
זיבענבערגען
בית לפליטות
קרן הצלה
רב טוב
מוסדות סאטמאר מאנטריאל
בוני עולם
ר.סי.סי.עס.
הצלה בכל מקומות מושבותיהם
תולדות אברהם יצחק
משכנות הרועים
בורשטין
גאלאנטא
דינוב
דעש
טובים מאורות
דוד סמיט
נחמת ישראל
חי לייפליין
ועוד
גייען זיי יעצט אדווערטייזן נאר אין דער בלאט? אדער אין ערגעץ נישט?
און טאמער וועט איינער פון זיי יא אדווערטייזן נאר אין דער בלאט האלט דא איינער אז די זאליס וועלן זיך לאזן טרעטן און לאזן מאכן אפיעלס און זייערע בתי מדרשים? זיכער אז נישט
א''כ מה הועילו "חכמים" בתקנתם?  איז עס נישט קיין בחינה פון גם לי גם לך לא יהי'?

פארשטיי » 21/7/2009 21:40

מר. העלד: זיי נישט באזארגט די מוסדות וועלן נישט אונטער גיין!!!
ווער יא? דער יוד
דער בלאט וועט אויך א ביסעל ליידען! אבער לויט וואו מען פארשטייט איז די בלאט נתייסד געווארען, נאר צו היטען דעם כבוד פון רבינו שליט''א, וועלן זיי שוין טרעפען א וועג זיך צו קאווערען! אן דעם וואס די פארווע - לינק געשטימטע מוסדות וועלן אריין אריין שטעלען אנאנסען און איר!

העלד » 21/7/2009 22:04

זיי ביטע מסביר דיינע ווערטער פארוואס האלט איר אז דער איד וועט אונטערגיין
און דער בלאט וועט נאר אביסל ליידן? איך קוק עס אן ווי א איווען דיעל

בלומבערג » 22/7/2009 06:17

טייל פון די מוסדות און ארגענזאציע וואס מיר האבן עספיעט צו דערגרייכען

כולל שומרי החומות

מיר וועלען צוזאם רופען אן אסיפה פון אלע חברי הנשיאות און לויט זייער באשלוס וועלען מיר טוען

 

קרן הצלה

מיר זענען נישט גרייט מפקיר צו זיין אונזערע הכנסות פון קרית יואל מיר לעבען נישט פון צייטונג פראפעגאנדא מיר זענען קיינעם נישט שולדיג קיין מזל טוב מיר מאכען נישט קיין דינער מיר באשטייען פון אפיל'ס און די בתי מדרשים און פושקע געלט וואס פארדעם פאדערט זיך נישט קיין צייטונג

 

כולל חבת ירושלים

 

מיר זענען אסאך שולדיג הכרת הטוב פאר סאטמאר וואס זיי האבען אונז גיעפענט דעם טיהר צום ברייטען ציבור ביז תש"ס איז נישט גיווען קיין שום געלט אקציע און וויליאמסבורג פאר חבת ירושלים היינט צוטאג האבן מיר א יערליכע דינער אויך א אפיס און הארץ פון וויליאמסבורג כולל פון ר' אלעזר ריישא ווערט אויסגיהאלטען גענצליך דורך סאטמארער אינגעלייט פון קרית ויואל משה און מאנטיסעלו

 

ארגעטינע מוסדות ארה"ב

וועט זי צושטעלן 100%

 

אתרא קדישא

ווי עס קוקט אויס וועלן מיר סיי ווי נישט האבען קיין דריסת הרגל און די סאטמארע בתי מדרשים ממילא איז דאס אונז נישט מחייב

 

רב טוב

אונזער אקציע און קרית יואל קומט אויס אלס זומער און דענמאלטס טוען מיר סייוי נישט אדווערטייזען און דער איד צו אדווערטייזען א מסיבה און קרית יואל ברענגט רעזולטאטען ווי אדווערטייזמענט פאר קרן הצלה און די זערוסלעם פאוסט

 

זיבענבערגען

 

מיר שטייען פאר א גרויסע דילעמא מיר האלטען זיך יעצט אונמיטען בויען און ריאנרגענייזען אונזער מוסד מיר זענען דורך פארשידענע עגמת נפש און די לעצטע יארן דאס האט אונז אויסגיפעלט אונזער גרעסער תומך ר' ישעי' וואלף זאל ווערן אומצופרידען קענען מיר האבען אלע דעשער רביים אונאיינעם פאר נשיאים קענען מיר נישט צאלען רענט פארן אפיס

 

בית לפליטות

מיר וועלען ניצען אייגענע מיטלען פאר פראפאגאנדע מיר דארפן נישט קיין צייטונגען איי דרשה פון וועלוועלע פאקט איין אלע צייטונגען

 

תולדות אברהם יצחק

ווי לאנג מיר צאלען נישט אויס אלע שכירות פון אלע אייגישטעלטע פארט נישט דע רבי קיין שווייץ און לאזט נישט ספענדען קיין געלט פאר צייטונגען

 

רבי אייזיק מספינקא

מיר קענען נישט פטור ווערן פון סאטמאר וויפיל מפראבירט צוזיין זעלבסט שטענדיג קריכן די סאטמארער אונטער מיט זייערע אלטע קראלי שטיקלעך

 

רבי דוד מבורשטין

מיר האבן אן אייגענע אויסגאבע מהיכל הקודש וואס ערשיינט מפעם לפעם אויך שיקן מיר ארויס וועכענטליך דורך אימעיל צו אלע אנשי שלומינו אונזערע מודעות

 

משביע

מיר לעבען נישט פון סאטמאר מיר לעבען פון גאווערמענט גרענטס

 

כוונת הלב

קודם זאלן מיר האבען וואס צו אדווערטייזען

 

טארטיקאוו

אונזערע אדווערטייזמענטס גייט נאר און דער נייעס באריכט זייענדיג א מתפלל ביי אונז און אויך עלים לתרופה

 

באבוב

מיר אדווערטייזען בכלל ווייניג און קיינמאל און דער איד

 

ר' זיידל קרעטשניף

מיר גיבען נישט קיין סטעיטמאנט

סופרעמעסי » 22/7/2009 08:58

די נייע תקנה איז באגריסט געווארן דורך חסידי סאטמאר די בכל אתר ואתר. יעדער איז זייער צופרידן דערפון.

ווער ס'קאמפלעינט איז נאר איין קרית יואל'ער (מיט אפאר ניקס) וואס איז גערעגט אויף די הנהלת הקרי' ווייל אויף פארעסט ראוד איז דא צופיל ביימער, אדער ווייל אויף טעילער קאורט זענען די סיידוואקס צו שמאל.

כ'ווייס נישט פונקטליך וואס דעם פארשוין באדערט. אבער גיי פרעג א קשיא אויף א קרית יואלער...

YESWECAN3 » 22/7/2009 09:13

משה_גאבע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יעס ווי קען איך הייב אהן טראכטן אז די מיט פארמעגליך האבן א גאנץ נאנטער שייכות.... דמיונות און חזיונות און פאקטן פאבריקאציע'ס....

זאג נאר אפשר זאגסטו מיר וווי א מוסד וויל ענדערש מאכן א מסיבה אין קרית יואל? אויפן 17 ווי מ'קען ניטאמאל צו וואקן? אדער אין שטעטל ווי א מענטש? 

אין זאג נאר אין ווי וויל א מסד ענדערש מאכען א מסיבה אין קרית יואל  מיט 4000 משפחות אדער אין ווילאמסבירג מיט 20000 משפחות הא? ווען די וועסט דעס האבען פארענטפערט וועט דיר דיין קשא אויך פארענטפערט ווערען אין טאמיר נישט גיי זיך דיר א דאקטער

 און צווייטנס אפשר זאגסטו מיר ווי מגייט מער נאך געלט, און ווי א מוסד וואונטשט זיך צו מאכן אן אפיעל? אין די "ווייסעי שול" ווי די רופסט עס נעבעך (פון גרויס ווייטאג),אדער  אין יפו אדער אפשר גאר ביי די רעבעצין?

 און זאג נאר די שוטה איינער

ווער נישט אזי ווילד אז מיין רויטע פעדער מאכט דיך ווילד לאז מיך וויסען אין איך וועל זען וואס איך קען טיען וועגען דעם

איך בין יעצט זייער צימישט וויל גראדע זאגען מענטשען אז איך בין זייער קליג אין יעצט ווייס איך נישט וואס צי טראכטען

, וואס איז א חילוק וויפיל בתי מדרשים ס'דא אין קרית יואל? אין בארא פארק פארשטייסטו אז ווען ס'דא אכט שול'ן האט קיין איינס נישט קיין מנין, משא"כ אין קרית יואל האבן די אלע בעיסמענטס מיליאנען מתפללים יעדעס איינע, וואס? גיי כאפ א דרימל....
 
איך האף אז די ביסט נישט ברוגיז אין די פארשטייסט אז סאיז א גרויסע חילק ווען מען רעד פין 8 שולן צי מען רעד פין 30 שולן אין קרית יואל



תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 22/07/2009 9:11:23

השר_מקוצי » 22/7/2009 18:00



סופרעמעסי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די נייע תקנה איז באגריסט געווארן דורך חסידי סאטמאר די בכל אתר ואתר. יעדער איז זייער צופרידן דערפון.




איך ווייס נישט ווי דו דרייסט דיך, אבער דארט ווי איך דריי זיך איז דער עולם בהחלט נישט צופרידען

עס צוויניגט ארויף אויף היימישע ארגענזאציעס ווי בוני עולם, אר סי סי עס, וכדומה, א אומנויטיגע עול,
מען קען זיך נישט באהאלטן קאפ און זאמד און זאגען אז זאליס עקזעסטירען נישט, א בחינה ווי די רבנ"צ און באבוב שרייען אז עס איז נאר דא איין באבוב, אלע ארגענזאציעס דארפן אנקימען צי די זאליס פינקט אזוי ווי די ארונים, בכלל איז עס א בעבי'שע תקנה, און עס פאסט פאר קליינע קינדער

משה_גאבע » 22/7/2009 21:12

YESWECAN איך בין באמת שאקט אויף דיר, זייט דיינע לעצטע צוויי דריי תגובות אינעם אנדערן אשכול באסטו אנגעהויבן א טראפ זיך איינהאלטן און רעדן צום זאך, האב נישט עקספעקטעט אזא נערישע ענטפער, סאו איך וועל ניטאמאל מגיב זיין אויף די תוכן הדברים.

Askan » 22/7/2009 21:29

די זעלבע זאליס וואס ווארפן ארויס פון זייערע שוהלן אלע מוסדות און צוועקן וואס האט א מינדעסטע שייכות מיט די אהרונים אדער ארוני ארבעט דארט קענען נישט פארשטיין די נייע תקנת הקהלה
איין חילוק איז דא, ביי די זאליס מאכט עס יעדער זאלי אפ, און טוען עס אליין אן א מיטינג און אן א וואוט און ביי די אהרונים מאכט מען א גאנצע הירינג מיט א וואוט און א תקנה

ביי די זאליס איז עס פלעין "נארמאל" און ביי די אהרונים איז עס צוטיילט די מיינונגען

קיין איין צעטיל פון א אהרוני קען און קיין זאלי שוהל נישט לעגאל אריין אדער הענגן, קיין צוועק קען נישט נעמען קיין געלט ווער רעדט פון אפיל אדער א פישקע

נישט נאר זיי טוען עס פראקטיצירן נאר אפילו און דינוב אדער בראשוב ווילן זיי ארויפצווינגן זייערע פארטייאישע שיגאנען

א פראגע צו מען דארף דאס אויספירן ?  %100

ארגינעלער » 22/7/2009 23:26

לאמיר צילייגן די גאנצע זאך אויף קליין געלט אפקילן די היציגע טענער.

ס'פארשטייט א יעדער איינער ווען דער מארגן זושראנל האט געהאקט אויפן רבי'ן ז"ל א מען דארף אים אינטער ברענגן
מען האט געטיען אלע שייעגץ שטיק אין די וועלט אים אינטער צי ברענגן, אין ס'האט א יעדער בארעכטיגט
 
1) אין נישט פארגעסן דער מארגן זושראנל האט אויפן רבי'ן נישט געשריבן עמלק
אין דער איד דאס נארמאל מיט אלע שמות של גנאי.
 
2) דער מארגן זושרנאל פראבלעם איז געועון אז ס'איז געווען פול מיט השכלה
אין דער איד איז השכלה מיט ניאוף.

יעצט צי אלע זאליס וואס פלוצילם הייבן זיי אן מיט קראקאדיל טרערן וואס וועט זיין, דער בלאט גייט אויך פארלירן געלט 
אין ווילן פארגעסן פין די אלע הכשה'לעך מיט די עיקר שכחתי'ס.
 
 זארגט ענק נישט מיר וועלן לערנען בן פראדל א פרק אין הלכות מליחה.
 
אין יעצט צים ענין ! די איינציגעסטע וועג אז דער מהלך זאל מצליח אין ברעכן דעם עורף פין בן פראדל

1) אלע קהילות פין ווילאימסבורג קרית ואל בארא פארק מאנסי אין לאנדאן  מיזן זיין פעסט באשלאסן
אז ווער ס'אדווערטייזט אין דער איד, איז אין סאטמאר ווי מען ריפט עס אין די דיפלאמטיטשע וועלט " פרעזאן נאן גראטע "
זאל יענע קהליה פין אינז אראפ קריכן,אין גיין קיין דותן, אין די זאליס זאלן יענעם אויס האלטן.

2) קהל האט אויף גענימען א יונגערמאן וואס זאל עס נאך גיין אין ס'מיז בכל תוקף ועוז אן קיין שים פשרות.

3) קהל טאר פאר אזא איינעם וואס אדוועטייזט אין דער איד נישט פארדינגען קיין זאל

4) ארים שיקן צי אלע קהילות ווי למשל באבוו פאפא וויען צעהלים סקווירא
וואס אפילו זיי קומען נישט נאך געלט סאטמאר זאלן זיי נישט אריין לייגן קיין שום מודעות אין א צייטונג וואס שרייבט אויפן רבי'ן דאס ווארט " עמלק"

איך קען בן פראדל גוט ווען ס'וועט שפירן זיין פרעזנדליכן טאש וועט ער שפרינגען ווי א צאפ
ער איז א תלמוד פין בלעמ'על אויף אלע  באקן זיין רייץ פאר געלט איז אומבאשרייבלעך

5) מענטשן זאלן פארלאנגן פינעם סטאר אייגנטומער ארויס צי ווארפן דער איד.

אין נאר אזוי וועט מען מצליח, ס'איז נישט קיין שום קהילה וואס וואלט דאס טאלרירט מען זאל מבזה זיין רבי'ן וואך איין אין אויס
אין גאר שטיצן די קהליה וואס אדווערטייזט דארטן.









יקרבו » 22/7/2009 23:35


מען פראבירט נישט ארויף צווינגען אויף קיין איין מוסד גארנישט, נאר ווי לאנג

דער איד האלט אין איין שרייבן כל דבר אסור אויף כ"ק רבינו שליט"א, וועט קיין מוסד וואס וויל גיין נאך געלט אין סאטמאר די בכל אתר ואתר נישט קענען אדוועטייזען אין דער איד.

אויב פילען די מוסדות אז זיי מיזען דארט אדווערטייזען זאלן זיי אלס די קאסטעמערס פין דער איד פארלאנגען אז דער איד זאל אויפהערן שרייבן דברי חירוף וגידוף אויף רבינו שליט"א, וועלן זיי ווייטער קענען אדווערטייזען דארט.

יעדע קהלה אין דער וועלט וואלט דאס געטון ווען דאס וואלט געווען ביי זיי.

העלד » 22/7/2009 23:48

פון דעם מערכה זעהט זיך זייער שטארק ארויס פון די אהרונים זייער נעגאטיווע מהלך צו איעדן ענין
זייער שנאה כבושה צו משה דער גבאי איז אזוי ווייט אז זיי זענען גרייט אריינצושטעכן א מעסער אין זייער אייגענעם צייטונג אבי משה זאל דערלייגן אפאר דאללער וואס עס פעלט איהם נישט ב''ה, אדאנק ענקער קוויטל געלט וואס די אהרונים פלעגן איהם אנשטאפן די טאשן פאר חנופה, אז ביים טיש זאל ער ארויפשיקן שיריים פאר איהם, וכדו'
א רחמנות אויף זיי.

 פארוואס וויינט אזוי ארגינעלער מיט קראקאדיל טרערן אקעגן דער איד? ווייל ער שרייבט אויף זיין רבי'ן עמלק?
נישט פאר דעם האט מען א בלאט וואס שרייבט צוריק אקעגן ר' זלמן לייב און זיין בית  דין אלף פעמים ככה?
מיינט דאס טאקע אז זיי זעהען שוין איין אז  זייערע מעכטיגע בלאט ארטיקלען האט נישט קיין שום ווערד און די
זאליס שפירן מיטאמאל פאר וויכטיג זיך וויסנדיג צו מאכן פון זייערע סקאנדאלן און ביילאגעס, און פון די אנדערע זייט
דער איד האט נאך יא עפעס א ווערד אז זיי מוזן זיך נעמען מיט אזא זשיהאד מערכה דערקעגן??
הלא דבר הוא?




Askan » 23/7/2009 00:35

די היפאקריטישע זאלי שפראך דערמאנט מיך פון זייער מחאה אויפן פארשיקן עזריאלן
סאטמאר איז צוטיילט, ווען איין סאטמאר פארשיקט די ראשי פון די אנדערע סאטמאר שטעלן זיך די זאליס אויף מוחה זיין לעומת זה ווען זיי האבן געשטויסן און געשלאגן און מבזה געווען יעדן ארוני געשטימטער זקן און אנשי צבורי איז עס געווען זייער נארמאל

זיי זענען פשוט פארלוירן אז א שטעקן האט צוויי זייטן, זיי האבן עס פשוט נישט גענומען און באטראכט
ביי די זאליס, גזילה איז נאר פון זיי, מחאה איז נאר פון יענעם, רציחה איז נאר אסור פאר א זאלי, טעראר פאר רבנים איז נאר אסור און ק"י און וומס איז עס א חוב

כהנה וכהנה קען מען זעהן ווי פשוט זיי שפרינגן פון די הויט ווען די דאשיק איז פארקערט, זיי דערהייבן נישט אז יענער טוט וואס ער וויל נישט


ארגינעלער » 23/7/2009 01:19

סאטמאר איז היינט גענוג שטארק אויב אלע קהילות וועלן זיך דערצו צישטעלן מסדר צי זיין בן פראדל דער הפקר יונג בן פראדל האט דאס פרובירט צי טיען מיטן בלאט ווען די בלאט איז נאך געווען א בעבי,
 פלאס ער האט געהאט דעם ברך משה מיט זיך אבער ער האט קיין סוסקעס נישט געהאט,
 1) ווייל מיט די זאליס קען מען צים טיש נישט גיין
2) ווייל מענטשן האבן געסטארשעט אז זיי גיין צי סטאפן אדווערטייזן אין דער איד אויכט
אין פאר זיין טאש האט פראדל מורא געהאט ווי ערווענט

פאר קהל קומט זיך שלעק ווי זיי זענען געווען ביז יעצט

אין ווי פארשטענדליך וועט נאך פאלגן אין דער איד העסליכע ארטיקלן ווי ערווארטעט
אין דאס וועט נאך פארבעסערן די יעצטיגע מערכה

אין טאמיר איינער האט נאך מורא פאר די " באבמעס" פין בן פראדל וויל איך יענעם דערמאנען
בן פראדל סלאגאן " ווען די רבי גייט אהיים קומען פין מיאמי גייט מען נאכאמאל אסר'ען דער בלאט "
אזא פנים טראגן זיינע באמבעס.

( אין נישט פארגעסן בן פראדל האט אן אלטען טאטען וואס דארף אויך האבן חלקה )


ווערץ » 23/7/2009 15:58

ארינעלער, דעיס וואס די שרייבסט אזוי אומשולדיג איינגערינגעלט אז בן פראדל האט א אלטע טאטע וואס דארף א חלקה מיין איך שפילט דא בכלל נישט קיין פאקטאר,
אים אויס זאל זיין אלטע טאטע ליגען אין בעק יארד...
אים אויס איז ער ניטאמאל זיין טאטע...

קען זיין אז איך בין נישט גערעכט, נאר לויט וויפיל כ'האב געזעהן די אלע יארן ווי אזוי ער איז מכבד זיין טאטען פארשטיי איך אז אזוי איז דער מצב,

זאג האסטו אים אמאל געזעהן מכבד זיין זיין טאטע ביי א טיש אדער סיי ווי???
האסטו אים אמאל אפילו געזעהן רעדן מיט זיין טאטע???
האסטו אים אמאל געזעהן גריסען זיין טאטע???
האסטו אפילו געוואוסט אז ער האט א טאטע???

איך האב אפילו נישט געוואוסט אז די צוקוועטשטע אידל (איים סארי פארן אויסדרוק) דארט איז משה גבאי'ס טאטע,
און ווען איינער האט מיר דאס געזאגט האב איך נישט געגלייבט ווייל כ'האב עטליכע מאל געזעהן ווי משה וואקט אים אריבער און נישט נאר האט ער אים נישט געגריסט נאר ווען זיין טאטע האט אים אפגעשטעלט און געוואלט עפעס זאגען האט ער זיך ניטאמאל וויסענדיג געמאכט פון אים און ווייטער געוואקט.


יעצט צום ענין,

ס'איז קלאר אז מ'האט עפעס געדארפט טון דא,
איז עס א נארמאלע זאך אז ס'קומט ארויס א צייטונג און כמעט יעדע וואך האט ער העץ ארטיקלען פונעם ערגסטען סארט קעגן רבינו הגה"ק שליט"א א מנהיג הדור ואין פוצה פה????

און דעיס געט מען פאר אינגע קינדער צו ליינען, און זעען אז יא! מ'מעג שרייבען אלע לשונות של גנאי אויף א די גרעסטע חסידישע רבי פון דער וועלט און נישט אלס א בדיעבד אדער א טעות נאר אלס א לכתחילה! און פארוואס?? ווייל ער גייט נישט אין שפאן פון אפאר אויפגערייצטע געלט פרעסערס און אלקאהאלניקעס!!!!!

הישמע כזאת???!!!!!

און ס'איז שוין געווארען אזוי ווי א נארמאלע זאך וואך איין וואך אויס....

אשריך ראשי הקהלה בכל מקומות פארן טון אזא פאזיטיווע שאיט פון זיך אננעמען פאר די כבוד התורה און נישט מורא האבען פון גארנישט אפילו ס'וועט אפשר אויך שאטען פאר אנדערע צייטונגען!!!

געגאנגען » 23/7/2009 16:43

ר' אלימלך דייטש, אליין א חבר הנהלת הקהלה, איז געווען ביי די אסיפה, און ער האט קלאר געזאגט אז ער ווייסט וואספארא געלט שאדן ער וועט ליידן דערפון, אבער דעם רבינ'ס כבוד קומט פאר אלעם!

ותשוח"ח לו!

ביבער » 23/7/2009 17:27

ארגינעלער, איך זע נישט קיין היציגע טענער. ביי אונזער שול איז יעדער איינשטימיג אז דאס איז געווען א געוואלדיגע זאך. אויב האט מען טענות איז עס: וואו איז קהל געווען ביז יעצט?

ווער ס'קען זאגן אז די אינטערעסן פון די אלע נישט-סאטמארער מוסדות קומען פאר אונזער הייליגן רבי'ן שליט"א דער קען זיך נישט אנרופן א סאטמארער חסיד.

דא רעדט מען פון א צייטונג וואס רעדט צוזאם ניבול פה און האט ארטיקלען נוסח משכילישע צייטונגען קעגן רבינו הגה"ק שליט"א יעדע איינציגסטע וואך.

קיינער האט קיינמאל נישט געהערט אז א מוסד זאל טענה'ן אז מען מוז זיי לאזן אדווערטייזן אין די משכילישע און ציוניסטישע צייטונגען, ווייל אז נישט האבן זיי שאדן געלט.

פארשטיי » 23/7/2009 18:42

עס באדערט נאר פאר א פאר יודען וואס מיינען אז סאטמאר מיז שטיין בראש פון:
כולל שומר החומות!
קרן הצלה!
רב טוב!
נחמת ישראל!( וואס איז דער איינציגסטער מוסד וואס עדווערטייזט נישט און בלאט ''נאר און יוד'' ווייל ער בשיטה קעגן אנ''ש, נישט קעגן זייער געלט, געלט נעמט ער! פון אונז, אבער נאך וואו! נאר קעגען די מענטשען!)
דעריבער האלטען זיי אז די תקנה וועט ס''ה אויפטאן אז אז די דאזיגע מוסדות וועלן אדווערטייזען נאר און דשיד, ממלא וועט מען מיינען אז די אלע מוסדות זענען אונטער דער ראבינער וואס דרימעלט און די הייליגער בעט פון ברך משה זי''ע ,

מישמאש » 24/7/2009 20:03

פינאצילע סאנקציעס איז מיטל וואס די גאנצע וועלט פארשטייט
אין בן פראדל איז נישט קיין איקסעפשען.
 
איך האב הנאה פין גרויס קהל אז זיי האבן גענימען שריט.

כל הכבוד.

העלד » 24/7/2009 21:04

געגאנגען כתב
ר' אלימלך דייטש, אליין א חבר הנהלת הקהלה, איז געווען ביי די אסיפה, און ער האט קלאר געזאגט אז ער ווייסט וואספארא געלט שאדן ער וועט ליידן דערפון, אבער דעם רבינ'ס כבוד קומט פאר אלעם!

ותשוח"ח לו!

ר' משה גבאי האט אויך קלאר געזאגט אז ער ווייסט וואספארא געלט שאדן ער וועט ליידן דערפון,
 אבער דעם רבינ'ס כבוד קומט פאר אלעם!

ותשוח"ח לו!


ממילא בלייבט אלעס ביים אלטן די צוויי וועלן פאר זייער רבינס כבוד שאדן האבן אפאר דאללער
וואס ר' אברהם פר''מ וועט אריינשארן צו זיך.

ארגינעלער » 24/7/2009 23:25

העלד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ר' משה גבאי האט אויך קלאר געזאגט אז ער ווייסט וואספארא געלט שאדן ער וועט ליידן דערפון,
 אבער דעם רבינ'ס כבוד קומט פאר אלעם!

ותשוח"ח לו!





העלד אין א עקסטערן שמועס דארף מען טאקע אריין גיין וויפיל כבוד בן פראדל האט געברענגט פארן רבי'ן אין פאר סאטמאר

צי ביי לעפקאוויטש פרשה
ביי די בעדפארד הייזער
פרשת גט אברהם חיים פריעדמאן
פרשת גט יאקאבוויטש - שווארץ
פרשת פאן קאל צי הרה"ק ר' משה ארי' ערב יום כיפור
פרשת מבזה אין דער איד הרה"ג ר' יחזקאל ראטה
ווער איז געשטאנען אינטער די דרשת פין פגום אויף ר' אבהרם לייטנער
דרשת שיך אין זאקן אין נ' שערי טומאה אויף קאשוי רב
פרשה פארברענען די ילד שעושעים ביז נאך ישראלי לאנדא'ס נערווען אטעקע
פשרת השפלת אין מבזה דער ראש הקהל ר' סענדער דייטש ז"ל
פרשת פארכאפן דער איד
ווער האט אנגעפירט ווארפן שטיינער אויף רעבעצין, ווער האט ציגעשטעלט א דירה פאר די בחורים נאכן ארויס פין ישיבה ?
די העצריי ביים ברך משה ביי די שידוך פין ר' חיים הערש מייזעלס 
די העצריי קעגן הרבנית חי' מייזעלס ע"ה 
פארוואס האבן די בני ברך משה געהאלטן א דרשה פאר קהל תשמ"ט אז דער ברך משה זאל רעזעגניערן פין די רבנית ?
די אמת'ע פרשה ביי נחמן בראך ? איז דער נחמן בראך נישט געווען גערעכט ?
פארוואס איז דער ברך משה נישט געווען ביים ריבנציער רבי'ס לווי ?
פארוואס איז דער ברך משה אנטלויפן קיין מיאמי תשמ"ג ווען ר' יענקעלע איז געקומען קיין אמעריקע ?
ווען איז אליעזר מיט הערשעל קעסנטבוים גרויס געווארן
פרשת ר' ליפא ובנו ר' אנשיל שווארץ 
פרשת קרית ויואל משה 
פארוואס האט בן פראדל געזאגט אז מען זאל געבן פאר ר' נתן יוסף ז"ל זונות ?
וואס איז געווען בן פראדל'ס צינאמען אויף ר' ישראל חיים מנשה ?
פארוואס האט בן פראדל גע'רודפט די אלע עסקנים פין קרן הצלה ?
ווער איז בן פראדל געווען אלץ בחור ? מיט ווען האט זיך געדרייט ? פין וועלכע שטוב קומט ער ?
די באציואנוג פין בן פראדל'ס קינדער מיט דעם ברך משה'ס שטוב מענטשן ?
וואס איז געווען קהלס מיינוג פין די שייגץ ארויס דרשה ?
פארוואס האט זיך בן פראדל ציפראסקט מיט הרה"ג ר' הירצקא צוויבל ?
וואס איז געווען דעם דעם ציבור'ס מיינוג ווען מען האט אים אראפ געקלאפט ?
פארוואס איז ר' יחזקאל ראטה געווארן אויס דיין אין ב"פ 
פארוואס האט בן פראדל אראפ געלאזט א פראסק פאר ר' מרדכי דוד קאהן שליט"א נאך אלץ בחור ?
וואס טוט בן פראדל היינט ציטאג ?


נאכדעם בדעם אשרייבנוג וועט מען וויסן וויפיל כוד בן פראדל איז גרייט צי אפערן פארן רבי'ן



 



העלד » 24/7/2009 23:42

ארגינעלער האלט דיך צום ארגינעלן שמועס איך גלייב דיר אז עטס ארבעטס אויף א פראיעקט
אקעגן משה וואס וועט האלטן געשפאנט דעם ציבור פאר א לאנגע צייט א שטייגער ווי פארמעגליך

אבער יעצט רעדט מען פון דעם איד מערכה, און אויב מיילך דייטש איז גרייט צו ליידן פאר זיין רבין איז משה גבאי אויך גרייט, און קיין איין צייטונג וועט נישט אונטערגיין דערפון העכסטס וועלן זיי דערלייגן אפאר טאלער,
און די מערכה איז פונקט אזוי אקעגן דער בלאט ווי אקעגן דער איד, דער חילוק איז נאר אז די אהרונים גייען עס אנפירן
פשוט ווייל זיי זענען בעסערע מלחמה פירערס.  און עס גייט גארנישט טוישן קיינעם, און איבערקייען און פארטיידיגן דעם "קלוגן" באשלוס פון דיינע ראשי הקהלה, ווייזט אז דו פארשטייסט אויך ווי קלוג דאס איז.

סעדער » 26/7/2009 19:37

אין קאנטרי גייט נישט אן די נייע תקנות?
איז די בית המדרש אין איחוד נישט אונטער סאטמאר קהל?
אדער זענען די תקנות נאכנישט אין קראפט?


קי_קהל » 27/7/2009 02:23

די תקנות זינין דערווייל נישט אין קראפט,
ס'ווערט געטון אויף א נארמאלע אופן, און נישט יעדער וועט מיטהאלטען אלע דעטאלען, דער וואס דארף וויסען וועט מען מודיע זיין.

רבי_יונה » 28/7/2009 10:06

איך הער אז קהל האט אויך געמאלדן אז די אלע מוסדות וואס וועלן ארדוויטייזען אין דער איד וועלן נישט קענען מער האבן קיין וואנט פישקעס אין די סאטמארע בתי מדרשים און אין די בית החיים.

האמתנעדרת » 2/11/2009 03:51

העלד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ארגינעלער האלט דיך צום ארגינעלן שמועס איך גלייב דיר אז עטס ארבעטס אויף א פראיעקט
אקעגן משה וואס וועט האלטן געשפאנט דעם ציבור פאר א לאנגע צייט א שטייגער ווי פארמעגליך

אבער יעצט רעדט מען פון דעם איד מערכה, און אויב מיילך דייטש איז גרייט צו ליידן פאר זיין רבין איז משה גבאי אויך גרייט, און קיין איין צייטונג וועט נישט אונטערגיין דערפון העכסטס וועלן זיי דערלייגן אפאר טאלער,
און די מערכה איז פונקט אזוי אקעגן דער בלאט ווי אקעגן דער איד, דער חילוק איז נאר אז די אהרונים גייען עס אנפירן
פשוט ווייל זיי זענען בעסערע מלחמה פירערס.  און עס גייט גארנישט טוישן קיינעם, און איבערקייען און פארטיידיגן דעם "קלוגן" באשלוס פון דיינע ראשי הקהלה, ווייזט אז דו פארשטייסט אויך ווי קלוג דאס איז.


ס'איז אינטערעסאנט איבערצוליינען די ווערטער נאכדעם וואס דערווייל שטייען די זאלונים בראש המערכה און לאזן נישט מאכן קיין אפילס פארן איינעם חטא פון:
נישט ווייל מען האט געלייגט אין בלאט
נאר
ווייל מען האט נישט געלייגט אין איד

דאס איז א מדריגה פון נעם המדות

האמתנעדרת » 2/11/2009 04:07

און אט נאך א בליק וואס זיי האבן געשריבן אין "ילדים אנחנו" בשעתו

די חלמ'ער קעפ שיסן זין שוין ווייטער אין די פיס.

נאכן ברך משה'ס איסור אויף דער בלאט, האט סאטמאר נישט געפירט א מערכה קעגן די עדוועטייזערס דארט.

סאטמאר האט פארשטאנען אז מ'לעבט אין א פרייע מדינה און "יעדער" קען לייגן אין וועלכע צייטונג ער וויל, און מ'האט קיינמאל נישט אפגעהאלטן א מוסד פון פירן א געלט אקציע פאר דעם איינעם חטא פון עדוועטייזן אין דער בלאט.

מיט זייער יעצטיגע אקציע שיסן זיי זיך אליינס אין די פיס, זיי צווינגען סאטמאר צו נעמען שריט קעגן די עדוועטייזערס פון דער בלאט. די חלמ'ער קעפ מאכן קיינמאל נישט א חשבון וואס ווי אזוי זייער אייגענע שריט קען זיי בעקפייערן.


תוקן על ידי האמתנעדרת ב- 02/11/2009 4:09:59

מנחם_מענדל » 2/11/2009 04:25

אךי קען ממש נישט גלויבן אז די מעשה מיט זיבענבערגן איז א פאקט. עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ!

זעליג_כהן » 2/11/2009 04:42

מנחם,
איך בין דא מיט גוטע נייעס פאר דיר: די פיקטיווע געשיכטעלע איז נעבן א פאקט קיינמאל געשטאנען!, 
אגב, ס'איז די ערשטע מאל דא?

rebyankel » 2/11/2009 20:25

סוי זעליגעל
פארציילסט מיר אז ראדני קליימער אין קינגס טעררעס וכו' באלאנגט נישט פאר די זאלי'ס
ווייל דארט האט מען אראפגעריסן אלע צעטלעך אין נישט געלזאט אויסרופן אין לייגען א טישעל.
אין טענה'סט דאך א זאלי האט עס נישט בויקאטירט.

אגב, האמת כ'האב הנאה צו זעהן ווי בלינד די זאלי'ס זענען ווען זיי שרייבען
און מ'האט קיינמאל נישט אפגעהאלטן א מוסד פון פירן א געלט אקציע פאר דעם איינעם חטא פון עדוועטייזן אין דער בלאט.
די טעמע ווערט שוין באהאנדעלט אין א באזידנדערע אשכול

rebyankel » 5/11/2009 21:48

החזרת עטרה ליושנה
פין אימעיל
קהל אין ק''י איז מחזיר עטרה ליושנה מיט בויקאטירן דעם ממשיך דרכו פין שמיציעגען פארוועטס
היסטאריע חזר'ט זיך איבער

[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 5/11/2009 21:58

דער אינהאלט פין קהל'ס בריוו
קהל יטב לב ד'סאטמאר

וויכטיגער מודעה

אזוי דער ראדיא סטעישאן WEVD וואס באלאנגט צום פארוועטס האט היינט דינסטוג חי' תמוז גערופען נישט צו שטיצען די סאטמערע מוסדות, אין שוין זינט דאן א וואך צייט זידלען זיי אויף דעם שמיציגסטען אין נידריגסטען אופן אויף ''סאטמאר'' מיט אירע גלאררייכע מוסדות הקדושים , איז אינזער אנטווארט ווי פאלגענד:
מיר פארדערן אויף אינזערע מעמבערס, אין בעטן אינזערע פריינט, אין פרייינט פין אינזערע מוסדות דא און אין א''י, סאוט אמעריקע, בעלגיע, ענגלאנד, קאנאדא, און אין אנדערע לענדער, אז זיי זאלען נישט  אדווערטייזען אין אויביגען מחלל שבת'דיגען ראדיע סטעישאן, נישט קויפן אין נישט ניצען די פראדיקטען וועלכע ווערן אדווערטייזט דורך דעם אויביגען ראדיא סטעישאן, אין אויך נישט שטיציען די מסודות וועלכע אדווערטייזען אין דעם ראדיא סטעישאן, וועלכע וויל ח''ו צוגרונד לייגען אינזערע ישיבה מיט אירע 3500 תלמידים אין די אנדערע מוסדות הק'

מיר וועלן אי''ה פין צייט צו צייט פארענפענטליכען די רשימה פין די קאמפאניס וועלכע אדווערטייזען, און אויך די רשימה פין די מוסדות וועלכע באנוצען זיך אין שטיצען דעם אויביגען ראדיא סטעישאן