היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הג''ר מענדל זילבער שליט'א קיין לאנדאן?

הג''ר מענדל זילבער שליט'א קיין לאנדאן?

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2710013

העלד » 28/10/2009 21:17

עס קורסירן שמועות אז די אהרונים אין לאנדאן גרייטן זיך אויפצונעמען הגאון ר' מענדל שליט''א
פאר זייער רב במקום הג''ר חיים וואזנער שליט''א,
ווייסט איינער צו עס ליגט עפעס אמת  דערין?  

רבי_יונה » 28/10/2009 21:33

העלד'ס סטראטעגיע אויב עס וועט "יא" ווערן:

- ווער איז דען ר' מענדל זילבער?
- ער איז אן אויסגעשפילטער מענטש !
- ער איז א אלטע פארשטיקענע ארוני !
- די ארונים קענען אים רואיג האלטן !

העלד'ס סטראטעגיע אויב עס וועט "נישט" ווערן:

- זיי האבן זיך איינגערעדט זיי וועלן האבן ר' מענדל זילבער?
- ר' מענדל האט געזאגט בלא !
- די ארונים זענען אויסגעשפילט, קיינער וויל נישט אהין גיין צו זיי !
- זיי וועלן מוזן נעמען....  אדער... אדער ... !


זיי א "העלד"!
לאמיר הערן דיין מיינונג פון פריער.


אויששש » 29/10/2009 01:57

איך קום יעצט פון א קורצן שפאציר אין ילדים אנחנו פארום און איך זעה דארט און אויך דא אז די זאליס זענען פארנומען מיט דעם ר' מענדל זילבער קיין לאנדאן,
איך וואונדער מיך וואס זענען זיי שוין ווייטער פארנומען מיט אונז, וואס באדערט זיי שוין ווייטער ?
זעהט אויס אז ס'איז ריכטיג די גוטע שמועות וואס קומט פון די ניי געגרינדעטע תלמוד תורה אין לאנדאן...

המנצחשותק » 29/10/2009 15:07

היינט גייט פארקומען וואלן אינערהאלב קהל יט"ל לאנדאן
 
בנוגע דאס רבנות פון אחד מגדולי הרבנים  אין ניו יארק 
הרה"ג המפורסם ר' מענדל זילבער שליט"א אב"ד פריימאן ראב"ד התאחדות הרבנים דארה"ב.

היות אז קהל יט"ל אין לאנדאן האט ווי באקאנט אנגהויבן צו זוכן א פאסיגן רב נאך וואס דער פריערדיגער רב  ר' חיים וואזנער איז צוריק געפארן קיין בני ברק בפקודת אביו הגדול  און מען האט מציע געווען די רבנות פאר פיל רבנים וגדולים  וועלכע האבן נישט געקענט אנעמען דאס רבנות מחמת סיבות שונות.

לעת עתה האנדלט זיך איבער דעם אויבערדעמאנטן גאון וואס איז באוואוסט איבער דער גארער וועלט אלץ בר אוריין ובעל דרשן נפלא פוסק מומחה וכו'  צו אנעמען דאס רבנות שטעלע.

ע"כ האט קהל באשלאסן בעצת ובהדרכת כ"ק רבינו שליט"א צו מאכן היינט וואלען בין חברי הקהילה אחים לדיעה  צו הערן זייער חוות דעת בנוגע  דאס אויפנעמען הגאון הנ"ל אלץ רב  און ווי פארשטייט זיך וועט קהל זיך נאכדעם נאכמאל באראטען מיט רבינו שליט"א  בכל פרט ופרט.

די וואלן איז נאר אויף דעם קאנדידאט  צו יא אדער ניין .  

[מיינע ווערטער זענען  גענומען פחות או יותר פון די בריוו וואס קהל יט"ל לאנדאן האט ארום געשיקט פאר אלע אירע מעמבערס. ]

כהער אז אין לאנדאן ביים שטאטישן ציבור איז מען זייער נייגעריג צו זעהן וואס וועט זיך אויסלאזן מיט די רבנות ביים גרעסטן קהילה אין שטאט,
 אפגערעדט פון די זאליס וואס ווילן שוין  ברענגען עפעס א גרעסערער באמבע   { זיי האבן געוואלט ברענגן דעם אדמו"ר מבלעקבערי זאל לעבן ווי לאנג ער וויל  נאר היות אז אין לאנדאן איז יעצט זייער שטארק אריין די תקנה וועגן די כאשערע סעלפאנס קען ער נישט אנעמען דאס רבנות פארשטייט זיך מחמת טעכנישע סיבות..}



תוקן על ידי המנצחשותק ב- 29/10/2009 15:10:41

shia550 » 30/10/2009 02:06

ר' מענדל איז פון די ביזיסטע בוררים דאהי איך גלייב נישט אז ער מופט אזוי שנעל.

אויב יא איז עס א פליק פאר די סאכדעס.

פארשטיי » 30/10/2009 03:17

נע! אונזער איצא קען זיך באכלעפשענען אן דעם פריימאנער רב, ער האט דעם זיגעל מיטן לעדער העד, ער איז און ביזנעס, די לעדער  העד מיטן חותם וועט נישט ווערן אויס אויב דער פריימאנער רב וועט אפרייזען קיין בריטאניע,

מבני_בניו » 30/10/2009 06:59

90 פערצענט האט געשטימט אויף יא! לאמיר האפן אז דער גאון וועט אנעמען די איינלאדינג

דוד46 » 2/11/2009 20:55

אבער וואס וועט זיין מיט יאנקעל עסטרייכער?

ער האט דאך געקעמפט מיט ציין און נעגל דערקעגן

rebyankel » 2/11/2009 20:56

א פרישע ספין

אויששש » 2/11/2009 21:37

אוי דוד דוד  הדא היא דכתיב שגיון לדוד

דער דוד 46  האט זיך דא אריינגעזעצט אויף די לעצטע פאר שעה און פילט אריין אין יעדן אשכול זיינע געמוזעכצער

עפ"י רוב געדענקט ער נישט פון איינס צום צוויטן וואס ער האט געוואלט זאגן.
כדוגמת הדברים דא:

א נארמאלע אשכול בנוגע די וואלן אויף די רבנות אין לאנדאן  וואס ווערט געפירט דורך קיט"ל בראשות הרבני הנגיד ר' ישעי' וואלף לעוו  און הרב החסיד ר' יענקל עסטרייכער שליט"א. 

אונזער פארוקטער דודל האט שוין לאנג נישט געזאגט עפעס איז שרייבט ער אז ר' יענקל האט געקעמפט מיט ציין און נעגל אקעגן  
איי גיי זיי אים מסביר אז ר' יענקל איז דער עומד בראש און ער איז דער וואס האט זיך דורעכגערעדט מיטן רעבין שליט"א דערוועגן כמה פעמים [ אויב ווייסטו פון אזא מושג צו זאגן].

נאר וואס אלה זאלוניך ישראל אזא פנים האט ער און אזא פנים האבן אלע שרייבערס וואס פירקלען אהן דעם טיפשים אנחנו פורום.

במחשבה שנייה קען זיין די מיינסט יענקי עסטרייכער דער זון פון גדלי' לרפו"ש  וואס ער אזוי ווי אלע חסידי סאטמאר  נאך פון קראלע  האבן טאקע געקעמפט מיט ציין און נעגל אנטקעגן דאס רבנות פון אחד מגדולי הפוסקים שבדורינו 

ווי אזוי פלעגט מיין באבע זאגן אז הונט בילט איז א סימן אז דער שטיין איז געלונגען  אבער אז נישט סתם א הונט נאר אזוי דוד וחביריו ווילדעווען איז א סימן אז סאיז נישט סתם א שטיין און נישט סתם געלונגען.

ר' יענקל ביי אונז הייסט דאס א פין און א שטעכעדיגס.

 



תוקן על ידי אויששש ב- 02/11/2009 21:38:51

שכלדיג » 2/11/2009 21:44


סך הכל גייט דער פריימענער רב קיין לאנדאן אדער נישט ?

אויששש » 2/11/2009 21:45

ער האט נאך נישט גענטפערט א ענדגילטיגער תשובה

דוד46 » 2/11/2009 21:57

ניין, איך מיין טאקע דער הדיוט קופץ בראש וואס נאך א מזל וואס ער איז געבליבן ביי די אהרונים און זאלן זיי אויפעסן זיינע שגיונות יעדן צווייטן טאג.

דער זעלבער מענטש וואס רביה"ק זי"ע איז נישט געווען גענוג פרום, דארף טאקע זיצן ביים צדיקל וואס לויפט צו אלע שונאים פון רביה"ק זי"ע.

אויששש » 3/11/2009 01:03

דוד  אמתדיג אגרויסן ייש"כ פארן דערציילן אונזער גוטע מזל ברבים 

בדרך אגב אז מרעדט שוין יא פון סאטמאר  איז דער אנדערער יענקל דער זוהן פונעם אלטן סאטמערן חסיד
איש המחלוקת גדליה עסטרייכער [ וואס איז זייער נישט געזונט] גראדע א שוואגער פון אונזער ר' יענקל
ווען מהאט איבערגעבויט דעם ביהמ"ד פון די זאליס אויף 86 קעזענאוו האט גדליה מיט זיין חשובן זוהן יענקי  געמאכט פיל מיט פראבלעמען מיט די פלעניג און זיי האבן פראבירט ווי אימער מיט די שטאטישע טאטעס
 אבי סאטמאר זאל נישט בויען  ער האט זיי געמאכט אסאך קאפ ווייטאג ווייל זיין געלונגענע ישיבה מתיבתא
איז א שכן טיר ביי טיר.

היינט איז גדליה דער סבא קדישא פון די זאליס אין לאנדאן   סאיז נאך אזא שטאלץ  פאר די ארונים צו נעמען ר' יענקל בראש  הגם ער האט נישט די הבטחה וואס זיין שוואגער האט וועגן זיך שמד'ן ל"ע יוה"ק  זיי אביסל מברר.

P.S. די האסט נאך אלץ נישט גענטפערט אויף דעם  אז די שרייבסט אז ר' יענקל האט געקעמפט מיט ציין און נעגל בשעת ווען ער האט געפירט די קאמפיין לטובת ר' מענדל
נאר וואס די קענסט מיך ענטפערן די זעלבע וואס די ענטפערסט אינעם פאריגן אשכול  נעבעך אזוי יונג   אדער   פשוט נו זאג שוין..........חלה דעקל. 

פאראלעל » 3/11/2009 01:37

דער מחוצף  ווער ס'האט געברענגט די הינט הייסט נישט יאנקי
ער הייסט פינקי עסטרייכער , דער חצוף געפינט זיך יעצט אין ניו יארק.
 מענטשן זענען אים געגאנגען פרעגן צי ער האט געברענט די הינט האט ער נאך געהאט די חוצפה צי לייקענען
ווער ס'זעהט זאל  ח"ו נישט לאכן צי טשעפנען מיט אים.

rebyankel » 3/11/2009 01:40

כ'הער אז זיין זון פינקי  איז אויך נישט געזינט איז עס אמת?
ער איז דא געווען אויף שבת ביי ר' לייבוש אין ער האט אויסגעקוקט שרעקליך

דוד46 » 3/11/2009 01:42

נארישע אהרונים

ר' פנחס עסטרייכער לייקענט נישט, ער שעמט זיך נישט מיט צוזאמענברענגען 2 הינט...

פאראלעל » 3/11/2009 01:43

יודען טייערע נישט לאכן

אית דין ואית דיין

אדמיראל » 3/11/2009 01:44

די קינדער מיט זיין ווייב זענען געווען ביי רבינו שליט"א איבערבעטן.

rebyankel » 3/11/2009 01:52

כ'הער אז עס איז געשעהן 2 וואכען נאכ'ן ברענגן די הינט
(עס איז געווען ווען בעריש בערגער האט גערופן דעם רבין' דאווענען אין קעיזנאוו ליל שב''ק, אין עסטערייכער ער האט געברענגט הינט מיט גארדס, כ'וויל נישט דא זאגען וואס הג''ר חיים וואזנער האט דעמאלטס געזאגט)

העלד » 9/11/2009 22:02

למעשה הער איך {נישט קראנט} אז הגאון ר' מענדל שליט''א האט ביזדערווייל
 אפגעזאגט די רבנות שטעלע אין לאנדאן

אין אישי האב איך באקומען אז עס איז אויך דא א צווייטע קאנדידאט הג''ר ישראל יעקב לאנדאו שליט''א רב אין באר שבע א תלמוד פון הרב וואזנער שליט''א

ווייסט דא אפשר איינער מער פרטים?

דוד46 » 9/11/2009 22:21

ר' בעריש בערגער האט נישט גערופן דיין צדיקל דאווענען אין צענטראלן סאטמארער ביהמ"ד אויף קעיזענעוו ראוד. דיין צדיקל האט באשלאסן – פונקט ווי שמיני עצרת אין וומס"ב – אז יעצט גייט מען "איינעמען" דאס ביהמ"ד, און האט טאקע באקומען אן אויפנאמע וואס עס פאסט זיך פאר איינעם וואס פירט זיך אויף ווי א הינט

rebyankel » 9/11/2009 22:41

קעסט לייקענען א פאקט וואס בעריש האט דאן פארציילט פאר יעדן
זאלי מיט שקר גייט אינאיינעם - אן דעם האט עטס נישט קיין קיום, כידוע

דוד46 » 9/11/2009 22:48

הרוצה לשקר ירחיק עדותו

דעמאלסט האט קיינער דאס נישט געזאגט, אדרבה זוך אויף די אשכולות פון דעמאלסט וועסטו נישט טרעפן אזא זאך.

יעצט איז עס לייכט צו זאגן.

rebyankel » 9/11/2009 23:00

ביזט גערעכט בעריש בערגער האט עס נישט געשריבן אויף היידפארק
ער האט עס נאר געזאגט פאר'ן רבין אין פאר יעדן נאכדעם וואס ''ער איז ארויסגעקומען פינעם באזיך ביי רבינו שליט''א''
כפי עדתו פין אלע אנוועזענדע - טראץ ענקערע קלללות

נאר ווי שוין געזאגט: זאלי'ס מיט שקר גייט אינאיינעם - אן דעם האט עטס ליידער נישט קיין קיום

דוד46 » 9/11/2009 23:09

א שקר ווערט נישט אמת אפילו מען שרייבט עס א מיליען מאל!

קיינער האט עס נישט געזאגט בשעתו, נאר דו קומסט יעצט פעלשן היסטערי.

דין צדיקל האט געכאפט א פליק, געקומען אומגערופן ווי א הינט און איז פון דארט אנטלאפן ווי א הינט

המנצחשותק » 10/11/2009 00:14

דוד - פאר ווען די שטאלצירסט אזוי צופרידן פון ענקערע הינט אין לאנדאן
וואלט איך דיר געראטן אויפצוהייבן א טעלעפאן צו פינקי עסטרייכער און איהם פרעגן
צו די זאלסט נאך רעדן דערפון ? און צו ער האט נישט נעבעך טיף חרטה ?

ארגינעלער » 10/11/2009 01:40

אמאל א הינט אין אמאל א בער

שטייט אין פרק חי' רעה בא בעולם על חילול השם

דוד46 » 10/11/2009 01:53

אז מען קומט ווי א הינט לויפט מען אוועק ווי א הינט

נו האב טענות צו דיין צדיקל אז ער האט זיך געפירט ווי א...

ארגינעלער » 10/11/2009 01:56

איך מיין די הינט האבן געביסן דעם עסטרייכער פיס
ער איז געלאפן צי פעשווארסקער רבי שליט"א וואס מען קען טיען צי היילן די פיס
האט ער אים גענפערט איך קען דיר נישט הלעפען.

זעליג_כהן » 10/11/2009 01:59

איך פארשטיי דיין ביטערניש, אז דיר גייט נישט גוט, אבער וואס ווערט דיר בעססער מיט'ן שפילן טאג און נאכט מיט פייער דהיי' מיט אנדערע יודנ'ס פריוואט לעבן?

אפשר טריי א שטיק צייט פארקערט הייב אן איבערצו בעטן כאטש אפאר פון די יודן וועם דו האסט דא מצער געווען, אולי וועט דיר אויך בעססער ווערן?!!

דוד46 » 10/11/2009 02:07

דער אומגליק מיט דעם יונגערמאן אין ב"פּ איז אויך געווען ווייל ער האט געטשעפעט מיט ענקער צדיקל?

ביז_אהער » 10/11/2009 02:29

דוד46 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
הרוצה לשקר ירחיק עדותו

דעמאלסט האט קיינער דאס נישט געזאגט, אדרבה זוך אויף די אשכולות פון דעמאלסט וועסטו נישט טרעפן אזא זאך.

יעצט איז עס לייכט צו זאגן.


כ'האב באשלאסן יעצט איינמאל דיך צו פאלגן, אדרבא, לאמיר זען ווער איז די כראנישע ליגנער.

כשטעל מיך פאר אז דו האסט דיך געטרויט צו שרייבן די סטעיטמענט וועגן דו האסט געוויסט אז חדשות אנ"ש האט שוין אויסגעמעקט אלע פאליטישע אשכולות, אבער זעסט אויס האסט פארגעסן פון א אנדערע פארום פון יענע צייט, און דארט האב איך געטראפן דעם דאזיגן אשכול:

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=1311675&forum_id=12249

קוק בעיקר וואס דער זאלי איחודמעמבער שרייבט דא און וואס זשוליאני08 ענטפערט דא

סאו, וואס פונקטליך איז דעמאלטס געשטאנען אויף היידפארק?!

תוקן על ידי ביז_אהער ב- 10/11/2009 2:35:31

דוד46 » 10/11/2009 02:50

דא האסטו ביידע תגובות אין דארטיגן אשכול. אט וואס דער זאלוני שרייבט:
[בילד – נישט אפגעהיט]

דוד46 » 10/11/2009 02:51

דא איז וואס דער אהרוני שרייבט:
[בילד – נישט אפגעהיט]

ביז_אהער » 10/11/2009 02:53

ס'איז מיר אינגאנצן נישט אינטערעסאנט יעצט צי בעריש בערגער האט יא געריפן צו נישט, דו האסט געזאגט אז "קיינער" האט דעמאלטס נישט געזאגט אזוי, דא האסטו שווארץ אויף ווייס.

וואלןסח » 10/11/2009 02:58

יישר כח ביז אהער
איך האב שוין פרובירט צו זוכן און נישט געקענט טרעפו

אבער צו וואס דארף מען אפילו א ראי'

ער קומט דא מכחיש זיין שמש בצהרים

איך בין דעמאלט געווען אין לאנדאן, איך בין געגאנגען צוזאמען מיטן רבין אין ביהמ"ד, פון ר' ישעי' וואלף'ס הויז ביז קלעפטאן האט נאך געהייסן אז מען גייט קיין קעיזענאוו, ווען מען איז אנגעקומען ביי די גאס קעגן איבער קלעפטאן, די אנדערע זייט פונעם ליידיגן שטח (ווער ס'ווייסט דעם וועג פארשטייט וואס איך מיין), איז מען געקומען זאגן פארן רבין וואס גייט פאר, האב איך געהערט ווי דער רבי זאגט, "איך האב נישט געהאלטן איך דארף גיין, אבער אז ר' בעריש איז מיר געקומען רופן האב איך געוואלט גיין, אבער אז מען לאזט נישט איז נישט"

אבער דוד46 געדענקט אפילו נישט אז מען זאל אפילו דעמאלט רעדן דערפון

נו נו
טיפיקל זאלי

לאעליכם » 11/11/2009 23:30

ווייסט איינער וואס איז געווארן מיטן קאנדידאטור'שאפט פון הגה"צ ר' מענדל זילבער. עס איז מסתבר אז נאכדעם וואס די קהלה האט געמאכט וואלן אין לאנדאן, ווארט מען מן הסתם אויף זיין ענטפער.