היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » עק וועלט אין לאנדאן!

עק וועלט אין לאנדאן!

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1311675

shmoozer » 13/3/2005 23:42

וויאזוי רעאגירן מיר צום שרעקליכן טעות פון די קרית יואל'ער פאליטישאנס צו גיין קיין קעיזנעוו און ווערן ארויסגעווארפן מיט בזיונות?

shmoozer » 13/3/2005 23:55

צוויי שרעקליכע פאליטישע דורכפעלער האט פאסירט אין צוויי וואכן אפשניט

1) מאנטרעאלער דיין האט זיך ארויסגעשטעלט
2) איז שבת אין לאנדאן

עס רעדט נישט קיינער פונעם עולם; עס רעדט נישט פון די באטע אדער פון די "חיזוק" מוצש"ק.

דאס אז מען האט פראפעגאנדירט אז דער קרית יואל'ר רב פארט ווי דער סאטמארער רבי און דער וויליאמסבורגער רב פארט ווי סתם א רב, איז מוראדיג דורכגעפאלן, ווייל סאטמארער רבי דארך צו קענען גיין אין "אלע סאטמארער שולן.

צו גיין אומגערופן און מיט בזיונות צו ווערן פארטריבן איז א סוף צו ווערן אנגערופן דער איינציגסטער סאטמארער רבי.

דאס נערנות פון קרית יואל'ר רב און זיינע מענטשן איז געווארן זעבאר אין גאנץ לאנדאן, ווייל יעדכר גלייבט ר' בעריש בערגער דער ראה"ק אז ער האט נישט געלאדענט.

ביטע קאמענטירן מיט שכל...





shmoozer » 14/3/2005 00:11

דער לאך וואס די וויליאמסבורגער חסידים האבן איז שרעקליך און קאטאסראפאל. פארוואס? ווייל דאס פארן בעצם אויף לאנדאן איין וואך נאך וויליאמסבורג איז בעצם בעיביש און קינדיש (זעלבע זאך. ניין?...), אבער ווען דער קרית יואל'ר רב פארט מיט א גרויסן עולם און האט א שיינעם שבת אן א דורכפאל, נו נישקשה.

אבער פארן בעיביש און כאפן פעטש איז א געפערליכער נידערלאגע פאר דעם חלום וואס נאר א קינד האט נאך, אז דער ק"י רב וועט זיין דער איינציגער רבי.

דער וויליאמסבורגער רב האט נאכנישט געהאט אזעלכע דורכפעלער. און נישט ווייל ער איז הייליגער. ניין, נאר ווייל ער אליין און מיט זיינע מענטשן זענען סאך קלוגער.

צו פירן פאליטיק דארף מען צו קענען קוקן וואס וועט זיין מארגן. אבער צו קוקן וואס מ'וואלט אנדערש געדארפט טון נעכטן, איז א סימן פון דורכפעלער.

קרית_יואל » 14/3/2005 00:16

בלייבט נאר איבער פאר גאב"ד קעי.דזשעי. צו גיין באזוכן די ענגלישע קעניגן איר צו בעטן זי זאל יא גיין צום זון'ס חתונה...

shmoozer » 14/3/2005 00:21

אלע וויצן אין דער זייט...
ס'דרייט זיך א וויץ אין לאנדאן אז ביידע שבתים איז געווען פריילעך אין קעיזנעוו און זויער אין 26 קלעפטאן...

איחודמעמבר » 14/3/2005 01:01

היינט האב איך געהערט א גוט ווארט פון א לאנדענער.
ער האט נישט געקענט באשליסן ווער עס איז גערעכט: די אהרונים מיט אהרן ט"ב. בראש שרייען אז מען האט אים יא גערופן אויף קעיזענאוו. - די זאלונים בראש פון הרבני הנגיד ר' בעריש בערגער שליט"א זאגן קלאר אז מען האט אים נישט גערופן.
נו, ווער איז גערעכט?
זאגט דער לאנדאנער איד, אז ער האט היינט צופרי געעפענט דעם חומש ויקרא און זעט ווי אויפ'ן פסוק ויקרא אל משה וידבר ד' אליו זאגט רש"י "למעט את אהרן"...

תוקן על ידי - איחודמעמבר - 14/03/2005 1:11:06

shmoozer » 14/3/2005 01:16

דער אמת איז, ר' אהרן האט נישט געזאגט אז איינער האט אים געלאדנט, אבער ר' בעריש בערגער דער ראה"ק האט יא געזאגט אז ער האט נישט געלאדענט...

shmoozer » 14/3/2005 01:20

איך וואונדער מיך וואו איז געטמי, שור שנגח קרית יואל'ר, און נאך, קענען זיי דאס נישט פארנעמען, זאלן זיי שרייען אויף פישער און אלישע אדער אויפן רב אליין... אז זיי מוזן איינזען אז ר' אהרן האט א שותף אויף יעדן פלאץ און ווער איז דער שותף זיינער – דער עם הארץ...

קרית_יואל » 14/3/2005 01:44

די חברה זענען נאך אין לאנדאן.
אויפ'ן וועג אהיים וועלן זיי שוין באקן די געבעקסן... און מארגן וועט מען דא האבן...

זאלידשיגאן » 14/3/2005 01:46

אלע זענען אין לאנדאן, ווארט נאר ווארט נאר ווי מען גייט דיך אויספראקען

shmoozer » 14/3/2005 01:52

זשיגאן: טו דיר אויס די קינדער שיכלעך, די מלחמה איז דערנאך אפילו אין אייראפע. אויך מיין איך, אז זיי קענען בלייבן מיטן רב איינאיינעם אין אייראפע נאך אזא "געהויבענעם שבת"...
וואס מיינסטו?...

קרית_יואל » 14/3/2005 01:54

זי קענען נישט בלייבן אין לאנדאן.
לאנדאן איז נישט אינטערעסירט אין די בהמה שטיק פון אהרן ט"ב.
סאטמארער חסידים האבן פשוט געשטוינט פון זיינע משוגעת'ן ווי די קלאטשערייען און אנדערע קוריאזע זאכן וואס ער געקאפיט פון אלע סארט קרייזן אויסער פון סאטמאר.

shmoozer » 14/3/2005 01:55

קרית יואל: זאג נישט קיין ליגנט, קיינער שטוינט שוין נישט...

זשוליאני08 » 14/3/2005 02:56

שמוזער, מען ענטפערט דיך נישט פשוט ווייל מען האלט נישט פאר וויכטיג צו ענטפערן אזא אומקלוגן ווי דו, וואס גייט אזוי נאריש ארויס פון די כלים (איי, אונז האמיר דאך געליטן דעם דורכפאל, פארוואס שעלטסטו אזוי?) און פאנגט אן צו רעדן פאר פייער און פאר וואסער, און פירט א דין ודברים מיט זיך אליינס, כדי ס'זאל אויסקוקן אז דו האסט דאס לעצטע ווארט.

אבער כדי מען זאל נישט מיינען אז די גולשים דא זענען אלע אזוי אומקלוג ווי דו, אז זיי זענען מסכים מיט וואס דו שרייבסט, וועל איך נעמען די פעדער אין די הענט און זיך נעמען שרייבן, (וויבאלד דו האסט צוטיילט דיינע הודעות אין אפאר שטיקלעך וועל איך טון די זעלבע זאך.)

קודם כל דרייען זיך אלע אהרונים אין אייראפע ארום פרייליך און לעבעדיג, ווייל יעצט האט יעדער געקענט זען ווער ס'האט א גרעסערער עולם, אהרן אדער זלמן לייב, און ווער ס'איז געווארן מער א סוקסעספולע רבי און דאס וואס דו שרייבסט דא פון די לייבערי וואו דו האסט זיך אריינגעכאפט אינמיטן טאג, ביים ארויס'גנב'ענען זיך פון ישיבה (אזא הפקירות הערשט טאקע ביי ענק אין קווינס?) איז נישט מעלה און נישט מוריד.

יעדער איינער אין לאנדאן ווייסט אז בעריש בערגער איז געווען ביים רב'ס אכסניא, און ווי יעדער ווייסט וואלט ער נישט געקומען אהין חוץ איינס פון די צוויי סיבות:

1. ער איז געשיקט געווארן דורך די ווליאמסבורגע נאראנים, עם משה פריעדמאן בראש איינצולאדענען דעם רב שליט"א, כדי מען זאל אים שפעטער קענען ארייננארן אין א נעץ און ער זאל ליידן מורא'דיגע בושות.

2. ער האט באמת געוואלט ווייזן אז ער איז נייטראל און וועגן דעם איז ער געקומען רופן דעם רב.

וויאזוי עס זאל נישט זיין האט זיך עס נישט אויסגעארבעט ווייל דער רב שליט"א איז נישט געגאנגען אהין צו יענעם שוהל אנדערש ווי זאלי וואס איז יא געפארן ווייטער קיין בני ברק כאטשיג ער האט געהערט אז די גאנצע שטאט ווארט אים אפ מיט אייער

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 14/03/2005 3:19:30

זשוליאני08 » 14/3/2005 03:03

יעצט לאמיך איבערלייגן דיינע נארישע ווערטער, וואס דו האסט געשריבן איבער דעם באזוך אין לאנדאן, און עס אביסל ארומטוישן, און דו זאלסט אליינס זען ווי נאריש דו רעדסט.

עס רעדט נישט קיינער פונעם עולם; עס רעדט נישט פון די באטע אדער פון די "חיזוק" מוצש"ק.

דאס נערנות פון זלמן לייב טייטלבוים און זיינע מענטשן איז געווארן זעבאר אין גאנץ בני ברק, ווייל יעדכר גלייבט דער ראה"ק אז ער האט נישט געלאדענט.

דער קרית יואל'ער רב האט נאכנישט געהאט אזעלכע דורכפעלער. און נישט ווייל ער איז הייליגער. ניין, נאר ווייל ער אליין און מיט זיינע מענטשן זענען סאך קלוגער.

פארן בעיביש און כאפן פעטש איז א געפערליכער נידערלאגע


יעצט צוריק צו אונזער ענין. זלמן לייב טייטלבוים איז געפארן קיין בני ברק און געכאפט מיאוס'ע בושות אבער פון דעם רעדסטו נישט.

דער רב שליט"א האט פארמיטן בושות ווייל ער איז נישט געגאנגען צו א קליינע שוהל, וואס איז פיל מיט זאליס. ברוך השם פאר דעם אז אונזער רב איז נישט אזא שוטה און באגייט נישט זעלבסטמארד ווי זלמן לייב טייטלבוים און ער גייט נישט דירעקט צו א פלאץ וואו ס'דאווענען זאליס.

און אגב, דריי דיך אין די סאטמארע בתי מדרשים און הער דיך צו פון וואס סאטמארע אידן רעדן און צו זיי רעדן פון די אומאויסגעארבעטע שטיקל וואס די זאליס האבן געוואלט אונטערשטעלן פארן רב, אדער זיי רעדן פון די חיזוק דרשות, פון די באטע, פון די הנחת אבן הפנה און אזוי ווייטער און ווייטער.

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 14/03/2005 3:10:13

זשוליאני08 » 14/3/2005 03:14

יעצט לאמיך גיין צו דיינע אנדערע בחור'ישע געשרייבעכצער:

איינס, די נסיעה פון רב שליט"א איז אויסגעפלאנט געווארן סאך פריער און יעדער קען דאס זען אין די צייטונגען אז די נסיעה איז סאך פריער געפאמפעט געווארן.

פרובירן אויסצוכאפן דעם רב און פארן א וואך פריער איז קינדעריש און נאריש און טיפיקעל זלמן לייב טייטלבוים, וואס זיין גאנצע רבנות איז נאר פאר טריץ ווען דעם רב'ס רבנות איז צו זיין א מורה דרך פאר א קהלה קדושה פון סאטמארער אידן און מדריך צו זיין סאטמארע חסידים על דרך הישר.

צוויי, ווער האט פראפאגאנדירט אז דער קרית יואל'ער רב פארט ווי סאטמארער רבי?

יא, דאס האט מען געזאגט אז ער האט געהאט דעם זעלבן כבוד ווי סאטמארער רבי האט געהאט ווען ער איז געקומען קיין לאנדאן, ווייל דאס איז א פאקט פונקט ווי דער פאקט אז יעצט איז נאכט און איינער וואס לייקנט דאס איז פונקט ווי ער זאל לייקענען דאס.

אבער דער פאקט איז אז סאטמארער חסידים האבן קיינמאל נישט געהאט די חוצפה אנצורופן זייער רב מיט'ן נאמען סאטמארער רב און די זאליס יא. ווי שעמט מען זיך נישט אנצורופן זלמן לייב טייטלבוים סאטמארער רב ווען דער סאטמארער רב לעבט נאך? פון וואו נעמט זיך אזא חוצפה?

אלזא, זאג איבער נאכאמאל, ווער רופט זיך סאטמאר און ווער נישט.

קרית_יואל » 14/3/2005 16:16

זשוליאני
יעצט זע איך וואס טוט דיר וויי.
דו ווייסט אויך גוט אז גאב"ד קעי.דזשעי. האט קיין שייכות נישט מיט סאטמאר, ווען זיין יונגערער ברודער הגה"צ סאטמארער רב שליט"א איז געשטעלט געווארן דורך זיין אייגענעם טאטן כ"ק מרן רבינו שליט"א אלס סאטמארער רב!!!
ווער געדענקט נישט וואס דער רבי שליט"א האט געזאגט אין זיין דרשה דערציילענדיג די מעשה מיט'ן ייטב לב עטליכע חדשים פאר זיין הסתלקות אז "אויב וועט דר קדושת יו"ט זיין רב אין סיגעט וועט סיגעט זיין סיגעט און אונגארן וועט זיין אונגארן"!

שקלשלם » 14/3/2005 17:21

זשוליאני

KEEP ON

זשוליאני08 » 14/3/2005 17:30

קום מיר נישט מיט קיין מעשיות אז דער רבי האט געשטעלט זלמן לייב פאר רב אין סאטמאר, ווייל טויזנטער אידן האבן געהערט וויאזוי דער רבי באשטימט יאסי בראך אלס זיין יורש און אלס דער קומענדיגער סאטמארער רבי...

קרית_יואל » 14/3/2005 17:33

כ'בעט דיר זשוליאני, נעם נישט אוועק דעם ממלא מקום פון גאב"ד קעי.דזשעי.
בראך האט עטליכע יאר געוואטשט דאס פלאץ פון גאב"ד קעי.דזשעי. אין גרויסן ביהמ"ד אין וויליאמסבורג אלעס ווייל גאב"ד קעי.דזשעי. האט אים צוגעזאגט אז ער וועט זיין זיין ממלא מקום.

shmoozer » 14/3/2005 20:21

זשוליאני: אפשר קענסטו מיר אויפווייזן וועמענ'ס נסיעה קיין לאנדאן איז געווען פריער אדווערטייזט?

זשוליאני08 » 14/3/2005 20:28

איך האב עס שוין געזאגט פאר א צווייטן דא היינט.

נישט דער נארמאלער מענטש איז מחויב אויפצואווייזן אז ער איז נארמאל.

דער משוגענער וואס קומט און רעדט שטותים, איז דער וואס דארף אויפווייזן אז ער איז גערעכט.

דו האסט גערעדט פאר פייער און פאר וואסער, זיי מוחל ווייז דו אויף אז דו ביסט גערעכט.

shmoozer » 14/3/2005 20:33

זשוליאני: דו מיינסט אז ר' אהרן וועט נאכאמאל גיין ערגעץ וואו ער איז נישט געלאדנט?...

shmoozer » 14/3/2005 20:37

זשוליאני ווען מיינסטו גייט ר' אהרן זיין דאס נעקסטע מאל אין ראדני סטריט?...


איך ווייס אז ער איז נישט אינטערעסירט, אבער דו מיינסט אז עס וועט אים נאך אמאל אינטערעסירן?...

shmoozer » 14/3/2005 20:43

זשוליאני ווען מיינסטו גייט ר' אהרן זיין דאס נעקסטע מאל אין ראדני סטריט?...


איך ווייס אז ער איז נישט אינטערעסירט, אבער דו מיינסט אז עס וועט אים נאך אמאל אינטערעסירן?...

shmoozer » 14/3/2005 20:51

By the way וויפיל מענטשן האבן זיך באטייליגט ביי דער נסיעה? קיינער רעדט נישט דערפון און דאס איז נישט יושר...